בלאט 9 פון 13

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 3:55 pm
דורך שמן למאור
פאטאקי08 האט געשריבן:מעיזשער גילוי אלערט! היינט אויפגעכאפט
פרטים יבואו אין א עקסטערע אשכול
ביי קאמפיוטער אפטיילונג


נו, ווארט מיר שוין אפאר טעג, ווען העט דאס זיין ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 7:13 pm
דורך פאטאקי08
פרעג מאשקע

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 7:18 pm
דורך באגי מען
וואס מאשקעסטו? האסט דאך געשריבן "פרטים יבואו אין א באזונדערע אשכול", מוצא שפתיך תשמור!!!
און אויב האלט איר נישט ביים זאגן, דאן שרייבט נישט גארנישט... סתם אנציען און משוגע מאכן דעם עולם??? :i"

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 7:31 pm
דורך מאשקע
באגי, דו ביזט א מכה רעהו בגלוי...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 7:33 pm
דורך שמן למאור
א גוטן ר' מאשקע!
אויב איז דא אן גילוי אלערט, נו שוין ארויף, וואסי דאס ווארטן ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 10:20 am
דורך שאלת_חכם
צום אינגערמאן וואס קריכט מיר נאך, זיי מוחל לאזמעך אפ, מיין בלוט איז זיס?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:49 pm
דורך מי יודע
שאלת_חכם האט געשריבן:צום אינגערמאן וואס קריכט מיר נאך, זיי מוחל לאזמעך אפ, מיין בלוט איז זיס?

נא דא האט איר די ענדע פון די מעשה נעבעך

viewtopic.php?f=3&t=15042

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:05 am
דורך מכטי1
דעם ר"ה האבען מיך לפחות צען מענטשען געפרעגט ווער דער שאץ מאץ איז (נאכען דורך ליינען זיין גוטען שטיקל א טאטע ראש השנה) ב'האב זיי געזאגט איך וויל פינקט ווי זיי וויסען, אבער איך גיי גארנישט טיען צי דעם.

עצה טובה להנצל מגילוי ר"ל

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:45 pm
דורך הסרפד
איידער וואס איך האב מיך אריינשרייבן דא, איז מיר מיראת הגילוי איינגעפאלן א געדאנק. בדרך כלל חאפט דער צדיק המגלה ווער איינער איז דארך די איינצעלהייטן וואס עס לאזן זיך ארויס פון איהם. ווען מען וואלט גענומן מיט זיך א שותף אין איין "ניק" (פארשטייט זיך אז נישט יעדער קען אזוי טוהן, אבער איך רעד דאך בדאפשר). קומט דאך אויס אז דער מגלה וועט זיך דארפן איין עצה געבען מיט אלע סארטן פרטים וואס טרעפן זיך נישט צוזאמן אין איין מענטש. און אויב במקרה איז דא איינער מיט וועמן עס שטימט אינגאנצן, וועט ער עס דאך קענען לייקענען מיט'ן גאנצן הארץ.

(וממני יראו וכן יעשו...)

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:49 pm
דורך באמבאסטיש
פיינע געדאנק, אבער דא איז ווייטער דא גילוי, דהיינו דער שותף.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:54 pm
דורך פעדער
;l;p- הארגעט'ס ענק נישט...כאפט'ס נישט....שטייט'ס אין זייט....דעיס איז פאר באמבאסטיש...!!!

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:57 pm
דורך באמבאסטיש
איך האב עס שוין געכאפט בשתי ידים. ייש"כ פעדער פארן העלפן האלטן ארדענונג און פארן עס היטן אז עס זאל נישט צוכאפט ווערן.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 7:10 pm
דורך הסרפד
איך מיין אז עטס האט נישט פארשטאנען.
ראובן און שמעון זענען שותפים אין איין ניק - "עדיםזוממים". ראובן איז למשל פון ענגלאנד, שמעון איז למשל פון קאליפארניע. ראובן איז א בקי אין משפחות, שמעון קען זיך אויס מיט טעכנאלאגיע. קומט אויס אז "עדיםזוממים" רעדט פון ענגלישער און קאליפארניער ענינים, פון משפחות, און פון טעכנאלאגיע. קומט דער מיועד-להיות מגלה, און באשליסט אז "עדיםזוממים" איז א קאליפארניער משפחה'לאג וואס וואוינט אין ענגלאנד און ארבעט אין טעכנאלאגיע, וכדומה, און ער טרעפט נישט אזא מענטש.

נא, וועמן האט מען דא מגלה געווען?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 7:30 pm
דורך פאטאקי08
הסרפד

ווי לאנג וועט נעמען אויסציפיגורן אז צוויי אירע ניצן דעם איינעם ניק?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 7:22 am
דורך הסרפד
פאטאקי08 האט געשריבן:הסרפד

ווי לאנג וועט נעמען אויסציפיגורן אז צוויי אירע ניצן דעם איינעם ניק?


טייטש, ביטע?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 9:56 am
דורך msp
הסרפד
ביי אונז אין אונגארן מיינט אירע מאנספערזאנען...

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:30 pm
דורך פאטאקי08
הסרפד האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:הסרפד

ווי לאנג וועט נעמען אויסציפיגורן אז צוויי אירע ניצן דעם איינעם ניק?


טייטש, ביטע?

ווי לאנג וועט נעמען אויסציפיגורן אז צוויי חברה ניצן דעם איינעם ניק?

בעסער?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 1:14 pm
דורך הסרפד
הרב msp: יישר כחכם! איך וועל פון היינט אהן בל"נ טראגן מיט מיר איין אונגארישער ווערטערבוך ווען איך דריי מיך דא.

