Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קיצור ה"קרעטשמע"!

פרייטאג ינואר 02, 2009 3:39 pm

לאנגע וואכען, אויב נישט חדשים, טיילט אפ פון ווען אלעקסיי מיטן קרעטשמע האבן זיך צוזאמגעטראפען. דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך, עס איז דאך א הימל געשריי, אז אזוינס האט ליידער פאסירט, שומו שמים על זאת. דארף מען דאך מפשפש במעשיו זיין, און חוקר ודורש זיין, בשל מי הרעה הזאת?

ווי אזוי האט דאס פאסירט אז אלעקסיי וואס פלעגט אלעמאל אזוי געטריי באדינען די קרעטשמע מיטגלידער, מהנה זיין די עולם מיט די "טעקסט מעססעדזשעס" וויצען (כאפט נאר א בליק אין מיין פרופיל), אריינווארפען זיינע פאר סענט אין אלע געהענגליך, גריסן יעדן טאג אזא ווארימע BYE, זאל מיטאמאל פארשוואונדען ווערן פון די מאפע, אן לאזען נאך זיך עטוואס שפורען?

נישט אז אלעקסיי איז טאקע דער ערשטער אדער דער איינציגסטער וואס זאל אמאל האבען געטוהען אזא שענדליכען אקט, מען האט שוין געהערט אזוינס מימים ימימה, עס איז נישט דער ערשטער מאל וואס א חבר הקרעטשמער ווערט פארשוואונדען אויף א לענגערע וויילע, אדער אפילו ליידער אויף גענצליך. אבער דאך, ווער האט זיך געגלייבט אז דאס גייט אמאל פאסירען צו אונזער אלטן באליבטען אלעקסיי?

נו, ציה נישט אן דעים עולם אזוי שטארק, זאג'זשע ביטע וואס די סיבה איז, און מיר וועלן זיך פארבעסערן. נישט אזוי?

גיימיר זיין א הולך רכיל ומגלה סוד, וואס האט צוגעברענגט דערצו. ווי באקאנט, זייט די "היימישע קרעטשמע" האט זיך אריבערגעצויגען צום נייעם לאקעל (וואס איך האב מתחילה נישט אזוי געגליכען, אזויווי פילע אנדערע), איז ניתוסף געווארען ספסלי הקרעטשמע, מיט שרייבער'ס מ'שרייבער'ס שונים, פילע פון זיי גאר אינטערסאנטע, וואס זענען מהנה דעים היימישען ציבור טעגליך מיט אלע סארטן אינטערסאנטע נושאים מנושאים שונים, וואס עס איז ממש א שאד צו פארפאסען. אבער וואס קען מען טוהען אז מען קען פשוט נישט אנקומען צו אלע, מען דארף דאך האבען די וועלטס צייט אלעס אדורכצוגיין? האט מען אפגעמאכט אז מען וועט נאר לעהזען א טייל פון זיי, וואס קוקט אויס מער אינטערסאנט ווי די אנדערע, וואס דער אויג ציט מער דערצו, אדער וואס דער נאמען פונעם מחבר אפעלירט מער צו די געוויסען-ביסן, וכדו'. אבער האט מען זיך מיטדערצייט דערזעהן, אז עס גייט נישט אזוי, עס גייט נישט עס פארט נישט דער מאשין... אוי, ווי בין איך דא פארקראכען, כ'מיין צו זאגען, אז דער קרעטשמער איז מיר געווארן א שליט אויפן מוח און אויפן לב, און האט מיר איינגעטיילט צו וויילען צווישען זיינע ווענט פיל לענגער ווי ערלויבט לויט די צייט, און ער האט מיר צוגרונד געלייגט פיעל פראיעקטן וואס איז געלעגן אויפן סדר היום. ביז איך האב מיר דערזעהן אז עס קען אזוי ווייטער נישט אנגיין, ביז איך האב מיר געמאכט א החלטה גמורה בכלל נישט צו באזוכען די קרעטשמע עד יעבור זעם!

און אט בין איך ווידער דא, און איך דערזעה מיר מיט 599 אשכולות, וואס עס איז קיין שום מציאות שבעולם אדורכצולעהזען, און עס איז הדרא קושיין לדוכתן! וואס טוט מען דא? איז מיר פייגעבאלען, אויפצופאדערן עמיצען פון די חברים וואס דרייען זיך דא טאג-טעגליך, און מאנכע זענען דא וואס זוכען צומאל אפילו וואס צו שרייבען, אנפירקעלנדיג די איין ווארט/האלבע ווארט אשכולות, וכדו'. אז איך האב א געוואלדיג רעיון, צו עפענען אן אשכול מיטן נאמען "קיצור ה'קרעטשמע' ", וואס דאס זאל אנטהאלען א קיצור נמרץ, מיט א לינק, פון אלע אשכולות פון במשך דעים טאג, וואך, וכדו', וואס איז צוגעקומען לעצטענס.

אזוי ארום אז ווען אימער עס וועט זיך מאכען אז אלעקסיי, אדער ווער אימער פון די חברים, איז פארנומען און יאגט נישט אן צו ליינען די אשכולות, זאל האבען א שטיקל ידיעה, וואס גייט דא פאר בין כותלי הקרעטשמע. נישט אז אלעקסיי זאל טרעפען מאשקע, זיידעניו, אדער אלטע בחור אין ביהמ"ד, און זיי וועלן מיר פרעגען: האסטו געזעהן מיין קנאקעדיגער ארטיקל איבער יאנקל פאדראטשיק, האסטו געזעהן ווי אזוי איך האב צולייגט דאס וואס מאנכע מענטשען וכו', און איך בלייב נעבאך אן א לשון, און איך זיך מיר אויס עפעס א תירוץ אונטער דעים ארבעל, אפמורמעלענדיג עפעס א תחינה. אזוי וועל איך זיין אינדערהיים, און זיך נישט דארפען פארשטעקען דאס פנים ווען איך זעה מאשקע, זיידעניו, אדער אלטע בחור אויפן אנדערען זייט גאס.

באמת, ווען די צייט וואלט ווען געווען אויף מיין זייט, וואלט איך מיר אריינגעלאזט אין לענגערע ביאורים והסברים בגודל החיוב לקצר, ולשנות בדרך קצרה. אבער אזוי ווי ליידער איז דאך נישט אזוי. מוז איך מיר דא אפשטעלן, און אנוואונטשען יעדעם איינעם "א גוט שבת", און גוט "BYE".


בקיצור, מי ל'קיצור' אלי!!!

Advertisement

פרייטאג ינואר 02, 2009 3:49 pm

א געוואלדיגע איידיע, דאכצעמער גרויזאמער האט שוין אמאל גערעדט דערפון.

באט פאר דערווייל לאמערעס מאכן בקיצור.

א גוט שבת.

שבת ינואר 03, 2009 7:00 pm

גוטע איידיע, בני לעדער תיכף נאכן ערהויבן ווערן צום ראש הקהל אמט וועט דאס זיין מיין ערשטע פראיאריטעט.....

שבת ינואר 03, 2009 7:07 pm

כ'גלויב אז רוב בני הקרטשמע וואלטן שטארק הנאה געהאט פון דעם גליענדן איינפאל.
(במאמר המוסגר, דיין אשכול איז פאר מיר שוין אויך געווען צי לאנג איך האב עס נאר געליינט בקיצור און אויבנאויף..............)

שבת ינואר 03, 2009 7:27 pm

גרויזאמער האט אמאל פארגעשלאגן דעם זעלבן עצה, מאך א זוכעניש וועסטו עס געפונען. (איבריג צו זאגען אז אזא זאך קען זיך נישט אויסארבעטן).

שבת ינואר 03, 2009 9:48 pm

הארכזשע אויס לעקסיי, איין עצה האב איך פאר דיר, אריין צי גיין אין "לאזינג פון טאג אשכול", העסטו כאטשיג קענען טרעפן דעם חלק, אבער וואזשע זאל מען טון אז מיסטער "לאזינג" מיט "האמת" זענען שוין לאנג נישט אקטיוו, כליפ כליפ :cry:

זונטאג ינואר 04, 2009 10:38 am

דא האסטו א לינק פון א קורצע אשכול

זונטאג ינואר 04, 2009 3:57 pm

די איידיע איז נישט אזוי געוואלדיג ווי דער ארטיקל וואס האט איר פארגעשלאגן, און ווי איך הער זאגט גרויזאמער האט דאס שוין פארגעשלאגן און ווי קרעמער זאגט עס האט נישט קיין אויסזיכטן צו אויסגעפירט ווערן, אבער אלעקסיי דאס מיינט נישט אז דו ברויכסט נישט ווייטער לעזן און שרייבן, אויב קאן מען נישט אלעס דאן כאטש וויפיל מען קען יא.

זונטאג ינואר 04, 2009 9:18 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:דא האסטו א לינק פון א קורצע אשכול

יגר ;l;p-

מאנטאג ינואר 05, 2009 12:30 am

יגרסהדותא האט געשריבן:דא האסטו א לינק פון א קורצע אשכול

יו אר סאו קיואאט.......... :mrgreen:

מאנטאג ינואר 05, 2009 3:05 am

איך וועל פרובירן עס צו מאכן קורץ....

אנגעפאנגען האט זיך עס אז גלייך נאך דיין אנטלויף איז 'זיידעניו' אנטשלאפן געווארן לאזענדיג די הענגעדיגע פראגע צו די קענסט מיך שאפן אפאר דאללער? קורץ דערנאך האט אריינמארשירט א 'וואלף' נישט טשעפענעדיג קיינעם נאר יענטיש (נישט יענטאאש) ארומגעוואנדערט, ולא הי' ימים מועטים און מען האט געכאפט דעם נידריגן פארברעכער און 'באכי' האט געוואונען מיט א מערהייט.

יוי! פרעג נישט ס'געווען צו טאטשי, משה'לה האלצבערג האט דא באצויבערט דעם ציבור מיט א דרשה אויף 'פויליש', נישט אויפהאלטענדיג דעם עולם א גאנצע נאכט.

פריער צו שפעטער האט מען געבויעט א מעכטיגע ראנוועי וואס האט זיך געצויגן ביז הייד פארק אריין..... אבער ליידער האט די שמחה נישט אנגעהאלטן לאנג ווייל די שריפה האט איבערגענומען די נייעס.

קיין נבלות וועל איך נישט שרייבן, אבער עס איז שוין נכלל אין די אלטע פראבלעם פון אינטערנעט.

יגר דרייט זיך ארום און זוכט... (צו מאכן מציבות....) און ב"ה גאנץ "צייטליך" איז ער נעתר געווארן לבקשתינו..., אבער זארעכ איז זיך ווייט נישט מייאש, ווידעראום שאץ לאכט זיך אויס פון יעדעם - ער האט זיך אריינגעלייגט אין סייענס.....

'באכחי' האט זיך ארויסגעלאזט אין א קעדאטשקע...., און זיידי ליגט אינדערזייט.... 'הערשי' קוקט זיך אין שפיגל פול מיט נייגער..., און 'זארעכ' נעמט אן אווי דער באר מים חיים און מאכט א הויכע לשם יחוד, 'זאנוויל' פרעגט אן ווער ער איז (פאני הא?), און 'טורקי' מעלדט זיין אנוועזנהייט.

'זיידי' נעמט זיך חוזק מאכן פון כל הקדוש לנו... און נעמט מיט זיך מיט 'וואלווי', פארגעסענדיג דעם ראשי תיבות פון וישכחה"ו(דארפסט א ריקאלע?).

א טייכל(איך קען עס נישט נאכשרייבן....) מיט קאפי גיסט זיך אין קאווע שטיבל ליינענדיג די דבר יום ביומו, די איבעריגע האבען די קליינע שנארערס אויסגעגאסן, און גערעכט זענען זיי ווייל אז די קאפ איז די עיקר וואס קאסט, ווער דארף די קאפי?

די ווייסט וואס עס מיינט אין א גרינעם דינסטאג א שלש סעודות תורה? מיט אזאנע מנהיגים און מחנכים וואס פארלאנגסטו?

יעדער פרייט זיך מיט דיין צוריקקער.... עס האט אבער פאסירט אין די זעלבע צייט וואס מען האט איינעם ארויסגעווארפן פון שטאט... אבער יענטאאש קומט יא אריין אבער נאר מיט א ראונד טריפ טיקעט.... און די לעבעדיגע נעמען זיך צום הארצן די קאמפלימענטס.....

ע"כ מצאתי בספר המשכר המיוחס לחו' (רובם ככולם) דצמ' למספ' בחדרי הקרעטשמע.

מאנטאג ינואר 05, 2009 8:15 am

WOW טוירקי האסטו אריינגעלייגט א ארבעט דא WOW

מאנטאג ינואר 05, 2009 4:47 pm

מיט די אלע לינקס איזעס גארנישט אזוי קורץ,

טערק, א שיין ארבעט!

מאנטאג ינואר 05, 2009 7:24 pm

א מעכטיגע ארבעט!

מאנטאג ינואר 05, 2009 9:13 pm

ווילדער גענזל;

אזא ארבעט, קיינעהארע

מאנטאג ינואר 05, 2009 10:53 pm

זעט אויס א שיינע און געוואלדיגע ארבעט, צו דריקן אויף אלע לינקס, האבעך יעצט נישט קיין צייט און ווי אויך נישט קיין געדולד.

דינסטאג ינואר 06, 2009 1:02 pm

מאמאמיא. וואס דער האט דא צוזאמגעשטעלט.

מיטוואך ינואר 07, 2009 8:09 am

טערקי WOW

מיטוואך ינואר 07, 2009 11:06 am

דיעזע ווערק, איז א ביישפיל צו דאס אלטע ווערק פון אונזערע וועטעראנען.

געוואלדיג.

מיטוואך ינואר 07, 2009 1:26 pm

דיזער האט שוין אמאל געשריגן די זעלבע זאך

זונטאג פבואר 01, 2009 3:10 pm

א גוטע עצה וואלט געווען צו ארויסגעבן יעדע סוף וואך די "היימישע קרעטשמע" א שטייגער ווי די אידישע וועלט נייעס, וואס איז נארוואס ערשינען אין די געשעפטן, און אזוי וועט מען בעזר ה' קענען מיטהאלטן אלעס וואס ס'טוט זיך דא.
שרייב א תגובה

Advertisement