Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אזהרה! לאזט נישט אייערע ווייבער בויען די סוכה!

זונטאג אוקטובר 12, 2008 12:56 pm

ב"ה


אזהרה! לאזט נישט אייערע ווייבער בויען די סוכה!

ערב סוכות תשס"ט.

איך בין זיכער אז ביי אייך אלע איז אריבער די ימים נוראים אויפן העסטע און שענסטע פארנעם וואס עס איז נאר מעגליך. ביי מיר וואלט געקענט זיין בעסער! וואס איז? א גוט יאר האב איך מיך בעזר השם אויסגעבעטן, און איך ווייס
דאס ווייל איך בין אין די לעצטע פאר וואכן אסאך עגמת נפש אפגעקומען, לאמיר האפן אז מיט דעם וועט מען האבן יוצא געווען פאר א לאנגע לאנגע צייט.


איר זענט אודאי נייגעריג צו וויסן וואס האט אזאנס געקענט פאסירן אז איך זאל אראפ נעמען פון מיין טייערע צייט ערב יום טוב און שרייבן אזא לענגס און א ברייטס? נו, הערטס א מעשה און לאכטס ביטע נישט פון מיינע צרות.


די תקיעות האבן געבלאזן, די חזן האט געקרייט לאנג פאר די עלות, די פיש האט געשטינקען פון די קאפ, די האניג האט נישט געקלעבט, די עפל האט געהאט מער בלעק און בלוי מארקס ווי מיין ווילדע דריי יעריגס, די רינדיכיגע חלה האט געהאט א פלעט, די רוביא און די רימון האב איך פארלוירן און זיי האבן נישט געהאט קיין סימנים, די שיסל וואסער בי תשליך האט געהאט א לאך אזוי אז איך בין געבליבן מיט א שיסל פול מיט טריקענע עבירות, די כפרה האט געהאט בויך וויי וד"ל און עס האט געמוזט זיין פונקט ביי מיין פרוי, ערב יום כיפור האב איך בטעות געזאגט סליחות לצום גדלי', ביי לקח אז פאר מיר נאר געבליבן עקן, אלע צדקה טעלער האבן זיך געמוזט איבערדרייען איון מיטן שטילע שמונה עשרה פונקט ווען איך בין דארט געשטאנען, די שמייסער פינעם שמש האט זיך ארויסגעגליטשט פון די הענט ביי מיר אזש איך האב געכאפט פונעם שטעקן פונקט ווי פון די רצועה, בשעת'ן שמעקן די טאבאק יום כיפור צווישן מנחה און נעילה איז די ווילדע שאול יצחק אריבערגעלאפן און מיר דערלאנגט אזא זעץ אז איך האב באקומען א נייע ברוינער דיזיין אויף מיין טלית און קיטל וכו' וכו'.


אבער דאס אלעס קומט נאך נישט צו צו די אמת'ע צרות וואס איך האב מיטגעמאכט אין די לעצטערע וואכן, און איך מאך נאך אלץ מיט יעצט.


עס האט זיך אלעס אנגעהויבן פאר א גוטע דרייסיג פערציג יאר צוריק נישט היינט געדאכט, (איך האב שוין אזוי פיל מיטגעמאכט זייט דעמאלטס, אז איך קען נישט געדענקן די פונקטלעכע דאטום) איין לעכטיגע אינדערפרי ווען איך בין געבוירן געווארן און איך האב מחליט געווען צו זיין פויל ווי די נאכט. (אייגענטליך וער האט דאס אפגעמאכט אז די נאכט איז פויל? אפשר איז די טאג גאר די פוילע פון די צוויי? אדער גאר זענען ביידע בכלל נישט פויל? ס'עפעס האט מען זיך גענומען צו די נאכט און איר [איז די נאכט א זי אדער אן ער? ווער ווייסט.] צוגעטיילט אזא טיטל אז זי איז פויל?) ווען אימער איך קען מיך ארויסדרייען פון טון עפעס וועל איך טון כל תצדיקי דעלמא זיך ארויס צו דרייען דערפון. בעצם מיינט עס איז איך בין 'נישט' אזוי פויל. ווייל ווי איר זעהט ארבייט איך גאר פלייסיג צו טרעפען גוטע תירוצים זיך אויס צו דרייען פון טון זאכן.


על כל פנים היי יאר האב איך מחליט געווען אז איך וועל בשום אופן נישט בויען די סוכה, יהי' מה שיהי'. פארשטייט זיך אז איך האב נישט געקענט סתם אזוי מודיע זיין אין דער היים אז איך האלט נישט ביים בויען די סוכה, האב איך געמוזט טרעפען א גוטע תירוץ נישט צו בויען. איך האב טאקע מודיע געווען ס'ווייב תיכף ומיד אז איך גיי נישט בויען די סוכה, און אז כ'האב א גאר גוטע סבה דערביי. זי האט געפרעגט די סבה פארן נישט וועלן בויען די סוכה, און איך האב נישט געהאט קיין געדולד שוין צו טרעפן א גוטע סבה, האב איך אפגעלייגט די תירוץ - סירטש אויף נאך סוכות. איך האב איר פארשטייט זיך מבטיח געווען א גוטע תירוץ ביז זאת חנוכה, די טאג וואס מען שיקט ארויס די קוויטלעך.


איר נאטור איז פונקט פארקערט ווי מיינס, זי איז בכלל נישט קיין פוילער, אייגענטליך איז זיי זייער מסודר'דיג, זי לאזט גארנישט איבער אויף מארגן, אדרבא זי וועט ענדערש טון זאכן א וואך פריער און זיין זיכער אז אלעס איז פארטיג גענוג פרי, א שטייגער ווי פסח קלינינג וועלכע זי גייט מארגן בעז"ה אנהייהן. און אזוי ווי זי האט געהערט אז איך גיי נישט בויען די סוכה, און מיינע קינדער זענען נאך צו יונג צו בויען א סוכה, און מיינע אייניקלעך גייען דערווייל אינעם זיידענ'ס דרכים און זיי האלטן אויך נישט דערביי, אשר על כן האט זי אליין פארשטאנען אז זי גייט היי יאר בויען די סוכה.


באלד נאך יענע טאג האט זי געטון די עיקר שווערע ארבייט פון די סוכה בויען, און דאס איז 'מאכן ליסטעס'. זי האט געמאכט אלע מיני ליסטעס. א ליסטע פון אלע ליסטעס וואס מוזן געמאכט ווערן. נאך א ליסטע פון אלעס וואס דארף געטון ווערן פארן בויען, בשעת'ן בויען, אינמיטן בויען, ביים סוף בויען, באלד נאכן בויען, און אויך א טאג דערויף. דערנאך האט זי געמאכט ליסטעס פון אלע געצייג וואס זי דארף האבן כדי צו קענען בויען די סוכה. א שיך אויף אריין צו האקן די נעגל, א מעסער אויף אריין צו דרייען סקרוס, אן איבערגעדרייטע בעזעם צו קענען אויסגלייכן די באמבו סכך וואס איז אביסל קרום, א בענקל אויף א טיש פאר א לייטער, און א העדסעט צו הערן דרשות בשעתן בויען. אויך האט זי געמאכט א ליסטע וואו עס שטייט פונקטלעך וואס דארף ווערן געטון יעדע טאג, ווי אויך שטייט דארט פונקטלעך וועלכע נייע ליסטע דארפן געשריבן ווערן יעדע נאכט.


בקיצור א מעשה, זי האט געארבייט שנעל און פלינק. א' סליחות זענען די ליסטעס שוין געווען פארטיג, ערב ראש השנה זענען שוין די די ווענט געשטאנען, מוצאי ראש השנה איז שוין די סכך געווען געדעקט, שלש עשרה מידות האט מען שוין נישט געטארט עסן אין די דיינינג רום נאר אין די האלוועי, און זייט ערב יום כיפור עסט מען שוין אין די סוכה און מען שאקלט לולב און היינט גייט מען שוין חול המועד האלטן. (מיין ווייב וואלט געוואלט אז מען זאל שוין שאקלען לולב, אבער דער דזשאב טו איך נאך און כ'האב מורא אז כ'וועל הערשט אנקומען צו קויפן די ד' מינים די דריטע טאג חול המועד.)


וואו איך גיי און וואו איך שטיי כאפ איך פסקים אז איך זאל וואטשען וואו איך עס אז ס'זאל נישט אראפ פאלן ברעקלעך ח"ו ווייל אלעס איז שוין סוכה'דיג געמאכט.


איי וועט איר אודאי פרעגן, אויב מען האט געענדיגט בויען די סוכה אזוי פרי וואס טוט מען היינט? האב איך אייך דאך שוין געענטפערט, מען גרייט זיך צו קלינען פאר פסח.
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום פרייטאג ספטמבר 25, 2009 8:45 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

זונטאג אוקטובר 12, 2008 1:05 pm

דיר קומט זיך א הילכיגע פראסק!

דרייסט מיר איבער די בני מעיים מיט די שטרענגע קעפל וואס איז אנגעפולט מיט אויסדרוקונג צייכענעס, אזש איך האב געהאפט אז זי איז אפגעקומען מיט באנדאזשן און נישט קיין 'קעסט', און דא .... פירסטו מיר ארום לענגאויס דעם ארטיקל ווי א כפרה הינדל אויפן וועג צום שוחט, אבער דער קלימאקס... איך האב געווארט אויפן טראסק, זעץ, שטויס, בענג, באאם. גארנישט?

קענסט נאך איבערשרייבן דעם קעפל: אעשה לו עזר כנגדו

זונטאג אוקטובר 12, 2008 1:09 pm

איי עם ווערי סארי, אפילו דו האסט אזוי שיין געבעטן נישט צו לאכן, האב איך מיר נשיט געקענט צוריקהאלטן, און איך יא געלאכט. נישט סתם געלאכט, נאר גוט געלאכט.

זונטאג אוקטובר 12, 2008 4:48 pm

וגם אני לאכלאכטי, און נישט סתם נאר בגדול, איי האסטעך געבעטן אז מ'זאל נישט, טו בעד, כ'ווייס גאנץ גוט, אז ס'שמעקטער אז מ'זאל יא לאכן.

ביידאוועי, כאשוין געהערט פון דרייען מיט הינדלעך פאר כפרות, אבער צו דרייען מיט אונז קרעטשמע ליינער'ס מיט א סוכה, דאס האבעך נאכנישט געהערט. נו שוין, צו אלעס קומט א צייט.

פיין אראפ געשריבן, און פאר אונז איז גארנישט געבליבן.
נאר דיך צו באדאנקען און לויבן, אז דו האסט אונז אזא ארטיקל אריין געהויבן.

זונטאג אוקטובר 12, 2008 5:31 pm

שכויח לוי פאר דיין כפרה'דיגע ארטיקל....

אבי ס'יז נאך דא צייט צו לאכן אויך ערב יום טוב....

זונטאג אוקטובר 12, 2008 6:10 pm

לעווי, א דאנק א שעהן, האסט מיר מהנה געווען, פיל השפעות טובות זאלטו זען, א יאר מיט אסאך רעין, אין
די נכסים נאר א געין. א לוסטיגן יו''ט

זונטאג אוקטובר 12, 2008 6:33 pm

פארפאלן א גוטס איז א גוטס אבער יעדער זאך קען מען זיך לערנען א מוסר השכל נו וואס איז דא די מוסר השכל גאנץ פושט דאס איז די שטראף פאר דער וואס פעלט אביסל חביבת המצוה (עס איז גוט צו לאכן אבער קיינער וואלט נישט געוואט געפריווט ווערן מיט דעם)
ושמחת בחגך

זונטאג אוקטובר 12, 2008 7:43 pm

אזהרה, נישט ליינען דעם ארטיקל בשעת'ן טרינקען א קאווע... (גרויזאמער, האסט עפעס א בעסערע קאמפלימענט אין דיין אוצר?...)

מאנטאג אוקטובר 13, 2008 7:36 am

אזהרה, נישט ליינען די ארטיקל אויב האסטו עני עסן אדער טרינקן אין מויל, נישט ליינען אינמיטן בויען די סוכה, אדער אינמיטן שלאגן כפרות, אראפ שלינגן דאס גאנצע פליסיקייט (שפייעכטס בלע"ז) פאר איר הייבט אן צו ליינען.

שוין לאנג נישט געלאכט אזוי אן א סטאפ, אזויפיל גוטע לשונות דא זיך צו באלעקן, דאס האניג רינט פונעם גאנצן ארטיקל, און די פראבלעם איז לעווי זיסער, אז איך קען דיר נישט אנווייזן ווי כאב געלאכט, ווייל דאס איז געווען מתחילה ועד סוף.

מאנטאג אוקטובר 13, 2008 10:07 am

לעווי!
דו ביסט צוקער זיס, יעדער ווארט איז צו באלעקן, יוי האבעך געלאכט און געלאכט, נישט נאר איינמאל נישט נאר צוויי מאל נאר אויף דריי מאל לאכטי מיט פרייד...
וואס זאגעך? דריי מאל? עה! קוים זיך בארואיגט פונם ערשטן לאכעכץ, שוין קומט א צווייטס, און דאן א דריטס, און ס'שטעלט זיך נישט אפ ביזן ענדע...

שקויעך פארן קנאקעדיגן ארטיקל. האסט מיר געגעבן די מוד אריינצוגיין אינם "ושמחת" מיט א שמייכל אויף די בעקעלעך!

דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 12:41 pm

לעווי, האב איך היינט געפלאנט גיין חאלעמויד האלטן כדי מקיים צו זיין דעם ושמחת, אבער דא האט זיך דער ארטיקל אריין געריקט און מיך געהאלטן געשפאנט פאר א לענגערע צייט, אז קיין גרעסערע ושמחת וועל איך שוין נישט טרעפן........

דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 1:35 pm

איך האב זיך אויך גע'ספק'עסט אויב גייען חאלעמויד האלטען ערגעצוואו, אדער ענדערש אין די קרעטשמע קעמערלאך, לעווי האט מיר נישט אנטוישט, אזא שמחת יום טוב האב איך שוין לאנג נישט געהאט (איך האב נישט געהאלטען אינמיטן טרינקען א קאווע)

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 2:05 pm

קודם כל א שכח פאר אלע קאמאטירער פארן זיך נעמען די מי אין די פארנומענע ערב יום טוב טעג און אריינווארפן אפאר ווארימע ווערטער צו ווייזן אז איר האט מטלייד מיט א מיטגעמאכטע איד.

קרעמער, מיין לינקע פאה איז שוין ארויף געלייגט איבער די אויער, סאו קענסט דערלאנגן מיט די רעכטע.
טריאו און איכער, איך האב דייקא אייך יא געוואלט מאכן לאכן, איי פארוואס האב איך געבעטן אז איר זאלט נישט? די תירוץ איז..... ריווערס סייקאלעדזשי. איר פארשטייט?
פארשלאפן, אמן.
חוקר, גערעכט.
מאשקע, עס איז נאר א מעין דמעין וואס דו טוסט מיט מיר כסדר.
זילבי, דו ביזט מיין אינספארעישאן.
שוועמעל, אינטעליגענט, זאנוויל, אלעקסיי, כ'האב הנאה אז כ'האב אייך געקענט מהנה זיין.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:09 pm

יישר כח לעווי פארן שמייכל וואס דו האסט ארויפגעצויגן אויף מיינע לעפצן, סאל דיר זיין צו מצוה.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 4:47 pm

לעווי האסט געשריבן א זאפטיגס, טענק יו.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 10:37 pm

לעווי, יא, אוודאי, כאבעס אפילו ארויס געשריבן, אז דאסיז לכאורה וואס דו ווילסט, באט עניוועי א יישר כח פאר די יישר כח, ס'שטייט נישט אסאך אוועק פונעם ארטיקל זעלבסט.

זונטאג אוקטובר 26, 2008 1:11 am

אז איך האב געלאכט מיילע, אבער וויפיל מיין רעבעצן האט צאמגעלאכט דא....

כ'מיין ברויכסט שרייבן: אזהרה, לאזט נישט אייערע ווייבער ליינען די אריטקל!

זונטאג אוקטובר 26, 2008 5:57 am

איי לעווי לעווי, ווי טייער זענען דיינע ארטיקלען, כ'האב געלאכט, געשמייכלט, הנאה געהאט, פון יעדעס ווארט דיינע, קיפ אפ די גוד ווארק!

זונטאג אוקטובר 26, 2008 11:05 am

לעווי? יא לעווי? ערשט יעצט געליינט און עס פרעגט זיך אזוי די סיגעטע קשי' אי שרייבער אתה עד השתא אמאי לא.......
אל קידינגס עסייד איך האב מיך אזוי געשאקלט פאר געלעכטער אזש ביז מיין קניידל האט געפרעגט וואס עס גייט פאר, נא גיי זאג איר אז לעווי איז געווען אין די דישעס.

זונטאג אוקטובר 26, 2008 12:35 pm

שוין לאנג נישט אזוי צאם געלאכט, אפאר מאל האב איך מיר געשפירט אינדערהיים ווי ביי די עקן פונעם משמש, וכדו'
אבער דא איז די לעמאן מיט די בשמים איינגעשטעקאטס אראפגעפאלן בין תנור וכרים, ווען דע צעווילדעוועטער שאול יצחק איז דורך געלאפן פונקט אינמיטן א שמעק טאן דעם פאריעריגן באנענע טאביק,

ביסט אייזן גוט, קיפ איט אפ.

זונטאג אוקטובר 26, 2008 4:07 pm

לעווי, טו א קוק, צו אלעם קומט א צייט, אויך צו דעם ארטיקל איז געקומען דער צייט, אבער גאר אנדערש ווי דיין עזר כנגדו - וואס טוט אלעס א וואך פון פאראויס וואס ווי איך פארשטיי האט זי שוין מיסתמא געליינט דער ארטיקל א וואך בעפאר די האסט דאס דא ארויפגעשטעלט - האב איך עס הערשט היינט נאכמיטאג יום א' לסדר ותמלא הארץ אותם תשס"ט לפ"ג געליינט דיין ארטיקל.

העסט מיר מיזן אנטשולדיגן - איך גיב דיר ניטאמאל א אנדערע ברירה - פארן ליינען אזוי שפעט, איך בין אביסל בעקט-אפ דא אין קרעטשמע מיט די ארטיקלן וויבאלד איך האב לעצטענס נישט קיין צייט צו ליינען לענגערע ארטיקלן, היינט זינטאג האב איך מיך געמאכט אביסל צייט און ב"ה מיר זענען אנגעקומען צו דיין ארטיקל.

פארוואס איך האב גענומען דיין ארטיקל בעפאר די אנדערע דא וועל איך דיר דערציילן. היינט נאכן דאווענען האט דער שמש אראפגעלייגט א טאץ איבערגעבליבענע קעיק פון די וואך שבת ביי א קידוש פאר לעיקעך נאכן דאווענען, נאכן אנכאפן א סלייז דארט רוף איך זיך אן צו א בחור'ל (גראדע שוין א בחור אן די "ל") אז די קעיק קוקט מיר אויס אז עס קומט נאך פון ערב יום כיפור, דער בחור נעמט זיך לאכן און זאגט מיר "איך דערמאן זיך פון דער ארטיקל אין קרעטשמע"... איך גיב א קוק, אפפפ ווער איז ער? אפשר איז ער גאר אלטער בחור'ל? איך גיב א פרעג פון וואס ער רעדט, צייגט ער מיר זיין בלעקבערי וואס ווען ער האט נישט וואס צוטוען אין ישיבה (איך רעדט שוין נאכן פארהער, מיסתמא) ליינט ער קרעטשמע דארט און ער דערציילט מיר איבער אן ארטיל פון איינעם לעווי ווי ער רעדט פון די קעיק וואס די שמש האט פארטיילט.

פארשטייסטע שוין?

און איבער דייין ארטיקל האב איך נישט מער וואס צו זאגן ווי עס איז טיפיקל איך! און טיפיקל מיין ווייב!

זונטאג אוקטובר 26, 2008 5:29 pm

צייטליך, וואטש אוט, יענער עט נאך זעהן היינט וואדי האסט געשריבן... גילוי...

מאנטאג אוקטובר 27, 2008 12:10 pm

איך בין נישט געוועהן אין די קרעטשמע דורכאויס יו"ט, אבער אן אויפנאמע מיט אזא געלונגענע ארטיקל דערמאנט מיר אז איך בין אין די "היימישע קרעטשמע"

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 1:20 pm

לעווי, צו שמייכלן און צו לאכן ביים גאנצע ארטיקל.

אבער דא: "די תקיעות האבן געבלאזן, די חזן האט געקרייט לאנג פאר די עלות, די פיש האט געשטינקען פון די קאפ, די האניג האט נישט געקלעבט, די עפל האט געהאט מער בלעק און בלוי מארקס ווי מיין ווילדע דריי יעריגס, די רינדיכיגע חלה האט געהאט א פלעט, די רוביא און די רימון האב איך פארלוירן און זיי האבן נישט געהאט קיין סימנים, די שיסל וואסער בי תשליך האט געהאט א לאך אזוי אז איך בין געבליבן מיט א שיסל פול מיט טריקענע עבירות, די כפרה האט געהאט בויך וויי וד"ל און עס האט געמוזט זיין פונקט ביי מיין פרוי, ערב יום כיפור האב איך בטעות געזאגט סליחות לצום גדלי', ביי לקח אז פאר מיר נאר געבליבן עקן, אלע צדקה טעלער האבן זיך געמוזט איבערדרייען איון מיטן שטילע שמונה עשרה פונקט ווען איך בין דארט געשטאנען, די שמייסער פינעם שמש האט זיך ארויסגעגליטשט פון די הענט ביי מיר אזש איך האב געכאפט פונעם שטעקן פונקט ווי פון די רצועה, בשעת'ן שמעקן די טאבאק יום כיפור צווישן מנחה און נעילה איז די ווילדע שאול יצחק אריבערגעלאפן און מיר דערלאנגט אזא זעץ אז איך האב באקומען א נייע ברוינער דיזיין אויף מיין טלית און קיטל וכו' וכו'."

האב איך מיך דערשטיקט במלוא מובן הגארגל.

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 2:09 pm

הרב לעווי ערשט יעצט געליינט אבער עס האט זיך געלוינט (אפילו איך האב געמיינט אז עס גייט זיך ענדינגעו ערגער) אבער גיט גיט
שרייב א תגובה

Advertisement