וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט?

תורה - איך לערן מיט א חברותא/גיי צו א שיעור/האב אייגענע לימודים/משלים מיינע שיעורים פון דער וואך
21
7%
תורה - איך בין מעביר סדרה/חסיד'ישע ספרים/מפרשי הסדרה/שיעור מיוחד פאר שבת
16
5%
עבודה - איך גיי צו א טיש/באטע/שבת-אחים/
43
14%
שבת - איך בין מאריך בזמירות מיט די משפחה/פארברענג מיט עונג שבת
48
16%
קינדער - איך פארהער מיינע קינדער/לערן מיט מיינע קינדער/איך טוה אדורך אלע ביכלעך און פאפירן פון מיינע זון און טעכטער
16
5%
איך לייג זיך שלאפן פרי און מקיים דעם שינה בשבת תענוג
59
19%
לייג זיך פריה און שטיי אויף פארטאגס צום לערנען/תהלים/דאווענען ותיקין
20
7%
דאווען שפעט מעריב/שמועס נאכן דאווענען/פארברענג פאר די סעודה אזוי אז ווען כ'ענדיג די סעודה איז שוין גארנישט אזוי פרי
23
8%
כ'גיי באזוכן מיינע/מיין ווייב'ס/עלטערן/ברודער שוועסטער/קרובים/גוטע פריינט
15
5%
איך זיך עפעס זיך צו באשעפטיגן/טרעף א ביכל/צייטונג/בליק אריין אין א ספר/זע צו עס איז דא א שלום-זכר/אקיצור איך מוטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט
45
15%
 
סך הכל שטימען: 306

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

עס ווערט שוין שבת בערך 4'ע
מ'קען שוין האלטן נאך די סעודה גאנץ פריה. (בפרט אויב איר מאכט נאך קידוש פאר 6 אזייגער, נישט צו מאכן קידוש 6-7 להמקפידים)
דאן איז דא א גאנצע נאכט פאר אייך, ווען איר גייט נישט אויף אייוועלט, און אייער טעלפאן איז פארמאכט.
וואס טוט איר מיט די הייליגע שעות פון שבת?
ביטע טיילט מיט וויאזוי איר האט פארברענגט די לאאאאאאנגע פרייטיג-צו-נאכט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אוי שלאפט מען...................... נאכן שיין פארברענגען מיט די משפחה
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

יעדע וואך זייער אנדערש.
געשטימט אויף די דריי מערסט-שכיחדיג-ביי-מיר אפציעס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

געגאנגען לערנען.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אישי האט געשריבן:
איך פיר זיך נאך א סעודה פון וויין חלה בשר ודגים וכל מטעמים איינצודרימלען אין א טיפע תרדמה גדולה באלד נאכן בענטשן (טיילמאל נאך פריער...) אויף מיין כסא מלכותי. כאפ זיך אויף בערך א 3/4 שעה שפעטער ווען מ' ריקט זיך איבער צום רעקליינער. דארט איז זיך ממשיך די התפשטות הגשמיות פאר בערך נאך א צוויי שעה. דערנאך כאפ איך זיך אויף און לערן פארשידנע ספרים (היי יאר סה"ק ערבי נחל) ווי אויך בין איך משלים שמו"ת, ביז חצות, און כחצות הלילה אדער א משהו דערנאך איז קר"ש און זיך לייגן
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
100%
גא''מ
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

מ׳ציעט אריין די סעודה ווי לאנג מען קען.
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

מ'זעץ מיר זיך ליינען די וועכענטליכע צייטונגען/אויסגאבעס, כ'מיין ווען דען ברויך מען מאכן דעם סיום אויף די טאנען ליין מאטריאל?

מיר ליינען דורך מערערע אויסגאבעס מדאשקע לדאשקע...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דיעגא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
100%
גא''מ
די "/" צייכענונג מיינט "אדער". כלומר, נישט יעדער מוטשעט זיך מיט אזא לאנגע נאכט, אבער דער צד השוה איז אז אין די אפציע איז נישטא עפעס א ספעציעלע געברויך אדער אויפגאבע פון דער נאכט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

יידישע קהילות האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
100%
גא''מ
די "/" צייכענונג מיינט "אדער". כלומר, נישט יעדער מוטשעט זיך מיט אזא לאנגע נאכט, אבער דער צד השוה איז אז אין די אפציע איז נישטא עפעס א ספעציעלע געברויך אדער אויפגאבע פון דער נאכט.
דעמאלטס מאך אן אפציע " איך זעץ מיך ליינען ביכער מיט מאגאזינען", און נאך אן אפציע "איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט".
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

צ"ק. מיין אפציע
איך צו אריין די סעודה ביז ווען די קינדער האבן געדילט, זעץ איך מיר מיט די קינדער אויפן פלאר און מען שפילט געימס- לעגאוס/קליקס וואס די קינדער וועלן אויס, לייען די אויסגאבעס, טייל נאש פאר די קינדער, מעביר סדרה, חומש רש"י. האלט מען שוין ביי 11 אזייגער און אין בעט מען גייט
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

מ'רעד פון קויפן א דירה...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

צ"ק
די זעלבע ווי זומער...
דהיינו ביי די קוגל זענען שוין די אויגן האלב פארמאכט
און בענטשן איז שוין שטייענדיג מיט פארנעפלטע אויגן נאכן זיך כאפן אז מען דרימלט...
אבער די סעודה הייבט מען אן עטוואס שפעטער, און מען איז מעביר סדרה פאר די סעודה.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

פאר ווער סקומט צום טעם פון ארויסגיין נאך די סעודה צו א שבת אחים באטע טיש - וועט זיך נישט קענען גיין לייגן אפי' איין שבת ביינאכט אן א טיש אזוי וואכעדיג
אמת פאר מאנכע קען עס אנקומען שווער מרוב האכילה אבער נאך די פאר טריט צום טיר איז ממש רגלי מוליכות לביהמ''ד אלענפאלס איך געב טאקע אכטונג נישט צו עסן מער ווי מדארף, נישט קיין דיפס וכו' ממילא דארף איך נשיט קיין צווענגליך צו האלטן אפען מיינע אויגן לעפצען, און קען כאפן א רקידה טאקע נאך די סעודה מיט די משפחה
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
100%
גא''מ
די "/" צייכענונג מיינט "אדער". כלומר, נישט יעדער מוטשעט זיך מיט אזא לאנגע נאכט, אבער דער צד השוה איז אז אין די אפציע איז נישטא עפעס א ספעציעלע געברויך אדער אויפגאבע פון דער נאכט.
דעמאלטס מאך אן אפציע " איך זעץ מיך ליינען ביכער מיט מאגאזינען", און נאך אן אפציע "איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט".
פאר די פותח האשכול איז קענטליך נישט פייגעבאלען אז ליינען מאגאזינען אום שבת איז א לכתחילה וואס מ'שעמט זיך נישט דערמיט
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

World Champion האט געשריבן:
מ'רעד פון קויפן א דירה...
דאס מעג מען נאר איינער וואס עס איז נישט במציאות ער זאל צוקומען דערצו..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

אוראייניקל האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
מ'רעד פון קויפן א דירה...
דאס מעג מען נאר איינער וואס עס איז נישט במציאות ער זאל צוקומען דערצו..
:lol: ;l;p-
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
קראקע שמש
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:43 pm
לאקאציע: have no clue

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראקע שמש »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
100%
גא''מ
די "/" צייכענונג מיינט "אדער". כלומר, נישט יעדער מוטשעט זיך מיט אזא לאנגע נאכט, אבער דער צד השוה איז אז אין די אפציע איז נישטא עפעס א ספעציעלע געברויך אדער אויפגאבע פון דער נאכט.
דעמאלטס מאך אן אפציע " איך זעץ מיך ליינען ביכער מיט מאגאזינען", און נאך אן אפציע "איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט".
;l;p-
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אדם א מענטש האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
דיעגא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
געשטימט די לעצטע אפציע, איך ווייס אבער נישט פארוואס פונקט ביי די אפציע האסטו געלייגט די "אקיצור איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט"?
100%
גא''מ
די "/" צייכענונג מיינט "אדער". כלומר, נישט יעדער מוטשעט זיך מיט אזא לאנגע נאכט, אבער דער צד השוה איז אז אין די אפציע איז נישטא עפעס א ספעציעלע געברויך אדער אויפגאבע פון דער נאכט.
דעמאלטס מאך אן אפציע " איך זעץ מיך ליינען ביכער מיט מאגאזינען", און נאך אן אפציע "איך מיטשע זיך מיט אזא לאנגע נאכט".
פאר די פותח האשכול איז קענטליך נישט פייגעבאלען אז ליינען מאגאזינען אום שבת איז א לכתחילה וואס מ'שעמט זיך נישט דערמיט
גערעכט! ;l;p-
זעה שולחן ערוך הלכות שבת סימן ש"ז סעיף ט"ז און י"ז
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

געשטימט אויף אלעם, א יעדע וואך א אנדערע מדריגה
#בשיטה נישט
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

World Champion האט געשריבן:
מ'רעד פון קויפן א דירה...
:lol:

נישט אום שבת גערעדט פארשטייט זיך...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

געווענטליך ביי מיר איז אזוי:

ביים זמן (יעצטיגע וואכן בערך 4:10 - 4:20) גלייך נאך די ליכט ווערן געצינדן, כאפט מען דעם קאר און מ'פארט אראפ צו די עלטערן וואס וואוינען נעבן ביהמ"ד הגדול.
נאכן באגריסן די מאמע 'גוט שבת' און טועם זיין א שטיקל קוגל, זאגט מען שיה"ש.
בערך 45 מינוט נאכן זמן גייט מען אין ביהמ"ד דאווענען מנחה, קבל"ש, און מעריב ביים רבי'ן.
נאכ'ן גוט שבת זאגן פארן רבי'ן כאפט מען א שפאנציר אהיים, מ'קומט אן בערך כמעט 3 שעה נאכן זמן - ארום 7:00.

אמאל האב איך געמיינט אז די סעודה קען לויפן אויף א זייגער, אבער זינט די קינדער זענען ב"ה אינטערגעוואקסן האבן זיך זאכן ב"ה געטוישט...
אבער בערך לויפט עס אזוי, גלייך מ'קומט אהיים זאגט מען דעם זוהר, מ'זונגט זמירות, און מ'מאכט קידוש.
מ'וואשט זיך בערך 7:30 און מ'בענטשט בערך 9:30 - 10:00,
בעשת די סעודה פארברענגט מען מיט די קינדער כפי המצב והזמן, זינגען ניגונים - חוץ פון כל מקדש און מנוחה ושמחה, פארציילן מעשיות, כו'...

נאכן בענטשן גרייט מען צו א 'באטע'...
מ'גיבט אויף פירות, קיכלעך, און כמה מיני ממתקים וכו' (פארשטייט זיך אז די קארטאפל טשיפס זיצן אויפן אויבן אן...).
מ'פארברענגט ווייטער מיט די קינדער אלעס וואס מ'איז נישט אנגעקומען בשעת די סעודה, פארציילט נאך מעשיות, מ'פארהערט די סדרה / א-ב / עברי, מ'קוקט אלע שיינע זאכן פון חדר... וכו'.
מ'זונגט די איבריגע זמירות (מה ידידית, תנו שבח, קה רבון, קה אכסוף, לא-ל אשר שבת, און ציר משלו אכלנו).
ביז בערך 10:30 - 11:00 ווען מ'גייט מען ארויס אין א טאנץ 'אז ביום השביעי נחת'

אזוי אז ביז מ'ענדיגט שוין לייגן שלאפן די קליינע איז שוין בכלל נישט אזוי פרי...
(דאס אלעס איז דאך נאר א 'לכה"פ'... אז די קינדער זענען אין די גיסטע קענען זאכן פארנעמען סאאאאך מער צייט...)
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: וויאזוי פארברענגט איר די לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג-צו-נעכט? [אנקעטע]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואסי דער פלאן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”