ארור מכה רעהו בסתר

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

איעדן אינדעפרי ווען איך עפן אויף מיינע קעסטעלעך טראכט איך צו מיר, ווען וועט זיך שוין איינער מרחם זיין און מיר אנפרעגן אין פאסט קעסטל אויף מיין אידענטיטי?
איך קוק מיך צו ווי יעדער איינער דא האט זיך זיינע מעשיות, מען וויל אים דערגיין, מען איז אים דערגאנגען, די גאנצע שטאט ווייסט שוין, בקיצור ער איז פאפולער, איך פיל מיך ארויסגעלאזט פון די גאנצע זאך דא, אפשר געפעלט ענק נישט מיין בילד? (הא הא עס איז נישט מיין עכטע...) אויב יא קען איך עס נאך טוישן?






די דאזיגע תגובה וואלט איך נישט געקענט שרייבן ווען נישט די געטרייע הנהלה דא אינעם קרעטשמע וואס באמיעהן זיך אזוי שטארק פאר אונזער וואוילזיין, וועגן 2 סיבות, איינס ווייל עס וואלט נישט געווען אמת, פשוטו כמשמעו. 2, ווייל אפילו עס איז א פאני תגובה (צו שרייבן אזאנס) האב איך עס נישט מורא צו שרייבן און איך בין פארזיכערט ווייטער מיט מיין אנאנימיטי, איך קען ווייטער שרייבן וואס איך וויל כאילו לא הי' אנע פחד אז איך וועל מיך נאך אמאל שעמען דערמיט, אשריכם גבורי החיל, איך האב די פולע טראסט אין ענק, כה לחי, א יישר כחכם.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

אל זה היה דוה ליבינו אל אלה חשכה ענינו אל הקרטשמע שרייבערס שלא יוכלו להסאפק אין נעבעך אפגעטראגען אין בליענדיגע שענסטע שרייבערישע יארען נאר ציליב אינזער נארישע קלות ראש
אוי אהוי אוי אל נפשי אוי אל רוחו וווי אל נשמתי !!!!!!!!!!!!!!!!

מיט טרערען אין די אויגן מיט רינעדיגע נאז אין מיט פארסראחטע געמיט קום איך מיך דא מודה ומיסיסודע זיין איך בין געווען נעבעך דער ניק #1 וועלעכע האט בשאט נפש געארבעט ארויס צבאקומען די ריכטיגע פרציפם פין מיינע געווזענע באליבטע געטרייע ניקים

ולא די בין נעבעך אויך געוען דער אימפארשעמטער ניק #2 וואס האט פינקטלעך געהערט ווי ניק #1 קוועטשעט ארויס נאך אפאר ניקים ענד איי העד אפלי די פיפט נישט ארוס געלאזט קיין שום פיפץ פין מחאה

סא איי פיל סארי פאר עוורי באדי
איך האף אז נעקסע מאל וועל איך שוין בעסער אבאכט געבן אין איך וועל וואטשען אז דער בעל ארור מכה זאל נישט שטיין פין דער זייט אין זעהן ווי איך ניקע מיך ארום פין איינס ביז צווי (ניק דריי איז נישט דארט געווען ס'פלעין געוועין א ליגענט פינקט ווי ניק אייס אין צוויי)

בקוצור סזאל שוין זיין וישקנו המות לנצח עד בג"ץ!!!!

נ.ב. איך האב נאך צוויי ניקלעך וואס איז פארהוילען פין מיר ווער עס וויל זיין א וואלאנטיר מיר ארויסציהלפען קען זיך ווענדען צי מיר אין זשיטאלק
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קאניאק, ברוינפן איז אלעמאל גוט... אז דו ביסט גוט, ביסטו גוט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

איך האב נישט געוויסט ווי וויכטיג ס'איז פאר אסאך ניקים צי בלייבען אין געהיים אבער נאכען אדורך ליינען די אלע פארום'ס זע איך ווי ערנסט עס איז,

איך האלט אז ס'וואלט געווען א גלייכע זאך אז מ'זאל שטעלן די פארום'ס פון נישט נאך צי גיין ניקים אויף אזא אויפן אז צי וועלעכע פארום'ס מ'גייט נאר, זאל מען זיך באגעגענען דערמיט, ווייל נישט יעדער כאפט אז ס'שטערט איינעם,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

איך בין זיך מצרף, אז אויב מען ווייסט די ניק, פארלירט קרעטשמע איר חן.

