בלאט 19 פון 21

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:51 pm
דורך זעקס און ניינציגער
דאווענען מיט א שפעטע מנין ת"ב און ענדיגן די זעלבע צייט ווי די אנדערע!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:14 pm
דורך כשרע טעלעפאן
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:גיין מיט א כאלאט ת"ב אין שול

מ'דארף נישט צוקומען צו ת"ב אינמיטן יאר צו גיין מיט א כאלאט אין ביהמ"ד איז פי כמה געשמאק

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:06 pm
דורך nmi
א פארוואלקענטע לבנה מוצאי ת"ב...... ששששששששש.... זאג עס נישט הויך

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:17 pm
דורך אדער יא
באזונדער קאפל לתפלת שחרית.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:17 pm
דורך יש בו
דאווענען ת"ב שחרית מיט די תפילין
נאך חצות שטייצעך

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:08 am
דורך קעדילעק
יש בו האט געשריבן:דאווענען ת"ב שחרית מיט די תפילין
נאך חצות שטייצעך

דאס באלאנגט שוין אין אשכול "אידישע עבירות" X2

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:13 am
דורך גרויסע-גדולה
קעדילעק האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:דאווענען ת"ב שחרית מיט די תפילין
נאך חצות שטייצעך

דאס באלאנגט שוין אין אשכול "אידישע עבירות" X2

ווי זאגט די וועלט, א בחור האט געוואלט אפפארען, האט ער געקושט די בעק ציצית ביי ברוך שאמר...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:13 am
דורך גרויסע-גדולה
דאווענען זונטאג צופרי 6 אזייגער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:35 pm
דורך טישטוך
גרויסע-גדולה האט געשריבן:דאווענען זונטאג צופרי 6 אזייגער

נאר נאך א דירעקטער דרימל פון שבת נאכן טשאלנט...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:55 pm
דורך אחד מהחבורה
מיט זינגען מיטן בעל תפלה שבת ביי הויכע שמו"ע געוויסע שטיקלעך א שטייגער וטהר לבנו לעבדך באמת

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:34 pm
דורך א גולם
גיין שלאפן מוצאי שבת נחמו, 11:30 PM

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:36 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
בלייבן שבת נחמו אינדערהיים !

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:24 pm
דורך כאניש וואס צו טון
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:בלייבן שבת נחמו אינדערהיים !


שטיין שבת נחמו פרייטאג צונאכטס, מיט א רעזשוואולקע, פארנט פון ישראל והזמנים (אויף ראדני סט.),
אריין אטעמען די הייסע לופט (אויב ס'דא..)
און זיך בעטן פאר נאך 3 10'טערס...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:02 pm
דורך זעקס און ניינציגער
גרויסע-גדולה האט געשריבן:דאווענען זונטאג צופרי 6 אזייגער

קומען מוצ"ש-זונטאג דאווענען ותיקין מיט שטריימל בעקישע (מיטגעהאלטן די וואך)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:04 pm
דורך זעקס און ניינציגער
גיין שלאפן נאכמיטאג ביי א תענית און זיך אויפוועקען נאך צאת

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:06 pm
דורך גיב א שמייכל
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:בלייבן שבת נחמו אינדערהיים !

יא, כהאב עס אויספרובירט! סאיז געווען א שבת איינס אין די וועלט!

ששש, זאג נישט אויס פאר קיינעם. באלד וועט יעדער בלייבן אין שטאט....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:40 pm
דורך יש בו
גיב א שמייכל האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:בלייבן שבת נחמו אינדערהיים !

יא, כהאב עס אויספרובירט! סאיז געווען א שבת איינס אין די וועלט!

ששש, זאג נישט אויס פאר קיינעם. באלד וועט יעדער בלייבן אין שטאט....

צ.ק.
נעמען א חסרון / דורכפאל, און זיך איינרעדן אז דאס איז א מעלה / סוקסעס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:30 pm
דורך אדער יא
אחד מהחבורה האט געשריבן:מיט זינגען מיטן בעל תפלה שבת ביי הויכע שמו"ע געוויסע שטיקלעך א שטייגער וטהר לבנו לעבדך באמת

האלט נישט אויס ע"פ הלכה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:07 pm
דורך טערקישער_סולטאן
אחד מהחבורה האט געשריבן:מיט זינגען מיטן בעל תפלה שבת ביי הויכע שמו"ע געוויסע שטיקלעך א שטייגער וטהר לבנו לעבדך באמת

בפרט ווען דער בעל תפלה כאפט די רמז און נעמט זיך אונטעריאגן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:42 pm
דורך יעקב פריינד
גיב א שמייכל האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:בלייבן שבת נחמו אינדערהיים !

יא, כהאב עס אויספרובירט! סאיז געווען א שבת איינס אין די וועלט!

ששש, זאג נישט אויס פאר קיינעם. באלד וועט יעדער בלייבן אין שטאט....

איך בין געפארן צו די שטאט אויף שבת און ברוך השם וואט א שבת.
מעכטיג ענדזשאט!
דעיס איז געווען א ריכטיגע תאווה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:45 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
לערנען אין די וועטער אין די צייט פון טאג א בלאט גמרא אונטערן בוים
אהה.. די פייגעלעך ציצקענען... פרישע לופט... מעין עולם הבא...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:20 am
דורך נאו נעים
ארויסגיין פון שול זונטאג צופרי 9:00 האלטענדיג נאכן דאווענען, און זעהן ווי יענער קומט הערט יעצט אן מיט צוקנייטשטע פאות

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:27 am
דורך טישטוך
צעלייגער, וואס גייסטו יעצט טון? ס'זונטאג ברודער...

באלד קומט איינער אריין מיט א תגובה ווי געשמאק עס איז צו קומען אויסגעפראקט זונטאג און ביהמ"ד און זען ווי די יעקעס וואס די בעט האט זיי אויסגעשפיגן קרומען מיט די ציינער...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:54 pm
דורך ישרן
צ/ק דאווענען אין שומר שבת מנחה ביי א מנין וואס ביי תחנון האלט מען שוין פונקט נאך די שקיעה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:56 pm
דורך לכאורה
צו טראגן א ווייסע בעקיטשע שבת