בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 11:43 am
דורך Anonymous
ער קען אויך מאכן א באשרייבונג וויאזוי מען ווערט א שרייבער
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 2:20 pm
דורך קרעזי
א גרויסען דאנק פאר אלע וועלכע האבן אנטייל גענומען אין ענטפערן מיינע פראגעס.
איך האב נאך איין פראגע וועלכע איך וואלט געוואלט אויסשמועסן. והוא:
פון ווי נעמען די שרייבערס זייער מאטריאל? מיט וועלכע קוועלער טוען זיי זיך באנוצען שרייבענדיג אן ארטיקל? צי מאכן זיי א גלאטן זוך אויפן אינטערנעט און שרייבען נאך וואס זיי האבן געפונען, צו ווי אזוי?
א גרויסען דאנק פון פאראויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 2:24 pm
דורך מאשקע
קרעיזי. ס'איז דא אזוי און ס'איז דא אזוי.
און אפילו פון די וואס נעמען פון די אינטערנעט, איז דא וואס נעמען עס אזוי ווי ס'שטייט און גייט און לייגן נישט צו קיין קאפ און מוח, און ס'איז דא וואס גייען עס גוט איבער, שטעלן צוזאם א מעסטערפיעס פון עטליכע פלעצער.
אויסער פאנטאזיע מעשיות, שרייבט מען כמעט גארנישט אליינס. נייעס'ן, אפהאנדלונגען, אנאליזן, אלעס קומט געווענליך פון די גוי'אישע וועלט.
אויסער אברהם פריעדמאן'ס ארטיקלען אין "די צייטונג", די אנאליזן, דאס שרייבט ער יא אליין.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 6:45 pm
דורך קרעזי
א גרויסען דאנק קליינער איך. ווען די זאגסט אז עס זענען דא וואס שטעלן דאס צוזאם פון איטליכע פלעצער, וואס איז דער באדייט דערפון? די מיינסט צו זאגן אז זיי האבן נאך קוועלער אויסער דעם אינטערוועלט, ווי ביכער, מאגאזינען און שאר ירקות?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 6:52 pm
דורך מאשקע
דאס אויך, אבער נישט דאס האב איך געמיינט. איך האב געמיינט צו זאגן, אז זיי שטעלן צוזאם פון עטליכע מקורות אויפ'ן אינטערנעט, וואס קיין איינס פון זיי איז נישט גענוג לאנג, עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, און זיי האבן די ארבעט צוזאמצושטעלן די גאנצע זאך פאר איין לאנגע מייסטער-שטיקל. מ'דארף צ.ב.ש. פארזיכערן אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירות, נישט שרייבן קיין דאפלטע זאכן, וכו'. בקיצור, ס'איז א קאפ ארבעט, מ'דארף צולייגן מוח דערצו.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 7:10 pm
דורך קרעזי
איך_הער.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 28, 2006 10:11 pm
דורך איך_הער
דו רופסט מיך?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 12:07 pm
דורך יעקב אלי בראך
שיינע דערפל שיינע שרייבערס מגליך וועל איך זזוך אויסלערנען שרייבן פון וואס איך זעה
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 12:30 pm
דורך א אידעלע
זאג נאר יעקב אלי', דו קעקעקצט?
ווייל איך געדענק פון ישיבה איינער וואס האט געהייסן יעקב אלי' (בראך), אבער ער האט נישט געקעקעקעקעצט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 03, 2007 1:43 pm
דורך מאשקע
וואו איז ער טאקע, דער קרעיזי? ס'קוקט אויס ווי ער האט געטראפן א דזשאב אין איינע פון די חרדי'שע צייטונגען. זאל זיין מיט הצלחה.
Re: וויאזוי ווערט מען א שרייבער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 1:58 am
דורך בני היכלא
קרעזי האט געשריבן:מורי ורבותי.
איך שטעל מיך דא אויף דורכצוטון א טעמע וועלכע ליגט מיר שוין אויפן הארץ (אדער אין בויך? אפשר גאר אויפן צינג? איך ווייס אליין שוין נישט...) איטליכע וואכען, און איך האב נאך נישט געפונען דער פאסיגער ענטפער דערצו.
לאמיר אייך נישט דעם קאפ פארדרייען, און צוגיין גלייך צו דער זאך.
ווי איהר ווייסט אוודאי, און ווי איך האב שוין צענדליגע מאל דערמאנט דא ברבים, און ווי איהר קענט אייך אליין איבערצייגען, זיץ איך דא אויפן קאמפיוטער מיינע צענדליגע שטונדן נישט האבנדיג וואס צו טאן מיט די צייט. איך לויף אריין אין קרעטשמע זיך דאס הארץ צו דערכאפן, און איך זוך מיט וועמען א שמועס צו ציען. איך גיי אהער, איך גיי אהין, און איך טוה מיט דער צייט קיין סאך. עס גיבט מיר אמאל א ציפ אין הארץ זעהענדיג ווי איך פארברענג דעם טאג און די טייערע מינוטען מיט אזעלכע מידערוויכטיגע זאכן פון וואס איך האב פון זיי למעשה גארנישט. איך בייזער מיר אויף מיר זעלבסט פארוואס איך פיר מיר אויף אט אזוי וואוסענדיג אז איך טוה נישט גוט. איך נעם מיר אונטער אז דער ערשיינונג וועט נישט מער פאסירן, אבער ככלב שב על קיאו קענט איהר מיר טרעפן דא קעגן דעם שיינענדיגען קעסטל צומארגנס אין די זעלבע צייט. איך האב שוין געשריבען דא אינעם קרעטשמע אז איך זוך אן ארבעט אויפן אינטערנעט, אבער ווי איהר זעהט האב איך דאס נאך נישט געטראפן. אלזא, איז מיר איינגעפאלען אז אפשר קען איך ווערן א שרייבער אין איינע פון די צייטונגען, און אזוי אויסנוצן די צייט און מאכן דערפון אפאר גרייצער איינוועגס.
מיין פראגע איז: ווי אזוי ווערט מען א שרייבער? צו וועמען ווענט מען זיך? ווער איז מחליט, און ווי אזוי גייט דאס צו? איז דא א פארהער פארדעם?
אין אנדערע ווערטער: איך ווייס נישט גארנישט פון דעם פעלד, קענט איהר מיר מיט עפעס העלפען?
א גרויסען דאנק.
יוי די ווערטער זענען שרעקעדיג, ער האט עס געמיינט ערנסט, איך טראכט דאך ממש די זעלביגע, אבער יענטאאש טענה'ט דאך צו צייטליך אז קיינער קען זיך נישט אפרייסן ס'איז נישט שייך, ומבשרי אחזה אז ער איז שרעקליך גערעכט.
אוי טאטע, וויפיל יאר גייט נאך אנגיין די קרעטשמע, דער פריץ קען נישט טרעפן א נייע ארענדער, אלץ מוז דער משקע פירן די קרעטשמע..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 11:05 am
דורך אלעקסיי
תפיסת המחשבה...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 11:16 am
דורך קרעמער
מיט א מח שליט על הלב קען מען אלעס דורכברעכן. בני-היכלא; דערמאן דיך די שמועסן וואס דו האסט מיר געגעבן פריוואט בנוגע זיך מתגבר זיין אויף OCD דראנגן, און נוץ עס אויס לטובתך.
איך ווייס אז מיט דעם בין איך א חב לאחרים, זאגאר פאר מיר זעלבסט, אבער עס שטערט מיר צו זעהן ווי א איד רעדט זיך אפ אויף אדיקשן צו א זאך וואס איך האב געהאט א יד אין איר גרינדונג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 12:11 pm
דורך יענטאאש
בעני;
אלץ אן אויסגעפריווטער אויסגעארבעטער דורכגעקנעטענער אין דעם פראבלעם, לאדן איך דיך איין זיך צו פארבינדן מיט מיר, איך בין נאכנישט גענוג מסודר אין די נושא צו קענען אפשרייבן אן ארטיקל איבער דעם, ווי אויך נעם איך נישט קיין אחריות צו געבן פובליק עצות וויבאלד עס ווענדט זיך אסאך אין יעדן אינדיוודיואל, אבער א פריוואטער שמועס קען איך מיט דיר פארפירן דערוועגן.
נ.ב. פאר די שפרינגערס וואס מיינען שוין אז איך מיין דא צו רעדן מיט בעני פנים אל פנים, כלומר אז מיר קענען זיך פערזענליך, וויל איך קלאר מאכן אז ניין, איך רעד דא פון זיך פארבינדן אין אישית אדער אויף גוגעל טאלק, וטאנץ היעניגן שככה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 2:32 pm
דורך פוילישער
אך פלעג אויך שרייבן אין חרדי'שע צייטונגען, אבער צוליב פרעשור פון א דעדליין האב איך אויפגעהערט. אן ארטיקל וואס וועט געשריבן אונטער פרעשור האט נישט קייי חן, ווייל מען קוקט עס נישט איבער אפאר מאל, און מען קען עס נישט פארשענערן צום ריכטיגן געשמאק.
מען האט מיך באצאלט אויף די קערעקטערס, עס פלעגט אויס קומען איך פלעג מאכן $25 בערך א שעה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 3:01 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד
אפאר נקודות איבער די טעמע:
1) אונטער ווירטואלע קרעטשמע האט א זאמלונג פון די בעסטע שרייבערס וואס איך האב נאר אמאל געזען ביים היימישן עולם. פון יגר'ל ביז קרעזי ביז קרעמער ביז אלטע בחור'ל ביז מאשקע ביז פוילשער (אן א 'י', פאר דוקא?) און איך מיין קיינעם נישט אויסצולאזן, זענען אלע (פארגעסן "נאטורליך", אוי נאטורליך, אוי פרנסה, אוי פרנסה.... פארקראכן צו יאסעלע) זייער גוטע שרייבערס. יא. דאס איז דער פאקט. אלע היימישע צייטונגען אן אויסנאם קענען זיך פארשטעקן פאר אייך.
2) דער ערשטער סוד פון זיין א גוטער שרייבער איז צו שרייבן אסאך און ליינען נאך מער. ליינט דאס איבער צוואנציג מאל.
3) דער צווייטער סוד איז צו שרייבן מיט'ן קאפ אין די שוך פון די ליינערס. וואס וועט דער ליינער גלייכן אין דיין שרייבן? אינפארמעישאן, טעם, דרך ארץ.
4) דער דריטער סוד איז שרייבן גוט, פשוט שרייבן גוט. אין א געוויסן זין איז דאס א מתנה פון השי"ת, פונקט ווי א חוש צו מוזיק, צו גוט קאכן, צו בלאזן שופר ווי א פידל. שרייבן איז "ART", וואס מען ווערט געבוירן מיט א חוש דערצו און דער מענטש דארף אויך מאכן השתדלות.
5) וועגן געלט? יעדער באצאלט אנדערש. לויט ווי וויכטיג זיי דארפן האבן די סחורה, לויט די קוואליטי וואס זיי זוכן, לויט זייער בודזשעט, און לויט זייער פארשטאנד צו שרייבעריי.
6) וויפיל באצאלט מען? יעדער אנדערש, עי' סעיף 5. ווי טייער מען באצאלט, אלס מער פארלאנגט מען פונעם שרייבער.
7) וויאזוי באצאלט מען? אויך יעדער אנדערש. טייל לויט אותיות, טייל לויט פארטיגע זייטן, אפשר לויט די שעה (איך קען נישט קיינעם וואס באצאלט שרייבן אויף די שעה, חוץ א פול-טיים ארבייטער אינווייניג).
8) וואס דארף מען שרייבן? אויך יעדער אנדערש. די בעסטע וועג, וואס די היימישע צייטונגען טוען נישט, איז צו האבן א רעדאקטאר וואס ער איז מחליט וואס צו שרייבן און ער זאגט פאר דעם שרייבער כזה ראה וקדש. נאכדעם קען ער הייסן דעם שרייבער טרעפן די אינפארמעישאן אליינס, אדער אים געבן די אינפארמאציע אין האנט אריין און נאר פון דעם זאל ער שרייבן.
9) וועגן איבערשרייבן פון ענגליש אויף אידיש: ווען עס קומט צו א ביכל, איז גרינג איבערצוטייטשן סתם ווארט ביי ווארט. ביי נייעס דארף מען שוין שרייבן מער אליינס, אז נישט איז עס "בארינג", ווי א כלי שלישי. ביי ארטיקלען איז דא אזוי און ס'איז דא אזוי. ווי מער אייגענע אינהאלט, אלס בעסער און שענער די ארטיקל, אבער עס זענען דא חילוקים. "אנאליז" ארטיקלען איז בעסער צו האבן אייגענע "סברות", אבער עס איז נישט קיין חיוב. ביי "אינפארמאציע" ארטיקלען (למשל, וויאזוי קריכט א קאקארוטש, וויאזוי ווערט הארט די רינדעל פון לאקשן קוגעל) דארף מען אויסדרוקליך נעמען אינהאלט פון א מקור, און נישט באקן קיין פאנטאזיעס.
10) שווארצע ווארענונג: א שרייבער מיט א קאמפיוטער האט א שרעקליכע הויכע ריזיקע פון "אינטערנעט" פראבלעמען. איידער מען לאזט זיך אריין אין דעם פעלד, זאל מען פרובירן אלע אנדערע דזשאבס, און איר וועט הנאה האבן.
11) נאך א ווארענונג: א שרייבער איז אויסגעשטעלט צו דזשאבס אין אלע מיני שעה'ן, אויך פארטאגס און שפעט ביינאכט סיי ווען מ'דארף עפעס עמערדזשענסי, און סיי ווייל מען האט נישט קיין באשטימטע שעה'ן. דאס איז א געפערליכע זאך וואס מען מוז פארמיידן פאר יעדן פרייז.
12) יעצט, מיין טייערער קרעיזי, לאמיך דיך פרעגן: וואו ביסטו אוואו? (קרעדיט, ר' שבתי יודעלעוויטש זצ"ל)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 3:07 pm
דורך פוילישער
מיט סעיף 8 ביזט שטארק גערעכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 11:23 pm
דורך קרעמער
שערקויך יום טוב ערליך פארן הערליכן באריכט איבער שרייבעריי והמסתעף, תשואת חן חן לך, ועוד עינינו נטויה לראות דבריך הנחמדים בנושא זו ושאר נושאי כלים.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 12:16 am
דורך בני היכלא
קרעמער.
דו האסט נישט קיין שום יד, אין מיינע פריוואטע מחשבה דיבור מעשה, גלייב מיר בנאמנות, אז ווען איך וועל אפגעבן דין חשבון, וועל איך זיין איינער אליינס, אן קיין שום הילף, פון קיין פלייש און בלוט פערזאן, ס'עט מיר נישט העלפן דאן קיין שום טענה ומענה, אז איינער האט דאס געגרינדעט, אדער יענץ אויפגעהאלטן, איך און נאר איך בין אחראי פאר יעדע טאט און טריט, וואס איך גיב און טו.
דאס איז נאר לנחמתך, ווייל אזוי ווי אנדערע אידן, לייד איך דאך אויך אויף פארשידענע מיחושים, רח"ל, און אונזער פאל איז עס ביי פאלער, דאס שאפט א צומושעניש אין די עמאשענס, שפרינגענדיג שטענדיג פון מצב צו מצב, פון שפיץ בארג, צום טיפן אפגרונג, אלס א רעזולטאט פון א געוויסע כעמיקאל וואס פעלט, איז די גאנצע באטל טינט וואס איך האב אזוי נאריש אויסגעגאסן אויף איינע פון די קרעטשמע טישלעך, געווען נאריש און זינלאז, און ווי מיט א געדראנג געשטופט דערצו, פון דעם חברה מאן, וואס איז כופה עד שיאמר רוצה אני..
יענטאאש.
דיין נאבעלע מענטשהייט וואס דו צייגסט, מיטן איינלאדענען פערזענליך, צו שמועסן און גיבן ערשטע הילף, איז באווערט צו באגריסט ווערן לעיני כל.
ירבו כמותך.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 19, 2008 9:06 pm
דורך מאשקע
ר' יום טוב, דו האסט הערליך אראפגעלייגט דעם גאנצן ענין. דאס מערסטע איז מיר געפאלן סעיף 5. שוין, לאמערניש רעדן...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 20, 2008 1:55 pm
דורך סאכדעס
יום טוב, כ'דאנק דיר פאר די הערליכע באשרייבונג.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 8:58 pm
דורך פעדער
יעפ. ס'האט גאר אסאך צוגעגעבן. אבער וואו איז טאקע קרעזי פארשוואונדן צו אלע בייזע רוחות..און צום טייוול'ס שלוחים??
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:25 pm
דורך אךשמח
קרעמער האט געשריבן: די פארלאנג פאר גוטע שרייבער איז גרויס אין די היינטיגע טעג, ווען צייטונגען פארמעסטן זיך ווי די שור הבור און לויתן אויף שענערע און בעסערע ארטיקלן.
איך האב נאכנישט געליינט די שפעטערע תגובות, אבער קרעמער פון וואנעט נעמסטו אז זיי זענען אינטערעסירט אין גוטע סחורה??
יא, איך קען א טייערער איד וואס האט אריינגעשיקט פאר א צייטונג א גאר געלונגענעם ארטיקל אומזיסט! אפשר דאס מיינסטו?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 4:06 am
דורך פעדער
איך הער היינט פון א געוויסע צייטונג, וואס איז נאך יעדן טאג אין געיעג נאך גוטע ארטיקלען, און צאלט 150 טאלער פאר א פעידזש. פינטל.
מוז נישט זיין עפעס "מפרסקין ניגרא"!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 11:38 am
דורך צייטליך
אונטערסאנט צו וויסן וואס עס האט זיך אויסגעלאזט. פאר אייער אינפארמאציע, קרעזי איז אין פאקט היינט - עטליכע יאר שפעטער - א באצאלטער שרייבער ערגעץ ווי אויף אונזער פלאנעט. (עכ"פ ביז לעצטענס)