זאגי לאגי שמאגי. פינטל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

זאגי לאגי שמאגי. פינטל

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:10 pm

איך ווייס אז דו האסט נישט קיין אנונג וואס דער קעפל מיינט, און באדייט... ווייל איך אויכעט נישט.... שששש..... אבער אזוי ווי איך וויל נישט בשום ואין אופן, אז דו זאלסט מיר ניטאמאל טרייען איבערצופרעגן האב איך מיר אן עצה געגעבן.... אמער איך האב צוגעלייגט דעם מיסטער-יעזע ווארט, 'פינטל' וואס ווי איך זעה ווערט יעדער ביטערליך דערשראקן דערפון, און מען פרובירט זיך אפצוטרייסלן פון סיי וועלכע מיינונג מען האט פארדעם געהאט געזאגט, פשוט דערפאר ווייל איינער נאך דיין ווארט האט זיך אנגרופן מיט א פימפל.... ווייל ער איז שוואך מיטן מסביר זיין וואס ער האט צו זאגן און שרייבט די כאפצעם ווארט "פינטל", אזוי ווי מיינע רבי'ס פלעגן זאגן אז עס איז נישטא קיין הסברה איז נישט קיין הבנה, פינטל.

דער נייער אנשיקעניש איז דאך ממש א יענע זאך, איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו זאגן, אבער עס איז יענס געשעניש, וואס איז א נייע מאדל וואס פארשפרייט זיך ברעים ובטובים, האב איך געזאגט פאר א ווארט זאגער.... עס דערמאנט פונעם "ענטער" סוף פון יעדע פראגראף פונעם קארט דאקומענט [קארט = א קהל'ישע אפטיילוג פאר לעגאלע פראפעגאנדע].פינטל.

אבער ווען ווערט עס מערסטענס באניצט?, דארט קען מען זעהן וואס עס ליגט אינטער דעם שרעקוועדיגן ווארט "פינטל", לויט מיין מיינונג וואס איז לכאורה קיין מיינונג, איז דאס אסאך מער אפעקטיוו ווי דער אלט געדראשנע מיטל פון שרייבן "וד"ל", אדער אמאל מיט מער לייכטערע פארנעם "והמבין יבין" וואס דענסמאל האט דער ליינער געמוזט שלום מאכן מיטן מצב... אז יא, ליידער בין איך נישט קיין מבין צו זיין דער מעכטיגער יון, און דאס זעלביגע ביים "וד"ל" טראכט דער נארמאלע מענטש ביים ליינען אז היות איך בין נישט דער מייבען איז דאס נישט גענוג פאר מיר. פינטל

ווען וועט מען זיך שוין אויסלערנען אז דער וואס האט עס געשריבן, דעם פימפל. ווייסט אויך נישט וואס ער האט געשריבן, והא ראיה ער ווייסט נישט וואס צו שרייבן, שרייבט ער אזוי, אין יעדער זאל מיינען אז דער מעכטיגער פעדער האט נאך אין זיך א ים מיט טינט, וואס ער קען פשוט נישט ארויסגעבן פאר נידריג קלאסיגע מבינים, חא חא חא האט דער ליינער געלאכט, ווען ער האט געזעהן, ווען יענער ווייסט נישט וואס ער רעדט שרייבט ער א שפאטישן וד"ל אדער א והמבין יון. פינטל.

אבער דאס איז געווען אמאלעדיגע צייטן משא"כ היינט, וואס מיטן מעכטיגע אסטרענאמיע אויפדעקונט האבן די ארכעלאגן ערפונעדן און אויפגעקומען מיט א נייעם ווארט... וואס אין קאנטראסט צום אלטן ווארט איז דער נייער א סאך מער קלאסיש אויסזענד, און עס ליינט זיך אויף מער א שטענגערע טאן, ועל כולם אנחנו בודעם לך -זאגט דער שרייבער- איך האב יעצט יעדעם אין דער פראגע בוידעם (שרעקעדיג!), ווייל קיינער גייט זיך נישט דערוואגן איבערצופרעגן א זאך וואס כ'ווייס נישט קיין תירוץ דעראויף. פינטל.

(איך וויל נישט רעדן פון די וואלן ווייל דאן וועט דער ארטיקל אהין פארן אינעם בעסמענט פונעם בודקע, אבער ווען איך וועל זיין ראש הקהל וועט דאס ווערן אינפארסט אופן שטערקסטן אויפן ועוחז"ל). פינטל.

ווי אזוי וואלט דער ב. געענדיגט אזא ארטיקל, והוא יפינטלינו לעולם ועד...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:35 pm

חחחאחחאחאחא, דו ביסט גוווט משוגע. נקודה.