הרב פאטאקי08: עס קען זיך האלטן לאנג אויב ביידע (לאו דווקא - מיעוט רבים שנים, אבער כל המרבה הרי"ז משובח) געבן אכטונג נאר צו ניצן א געוויסע לשון און נוסח.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 2:49 pm
דורך ווינקל
הסרפד האט געשריבן:הרב msp: יישר כחכם! איך וועל פון היינט אהן בל"נ טראגן מיט מיר איין אונגארישער ווערטערבוך ווען איך דריי מיך דא.

הרב פאטאקי08: עס קען זיך האלטן לאנג אויב ביידע (לאו דווקא - מיעוט רבים שנים, אבער כל המרבה הרי"ז משובח) געבן אכטונג נאר צו ניצן א געוויסע לשון און נוסח.

פארגעס נישט צו געבן דעם ווערטער בוך, אויך פאר דיין שותף וואס ניצט דעם ניק.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 09, 2011 3:08 pm
דורך איך_הער
יענער מעג לכאורה וויסן אז דעי ניק האט צוויי שותפים, אבער אויספיגערן ווער ס'באהאלט זיך אונטער דעם איז זייער שווער, ווייל יעדע זאך וואס ער ניצט פאר א מיטל געוואר צו ווערן ווער דער שרייבער איז, דארפער ארבעטן מער ווי דאפעלט, ווייל ער דארפעס קאמבינירן מיט יעדע אנדערע זאך.

געשריבן קורץ, באט כ'האף אז מ'פארשטייט.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 09, 2011 3:09 pm
דורך שנאפס
הסרפד האט געשריבן:הרב msp: יישר כחכם! איך וועל פון היינט אהן בל"נ טראגן מיט מיר איין אונגארישער ווערטערבוך ווען איך דריי מיך דא.

הרב פאטאקי08: עס קען זיך האלטן לאנג אויב ביידע (לאו דווקא - מיעוט רבים שנים, אבער כל המרבה הרי"ז משובח) געבן אכטונג נאר צו ניצן א געוויסע לשון און נוסח.

עס קוקט אויס ווי די צוויי שורות זענען געשריבן געווארן דורך צוויי מענטשן...

געשריבן: זונטאג אוקטובער 09, 2011 3:13 pm
דורך היפש
שנאפס האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:הרב msp: יישר כחכם! איך וועל פון היינט אהן בל"נ טראגן מיט מיר איין אונגארישער ווערטערבוך ווען איך דריי מיך דא.

הרב פאטאקי08: עס קען זיך האלטן לאנג אויב ביידע (לאו דווקא - מיעוט רבים שנים, אבער כל המרבה הרי"ז משובח) געבן אכטונג נאר צו ניצן א געוויסע לשון און נוסח.

עס קוקט אויס ווי די צוויי שורות זענען געשריבן געווארן דורך צוויי מענטשן...

;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:57 pm
דורך סביב העולם
היפש האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:הרב msp: יישר כחכם! איך וועל פון היינט אהן בל"נ טראגן מיט מיר איין אונגארישער ווערטערבוך ווען איך דריי מיך דא.

הרב פאטאקי08: עס קען זיך האלטן לאנג אויב ביידע (לאו דווקא - מיעוט רבים שנים, אבער כל המרבה הרי"ז משובח) געבן אכטונג נאר צו ניצן א געוויסע לשון און נוסח.

עס קוקט אויס ווי די צוויי שורות זענען געשריבן געווארן דורך צוויי מענטשן...

;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:40 pm
דורך חייקל
איך_הער האט געשריבן:יענער מעג לכאורה וויסן אז דעי ניק האט צוויי שותפים, אבער אויספיגערן ווער ס'באהאלט זיך אונטער דעם איז זייער שווער, ווייל יעדע זאך וואס ער ניצט פאר א מיטל געוואר צו ווערן ווער דער שרייבער איז, דארפער ארבעטן מער ווי דאפעלט, ווייל ער דארפעס קאמבינירן מיט יעדע אנדערע זאך. .


לכבוד מיין שותף אינעם ניק "חייקל" - Alter ego בלע"ז

אלעס האט א שיעור!

דו מיינסט אז ווייל איך האב דיר פארטרויעט מיין פעסווארד צו שרייבן אביסעלע אין אידישע וועלט, כדי צו פארטושן די וואס גריבלען אין מיין אידענטיטעט, מוזטו שוין רעאגירן נאכאנאנד אן אויפהער, און אריינשטיפן דיין נאז אין יעדן צווייטן שמועס וואס די אלט געזעסענע דארפס איינוואוינער דעבאטירן צווישן זיך ביי א כוסה משקה אינעם ארטיגן מאשקע'ס קרעטשמע לאקאל.

גענוג איז גענוג! - לאז איבער אביסל צו שרייבן פאר א צווייטן אויך.

זיי מיר מוחל אויב כ'האב דיר פארשעמט ברבים זאל דיר זיין צו כפרת עוונות.

דיין שותף צום ניק חייקל. (דער אמת'דיגער חייקל - ס'נאר דא איינס!)

נ.ב. כ'וואלט דיר געשיקט א מעלדונג אין אישית, אבער ס'קומט דאך צוריק צו מיר אליין.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:48 pm
דורך מאנ-יימער
האלאוי האלאוי קאלם דאון
שריי אים נישט אן ווייל באלד הערט ער אויף צו שרייבן און דאס קען איך מיר נישט ערלויבן
מ'מעג נאך האבן עפעס פון וואס צו שמייכלען אין דעם לאנגן גלות