מומבעי טעראר אקט: פון א מיליטערישן פונקט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

מומבעי טעראר אקט: פון א מיליטערישן פונקט

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 7:22 pm

מיר שטייען איצט אינגאנצן עטליכע טעג נאך דער נארוואס פארלאפענער שוידערליכער טראגעדיע, אין וואס ל"ע היימישע אידן זענען גרויזאם אומגעברענגט געווארן עק"ה, בלויז צוליבן חטא פון זיין אידן. מיר אלס אידן מוזן אננעמען די גזירת השם באהבה, און נאר זוכן ווי און מיט וואס מיר קענען זיך פארבעסערן; און אוודאי איז נישט שייך צו טראכטן און שפעקולירן וואס עס וואלט ווען געווען ווען... וכדומה. מיר גלייבן באמונה שלימה, אז ס'איז אזוי געווען ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט. אוודאי וואלט מיט תפילה געקענט זיין אנדערש, אבער לעת עתה, כך גזרה חכמתו יתברך שמו.

דעריבער וועלן מיר דא נישט קיינעם באשולדיגן אדער אויפברענגען תערומות, נאר מיר בלויז אויסשמועסן די מיליטערישע זייט פון דער גאנצער אטאקע און רעטונגס מיסיע, לויט וויפיל אינפארמאציע עס איז דערווייל פאראן. (באמערקונג: אונזערע פאקטן זענען באזירט אויף דער אינפארמאציע וואס די מידיא האט ביז דערווייל פארעפנטליכט.)

משכונות רעטונג און קאנטאר טעראריזם איז פון די שווערסטע מיסיעס מיט וואס א לאנד/מיליטער דארף זיך ספראווען. אבער מיר וועלן יעצט נישט צופיל אריינגיין דערין, נאר וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר אונזער ארטיקל.
יעדעס ציוויליזירט לאנד וואס האט אויסצושטיין פון טעראר פארמאגט כאטש איין איינהייט אין זייער מיליטער אדער זיכערהייט קרעפטן וואס גיט זיך אפ דערמיט און ווערן נאכאנאנד טרענירט צו ווערן בעסער און בעסער, און אזוי ארום שטיין מיט איין שטאפל פאראויס פון די טעראריסטן. און מיט דעם אלעם זענען אין דער געשיכטע נישט פארצייכנט קיין סך סוקסעספולע משכונות רעטונגען.
נישט יעדעס לאנד האט אבער די זעלבע סטאנדארט; געוויסע זענען בעסער אויסגעשטאט און טרענירט ווי אנדערע. אינדיע, צום ביישפיל, שטייט זייער ווייט פון פילע אנדערע לענדער ווי אמעריקע, ענגלאנד, דייטשלאנד, און מדינת ישראל – ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין די לעצטע פאר טעג. אבער מער איבער דעם, אביסל שפעטער.

צו פארשטיין, וועלן מיר אביסל שילדערן וואס דאס מיינט אין אמעריקע (און דאס זעלבע, ענגלאנד און אנדערע). אן אנטי טעראריזם איינהייט איז געווענליך וואס מער באהאלטן. די איינהייט מיטגלידער וועלן געווענליך נישט רעדן צו דער מידיא; דאס מיליטער וועט געווענליך נישט ארויסלייגן קיין פאקטן איבער דער איינהייט; און ווען זיי רעקרוטן זעלנער פאר דער איינהייט וועט עס קומען באהאלטן אונטער א שלייער. דאס אלעס איז געמאכט כדי טעראריסטן זאלן קענען נאשן וואס ווייניגער אינפארמאציע, וואס קען זיי פאטענציעל העלפן שפעטער ביים דורכפירן אטאקעס.

די מיטגלידער פון אזא איינהייט האבן געווענליך מער פרייהייט ווי געווענליכע זעלנער. זיי קענען זיך לאזן וואקסן די האר און גייען נישט אנגעטאן מיט קיינע מיליטערישע מונדירן, און אפילו ווען יא איז עס אן קיין ראנג-באצייכענונג אדער אינפארמאציע צו וועלכער מיליטער-איינהייט זיי געהערן. דאס אלעס איז מיטן ציל זיי זאלן זיך קענען אויסמישן ציווישן ציווילע אן דעם וואס מען זאל זיי דערקענען אדער אידענטיפיצירן אלס אנטי-טעראר קעמפערס.

נאך איידער מען קומט אן צו אזא איינהייט דארף א קאנדידאט וואס וויל ווערן אנגענומען דורכגיין גאר שווערע סעלעקציע קורסן, וואו זיי וועלן פאר עטליכע מאנאטן דורכגיין שווערע פיזישע און גייסטיגע טעסטן. עס ווערט געשאצט אז אינגאנצען בערך 10 פראצענט פון קאנדידאטן וואס הייבן אן די סעלעקציע קורסן וועלן זיי ענדיגן. און פון די 10 פראצענט וועלן נאך אייניגע דורכפאלן דורכאויס די ווייטעריגע שטאפלען.