דאס איז זיכער, אז אויב איינער וועט למשל געוואויר ווערן ווער איך בין, א טאג דערויף, בלי נדר ווערט אויסגעמעקט מיינע אלע תגובות, איך גלייב אז נאך שרייבערס זענען אזוי.

שכח סאכדעס פאר'ן מעורר זיין.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געדולד, אויב דו פלאנסט צו מעקן, ניטאמאל שרייב.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העי! דו שייגעץ ווא דו ביסט!... ארויס פון דא!.... ווער האטיך געגעבן א היתר אראפצושלעפן מיין מאסק?...

אקעי.. איך וויל דא איבערגעבן פארן עולם, אראפשלעפן א מאסק, הייסט געהעריג גילו!...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

נכנס יין יצא סוד... נעכטן ביי משתה היין האבן די ברודערס און שוואגערס מיינע מגלה געווען זייערע ניקים, אבער איך דענק עס שוין נישט צוליב די שכרות.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

איך הער, אזוי זיכער ביסטו אז מען גייט געוואיר ווערן מיין ניק?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

חס ושלום, אבער ס'איז נישט אויסגעשלאסן, סאו אנשטאט טראכטן אז דו גייסט מעקן, שרייב ענדערש נאר אזעלכע זאגן, וואס דו וואלסטעך נישט געשעמט צו זאגן, אויך ווען מ'ווייסט ווער דו ביסט.
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

דעמאלטץ שרייב איך שוין לכתחילה אינטער מיין נאמען
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הלוואי אויף אונז אלע געזאגט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

גאנץ א גוטער פלאן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אלחנן,

עס איז שוין גאר נישט בלשון בתמיה,

ליידער קאנען מיר באשטעטיגען אז נאך א קרבן איז געפאלן אויף דעם מזבח פון נייגעריגקייט,

רבותי, עד מתי ? ? ?

[חוץ אז מיר וועלן געוואויער ווערן אז עס איז אזוי אמת וואו די צווילינג.]
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

ביקסאד האט געשריבן:
[חוץ אז מיר וועלן געוואויער ווערן אז עס איז אזוי אמת וואו די צווילינג.]


וואס מיינסטו אז ס'איז נאך א אפריל 1 וויץ??
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

סעמיטשקע האט געשריבן:
מעלדונג


אל כבוד ידידיי, חברי האי עלמא המהוללה, כל אחד ואחד בניקו הטוב יבורך.

זה כמו שני חודשים וואס איך געפון זיך דא אין די אנגינעמע אטמעספעריא, פון די חסידים ואנשי מעשה, וואס באמת נהניתי מאד יעדע רגע ורגע וואס כהאב מיר דא געפינען.

אבער לכל זמן ולכל חפץ, סקומט א צייט וואס מקען שוין נישט ווייטער אנגיין, מכמה סיבות וואס איך וויל נישט מעלה זיין דא.

הגם סוואלט גיווען א מעגליכקייט צו שווייגען און איגנארירין די גאנצער ענין און פשוט אויפהערין שרייבען, אבער עצור במילין אי אפשר, דעריבער מעלד איך ברבים אויף מיין רעזיגנאציא.

איך טוה ווינשען פאר אלע ידידים ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.

הלא זה אנא זעירא דמן חבריא
סעמטיטשקע

האט דאס עפעס א שייכות צו גילוי??
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לויט ווי ער האט מיר געמאלדן אין אישית איז דאס א פריוואטע אנגעלעגנהייט, און האט נישט מיט גילוי קיין שייכות.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א מעסעדזש פאר דער וואס פראבירט נאכצוגיין מיין איידענטיטעט. (דער באטרעפענדער ווייסט וועם איך מיין.)

