יענקי! קום צו דעי טאטע ער האט אסאך געלט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

יענקי! קום צו דעי טאטע ער האט אסאך געלט...

תגובהדורך אינטעליגענט » זונטאג דעצמבער 28, 2008 5:05 pm

וואכן בעפאר עס הייבן זיך אפילו אן דערקענען אויפן האריזאנט דאס מינדעסטע שפור פון חנוכה, העט ווייט בעפאר עס האט נאך איינער אנגעהויבן פאנטאזירן איבער די געשמאקע דזשעלי-פאנקען, לאנג איידער די נשים-צדקניות נעמען אפיר די חנוכה-זילבערווארג צום פוץ-אקציע, שטייט שוין אונזער שמש'ל פיניע מיט פארהויכטע ברילן און פארסאפעטע אטעם, טאג איין טאג אויס שלעפט ער ארויס – קוים בייכלעפטשענדיג - זיין וועגעלע, אויסגעלייגט מיט חנוכה פראדוקטן, קנייטלעך, גלעזלעך, מנורה'ס, טישלעך, דריידלעך, און אלסדינג וואס ווערט פארברויכט צום חנוכה-געצינד, עס ווערט דערקענט אויף דעם פיניע'ס געזיכט א היבשע אויפגעראמטקייט, די באקן באקומען צו פארב, אמער, עס ווערט דאך פאראויס געזעהן א חנוכה ערשיינונג אויף אונזער פלאנעט, מ'שטיינס געזאגט זיין אושפיזא, וואס הייסט, אלע ברויכן דאך איינקויפן אויף צו צינדן, און אז ס'מאכט זיך דאס איינער האט פארבליבענע קנייטלעך פון פאריאר וואס זאל סטייען אויך פארן בעפארשטיינעדן חנוכה, וואסידען, וועט ער דען נישט קומען קויפן קיין אויל? וועט ער דען אליין שטיין און צעדריקן בירטן, אויף ארויסזעהן אביסעלע אייל? נאוואדע עטער קומען צום שמש, און פיניע וועט רייכער ווערן מיט א קאפיקע וואס וועט האפנטליך קלעקן אויף געווירצן און גרינס אלס צוגאב צו די ברויט-און-פוטער פאר די פיצעלעך.

גייט פארביי א צירקע פון א וואך צוויי, און ביי די ווינקלן פון פיניע'ס געזיכט הייבן זיך אן דערקענען סימנים פון פארצווייפלונג, נעעע נישט פון דעם האב איך גע'חלומ'ט, קיינער? ממש קיינער האט זיך נישט באוויזן צו קויפן עפעס חנוכה'דיג? שטייצעך חוץ די בחור'לעך וואס זיינען געקומען באטאפן די סחורה, אדער סתם לצים גוטזאגער וואס בארינגלען אים אויף צו טרייבן שפאס פון די פארשידענערליי פאטענטן פון נערמיצווע וכת דילי', אבער קיין ערנסטע קונים דערזעהען זיך נישט.

אבער, נישט גע'דאגה'געט, אט איין דריי און ערב חנוכה אינדערפרי רוקט זיך אונטער, מ'שטייט שוין אט ביים שוועל, די לופט שמעקט שוין חנוכה, לאטקעס, דריידל, געלט-געגייעכטס, אקיצער, ס'גייט אריין אין אן ערנסטע פאזע, פיניע באקומט צוריק קאליר אויפן פנים, ער לויפט ארום פון איין קונה צום צווייטן פארשוויצט, די שוים בלעזלעך ביים ווינקל פון ס'מיילכל זיינער זאגט אן דאס עס הייבט זיך אן די ריעל ביזנעס, אטע שפאצירט שלמה דער גביר באוואפנט אונטערן פלייצע מיט די פארלאנגטע שבעת המינים, טישלעך קנייטלעך און אלס וואס מ'ברויך און אויך וואס מ'ברויך נישט... פארשטייט זיך אז דער גביר קויפט, קויפט ער ברייט, ס'זאל זיין פאר די אור-אייניקלעך גענוג צו ירושה,

ארום פיניע'ס טישל פארמירט זיך א געזעמעל פון גוטזאגערס און סתם רעדערס.
"גענאר א קוק, וויפיל ראבערס דארף מען פאר איין לעכטעלע, קוק נאר וואדא טוצעך"-שרייט אויס הערשל דער געשמאקער.
אבער אז קלמן דער לץ שטעלט זיך צו צום געזעמעל ווערט אויף וואר לוסטיג, ר'הייבט אן טרייבן שפאס און שמעטערן וויצן פון אלץ און אלעמען אזש עס ווארפן זיך די בייכער פאר געלעכטער.
אויך מיילעך דער רינדעכיגער שליסט זיך אן אינעם קופקע, אויך ער ווייסט עפעס צו זאגן, "קוקט נאר די פרייז פון א גאלאן אויל אידאך שרעקליך, פינף און דרייסיג פאר איין פלאש? כאדאך געהערט אז מ'האט געשניטן די בערלעך ביז פערציג טאלער... סארא חוצפה דער פיניע האט, צו בעטן אזעלכע פרייזן מיט געשווילעכטס".
ביי די זייט שטייט דער שלאנקער יאסל, פון נאטור אויס א שעמעוודיגער, וואגט זיך נישט צו עפענען דאס פיסק צווישן לייט, דאס איז אלס גערעדט אבער אין פרידנס-צייטן, נישט ווען עס קאכט זיך אזא וויכטיגע טעמע, שלייכט ער זיך אויך צו צום געפילדער אריינווארפן זיינע צענט, "הא? הא? וואזאגסטע מיילעך? מ'האט געשניטן די אויל? ס'מיינסטע צינדן מיר מיט גאז-אויל? דאס זענען דאך בירטן-אייל נאוואדע איזעס טייער".
עה! גיט מיילעך א ווארף זיין רינדכיג הענטל מיט א ביטול מינע, וואס פארשטייסטו דען צו עקאנאמיע?...

ערב חנוכה שפעט פארנאכטס, איך בין אין א געיעג צו כאפן דעם מנחה, איך לויף אוועק צום נאנטן בעסמעדריש, מיט א פארסאפעטע אטעם פראל איך אויף די טיר, אבער בומס... די טיר עפנט זיך נישט, עס שפירט זיך ווי עס טוט זיך אפ געוואלדיגע זאכן אונטער דעם דאזיגן טיר, איך פראביר שטופן מער, צוביסליך צושטייטליך עפנט זיך מיר א שפאלט איך זאל קוים קוים מיין קערפער דורכשלייכן, און אז איך דריי אויס מיין געזיכט צו באטראכטן פון דער נאנט די אורזאך פון די טיר אפהאלט, אנטפעלעקט זיך פאר מיינע אויגן א חתונה מיט מורישק... כ'מיין מיט אינגלעך, ביים ווינקל אונטערן טיר שטייט א אידל אויפן וועג ארויסצושפאנען פון שול, און אט ווערט ער באפאלן פון א סטאדע אינגלעך מיט אויסגעשטרעקטע הענטלעך, ווער מיט ראפעל ביכער, ווער מיט זיין בעגי, ווער מיט סתם א הענטעלע אנגעפאקט מיט ניקלס וואס שפריצט פון די לעכער צווישן די פינגערס פון זיין צארטע הענטעלע, און דער באפאלענער ביים ווינקל קען זיך נישט ספראווען מיט די חברה.... אומערפאלגרייך פראבירט ער אוועקפלאנדזשן די באנדע איבערפאלער... ווי זאגט באכי אין אזא מצב? חנוכה! קארעקט? יאפ ס'באמבערט שוין פא-געלט... די קינדערלעך מיט די ראפלעך גייען דאך ממש סינאנים מיט חנוכה, אווי קנאבל מיט חרוסת...

אז איך ענדיג אפ דעם מנחה דאווענען, זיך גרייטנדיג אויף מעריב, דערזעה איך ר' ישעי'ן ארויסקומען מיט נאסע פיאות פון טבילה, עס טריפט נאך די פיאות מיט פרישקייט, אה! איך ווער אנגעשטעקט מיטן היסלאוועס, ס'פארשמעקט זיך מיר א מקוה, און טאקע נאך בעפאר מעריב, נאך גרעסער וואקסט מיין עקסטאז ווען איך מערק אין ר' גדלי'ס ארויסקום מיט זיין שעמפו בעג פיין אויסגעבאדן... בפרט נאך אז עס ווארט מיך אפ הויפנס מיט האר-בינטלעך פון די ארויסגייענדע אפגע'טובל'טע, ס'טייטשט אז עס וועלן זיך אין מיר אנקלעבן א שפאר ביסל אידישע שערות פון אנדערע, וואס וועט מיך באגלייטן אויך צום מנורה צינדן, נו, וועט עס דאך שאפן א ריכטיגע כח הרבים...

איך שפאן שנעל צום אריינגאנג פון מקוה, אבער וואו וואס ווען, עס שטייען אויסגע'שורה'ט מחנות אינגלעך מיט די ראפלעך און די הענט צו באפאלן יעדע עובר ושב...

יענקי! רופט אויס א אינגל -האלטנדיג א פלאסטיק בעג פול מיט קליינגעלט אין די האנט - קום צו דעי טאטע ער האט אסאך געלט, כאגעזען ער נעמט ארויס זיין בערזל צו לייגן געלט אין די מאשין.... מער פעלט נישט, און באנדעס מיט געלט-גייערלעך באפאלן דעם רייכן טאטע... פראבירן זאל ער איצט צו שפרייטן זיינע הענט אויף די זייטן, אוי וועט ער פארשריגןן ווערן דורך די קינדער, "דעי טאטע מאכט טריקס, ער מיינט נאך אז איך ווייס נישט, פריער האבעך אליין געזעהן ער האט אבאנטש דאלערס"...

נאך א קורצע שמוגל-דראמע שווערץ איך זיך דורך צום טורנסטייל, גליטש אריין דעם דאלאר און איך הייב אן שפאנען, ווען ביינעלעביינע האט שוין אימיצער אויספיעט זיך אריינכאפן ביינאזאם מיט מיר, עס ווערט א געדרענג פון צוויי נישט-דינע גופים אנפילנדיג דעם חלל פונעם טורנסטייל, פארמירנדיג פלייש-בערגלעך ארויס פון די לעכער צווישן די אייזענעס...

איך יאג מיך ארויס פון מקוה צו כאפן דעם מעריב ביים זמן, און יא, פיניע דער שמש'ל שטייט שוין מיטן צינדער גרייט צו צינדן, מיט זיכערע טריט דערנענטערט ער זיך צום מנורה, ער שרעקט זיך כלל נישט פאר די האנטוך ווארפער, ער איז שוין א געלערנטער אין דעם פאך פון מאנעוורירן דאס לעכטל צו פארקירוון אוועק פונעם פליענדע הויפנס, ביז דערווייל כאפט מיין אויג עטליכע לייט אינעם שול, וואס איטליכער פאר זיך שאפן אן אנדערע סארט מהות.

אין איין ווינקל באמערקט זיך מיר א טיפ ווי ר' שלום, אן עלטערע איד מיט זילבער-גרויע בארדע, תמיד וועט מען אים טרעפן מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט, א קניפ אין בעקל פאר די קליינע, יעצט זעהט מען אים פארנומען ביז איבערן קאפ, ר'איז פשוט פארנומען איצט צוזאמקוועטשן טישוס בכדי די קינדער זאלן קענען ווארפן ביים צינדן-ברכה... מיט א שמייכל פון אויער צו אויער דעלאנגט ער זיינע פריש געמאכטע סחורה פאר די זיסינקע.

פון די אנדערע זייט זעה איך בעריש'ן [נאמען געטוישט משום גילוי...], א באבלאזענער טיפ, תמיד שטייט אים די נאז אויף אראפ מיט א הונדערט אכציג דיגרי... גרייט אויף אן עמערדזשענסי לאנדונג... ווי עס שיינט האט ער אריינגעזעצט אין זיין שטערן די גלייכע האריזאנטעל-קנייטשן, מיט די צווישן די אויגן ווירטיקל-גריבלעך איינמאל פאר אלעמאל, ס'זאל זיין גרייט פאר יעדע אינצידענט שלא תבא.. שטענדיג ברוגז אויף אלץ און אלעמען, ער איז מיט זיין זויער-אוגערקע-פרצוף מצליח אנצושטעקן דעם גאנצן ארום מיטן געהעריגן אומעט, זאלן אנדערע אויך שפירן ווי באזאלצענע הערינג, רייבט ער זיך די הענט פאר פאר נצחון... ער דער בעריש שטייט איצט און קריצט מיט די ציין, שוימט ברויזנדע מורמלערייען שעפשענדיג צו זיך: וווווואו האט מען דאס געהערט אמאל אינדערהיים [נאוואדע אויף וועם וויסטע שיסן אינדערהיים אויפן בני בית? עסטע צוריק כאפן כפלי כפליים...] מ'ווארפט אויפן שמש מיט אזא הוללות?

ווידעראום זעה איך ר' גדלי', א איד מיט אויסגעביגלטע קוטשמע, שטעלט נאר גלייכע טריט ביים שפאנען, אים פאסט נישט חלילה א שמייכל צו טוען ווען ער זעהט ווי די קינדערלעך צעלאזן זיך אויפן שמש און זרק'ן טישוס אן רחמנות, אבער וואס זאל ער טוען אז ס'קומט אים צו לאכן, האלט ער זיך איין, אבער צו לאנג קען דאס נישט אנגיין, ער פארגייט אין א אויספלאץ און די לעפצן צעשפרייטן זיך צו די זייטן, ער פראבירט שנעל צו קענסלען די שמייכל [קרעדיט: ווילדער] האפנדיג דאס קיינער האט נישט באמערקט... אבער צו זיין אנטוישונג באגענגנט ער בליקן מיטן אויפגעלייגטן ר' שלום, ווען דער לעצטער בלייבט אים נישט שולדיג וואונקענדיג מיט די אויגן ווי צו זאגן: לאך לאך, מעגסט ווייטער לאכן, ס'האט דיר נישט פארשאדט די פריערדיגע שמייכעלע...

