Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיר זוכן דיך

מאנטאג דצמבר 22, 2008 10:59 am

מיר זוכן דיך, יא קום אהער און רוק דיך צו, אויף דיר האט מען געווארט.

ס'וועט זיין א חוצפה מצידי זוך צו באדאנקן פאר עטליכע מיטגלידער פון דא און איין אשכול, אבער מיין ציל איז דא אביסל טיפער.

ווער ס'האט זיך געדרייט נאר עטליכע מינוט אין קרעטשמע, מוז מודה זיין אז ס'איז דא מורא'דיגע שרייבער'ס, יעדער מיט זיין טאלאנט, נעמט אפיר דעם קרעטשמע אָן "שאץ-מאץ", למשל, אוודאי - האקט מיר נישט איבער - אוודאי אן שאץ איז די קרעטשמע נישט קיין קרעטשמע, אבער ס'איז דאך פארט יא דא א וועלט מיט זאכן אין קרעטשמע וואס די קרעטשמע וואלט נאך אלטס געבליבן "קרעטשמע" אָן "שאץ", אבער, פרעג איך דיר: קען עס דען הייסן "היימישע קרעטשמע" אן אים?? אין דער אמת'ן, "פארקריפעלטע קרעטשמע" וואלט עס געהייסן, אקעי, ס'וואלט געווען א קרעטשמע אן "שאץ"! ס'וואלט חלילה געקענט אזוינס פאסירן. איז אבער געקומען דער אינגערמאן, און איבערגעדרייט דעם קרעטשמע פון "טאפ טא באדעם". און מיר וואונטשן אים: כה לחי! גיי ווייטער מיט דיין שיינעם וועג, ווייל דו האסט לעכטיג געמאכט די קרעטשמע.

דאס זעלבע - און טאקע פונקט דאס זעלבע - ווערט געזאגט צו: אלטער בחור, די קרעטשמע וואלט געפארן באט אן א חיות, אזוי טרוקן אין שטיל, ס'וואלט זיך קיינמאל נישט איבער-צו-קיצקעט, ס'וואלט קיינמאל קיין היט זיך נישט צובויגן און אוודאי נישט געפלויגן, נו, הזאת נעמי?? איז געקומען אלטער און אריינגעדרייווט מיט זיין שירעם און געמאכט אז די ווארט "קרעטשמע" זאל האבן כאטש עפעס פשט.

דאס זעלבע - און ווידער מוז איך באטאנען פונקט דאס זעלבע - איז מיט פוילישער, זיינע געציילטע ווערטער, ווערן געזאגט מיט אזעלכע טרערן, חיזוק, שטארקייט, ווארימקייט, זאל עס זיין ביי מסיבות וואס קומען פאר ביי אחינו בני ישראל, צו דאס וואס ער האט די לעצטע וואך באוויזן מיט זיין אויסטערלישן רייכן פעדער און שארפן קאפ, ארויסצוברענגן די חיזוק וואס מ'קען ארויסנעמען פון א מצב וואס יעדער וואס האט ביז לעצטנס געהערט די נאמען: משה'לע האלצבערג האט זיך ממש צווויינט, און קוק אן מיט זיין שארפן חוש האט ער דאס געמאכט פאר א קוואל פון חיזוק פאר אידישע קינדער, ראו הביא לנו איש מ'פוילן וואס באווייזט וואונדער, אן אים וואלט קרעטשמע סתם גע'אטעמ'ט, אבער מיט אים "לעבט עס".

זאל איך דען אויסלאזן "וויכטיג מיט צייטליך"? בשום אין אופן, וואס הייסט אויסלאזן? זיי האבן מיך דאך געברענגט צו שרייבן די ווערטער וואס איך טייפ יעצט, ס'קומט ארויס א טעיפ צו א חאפצעם.. וואס וואלט קרעטשמע געהאט דערמיט? זאל שומרים קער נעמען.. ס'וואלט עפעס געפעלט פון "קרעטשמע" אן זייער אנאליז איבער דעם נייעם אלבוים? וואס פאר א פראגע הער איך דא קוויטשענען... אוודאי וואלט געפעלט! יא יא, איך זאג אויך אזוי, איך פרעג ענק נאר טייערע ליינער'ס וואלסטו געשפירט אן זיי למשל אויב זיי וואלטן נישט געבוירן געווארן חלילה.. אקעי, איך מאך נאר א דזשאק.. אבער אין וויסטן חלום, שטעלט אייך פאר ס'געשעט א עקסידענט אין צייטליך ווערט נישט געבוירן.. וואלט נישט געווען קיין קרעטשמע? ס'וואלט געווען און גארנישט מ'וואלט עכט געמיינט אז א קרעטשמע קען זיין "נישט פונקטליך" [אָן צייטליך, מיין איך צו זאגן].. מיר וואלטן געלעבט און געליינט אן וויכי, יוי ווי שרעקליך עס וואלט געווען, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז זיי זענען יא בתוכינו [אפשר פארדעם צינדן מיר 8 טעג?...]

געב א קוק אויף "וואלוועלע", אזוי תמימות'דיג אזוי ב'חנ'ט, ממש ווי די זיבן זאטע זאַנגן קוקט ער אויס.. [א קאמפלימענט??..] ער געט צו א מוראדיגן שיינעם חן צום קרעטשמע, אן אים קען מען עכט זאגן וואלט עס געהייסן "פלעין קרעטשמע" און נישט "היימישע קרעטשמע".

הרב ר' יודל מענדלזאהן, דער איד וואס געט אוועק שעה'ן שעה'ן פאר אונז, רייכע ידיעות וואס איך וואלט אין ערגעץ נישט געליינט, אונזער אויגן געבן א שטראל אויף יעדעס מאל מ'זעהט אז זיין נאמען פיגרורירט אלטס "מחבר" פון א אשכול, צו איך באדאנק מיך יעדעס מאל עקסטער פאר אים? ליידער נישט, אבער גלייב מיר ר' יודל, ווען מיר האבן ווען קריטיק וואלסטו עס שוין לאנג געהערט.. אין אישית זיכער..

ארענדער למשל, אן אים וואלט טאקע יא געווען א קרעטשמע, ס'וואלט נאר פשוט נישט גע'ארבעט..

איך וויל דא צוקומען צו עפעס, אחי ורעי אהובי ורבותי ידידי ומורי..

עההה, איך האב נאכנישט אויסגערעכנט אונזער "בית החיים" וואס שטייט מיט שטאלץ, וואס קען זיין אז ווען נישט די מתים וואלט די נייע דור בכלל נישט דא אנגעקומען.. למשל חיים חייקל, קרעמער, און איך זיץ דארט מיט שטאלץ... [דרך אגב: די וואך זעהט אויס וועט יא זיין א שיעור, ס'איז דא סחורה] יענטאאאש, גרויזאמער, מאשקע. און להבדיל בחךלדשחך [איך וויל נישט שרייבן בין חיים לחיים אבער די נקודה האב איך געוואלט זאגן] מיט די לעבעדיגע בין איך דען פארטיג? שמערי מיט זיין ניסוח און זיינע גראפיקס, לאקשן, אלעקסיי, סתם אזוי, קענסט מיך, לעווי, ידען, שוועמל, אך שמח, יעדער באמת יעדער, יעדער מיט זיין חן מיט זיין געשמאק מאכט א פרישן ווינקל ליכטיג מיט זיינע תגובות, אז ס'איז א נחת צוצוקוקן.

סאכדעס, פון דיר רעדט איך נישט ווייל איך וויל נאך פירן ביי דיר א דין תורה אזוי ווי "ראובן און שמעון" סאוי איך טאר דיך נישט יעצט חנפה'נען.

איך הער, און טריאוי ווי אויך יאנאש זענען דירעקט אויסגעלאזט געווארן, איך האף זיי אמאל צו באצאלן אין א באשרייבונג, און דעמאלטס וועלן זיי שוין וויינען צו מיר: לאז מיין נאמען ארויס פון אינטער דיין פעדער...

אקעי, איך קום צו צום פוינט. מיט אן אנטשולדיגונג פאר וועם מ'האט נישט דערמאנט, לאטס מיך ענדיגן דעם ארטיקל, באלד קומט מיין בעה"ב אריין און דעמאלטס ווערט אלעס אויסגעמעקט און ס'וועט "קיינער" נישט דערמאנט ווערן, סאוי פליז: גא בעק טא דע סיידוואלק און לאז מיר ענדיגן.

וויל איך מיך דא ווענדן צו די נייערערע מעמבער'ס, "דו" האסט א חוש, "דו" האסט אין דיר געפילן, "דו" ראנגלסט זיך מיט מענטשן יעדן טאג אין ביהמ"ד, צו וואס עס נישט דא ארויפברענגן אויפן פאפיר? צו וואס זאלן מענטשן דא נישט זעהן דיין מיינונג, הערן וואס דו האסט צו באמערקן, און קענסט אלעס דא ארויסלייגן, דיין הארץ עסעניש מיט מענטשן מיט קאר'ס [ביי דע וועי: איך האב א קאר וואש..] האלט נישט אין דיר גארנישט, זעהסט למשל איך, איך האב געוואלט אז עטס זאלטס שרייבן האב איך געעפענט א אשכול! מ'דארף נישט מורא האבן, נעמטס ענק אין די האנד, שרייבט'ס כאטש א סיבה פארוואס איר שרייבט נישט!!..

זאגטס, ווען איך זאל פאר ענק מאכן א ריזיגן קאלירפולער סיין, וואס זאל אויבן שטיין: שאו ידיכם קודש, דא קען מען אריינלייגן אן ארטיקל פאר קרעטשמע, וואלט איר זיכער עס געטון, סאוי ווייל מיר קענען נישט ערפארדן אזא סיין דערפאר גייט עטס סטראשענען און נישט שרייבן???

ס'האט מיך געבאדערט נעכטן ביי א מסיבה, זאגט מיר איינער אז ער שרייבט נישט ווייל ער שעמט זיך, צו דעם האט מען געמאכט א קרעטשמע? אז יעדער וואס שעמט זיך זאל זיך ארויסדרייען, פארשטייסט? צו טרינקן אונזער משקה, דאס שעמט ער זיך נישט, אבער צוצוברענגן ברוינפן דאס יא.

וואס קלאטצטו אויפן ארטיקל? נעם דיך קנאקן ווערטער

Advertisement

מאנטאג דצמבר 22, 2008 11:23 am

א גראויסע שקויעך פאר אונזער בעסטע און געלונגענסטע שרייבער הרב הגאון איש האשכולות מוכתר במעלות טובות ובמדות נשגבות וכו' וכו' ה"ה הרב יגר סהדותא שליט"א פארן אראפברענגען אזא שיינע ארטיקל די עולם ווינדערט זיך זייט ווען באדאנקט זיך וואלוועלע געווענליך שרייבט ער עפעס צוריק כדאי צו ציען ווייטער די שמועס וודאי שרייבט מען צוריק אז עס איז שיין אבער נישט מיט אזויפיל טיטלעך סוי וואס איז טאקי יעצט אנדערשט וועל איך ענק אויף דעם ענטפערן אז יגר האט צווישן די אויסדערוועלטע שרייבער'ס אויך אראפגעברענגט וואלוועלע קען וואלוועלע עס נישט סתם אזוי אראפשלינגען און גארנישט ענטפערן מילא האב איך זיך גענומען די מיה און ארויסגעגאנגען פון מיינע געהעריגע דרכים און זיך יא באדאנקט פאר יגר און לאמיר טאקע ענדיגן יא יגר די האסט ארויסגעברענגט א מורא'דיגע פאונט יעדע מעמבער וואס קען דא שרייבן א תגובה זאל מוחל זיין און ווען ער האט צייט זאל דא שרייבן וואס קוועטשט עם און די וועסט זעהן אז די עולם וועט זיך באלעקן

מאנטאג דצמבר 22, 2008 11:28 am

וואספארא חוצפה איז דאס? איך בין עפעס א ראשזינקע? ענק מיינען אז... איין מינוט. האלט זיך איין. מען האט יא דערמאנט דיין נאמען. אה... א גרויסן ישר כח יגר. און נישט דוקא פארן אריינלייגן מיין נאמען, נאר פאר די גאנצע ארטיקל.

(אגב איך האב געהאט די כבוד אז נישט נאר זאל יגר זאל אריינלייגן מיין נאמען, נאר אויך וואלוועלע האט געפילט פאר וויכטיג צו ארויפברענגען מיין נאמען...)

מאנטאג דצמבר 22, 2008 11:30 am

יאאאָגי!... יאאאָגי!... יאאאָגי!...

האבן די גרופע פויערן ביים עק שוהל אויסגעשריגן נאכן הערן די ווערטער פונעם עלידשן חזן, וואס האט זיך פארהאנקעטע איבערזאגענדיג די נאמען 'יגר' ביים אויסרופן צו סארווירן אנאַרטיקל פאר די קרעטשמע מעמבער, נישט וואוסענדיג אז מען זאגט דאס מיט א 'חַטָף' אדער גאר מיט 'אתנַחתאָ' זיי שרייען אבער, ווייל די פויערן מאכן נישט קיין עסק פון די נאמען.

ניין אינגאנצן נישט יגַר, אדער יגָר נעעעע... העעעעעי! יאאאָגי! באמת ווי ווערט אויסגעגאסן ס'נפק"מ, איך דארף דיין נאמען ספעלינג? געב מיר דיינע ארטיקלן, גיס אויס וואס דו האסט אין דיין זיסער מוח, דיין שריפט איז א נידל וואס וועקט אויף די פארשלאפענע מילצן, יגר; (דערמאנטסט מיר פון הגר, בידיי-וועי) וואָטו איך מיט מיר אויב האבעך איך נישט דיר? אים אין יאאאָגי כאן - אין באָכי כאן.

אזוי זיך דרייענדיג דא נעבן די קאָך, זעה איך טאקע ווי עס דרייעט זיך ארום עפעס א פרישלעך פנים (אפשר נאר ניק...) ער רופט זיך 'זאנוויל' א פרייליך נשמה, מיט א בליענדיגן גרויסער שמייכל, גרויס נאָז, איון וואס נישט? קום אהער דו! דו ביסט גוט! קאָנטיניו זאאאַווי... ווי ניש ווי- זעה איך א געוואלד נייע מעמבער, איך האב צופאל נישט די נעמען אויף די מעמאו-פעד, אבער גלייבט מיר עטס זענטס אלע גוט.

אינטעליגענט (זוי היסט ער? איך קען נישט זיין נאמען ווייל ער שרייבט ווייניג) קום אהער די טעלדזשי! שרייב דיינע המצאות, דו ביסט זאפטיג.
ווער נאך? ווילדער טוירקי יוששש... דו האסט מיר אויפגעשוידערט פאריגע וואך מיטן ביה"ח מעשה, איך האב מיר דערמאנט פון עפעס א מעשה מיט א העליקאפטער... 'סתם אזוי' ווי ביסט סצם אזוי? נאאאאא ברענג שוין פויער מיט 'שלעפער' אין אלעס וועט גיין גוט... קומט אלע אהער!

וואטעווער; גייס מיר ברויכן ענדק האבן. עס קוקט אויס ווי די באַנדיטן האבן זיך אריינגעגאַנבעט אין געייהסן קיינער טאר נישט שרייבן... לאכט ענק אויס! גייטס אן!

מאנטאג דצמבר 22, 2008 11:42 am

ריזיגע יישר כח יגר'ל פון הארצן טיפן פאר די שיינע הערליכע ארטיקל
הדברים ראוים למי שאמרם, ווען מען זעט אין די זייט דיין ניק'ל

ווי אויך איז די קעפל צוגעפאסט צום געהויבענעם זמן פון חנוכה ווען די חשמונאים האבן א פך שמן געטון זוכן
און זיי זענען טאקע נישט אנטוישט געווארן, און געפינען א פך שמן טהור נאך לאנגע שעה'ן פון ארומקריכן

און אזוי אויך איצטערט וועלן אלע ארויסקומען פון באהעלטעניש
און זיך נעמען שרייבן זאפטיגע ארטיקלען וואס זענען ראוי ארויפצוגיין אויפן טיש

שרייבט שרייבט אידעלעך
שעמט זיך נישט פון קיינעם מיר זענען ווי ברודערלעך

מאנטאג דצמבר 22, 2008 11:57 am

יא טייערע מעמבערס וואסזשע דען האט עטס ענק זיך איפגעסיינט און אונזער קרעטשמע אויב נישט צו שרייבן סתם זוי צו שרייבן שקויעך און זאכן כמו זה זייער פיין אדרבה קיינער וועט נישט שרייבן אויב ער וועט ניש באקומען קאמפלימענטן יא וודאי געבן קאמפלימענטס אבער געדענקט די עיקר וואס עטס זענטס אויפגעסיינט איז כדאי איר זאלט לאזן הערן אייער מיינונג

סוי ידידים חברים און גוטע פריינד שרייבטס און שרייבטס אלעס וואס פאלט אייך איין ביטע נישט סתם שטותים נאר זאכן וואס איז אינטערעסאנט

מאנטאג דצמבר 22, 2008 12:56 pm

אז מ'רעדט שוין איבער די נושא פון שרייבן ארטיקלען, וואלט איך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אלע חשוב'ע שרייבערס, אז לתועלת הענין זאל מען באצייכענען ביים קעפל פונעם ארטיקל אז דער אשכול איז אן ארטיקל, אזוי אז מען זאל באלד באמערקן אז עס איז אן ארטיקל, אדער קען מען לייגן עפעס א געוויסע סמיילי וכדו', אז ווען מען שפאצירט אינעם אינדעקס פונעם קרעטשמע זאל מען וויסן וואס עס איז אן ארטיקל און וואס נישט.

איך האף אז איר פארשטייט מיין פוינט.

און צו דיר יגר וויל איך זאגן, אז איך האב שוין לאנג בדעה צו שרייבן עפעס, אבער דערווייל באגעניג איך זיך מיטן 'לא איסתיעא' תירוץ, אבער אין ליכט פון דיין רוף וועל איך זיך משתדל זיין בקרוב אריינציווארפן עפעס, בל"נ.

מאנטאג דצמבר 22, 2008 1:04 pm

קיין ארטיקלן שרייבער בין איך נישט

אבער אז יגר בעט זיך אזוי וועל איך אפשר נאך איין טאג פראבירן ווער ווייסט כולי האי ואולי

יישר כח יגר פאר דיינע ווארימע ווערטער אין יישר כח ראשאקאל פאר דערמאנען מיך עטליכע מאל

מאנטאג דצמבר 22, 2008 1:09 pm

דער אמת דארף אויך געזאגט ווערן אז דא אין קרעטשמע האט מען אנגענומען דעם שיטה פונעם רזא דגלגולא. דאס טייטשט אז די קרעטשמע אין איר יונג לעבן איז שוין אדורך פארשידענע תקופות מיט פארשינדארטיגע שרייבערלעך. לאמיר זיך נאר אויפפרישן דעם זכרון להולכים: צייטן געווען וואס יענטאאש האט געטראסקעט תגובות און מיר האבן געטראסקעט אויף דער ערד, אנדערע צייטן האט זארעכפעפער אונטערגעהאלטן דעם עולם מיט זיינע עטליכע ניקס און פארשידנארטיגע עדיטאריעלס און טעמעס, וועלטליכע ווי להבדיל תורה'דיגע. געווען זמנים וואס מר. אידיש זעלבסט האט געהאלטן דעם פאן פון שפראך, היינט שטייט דאס קלאר איין ביים יידישיסט. אמאל איז בני היכלא געווען דער רבן של כל בני הגולה, היינט האבן זיך שוין אונטערגערוקט א סטאדע ניקים וואס פרובירן צו ערווארבן דעם טיטל זה בכה וזה בכה מיט פארשידענע אופנים און מיטלן (הגם קיינער קען מיטן רבי'ן נישט קאמפיטן זייענדיג דער ידו בכל, ווי ערווענט אין איינע פון די לעצטערע ארטיקלן פון הרב זארעך און הער מיללער). ווער געדענקט דען נישט ווען מיר פלעגן ליינען פארגאפט די ארטיקלן פון דיזע-ערצעהלונג אדער די ערפינדונגען פון גרויזאמער, היינט פארמאגן מיר א יודל מענדלזאהן מיט א זיידעניו. די זעלבע ליסטע גייט אן ווייטער און ווייטער, אבער דער באגריף איז דער זעלביגער: תקופות בייטן זיך, שרייבער טוישן זיך, אבער די קרעטשמע בלייבט האפנטליך אן אינטערסאנט פלאץ אויף שטענדיג.

מאנטאג דצמבר 22, 2008 1:17 pm

נו, ענדיג צו: אבער פון דעם איד וואס האט געשריבן די ערשטע תגובה אין קרעטשמע, מאז היתה לגוי, הערט מען ליידער זייער ווייניג.

און דאס ברויך א תירוץ פארוואס.

מאנטאג דצמבר 22, 2008 1:23 pm

נו, וועראידאס?

מאנטאג דצמבר 22, 2008 1:31 pm

קרעמער!!

מאנטאג דצמבר 22, 2008 1:31 pm

יגר'ל עי וואן, בי טא, סי טרי וכו', אזאנס... דאס איז דאך דער זאלביגע אומעגע 3 וואס רינט איבער גלייך פינעם לאטקעס אריין אין קרעטשמע, אבער איין מינוט מיין נאמען זעה איך נישט דארט... אהה איך שוועב שוין בין החיים ובין המתים... דאס איז ווען כ'וועל שוין זיין ראש הקהל בעזר השטומעס, אבער דערווייל אני כאן והכל קאץ,

אבער הער יגר מיר זענען אויף די סעים פעדזש..., ס'הייסט, אונז זעמער עפשר אדווערטייזא אויף די זעלבע פעידש און די ניוס רעפארט, נעע נישט פון דעם דעם איך [פשוט ווער נאך פיט אריין אינעם קאר וואס ווען יגר איז דארט].

נאר איך וועל דיר אויסזאגן א סיקרעט, פון הונטער די קוליסן, אז אין די לעצטע צווייי וואכן, ראץ, סארי. טראץ דעם וואס כ'בין פארנומען מיט קאמפיינען פאר מיין קאנדידאטור, האלט איך מיר היבש פארנומען מיט ניקין וואס שרייבן א ים הגדול פון תגובות פון קוים דריי שורות, און דאס אויכעט נישט, אז זיי זאלן ענדערש אריינלייגן זייער צייט אין אנגס אין א גוריסע ארטיקל וואס זאל אנהאלטן פון 150 ביז 200 קערעקטערס לכל הפחות, און דער ווייל עלתה בידי אז פינף פון די קאטעגאריע האבן אין די לעצטערע וואכן שוין געשריבן, לענגערע ארטיקל כל אחד לפום דרגא דיליה, און דאס איז דאך געווען דעם רבי'ן יגר ז"ל רצון אלע יארן.

אם כן בין איך א היבשע מחותן מיט די סארט ארבייט, מזל טוב, יא כהאב עס שוין געהערט אויף קול מבשר, יא מיט וועם נאר,


(יעצט זעה איך אז קרעמער האט מיט מיר יא מקיים געווען דעם מצוה פון "המזכיר נשמות לפגרים מתים")

מאנטאג דצמבר 22, 2008 2:49 pm

דאס וואס דו האסט יעצט געטון ברויכסטו מגיב זיין אויף אן אשכול וואס א נייער האט געשריבן ווייל מיטן עפענען א נייע אשכול וועסטו אים נישט געבן דעם שטיפ צו גיין ווייטער ווייל ער ווייסט דאך נישט אז די מיינסט אים (עי בזארעכס יאוש איז.....) אבער אז די אלטע ווועלן געבן די שטיפ פאר די נייע איז דא טשאנסן אז עס וועט זיך ערווערבן פרישע שטערנס דאהי, אלענפאלס שכוח פארן מאכן שמייכלען היפש מאל אינמיטן.

בד"וו פארוואס האסטו מיך אויסגעלאזט? אלטי שכוח פארן נישט איגנארירן.

מאנטאג דצמבר 22, 2008 3:15 pm

פון דעם האב איך געציטערט, איך שרייב עס אפאר מאל, יוי, ליהוי ידוע, איך האב קיינעם נישט געוואלט אויסלאזן.

מיין עצה יעצט איז: אז יעדעם וואס מ'האט נישט דערמאנט, זאל זיך מקבל זיין ערליך צו שרייבן יעדן טאג ארטיקלעך, אזוי ווען איך וועל געבן א שנעלן בליק אויפן פראנט פעדזש וועל איך אייך תיכף זעהן..


איך טוה אויס מיינע בוטצעס און איך בעט מחילה פון אלע חברים וועם איך האב בטעות פארזעהן. ואתי הסליחה

מאנטאג דצמבר 22, 2008 3:22 pm

נאך א מזל די האסט נישט געשריבן יעדעם איינעם

מאנטאג דצמבר 22, 2008 10:05 pm

אלטער וואס ציטערסטע אזוי פון מיינע נאז לעכער? כשלינג קיינעם נישט איין.

יגר'ל, אן ארטיקל וועל איך מסתם נאך נישט שרייבן, אבער דער ארטיקל איז זיך ווערד א קניפ אין בעקל.

דינסטאג דצמבר 23, 2008 2:59 pm

יגר!!!!, מיין פנים איז רויט....
רויט פון בושה, און פון....
כ'מיין ווילסט ארויס הייבן די שרייבער'ס פארוושע נישט, אבער מיר לייגסטו צום ערשטן???,
איז דען נישטא בעסערע שרייבער'ס ווי מיר???,

ליידער דעם חסרון האב איך יא אז איך בין א שוואכע מגיב, איך טויג נאר צו שרייבן לענגערע זאצן, ווען ס'קומט מגיב צו זיין קלאפן זיך מיר נישט די פינגער'ס אזוי שנעל ממילא רינט נישט אזוי ארויס עפעס א פעסטע תגובה ווי אנדערע מגיבים, אבער אי אפשר בלא כלום, איך מוז דאך מודיע זיין פאר הרב סהדותא שליט"א אז איך בין דא געוועהן, ממילא בין איך מגיב לפי יכולתי,

בקיצור ביסטו גוט, ביסט פיין, די אפעלירסט זייער ריכטוג צו אלע נייע שרייבער'ס זאלן זיך לאזן הערן, און די קרעטשמע שמיעסן זאלן זיך פארמערן...

דינסטאג דצמבר 23, 2008 3:08 pm

דער מנהל הרב איך_הער איז אויך נעלם געווארן אויף חנוכה וועקעשעין

דינסטאג דצמבר 23, 2008 4:37 pm

יא יגר, וואסטע געוואלט? פאוואס זוכסטע מיך? נעכטן האבעך נישט געקענט קומען כ'בין געווען אויפן טעלעפאון מיט לחיים, יעצט איז שוין נישט אינטערעסאנט, הא?

און יגר, כאדעך טאקע געוואלט זאגן אז כ'פארשטיי פארוואס דו האסט נישט דערמאנט "יגר סהדותא", ווייל אן יגר וואלט טאקע יא געווען א געהעריגע קרעטשמע, און ס'וואלט גארנישט געפעלט, חחחחחחחחחחחחח............ דו מיזט זעהן ווי דער עולם רייסצעך פאר געלעכטער, חחח!........(איינער דא מיינט אז כ'מיינעס ערענסט, און רופצעך אן מיט אזא ביטול, וואס פארשטייט ער דער וויכי? "גיי לערן מיט א גוי א סהדותא"... ודפח"ח)

(לאמעך איין מינוט אריינגיין אינעם "רעדן צו זיך אליין אשכול" און רעדן טאקע צו מיך אליין.)

אן יגר וויזוי וואלט די קרעטשמע אויסגעקוקט? אן יגר וויזוי וואלט אויסגעקוקט די היימישע קרעטשמע? טראכט אריין, פרשת מקץ עם פירוש?????? מגילת אסתר עם פירוש??? הגדה של פסח.... הא? וויזוי וואלטעס טאקע אויסגעקוקט? נו! וואס קלאצטע? הא?.... אויש! כא'פארגעסן אז כ'דארף אליין ענטפערן! אקעי וואסי נאר די קשי'? אה! אן יגר... אםם.... אן יגר.....? פון ווי זאלעך וויסן? כ'קען מיך נישט אימעדזשענען. (ס'פונקט ווי כ"א כסליו אן עםם.... בך בטחו... ניין?)

אה, דו ווייסט וויזוי? ס'וואלט נישט אויסגעקוקט!!!!!!!!!!

(און יעצט צוריק ארויס)

יגר, כ'הער גוטע נייעס, ב"ה ס'דיוועלעפצעך שוין א פירוש אויף דעי וואך, איי קענט וועיט!

שבת ינואר 03, 2009 9:28 pm

ויגר שמערי מפני בני סהדותא...

יגר, איך פארשטיי דיר זייער גוט, דו געדענקסטעך נאך די גוטע צייטן ווען קרעטשמע "איז געווען" קרעטשמע... (וואס יענטאאש רופט עס בחיי-מענדל...), וואו קומען מיר צו צו די פאנגוס פון די אמאליגע זאפט-פולע שרייבער דאהי?

נאר א גוטע קבלה האב איך זיכער ארויס גענומען, קודם כל אז אלע מיינע "דרעפט" ארטיקלען וועלכע ווארטן שוין אויפן תיקון השאלעכץ זאלן ארויס קומען פון זייער באהעלטע-קניש, און עס זאל ווערן ראוי לעלות על שולחן יגר, און נאכער עמער אנהייבן אי"ה אריין צו רייטן איינס נאכן צווייטן.

אבער ר'עולם ברויך צו העלפן דערצו, עס זאל ווערן א רייץ און איטליכער דאהי זאל שרייבן וועט עס ווערן א כח הקאלאראבי, און מען זאעל ב'שכח'ן מיט נארמאלע און שיינע תגובות אז עס זאל זיך גלוסטן צו שרייבן נאכיינס....

זונטאג ינואר 04, 2009 2:06 am

שמערי. קענט וועיט פאר יאר ארטיקלס טא ארייוו. איך ווייס שוין פון עקספיריענס אז ווען די שיסט אריין עפעס איז עס אן ארטיקל צום געדענקן.

זונטאג ינואר 04, 2009 2:09 am

איט ערייווד..
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

זונטאג ינואר 04, 2009 5:38 am

א גוטן הרב יגר 'סיהא-זיסער'.

איך האב שוין לאנג באמערקט אייער זיסע שפראך, טיפזיניגע רייד, און ארגינעלן מהלך. מעלות טובות וועלכע פארדינען יעדער עקסטער א תגובה פאר זיך, פילייכט גאר א תגובותיים. די דאזיגע אשכול איז אבער עקסטער ווערד זיין געלט און איך וועל אויך זאגן פארוואס:

1. ס'שייך? דערמאנסט דאך אויך דעם 'אני הקטן'! איך הויב אן לייענען דעם אשכול, און סקראָול צוביסלעך נידריגער און נידריגער מיט גרויס אנגעצויגנקייט, און אט, אז מען לעבט דערלעבט מען, מיין נאמען פיגורירט אויך דא! איך ליג דיר אויך אויפ'ן געדאנק!
אודה ואבוש, מיין שמיני שבשמינית איז מאמענטאל צ'וואקסן אויף אזא פארנעם, אז בנוסף צו די חנוכה לאטקעס וועל איך בלית ברירה זיך מוזן נעמן צו א שטרענגן דיעטע.

2. דער נאמען פונעם אשכול.
יא, דער נאמען פאר זיך איז שטארק צוציענד. ס'מאכט זיך נישט יעדן טאג אז "מען זוכט מיך"! טאקע מיך פערזענליך? באלד קומט אין געדאנק דער באקאנטער 'אנקעל סעם' "איי וואנט יוּ" בילד, מיט דעם וואנזשע-לאזן פרצוף, ציגעלע בארד, אמעריקאנע צילינדער היטל, א'קיצור, די גאנצע שמונה בגדים...
uncle-sam-wants-you.jpg


3. די "טיפערע ציל":
איך וואלט זיך ערלויבט צו זאגן אז עס איז מעגליך פארהאן א מער אויבערפלעכליכע ציל אויך, אין צוגאב צו די קלארע ציל פון ארויסברענגען די באהאלטענע און אפענע שרייבערס אויפ'ן אויבערפלאך. און די ציל איז גאנץ פשוט, ר' יגר זאל ספאנטאניש ווערן א קרעטשמע סעלעבריטי! (כאילו ער איז נאכנישט...) דהיינו: אז מען שרייבט אזעלכע לויב ווערטער אויפ'ן חשבון פון עטליכע גוטע שרייבער (איך מיין דאך חלילה נישט זיך...) דארפ'ן דאך די שרייבער צוריקשרייבן כאטש מיט געציילטע דאנק רייד. סטייטש?! הכרת הטוב איז דאך נישט קיין קלייניגקייט! ווידעראום די וואס ר' יגר האט נישט דערמאנט אינעם געהענגעל, וועלן דאך אוודאי נישט צולאזן אז מען זאל זיי בעוולה'ן און באטראכטן זייערע נשמות ווי ראזשינקעס ח"ו... הייסט עס אז יעדער וואס פארמאגט נאר א קיבאורד וועט פרובירן זיכער מאכן אז ער ערשיינט אויך דא אויפ'ן אויבן אן, ולו יהא אפילו מיט געוואלד!

הוא אשר דברנו: דער דאזיגער אשכול זאפטיגע ענבים, איז ווערד דאס געלט!

ויענו כל הקרעטשמע יחדיו: תשואות חן אייך ר' יגר סהדותא, איר באלייכט דאך מיט אייערע רייד די זיסע, פון לאנגע גוטע יארן זאלט איר געניסן, אלע אייערע שונאים א מפלה א מיאוסע, צונישט זאלן זיי ווערן - והיו למשסה.

אינאיינוועגס וויל איך זיך אויך מצטרף זיין צום קול קורא און בעטן אלע חשובע קרעטשמע אידן: גארטלט אייך אן די לענדען, שטויבט אפ די שליסלברעטער (קי-באורד בלע"ז), און קלאפט אריין אייערע רעיונות, תורות, מחשבות, דאגות, דמיונות, שיטות, און סברות. ביטע האלט אייך נישט אפ, אבער האלט אייך יא אין די ריינע ראמען, הויכע ניווא, און היימישע אטמאספערע פון אונזער אכסניא: דער באליבטער אידישער קרעטשמע.

מיטוואך ינואר 07, 2009 11:12 am

אזא הערליכע אנאליז, נאך אזא מעכטיגע ארטיקל... WOW א יישר כוח פאר ביידען.

וואס האב איך דען צו זאגן, קרעמער האט שוין אלס געזאגט.

יגר'ל, כאזעך דערמאנט פון דעם פסוק, כראובן ושמעון יהיו לי, לכאורה וואס איז דער כף? הא? נו, לאמיר זעהן צו די ווייסט.
שרייב א תגובה

Advertisement