נאך דעם וואס א קאנדידאט גראדואירט פון דעם סעלעקציע קורס, הערשט דעמאלט הייבן זיך אן די טרענירונגען. די טרענירונגען זענען פון די שווערסטע און בעסטע וואס זענען נאר דא. דאס מיליטער שפארט נישט קיין געלט ווען עס קומט צו באקעמפן טעראר. די "אפארעיטאר" (ווי מיר וועלן זיי אנרופן פון דא און ווייטער) ווערן טרענירט אין אלערליי פאכן וואס קענען זיי נאר צוניץ קומען, אנגעהויבן פון ציל-שיסן ביז וויאזוי זיך אויפצופירן ווי ריכטיגע טעראריסטן און פשוט'ע גנבים, ווי למשל וויאזוי זיך אריינצוברעכן אין הייזער, געביידעס, און קארס אומבאמערקט, אא"וו.

אויף איין זאך וועלן מיר זיך אפשטעלן און מער באטראכטן, ווייל דאס וועט אונז שפעטער ארויסהעלפן פארשטיין. איינע פון די טרענירונגען וואס זיי גייען דורך איז שיסן אין ציל. און מיר רעדן נישט בלויז פון אויפהענגען א ציל-טאוול און זיי זאלן שטיין און אריינשיסן אינעם ציל, ווייל דאס דארף יעדער וואס האלט א גאן אין דער האנט קענען באווייזן. לאמיר זען וואס זיי קענען בעסער ווי אנדערע, און פאר דעם צוועק וועלן מיר אביסל אראפלייגן פון די טרענירונגען פון דער אמעריקאנער "דעלטא פארס" (אן איינהייט געווידמעט בלויז פאר קאנטאר טעראריזם).

עס הייבט זיך אן מיט גאר פשוטע מאנעוורעס, ווי שיסן אויף א געמאלן ציל פון א בילד. פון דארט גייט עס שווערער און שווערער, ווי שיסן אינמיטן גיין, לויפן, נאכ'ן לויפן; שיסן אויף שטייענדיגע צילן, דערנאך אויף באוועגנדע צילן. אבער דאס אלעס איז נישט גענוג. זיי האבן אויפגעבויט א געביידע מיט ווענט וואס מען קען ארומטוישן און אויסשטעלן די שטיבער וויאזוי מען וויל, און דא, אין דער געביידע, קומט פאר דאס ריכטיגע שיסעריי. עס הייבט זיך אן מיט א פשוט'ער סצענע, אין א ליווינג רום וואו עס ליגן אויסגעלייגט "דאָמיס" פון טעראריסטן, און זיי דארפן אריינקומען שטאטערהייט און אריינשיסן א קויל אין יעדן איינעם פון זיי; דערנאך שטאטערהייט צו צוויי קוילן; פון דארט גייט מען א שטאפל ווייטער און זיי דארפן שטורמען דעם צימער מיט אן אויפרייס אויפצוברעכן די טיר און אריינווארפן א "סטאָונד" גראנאט (א גראנאט וואס שיסט אויף און צעמישט דעם מענטש פאר עטליכע סעקונדן) און אזוי שיסן די טעראריסטן.
ווען זיי זענען שוין גוט טרענירט אין דעם לייגט מען צו דאמיס פון ציווילע מענטשן, און זיי דארפן אריינשטורעמען און אריינשיסן צוויי קוילן אין די טעראריסטן, אבער דערביי נישט אנרירן די ציווילע. נאך א מאנאט פון טרענירונגען בלויז אויף דעם פאך ווערן זיי אויסגעפרובט דערויף מיט זייער לעבעדיגע פאקטן. זיי נעמען שאנסן און יעדער פון זיי ווערט אריינגעזעצט אין צימער און זיינע קאלעגע "אפארעיטארס" שטורעמען דעם צימער און שיסן די טעראריסטן וואס זענען ממש אינטשעס אוועק פון אים. דאן טוישן זיי זיך מיט די פאזיציעס, אזוי ארום אז יעדער פון זיי איז דער משכון פיר מאל בעת זיינע קאלעגן שטורעמען דעם צימער מיט לעבעדיגע קוילן. פון ווען דער באפעל צו שטורעמען די צימער ביז אלעס איז דערנאך און די טעראריסטן זענען גע'הרג'עט נעמט נישט מער ווי דריי סעקונדן.

דאס איז בלויז איין קליינער חלק פון זייערע טרענירונגען. פארשטייט זיך אז מען קען שרייבן א גאנצן בוך בלויז פון די טרענירונגען וואס זיי גייען דורך, אבער דאס איז נישט אינעם ראם פון דעם ארטיקל. שפעטער אביסל וועלן מיר אביסל צוריקקומען צו דער טעמע. אבער לאמיר צוערשט זען וואס עס האט זיך אפגעטאן אין אינדיע פון א מיליטערישן שטאנדפונקט און דערויף קאמענטירן.

גלייך ווען די אטאקע האט זיך אנגעהויבן, זענען די אינדיאנער געווען ביי דער מיינונג אז דאס איז נישט מער ווי נאך א קליינע אטאקע אין וואס עטליכע טעראריסטן האבן באשלאסן צו שיסן וואס מער מענטשן, און דערפאר פעלט זיך בלויז אויס פאליציי וואס זאל זיי באקעמפן. אבער דא שטעלט זיך די ערשטע פראגע: צוויי טעראריסטן זענען געווען אין דער באן סטאנציע און געשאסן ארום אכציג מענטשן אין א משך פון איבער א האלבער שעה. איבער 60 פאליציי לייט זענען אין יענער צייט געווען אין דער באן סטאנציע, און קיין איינער פון זיי האט נישט ארויסגעשאסן קיין "איין" קויל. נאך מער, איר ווילט וויסן וואס זיי האבן יא געטאן? "זיי האבן זיך באהאלטן!"

דערנאך, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דא האנדלט מען שוין פון א משכונות קריזיס אויך, האט גענומען איבער א טאג ביז דאס מיליטער האט זיך אריענטירט און ארויסגעשיקט אירע אזויגערופענע קאמאנדאס טיילצונעמען אין דעם שלאכט. עס האט זיי גענומען איבער 40 שעה צי מער צו באקעמפן 10 טעראריסטן מיט גאנס, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן זיי נישט געראטעוועט קיין "איין משכון".
איין רגע נאר, וויאזוי קען איך דאס זאגן: וואס הייסט, זיי האבן דאך ארויסגעראטעוועט הונדערטער מענטשן פון די האטעלן? איך וועל דערויף נישט ענטפערן, נאר וועל לאזן איינעם פון די מיליטערישע הויפטן פון אינדיע ענטפערן דער פראגע. אינמיטן א פרעסע קאנפערענץ דאנערשטאג אינמיטן דער נאכט האט ער אויף א באמערקונג פון א זשורנאליסט זיך אנגערופן, "איך האלט אין איין הערן דאס ווארט משכונות. איך מוז אייך אבער מסביר זיין אז דא רעדט מען נישט פון קיין משכונות, נאר פון דערשראקענע געסט וואס האבן זיך איינגעשפארט אין זייערע צימערן און האבן מורא ארויסצוקומען. א משכון הייסט איינער וועמען די טעראריסטן האלטן מיט א גאן צו אים."
נו, אדרבה: זאגט מיר וויפיל פון די "משכונות" האבן די משכונות באפרייט? "0"! לויט די באריכטן האבן די טעראריסטן געהאלטן א משפחה פון זעקס אין דעם "אובעראו" האטעל אלס משכונות. האבן זיי איבער געלעבט? אין דעם טאדזש האטעל האבן זיי אויך געהאלטן אייניגע מעטשן. האבן זיי איבערגעלעבט? און אין חב"ד דארף איך אייך ליידער נישט פארציילן.

אבער ווי געשמועס פון אנהויב, וועלן מיר זיך נישט דא אריינלאזן אין קיין וואס-וואלט-ווען-געווען... מיר וועלן יעצט קודם אויסשמועסן וויאזוי מיליטעריש וואלט אזא אקציע געדארפט אויסזען, און דערנאך זען וואו די טעותים פון די אינדיאנער זענען געווען.

איינע פון די ערשטע זאכן וואס מען טוט ביי א משכונות קריזיס איז, ווי נאר מען באקומט דעם אקעי אהינצוגיין שיקט מען צום ערשטנס ארויס די ציל שיסער. פארוואס? וועלן מיר עס אביסל ערקלערן.

א ציל שיסער איז איינער וואס איז קען שיסן א קויל פון הונדערטער פיס אוועק און טרעפן אין ציל. אבער ביי די אנטי-טעראר איינהייטן מיינט דאס אביסל מער. וויבאלד א ציל שיסער מוז נישט זיין נאנט, קען ער זיך באהאלטן ווייטער אוועק אן דעם וואס די טעראריסטן זאלן אים באמערקן. פון דארט קען ער באאבאכטן די גאנצע סיטואציע און באריכטן דאס פאר די פלאנירער. למשל ווען טערארסיטן פארכאפן א געביידע (נישט קיין חילוק וויפיל שטאקן און צימערן) שיקט מען ארויס צומאל אזוי פיל ווי פיר גרופעס ציל שיסער. יעדע גרופע באשטייט פון צוויי ציל שיסער. זיי מאכן זיך באקוועם אויף אלע פיר זייטן פון דער געביידע, און הייבן אן צוריקצושיקן אינפארמאציע איבער דער סיטואציע און די טעראריסטן. למשל, וועלכע צימערן נוצן זיי, וויפיל פון זיי זענען דא (אויף וויפיל זיי קענען זען, פארשטייט זיך), וואס זייער רוטין איז, צי זיי זעען אויס נערוועז, וכדומה וכדומה. יעדע קליינע שטיקל אינפארמאציע מאכט א סך אויס. זיי קלויבן די אינפארמאציע און זיי שיקן עס צוריק. (אוודאי קען א זאך צומאל צוריק שיסן, א שטייגער ווי ביי דער "בלעק סעפטעמבער" אטאקע, ווען א גרופע "פי על או" טעראריסטן האבן גענומען מדינת ישראל ספּארטלער פאר משכונות אין מינכן, דייטשלאנד. די דייטשע ציל שיסער האבן זיי אבסערווירט פאר עטליכע טעג, און ווען עס איז געקומען דער באפעל אז זיי זאלן שיסן, האבן זיי נישט געהאט דעם קוראזש, ווייל זיי האבן זיך שוין געפילט נאנט צו די טעראריסטן. [א ציל שיסער קען באאבאכטן א מענטש פון ווייט אוועק, יעדן ריר, יעדן פנים קנייטש, ווי ער עסט, ווי ער שלאפט, און צומאל פאנגט ער אן פילן א נאנטקייט צו דעם מענטש – וואס קען אים נישט שעדיגן ווייל ער איז ווייט אוועק פון אים און ער האט אים שוין אנגעהויבן קענען אלס א באשעפעניש]. אדאנק דעם האבן די טעראריסטן אויסגעשאסן אלע משכונות.)

