פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

קוש, קוש, אזא הייליג פלאץ דעיס, איך טראכט און די פענע שרייבט! זוי פאני..(טעמטי קרעדי. גראמט בעסער.)
אבער ווער האט געזאגט איך דארף בכלל טראכטן? און אויב איך טראכט פארוואס דארף איך עס שרייבן?, אוי גאטעניו.. און פארוואס טראכט איך פארוואס איך שרייב אפילו? (זארג דיך נישט איך ענדיג דא שוין יעצט איך וויל נאר שרייבן וואס איך טראכט געמיר א ברעיק) אפשר גאר ווייל שרייבן קומט אן טראכטן? טא פארוואס טראכט איך פאר איך שרייב?. (אישי אנקעטע אלערט)

נאך גאר לאנגע טראכטונגן וואס האט גענומען ווינציגער ווי שרייבן די פאריגע פאראגראף, און די פילע צעלן פונעם שדרה האט געפאמפעט צום מח ווי עס באדארף, איז עס געקומען צום אויספיר אז יא, דאס וואס איך און דו ווייסן און דארפן, דא שטעקט די באהאלטענע… א פלעינע סימפל קאמפלימענט !.. ניייעס,ניין?

און דאס פאלגענדע האט מיר געברענגט צו טראכטן דאס נעקסט געשריבענע, נישט קיין נייעס און נישט קיין חידוש. אההם ..אפשר יא, כ׳העל געוואויר ווערן באלד ווען איך גיי ליינען וואס כ׳האב געטראכט.

איז אזוי:

צענדליגע טויזענטער לאנגע שורות פון אלע סארט, נארמאלע, און פארקערט ווי נארמאלע. הויכע, שטילע. לעבעדיגע, איינגעמאכטע. (וואס איז די פארקערטע פון איינגעמאכט.. סארי, לעבעדיג ?)אלע אניגראם נאמבערס, צוזאמען שטייען זיי טעגליך אין די שורה ווי קליינע קינדערליך און בעטן פאר איין זאך:

פליז געב מיך א קאמפלימענט!..


מ׳טוט טובות, מ׳געט צדקה, מיין שכר ווארט מיר טאקע אויבן, אבער פליז געב מיך א קאמפלימענט !..

מ׳שרייבט ארטיקלן, מ׳זאגט גוטע ווערטער, וויצן מיט סתם זשאוקס בלע״ז, מ׳האלט א גוטע דרשה, אריינגעארבעט שעות, יא אויסגעארבעט נישט אויסגעארבעט, איך בעט פאר דיין וואו! איך ווארט פאר דיין קאמפלימענט, ס׳איז א טבע העולם נאטינג ראנג,

מ׳גייט צו צום ברעטל מיט איין מחשבה אין קאפ, וואס וועט יענער זאגן? גייט ער באמערקן מיינע לעצטיגע וואויס לעסענס?..

פארוואס? ווייל די גוטע געפיל איז עפעס מער. און אז דו גייסט נישט געבן גייסטו נישט באקומען. (פארוואס אין די גארער וועלט זאג איך די פאנטש ליין פאר כ׳האב גענדיגט?! גיי ווייס.)

אבער בין איך משוגע פארן בעטן (איכמיין נישט ממש בעטן.. דו יא?) פליז געב מיך א קאמפלימענט יעדעס מאל איך ווער מלובש מיט סאמטינג ניי?! און ווי א נאר ווארט איך אויף דיין וואו.! נייס.! פון ווי קומט עס?.. אה, א נייע טלית בייטל, סאוואראסקי (אדער ווארעווער) שטיינדעלעך?
בין איך אן איינציגער וואס ליידט פון די פאראנויע אז איך בין משוגע פארן ווארטן אויף אזאנס..?

(אנקעטע: וואס איז מער, די איינגערינגלטע אדער די איבריגע ?)

פון יונגווייז אן לערנט מען מיר, אז יעדער איז אנגעוואנדן אין א גוט ווארט, אלץ געט עס צו און צו דעם קען יעדער עדות זאגן, אבער פון די אנדערע זייט איז אנגענומען אז ס׳דא געוויסע ספעציעלע נשמות וואס ווארטן אויף מיין קאמפלימענט, סתירה,ניין? אפשר גאר זעמיר אונז א חלק פון די נשמות? נישט ווייט פון רעאליטעט הע? אקעי רעד נישט ביז דו קענסט מיך. חחח.. פליז לאך.

באמת בין איך טאטאל.. פארן ארויפברענגען אזא נושא אויפן ליפן, שמייליג דארף מען זיין. נישט גענוג איך מוטשע מיר, נאר דו, וואס ליינט, טראג יעצט ארום נאך דאגות פארן מארגענדיגן טאג, איז עס יא נארמאל, איז עס נישט, סאו זאג איך דיר למפרע סארי, ססתם (טייפא?) אויסגעגאסענע מחשבות מאכדיך נישט צוטאן .

איך האב געטראכט און געטראכט אין… אין א ווינקל,
דאס מוח׳ל צאנקט טאנצט איר לעצטע טאנץ,
אט האט זיך עס פארלאשן, בלענק. ס׳איז געווארן טונקל,
אבער די פענע האט זיך צופלאקערט מיט גאר א נייעם גלאנץ,

(ס׳בכלל נישט קריעטיוו..אקעי נעקסט)

ואין כאן מקום להאריך. נישט אזוי ענדיגט מען? אוי פארגעסן צו רינגלען די זשאוק, אפשר נעקסטע געלעגענהייט.

און צום לעצט לאמיך לייגן א פראפעשענעל זאך וואס איז ווי א זיגל פון וואקס אויף אן ארטיקל,

דיסקלעימער !!
ביידעוועי אן אמת׳ע ווארט, ווען מען שרייבט וואס מען טראכט סטרעיט ארויס פון קאפ געדויערט עס אסאך אסאך שנעלער.

#אזוי קוקט מען אויס ווען מען טראכט וואס מ׳שרייבט.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

פשיהא!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

;l;p- ;l;p-
א מין זיסע רייד דעיס... (נישט די שרעקעדיגע טעילאר רייד, איך רעד פון די גוטע בויכקרעמפט רייד) (יוי! שוין ווייטער שרייבעך איינגערינגלט, איך קען שוין נישט שרייבן נארמאל?)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

שוין ווי בין איך דא... אה האסט שוין געענדיגט רינגלן אפס כ'מיין שרייבן
וואטעווער, כ'ווער משיגע פון דיין שפראך, און פון דיינע איידיעס, שיגע קריעטיוו...
אה, האסט געדארפט א קאמפלימענט..? דא ''קאמפלימענט"
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

תירוצים, דו שרייבסט וואס יעדער טראכט דא.

אפילו ווען איך געב דירהא קאמפלימענט, פרוביר איך דו זאלסט הנאה האבן, אזוי וועל איך אפשר קריגן א דאנק אויף צוריק.

אמר”ש מיז איך דיר זאגן אז כהאב גאר שטארק הנאה געהאט פון דיין שרייב ווערק
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

א שיינע האנט שריפט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

א וויכטיגע נקודה וואס ווערט יעדע שטיק צייט נאכאמאל אויפגעברענגט.
און ווילאנג מ'וועט זיך עס נישט אויסלערנען...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נאָך אזעלכע אָנגעשריבענע פּאַפּיר קומט זיך דיר פראַסקעס פאַר'ן נישט שרייבן מער…
שטאַרק הנאה געהאַט פון דיינע אויסגעגאסענע טינט.
(האַלטסט כ'דאַרף שרייבן עפעס איינגערינגלט? נע…)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גוט גוט, זאגסט דאך אזא אמת'ע פוינט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
א סקאפ טונא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 8:24 pm
לאקאציע: ב.פ. באס

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סקאפ טונא »

איך מיז דיר געבן א קאמפלעמענט אז די בעט'ס דאך אזוי שיין א קאמפלעמענט...

האסטע א קניפ אין בעקל...

זאלסט וויסן אז ווען אימער די נויטיגסט דיך אין א קאמפלאמענט לאמיר וויסן...
When people show you who they are, Believe them
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

העלא?!? ס'דאך א מעכטיגער פעדער וואס דער פארמאגט!

טענקיאו. עכט הנאה געהאט!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

טעמטי פארשטייט אויפן ווינק...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

פארהאן א סיפור ווען עמיצער האט געקעקעצט און זיך פארענטפערט פארן ברך משה פארן אים זאגן א קאמפלימענט
דער ברך משה האט יענעם געזאגט אז דער געלונגענסטער מענטש אויך א רבי פון טויזענטער חסידים קען נוצן און ווארט אויף א גוט ווארט
אויב עמיצער קען אהערברענגען די פרטים (דאכצעך אז עס איז אמאל געשטאנען אין זקניך, די מעשה איז געווען נאך אן וויזיט אין א ישיבה קטנה דאכצעך)
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

ש׳כח יעדער איינער, איך האף אייך אלע בקרוב צו האבן די געלעגנהייט אייך צוריקצוגעבן דאס וואס איר האט מיר.

אבער פון ערנסטע פרעספעקטיוו, איז א גוט ווארט א יומאנגיס נושא, און ס׳איז א חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן.

פארהאן אלע סארטן און נאטורן וואס גייען ריעקטן אנדערש ווען ס׳קומט צו געבן אדער באקומען.

למשל יאך בין פון די גזע הביישנים א קאמפלימענט מאכט מיך בלאשן ביי גוטע פעלער, און ביי ערגערע פיל איך אן אומבאקוועמלעכקייט וואס קען מאכן מענטשן טראכטן צוויי מאל פאר זיי געבן נאכאיין, אבער זשאסט פאר נאטיס ס׳איז אין פאקט נישט אזוי, איך האב הנאה דערפון מער ווי מ׳קען זיך פארשטעלן און אפילו מער ווי סתם א מענטש וואס נעמט וואס ער האלט ס׳קומט אים,
און ווען איך ביישטייער א קאמפלימענט פאר יענעם מיינט עס אז איך האלט באמת אז ס׳קומט אים אינגאנצען, אדער איז עס די אינערליכע צופרידענהייט וואס קומט נאכן דאס שענקן פאר א אנדערן.

דאס איז מיין זייט פון די מעשה איך גלייב אז פילע פון אייך קענען זיך טרעפן דא, און אויב נישט, פארשטייט די דאזיגע. און ווען איר מיינט אז יענער איז נישט אנגעוואנדן אין דעם דערצייל איך אייך אז זיי זענען יא.

ענד אף סטארי. שכח פארן אויסהערן מיין … ביי.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

תירוצים האט געשריבן:
ש׳כח יעדער איינער, איך האף אייך אלע בקרוב צו האבן די געלעגנהייט אייך צוריקצוגעבן דאס וואס איר האט מיר.

אבער פון ערנסטע פרעספעקטיוו, איז א גוט ווארט א יומאנגיס נושא, און ס׳איז א חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן.

פארהאן אלע סארטן און נאטורן וואס גייען ריעקטן אנדערש ווען ס׳קומט צו געבן אדער באקומען.

למשל יאך בין פון די גזע הביישנים א קאמפלימענט מאכט מיך בלאשן ביי גוטע פעלער, און ביי ערגערע פיל איך אן אומבאקוועמלעכקייט וואס קען מאכן מענטשן טראכטן צוויי מאל פאר זיי געבן נאכאיין, אבער זשאסט פאר נאטיס ס׳איז אין פאקט נישט אזוי, איך האב הנאה דערפון מער ווי מ׳קען זיך פארשטעלן און אפילו מער ווי סתם א מענטש וואס נעמט וואס ער האלט ס׳קומט אים,
און ווען איך ביישטייער א קאמפלימענט פאר יענעם מיינט עס אז איך האלט באמת אז ס׳קומט אים אינגאנצען, אדער איז עס די אינערליכע צופרידענהייט וואס קומט נאכן דאס שענקן פאר א אנדערן.

דאס איז מיין זייט פון די מעשה איך גלייב אז פילע פון אייך קענען זיך טרעפן דא, און אויב נישט, פארשטייט די דאזיגע. און ווען איר מיינט אז יענער איז נישט אנגעוואנדן אין דעם דערצייל איך אייך אז זיי זענען יא.

ענד אף סטארי. שכח פארן אויסהערן מיין … ביי.
העי... איים פולי וויט יו!
כ'גלייב אז מיינע נאנטע טראכטן צוויי מאל פארן מיר געבן א קאמפלימענט...
איז אויב ליינען זיי דא ווילעך זיי זאגן, "פליז נעקסטיים טראכט דריי מאל... שטאנען?"
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

נא-דיר א קאמפלימענט!

וואטש אבער ס'זאל נישט אראפפאלן.
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

WOW דיין אפנקייט (בלאש אביסל סאיז געזונט..) האט עס.. גענומען פלעינע דעילי בעיסעס און געבויעט א מעכטיגע שטיקל ארט..
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

נישט נארמאל! פון ווי ווייסטו וואס יעדער טראכט?
אבער באמת, טאר מען נישט צופיל אריינטראכטן אין דעם, נעם עס אן אין גיי ווייטער!
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

נישט יעדער קען אזוי גיט ארויסברענגען זיינע אינסייד מחשבות און געפילן..
אבער דו קענסט יא!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נאר איך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:06 pm
לאקאציע: אין בעט

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך »

איך געב דיר עס געזינטע הייט
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

האב איך געגעבן א ווארימע ישר כוח פאר איינער וואס האט מיר געטוהן א ריזיגער טובה.
זאגט ער מיר, "הער אויף! איך וועל נאך מיינען אז עס האט עפעס מיט מיר. איך האב פשוט זוכה געווען אז די באשעפער האט מיר מזכה געווען מיט איין העלפן".
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב מ'איז אנגעוויזן צו באקומען א קאמפלעמענט אויף יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט, איז פשט אז מ'איז צו שוואך, מ'קען נישט שטיין אויף די אייגענע פיס. און אויב באקומט מען טאקע נישט קיין קאמפלעמענטס, דעמאלט אפשר איז מען טאקע נישט צופרידן פון וואס דו טוסט?
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:19 am
אויב מ'איז אנגעוויזן צו באקומען א קאמפלעמענט אויף יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט, איז פשט אז מ'איז צו שוואך, מ'קען נישט שטיין אויף די אייגענע פיס. און אויב באקומט מען טאקע נישט קיין קאמפלעמענטס, דעמאלט אפשר איז מען טאקע נישט צופרידן פון וואס דו טוסט?
שטארק!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: פליז געב מיך א קאמפלימענט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נאכ'ן דאנקען האב איך א הערה, און דאס איז אז מ'דארף יא געבן קאמפלימענטס פאר סיי ווער ס'איז עס ווערד...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”