א אינטערסאנטע ערשיינונג אין הייד פארק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
א אינטערסאנטע ערשיינונג אין הייד פארק
ס'טייטש? כ'מיין כ'דארף דאך מיך באווייזן, שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך, אז נישט איז דאך דער צען-פראצענט-אף ביים פאטשיילע געשעפט מיטן היימישע-קרעטשמע-מעמבער-קארטל א פראסטע גניבה. העעע, אז מען מוז מוז מען, וואסי שייך צו זאגן?
דער ענין דא איז ווייטער איבער הייד פארק, איך ווייס מיינע היזיגע פריינד, אז איר ווערט שוין מיד פון די הייד פארק העלאת גרה, איך געדענק אויך אז פאר צוויי יאר צוריק וויילענדיג דאהי פאר א משפחה שמחה האב איך ארויפגעברענגט דעם סקר צו מען זאל צוריקגיין צו הייד פארק, יא, ידעתי בני ידעתי, אבער הארכט אויס, איך וואוין דאך דארט, ווי נישט וואו (אדער וואו נישט ווי) קען איך זיך נישט אזוי דא אין שטעטל צו קענען רעדן פון די זאכן וואס ליגן אויפן טיש, די דברים העומדים על הפרק, על עך מוזן רעדן בלויז פון דברים העומדים על הפארק. וועם עס געפעלט נישט קען ארויפלייגן די הוט אויף דעם בלעטל און ארויסגיין אין פייטינג עריע ווילאנג איך ענדיג.
איז אזוי, ביי אונז אין רוישיגען שטאט האט די רעגירונג איינגעפירט זייער א פאמעליכע טראנזיט סיסטעם, זיי זאגן אז דאס רעדוצירט דראסטיש די פארברעכער ראטע. יעדע פאר טאג - שטונדע - מינוט - סעקונד קען זיך די סיסטעם פארשטייטערן, עס הייבט אן פארן אזוי אז די געסט פון אויסלאנד שימפן און שעלטן נישט וואוסענדיג סארא נארישע רעגירונג דאס איז. שטייט, רואיג, פאמעליך, איידל און געלאסן. צומאל קען זיך עס אפילו גענצליך אפשטעלן טראצדעם וואס קיינער פארלאנגט דאס נישט. "דא שטייט מען". ביז א בראזילער דערמאנט זיך צוצוגיין צום קאנדאקטער צימער און דריקען דעם F5 רויטן קנעפל, די מאטאר גרידזשעט, עס טענה'ט זיך, הדף בטעינה, עעההעעעהחחחחח, עס געדויערט, עס לעשט זיך ווידער אויס, עס קומט ווידער ארויף דעם 'פעידזש נאט פאונד' רויטע דיגיטאלע אותיות, מען דארף האבן אפאר גבורים צוזאמען פון אונטן און פון די זייטן, דער דריקט די פאדעלען, און די שטיפן, עס קומט ארויף דעם גרינעם סיין אויפן קאנדאקטער סקרין, הדף בטעינה נא המתן.... ער פארגעסט קיינמאל נישט פון די פיר פינטעלעך, בטעות וועט ער נישט לייגן דריי כסדר העולם. בקיצור ענדליך הייבט זיך עס אן רירען, עס פארט עס פליט, און דאן נאכאמאל. אזוי גייט דאס כגלגל החוזר.
מיר היידפארקערע זענען שוין געוואוינט צו אזא ווערטשאפט, פילע האבן פארלאזט אונזער פלאנעט נאכדעם וואס די קאמאניסטישע רעגירונג האט איינגעפירט די רעזאלוציע, און זיך אריבערגעצויגן גלייך צו די לבנה, זיי קוקען אראפ אויף די וועלט לאכענדיג, אט האט איר א ביישפיל קוקט דארט רעכטס, חחחאחאחא, איך מיין טאקע אייך חברי וידידי!... זייט נישט ברוגז. אבער מיר זענען העכסט צופרידן פון די ווערטשאפט. מיר נעמען כסדר מיט גענוג ליין מאטריאל אויפן וועג, דרינקס מיט טשו טשוס, אזוי אז עס איז שוין גארנישט קיין בשורה טובה ווען מיר קומען אן צו אונזער דעסטענאציע.
אויב דער עפיזאד וואלט זיך דא געענדיגט החרשתי.
די צרה איז אבער אז א פרישע גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה איז אויפגעקומען. שרעקליך.
נעמליך, מען האט פונדאסניי רעפארמירט דעם סיסטעם. דער סיסטעם כאפט גלייך אוואו דער מענטש וויל אנקומען, און דוקא דארט הייבט ער אן פארן שטייט, אדער גאר זיך אינגאנצען אפשטעלן. יא איך מאך נישט קיין וויץ, עס איז א קאמבאנאציע פון גאר הויכע טעכנאלאגיע צוזאמענגעשמאלצן מיט רשעות, פוילקייט, און טעראר.
איך קום אריין אינעם פארום, איך קוק זיך אום, הופפפססס, איך זעה אן אשכול וואס איך מוז דאס ליינען, אזא אינטערסאנטע קעפל, פונקט דאס האב איך געזוכט. פארוואס זאל איך טראכטן אז אלעס וועט זיך אפשטעלן ווען איך גיי דרוקען דעם אריינגאנג? פארוואס? כ'מיין די לעצטע שעה איז דאך אלעס געפלויגן ווי פאפקארן ארויס פון מאשין, ביי אלע אלטע אשכולות איז די זאך געפארן געשמאק און פיין, פארוואס זאל יעצט זיין אנדערש?
האבן די באאמטע באשלאסן, אז אנשטאט פארלענגערן די גאנצע סיסטעם, האיש אחד יחטא ועל כל העדה יקצוף, וועלן זיי בלויז פארלענגערן די אינטערסאנטסטע דעסטענאציעס ווי מענטשן מוזן אנקומען אהין פאר יעדן פרייז. די מאשינען כאפן אויף דורך די געזיכט שטריכן ווען דער מענטשן ווערט איבערגענומען און עקסיידעט, אויב רעאגירט ער נארמאל מיינט דאך אז עס איז נישט ממש קיין עמורדזשענסי פאר דעם מענטש יעצט אנצוקומען, נו? אויב אזוי? געפארן! עס פליט אויף צוויי הונדערט און פופציג.
ווי איז אבער אויב די געזיכט הייבט אן צו ווארפן שמייכלען, ער זעט אן אשכול ווי ער האט נארוואס געשריבן א מעכטיגע תגובה בלינקט שוין ווידער, איינער האט שוין צוריקגעשריבן צו זיין מעכטיגע וויץ, ער מוז פארן יעדן פרייז זיך אריינבאקומען אהין אטא אין די סעקונדע. אדער זעט ער א פרישען אשכול מיט א ברעקינג קעפל, איבעעראשענד און צוציענד, ער ווערט עקסייטעד אויף טויזענט. אההההה.... ניין, דא וועסטו ווארטן שעפעלע, אבער נישט סתם ווארטן, נאר ווארטן לשם ווארטן, אין יעדן זין פון ווארט.
דער מענטש שפרינגט ווי א דראמער ביי הארא, ער קאפעט מיט די הענט און פיס, ער האלט עס נישט אויס!!!
"אטא פאר דעם זענען מיר דא" שרייט די רעגירונג מיטטן אן אויסגעגאסענעם שמייכל "פה תשב, דא וועלן מיר ענק צופיקסן"
איינער וואס איז זוכה צו א הדף בטעינה גרינע קארטל קען שוין זיין גליקליך, אבער ס'רוב באקומען דאס אויך נישט. מען פרעגט אויס, מען חקרנט, פארוואס ביסטו דא? ווער ביסטו? ענדליך נאך אלע מעשיות דארפסטו ווארטן נאך צען מינוט, און יעדע פאר שורות קומט באזונדער ארויף, יעדע פאר מינוט נאך א צוויי שורות, כדי צו טעסטן דעם קליענט צו ער איז נאך עקסיידעט צו נישט. אויב די עקסטיימענט האלט נאך אן, וועט דער מאשין פארשטיין, כ'מיין ס'דאך זעלבסטפארשטעדליך, אז מען מוז עס אסאאאך מער פארלענגערן.
א מינוט נאכן אריינגיין, ווען מען האט שוין אלעס געזען, וואס מיינט איר? איז נאך דא א זכר פונעם שטייטקייט? חאחאחחא, א נעכטיגן טאג! עס פארט! "אבער" געפארן!
דעריבער, קום איך דא לעת עתה צו אייך מיינע ווייטע קרובים, איר וואוינט דא און לאכט פון די וועלט, איר קוקט אראפ משולב מיט די לבנה'ס כלומרשטע שמייכל אויף אונז מענטשעלעך, איר לאכט ווי מיר מוטשען זיך. בעט איך אייך פון טיפן הארצן, ווען אזא זאך וועט פאסירן נעקסטיים ביי מיר, ביטע לאכט נישט! איך בין גענוג נערוועז, און אז איך דארף נאך קלערן אז מען לאכט פון מיר אויבן וועט די נערוועזיטעט ארויפגיין אויף גאר הויכע שטאפלן ותוצאותיו מי ישירנה. האלט אייך איין פון לאכן העכסטנס, אבער נישט זיך קאטשען פאר געלעכטער!
איך האף אז די דברים היוצאים מן הלב וועלן זיין נכנסים אל הלב.

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
גרויזאמער פאר דעם אליין זאל היידפארק צו שטעלן פראבלעמען פאר אזא ארטיקל אויף יעדן פראבלעם האט זיך פאר אונז אלעס אויסגעצאלט, און דאס איבעריגע שטייט דאך אז ווען איינער פארלירט א פרוטה און א ארימאן טרעפט עס אפילו דער בעל הבית ווייסט נישט דערפון ווערט עס גערעכנט ווי ער האט געגעבן צדקה, דער נמשל איז אז ס'איז ווערט דיינע פראבלעמען אז מערערע מענטשן זאלן הנאה האבן.
גרויזאמער,
זיינע א שיינער ארטיקל! מיר טוען אלע מיטפילן מיט אייער ווייטאג און שמערצן. מיר אלע געדענקען נאך דעם ביטערען געפיל וועלכע האט אונז שטענדיג ארומגענומען זייענדיג אונטער די הענט פון די קאמוניסטען, און מיר פארשטייען אייער סיטואציע זייער פיין. איך מיין אבער אז אייער אפשאצונג וואס איהר האט ערקלערט דא איז אומריכטיג. מיר איינוואוינער פון דער לבנה טוען נישט שפאס טרייבן אדער אונטערשעצן די קאמוניסטישע בירגער, ווייל מיר זענען דאך אינעם זעלבן שיף געווען אין די נישט לאנגע פארגאנגענהייט. מיר טוען אבער ווירקליך יא שפירען א געוויסער געפיל פון מיטלייד און רחמנות אויף אייך מיטגלידער פונעם פארק וועלכע זענען געצווינגען צו זיצען אנגעצויגענערהייט אויף די בענק ווארטענדיג מיט דארשט אויף ווערטער וועלכע זענען גאר מינדערוויכטיג.
א גרויסען דאנק פארן באשטייערן אייער טינט און פעדער אין אונזער ווינקל. איהר מעגט דא אריינקומען ווען אימער, נישט נאר דורכאויס א קארפיו ביי אייך.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח, חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח, חחחחחחחחחחחחח, כ'קען קוים זיך איינהאלטן די גאנצע אפיס איז זיך שוין צוזאמענגעלאפן, נו גיי זיי מסביר אז דא רעדט מען פון דעם העכסטן פערזענליכקייט פון מאנגאליע, פאראגראף ביי פאראגראף, אנבעליבעוועל, הומאראסטיש איז אפילו נישט די ווארט, אסאך אסאאאך טיפער פון דעם, אויף יעדע זאך א משל ונמשל צו די זאך אזש עס פליסט אזוי ווי די פאפקארן ארויס פונעם מאשין, קיפ אן די גוד ווארק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
גרויזאמער,
כאטש איך בין מיך נישט משתתף בצערך הגדול, מוז איך דיך פארט גראטולירען פארן שרייבען אזא שיין ארטיקעל, בשעת צרה, איין זאך איז זיכער, אונז עיליען'ס (אויב וואוין מיר אויף די לבנה איי געס מיר קענען נישט פארעכנט ווערן אלץ מענטשען) האסטו זיכער מחיה געווען, און כאטש איך וויל דיר נישט ווינטשען אז דו זאלסט האבן נאך אזעלעכע פראבלעמען, קענסטו אונז קומען באזוכען פון צייט, מתוך שמחה.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
QUOTES וועלכע רינען ארויס פון אונטער א מענטשענ'ס פענע, גיבן צומאל א גענויעם אפשאצונג אויפן בעל ה-פענע.
כלפי מה הדברים אמורים? ליינענדיג מר. גרויזאמער'ס ארטיקל, איבערן הייד-פארק סיסטעם, איז מיר באלד אויפן געדאנק געקומען אים צו ענטפערן מיט זיין אייגענעם QUOTE, וועלכע לויטעט ווי פאלגענד: "בלויז ווען דו ביסט גרויזאם צו דיין לעבן, וועט דיין לעבן זיין גרויזאם צו דיר". כלומר-אזוי-צו-זאגן, דער בלויזער סיבה פארוואס דער הייד-פארק רעגירונג באנעמט זיך צו דיר - מר. גרויזאמער - אזוי גרויזאם, איז נאר דערפאר ווייל דו ביסט גרויזאם צו די רעגירונג.
ומנא ידעא? פון וואנעט נעם איך דאס?. פשוט, ווייל צו מיר איז די הייד-פארק רעגינוג כלל נישט אזוי גרויזאם ווי מר. גרויזאם שטעלט דאס אראפ...