אין די צייט נעמען זיך צוזאם די פירער פון דער איינהייט (די קאמאנדירן און גענעראלן) און הייבן אן זייערע פלאנירונגען וויאזוי צו שטורעמען די געביידע. דאס ערשטע פרובירט מען געוואויר ווערן וויפיל טעראריסטן זענען דארט. מען פרעגט אויס יעדן וואס איז נאר געשטאנען דערביי אדער אויב עס איז דא איינער וואס איז פון דארט ארויסגעקומען איז נאך בעסער, און מען פאנגט אן צוזאמצונעמען פון ווי מען קען נאר טרעפן די מערסטע אינפארמאציע איבער דער געביידע וואס נאר שייך, אנגעהויבן פון די בלו-פרינטס ביז בילדער, פון טוריסטן בראשורן, אדער וועב זייטלעך וואו מענטשן לייגן ארויף זייערע בילדער וואס זיי האבן גענומען ביי זייער לעצטן באזוך אויף דעם פלאץ, צו ביי דער קאמפאני'ס וועב זייטל, וכדומה, ווייל אן דעם איז עס פיל שווערער. דערנאך פאנגט מען אן אריינצובאקומען די אינפארמאציע וואס די ציל שיסער שיקן אריין, און געווענליך כאפן די ציל שיסער בילדער אויך, און מען לייגט דאס אויך צו צו דער טעקע פון אינפארמאציע,

פון דא און ווייטער קומט אויך אריין א פאקטאר פון פארהאנדלונגען, אבער וויבאלד דא איז דער פאקטאר נישט געווען וועלן מיר עס אויסלאזן.

בשעת דאס אלעס שפילט זיך אפ, קומען די קאמאנדאס אראפ צו א דערנעבנדן פלאץ וואו זיי הייבן זיך אן טרענירן אויף דער אקציע צו זיין גרייט אויף ווען דאס ווארט קומט אז מען זאל שטורעמען. דאס קען נעמען פון א טאג ביז עטליכע טעג, געוואנדן אין די פארהאנדלונגען. געווענליך פרובירט מען צו גיין מיט גוטן, אבער אויב עס גייט נישט מיט גוטן, זעט מען עס צו פארלענגערן וואס לענגער, כדי די טעראריסטן זאלן אנהייבן ווערן נערוועז און ווייל ביי אזא פאל איז מען אונטער שטארקן פרעשור און דאס ניצט א סך פון דעם מענטשנס כח. וואס לענגער עס גייט אן, אלץ מער אויסגעמוטשעט ווערן זיי און זייער רעאקציע צייט איז לענגער.

איינמאל דאס ווארט קומט אז מען זאל זיך גרייטן, גייען די קאמאנדאס נענטער צו צום פלאץ, אבער גענונג ווייט אז די טעראריסטן זאלן זיי נישט באמערקן, ווייל האלט אין חשבון אז איינמאל זיי זעען די קאמאנדאס ווייסן זיי אז עס גייט זיך מן הסתם נישט ענדיגן אויף זייער בעסטע זייט, און דאס גיט זיי א סיבה פארוואס צו הרג'ענען וואס מער פון די משכונות. ווען דאס לעצטע ווארט קומט אז מען זאל גיין שטורעמען, קומען די קאמאנדאס אן פון כאטש צוויי פלעצער: איין גרופע וועט זיך אראפלאזן אויפן דאך און איין גרופע וועט שטורעמען די הויפט טיר. אויב מעגליך וועלן אנדערע קאמאנדאס שטורעמען די געביידע פון נאך פלעצער ווי פענסטער אד"ג. די סעקונדע וואס זיי קומען אבער אן צום פלאץ מוזן זיי אנהייבן ארבעט בליץ שנעל כדי נישט צו געבן קיין צייט פאר די טעראריסטן צוריקצושיסן אדער, נאך ערגער, אויס'הרג'ענען די משכונות. אזוי נעמען זיי זיך אויסליידיגן איין צימער נאכן צווייטן ביז זיי באפרייען יעדן און זיי הרג'ענען די טעראריסטן אדער ארעסטירן זיי.

דאס איז אין גאר קורצן וויאזוי א משכונות רעטונגס אקציע גייט צו. פארשטייט זיך אז מיר האבן א סך אויסגעלאזט, אבער גענוג צו זען וואס דא איז געגאנגען "ראנג".

לאמיר אביסל צענעמען די פאקטן פון דער אקציע. מיר וועלן אנהייבן מיט א מעשה וואס איינער פון די קאמאנדאס דערציילט ליגנדיג אין שפיטאל נאכן ווערן געשאסן דריי מאל אין ריקן. דערציילט ער, אז זיי זענען געגאנגען פון צימער צו צימער מיט א "גייד", אן ארבעטער פון דעם טאדזש האטעל, וואס האט זיי געעפנט די צימערן מיט זיין "מעסטער קארטל". נאך מער, יענער איז קודם אריינגעגאנגען אין יעדן צימער כדי צו בארואיגן די געסט, און דערנאך זענען זיי אריין. אנקומענדיג צו איין צימער האט דער גייד געעפנט דעם צימער און ווי נאר ער איז אריין האבן די טעראריסטן אין יענעם צימער אים גענומען באהאגלען מיט קוילן, און ער (דער קאמאנדא) האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן און גענומען ארויסשלעפן דעם גייד פון אונטער די לעבעדיגע קוילן, און אין יענע מינוטן האבן די טעראריסטן באוויזן אים אריינצויאגן דריי קוילן אין ריקן. די מידיא דערציילט מיט גרויס פאמפע וואספארא העלד דער קאמאנדא איז – ס'הייסט, ער האט זיך דאס אייגן לעבן איינגעשטעלט צו ראטעווען דעם האטעל ארבעטער. אבער שטאטלעך: אפשר זאגט איר מיר וואס האט א ציווילער מענטש געזוכט אינמיטן אן אקציע וואס ווערט דורכגעפירט דורך גאר טרענירטע קאמאנדאס? אה, איר האט מורא אז משכונות וועלן דערשראקן ווערן. הייסט עס אז א ציווילער מענטשנס לעבן איז ווייניגער ווערט ווי די פאר סעקונדן שרעק וואס די משכונות וועלן האבן (נאכן זיין אונטער שרעק פאר די לעצטע 48 שעה)? כלל: קודם עלימיניר דאס געפאר איידער דו זארגסט דיך איבער געפילן.

ווייטער דערציילט א צווייטער קאמאנדא, אז ווען זיי זענען געקומען ראטעווען די משכונות אינעם טאדזש האטעל, זענען זיי געגאנגען אין דער טונקל. זיי האבן נישט געקענט דעם אויסשטעל פון דעם האטעל און די צימערן און וואו צו גיין ווייטער. מער ווייניגער זיי זענען געווען פארלוירן. פארגעסט נישט אז זיי דערציילן דאס מיט עקסטאז, ווי גוט זיי זענען אז מיט דעם אלעם איז עס געלונגען. אזוי גאר? אפשר איז מיר איינער ביטע מסביר פארוואס אין די שעה'ן וואס זיי האבן געווארט פארן שטורעמען האבן זיי נישט געקענט צוזאמשטעלן א שטיקל בלו פרינט פון דעם האטעל און די צימערן?

נאך פופציג שעה פון דער פארכאפונג, צייגט די מידיא ווי א ציל שיסער איז גערופן געווארן צו דעם טאדזש האטעל, ווייל דאס מיליטער דארף זיין הילף צו שיסן אויף א געוויסן ווינקל אין א פענסטער וואו זיי האלטן אז דער טעראריסט איז. ווי שיין פון זיי. לאמיר איצט נישט אריינגיין אינעם פאקט אז ווער עס האט עס אביסל צוגעזען האט געזען לעבעדיג ווי דער ציל שיסער שיסט און טוט גארנישט אויף נאר רייצט זיך מיטן טעראריסט. ער שיסט איין קויל און דער טעראריסט ענטפערט מיט נאך א פאר. איין ציווילער מענטש וואס האט דאס מיטגעהאלטן פון א גאס אוועק איז געשעדיגט געווארן. נישט קיין שלעכטע ארבעט. אבער פאוואליע: וואו זענען די ציל שיסער געווען פאר דעם, ווען זיי וואלטן געקענט צושטעלן אינפארמאציע פאר די קאמאנדאס, א שטייגער ווי אויף וועלכן שטאק און ביי וועלכער זייט זעט אויס די טעראריסטן געפינען זיך?

לאמיר אריבערגיין צו דעם חב"ד הויז. פרייטאג גאנץ פרי (אינדיע צייט) קומען צופליען העליקאפטער נאך העליקאפטער און לאזן אראפ קאמאנדא נאך קאמאנדא אויפן דאך פון דעם חב"ד הויז און די דעכער פון ארומיגע הייזער. שוין, זיי זענען שוין אויפן דאך. וואס יעצט? וואס הייסט וואס: מען ווארט! אויף וואס? וואס הייסט, זיך צו שלאגן מיט די טעראריסטן. מיר וועלן שיסן אביסל און איר וועט שיסן אביסל. וואס פעלט פון דעם פלאן?

ווי געשמועסט, קענען מיר נישט האבן קיין תרעומות און קווענקעלנישן וואס וואלט געווען ווען... מיר מוזן אננעמען דעם גזירת השם באהבה. לאמיר אבער באטראכטן דעם מיליטערישן שטאנדפונקט.
איינמאל מען האט מיט גרויס פאמפע געלאנדעט אויף די דעכער און דערמיט איינגעמאלדן אז די קאמאנדאס זענען ענדליך דא, וואלט דען נישט געווען א גוטער פלאן צו שטורעמען די געביידע תיכף ומיד כדי נישט צו געבן קיין צייט פאר די טעראריסטן אומצוברענגען די משכונות (אננעמענדיג אז טייל האבן נאך דעמאלט געלעבט)?

געציילטע מינוטן איידער זיי האבן ענדליך געשטורמט די געביידע, האבן זיי אריינגעשאסן א ראקעט, אדער אן אנדערע אויפרייס באמבע, וואס האט געמאכט א לאך אין דער וואנט פון דער געביידע. איינער ווייסט אפשר פארוואס? ממה נפשך, ווילסט ראטעווען משכונות, דאן וואס שיסטו עפעס וואס קען זיי אומברענגען? ווילסטו בלויז ענדיגן די סיטואציע, דאן לאז אראפ א באמבע אויף דער גאנצער געביידע און פארטיג!

גייען נישט דורך מער ווי געציילטע מינוטן און עס שפאצירן ארויס עטליכע קאמאנדאס מיט דעם געווער אין דער הייעך און א שמייכל אויפן געזיכט, און ווייזן א זיג-צייכן. מיט וואס האט איר געזיגט? אז איר האט אומגעברענגט די טעראריסטן? א גרויסע חכמה. ווען מען הייסט א גרופע פשוט'ע מארינען צו שטורעמען די געביידע אויף אזא אופן, טוען זיי עס אין געציילטע מינוטן אן די ספעציעלע טרענירונגען וואס איר האט באקומען.

מיר קענען אזוי גיין בלאט נאך בלאט מיט דוגמאות איבער וואס האט זיך דארט אפגעשפילט. אבער צו וואס פעלט עס דען אויס? איז לאמיר ענדיגן מיט אט דעם עפיזאד. א נייעס באריכטער פאר א געוויסע טעלעוויזיע סטאנציע אין אינדיע האט אינמיטן דער אקציע געפרעגט דעם הויפט גענעראל פון די קאמאנדאס אזא פראגע: "סיר, פארוואס האט איר אפגעזאגט די הילף וואס פארשידענע לענדער האבן געוואלט שיקן, ווי מדינת ישראל און נאך, מיט זייערע קאמאנדאס?" הערט דעם ענטפער פונעם גענעראל: "עה, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין, מיין פריינט. מיר האבן זיי אפגעזאגט ווייל מיר קענען פונקט אזוי גוט. און אויב מיינסטו אז דאס איז א שווערע אקציע, זאג איך דיר אז מיינע קאמאנדאס קענען א סך מער פון דעם. אבער איין זאך זאלסטו וויסן, מיין פריינט, אז דאס וואוילזיין פון די משכונות איז ביי אונז אויף דער מינוט פון גרעסטער וויכטיגקייט און דערפאר נעמט עס לענגער." ע"כ.
גלייבט מיר, איך וויל נישט זען וואס נאך זיי קענען...
אבער ווי געשמועסט, טארן מיר נישט קיין טענות ותערומות האבן אויף קיינעם, נאר אננעמען השם'ס גזרה באהבה.

זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן מער נישט דארפן שרייבן אזעלכע ארטיקלען, נאר ער זאל שיקן משיח און אייננעמען די גאנצע וועלט און קיין איין שאס.

(באמערקונג: דער שרייבער פון די דאזיגע שורות האט קיינמאל נישט געהאט קיין מיליטערישע טרעינונג, און איז זייער מעגליך אומגערעכט מיט זיין גאנצן ארטיקל. עס קען גאר זיין אז דאס איז געווען גאר א געלונגענע אקציע. ער האט נאר געשריבן לויט זיין פארשטאנד און ידיעות.)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 7:48 pm

קודם ב"ה אז מען זעהט אייך צוריק נאך אזא לאנגע אפוועזענהייט, צום עצם ארטיקל וועלן מיר אפשר שפעטער קאמאנטירן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 8:15 pm

wow דאס איז א ריכטיגע מעסטערמיינד.
מיליטערישע עקספערטן! רוקט אייך ארויף, מאכט פלאץ.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 8:17 pm

מעסטערפעיס!

א דאנק!

(דארף מען דאס ארויספרינטן די אויגן זאל נישט וויי טוהן)
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 8:56 pm

WOW מעסטער, האסטעך טאקע שוין לאנג נישט צולאזט, זכרנו ימים ממעסטער, ווען פון צייט צו צייט פלעגסטע יא ווייזן וואס דו קענסט, עניוועי מיר האבן הנאה געהאט, שיין ארויס געברענגט, און ווי יענער זאגט, מ'קען מיינען אז ס'עטער עפעס העלפן.

יישר כח.

אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

תגובהדורך קאמפיוטערנייעס » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 9:18 pm

thanks its very good. and now about your points first of all don't call them commandoes because they are not. they are just stupid idiots with guns they were never trained to deal with any kind situation like that so it's true that we have to take it as is it was a gezires hashem but the Indians are not commandoes and its bodering me when we call them COMMANDOES they are maybe and just maybe soldiers. sorry I type in English its a new computer and I did not have the Hebrew stickers. and I want to ask you to please put more articles like that its interesting thanks MESTERMIND

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 02, 2008 11:59 pm

מעסטערמיינט;

האסטו אויך גענוצט דעם 'מעסטער קארד' פון דעם האטעל גייד צו עפענען די קרעטשמע טויערן?...

און איך זעה ביסט אנגעקומען ווי א ריכטיגער קאמאנדא, אנגעפילעוועט מיט העק און זעק רעדי צו שטורמען די קרעטשמע....

שטורם נענו... איך מיין, שטורם נאך!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 10:12 am

מעסטערמיינד, א ריזן ארטיקל, שטארקע פונקטן ארויסגעברענגט און איך מיין אז עס איז נישטא וואס זיך צו דינגן דערויף (א שאד, איך גלייך יא צו דעבאטירן מיט דיר) סאו מער ווי א יישר כח קאן איך דיר נישט אפגעבן.

ביידיוועי, ביסט זיכער אז דו האסט קיינמאל געהאט קיינע מיליטערישע טרעינינג? נאכאמאזעל דו שרייבסט דאס קלאר ארויס....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22900
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 12:31 pm

מייסטער קאפ, איך פארשטיי נישט צו קיין משכונות קריזיסן און צו קאמאנדא אקציעס, אבער א ישר כח פארדינסטו פאר אזא פראפעסיאנעלע באשרייבונג.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 1:02 pm

הרב מעסטערמיינד, איך געדענק אייך טאקע נישט פון דאהי, אבער איך האב פיל געלייענט אייערע ארטיקלען און מאמרים, סיי דא און סיי אין אידיש וועלט, יעדע פאר זיך איז אן עקסטערער מעסטער-פיעס.

דער ארטיקל איז ווערד א געוואלדיגן קילוס, גאר שיין און רייך ארויס געברענגט און צולייגט ס'ענין, און מיר באדאנקען זיך פאר אייך פון הארצן טיפן.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 2:23 pm

מעסטערמיינד, שוין נישט געהערט פון אייך מיסתמא קרוב צו צוויי יאר, איך האב שוין געהאט אין פלאן צו שיקן א קאמאנדא איינהייט אייך אפירציזוכן...

איך מיז דיר זאגן אז ס'איז א מעסטער ארטיקל, שיין באהאנדלט און א גאר גוטער אנאליז.

איין זאך האב איך נאר געוואלט צוגעבן. די שרייבסט:
"פון דא און ווייטער קומט אויך אריין א פאקטאר פון פארהאנדלונגען, אבער וויבאלד דא איז דער פאקטאר נישט געווען וועלן מיר עס אויסלאזן."

אין פאקט איז יא פארגעגאנגען שמועסן מיט די טעראריסטן אהין און צוריק, כאטשיג 5 מאל. ווי עס גיבן איבער די חב"ד פירער האבן זיין דורכן סעל פאן פונעם שליח גערעדט 5 אדער 6 מאל מיט די טעראריסטן און פארהאנדלט.

דער פראבלעם איז נאר אז נישט אינדיע האט פארהאנדעלט, נאר ר' לוי שם טוב אין אמעריקע האט פארהאנדעלט, אויב האט מען מיט זיי געקענט רעדן פארוואס האט דאס מיליטער דארט נישט פארפירט א שמועס מיט זיי?? דאס וויכטיגסטע און ערשטע זאך ביי א משכונות דראמא איז דאס פארהאנדלן מיט זיי, דאס קומט נאך איידער סיי וועלעכע מיליטערישע אקציע.

קענסט עס צולייגן צום לאנגן ליסטע..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 2:27 pm

אזא געלונגענע אנאליז! פששש! נישטא קיין ווערטער אין מויל... פאקסט איין ר' הערשל פריעדמאן פון קרית יואל [קול מבשר].
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 5:03 pm

שטארק הנאה געהאט צו ליינען אזא לאנגע רייכע און ברייטע אנאליז, זאל מען הערן נאר גוטע בשורות.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 5:11 pm

צייטליך האט געשריבן:דער פראבלעם איז נאר אז נישט אינדיע האט פארהאנדעלט, נאר ר' לוי שם טוב אין אמעריקע האט פארהאנדעלט, אויב האט מען מיט זיי געקענט רעדן פארוואס האט דאס מיליטער דארט נישט פארפירט א שמועס מיט זיי?? דאס וויכטיגסטע און ערשטע זאך ביי א משכונות דראמא איז דאס פארהאנדלן מיט זיי, דאס קומט נאך איידער סיי וועלעכע מיליטערישע אקציע.

קענסט עס צולייגן צום לאנגן ליסטע..


דער אנדערע פראבלעם מיט די פארהאנדלען איז דאס, אז איך פארשטיי נישט פארוואס מען לייגט בכלל א דגוש אויף רב שם טוב'ס פארהאנדלונגען.
ווי רב שם טוב גיבט איבער האבן די טעראריסטן איהם געזאגט אז די משכונות זענען אין א גוטן צושטאנד, אבער ער זאגט דאך אבער אויך אז ער האט פון אונטן געהערט א קול אשה ווי זי שרייט פון פיין אז זי דארף זאפארטיגע הילף.

וואס איז? ער וויל זיך בארימען אז ער האט פארהאנדלט מיט זיי? זיי האבן פשוט און פראסט געטריבן שפאס פון איהם, און ער פארקויפט עס נאך אין די גאסן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 9:07 pm

ער פארקויפט אין די גאסן? ער פארציילטער א מעשה שהי' פונקט ווי יעדער פארציילט וואס ס'איז יא און אפילו וואס ס'איז נישט געווען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 9:46 pm

מעטער מיינד איך בין אנציקט פון דיין שיינע שריפט און שפראך, און איבערהויפט דיינע ידיעות, יישר כח פאר דיין ארטיקל

איין זאך דו שרייבסט אז זיי האבן נישט געראטעוועט קיין איין משכון,

לכאורה האבן זיי יא געראטעוועט א סכום פון פיפיציג אדער זעכציג משכונות פון די האטעלן, אבער עס פארענטפערט נישט דער דורכפאל פון די אקציע וואס דו לייסט אזוי געשמאק אראפ.

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 10:22 pm

זיידעניו האט געשריבן:איין זאך דו שרייבסט אז זיי האבן נישט געראטעוועט קיין איין משכון,

לכאורה האבן זיי יא געראטעוועט א סכום פון פיפיציג אדער זעכציג משכונות פון די האטעלן, אבער עס פארענטפערט נישט דער דורכפאל פון די אקציע וואס דו לייסט אזוי געשמאק אראפ.

ער מיינט לכאורה אידישע משכונות...
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:00 am

עטץ האטס נישט דורכגעליינט דעם ארטיקל, ער טייטשט קודם אפ, וואס משכון מיינט, און הערשט דערנאך זאגטער אז זיי האבן נישט געראטעוועט קיין איינס נישט, משכון מיינט נישט איינער וואס איז געווען געטרעפט אין א צימער, משכון מיינט איינער וועם דער טעראריסט כאפט אן ביים קארג, מיט א גאן געצילט צום קאפ, אדער האלט ער אים אין פראנט פון זיך, אלץ א מענטשן פאנצער, און אזאנס איז געווען עטליכע, און פון דעי האבן זיי קיינעם נישט געראטעוועט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מוצ"ש דעצמבער 06, 2008 11:46 pm

מעסטער, דאס איז דאך דיין עקספערטיז.... הפנים, מ'מוז נישט הרג'ענען קיין מענטשן אז דו זאלסט אונז דאס אלעס פארציילן...

יישר כוח גדול, איך האב גרויס הנאה געהאט.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מאנטאג דעצמבער 08, 2008 12:34 pm

מעסטער עס איז א מעסטער פון א ארטיקל! זייער שיין צולייגט.

און ווי דו שרייבסט טאקע עטליכע מאל אז אלעס איז מן השמים, און עס איז נישט שייך צו זאגן וואס...ווען...ווי..., געב טאקע א קוק אין אמעריקא ווען דער בוכ"ע האט געוועלט טון דאס זייניגע האט ער געשיקט א גרופע פארטעך קעפ, און מיט א פשוטע פליגער האבן זיי ליידער געהארגעט איבער 2,000 מענטשען רח"ל.

רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' הוא תקום! כי לה' המלוכה ומושל בגוים.


צייטליך האט געשריבן:איין זאך האב איך נאר געוואלט צוגעבן. די שרייבסט:
"פון דא און ווייטער קומט אויך אריין א פאקטאר פון פארהאנדלונגען, אבער וויבאלד דא איז דער פאקטאר נישט געווען וועלן מיר עס אויסלאזן."

אין פאקט איז יא פארגעגאנגען שמועסן מיט די טעראריסטן אהין און צוריק, כאטשיג 5 מאל. ווי עס גיבן איבער די חב"ד פירער האבן זיין דורכן סעל פאן פונעם שליח גערעדט 5 אדער 6 מאל מיט די טעראריסטן און פארהאנדלט.

דער פראבלעם איז נאר אז נישט אינדיע האט פארהאנדעלט, נאר ר' לוי שם טוב אין אמעריקע האט פארהאנדעלט, אויב האט מען מיט זיי געקענט רעדן פארוואס האט דאס מיליטער דארט נישט פארפירט א שמועס מיט זיי?? דאס וויכטיגסטע און ערשטע זאך ביי א משכונות דראמא איז דאס פארהאנדלן מיט זיי, דאס קומט נאך איידער סיי וועלעכע מיליטערישע אקציע.

קענסט עס צולייגן צום לאנגן ליסטע..


אין בלאט האב איך געזען א זאך וואס איך האב נישט געזען אין די נייעס, אז פון איינע פון די האטעלן האט א טעראריסט גערופן אז ער וויל פארהאנדלן, אבער די אינדיאנע האבן נישט געוואלט צוליב דעם וואס לעצטע מאל זיי האבן פארהאנדעלט האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 08, 2008 2:38 pm

מיר געדענקן נאך ווען מעסטערמיינד האט ביי זיין בילד אין די זייט געטראגן אן אויטאמאטישן מאשין געווער (נאר איינער געדענקט?), און דא וויל ער אונז איינרעדן אז ער פארמאגט זערא מיליטערישע טרענירונג.

כאטש לייקנט ער נישט זיינע שרייבערישע טאלאנטן.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 3:24 am

הלוואי זעהן מיר זיינע שרייבערישע טאלאנטן מער אפטער.
ועמך כולם צדיקים

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 3:51 pm

מעסטער!!! זייער פראפעשינאל ארויסגעברענגט. שנשמע ונשבשר בשורות טובות

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 1:20 am

מעסטער-מיינד! הערליך שיין ארויסגעברענגט מיט אלע טיפע דעטאלן, זאל מען הערן פון דיר א זעלכע אנאליזן נאר אויף שמחות.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:41 pm

שוין אריבער כמעט א חודש פון ווען דער ארטיקל איז געשריבן געווארן, און עס ליגט שוין יעצט טיף אינעם צווייטן דף פון דען פארום, אבער אזויווי איך האב עס יעצט געליינט, און איך קען מיך נישט צוריקהאלטן פון שרייבן דא א שכוח, וועל איך יא ארויפברענגן דעם אשכול צוריק אויבן אן.

מעסטערמיינד,

א גרויסן יישר כח פאר די ריזיגע ארטיקעל.
----

קרעמער, איך געדענק עס אויך.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט