דער טשולענט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דער טשולענט
ווען מיר טראכטן דערפון שטייענדיגערהייט ווילט זיך אראפזעצן
ווען מיר שמעקן דערפון קוקן אונזערע אויגן גראד צום בית הכבוד, האפאנענדיג אז ס'איז אפן
ווען מיר וועלן אבער אריינטראכטן וואס געוויסע האבן ביי אונז איינגעפירט וועט עס נאר ארויפברענגן עסענישן געמישט מיט אומפארשטענדענישן
כבודם במקומם מונח, מיר אלע ווייסן אז דער טשולענט איז א מאכל וואס א אינו בן ברית האט נישט צודעם די זכי', אבער אונז אליין נאך א נשמת, קומט זיך אונז אזא פיינע געשמאקע מאכל
און על זה דוה לבינו, פארוואס האט מען דאס איינגעפירט צו עסן צום סוף פון די סעודה, רבוש"ע פארוואס?
עס פיט שוין גארנישט אריין נאך די חלה חלה מיט טמעטא דיפ, חלה מיט טחינה, פיש, אייער צוויבל, אנא יכנס כל הפשתן הזה האט יעקב געוויינט
פרובירנדיג צו גיין צווישן די טראפן מיטן שלום בית, צו עסן די טשאלענט גראד נאך קידוש, איז דאס קעגן די מסורה, און ווער סווייסט פרובירט ניטאמאל איבערצורעדן מיין ווייב זי זאל זיך מיט א ריר טוהן קעגן מסורת אבות
געשעט יעדן שבת דאס זעלבע, אויפשטייענדיג שבת צופרי פארן דאווענען, בייגט מען צו די אויער צום טאפ, הערן צו ס'זינגט די זמירות, צו ס'באבלט, און אך ווי געשמאק איז צו הערן ווי שיין און צוקערדיג זיס די בונדעלעך שפרינגן ארום אין טאפ מיטן ניגון פון וביום השבת טאנצן זיי
איז דאך פארט פארן דאווענען, א איד איז א איד, ווארט מען צו ביז נאך מוסף ווען אינמיטן ליינען בין גברא לגברא ווערט א שמועס איבער דעם טשולענט און איך קען מיט שטאלץ זאגן מייןס באבעלט אוועק אז סאיז א געשמאק נאר דורכצוגיין מיין טיר און עס שמעקן
ווער רעדט נאך און די וואכן ווען ספארמאגט א גוט שטיקל מארעך ביין, לית טב מיניה
קומט מען אהיים מיטן טלית אויפן איקסעל, און דא איז דער בראך, משמעקט בשמים ממאכט קידוש אבער פון די טשולענט קען מען פארגעסן, קען מען דען? אבער זי מיטן ווינק ווייזט נישט יעצט, יעצט גייט מען זיך וואשן, חלה פיש אייער, אהה יעצט ביסטו זאט, יא, פיל ביז אויבן? אויב נישט דא האט איר פצעי, יעצט איז דאס פיל? יעצט וועט מען דיר סארווירן א טעלערל
רינט א טרער נאך א טרער, מקען נישט מער, פרעג איך אייך אזוי דארף אויסקוקן א שבת טיש?
בנוגע די טענה וואס וועט מען סארווירן זונטאג ביי נאכטאמאל אויב מטיילט אויס די טשולענט פרי, זאג איך וואס איז שלעכט זונטאג צו געבן פיש מיט אייער צוויבעל?
איך ווייס עכט נישט וואס דא גייט זיך אויסקאכן

עס איז אמאל געקומען א איד (דאכט זיך אז ס'געווען ביים קאזניצער מגיד) אז ער וויל זיך גט'ן, פרעגט אים די רבי וואס איז? אפשר קען מען עפעס אויסארבעטן? זאגט ער אים אז ער וויל שבת צופרי עסן קוגל תיכף נאך קידוש, און זיין ווייב טענה'ט אז קוגל עסט מען ביינאזאם מיט די טשולענט, אזוי שלאגט מען זיך ארום יעדע וואך ביז ער האט באשלאסן עד כאן, ער גייט זיך גט'ן און פטור א נייסעק.
בקיצור די רבי האט איר געלאזט רופן און מ'האט געמאכט א פשרה אז מ'גייט עסן צוויי מאל קוגל, איין מאל תיכף נאך קידוש אזויווי די מאן וויל, און נאכדעם ביי די טשולענט אזויווי די ווייב זיינע וויל, און כך הוה, זיי האבן געלעבט בשלום ווייטער צוזאמען.
פון דעמאלטס אן האט די רבי געהייסען אז יעדע וואך זאל מען ביי אים אין שטוב אויך געבן קוגל תיכף נאך קידוש, און מ'האט דאס גערופען די "שלום בית קוגל".
לענינינו, איך קאן אסאך שטובער ווי מ'סערווירט צוויי מאל טשולענט אויך, און א קלוגער מאן דארך זיין בכח דאס אויסצופירען, און אויב גייט דאס נישט ביי דיר, איך האב פאר דיר א גוטען שלום בית עקספערט, פארבינד דיך מיט מיר אין אישית...

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
דער דאיען אפילו נאך עטליכע טעלער טשולענט ביי קידושים (קידישים?) און אפאר שאכטלן הערינג מיט אייער קיכלעך, און נאך דע פיש און חלה אייער צוויבל פצעי, עסט מען א געשמאקע טעלער טשולנט אזש א רויעך שלענגעלט זיך אויפ'ן גאנצן דארף.
איי איי איי, מ'דארף פשוט וויסן צו פאקן אלעס מיט א סדר.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דער מעשה וואס די האסט דא אראפגעברענגט מיין איך איז נישט פון קאזשניצער מגיד, נאר פון ר' מאטעלע הארנסטייפלער. די געשיכטע גייט נאך ווייטער. ר' מאטעלע האט נאך דעם וואס ער האט אזוי גע'עצה'ט דעם איד געזאגט אז ווי אזוי קען דאס זיין אז איך זאל זאגן א איד צוצולייגן נאך א מאכל צום סעודת שבת בעת וואס איך פיהר מיך נישט אזוי? האט ער פון דעמאלט אנגעהויבען אויך צוצוגרייטען א קיגעל אויף נאכן קידוש. איך קען אן אייניקל פון ר' מאטעלע וואס עסט טאקע יעדע וואך א קיגל גלייך נאך קידוש מהאי טעמא.
איך עס אויך קוגל גלייך נאך קידוש שבת אינדערפרי, און דאס איז פון די איינציגע מנהגים וואס איך האב מקבל געווען פון מיין שווער (ביי מיין טאטן האב איך דאס נישט געזען), און ער פון זיין שווער, עד השווער הראשון.
און די טעם דערפון איז... (דא וואלט איך געדרוקט ENTER X 27 אבער איך וואלט מצער געווען א קאלעגע קרעטשמע זיצער) "געוואלדיג"!

פונקט זונטאג האב איך געמוזט דעם אשכול א עפן טוהן,
דערנאך וואס יעך האב דאנערשטאג ביי לאנטש געגעסן א פארעעוע טשולנט,
דאנערשטאג נאכט ביים לערנען אפיינע פליישיגע טשולנט,
פרייטאג פאר טועמיה ווידער אמאל טושלענט,
שבת נאכן דאווענען ביי א קידוש פון איינע פון מיינע ידידים אויך טשולנט,
שבת אינדערפרי ביי די סעודה זיכער געגעסן טשולנט,
און היינט פאר נאכטמאל זאגט מיר מיין ווייב אז ס'איז איבערגבליבן טשולנט,

- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
שויתי'ניק האט געשריבן:ווער ס'וויל, קען נאך קומען באזוכן\פארזוכן.
באמת א גינעלער איינפאל אין א גוט הארציגקייט פון אייער זייט פארן ווארימען אפער!!
על הראשונים אנו מצטערן.. מיר ברויכען נאך קודם א פטור שאפן פארן ערשטען פארציאנען פון היינט מיטאג צייט.... גלייך דערויף לאזן מיר זיך אריבער צו שויתיניק.. פאר נאך!
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
ב"ה די טשולנט די וואך איז געווען עפעס געוואלדיג, א_ווי יעדע וואך
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם