אידישע תאוות!!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שמו האט געשריבן:אוי עיקר שכחתי,
דער עיקר תאוה, פון זיין א מוסיף וכותב, צו צישרייבן צו יעדנ'ס געשרייבאכטץ


ברוך הוא (ווער? האלט אויס א מינוט כעל דיר זאגן..) וברוך "שמו"!
אחדשה"ט כראוי וכנכון.

הער זיך איין די זאגסט דאך כשמו כן הוא ממילא סביב איז א לשון פון סביבון (נישט שפיפון = פופמפעלנוטער) דאס איז דאך אונזער אלעמען באליבטען "דריידל"
חנוכה פאסקעט מען דאך ווי די ב הילעל אז מוסיף וכותב! (אוי והולך עניוועיס די דריידל איז געפאלען פארקערט סנישט מיין פאלד..........)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ניק ניק האט געשריבן:סביב דיינע לשונות מיט מליצות איז ווערט ארום ציטראגען די גאנצע וועלט


פאר דעי איינמאל בעט איך דיר א טובה אז דעי מעסעדש וואס דו זאגסט אויף מיר (המממממ ס'שמעקט מיר..) זאלסטו ארום טראגן (אויב ביי ענק טראגט מען)
און די איבריגעס וועל איך שוין אליינס דעליווערען
טענק יו עגעין!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

למעלה משבעים האט געשריבן:ישלהוסיף איך וועל זיין אן אפיקורס אויב איך גלייב נישט די מעשה?

איך גלייב גראדע יא די מעשה נאר מיט איין פרט אנדערש ודי
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ניק ניק האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ישלהוסיף איך וועל זיין אן אפיקורס אויב איך גלייב נישט די מעשה?

איך גלייב גראדע יא די מעשה נאר מיט איין פרט אנדערש ודי

אז עס איז געווען די זעקסטע שטאק ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

סאדע_באטל האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ישלהוסיף איך וועל זיין אן אפיקורס אויב איך גלייב נישט די מעשה?

איך גלייב גראדע יא די מעשה נאר מיט איין פרט אנדערש ודי

אז עס איז געווען די זעקסטע שטאק ?


ניין נישט דעס מיינט ער
ער מיינט צו זאגן ........................ (כ'האב מורא ווייטער צו רעדן מחשש גילו פון.....................)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

האלוי האלוי
כאפ נישט, קוק נאר וואס דא איז געשעהן....
איך האב געשריבן דיזע ארטיקל פאר בערך 3 יאר צוריק, איך האב שוין לאנג פארגעסן פון דעם, איך ווייס נישט ווער ס'האט דאס אויסגעגראבן אבער א גערוך פון אלטקייט האט עס זיכער געהאט,
סביב! וואס דו האסט געמאכט מיט דעם, מען אה מען!,
בימים ההם בזמן הזה, צו קישן יעדעס ווארט,

די אידישע תאוות האט באקומען א נייע צורה,
שכוח פאר אלעמען, און פאר יעדנס הוספה פון זיין "אידישע תאוה"
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שאץ מאץ האט געשריבן:האלוי האלוי
כאפ נישט, קוק נאר וואס דא איז געשעהן....
איך האב געשריבן דיזע ארטיקל פאר בערך 3 יאר צוריק, איך האב שוין לאנג פארגעסן פון דעם, איך ווייס נישט ווער ס'האט דאס אויסגעגראבן אבער א גערוך פון אלטקייט האט עס זיכער געהאט,
סביב! וואס דו האסט געמאכט מיט דעם, מען אה מען!,
בימים ההם בזמן הזה, צו קישן יעדעס ווארט,

די אידישע תאוות האט באקומען א נייע צורה,
שכוח פאר אלעמען, און פאר יעדנס הוספה פון זיין "אידישע תאוה"


האלוי האלוי..... (אקעי ס'קוקט אויס ווי ער האט שוין אראפגעלייגט..........)
שוין דריי יאהר זינט דיזע ארטיקל!
געוואלדיג "שלש שנים יהיה לכם ערלים"
און איצט פארשטייט מען פארוואס מ'האט דיר אזוי אפגעמאלעוועט דא אן ערל ברויך מען מאלען... ניין?
(שאצי לייג מיר אוועק א בארכע פונעם ברית........)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווי אויך איבערגעצויגענע פלייש
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ניק ניק האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ישלהוסיף איך וועל זיין אן אפיקורס אויב איך גלייב נישט די מעשה?

איך גלייב גראדע יא די מעשה נאר מיט איין פרט אנדערש ודי

דערמאנט מיר פון א חבר אין ישיבה, וואס האט אין א שוואכע מינוט, זיך געגעבן א טוה אן זיין רעקל, און פארמאכט לינקס אויף רעכטס, און ארום געלאפן אין דארמעטארי פאר גאנצע צוויי מינוט, ממש ווי א וואנזיניגער,
איך וואלט אים יום כיפור שחל בשבת, אריין געטראגן אין שפיטאל מיט לעמפעלעך.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שמו האט געשריבן:דערמאנט מיר פון א חבר אין ישיבה, וואס האט אין א שוואכע מינוט, זיך געגעבן א טוה אן זיין רעקל, און פארמאכט לינקס אויף רעכטס, און ארום געלאפן אין דארמעטארי פאר גאנצע צוויי מינוט, ממש ווי א וואנזיניגער,
איך וואלט אים יום כיפור שחל בשבת, אריין געטראגן אין שפיטאל מיט לעמפעלעך.


דו ווייסט וועמען דו וואלסט געטראפן דארט אין די עמערדזשענסי רום?

דער בחור פון מיין דארמיטארי וואס איז ל"ע ברוגעז געווארן על ה' ועל משיחו און אפילו אויף ננתקה אויכעט...... און געסטראשעט נישט נאר געסטראשעט נאר אויסגעפירט אויך.....
נישט מער און נישט ווייניגער (אויב נישט מער און נישט ווייניגער, סו וואס יא? פשארע פונקט אינדערמיטן זוי ווי די לאך פון די דאנאטס)
אויסגעטרונקען מלא לוגמיו בהעלם אחת פון די נעגל וואסער.................. אן א ברכה.............. (אבער מיט א הוט)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

למעלה משבעים האט געשריבן:ישלהוסיף איך וועל זיין אן אפיקורס אויב איך גלייב נישט די מעשה?


דער מעשה האט מען דאך אנגעהאגען אויף א פשוטע איד...
נישט געלייגט אויף דער חשבון און נאמען פון עפעס א צדיק...
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

הכל בכל מכל האט געשריבן:אזוי ליינענדיג דעם ארטיקל דערמאן איך זיך אז ר' איציקל האט אמאל גערעדט וועגן דעם, האט ער געזאגט
אז לוינט זיך צו זיין א איד ווייל א גוי האט נישט דעם געשמאק, ווען דער חזן מאנטיג און דאנערשטיג ענדיגט שמו"ע, און הייבט אן יתגדל ויתקדש....


איך וואלט געזאגט אז דאס איז בגדר רוחניות?
ודו"ק
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

סביב, איך האב נישט קיין ווערטער... דו האסט מיר געמאכט אויספלאצן איינמאל און נאכאמאל, דו ביסט דאך עפעס נישט נארמאל אויסטערליש גוט מיטן צוזאמווארפן די אלע לשונות ומליצות שמנו חכמים.........

כ'זאג דיר וועסט גיין אין גן עדן פארן מחי' זיין אזויפיל אידן. כאפ אריין ווילאנג דו לעבסט (ביז די 130) און זיי מהנה אידישע קינדער... דאס איז א מתנה מן השמים כדי צו מחי' זיין אזויפיל אידן.... קיפ איט אפ!!!!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זאגן והוא רחום (בשני וחמישי) אין די אלטע בארדיטשעווע סידור'ל, און זאגנדיג אונזער נוסח פליט מען אדורך די לאאאנגע שטיקער אינדערזייט... א מחי'....
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שמעק_טאביק האט געשריבן:סביב, איך האב נישט קיין ווערטער... דו האסט מיר געמאכט אויספלאצן איינמאל און נאכאמאל, דו ביסט דאך עפעס נישט נארמאל אויסטערליש גוט מיטן צוזאמווארפן די אלע לשונות ומליצות שמנו חכמים.........

כ'זאג דיר וועסט גיין אין גן עדן פארן מחי' זיין אזויפיל אידן. כאפ אריין ווילאנג דו לעבסט (ביז די 130) און זיי מהנה אידישע קינדער... דאס איז א מתנה מן השמים כדי צו מחי' זיין אזויפיל אידן.... קיפ איט אפ!!!!!


כ'האב געהאט א "אידישע תאווה" צו פארלאזן איי וועלט פריצייטיג ( עכ"פ מיט די ניק) צוליב די רדיפת הדת וואס איך מאך מיט פון די מנהלים
יא נישט נאר אין חדר האט די מנהל געהאט א פיק אויף מיר
נאר אפילו היינט אויך
אבער נאך אזא קנאקעדיגע און זאפטיגע פארגינירישע קאמפלימענט פון
שמעק - טאביק
וואס גראדע "שמעק"ט מיר עס גוט
פארבלייב איך דא אי"ה ביז 130

זעסטו וואס מען קען אויפטון מיט איין ווארט
שקויעך
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סביב העולם האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:סביב, איך האב נישט קיין ווערטער... דו האסט מיר געמאכט אויספלאצן איינמאל און נאכאמאל, דו ביסט דאך עפעס נישט נארמאל אויסטערליש גוט מיטן צוזאמווארפן די אלע לשונות ומליצות שמנו חכמים.........

כ'זאג דיר וועסט גיין אין גן עדן פארן מחי' זיין אזויפיל אידן. כאפ אריין ווילאנג דו לעבסט (ביז די 130) און זיי מהנה אידישע קינדער... דאס איז א מתנה מן השמים כדי צו מחי' זיין אזויפיל אידן.... קיפ איט אפ!!!!!


כ'האב געהאט א "אידישע תאווה" צו פארלאזן איי וועלט פריצייטיג ( עכ"פ מיט די ניק) צוליב די רדיפת הדת וואס איך מאך מיט פון די מנהלים
יא נישט נאר אין חדר האט די מנהל געהאט א פיק אויף מיר
נאר אפילו היינט אויך
אבער נאך אזא קנאקעדיגע און זאפטיגע פארגינירישע קאמפלימענט פון
שמעק - טאביק
וואס גראדע "שמעק"ט מיר עס גוט
פארבלייב איך דא אי"ה ביז 130

זעסטו וואס מען קען אויפטון מיט איין ווארט
שקויעך

אפשר קענסטו אביסל ברייטער באשרייבן די רדיפות מצד די מנהלים?
רעדסטו פון דעם אפגעמעקטן "עמי" אשכול וואס איז געווען אקעגן די תקנות?
אדער פון עפעס אנדערש?
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קרעמער האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:סביב, איך האב נישט קיין ווערטער... דו האסט מיר געמאכט אויספלאצן איינמאל און נאכאמאל, דו ביסט דאך עפעס נישט נארמאל אויסטערליש גוט מיטן צוזאמווארפן די אלע לשונות ומליצות שמנו חכמים.........

כ'זאג דיר וועסט גיין אין גן עדן פארן מחי' זיין אזויפיל אידן. כאפ אריין ווילאנג דו לעבסט (ביז די 130) און זיי מהנה אידישע קינדער... דאס איז א מתנה מן השמים כדי צו מחי' זיין אזויפיל אידן.... קיפ איט אפ!!!!!


כ'האב געהאט א "אידישע תאווה" צו פארלאזן איי וועלט פריצייטיג ( עכ"פ מיט די ניק) צוליב די רדיפת הדת וואס איך מאך מיט פון די מנהלים
יא נישט נאר אין חדר האט די מנהל געהאט א פיק אויף מיר
נאר אפילו היינט אויך
אבער נאך אזא קנאקעדיגע און זאפטיגע פארגינירישע קאמפלימענט פון
שמעק - טאביק
וואס גראדע "שמעק"ט מיר עס גוט
פארבלייב איך דא אי"ה ביז 130

זעסטו וואס מען קען אויפטון מיט איין ווארט
שקויעך

אפשר קענסטו אביסל ברייטער באשרייבן די רדיפות מצד די מנהלים?
רעדסטו פון דעם אפגעמעקטן "עמי" אשכול וואס איז געווען אקעגן די תקנות?
אדער פון עפעס אנדערש?


איך וויל עס נישט ברייטער באשרייבן ווייל עס וועט אויסקוקן ווי א "מחאה" וואס די מנהלים האבן א אידישע תאוה............
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ווינקל האט געשריבן:זאגן והוא רחום (בשני וחמישי) אין די אלטע בארדיטשעווע סידור'ל, און זאגנדיג אונזער נוסח פליט מען אדורך די לאאאנגע שטיקער אינדערזייט... א מחי'....

דערמאנסט מיר פון ס'ערשטע מאל וואס כ'אב געדאווענט ביי די בר מצוה אינעם בארדיטשעווער סידור, כ'אב געכאפט א שאק, כ'אב שנעל אפגעמאכט אז כ'דענק נישט די תחנון זאל נעמען "אזוי" לאנג, כ'בין געגאנגן אין די עקספרעס לעין.

שפעטער האב'ך גענומען אנאנדערע סידור און זיכער געמאכט וואס מ'זאגט יא און וואס נישט,
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ישלהוסיף האט געשריבן:איך ווינדער וואס איז געלענגען ביי הרב שאץ-מאץ אין קאפ בשעת אויפקומען מיט אזא אשכול,

אבער אז מ'רעד עלעך דערציילען בדידי הוי עובדא א תאוה פון א איד
געלערנט האב איך פלייסיג, קומט צו א גאהר נאהנטע ידיד מיינע, ער בעט איך זאל קומען מיט עם,
נו, א שליח פונם יצה"ר איז ער זיכער נישט, גיי איך מיט איהם אינאיינעם,
אויפן פרעג גיב איך א פרעג מה שאלתך ומה אתה מבקש, זאגט ער כהאב עס שוין לאנג געוואלט טוהן...
מען גייט ארויף צו דער פערטע אדער פיפטע שטאק, ער נעמנט מיר אריין צו א געוויסע קלאס,
ער געט עס א שפאר צו אונטער איהם, און גיט א לעש אויס די לייטס,
ס'ווערט מיר נישט גוט, איך טראכט שוין מי יודע וואס,
אינגאנצען טונקעל איז דאך נישט, ארויס פין פענסטער זעהט מען אז עס איז נאך אינמיטען העלען טאג,
אזוי טראכטינדיק קומט ער צו נעהנטער צו מיר, שטייט שוין הארט פאר מיין נאז,
ער גיבט מיר א זאג אריין אין אויער: קום לאמיר זיך אנטוהן שעטנז, כ'האב עס שוין פון לאנג געוואלט טוהן...

א השגה כ'האב שוין געהערט פון תאות נעבעך וואס אידן האבען,
סדא ביי זיי א ספעציעלע טעם אויף געוויסע תאוות,
אבער דער תאוה פון וועלען אנטוהן שעטנז, דאס איז שוין עפעס אנדערש.


כ'האב עפעס מוסיף צו זיין,
אבער כגיי דאס ערשט טוען אין א אנדערע געלעגנהייט.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ישלהוסיף האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:איך ווינדער וואס איז געלענגען ביי הרב שאץ-מאץ אין קאפ בשעת אויפקומען מיט אזא אשכול,

אבער אז מ'רעד עלעך דערציילען בדידי הוי עובדא א תאוה פון א איד
געלערנט האב איך פלייסיג, קומט צו א גאהר נאהנטע ידיד מיינע, ער בעט איך זאל קומען מיט עם,
נו, א שליח פונם יצה"ר איז ער זיכער נישט, גיי איך מיט איהם אינאיינעם,
אויפן פרעג גיב איך א פרעג מה שאלתך ומה אתה מבקש, זאגט ער כהאב עס שוין לאנג געוואלט טוהן...
מען גייט ארויף צו דער פערטע אדער פיפטע שטאק, ער נעמנט מיר אריין צו א געוויסע קלאס,
ער געט עס א שפאר צו אונטער איהם, און גיט א לעש אויס די לייטס,
ס'ווערט מיר נישט גוט, איך טראכט שוין מי יודע וואס,
אינגאנצען טונקעל איז דאך נישט, ארויס פין פענסטער זעהט מען אז עס איז נאך אינמיטען העלען טאג,
אזוי טראכטינדיק קומט ער צו נעהנטער צו מיר, שטייט שוין הארט פאר מיין נאז,
ער גיבט מיר א זאג אריין אין אויער: קום לאמיר זיך אנטוהן שעטנז, כ'האב עס שוין פון לאנג געוואלט טוהן...

א השגה כ'האב שוין געהערט פון תאות נעבעך וואס אידן האבען,
סדא ביי זיי א ספעציעלע טעם אויף געוויסע תאוות,
אבער דער תאוה פון וועלען אנטוהן שעטנז, דאס איז שוין עפעס אנדערש.


כ'האב עפעס מוסיף צו זיין,
אבער כגיי דאס ערשט טוען אין א אנדערע געלעגנהייט.

איך האב עפעס א קאנטער ענטפער אבער ס'העט נאר זיין נאכדעם..
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די תאווה פון "אריינבייסן" אין א "טריפה'נע "סאלאמי" סענווידזש" מיט "טשיז" "אומגעוואשן" "אהן א ברכה", "נאך כל נדרי" מיט א "ציגרעטל" אין די הענט, וואס פארשטייט א גוי?

עטליכע עבירות בהעלם אחת

1) אריינבייסן מער ווי א כזית
2)נבילה
3) טריפה
4) בשר בחלב
5)נטילת ידים
6) ברכת הנהנין
7) עסן יו"כ
8) הבערה

ווייל איך פארשטיי אויך נישט די תאוה?
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

וואס פארשטייט א גוי, אין זיך עפענען דעם הויזן-קנעפיל, אינמיטן פארלענדן א הויכער האפן פון טשולנט, שבת נאכמיטאג.
די קנעפיל גיבט זיך א עפן, בבת אחת ווערט אזא מין פארברייטונג, וואס א גוי קען אפילו נישט שעצן...
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צוריק צום נושא פליז, ש'כח
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

מ' האט עס שוין זיכער געשריבען אויבען אבער כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי שאץ האט עס נישט געשריבען?
מ'זאגט נישט קיין תחנון היינט......................
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאס איז דאך פשט אין מכה אשר לא כתובה בתורה זו מיתת צדיקים
מען געט א קלאפ אויף'ן טיש היינט זאגט מען נישט קיין תחנון עס איז די יאהרצייט פון דעם אדער יענעם צדיק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”