ישראל נושע בד' תשועת עולמים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
ישראל נושע בד' תשועת עולמים
הייס געבעטן האט היינט פארטאגס כלל ישראל איינגעריסן, דער קרעכטץ וואס איז ארויס פון יעדנס הארץ האט געשפאלטן עולמות, אזעלכע געוויינערייען האט דערמאנט פאר יעדעם - בלי ספק – דעם מאמענט ביי "נעילה" (ווען מ'זאגט אויך דעם פזמון), ווען דער מענטש'ס חושים עקזיסטירן נישט וויאזוי דער געמיינער יצר וויל, די איין צייט א יאר וואס ס'איז נישטא גארנישט אויף דער וועלט נאר די ווערטער פון די משנה אין מסכת סוטה "אין לנו על מי להשען" מיר פארמאגן קיינעם און גארנישט, אלא על אבינו שבשמים, אידן אין אלע מקומות און און אלע אומשטענדן ווען ס'יצר הרע כאפט דעם מענטש אין א שוואכן מינוט און מ'וויל זיך מתגבר זיין נישט דורכצופאלן, די נסיון איז הייס און שטארק, מ'דערמאנט זיך פון יום כיפור ביי נעילה ווי מ'שרייעט די קאפיטלעך פיוטים, אוי גם היום יוושעו מפיך שוכן מעונים, כי אתה רב סליחות ובעעעל הרחמים, אוי טאטע, וויפיל נאך וויפיל נאך דארף מען זיך דא דראפענען אויף די גראדע ווענט צו זיין א איד, "יוושעו לעין כל ואל ימשלו בם רשעים", מ'האט פון אלע "סליחות שטיבלעך" היינט ארויסגעהערט וויינען, איך וועל זאגן דעם ריינעם אמת, ווען איך האב היינט דאס געזאגט ווען איך בין אנגעקומען צו די ווערטער "כַּלֵה שׂעיר וחותנו" האב איך תיכף אזוי געטייטשט: כלה שעיר, רבוש"ע פארלענד שוין דעם "שעיר", וחותנו, צוזאמען מיט זיין שווער, און אויך – צוריק – "כלה" זיין שניר זאלסטו אויך נישט פארשוינען, אלע אויסשיסן, וויפיל יאר דארף מען זיך אזוי מיט נסיונות ארוממיטשענען? וואס פאר א מין חשבון איז דאס אז מ'נעמט יונגעלייט מ'דריקט אויף זיי נסיונות איינמאל און נאכאמאל, און ליידער אז מען איז דורכגעפאלן גייט דער אייזל קאפ דער יצר הרע און ברענגט זעק מיט די עבירות, אפשר – נישט מער ווי יושר – זאל ער אויך ברענגן די מינוטין פארדעם און נאכדעם וואס מ'האט זיך דעם קאפ און וואנט געהאקט פאר צער און עגמת נפש, ואתה ידעת את כל התלאה אשר מצאתנו ביז מיר זענען צו דעם אנגעקומען.
ווי קענען זיך די געפילן איינהאלטן זעהנדיג מיט די אויגן די בחורי חמד מיט די לאנגע נאסע פיאות ווי זיי שאקלן זיך און בעטן ביים גרויסן טאטן אוי האב אויף מיר אויך רחמנות, און די יונגלעך ביום א' סליחות זייערע תפלות איז אוועקצומאכן? פחודים הם מכל צרות, די קינדער וויינען אז זייער נייער יאר זאל חלילה זיך נישט ענדיגן ווי דאס יונגעל אויפן וועג צום חדר וואס איז אויפגענומען געווארן דורך מלאכי עליון למכון שבתך השמים, די בחורים זענען צוטרייסלט, צושאקלט און צובליטיגט על בשורת אחיהם הנתונים בצרה ובשביה וואס ווערן געפייניגט ממחרפיהם ומלוחציהם, ווען מ'דערמאנט זיך דערפון בעט זיך א תפלה צום קה רבון עלם: אוי, נא אל תעזבם ד' אלקי אבותיהם, די צרות ביי די אינגעלייט, מ'האט זיך ארומגעקוקט אין ביהמ"ד אלע שכנים מיט אזעלכע גרויסע פעקלעך פון יגון ואנחה מ'קען צודרייעט ווערן, הקשיבה אדון לקול שועתם, כי אתה רב סליחות ובעל הרחמים.
וויפיל ס'איז אין רוחניות דער מצב, איז דער גשמיות ווייט נישט אוועקצומאכן, ס'איז נישט משיג צו זיין ווי אין די קרקע מיר זענען, אוי ווען "קרקע" זאל ווען עפעס ווערט זיין.. עשירים לערנען זיך פון די ארימעלייט וויאזוי צו קרעכצן אז ס'איז נישטא קיין געלט, בעלי בתים זענען נערוועז, מ'דערלייגט געלט אין יעדן פלאץ ווי מ'האט עפעס אריינגעשטעקט, דער "קרן" איז שוין לאנג פארלוירן מ'רייסט זיך נאר אז די פראצענטן זאל מען יא באקומען, די איינציגע וואס ווייזן נאך יא א לעבעדיגן אטעם אז די וועלט גייט ווייטער אן איז די ארויסגעבער'ס פון נייע טעיפס.. ס'פיסטעוועט אפ א וועלט אן קיין גשמיות אן קיין רוחניות.
דער "עבר ושנה" נעשה לו כהיתר, אז "ס'גייט אדוירך א יאר נאך א יאר" מיינט מען אזוי איז עס געווען, און אזוי גייט עס ווייטער זיין, די אקאנאמיע איז אין דער ערד מיטן אגודל אויף אראפ, גיי פייט די רעגירונג, גיי פייט א געווארמענט, ווען איך וואלט געהאט אזא אמונה אין ביאת המשיח ווי מיין זיידע'ן ז"ל, וואלט איך מיך אזוי ווייניג צוקראטצט פונעם מצב העולם, וויסענדיג און זייענדיג קלאר אז דאס אלעס וועט נאך היינט - זיין היסטוריא, ווען ס'וועט אונז לעכטיג ווערן מיטן אנקום פונעם גואל צדק, מיטן גרויסן שופר וועט ער בלאזן לחירותינו, אבער אפילו יעצט ווען החושך יכסה הארץ ס'איז טונקל און פינסטער, זעהט מען די גבאי צדקה שוויצן פאר זייערע ארימע ברודער'ס, יענער יונגערמאן ביים ווינקל רעכנט מיט א קאלקלעטער וויפיל זכרים און נקיבות כפרות ער ברויך פאר זיין געזונדל, דער דארט ליגט אויפן גאס מיט אפאר פענעל'ס ווען פון דערזייט איז דא א גלעזל וואסער וואס מיט דעם לעוועלט ער די סוכה, גראדע א חקירה האב איך געהאט צו איז דאס נישט די זעלבע גלעזל וואס ער האט היינט צופרי גענוצט פאר הכנות.. געבליבן איז אז זיכער נישט צוליב דעם "אין עושין מצות חבילות חבילות"...
אוי גייט מען ערליך בעטן: וכתוב לחיים טובים כל בני בריתיך, געב א קוק אן וואס האט פאסירט מיט א יגר'ל.. ער איז נעבעך נישט צום דערקענען. א גוטן טאג

- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
דער יגר'ל איז טאקע נישט צום דערקענען, ער ווערט מיר הייליגער פון טאג צו טאג, א שטייגער ווי די תשובת רס"ג, עס איז א שרעק ליינענדיג דיינע געפילען ביים פזמון פון סליחות, און טראכטענדיג צוריק מיט וואספארא כיפעראציע עס איז אדורך אין מיין מנין, אוי... ווען איך זאל ווען זאגען סליחות מיט יגר, וואלט איך דאך מיטגעשלעפט געווארען.
יגר, איין זאך בעט איך דיר, ווען דו זאגסט מארגען סליחות, האב מיר אויך אינזין.

א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
-
- שר מאה
- תגובות: 124
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am
- אלטעבחורל
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 1086
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
- לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
- פארבינד זיך:
ווי באחנ'ט,
ווי באשיינט,
האט זיך דער אשכול אפגעליינט,
איך 'אלטער' האט שיער צאַמגעווינט,
יגר; דו ביסט אויסטערליש גוט, דו רייסט דאך שטיקער - אנגעהויבן ביי די קינדערלעך, געענדיגט ביי די גרעסערע וואס האבן שוין אפילו דערלייגט געלט...
דיינע משלים וואס דו ביסד מדמה א יעדער איינציגער פינטעלע ס'ביי מיר ברור אז איר האט א חלק אין מיין צובראכן הארץ וואס איך האב געבאט פאר אפאר מינוט צוריק.
גרויסער שכח!