איז היינט צוטאגס אפסטעיט מער יענטיש ווי די שטאט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:16 pm

איך האב אויך געוואלט שרייבן דאס וואס וועלוועלע, איך האב אבער נישט געהאט די גוטע לשונות אויפן צונג [ליין אויפן קיבארד] יענע מינוט, לויט ווי עס קוקט אויס, איז קענסט מיך, אדער א פרעמדער וואס איז בכלל נישט באקאנט מיט די גאנצע נושה, און האט סתם נאך געפלאפלט אלעס וואס איך פלעג אלעמאל הערן ווען איך האב געלערנט אין א שטאטישע ישיבה, ביי א יעדען פרישטיג ווען די שטאטישע האבן פאר נישט קיין אונטערשייד וואסערע חשבון געהאט מיט א אפסטעיטע'ר, וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס, אדער איז ער אן אפגעבריעטער פון די אויבנדערמאנטער ועד... און האט מחליט געווען דא אויסצוגיסן זיין כעס...
הסברים זענען איבריג אז עס איז בכלל נישט אינטערסאנט צו ציען וויטער די שמועס אין די ריכטונג ווי קענסט מיך האט עס פארדרייט....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:23 pm

הרב קענסט מיך יא קענסט מיך נישט, צומאל דארף מען קענען זיך גובר זיין אויפן ווילן צו שרייבן אויך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:29 pm

איך האלט אזויווי "קענסט מיך?".
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:34 pm

סתם אזוי די זאגסט דיין מיינונג אגב די האסט זיך געדרייט און די 2 פלעצער אדער נאר און איינס וויל אויב די ביסט ש שטאטישער ווי ווייסטו וואס טוט זיך און אפסטעיט און איב פארקערט איז די קושיא פארקערט

ביטע זאגט נישט סתם א מיינונג אן א עקספיריענס

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:42 pm

קאלטס און ווארעמס האט געשריבן:איך האב אויך געוואלט שרייבן דאס וואס וועלוועלע, איך האב אבער נישט געהאט די גוטע לשונות אויפן צונג [ליין אויפן קיבארד] יענע מינוט, לויט ווי עס קוקט אויס, איז קענסט מיך, אדער א פרעמדער וואס איז בכלל נישט באקאנט מיט די גאנצע נושה, און האט סתם נאך געפלאפלט אלעס וואס איך פלעג אלעמאל הערן ווען איך האב געלערנט אין א שטאטישע ישיבה, ביי א יעדען פרישטיג ווען די שטאטישע האבן פאר נישט קיין אונטערשייד וואסערע חשבון געהאט מיט א אפסטעיטע'ר, וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס, אדער איז ער אן אפגעבריעטער פון די אויבנדערמאנטער ועד... און האט מחליט געווען דא אויסצוגיסן זיין כעס...
הסברים זענען איבריג אז עס איז בכלל נישט אינטערסאנט צו ציען וויטער די שמועס אין די ריכטונג ווי קענסט מיך האט עס פארדרייט....

איך בין שוין גאר נישט קיין פרעמדער, קרוב צו 19 יאר האב איך דארט געוואוינט [ביז מיין חתונה נישט מער געדאכט] און איך בין גאר גוט באהאווענט אין דעם נושא.

לגבי די וועה"צ האב איך אפשר נישט געדארפט אראפברענגען, אבער דאס איז נאך א ביישפיל פון מאנרויע יענטישקייט ווי מ'קוקט און מ'באטראכט יעדן מענטש מיט דמיונות און פאנאטישקייט.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:49 pm

אפגעזען צי די סיבות וואס ווילדער און אנדערע האבן ערווענט לגבי יענטישקייט איז גערעכט, איז עס א מידה מגונה און ברענגט צי צו לשה"ר רכילות ועוד.

און יעצט צום ענין, ווילדער שרייבט אז יענטישקייט שטאמט פון דעם וואס מען איז צוגעוואוינט צי טון חסד און דאס ברענגט אטאמאטיש א נאנטקייט וואס ברענגט צי יענטישקייט, ועוד הוסיף על דבריו אז יעדער קען זען אז די גוטע מענטשען זענען מער יענטיש.

דאס פון ווי עס נעמט זיך די מידה מגונה קען איך דיר נישט זאגן, אבער דאס אז די גוטע מענטשען וואס טוען חסד זענען מער יענטיש בין איך גענצליך מחולק ציט דיר(אין קרעטשמע מעג יעדער האבן א שטעלונג, אפילו א פשוטער זאנוויל, איא?), מיין עקספיריענס אין לעבן האט מיר בכלל נישט געוויזען אזוי נאר גאר פארקערט, איך וועל נישט ארום קריכן אין שטעט נאר איך וועל מיך האלטן צי מיינע קרובי משפחה און חברים, טייל פון מיינע קרובים טאקע די יענטישע פון זיי אויסער יענטישקייט וועל איך כמעט קיינמאל קיין טובה נישט זען פון זיי חוץ א טובה וואס זיי בעטן פון מיר, און די אנדערע טייל קרובים וואס צוליב זייער עקסטרעמע גוטסקייט וואס זיי פארמאגען אין זייער הארץ, וועלן זיי שטיין גאר ווייט אפגערוקט פון מיינע פריוואטקייטן, ווי כאילו זיי שפילן זיך מיט פייער אויף יעדע ווארט וואס זיי פרעגן אדער זאגן, און טאקע פון זיי וועל איך גאר אסאך הנאה האבן סיי ווען איך בעט און אפילו ווען איך בעט נישט זענען זיי אלץ דא, נקוט הי כללה בידך: א מענטש וואס האט באמת א גוט הארץ און וויל העלפן א צווייטן צוליב זיין גוטסקייט, שטייט ווייט פון האבן אפענע אויגן און מויל, און די זעלבע זאך זע איך ביי מיינע חברים כ"א בשמו הטוב יבורך.

זאת ועוד יותר, ווען דו האבט דיך באצויגן צי די מעשה מיטן קאר, דאכט זיך מיר אז פאר בארא פארקע אנוואוינער איז א קאר אין שבת פונקט אזוי אויסער ארדענטליך. און דאס וואס דו רינגעלסט אזוי ארום דארט אז אין בארא פארק זעט מען אסאך מער קארס ארום, קוקט אויס האסט נאך נישט געוואוינט אין בארא פארק אין די גאר היימישע גאסן וואס איז רוב פון בארא פארק.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:51 pm

געוואינט ביז די חתונה דארט און יעצט און שטאט לאמיר דיר פרעגן ןןי לאנג חתונה געהאט ווייל די לעצטע 5 יאר האט זיך אסאך זאכן געטוישט און יעצט לאמיר די זאגן עפעס שטיל איך האב נישט געמיינט וועד הצניעות איז נישט שיין איך האב געמיינט וואס די האסט געשריבן פארדעם
עניוועי אונז בלייב מיר בעסטע חברים ענד קיפ אפ טענה דיר ווייטער ווייל דאס איז מיין האב אזוי ווי געשריבן און אנהויב אז עס וועט אריסברענגן אסאך מענטשן פון די כלים

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:59 pm

וואלוועלע האט געשריבן:געוואינט ביז די חתונה דארט און יעצט און שטאט לאמיר דיר פרעגן ןןי לאנג חתונה געהאט ווייל די לעצטע 5 יאר האט זיך אסאך זאכן געטוישט און יעצט לאמיר די זאגן עפעס שטיל איך האב נישט געמיינט וועד הצניעות איז נישט שיין איך האב געמיינט וואס די האסט געשריבן פארדעם
עניוועי אונז בלייב מיר בעסטע חברים ענד קיפ אפ טענה דיר ווייטער ווייל דאס איז מיין האב אזוי ווי געשריבן און אנהויב אז עס וועט אריסברענגן אסאך מענטשן פון די כלים

חטאתי עויתי פשעתי! איך וועל מער נישט שרייבן אזוינס חלילה!

און דאס וואס דו זאגסט אז די לעצטע 5 יאר האט זיך געטוישט, קען זיין ביזט גערעכט, אבער איך רעד נאך פאר די לעצטע 5 יאר, און אויב היינט איז שוין אנדערש פרישיעיט איך זיי מורא'דיג פארן זיך פארבעסערן אין דעם הינזיכט.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:14 am

גרויסע שקויך קענסט מיך פאר דיין פרישעישאן אייבי האב איך געוויסט אז די ביסט א מענטש

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 9:58 am

וואָלי;

ערשטענס - וואר-און-אַוואָר זענט איר וואויל גערעכט אז מען מעג רעדן פון די טעמע, אבער ווייסטעך, דאס דערמאנט מיר יאאאאָרן צוריק ווען מען פלעגט פארברענגן אין די ישיבה ווענט, האט מען גערעדט פון דעם, ווי עס לוינט זיך ענדערש אנצוקומען אין א שטאט אדער אין א דארף (דאס איז געווען אין יענע יארן) - אזוי אויך האט מען געהאַט א טאפיק, ווער עס מאכט שענערע שטריימלעך, (היינט רעדט מען נאך דערפון?) עס איז גענוג א גוטע טאַפיק, ניין?

צווייטענס - עס שיינט מיר ווי דו האסט נארוואס אויסגעזויגן די ישיבה-פעמפער יארן אין ביסט נאך אונטערן רושם, מיט אָט די טאפיקס, האָרך; אויב איז עס אזוי, איז א גוטע זאך, ווייסטע אוודאי פארוואס. ווייל אז מען נעמט מיט די ישיבה יארן ווי מען גייט איז מען אייביג בשמחה, ריכטיג? יעצט שלעפ דיר מיט איבעראָל דיינע יארן, עעעעי ההעייי איך ווארן דיר... אינדערהיים שיק עס ארויס...

דריטענס - עס שיינט מיר אויך שטארק ווי דו שפורסט אז דו פארטרעטס קרית יואל, אין דו נעמסט עס גאר ערענסט, איך שפור אז דו קענסט נישט דורכטראגן די שעבוד, הער; נעם דיר דאס נישט אונטער נעקסטיים. מיינונגען פון א צווייטען מוז מען האבן אויסגעבאָקסטע אויערן צו קענען הערן. וואס איז דאס אזא שעבוד צו אזא אינגע מענטש - וואס איז דאס וואס דו האסט ארויפגענומען אויף דיר? ווארף אראפ די שעבוד! מאן יימר אז ער איז וויכטיג אויסצושמועסן, איז דען שייך צו האבן א מיינונג אין דעם? אבער הער אז וואָלי שפורט פאר וויכטיג אויסצשמועסן, וועל איך דיר נאר זאגן וואס איך האלט.

**

יענטיש? אההה מיט א גוטע פאר יאר צירוק וואלסטו נאך געקענט פרעגן די קשיא, אבער היינט? די יענטע'ס האבן אריינגעמופט אין ווילי - ביסט א מבין? געב א טשעק אויס וויפיל יענעט'ס האבן חתונה געהאט קיין ווילי די לעצטע שטיק צייט, 'ווייס-ווערסע' די נישט יענטישע האבן געמופט אויף ק"י, ביינונז חסידים איז איינגעפירט אז מען גייט וואוינען פון די כלה קומט, נו; איז געבליבן איין זאך - אז מען האט זיך גוט אויסגעמישט, עס איז איבעראל דא 'יענטעס מיט גרויסע פאָנדזשעלויס וואס פארטרעטן זייער גאַס מיט אלע משפחות פון יענעם גאס' אזוי אויך איז דא איבעראָל היינטיגע צייטן 'מענער', 'א גרופע אינגען וואס פארטרעטן די מנינים אין יעדע שול, אזוי אויך אלעס וואס א מענטש קען אריינקוועטשן זיין פרצוף אין זאגן א מיינונג, אין אריינדוכענען אין כלל ישראל'ס רואיגקייט, די 'דזשיבסי'ס איז מער אנזעהבאַר ווי נישט, סאו אוטאמטאיק באָמפט מען אריין אין זיי ס'ערשטע אייביג. אבער עס איז פארהאן איבעראל די ברואים משונות, מ'שטיינס געזאגט; מען האט זיך צונויפגעוואָקסען די נישט יענטישע מיט די יענטישע אזש עס א שטיק יענטישקייט פאריענטישט!

פאר איך שלוס, איך האב קיינמאל געוואוסט אז אלעס דא וואוינט אין ק"י? ווער וואוינט אויף... אוי גילו, קרעמער געב מיר א האנטוך עס איז שיעור געווען גילו...

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » זונטאג דעצמבער 21, 2008 4:32 pm

איך וואלט וויטער געצויגן די שמועס נאר איך האב פשוט נישט קיין צייט יעצט איך האב יעצט נאר אזוי על רגל אחת א בליק געטאהן אויף וואס מען האט מיר געענטפערט אויף מיין תגובה נאך א וואך צייט וואס איך בין נישט דא געווען
און איך וועל נישט זיין דא ביז צומוויניגסטנס 2 וואכן ארום
זייט אלע געזונט און שטארק

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 21, 2008 4:34 pm

שלום עליכם קאלטס און ווארעמס! לאזט אונז נישט איבער פאר נאך צוויי וואכן! איר פארט אפשר קיין אפסטעיט? ווי אנטלויפט איר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 18, 2009 6:31 pm

קאלטס, דאכצעמער אז צוויי וואכן אישוין פארריבער, ס'האלטסטו?

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » דינסטאג ינואר 27, 2009 4:39 pm

יאך בין דא !!!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג ינואר 27, 2009 9:02 pm

אבער ער/זיי זענען נישט דא (יעצטע)...

ווי אזוי איז געווען די ווינטער וואקאציע?
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג ינואר 27, 2009 9:27 pm

איך בין אויך דא ענד רעדי טא היער

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג ינואר 27, 2009 9:55 pm

ס'היינט ס'ערשטע מאל וואס איך ליין דעם אשכול, און ס'קען זיין אז פארן עולם אינטערסירט שוין דעם עינן גאר ווייניג, אבער אז ס'נישט דא היינט קיין פרישע ארטיקלען צו ליינען, וואס טוט מען? וועט מען אנשטאט מיזן עפעס שרייבן מיטן צובראכענעם קיבארד.

דאס איז זיכער אז קרית יואל האט אין די לעצטע יארן זיך שטארק געביטן לגבי יענטיש'קייט, איך געדענק נאך אז כ'האב בערך 5 יאר צוריק געהאט א שמועס מיט איינעם אויב די ק"י'לע יענטישקייט וועט בלייבן אדער ס'וועט זיך נאך אויסוועפן, צום סוף זעמיר געבליבן אז ביז א 10 יאר (פון דעמאלטס) וועט צוזאמען מיטן וואוקס אויך ציביסלעך ס'יענטישקייט אוועקפארן פונעם שטעטל.

למעשה זעען מיר אז דער יענטיש האט היבש שנעל אפגעפארן פון קרית יואל. ס'שטעטל איז קיין פארגלייך צו דאס וואס ס'געווען בלויז געציילטע יאר צוריק.

דאס וואס דער יענטיש זאל אוועקפארן פון קרית יואל, קען מען פארשטיין, ס'שטעטל האטעך סוכ"ס געוואקסן, אבער מיר וואונדערט נאר וויאזוי דער יענטיש איז אפגעפארן קיין וויליאמסבורג. ס'מאכט עפעס נישט קיין "סענס", וואו קומט וומסב"ג אן צי יענטיש? אזא גרויסע שטאט זאל ווערן יענטיש איבערנאכט? עפעס שטימט נישט.

וואס קען זיין דער הסבר?

אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:34 am

תגובהדורך שניאור אייזיקאוויטש » מיטוואך ינואר 28, 2009 6:32 am

פשוט! דער קרית יואל'ער יענטיאשער בחור האט חתונה קיין וומ"ס, און דער וומ"ס קומט קיין קרית יואל.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך ינואר 28, 2009 11:48 am

איך וואלט געזאגט אנדערשט, אמאל איז קרית יואל געווען א קליין שטעטע'לע און יעדער האט געלעבט איינע מיטן אנדערן, אזוי ווי איין גרויסע משפחה סוי, איז עס געווען זי יענטיש יעדער האט געוויסט וואס עס טוהט זיך איינע ביים אנדערן, משא"כ די שטאט געווען א גרויסע פלאץ, מעו האט זיך נישט זוי ווייט געקענט איינע מיטן אנדערן האט עס געהאט גאר א אנדערע פנים, אבער היינט צו טאגס קרית יואל איז שוין גרויס מען קען שוין נישט יעדן, איז עס אויטאמאטיש געווארן ווייניגער יענטיש, אבער און די שטאט ווי מען וואינט היינט ווי איןן גרויסע פעמילי, יא און איטליכע גאסן קענען וואינען זוי סאך מענטשן ווי און גאנץ קרית יואל, מען וואינט צושטיפט ווי און א סארדינס באקס, א נארמאלע דירה און קרית יואל, איז אזוי ווי 4 נאמאלע דירות און וויליאמסבורג, איז עס דארט ההיינט אויטאמאטיש מער יענטיש, נישט אז עס ווייסט דער וואס וואינט אויף וואלעבאוט וואס טוהט זיך אויף בערי, נאר פשוט דער וואס וואינט אויף וואלעבאוט וויסט וואס טוהט זיך ביים שכן אויף וואלעבאוט, און נישט דוקא שכן פון נעקסט דאר, נאר אויך פון איין גאס אוועק, מער ווי איינער פון מנרוי ווייסט דאס וואס עס טוהט זיך אויף זיין גאס, און אפילו לאמיר זאגן אז עס איז יא די זעלבע פער גאס, דאס מיינט אז און מאנרוי און איון ווילאמסבורג, וויסט מען די זעלבע, און עס איז די זעלבע יענטיש, אבער און מאנרוי וואוינען סאך ווייניגער מענטשן אויף אייןגאס ווי און וויליאמסבורג סוי אויטאמאטיש איז וויליאמסורג סאך מער יענטיש,

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך ינואר 28, 2009 12:06 pm

שניאור אייזיקאוויטש האט געשריבן:פשוט! דער קרית יואל'ער יענטיאשער בחור האט חתונה קיין וומ"ס, און דער וומ"ס קומט קיין קרית יואל.
;l;p-

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » זונטאג אפריל 12, 2015 10:59 am

יאו יאו יאו, פארוואס האב איך קיינמאל נישט געקרעשט אין דעם אשכול ביז היינט? א געהעריגע ישיבה אשכול מיט אלע קליפ_ערליך, א נחת יעדע ווארט, עס שמעקט פון די טרייסט ווארט וואס מען זאגט בת תחילה סימן יפה לבנים, די בחורים וואס זענען חתנים געווארן קיין מאנרא אין מיינע יארן וואלטן זיך מחי׳ געוועהן מיט אזא אשכול, חבל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4964
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אפריל 12, 2015 11:58 am

שכח פאר'ן ארויפברענגען, א פיינע אשכול דאס
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:23 pm

תגובהדורך זיי געזונט » מיטוואך אפריל 22, 2015 10:26 am

טאקע א פיינע אשכול!
אבער איך בין זיכער אז ווען וועלוול וואלט עס יעצט געשריבן וואלט ער געשריבן מיט אסאך מער אויפברויז, ווייל די נושא ווערט נאר ערגער אין ערגער. איך קום גראדע פון אפסטעיט אבער ס'קומט אויס אסאך צו זיין אין ווילאמסבורג, אוי איז דאס עקלדיג ווען כ'שפאציר דארט אויפן גאס פיל איך ווי 10 אויגן באגלייטן מיר אויף יעדע טריט, און ווער רעדט נאך ווען מ'גייט אריין אין די גרויסע בית מדרש וואס וועלוול האט נישט געואלט פורש בשמו זיין... דארט אויף ראדני, ווי נאר איך שטעל אפ די טעקסי און פארנט פון בית מדרש [גראדע געווען אביסל א אנדערע סארט קאר] האט זיך תיכף די גאנצע געלויף פונעם שטאט אפשגעטלט און אלע קוקן... וואס זעט מען? פלעין א יונגערמאן איז ארויס געקומען פון א קאר און מ'דארף זיין וואס דא גייט זיין... שוין לאמיר נישט מאריך זיין... בקיצור ס'איז א עקעלדיגע שטאט איך פראביר ווי ווייניגער אהין צו גיין... מ'וואגט דארט אויף גארביטשיס און יעדער אנשים נשים וטף באטרכטן דיר פון אויבן ביז אינטון...
אלס בחור האב איך געלערנט אין בארא פארק אין איך מיין אז איך קען זאגן אז דארט איז די בעסטע לגבי די נושא, קיינער קוקט נישט אויף קיינעם מ'זוכט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם אין יעדער גייט זיך זיין וועג, און ס'איז פיין ראיהג, אבער אפילו און אפסטעיט וואס איז אויך 'אביסל' געשלאגן דערמיט, ווערט עס כסדר בעסער און בעסער משא"כ און ווילאמזבורג ווערט עס כסדר ערגער אין ערגער.
און איין ווארט "עקעלדיג" "פוי".

שכל טוב
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2014 2:38 pm

תגובהדורך שכל טוב » מיטוואך אפריל 22, 2015 11:31 am

אין פלעין ענגליש , complex

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:11 pm

שכל טוב האט געשריבן:אין פלעין ענגליש , complex

אבער נאך ווי!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Amazing, Bissli, josh, private, אורחים בורחים דורכים, ארגינעלע יוד, ביי די וועי, בינוני, יאנקעל פעדראטשיק, פישל, שופר, שירה פען, שנלר און 29 געסט