זערא, נילטש, דאביע, פינטל!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 27, 2008 8:14 pm

דו זאגסט גוט. פינטל.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » זונטאג דעצמבער 28, 2008 12:04 am

זיידי געוואלדיג,

אבער איך וואלט דיך צוגעפירט צום נענטסטן דאקטאר פאר א אונטערזוכונג.......(איך קארג נישט אויף קיין פינטל......)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג דעצמבער 28, 2008 1:15 am

זיידעניו, דו ביסט גוט, אָן א פינטל
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » זונטאג דעצמבער 28, 2008 1:25 am

יעקב האט איוך אויסגעשמיסן לבן מיט דיזע פינטעלעך אז ער האט נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטאן, נאך א פינטל און נאך א פינטל וויפיל ס'גייט....

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג דעצמבער 28, 2008 10:55 am

.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » זונטאג דעצמבער 28, 2008 11:27 am

א רעקארד קורצע תגובה פון יאנאש...

אלענפאלס עס איז דא וואס צו לאכן דא

פינטל..........

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 28, 2008 11:31 am

איך וועל נישט מאריך זיין מיט קיין שבחים און הספדים כדרכי בקרעטשמע נאר גראד צוגיין צום פינטל.

גרויסע שכויעח זיידעניו, פינטל.

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » זונטאג דעצמבער 28, 2008 4:29 pm

זיידי........מאכטי......מיךי......לאכי.....פינטל
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » זונטאג דעצמבער 28, 2008 4:54 pm

עקודים נקודים...זיידעניו ביסט גוט צופינטעלט. פינטל!.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:29 pm

יישר כחכם אלע מגיבים, טראץ דעם וואס כהאב נישט ערווארטעט קיין לאנגע שורות אויף דעם ארטיקל, אבער אם כל זעקס וועל איך פרעזענדליך באדאנקן אלע משתתפין.

זאנוויל האט געשריבן:עקודים נקודים...זיידעניו ביסט גוט צופינטעלט. פינטל!.

זאנוויל מילא געפינטעלט אבער געבינדן מאן יימר, (ווא דען סטייטש עקוד).

wildturkey האט געשריבן:זיידי........מאכטי......מיךי......לאכי.....פינטל

צוויי קשיות האביך אויף טוירק, די ערשטע קשיה איז שפכאל הליילאס, ניין נישט דאס איז די קשיה, די קשיה איז אזוי, אויב ענדיגטסטו יעדע ווארט מיט א יודעלע, דאן פארוואס ענדיגסטו נישט "פינטלי". ועוד און נאך א קשיה שווער אויב איז דער יודעלע א טייל פונעם ווארט דאן פארוואס מאכסטו אן ענדע חאף ביי "מיךי" און אויב איז עס נישט א טייל פונעם ווארט דאן פארוואס ביי "לאכי" קומט נישט קיין אזוי "לאךי".... טישא יתרץ קושיות....

קענסט מיך? האט געשריבן:איך וועל נישט מאריך זיין מיט קיין שבחים און הספדים כדרכי בקרעטשמע נאר גראד צוגיין צום פינטל.

גרויסע שכויעח זיידעניו, פינטל.

אויב גייסט גראד צו פינטל, קען איך שוין גארנישט זאגן... אבער דער אויסנאם וויל איך דיר טאקע באדאנקן פארן מגיב זיין.

איזאק האט געשריבן:אלענפאלס עס איז דא וואס צו לאכן דא

פינטל..........

איזאק איין פינטל, אדער ניין פינטליך?.

יאנאש האט געשריבן:.

דער שטומער שרייט העכער פון אלע טויבע, אז זיי בלייבן גאר טויב, מיט דיין קליינע פינטל פירסטו א מערכה אז מען קען מיינען אז דיין פרינטער איז געגאנגען א גאנג....

נודע למשגב האט געשריבן:יעקב האט איוך אויסגעשמיסן לבן מיט דיזע פינטעלעך אז ער האט נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטאן, נאך א פינטל און נאך א פינטל וויפיל ס'גייט....

דער חילוק איז נאר אז יעקב האט כאטשיג געקענט ענטפערן פאר לבן נאכן באקומען די פינטליך...

שמערי בערי האט געשריבן:זיידעניו, דו ביסט גוט, אָן א פינטל

טענק יוא פאר דע קאמפלימענט קאמע אן א פינטל פינטל

גרויזאמער האט געשריבן:חחחאחחאחאחא, דו ביסט גוווט משוגע. נקודה.

זערא, נילטש, דאביע, פינטל!

גרויזל איך זעה דו האסט אנגעכאפט א גוטע נקודה און מען קען גיין אסאך טיפער ווי דו מיינסט....

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » זונטאג דעצמבער 28, 2008 9:21 pm

את שלום זיידעניו טוירקל (בת ה)יענה.

וועגן דיין ערשטע דיוק איז די תי': בין איך געווען א קוימען (כמיין: קאפי) קערער. און וועגן די יודעלעך מעגסטו שוין וויסן אז די יודעלעך שטיפן זיך איבעראל אריין צו מען באלאנגט דארט צו פינטל פינטל פינטל פינטל

ואני את ניקי היצלתי
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג דעצמבער 28, 2008 9:49 pm

שוין. (פינטל) איך בין שוין אנגעקומען נאכדעם וואס ער האט שוין רי-תגיבות פאר יעדעם. (פינטל) זאל דאס זיין א כפרה. (פינטל)

דער אמת זיידעניו, ביסט גוט פאריקט, איך האב נישט קיין סאך ברירות, איך מיז דאס זאגן הויעך, כאטש מאנכע וועלן דאס אויסטייטשן ווי א קאמפיין פארהאנדלונג, אבער עפעס מעג איך אריינשטיפן, אמער, די האסט דאך אויך אזוי איינגערינגעלטערהייט אריינגעשטיפט עפעס איבער די וואלן. (פינטל) א סופער איידיע פון א באשרייבונג!

איך וועל עפעס זאגן ווייטער, אבער איך גלייב אז איך ברויך נישט, יעדער וועט שוין אליין פארשטיין און די וואס נישט וועל איך נאר זאגן "והמבין יבין" און די וואס פארשטייען נאך אלץ נישט וועל איך מיזן באניצן מיטן אויסדריק "וד"ל"

בקיצור, דאס האב איך געוואלט זאגן דא. פינטל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » זונטאג דעצמבער 28, 2008 9:58 pm

זיידעשי!
כככככככככככככככ, יויש האבעך געלאכט, ס'א גוטס, האסט עס פיין אוועקגעפינטלט אזש כאזעך געווארפן.

עפעס אן איידיע וואס נאר פארן זיידן פאלט ביי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג דעצמבער 28, 2008 10:15 pm

און גארנישט, כ'ווייס אז עטס האטס נישט קיין אהנונג פון וואס איך רעד, אבער זיידעניו האטעך יא, אמער די קרעדיט פאר דעם ארטיקל, קומטצעך ש'מער (נע, נישט שמערי.) און ש'ווייניגער פאר מיר, איך האדאס לעצטענס אים אנגעווערטשאפט, און ער מאכטצעך אפילו נישט וואוסנדיג, ער האט נאך טאקע געמיינט, אז איך קום מער שוין נישט אריין דא, און כ'וועלעס ממילא נישט באמערקן, נו נו, זאלער זיך איינרעדן.

עניוועי, מיין פינטל האבעך שוין געגעבן פארן ארטיקל, סאו יעצט פעלטעס שוין נישט אויס, זיידעניו, יישר כח, שיין באשריבן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג ינואר 06, 2009 5:39 pm

עעעעעעעעענדליך! כ'זיך שוין דעם אשכול פאר א שיינע פאר שעה, און יעצט טרעפעכעס אויפן צווייטן פעידזש, גיי ווייס וואס ער זוכט דארט!

יא, דעיס איז איינע פון די ארויסגעפרינטע ארטיקלעך פון פאריגע וואך, וואס כאב הערשט נעכטן געליינט, און זיידי, ס'איז געוואלדיג! כאנישט געוויסט פון אנפאנג וואס דו ווילסט, (יעצט ווייסעך שוין יא?) אבער ס'איז געלונגען צום סוף, כאגעכאפט!

כאנאר געוואלט צולייגן אפאר פונקטן צו דעם נושא.

ערשטענס: .

צווייטנס: .

און דריטענס: .

טענק יו זיידי... וויכי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 2:55 pm

יו האב איך געלאכט.............................
................................................

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 3:59 pm

איז זיידיניו נאך אלס צווישן אונז?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 1:37 pm

ווענצעך וועמעס זיידע, יש ויש...

אונזער זיידעניו, ליידער נישט, קען זיין אפשר מיט אן אנדערע בעקיטשע.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 12, 2010 11:44 am

ווייסעך נישט. פינטעל
איך הער איז זיכער נאך דא. פינטעל
און אויב מיינטעס עפעס ביי דיר, בין איך אויך דא. פינטעל
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג פאברואר 05, 2012 1:26 pm

איז פון דא ארויסגעוואקסן די אלעמען באליבטן ניק
צום פינטל?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מאנטאג פאברואר 06, 2012 4:03 am

פינטל איז משטיינס געזאגט איך ווייס נישט וואס איך רעד אבער איך האלט זיכער נישט ביים פארשטיין וואס די זאגסט
אנשטאט צו שרייבען די אובערדערמאנטע שורה שרייבט מען פינטל
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג פאברואר 12, 2012 5:48 pm

אזאנס גילאכט אז נאר
........................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................

............................................................................................................................................................................
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » זונטאג פאברואר 12, 2012 6:26 pm

יוא איז דער זיידעניו גוט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט