נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

חרבונא דו ביסט מאסיוו, איינס שטערקער פונעם אנדערן, אזוי ווי אמת'ע כוואליעס
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

באראטונג האט געשריבן:
חרבונא האט געשריבן:
אויפגעוואקסן איז ער ביי זיינע ליבע עלטערן, ער איז אלעמאל געווען א שטיק גוטסקייט, זיינע פריינט אין שולע האבן אים געליבט ביז גאר, און זיינע זיידעס און באבעס זענען געווען שטאלץ מיט אים. אריבער איז א חתיכה פון צייט, ס'קינד איז אויפגעוואקסן און חתונה געהאט בשעה טובה ומצלחת, די שמחה בבית המשפחה האט געבראכן אלע שערים, ווער רעדט נאך ווען א יאר שפעטער איז געבוירן א קליין יונגעלע למזל טוב.
אלעס איז געגאנגען גוט
ביז...........דער שווארצע טאג האט געגרייכט, עטליכע קידנעפער האבן געגרייכט זיין שטוב און מיט גרויזאמע פלענער אים ארויסגעכאפט פון זיין הייזקעלע אינאיינעם מיט זיין ווייב און זיסע נשמה'לע.
ס'קליינער האט געוויינט געברעטשעט און געקרייט אבער גארנישט האט נישט באנומען די געבויעטע פאנגער וואס האבן אן רחמנות אריינגעשטיפט דעם גאנצן משפחה אינעם בעק זייט פון א גרויסן טרעילער.

נאכן פארן עטליכע שעות זענען זיי אנגעקומען צו א מארק א גרויסע מארק, טויזנטער ריזיגע ברייטגעבויעטע מענטשן מיט מאדנע היטלעך זענען דארט געשטאנען, יעדער וויל קויפן, זיי זענען גרייט צו צאלן פאר די פאנגער...געלט 'ווער ווייסט אפשר וויל מען אונז אויסלייזן האט דער מוטער געטראכט צו זיך'.

אט האט איינער איר אפגעקויפט, און מיט זיינע גרויסע הענט כאפט ער איר ביים קארג און מיט א דיקע שטימע שרייט ער אויס: דו, דו קליינער, דו, איך האב זיך פארזינדיגט פארן גרויסן קעניג און איצטער וויל ער מיר שטראפן, אפשר גאר טויטן. איך אבער, איך וויל דאס נישט, איך האב מורא, ענדערש וועל איך דיר נעמען און שיקן צום טויט אנשטאט מיר.

קליינער עס איז געקומען דיין ענדע, דיך וועט מען טויטן פאר מיינע זינד
און מיט א שטויס געט ער א געשריי 'זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי זה התרנגול ילך למוות ואני אזכה לחיים טובים ארוכים ולשלום'!
און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער שיינעם לעבן פון מאמי טשיקעלע
קיינער ווייסט נישט פון וואנעט און ווער, באהאלטן ער לאקערט, געטראפן א פאנג שפרינגט אויף מיט געזאנג

אזוי שפירט זיך צו קריטיקירן אן קאמפלימענטירן, על כל ג"ל וג"ל נענעתי ראשי בהנאה, אבער די דאזיגע שמעקט עפעס נישט גוט
אפשר פירט איר אויך אויס דעם תירוץ אויף די קושיא, די אומרעכט וואס דער ברייטגעבויעטע מענטש מיטן מאדנע היטל באגייט
קודם כל שכויעך פאר יעדעם, איך בין איבערצייגט אז אייוועלט באשטייט פון גוטע מענטשן, מען פארגינט זיך דא קאמפלעמענטן איינער אויפן צווייטן, איך לערן זיך אפ פון אייך מיינע פריינט.
אנטשולדיגט נישט אלעמאל האבעך געדולד און צייט זיך אליינס ארויסצוברענגען, און דא וועל איך ענטפערן פאר אלע וואס האבן געפרעגט אויף דעם כוואליע סיי דא און סיי אין אישי, איך האב געוואלט ארויסברענגען אויף א צווייטן מין וועג וויאזוי כפרות שלאגן פאסירט, ס'איז פשוט אז מ'נעמט א צווייטן און מען ווארפט ארויף אלע עבירות אויף אים און דערנאך הארגעט מען אים, פון א לינקע ליבעראלע אפיקורסישע פערספעקטיוו וועט דאס אויסזען רשעות, פאקטיש זענען דאס חסדים פונעם בורא וואס ס'איז נישט מעגליך אין די וועלט ס'אפצושאצן, טאטי האט אונז געשאנקען א מעגליכקייט זיך צו פטר'ן פון די עבירות וואס וועלן ארויפגיין אויפן טשיקן.

עס איז אביסל א בחינה פון א קרבן וואו מען האט דער מענטשן מעורר געווען אז בעצם וואלט מען אים אליין געדארפט שחטן, נאר די רבוש"ע מיט זיינע ריזיגע חסדים, און גרויסע ליבשאפט געבט אונז א וועג ארויס, און רשות דאס אריבערצופירן אויפן בהמה'ס קאפ.

ווילאנג מען ווייסט אז עס רעדט זיך פון א טשיקן כאפט מען דאס נישט אזוי שטארק, דערפאר האב איך עס געשילדערט אז מען זאל מיינען אז איך רעד פון א מענטש און א קידנעפער, ביזן סוף ווען מען האט שוין די רחמנות געפילן, און מ'כאפט אז דאס זעלביגע טוט מען מיטן הינדל, די כאפער זענען להבדיל די קהלות וואס ברענגען די טשיקנס צום כפרות שלאגן, און די מאדנע היטלעך זעמער אונז אידן מיט היטן - וואס איז כלאמפערריש ניי און מאדנע פארן טשיקן - וואס האט ביז היינט געוויילט אין א פארם, דער המשך מיינעך איז זייער פארשטענדליך.

הייליגע טאטע, אדאנק דיר פארן אונז געבן אזא טייערע מנהג ווי כפרות שלאגן, כ'האב נישט און איך וועל אין מיין לעבן נישט האבן גענוג ווערטער דיר אמת'דיג צו דאנקען.
שכויעך שכויעך און שכויעך. פאר דעם און פאר אלעס
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

חרבונא האט געשריבן:
באראטונג האט געשריבן:
חרבונא האט געשריבן:
אויפגעוואקסן איז ער ביי זיינע ליבע עלטערן, ער איז אלעמאל געווען א שטיק גוטסקייט, זיינע פריינט אין שולע האבן אים געליבט ביז גאר, און זיינע זיידעס און באבעס זענען געווען שטאלץ מיט אים. אריבער איז א חתיכה פון צייט, ס'קינד איז אויפגעוואקסן און חתונה געהאט בשעה טובה ומצלחת, די שמחה בבית המשפחה האט געבראכן אלע שערים, ווער רעדט נאך ווען א יאר שפעטער איז געבוירן א קליין יונגעלע למזל טוב.
אלעס איז געגאנגען גוט
ביז...........דער שווארצע טאג האט געגרייכט, עטליכע קידנעפער האבן געגרייכט זיין שטוב און מיט גרויזאמע פלענער אים ארויסגעכאפט פון זיין הייזקעלע אינאיינעם מיט זיין ווייב און זיסע נשמה'לע.
ס'קליינער האט געוויינט געברעטשעט און געקרייט אבער גארנישט האט נישט באנומען די געבויעטע פאנגער וואס האבן אן רחמנות אריינגעשטיפט דעם גאנצן משפחה אינעם בעק זייט פון א גרויסן טרעילער.

נאכן פארן עטליכע שעות זענען זיי אנגעקומען צו א מארק א גרויסע מארק, טויזנטער ריזיגע ברייטגעבויעטע מענטשן מיט מאדנע היטלעך זענען דארט געשטאנען, יעדער וויל קויפן, זיי זענען גרייט צו צאלן פאר די פאנגער...געלט 'ווער ווייסט אפשר וויל מען אונז אויסלייזן האט דער מוטער געטראכט צו זיך'.

אט האט איינער איר אפגעקויפט, און מיט זיינע גרויסע הענט כאפט ער איר ביים קארג און מיט א דיקע שטימע שרייט ער אויס: דו, דו קליינער, דו, איך האב זיך פארזינדיגט פארן גרויסן קעניג און איצטער וויל ער מיר שטראפן, אפשר גאר טויטן. איך אבער, איך וויל דאס נישט, איך האב מורא, ענדערש וועל איך דיר נעמען און שיקן צום טויט אנשטאט מיר.

קליינער עס איז געקומען דיין ענדע, דיך וועט מען טויטן פאר מיינע זינד
און מיט א שטויס געט ער א געשריי 'זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי זה התרנגול ילך למוות ואני אזכה לחיים טובים ארוכים ולשלום'!
און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער שיינעם לעבן פון מאמי טשיקעלע
קיינער ווייסט נישט פון וואנעט און ווער, באהאלטן ער לאקערט, געטראפן א פאנג שפרינגט אויף מיט געזאנג

אזוי שפירט זיך צו קריטיקירן אן קאמפלימענטירן, על כל ג"ל וג"ל נענעתי ראשי בהנאה, אבער די דאזיגע שמעקט עפעס נישט גוט
אפשר פירט איר אויך אויס דעם תירוץ אויף די קושיא, די אומרעכט וואס דער ברייטגעבויעטע מענטש מיטן מאדנע היטל באגייט
קודם כל שכויעך פאר יעדעם, איך בין איבערצייגט אז אייוועלט באשטייט פון גוטע מענטשן, מען פארגינט זיך דא קאמפלעמענטן איינער אויפן צווייטן, איך לערן זיך אפ פון אייך מיינע פריינט.
אנטשולדיגט נישט אלעמאל האבעך געדולד און צייט זיך אליינס ארויסצוברענגען, און דא וועל איך ענטפערן פאר אלע וואס האבן געפרעגט אויף דעם כוואליע סיי דא און סיי אין אישי, איך האב געוואלט ארויסברענגען אויף א צווייטן מין וועג וויאזוי כפרות שלאגן פאסירט, ס'איז פשוט אז מ'נעמט א צווייטן און מען ווארפט ארויף אלע עבירות אויף אים און דערנאך הארגעט מען אים, פון א לינקע ליבעראלע אפיקורסישע פערספעקטיוו וועט דאס אויסזען רשעות, פאקטיש זענען דאס חסדים פונעם בורא וואס ס'איז נישט מעגליך אין די וועלט ס'אפצושאצן, טאטי האט אונז געשאנקען א מעגליכקייט זיך צו פטר'ן פון די עבירות וואס וועלן ארויפגיין אויפן טשיקן.

עס איז אביסל א בחינה פון א קרבן וואו מען האט דער מענטשן מעורר געווען אז בעצם וואלט מען אים אליין געדארפט שחטן, נאר די רבוש"ע מיט זיינע ריזיגע חסדים, און גרויסע ליבשאפט געבט אונז א וועג ארויס, און רשות דאס אריבערצופירן אויפן בהמה'ס קאפ.

ווילאנג מען ווייסט אז עס רעדט זיך פון א טשיקן כאפט מען דאס נישט אזוי שטארק, דערפאר האב איך עס געשילדערט אז מען זאל מיינען אז איך רעד פון א מענטש, ביזן סוף ווען מען האט שוין די רחמנות געפילן, און מ'כאפט אז דאס זעלביגע טוט מען מיטן הינדל, הייליגע טאטע, אדאנק דיר פארן אונז געבן אזא טייערע מנהג ווי כפרות שלאגן, כ'האב נישט און איך וועל אין מיין לעבן נישט האבן גענוג ווערטער דיר אמת'דיג צו דאנקען.

שכויעך שכויעך און שכויעך. פאר דעם און פאר אלעס
אט אזוי שכויעך!

און נישט נאר דאס נאר דעם טאטנ'ס חסדים זענען אויך אויפן טשיקעלע און אויפן קרבן וואס האבן דורכדעם א תיקון און זיי ווערן נתעלה ווען אידישע קינדער מאכן א ברכה אויף זיי און פון א חי ווערן זיי פארוואנדלט צו א מדבר.
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

איך וויל זיין צו גאט און צו לייט -און צו זיך!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

נאטור איז אדווערטייזמענט פארן אידיש'ן גלויבונג
א גרעפיק דזשאב פון 6 טעג, ס'גרעסטע און שענסטע סיי ווען
אלע צוקונפטיגע מארקעטינג און אדווערטייזמענט פון די נעקסטע 6 טויזנט יאר
זענע נאכגעמאכטע בילדער און פעינטינג פון געוויסע טיילן פונעם ערשטן מארקטינג קאמפיין

אויך כוואליעס איז א טייל פון דיזע גרויסע ערשטמאליגע עד' פארשפרייטונג
עפל, מייקראסאפט מיט 6 טויזנט יעריגע פילאזאפן וואס וועלן אינאיינעם פאבריצירן א נייע פאטא שאפ וועלן איר אויך נישט קענען קאנקורירן
אויך זיי זענען א טייל פונעם ערשטן אדווערטייזמענט - וואס קיינער אויסערן ערשטן גרעפיקער קען דאס נישט באווייזן
מה רבו מעשיך השם - אין כל חדש תחת השמש
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
זקן ורגיל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 6:44 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן ורגיל »

חסד הויבט זיך אן ביי זיך אין שטוב.
לבי במזרח
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

רב פרידא האט מסביר געווען 400 מאל פאר שוואך קאפיג'ן תלמיד
עס איז נישט די ווארט 'געדולד' און אויך נישט 'סבלנות' וואס קענען דאס מסביר זיין
בלויז 'ביטול היש', מיין מיך עקזיסטירט נישט - קען דאס ערלויבן
אנדערש איז אזא מספר ווי 400 לעכערליך
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
זקן ורגיל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 6:44 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זקן ורגיל »

ווען מ'האט געמאכט ווערטער האט מען נישט אין אכט גענומען אז ס'וועט אמאל פאסירן אזא געשעעניש, דעריבער איז 'נישטא קיין ווערטער'.
לבי במזרח
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

אפשר איז דא עסקן וואס קען מאכן א PDF פון די אלע הערליכע כוואליעס דא?
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

כבד את אביך ברענגט שוין אריכות ימים אין קינדערישע יארן אויך
א וואויל קינד לאזט מען לענגער אויפבלייבן פריער אויפשטיין
אריכות ימים - לאנגע טעג
לעצט פארראכטן דורך חרבונא אום מיטוואך אוגוסט 17, 2022 6:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ווען כ׳האב נאכגעמאלן דעם רייכן האריזאנט האב איך פארשטאנען וואס דאס הייסט אין צייר כאלוקינו.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

חרבונא האט געשריבן:
א חלום: אן עפיזאד וואו דער מלאך החלומות פארדרייט דיך א קאפ מיט כל מיני מאדנע מעשיות
א דמיון: עפעס וואס דו זעסט כלאמפעריש מיט דיינע אויגן פאסירן, אפטמאל איז עס איבערגעטריבענע לאזיגע סצענעס
א וויזיע: עפעס וואס דו זעסט און האפסט שטארק אז זי זאל פאסירן אין די צוקונפט

הצד השווה שבהן: אלע דריי זענען גאר באליבט אויף 'טל של תחיה'
:lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

איך וועל בעז''ה ארבעטן אויף א פי די עף
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

פילאָזאָף האט געשריבן:
איך וועל בעז''ה ארבעטן אויף א פי די עף
אדאנק!!!
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

קינדערישע דאגות:
יענקעלע איז מקנא מושי אויף זיין הויכע שווארצע נייע בייק
דודי גייט אויס צו קענען שטויסן די באל אזוי הויעך ווי מאטי
חזקעלע געווינט אלעמאל די שפיל, פארוואס איך נישט?
טאטע'רישע דאגות:
רבי יעקב איז מקנא רבי משה זז"ג אויף זיין הויעכן שווארצן קאדילאק
הרה"ג ר' דוד רב דביהמ"ד.... גייט אויס צו קענען רעדן אזוי גוט ווי דער רב ר' מרדכי
חזקי איז א גביר אדיר ס'מזל גייט אים גוט, פארוואס מיך נישט

קינדער אין ערוואקסענע טראגן די זעלבע מאס שווערע דאגות, איר פארעם אין א בייק'עלע, א באל'י און א שפילצייג שענקט אונז נישט די רעכטן גרינגצושעצן דערין.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

פון די 0 - ביז די 120 טוט וויי ביים פארלירן א שפיל
די טויש איז אין די רעאקציע
5 יעריג'ס - הייבט אן צו וויינען
10 יעריג'ס - לייקנט זיין פארלוסט
14 יעריג'ס - שמייכלט - פראבירט צו ווייזן ערוואקסנקייט (זיין יונגעלע הארץ וויינט)
25 יעריג'ס - איז מסביר וויאזוי ער האט פארלוירן
40 יעריג'ס - שענקט א קאמפלימענט פאר זיין קאנקורענט (לייגט צו א כלל פאר'ן לעבן וואס ער זאגט אלעמאל)
80 יעריג'ס - אך! פארוואס האט זיך שוין דער שפיל געענדיגט (נאך דא אזא לאנגע טאג)
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

בשר ודם'עדיגע מוח האט 100 פרעצענט פון פלאץ
אויב טראכסטו הונדערט פראצענט פון דיר - דאן טראכסטו פון אנדערע זילטש
אויב טראכסטו 50 פון דיר דאן האסטו 50 פראצענט פאר אנדערע
ביטול היש ערלויבט צו טראכטן 100 פראצענט פון אנדערע און זילטש פון דיר
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

אפילו איך בין גארנישט מחדש, קום איך אבער מיט א כוואליע וואס דאס איז אלעמאל א חידוש.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

דער ארימאן קויפט ביליג, און דער עושר קויפט וואס דער עולם גלייכט.
הצד השווה שבהן, קיינער קויפט נישט וואס ער גלייכט.

מילא די ארימאן פארשטיי איך, אבער עושר לעבן פארוואס גלייכט איר דעם עולם מער ווי זיך אליין?
אוועטאר
עליית הדורות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2022 6:05 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליית הדורות »

זקן ורגיל האט געשריבן:
ווען מ'האט געמאכט ווערטער האט מען נישט אין אכט גענומען אז ס'וועט אמאל פאסירן אזא געשעעניש, דעריבער איז 'נישטא קיין ווערטער'.
שטארק!
אוועטאר
עליית הדורות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2022 6:05 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליית הדורות »

הארי פלארי האט געשריבן:
חרבונא האט געשריבן:
א חלום: אן עפיזאד וואו דער מלאך החלומות פארדרייט דיך א קאפ מיט כל מיני מאדנע מעשיות
א דמיון: עפעס וואס דו זעסט כלאמפעריש מיט דיינע אויגן פאסירן, אפטמאל איז עס איבערגעטריבענע לאזיגע סצענעס
א וויזיע: עפעס וואס דו זעסט און האפסט שטארק אז זי זאל פאסירן אין די צוקונפט

הצד השווה שבהן: אלע דריי זענען גאר באליבט אויף 'טל של תחיה'
:lol: :lol: :lol: :lol:
גא"מ צו די געלעכטער :lol: :lol: :lol:
וואס זאל מען טון אז מען הערט דערפון טעגליך
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

קום נאר פיש'עלע, ס'איז דיין בחירה דו קענסט טשאז'ן
אויף מיין העקעלע כאפ דיך אן - איך גיי דיר נישט אביאזן
דערנאך וועל איך דיין פלייש (געלט) אויפעסן - איך קען דאס זיכער יוזן
קום נאר נענטער צו מיין העקעלע - זיי טועם פון די גראזן.......................

א לעכטעלע מען טוט אנצינדן - ער וואקלט און טוט סנאזן
אויך די הייליגע אידישע פלאם קען די געוויקס אויסבלאזן
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

;l;p- ;l;p- א דאנק
חרבונא האט געשריבן:
פילאָזאָף האט געשריבן:
איך וועל בעז''ה ארבעטן אויף א פי די עף
אדאנק!!!
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

אונזער תורה האט א טראדיציאנאלע לידעלע - זי ווערט געזונגען פיר מאל א וואך
די צאל פון די ליד-קענער פארמינערן זיך - און מיט די צייט איז א מאנגל אנטשטאנען
צווישן די שטיבלעך וואו מען האט אמאל געזוכט צענטער'ס - וואס דער היינטיגער דור ליפערט ברייט
זוכט מען היינט מוזיקאלישער תלמודי חכמים - וואס קענען זינגען דער טראדיציאנעלער ניגון

אלע צוזאמען: פשטא מונח זרקא, מונח סגול, מונח מונח רביעי, מהפך פשטא זקף גדול, זקף קטן.............................
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

איינער א מיליאנער מיט וואוילע געזונטע קינדער, אבער פעהלט איהם שמחה
דער אנדערע ארעם, קראנק און נחת'לאז, אבער אייביג באמת פרייליך
ווער איז מער צופרידן?
דער וואס מער צופרידן!!!
אלא מאי, נישט די געלט און אלס ארום איז אזוי וויכטיג ווי שמחה.
און אויף שמחה קען יעדער אליין ארבעטן עס צו עררייכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”