דאן מערק איך ר' מענדל'ן, א דורכגעווייקטער פרומער איד, אויך ביינעם האצעך די מילץ צעשפילט און ער ווארפט זיך פאר געלעכטער, פון דער זייט שטייט א פרומער אינגערמאן און קוקט צו מיט שטוינונג, זעה איך גוט? דער ערנסטער ר' מענדל לאכט? גייט ער צו און ווענדט צו ר' מענדל'ן זיין תמי': ר' מענדל, ממממ כ'האב געוואלט פרעגן, דאס פאפיר געווארפעכטס האט מען שוין געזעהן ביים רבי'ן אויך? און ווען ער באקומט דעם פאזיטיוון אנטווארט פון ר' מענדל'ן ווערט ער בארואיגט און אויך ער פארגינט זיך א שמייכל צו טאן...

און ווי קען מען דאס פארזעהן אונזער מיילעך, א נידריג אידל מיט א רינדכיגע געשטעל, די דיק און ברייט זענען אין א פארמעסט מיט זיין הייעך.... שאפנדיג אים אן אויסזעהן ווי א גייענדע טאבע... א קליין בערדל אויפן מארדע, נישט צו שטערן דאס רונד-פארעם פון דאס פנימ'ל זיינער... תמיד איז ער אויפגעראמט און ווארפט א זיסע שטימונג אויפן גאנצן געגנווארט, בשעת די ראק צווישן די קנעפלעך שמייכלן צו... אזש ווען מ'זעהט אים לאכן איז אוממעגליך צו בלייבן פאסיוו, ס'לאכטצעך פון זיך אליין, אויך אים דעם מיילעך טרעפט מען אצינד צווישן די לאכערס, אבער נישט פלעין, ער קוילערט זיך ווי א פריסבי זיך אנהאלטנדיג ביי די לענדן...

דערווייל שטייט פיניע און פראבירט מיט אלע כחות ממשיך זיין דאס צינדן, ווען אלע וויילע טראסקען טישוס פון אלע זייטן, פאכענדיג מיטן צווייטן האנט זיך צו באשיצן, אבער צום ענדע איז ער מצליח און די מיסיע ווערט געקרוינט אלץ "מישאן קאמפלישד"... די לעכטלעך ברענען פרעכטיג.

והוא רחום...
ווי נאר איך וויל זיך שטעלן דאווענען ווער איך בארינגלט מיט די חברה, פיר ראפל-בוקס שטעקן ארויס, און א קליין הענטל פראבירט אריין שטופן זיין פושקע צווישן די גרויסע יונגלעך, קלאפנדיג דעם פושקע מיטן גאנצן אייפער, די שלייקעס דרייט זיך אים אריין אין דאס גראבן קינדער מאנטל, די גלעזער ווערט פארכאפט אינעם דערנעבנדיגנס פיאות... כ'הייב אן אפירקראצן קליינגעלט, דערווייל ווערט די אנפלויפעניש גרעסער, מ'שטייט קעפ אויף קעפ, מ'ווארט דעי טאטע זאל אנהייבן טיילן, ענדליך טרעף איך עטליכע מטבעות וואס איך פארטייל זיי בליץ שנעל, און דער עולם ווערט נישט קלענער, ביז ווען וואס האלט מען ביי קרישמע, די גרעסערע קינדער ווייסן שוין צו גיין ווייטער און שפאצירן גלייך אוועק, זיי ווייסן שוין אז די טאטעס מאכן זיך נישט וויסנדיג ביי קרישמע... אבער איין אינגעלע בלייבט מיר איבער, ער רירט זיך נישט פון ארט, ער שטייט און דוכנ'ט אויף מיר ווארטנדיג איך זאל מיך וויסנדיג מאכן, על פי חשבון האט ער מיט זיין לאנג-פארצויגענע אבזערוואציע אנגעיאגט אויסצוציילן וויפיל לאנגע און וויפיל קורצע האר עס פארמאגן מיינע וואנצעס... איך פארענדיג קרישמע איך באטראכט די אינהאלט פונעם בערזל, איך זעה נאר גרויס-געלט און עס ווילט זיך מיר הייבן די הענט צו ווייזן אז די קעשענע איז ליידיג, אבער ווי קען איך דאס טוען צום אינגעלע וואס ווארט שוין אזוי לאנג, נעם איך ארויס א צוואנציגער ווייזנדיג פאר רעשט און דאס אינגעלע הייבט פוס און אנטלויפט...

איי זיסע קינדער, קומטס נאר צו מיר אינמיטן א פארכמורעטע מיטוואך אינמיטן יאר, כ'זאג ענק צו איך וועל ענק אויפנעמען מיט ברייטע ארעמס, ס'ברענגט מיך ארויף די חן פון די זיסע חנוכה טעג... הערט נישט אויף צו לויפן נאך געלט, געטס נישט אויף...

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » זונטאג דעצמבער 28, 2008 5:33 pm

עלמער ברכה זאגען פיר אינטעליג [קרעדיט: שמחה ואורה], פארן אראבשרייבען זיינע מייסטערהאפטע ווערק.
נאכגוט אדי געדענקסט אז מיילעך איז דער רינדעכיגער...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג דעצמבער 28, 2008 5:35 pm

זענדיג דעם אשכול האב איך געהערט ביי מיר אין קאפ אזוי.

"טריאו! גיי אריין אין דעם אשכול, דער טאטע שרייבט זייער גוט, דו וועסט הנאה האבן"

איך האב געפאלגט און טאקע הנאה געהאט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג דעצמבער 28, 2008 5:39 pm

צייטליך זיצט היינט נאכמיטאג ביי זיך אין אפיס. ס'איז זינטאג היינט אבער ער זעהט פאר א פארנומענער וואך בעפאר זיך, עס שמעקט אז עס וועט זיין פארנימען די קומענדיגע פאר טאג, מ'מיז אריינכאפן וואס ס'שייך צו ליינען און הערן.

עס ווערט שפעט די טאג, היינט גייט מען צינדן ס'אכטער און לעצטער ליכטעלע פאר דאס יאר, ער דערמאנט זיך אז ס'באטל אויל איז שוין כמעט ליידיג און היינט ברויך מען אנפילן גאנצע אכט צוויי אונסיגע גלעזלעך מיט אויל. נע, איך גלייב שוווער אז דאס ביסל וועט קלעקן פאר ס'גאנצער מנורה, טראכט צייטליך צו זיך, מ'וועט מיזן איינהאנדלן א נייער באטל, עסוואס קלענער ווי דער ערשטער, מאכט ער אפ.

צייטליך וויל שוין פארמאכן דעם קאמפיוטער, ער וויל שוין ארויסגיין פון קרעטשמע און גיין כאפן ס'טיבלה בעפאר מעריב, אבער נאך איינמאל א דריק טוען דעם "ריפרעש" קנעפל זעהט ער אז "אינטעליגענט" האט געשריבן אן ארטיקל. נו, שוין, לאמיר נאר קודם זעהן וואס ער וויל.

איר וועט נישט גלייבן, אדער - בעסער געזאגט - איר וועט מיר יא גלייבן, איך בין געזיצן צוגענוגעלט צו מיין בענקל ווילאנג איך האב נישט גענדיגט דעם ארטיקל אינגאנצן מתחילה ועד סופו.

אויב האט איר שוין געליינט דעם ארטיקל וועט איר זיכער קיין שאלות נישט האבן. איך ווייס באמת נישט וויאזוי זיך אויסצודריקן אויף דעם ארטיקל, איך פיל אז וואס איך וועל זאגן וועל איך נאר אפ'הרג'נען. אבער פארט מיז איך עפעס איבערלאזן.

ס'איז פראפעסינאל, איינס אין דער וועלט! ס'פארמאגט אויסדריקן אין זיך עד אין שער וערך. הומאר האט ער נישט אריינגעגאסן דעראון, ווארום עס איז באשטייט אינגאנצן דערפון! ריין הומאר!

אינטיליגענט. דאס איז דער ארטיקל פון יאר!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:13 pm

אינטעליגענט ;l;p- ;l;p-

דער ארטיקל שפיגלט אפ וואס אונזער אינטעליגענט איז, זיינע געוואלדיגע כוחות פון הערליך אויסלייגן א פאראגראף, און פון אפלערנען א פנים און עס צולייגן אויף פאפיר, דערציילן און צולייגן א מצב וואס פאסירט, און וואס קען ווען שיעור פאסירן, ממש נבהל ונשתומם צו ווערן.

ווען איך בין געווען אין דיין ארטיקל (יא אין מיינט אינעווייניג), בין איך געווען בחוש אינעם שול'כל דיינעם, דו האסט מיר באמת אריינגעטראגן און א נייע וועלט דורך דעם ארטיקל, איך האב שוין געלייינט אסאך ארטיקלן, אבער א אזא ארטיקל פון א נארוואס אנדעקטע שרייבער דאס האב איך נאכנישט געטראפן, דער טאלאנט פון דעם הער אינטעליגענט איז באמת ווערט א ברכה צו מאכן.

אהה דער עצם ארטיקל איז דאך עפעס סאמטינג מורא'דיג... דער רויטער פיניע מיטן פארהויכטן קעצי גלעזער.., שלמה דער גביר.., הערשל דער געשמאקער..., הערשל דער געשמאקער..., קלמן דער לץ..., מיילעך דער רינדעכיגער..., דער שלאנקער יאסל..., ר' ישעי'ן מיט די נאסע פיאות..., ר' גדלי מיט זיין שעמפו בעג פיין אויסגעבאדן..., אויפגעלייגטער ר' שלום..., ר' מענדל'ן, דער דורכגעווייקטער פרומער איד..., יענקי מיט זיין בעגי...,אלע וועלן מעיד זיין אז אינטעליגענט איז דער שרייבער וואס מיר האבן ארויסגעקוקט ער זאל אנקומען..

לאמיר צאמרעכנען הושיעה את המעיך.... עס איז דא אין דעם שול גרויס מנין... נו בחור'יטש גיי צו צום עמוד, והוא רחום....

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג דעצמבער 28, 2008 11:25 pm

אינטל, געוואלדיג איז מילד געשריבן, אבער כ'אנישט קיין צייט, צו זיצן און טראכטן וואס יא, רוב צייט האסטו מיר שוין אוועק גענומען מיטן ליינען, סאו באגניג דיך פליז פאר יעצט מיט דעם, און בני לדר נעקסט טיים, ווען דו וועסט מיך נעמען אויף א רייד, וועלעך מיך באדאנקען פאר יעצט אויך, (אויב כ'וועל נאך געדענקען.)

א ריזיגן און הארציגן יישר כח.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 1:38 am

אינטעליגענט,
כ'מיז דיר זאגען אז כ'האב זייער הנאה געהאט פין דיין ארטיקעל
האסט א שיינע שפראך אין רייכע אויסדריקען
אויף א איידעלען סטיל מיט א פארשטאנד אין א סיטואציע אין וויזוי עס צי אראפלייגען
נאכאמאל כ'האב באמת הנאה געהאט אין דערפאר זאג איך דיר שכוח אין טענקיו
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:09 am

אינטעליגענט יוא ביסטו גוט, ניטא קיין ווערטער

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 10:02 am

איך האב באמת נישט וואס צוזאגן, און וואס צוצולייגען.
יענקי קום צו דעי טאטע ער האט אסאך געלט, איז אן ארטיקל איינס אין דער וועלט.
ניי בון איך דא, אבער איך האב זיך שוין אמאל אסאך געדרייט דא.
טוה איך דיר איינמעלדען, אז אזא ארטיקעל איז שוין לאנג נישט געוועזען .
עס זאל האבן און זיך אלעס צאם געווארפען, און עס זאל אזא הנאה פאר יעדען שאפן.
לאמיך זיך טאקע באדאנקען דא פאר דיר מיט א ריזיגען ישר כח.
יעס יו קען, יעס יו קען, טוען מיר אלע שרייען הויעך.
געדארפט האב איך ווען אפשרייבען א לענגס און א ברייטס לכבוד דיר.
עס איז אבער נישט דא קיין צייט ווייל עס איז דא ארבעט אן א שיעור.
נישט זיך וויסענדיג מאכן איז דאך אויך נישט שייך, האף איך אז דאס וועט זיין געניג פאר אייך.
טוה ווייטער מיט געשמאקע ארטיקלען אינז אינטערהאלטן, אז מיר זאלן זיך פון געלעכטער נישט קענען איינהאלטען.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 10:22 am

יענקי וועלקאום די ביסט דאך עפעס מעכטיג, זאג מיר די ווייסט נישט וויאזוי מען הייבט אן א ניע אשכול אויב יא נעם דיר שוין שרייבן

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 11:10 am

אן אינטעלעגאנטער ארטיקל וואס האט מיר נישט אנטוישט, עס איז נישט דער ערשטער מאל וואס איך ליין אזאנס, אבער איטליכער מאל ווער איך ערשטוינט וואו עס גייט אריין אזויפיל מעלות אין איין פארשוין, אבער איצטערט איז מיר עס פארענטפערט געווארן, דער אינטעלעגענט איז גארנישט אזא קליינער מענטש, קוים וואס ער פיט אינעם טוירנסטייל...

יישר כח פאר מיין שמייכל.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 11:44 am

אאאָה... טעלדזשיגענט, עס שיינט מיר אז דו האסט געוויס אויסגעשאסן דיי וויי פון די דזשעלי-פאָנטשקעס.
אמער פארצייל אונז אָפטער איבער דיינע שכנים אין שול, דער וואס פארקויפט אייליבירטן-זאפט. אזוי אויך דער וואס הענגט אויף אידן מיט זיינע ראַכמאָנעס'דיגע ווערטלעך. אוי זענט איר גערעכט, קען מען זיך דען ארויס דרייען פון די סארט טריבאַנע-ליצים, אזוי אויך פון די געהענגעל קינדער מיט די ראפפעל'ס, ס'ימעגליך - ווי שוין אויסגעברעטשטעט דערפאר דא אבער באזונדער איז - אז דאס איז געווען זיסליך צו ליינען דיין רייכע פענע שיין אויסגעמשל'ט מיט נעמען זוי אויך.

איידער איך גיי ווייטער צובר'ן שעות צו מיין פאָטנש-קארטע, צייכן דיר אן אז עס איז נאך דא אסאך ליינער וואס קוקן ארויס אויף די ארטיקלען, האסט או אפשען. גיס נאך... טענקס טעלגידזשענט!

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 12:21 pm

אינטעליגענט זייער בטעמט געשריבן. אויפן פנים קוקסטו אויס ווי א אוימשולדיג תמימותדיג יונגעל. אבער די ביסט אייזען.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 1:36 pm

אינטעליגענט, וכי לדידי את צריך? ברויכסטו דען אנקומען צו מיינע פיטפוטי דברים צו וויסן אז דו ביסט א שרייבער איינס אין דער וועלט בעת ווען דו האסט אהערגעשטעלט א באשרייבונג וועלכע פארמאגט אין זיך אלץ וואס נאר שייך? גיב נאר א קוק אויף דעם שמייכל וואס מ'זעט אויף די מגיבים דא, גיב נאר א קוק אויף די אינערליכע פארגעניג'ס וואס שרייען ארויס פון די מבינים אויף א שריפט, וועסטו שוין אלין זען וויסן און פארשטיין אז דיינע שריפט ווערק זענען "יוניאיק" און ס'איז אזאך וואס פילע, אינטעליגענטע ווי איינפאכע, לעכצן דערנאך.

האמנם אז דו דארפסט טאקע נישט צוקומען צו מיין יישר כח געפלעפלעכץ, אבער אם לא בגינך דאן בגיני. איך מצידי ווייס איך נישט צי איך האב טאקע רעכט איבערצולויפן אזא מעשה אומנ'דיגער ארטיקל און זיך פטר'ן דערפון אן ארויסצוברענגען מיין הנאה.

אין דער תקופה פון דיין ערשינונג אין קרעטשמע בין איך געווען אביסל אויסגעשאלטערט פון דעם טרינק-הויז, און איך האב נישט געהאט געהאט די מעגליכקייט געהעריג צו בעאבאכטן און ליינען דיינע אינטעלעגאנטע באלערנדע תגובות. איך פלעג טאקע אריינפאלן אויף א בליק צו טאן דא דארט כדי לראות ולשמוע מהנעשה ונשמע בבתי משקאותינו, אבער קיין צייט צו ליינען, און ווער רעדט נאך פון מגיב זיין, האב איך צופיל נישט געהאט. אין די ערשטע פאר תגובה'ס דיינע וואס איך האב דעמאלט געליינט האב איך באלד דערשמעקט אז אונטער דיין נאמען 'אינטעליגענט' איז פארבארגן עפעס מער ווי סתם א שרייבער'ל, וכשמך כן אתה, און איך האב דאן גע'חשבונ'ט אז ווען עס וועט קומען דער טאג און איך וועל האבן מער צייט וועל איך איבערגיין דיינע באלערנדע תגובות והי' אז איך וועל זיך באגעגענען מיט א גוטס וועל איך דאן מגיב זיין. ואין והי' אלא לשון שמחה, דער והי' האט זיך אנגערוקט, היינט איז די שמחה אנגעקומען. דעם היינטיגן זאת חנוכה האב איך צום ערשטן מאל געליינט פון דיר אזאנס און אזעלכעס, און איך וועל אויסגיסן מיין פארגעניגן אויף אלעם ביז אהער.

זיי וויסן, אז דיין שריפט איז א זעלטנהייט (עכ"פ פאר מיר), און ס'איז פון די סארטן וועלכע איך גער און לעכצע דערנאך. די קרעטשמע פארמאגט שוין ב"ה היינט צו טאגס א ריי מיט טאלאנטפולע שרייבער, יעדער לויט זיין אייגנארטיגען שטייגער, אבער א טאלאנטפולער שרייבער וועלכער זאל פארמאגן אין זיך אינהאלט און קענטעניסן דאס איז א זעלטנהייט. און לאמיך דאס דיר אביסל מער צולייגן.

יעדער שרייבער דא אין 'קרעטשמע שבקרעטשמע' פארמאגט אין זיך א שפאר ביסל הומאר, זה בכה וזה בלא... פאראן אבער אזעלכע וואס א חוץ דעם הומאר און א חוץ דעם רייכן שריפט פארמאגן זיי אין זיך אויך זאכן וואס מ'קען זיך לערנען פון זייער שריפט. גיב א קוק למשל אויף אזא איינעם ווי דו, מר. אינטעליגענט, איך האב זיך לעצטענס באגעגנט מיט דיינס א תגובה אין שפראך פורום איבער די 'זילבעס'. אראפ צולייגן און אהערצושטעלן אזא תגובה ווי דו האסט דארט אראפגעלייגט קען נישט סיי ווער, מ'מוז דאך צו דעם זיין א באלערנדער, א קענער און ווייסער, און איבער אלעם האבן א טאלאנט און א נויגונג צו שפראך און שריפט. און אז עס קומט אזא סארט שרייבער און שטעלט אהער א שמאלציגס באגלייט מיט א גוטן שריפט, דאן פארגייט זיך דאך אן אויסגעגאסענער פארגעניגן אין אלע עצמות יבישים.

איך האב געליינט דיין ארטיקל דריי מאל, בלי גוזמא, און איך קען זיך פשוט נישט זעטיגן פון פארגעניגן. פארוואס? גאנץ איינפאך, איך האב הנאה צו ליינען אזא סארט הומאריסטישער שריפט ווי עס איז דער ארטיקל. ס'איז רילי אין מיין טעיסט. איבערהויפט ווען איך ווייס אז דער שרייבער קאטשקעט נישט סתם אין דער וועלט אריין.

גלייב מיר אויפן ווארט: איך ווארט אויף נאך אזעלכע ארטיקלען פון דיר, ס'איז מיר א באזונדער פארגעניגן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 7:12 pm

איך וועל שרייבן א קאמפלימענט וואס מען דארף זיין גענוג אלט - אדער אומפויל נאכצוזוכן אלטע תגובות - צו פארשטיין: דיין ארטיקל האט מיר דערמאנט די הויך-קלאסישע שריפטן פון אן אלטן מיטגליד מיטן מאדנעם ניק "קרעזי", וואס פלעגט דא איבערלאזן גאר טייערע ארטיקלן אויף א זעלטן געשמאקע סטיל. בדוק וראה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 5:59 pm

נאך א זארעך שכוח, אין א קרעמער קאמפלימענט, איז מיין פלאץ נישט דא, איך באלאנג נישט צו שרייבן דא, נאר איך האב באמת היינט אריינגעסיינט נאר פאר דעם אשכול, יא כ'האב אריינגעסיינט נאר זיך צו באדאנקן פאר הרב אינטעליגענט, ס'נאר אונטערגעקומען א פאר שטערינגען וואס האבן ליידער אויפגעהאלטן מיין טענק יו ביז נאך זארעך און קרעמער, האבעך באשלאסן אז כ'וועל נישט טוישן מיין מיינד, און כ'וועל ווייטער שרייבן וואס כאגעוואלט...

אינטעליגענט, איך בין מיך באגאנגען מיט דיין ארטיקל, מיטן אלטן יאנאש מיטל, פון "פרינטער פרינט" כאבעס אהיימגעטראגן אין שטוב, מיטן פלאן צו ליינען באנאכט, נאכן לערנען, אבער ס'ווייב האטעס אין האנט גענימען, און זי זאגט וויכי.... דו מוזטעס ליינען, א_וואו אייביג ענטפער איך, איך מוז? מ'מוז גארנישט, מ'מוז נאר שטארבן און צאלן טעקס.... אויסער דעם מוז מען גארנישט... זי לאזט אבער נישט נאך (א_וואו אייביג) אקעי, אבער ליינעס ס'איז מורא'דיג... זעהענדיג ווי שטארק זי וויל איך זאלעס ליינען, האבעכעס גענומען אין די האנט אריין, און (פונקט ווי זארעך) האבעכעס געליינט מער ווי איין מאל.. כאבעס געליינט (אנדערש ווי זארעך, נאר) צוויי מאל, און כ'וויל דיר זאגן, נעכטן נאכט האבעך אפגעמאכט, אזוי ווי איך האב אזוי שטארק הנאה געהאט, גיי איך היינט די ערשטע זאך ווען כ'עפן ס'פאנקיוטער, מיך באדאנקען פאר דיר.

פון איין זייט ס'איז מיר שווער צו קאמפלעמענטירן נאך זארעך, אבער פון די אנדערע זייט מאכטער מיר גרינגער... ער האט שוין געזאגט א פערטל....


"אינטעליגענט" דיין סטייל איז "אינטעליגענט", דיין שריפט איז "אינטעליגענט", די נאמען "אינטעליגענט" שטייט זייער גוט פאר דיר, דיין ארטיקל האט אין זיך א מסודר'קייט, א הומאר, און א רייכע און "אינטעליגענטע" פענע.

נאר איין זאך בעטעך דיר, אז דו קענסט יא............................................................
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 12:07 pm

איך ווייס נישט אויב די טאטע האט אסאך געלט, אבער א גוטן שרייבער איז ער, יש"כ שוין לאנג נישט געווען אזא סארט ארטיקל, מיטן אלטן טעם און חן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 9:09 pm

הו הא . וואס איך פארפאס אלץ מיטן נישט זיין טעטיג צווישן די שפאלטענעס פונעם קרעטשמע...

כבוד הרב אינטעליגענט, א שטערן ווי אייך שיינט זעלטן אויף אין קרעטשמע, יעצט כאפ איך מיך, אז דער טיטל "רבינו הגדול", וואס זשאווערט שוין א שטיקל צייט וואו איר האט שוין ערווענט אין א א צווייט ארט, קען טאקע צוריקגעברענגט ווערן, להחזיר עטרה ליושנה, און טאקע פאר נישט קיין צווייטן ווי פאר אונזער הויכגעשעצטער מר "אינטעליגענט" ירום הודו.. איך מיין עס איז הכל מודים בו, ווייל האמת אגיד, אז דער אלטער בעל בית וואס האט געטראגן דעם טיטל, פאקט איין אלע זיינע רעמאך און שעסא, פאר איטליכער פערל ווארט פון אייער ווירדע, דער אלטער באלבאס כאטש וואס לעצטענס באווייזט ער זיך צומאל אין זארעכדיגע טעג, איז דאס נאר אזא סארט לעילוי נשמת'דיגע זכרון אין א יום היארצייט... רוב חכמתו אבד ממנו, ונעשה כבור ריק אין בו מים...

און איך וועל אייך מער ערקלערן אייערע געפילן, אייערע טאלאנטן אין שפראך געפיל און פארשטאנד איז א מין קאמבינאציע וואס מ'האט שוין זון-יארן נישט געזען, איך וועל דיר זאגן מיינע הויך טראכטונגען אפן, זינט דער משוגע'נער ניק איז פארשוואונדן געווארן צו אלע בייזע ווינטן, האט שוין אזוינע רייכע אידישע אויסדרוקן לאנג נישט געקלינגען [אם יש את נפשך לדעת כוונתי, עיין במרתף הקרעטשמע ותמצא שם ניק המכונה משוגע בלשון אנגלטירא ודו"ק], איי וואו אין די אינגע יארן וואלט מען זיך מיט אזא אינטעליגענט פארסמאקעוועט, אויב האט מען נעכט פארברענגט מיט שמאלציגע קרעטשמע פערזאנען, וואלט מען מיט אזא אינטעליגענט געמוזט פארברענגען אין אזא לא יום ולא לילה'דיגע זמן, וואס דער נביא זאגט פאר אשר קרב יום כזה, דער נארמאלער באגריף פון טאג און נאכט, וואלט מיטאמאל צו ארים געווארן, אויף גענוג צייט צו פארברענגען מיט חכם ונבון כמותך, אשר משמח אלקים ואנשים...

עמוד עמוד עמוד, יעמוד, מורינו הרב רבינו הגדול הרב אינטעליגענט חתן הקרעטשמע...

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 10:44 pm

איך בין דאנקבאר פאר אלע קאמענטירער, לויבער און קריטיקירער צוגלייך, ס'גיט א מוט צו שרייבן נאך, אבער קומענדיגע מאל ביטע אן קיינע הגזמות.

בען בלישעם האט געשריבן:עלמער ברכה זאגען פיר אינטעליג [קרעדיט: שמחה ואורה], פארן אראבשרייבען זיינע מייסטערהאפטע ווערק.
נאכגוט אדי געדענקסט אז מיילעך איז דער רינדעכיגער...

דאס אז איך געדענק איז נישט אזא חידוש, איך באגעגן אים דאך שטענדיג, וואס איז שוין יא אינטערעסאנט אז דו האסטעס אין קאפ אריינגענומען... זעהט אויס אז דער מיילעך האט דיר מעורר געווען צום לאך, עניוועי, דאנקע פאר די קאמפלימענט.

3x0 האט געשריבן:זענדיג דעם אשכול האב איך געהערט ביי מיר אין קאפ אזוי.

"טריאו! גיי אריין אין דעם אשכול, דער טאטע שרייבט זייער גוט, דו וועסט הנאה האבן"

איך האב געפאלגט און טאקע הנאה געהאט.

יא, אויך מיין גיטע זויען רעבע פלעגט זאגן, "פון פאלגן האט מען נישט קיין חרטה

צייטליך האט געשריבן:
אינטיליגענט. דאס איז דער ארטיקל פון יאר!

ארטיקל פונעם יאר? ס'הייסט אז ביז תשרי ערווארטסטו נישט פון מיר נאך, דעטס גוד ניוס, ארפגענומען א פרעשור פון קאפ... אדער גאר מיינסטו למספרם, דאן האבעך דערפון גארנישט, אמער, מ'האלט מיר שוין היינט אינעם ניינטן פונעם צווייטן אלף אויף זייער געצייל.
בכל אופן יישר כח פאר די קאמפלימענט, נאכדערצו אזא לאנגס און ברייטס.
זיידעניו האט געשריבן:אינטעליגענט ;l;p- ;l;p-

ווען איך בין געווען אין דיין ארטיקל (יא אין מיינט אינעווייניג), בין איך געווען בחוש אינעם שול'כל דיינעם, דו האסט מיר באמת אריינגעטראגן און א נייע וועלט דורך דעם ארטיקל, איך האב שוין געלייינט אסאך ארטיקלן, אבער א אזא ארטיקל פון א נארוואס אנדעקטע שרייבער דאס האב איך נאכנישט געטראפן, דער טאלאנט פון דעם הער אינטעליגענט איז באמת ווערט א ברכה צו מאכן.

פשיהא, ס'הייסט אז דו האסט געכאפט א באזוך אין מיין שול'כל, נו, האסטו דאך אוואדע געזעהן די ווענט שיילן זיך, און די טוילעטס דארפן מען פארריכטן, אפשר קענסטו טאקע פועל'ן ביי אונזער פיניע זאל עפעס טוען דערוועגן?...