ווען איך וויל דו זאלסט וויסן ווער איך בין, וואלט איך דיך געזאגט, און דאס אז דו ווייסט נאך נישט, מיינט אז איך וויל נישט אז דו זאלסט וויסן, און טאמער דו מיינסט אז דו וועסט מיך כאפן, זאג איך דיר, ס'קען זיין אז דו וועסט קענען, אבער ס'וועט דיר זיין זייער שווער, און דאס וועט אויך קומען נאכדעם וואס מ'וועט דיך חוסם זיין, לעולם ועד, און.. נישט נאר דיך, נאר אלע דיינע ניק'ס וועלן נחסם ווערן.

דיין שריפט קענסטו נישט באהאלטן, קענסט טוישן ניקס ביז מארגן, אז דו ווילסט מ'זאל דיך נישט דערקענען, דארפסטו טוישן דיין שריפט, נישט דיין ניק..

און אז דו וועסט מיך נאך נאכגיין, וועל איך מאכן זיכער אז דו וועסט מער זיך נישט געפינען די פלאץ דא..

וויכטיג מאכער.. (ברשות ההנהלה..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

טראנקילא אמיגא...
וואס גייט שוין ווייטער פאר?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35413
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פראוועד, איר האט געטראפן א לערע ווענטל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

זיי מסביר פליז
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ואמר כל העם אמן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

לעצטע און עפנטליכע ווארענונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

צו דעם יעניגן וואס דערקוטשעט מיר די יארן פריוואט שוין כמעט זינט איך געפין זיך דא.
איך האב געמאכט א טעות מיטן דיר ענטפערן איינמאל ברבים -מיינענדיג אז אזוי וועל איך האבן פון דיר מנוחה- און א גרעסערע גרייז בין איך באגאנגען, אז ס'האט זיך ארויסגעגליטש פון צווישן מיינע שורות אז איך בין א שרייבער פון פאך אויס. (אבער את הנעשה אין להשיב, און איך גיי נישט אצינד אלעס פארמעקן צוליב איין נודניק). אבער דאס מיינט נישט אז כ'בין מחוייב צו ליידן פון אייך, אז יעדעס מאל וואס איך סיין זיך דא אריין דארף איך ערהאלטן א פריוואטע הודעה פון אייך, (וואס אגב עפ"י רוב עפן איך עס ניטאמאל צו ליינען אייערע בויך קרעמפן, נאר איר זעהט דאס נישט וויבאלד איך וויל דאך זעהן צו פילייכט האט מיר א צווייטער עפעס געשיקט).
איך גלויב אייך נישט אז איר זענט א רעדאקטאר וואס זוכט גוטע שרייבערס. (נישט אז איך בין חלילה חושד א איד אין ליגענט זאגן ח"ו, נאר איר זענט פון די פערזאנען וואס די פאנטאזיע ווערט ביי זיי פארוואנדלט אין א רעאליטעט...). און אפי' יא בין איך נישט אינטרעסירט אין אייער אפפער, ווי איך האב אייך שוין עטליכע מאל געאנטווארט.

און וויבאלד אויף מיין פערזענליכע ווענדונג צו אייך האט איר אפגעענטפערט מיט דברי זלזול און שפאט. דעריבער בין איך געצווינגען זיך צו ווענדן צו אייך דא ברבים. ר' איד! איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, הרף ממנו! טשעפעט אייך אפ פון מיר באצייטנס! און אז נישט וועל איך אייך מוזן איבערגעבן פאר די באהערדע. און ווי עס שיינט פון זייערע שארפע לשונות דא, וועלן זיי אייך נישט צופיל שוינען נאר תיכף אויסשליסן.
אלזא ביטע האט שכל, און פארשטייט ווען מ'רעדט צו אייך מיט שיינעם.

מיר בלייבן ווייטער גוטע פריינט, אבער נאר פונדערווייטנס ביטע...
ידידך פארשריבן
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איך מיין אז סאיז שוין צייט צוצובינדן דעם אשכול אויפן אויבנאן...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”