בלאט 4 פון 25

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 11:55 pm
דורך געלעגער
איי סביב... דו ביסט גוט!!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 am
דורך שנאפס
גוט?? נעה, מעכטיג!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 2:55 pm
דורך שמן למאור
סביב העולם האט געשריבן:
בימים ההם:
האט מען זיי גערופן "רייסערס".......... געוואנדן לויט די סייז פון די באמישקייט א גרויסער באם האט געהייסן "א גרויסער ראסער" בבחינת תלישה גדולה!......הקיצור ס'געווען ראסיסטיש!
בזמן הזה:
רופט מען זיי "פליקערס".....


מאנכע זענען גאהר צוריסענע, גארנישט קיין רייסער'ס

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:22 pm
דורך סביב העולם
צוויי מאל לא זו אף זו!
נישט מאנכע - נאר אלע פון זיי
נישט צוריסן - נאר כתית! צושטויסן צופליקט צוקאלוזשט צובראכן צושאסן צופיצעלט פארוואגעלט וכו' וגו'
נאר פארוואס כהאב עס נישט געשריבן ווייל איך האב זיי נישט געוואלט
אונטער"רייסן"

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:33 pm
דורך יהיה כן
סביב דערמאנט מיך דעם אלטן חיים הערש'ן, וועלכער פלעגט אויפשפארן דעם בית כסא... זיי מוחל ענדיג צו אינדרויסן....
אדער ווי דער אלטער דארט מיטן רוקן גארטל, אין דעם גרינעם ראדני מקוה שויער.... אינגעלע שוין גענוג געווייקט מ'קען דיך שוין איינזאלצן...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:34 pm
דורך ווינקל
סביב העולם האט געשריבן:בימים ההם:
דיקע פרעימס פאר די בריללען....
בזמן הזה:
רימניץ גלעזער (כ'מיין רימלעס).......

היינט איז פארקערט...
----
ביסט ריזיג גוט!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 4:58 pm
דורך סביב העולם
יהיה כן האט געשריבן:סביב דערמאנט מיך דעם אלטן חיים הערש'ן, וועלכער פלעגט אויפשפארן דעם בית כסא... זיי מוחל ענדיג צו אינדרויסן....
אדער ווי דער אלטער דארט מיטן רוקן גארטל, אין דעם גרינעם ראדני מקוה שויער.... אינגעלע שוין גענוג געווייקט מ'קען דיך שוין איינזאלצן...


וואס זאלעכדער זאגען דו האסט פארוייטאגטע זכרונות..... (אריין אין די מעלות ביים בן ישיבה אפטיילונג אדער אין זכור ימות עולם...)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:03 pm
דורך ניק ניק
שנאפס האט געשריבן:גוט?? נעה, מעכטיג!


מעכטיג? נעה, טיכטיג!....

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
דורך ניק ניק
נאך בעסער קנאקעדיג (נישט שיך)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:08 pm
דורך סביב העולם
ניק ניק האט געשריבן:נאך בעסער קנאקעדיג (נישט שיך)


העי די קנאקער!
דו קנאקסט איינס נאכן צווייטן..... גוט?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:16 pm
דורך ניק ניק
כאניש יעצט צייט מ'דארף לויפן צו מנחה נאר ס'דא נאך אן ענין לאו דוקא תאוות נאר סתם גשמיות'דיגע נאטירן וואס אידן זענען אנדערש ווי גוים, למשל נישט גלייבן קיין צעטלעך, נישט פאלגען קיין רולס, כאפן די ערשטע פלאץ, זיך אריינכאפן אין א ליין פון מענטשן אדער קארס, אינטערשאצן ווי לאנג זאכן געדורן, ועוד, סביב להמשיך אם ירצה

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:18 pm
דורך ניק ניק
שיעור פארגעסן די סאטמערע תאוה פון זיך שטופען (ווי? פרעג מיך נישט ווייל איך ווייס נישט....)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 6:45 pm
דורך שנאפס
ווי פארשטייט א גוי צו די תאוה פון פרובירן צו די פעינט איז שוין טרוקן

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 7:45 pm
דורך פליגל
ניק ניק האט געשריבן:כאניש יעצט צייט מ'דארף לויפן צו מנחה נאר ס'דא נאך אן ענין לאו דוקא תאוות נאר סתם גשמיות'דיגע נאטירן וואס אידן זענען אנדערש ווי גוים, למשל ....
זיך אריינכאפן אין א ליין פון מענטשן אדער קארס,

כ'אב אמאל געמיינט אז אלע טעקסי דרייווערס זענען אראבער (גוים).

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 7:50 pm
דורך ניק ניק
פליגל האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:כאניש יעצט צייט מ'דארף לויפן צו מנחה נאר ס'דא נאך אן ענין לאו דוקא תאוות נאר סתם גשמיות'דיגע נאטירן וואס אידן זענען אנדערש ווי גוים, למשל ....
זיך אריינכאפן אין א ליין פון מענטשן אדער קארס,

כ'אב אמאל געמיינט אז אלע טעקסי דרייווערס זענען אראבער (גוים).

דא אין ניו יארק האט זיך עס שוין אריבער געכאפט צו טייל גוים אויך, אדרבה טרעף מיט איין נארמאלע גוי חוץ די ניו יארקע חיות וואס דרייווט ווי א איד

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:13 pm
דורך סביב העולם
ניק ניק האט געשריבן:דא אין ניו יארק האט זיך עס שוין אריבער געכאפט צו טייל גוים אויך, אדרבה טרעף מיט איין נארמאלע גוי חוץ די ניו יארקע חיות וואס דרייווט ווי א איד


קודעם צו טרעפן איז דאך דא דו אלטע סגולה פון א קוואדער אין פושקע מיט אמר רעב בנימין.....
אויסער דעם טרעף דו מיר (ווען דו זאגסט עניוועיס אמר רעב...) איין נארמאלע איד חוץ די נוי יארקע וואס דרייווט ווי א איד (דארף דרייון)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:18 pm
דורך סביב העולם
שנאפס האט געשריבן:ווי פארשטייט א גוי צו די תאוה פון פרובירן צו די פעינט איז שוין טרוקן


המתחיל אומרים לו גמור...
און נאכן זעהן עין בעין אז סאיז נאס ווי א וואנט נאכן פעינטן (נישט קיין גוטע משל? נע גייסט יעצט טעסטן?!) און די פינגער אפדרוקן ווערן באדעקט מיט א שיכט פון פארב... דאן נעמט מען די מיטעלסטע פינגער וואס הייסט..... און מען שמירט עס אריין אין די וואנט דערנעבן די שכן פונעם פריש געפענטען כותל... ס'קומט דאך איהם די דין קדימה צו אונטער "שמירן" אלס דינא דבר מצרא....
האט דען די גוי די תאוה??

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:22 pm
דורך סביב העולם
ניק ניק האט געשריבן:שיעור פארגעסן די סאטמערע תאוה פון זיך שטופען (ווי? פרעג מיך נישט ווייל איך ווייס נישט....)


קיינמאל נישט פארשטאנען פשט אין תוספות: ויש ליישב בדוחק
הערשט נאכדעם ווען כבין געווען א קרבן צו א בעל תאוה פון זיך שטופען! ביים מעמד פון "יש דיחו אצל דיחו" און מיין בעל תאוהלע דער "חסידישער שטופער" האט מיר געגעבן אזא שטופ......
אז וישב און ער האט זיך באזעצט (כמיין מיך).......... אלזא מיטן גראבן פינגער (נעם ארויס פון מויל) גיב א 3 און 4 אויס פשט אין תוספות..........

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:27 pm
דורך שמו
סביב, די דרייסט וועלטן, ממש געוואלדיג,

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:27 pm
דורך שמו
אוי עיקר שכחתי,
דער עיקר תאוה, פון זיין א מוסיף וכותב, צו צישרייבן צו יעדנ'ס געשרייבאכטץ

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 9:08 pm
דורך ניק ניק
סביב דיינע לשונות מיט מליצות איז ווערט ארום ציטראגען די גאנצע וועלט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:12 pm
דורך ישלהוסיף
איך ווינדער וואס איז געלענגען ביי הרב שאץ-מאץ אין קאפ בשעת אויפקומען מיט אזא אשכול,

אבער אז מ'רעד עלעך דערציילען בדידי הוי עובדא א תאוה פון א איד
געלערנט האב איך פלייסיג, קומט צו א גאהר נאהנטע ידיד מיינע, ער בעט איך זאל קומען מיט עם,
נו, א שליח פונם יצה"ר איז ער זיכער נישט, גיי איך מיט איהם אינאיינעם,
אויפן פרעג גיב איך א פרעג מה שאלתך ומה אתה מבקש, זאגט ער כהאב עס שוין לאנג געוואלט טוהן...
מען גייט ארויף צו דער פערטע אדער פיפטע שטאק, ער נעמנט מיר אריין צו א געוויסע קלאס,
ער געט עס א שפאר צו אונטער איהם, און גיט א לעש אויס די לייטס,
ס'ווערט מיר נישט גוט, איך טראכט שוין מי יודע וואס,
אינגאנצען טונקעל איז דאך נישט, ארויס פין פענסטער זעהט מען אז עס איז נאך אינמיטען העלען טאג,
אזוי טראכטינדיק קומט ער צו נעהנטער צו מיר, שטייט שוין הארט פאר מיין נאז,
ער גיבט מיר א זאג אריין אין אויער: קום לאמיר זיך אנטוהן שעטנז, כ'האב עס שוין פון לאנג געוואלט טוהן...

א השגה כ'האב שוין געהערט פון תאות נעבעך וואס אידן האבען,
סדא ביי זיי א ספעציעלע טעם אויף געוויסע תאוות,
אבער דער תאוה פון וועלען אנטוהן שעטנז, דאס איז שוין עפעס אנדערש.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:15 pm
דורך splenda
ישלהוסיף
יא אר פאר דע באקס
(you are for the books)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:08 pm
דורך סביב העולם
splenda האט געשריבן:ישלהוסיף
יא אר פאר דע באקס
(you are for the books)


מר. ספלענדא! עס קוקט אויס ווי דו מיינסט צו זאגן אז ער באלאנגט אינעם אשכול פון די ספרים (באק"ס)
איך האלט אויך אזוי נאר 4 א טשענדש וויל ער זעך נאכגעבן א אידישע תאוה.....

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:10 pm
דורך למעלה משבעים
ישלהוסיף איך וועל זיין אן אפיקורס אויב איך גלייב נישט די מעשה?