איך_הער האט געשריבן:אינטל, געוואלדיג איז מילד געשריבן, אבער כ'אנישט קיין צייט, צו זיצן און טראכטן וואס יא, רוב צייט האסטו מיר שוין אוועק גענומען מיטן ליינען, סאו באגניג דיך פליז פאר יעצט מיט דעם, און בני לדר נעקסט טיים, ווען דו וועסט מיך נעמען אויף א רייד, וועלעך מיך באדאנקען פאר יעצט אויך, (אויב כ'וועל נאך געדענקען.)

א ריזיגן און הארציגן יישר כח.

אוקעי, מאך מיר א דיעל, ווען דו וועסט זיך באדאנקען וועל איך קאמענטירן, גוט?
ירא שמים האט געשריבן:אינטעליגענט,
כ'מיז דיר זאגען אז כ'האב זייער הנאה געהאט פין דיין ארטיקעל
האסט א שיינע שפראך אין רייכע אויסדריקען
אויף א איידעלען סטיל מיט א פארשטאנד אין א סיטואציע אין וויזוי עס צי אראפלייגען
נאכאמאל כ'האב באמת הנאה געהאט אין דערפאר זאג איך דיר שכוח אין טענקיו

טאקע? רייכע אויסדרוקן, עמער פראבירן עפעס ארויסקעוועטשן דערפון, אפשר וועלן מיר אויך אנגעשטעקט ווערן פון די רייכטוהם... מי יודע.

הערשי קניהויז האט געשריבן:איך האב באמת נישט וואס צוזאגן, און וואס צוצולייגען.
יענקי קום צו דעי טאטע ער האט אסאך געלט, איז אן ארטיקל איינס אין דער וועלט.
ניי בון איך דא, אבער איך האב זיך שוין אמאל אסאך געדרייט דא.
טוה איך דיר איינמעלדען, אז אזא ארטיקעל איז שוין לאנג נישט געוועזען .
עס זאל האבן און זיך אלעס צאם געווארפען, און עס זאל אזא הנאה פאר יעדען שאפן.
לאמיך זיך טאקע באדאנקען דא פאר דיר מיט א ריזיגען ישר כח.
יעס יו קען, יעס יו קען, טוען מיר אלע שרייען הויעך.
געדארפט האב איך ווען אפשרייבען א לענגס און א ברייטס לכבוד דיר.
עס איז אבער נישט דא קיין צייט ווייל עס איז דא ארבעט אן א שיעור.
נישט זיך וויסענדיג מאכן איז דאך אויך נישט שייך, האף איך אז דאס וועט זיין געניג פאר אייך.
טוה ווייטער מיט געשמאקע ארטיקלען אינז אינטערהאלטן, אז מיר זאלן זיך פון געלעכטער נישט קענען איינהאלטען.

הערשי, איך מוז דיר זאגן, דו האסט א מורא'דיגע טאלאנט אין פאעזיע, שכויעך פארן אויסגיסן אויף מיר..
וואלוועלע האט געשריבן:אינטעליגענט יוא ביסטו גוט, ניטא קיין ווערטער

נישטא קיין ווערטער? גיי צו מרת וועבסטער, זי קען דיר אויסבארגן א גאנצער לעקסיקאן, שיק מיר אין אישית פאר איר אדרעסס...
יאנאש האט געשריבן:אן אינטעלעגאנטער ארטיקל וואס האט מיר נישט אנטוישט, עס איז נישט דער ערשטער מאל וואס איך ליין אזאנס, אבער איטליכער מאל ווער איך ערשטוינט וואו עס גייט אריין אזויפיל מעלות אין איין פארשוין, אבער איצטערט איז מיר עס פארענטפערט געווארן, דער אינטעלעגענט איז גארנישט אזא קליינער מענטש, קוים וואס ער פיט אינעם טוירנסטייל...

יישר כח פאר מיין שמייכל.

איך פיט נישט? רעד דיך איין, כבר היה ס'האבן זיך אריינדערעווישט צוויי בחור'לעך ביינאזאם מיט מיר...
אלטעבחורל האט געשריבן:אאאָה... טעלדזשיגענט, עס שיינט מיר אז דו האסט געוויס אויסגעשאסן דיי וויי פון די דזשעלי-פאָנטשקעס.
פון וואו האסטו געוואוסט? אמת ס'איז געווען די דזשעלי ארויסרינונג דער וואס האט אין מיר אנגעקלעבט דאס געשרייב..
ערנסט גערעדט קומט דיר די גאנצע קרעדיט פארן ארטיקל, מיט דיינע באמערקונגען אין יגר'ס ארטיקל "מיר זוכן דיך" האסטו מיר מזכיר נשמה געווען, וואס דאס האט מיר געגעבן די בוסט צו שרייבן.
זאלדער זיין צו מיצווע.
ראמני 08 האט געשריבן:אינטעליגענט זייער בטעמט געשריבן. אויפן פנים קוקסטו אויס ווי א אוימשולדיג תמימותדיג יונגעל. אבער די ביסט אייזען.

ווער זאגט אז איך בין נישט אומשולדיג? האסט דא געטראפן עפעס מיך צו באשולדיגן?..
זארעכפעפער האט געשריבן:אינטעליגענט, וכי לדידי את צריך? וכו' וכו'
איך האב געליינט דיין ארטיקל דריי מאל, בלי גוזמא, און איך קען זיך פשוט נישט זעטיגן פון פארגעניגן. פארוואס? גאנץ איינפאך, איך האב הנאה צו ליינען אזא סארט הומאריסטישער שריפט ווי עס איז דער ארטיקל. ס'איז רילי אין מיין טעיסט. איבערהויפט ווען איך ווייס אז דער שרייבער קאטשקעט נישט סתם אין דער וועלט אריין.

גלייב מיר אויפן ווארט: איך ווארט אויף נאך אזעלכע ארטיקלען פון דיר, ס'איז מיר א באזונדער פארגעניגן.

פשיהא, אויף אזא מערכה האב איך זיך נישט געראכטן, איך מיין אבער ר' זארעך ס'איז שטארק איבערגעטריבן, אין פראפעסיאנאליטעיט קום איך נישט צו צו דיינע שפיץ פינגערס.
קרעמער האט געשריבן:איך וועל שרייבן א קאמפלימענט וואס מען דארף זיין גענוג אלט - אדער אומפויל נאכצוזוכן אלטע תגובות - צו פארשטיין: דיין ארטיקל האט מיר דערמאנט די הויך-קלאסישע שריפטן פון אן אלטן מיטגליד מיטן מאדנעם ניק "קרעזי", וואס פלעגט דא איבערלאזן גאר טייערע ארטיקלן אויף א זעלטן געשמאקע סטיל. בדוק וראה.

נו ווער האט דיר פארציילט אז איך בין נישט א גלגול פון "קרעזי"?...
ועוד, צו ווייל איך בין נישט גענוג אלט, און אויך פויל, טאר איך נישט פארשטיין די קאמפלימענט?...
גראדע, האסטו נישט אזוי שלעכט געזאגט, די מעשה איז געווען אז פאר איך האב זיך איינגעשריבן האבעך געליינט אן ארטיקל פון דעם קרעזי ע"ה, זיינע ווערק האבן מיר גאר שטארק געפאלן, און ס'האט מיר היבש אויפגעברויזט הלמאי, אזא אינטעליגענטע פארשוין גיט זיך אזא מעשיגענעם נאמען? איי עסטו פרעגן וואס מאכט אויס א ניק, אבער לדעתי מאכט עס שוין איינמאל אויס, די פאקט איז אז סיי די נאמען סיי די אוועטער וואס מ'שטעלט ארויף, מאכן א רושם, ווייניגסטנס אינטערן באוואוסטזיין, [חוץ אויב מ'קען דעם מענטש און רעאלן לעבן] דאן האב איך ביי מיר מחליט געווען זיך צו שאפן א ניק פונקט להיפך פון קרעזי, אויף אן עקסטרעם, ויקרא שמו "אינטעליגענט", אבער נישט ח"ו אז איך האלט מיין אינטעליגענץ העכער פון א צווייטן.
וויכטיג מאכער האט געשריבן: נאך א זארעך שכוח, אין א קרעמער קאמפלימענט, איז מיין פלאץ נישט דא

וויכי, הער שוין אויף זיך אוועק צו מאכן, איך האלט גראדע אז דו האסט א גאר געזונטע פענע, איך גלייך גאר דיין וועג פון קאמפלימענטירן און אויך דיינע אנדערע געשרייבעכצער, סיי די המצאות, און אויך די אויסדרוקן, טענק יו עניוועי פאר די קאמפלימענט.
זאנוויל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב די טאטע האט אסאך געלט, אבער א גוטן שרייבער איז ער, יש"כ שוין לאנג נישט געווען אזא סארט ארטיקל, מיטן אלטן טעם און חן.

דו ווייסט נישט? דו ווילסט בעסער נישט וויסן, אבער הו קעירס, אויב נישט קיין געלט דאן כאטש זיך אונטערהאלטן, נישט אזוי?
בני היכלא האט געשריבן:הו הא . וואס איך פארפאס אלץ מיטן נישט זיין טעטיג צווישן די שפאלטענעס פונעם קרעטשמע...

כבוד הרב אינטעליגענט, א שטערן ווי אייך שיינט זעלטן אויף אין קרעטשמע, יעצט כאפ איך מיך, אז דער טיטל "רבינו הגדול", וואס זשאווערט שוין א שטיקל צייט וואו איר האט שוין ערווענט אין א א צווייט ארט, קען טאקע צוריקגעברענגט ווערן, להחזיר עטרה ליושנה, און טאקע פאר נישט קיין צווייטן ווי פאר אונזער הויכגעשעצטער מר "אינטעליגענט" ירום הודו.. איך מיין עס איז הכל מודים בו, ווייל האמת אגיד, אז דער אלטער בעל בית וואס האט געטראגן דעם טיטל, פאקט איין אלע זיינע רעמאך און שעסא, פאר איטליכער פערל ווארט פון אייער ווירדע, דער אלטער באלבאס כאטש וואס לעצטענס באווייזט ער זיך צומאל אין זארעכדיגע טעג, איז דאס נאר אזא סארט לעילוי נשמת'דיגע זכרון אין א יום היארצייט... רוב חכמתו אבד ממנו, ונעשה כבור ריק אין בו מים...

עמוד עמוד עמוד, יעמוד, מורינו הרב רבינו הגדול הרב אינטעליגענט חתן הקרעטשמע...

אוי וויי רבי, וואס האט פאסירט, פאר א נזיד עדשים ווי עס איז דער ארטיקל ווארפסטו אראפ די ווייסע בעקיטשע, ציסט זיך ארויף א פידזשאמע הויזן? געוואלד! האסט שוין פארגעסן וואס באדייט איינער וואס טראגט דעם טיטול? דאס האט דאך אמאל געטראגן אזא איינער וואס איז מלא וגדוש מיט 1) ידיעות התורה 2) א ברייטע באקאנטשאפט אין היסטאריע מכל המינים 3) א שטארקע פארשטאנד אין יעדע הינזיכט 4) א געריבענע פענע וואס גיסט שמאלץ און דאך צום ענין צו דער זאך, ועוד ועוד, הזמן יכלה והם לא יכלו, גייסטו פאר א נארישער ארטיקל אלץ אוועקווארפן, מאכסט ליצנות פון אן אמעארעץ ווי מיר? נאר ווייסטו וואס, אויב האסטו געמיינט נקמה צו נעמען פארן וועלן צו נעמען פון דיר דעם טיטול - ווי געשריבן אין קאמענטארן אויף זארעכ-היסטאריע אשכול - דאן מוז איך דיר זאגן אז יא, דו האסט געמאכט א פיינעם דזשאב.. האסט באוויזן מיך גוט אויף ברויזן, עניוועי, אז דו וועסט פארבלייבן מיט אונז ווי געהעריג אין יענע צייטן, בין איך בטוח אז דיין מיט רעכט באשטימטער טיטול וועט צוריק אריינגיין אין באנוץ לעלמי עד, ווייל אזא גדול בענקים ווי עס איז דער רבי, איז קיינמאל דא פארהאן געווען און וועט לכאורה שוין קיינמאל נישט זיין.
שרייטס אלע יחי אדוננו רבינו הגדול בני הכלא לעולם ועד יחי!

נאכאמאל שכויעך פאר אלע רעאגירער, דאס שמירט די רעדער אויף ווייטער.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 11:53 pm

דאס צווייטע איז ווי ספייסעס צום ערשטן. יישר כח פאר דעם אויך.

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » פרייטאג ינואר 02, 2009 2:49 am

אינטעל...... קאָר דָאוֹ 2.............. אייטש ווי בין איך פארקראכן? אינטעליגענט יו סטיל די בעסט.

היות איך האב ערשט יעצט געליינט דיין סחורה און קיין צייט אפירצונעמען די תגובות איז יעצט נישטא אין באזיץ(פארשטייסט אליינס, היות איך האב יעצט געליינט דיינס....כ'טאקע נישט געציילט די קערעקטערס אבער.....), וועסטו מיר מוחל זיין אויב איך שרייב איינעם איבער............

איך בין ערשטוינט פון דיר........עך וואס רעד איך? קענסט דען נישט אינטי'ס שריפט? די ווערסט נאך ערשטוינט ווען ער זאטלט אריין ארטיקלעך אין איין שטיק הומור................!!!!!!!!!!!!!!!!!!!?

פארשטייסט נישט, אבער ער איז שוין נישט דא געווען פאר די לאנגעסט טיים מיט זיין ראָליסטישע פעדער וואס מאכט יעדעם ראלען פאר......... איך געדענק שוין נישט.

עניוועי אינטי אונז דערמאנען זיך פון די אלטע(?) גוטע צייטן ווען מען האט דיך געזען עפטער מיט געבראטענע פאנקעס....איך מיין סחורה, און מעהאנע געווען אונז אלע, וואס יעדער האט דענמאלט מודה געווען פה אחד "אינטעליגענט" שמו און דעטס הִים ענד דעטס הִיס נֶעים........און מען דערקענט די איצטיגע אויך אויף אלע........סימנים!!!

ייש"כ, פליז קיפ אָס טוּנד.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 4:34 am

זאנוויל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב די טאטע האט אסאך געלט, אבער א גוטן שרייבער איז ער, יש"כ שוין לאנג נישט געווען אזא סארט ארטיקל, מיטן אלטן טעם און חן.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:16 pm

ענינא דיומא
זקן מלא רחמים.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:33 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ענינא דיומא

יש'כ פארן ארויף ברענגען
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:43 am

׳נערמיצווע׳ די ווארט פונעם יאר
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט