בלאט 1 פון 1
אומן אומן ראש השנה..........
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2008 10:23 pm
דורך wildturkey
ווייסט איינער אויב די באוויסטע ברעסלאווע פילאנטראפ הרב זינגער באצאלט אויך היי יאר טיקעטס צי פארן קיין אומן אויף ראש השנה?
אויב יא ווי דארף מען זיך מעלדן? האט ער געוויסע רעסטריקשאנס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 8:55 am
דורך יעקעלע פוקס
צי ער האט רעסטריקשענס צי נישט ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער, אז א באטל פינעם ווילדער אינדיג וועסטי אויפן פליגער נישט קענען ארויפטראגען, אפילו הרב זינגער וועט דיר באצאלן דעם טריפ
ער האט עדווערטייזט אז ער צאלט דאס יאר אויך.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 12:26 pm
דורך לאז געמאכט
די רעסטריגעשנ'ס וואס ער האט א יעדע יאר איז אז מען פארט איצט צום ערשטן מאל - סא אויב ביסטו שוין געווען אין אומאן אמאל זיך אנאנדערן נדבן
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 10:27 am
דורך wildturkey
שכוח פאר די אינפאו.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2008 6:40 pm
דורך זיידעניו
זעהט אויס אז ווילדער טערק איז געפארן קיין אומאן, לאמיר האפן אז ער וועט אונז נישט אנטוישן און עס וועט צוריקומען פון דארט מיט א אויספירענדע באריכט פארשטייצעך מיט לעבעדיגע בילדער, העמער ווארטן מיט געדולד און האפן מיט שפאנונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2008 12:50 pm
דורך בן בוזי
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2008 2:04 pm
דורך בן בוזי
איך ברענג דא א קונטרס וואס האט געשריבן א ראש ישיבה אין צפת, עס מבהיל ומפחד וואס דארט שטייט, און דער וואס פארשטייט אביסל און האט פחד פון בעל שם'סקע חסידות וועט ווערן אויפגעשוידערט און פארשטיין גענוי פונקטליך די מחלוקת
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2008 2:39 pm
דורך ביקסאד
בן בוזי, פארוואס שרייבט איר נישט ארויס דעם נאמען פון דעם מכלומרשטן אנגעווייטיגטן ראש ישיבה און דער אמת וואס עס קוועטשט אים, פון אוואו קומט צו אים א ידיעה אין בעל שם'סקע חסידות חוץ פון חקר'נען ווי א פארצייטישער משכיל, עשה עמנו אות לטובה טוט אונז א טובה און ברענגט אונז ידיעות פון היימישע מקורות.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2008 10:34 am
דורך בן בוזי
איך האב נישט קיין שום ידיעה איבער ווער עס איז דער שרייבער, אבער שמעתי אז די ברעסלעווער חסידים און ארץ ישראל זענען ארויס פון די כלים צוליב דעם קונטרס, איך האב געהערט מפי השמועה אז מען האט מחרים געווען דעם עורך הקונטרס (ווייזט אויס אז זיי ווייסן ווער דאס איז)
והשנית, דער שרייבער פונעם קונטרס טוט נישט קיין שום חקירה ודרישה ער ברענגט בלויז פשוט אראפ שטיקל נאך שטיקל פון די ספרי ברסלב און עס איז מסמר שערות הראש.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2008 3:02 pm
דורך ביקסאד
אה! א לימוד זכות, ווען איר ווייסט ווען ווער דער שרייבער איז ברענגט איר נישט נאך זיינע דברי דופי.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 9:17 am
דורך בן בוזי
דהיינו
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 12:44 pm
דורך דעפרעסט
איינער ווייסט עפעס איבער אויסגעצאלטע טיקעטס היי יאר ?
עפעס האב איך געזען אז אין א"י ווילן די בערלאנדס אראנדשירען אזא פראיעקט, מיינט עס אויך אונז בני חו"ל ?
יישר כחכם למפרע.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 2:13 pm
דורך שויתי'ניק
דעפרעסט האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס איבער אויסגעצאלטע טיקעטס היי יאר ?
עפעס האב איך געזען אז אין א"י ווילן די בערלאנדס אראנדשירען אזא פראיעקט, מיינט עס אויך אונז בני חו"ל ?
יישר כחכם למפרע.
עס איז נישט אויסגעצאלט, חברת נחלי איתנים (בערלאנד) האט טיקעטס פאר $300 וואס דאס איז דארט די נארמאלע פרייז צו פארן קיין אוקריינע, אבער עס איז נאר פון אר"י קיין אוקריינע, נישט פון ניו יארק.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 5:08 am
דורך שויתי'ניק
חברת נחלי איתנים (בערלאנד) האט אין א פרישע געלונגענע אקציע - נאכדעם וואס עס איז שוין נישט געווען קיין טיקעטס אינטער 600-700 $ - ארויסגעלייגט נאך 3000 טיקעטס פאר $450 סובסעדירט דורך הר' נחמן בערלאנד
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 10:20 am
דורך דעפרעסט
געוואלד!! שקצות עליך איי- וועלט !!!
רבותי! א פייער פון הוצאות שם רע, לשון הרע, און זלזול נורא אין א צדיק אמת, ברענט דא אויף איי- וועלט!!
דא אויבן ליגט שוין פאר זייער א לאנגע צייט א מיעסער פאשקעוויל מיט די ערגסטע לשונות של גנאי אויף א צדיק אמת, א רעכטער אור- אייניקל פונעם בעש"ט הק', וואס איז געשען מיט אונז אז מיר לאזן עס אזוי צי ??!, יעדער ווייסט אז ווען איינער זאל דא שרייבן א צענטעל דערפון אויף א היינטיגן רבי'ן פון סיי וועלכע פראקציע, וואלט עס ביז א מינוט געווען פארמעקט, און דער באטרעפענדער וואלט זיך געטראפן ארויסגעווארפען העיד פירסט, איז די ווייטאגליכע פראגע בויערט מאי שנא??.
לאמיר אינאיינעם אויפהייבן א פאראייניגטע וויי געשריי צו ווער ס'קען נאר האבן א השפעה, מבער צו זיין דעם שמוץ מתוכינו, לאמיר געדענקן, הוי זהיר בגחלתן וכו', ומדה טובה מרובה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 10:40 am
דורך צים פינטעל
טאקע א בזיון
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 1:58 pm
דורך גיוואלדיג
גם אני מצטרף להמחאה. בהפתקא-אויל הנ''ל הוא מדבר לא על חסידות ברסלב של זמנינו ולא על חסידות ברסלב מהדורות שלפנינו וגם לא על הקדוש מוהרנ''ת מברסלב רק על קדוש הקדשים הצדיק האמיתי מוהר''ן מברסלב באופן שלא נשמע רק אצל המשכילים בעזות נורא שומו שמים ועיי' באגה''ק נוע''א וזה לשונו הקדוש: ואאמ״ו נ״י אמר שהגזירה הזאת בודאי לא הי׳ כח בידם לגזור כי אם מחמת הקטטות שהיה על הצדיקים והדפיסו אגרות מכוערים ואף כעת ששולחים אגרות ההם * אהובי אחי מנע עצמך מלהסתכל בו כי כה אמר אאמ״ו נ״י מי שמסתכל בו ומשמח בו לא יזכה לראות בנחמות ציון ושמחת לויתן ובחופת הצדיקים *
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 2:12 pm
דורך קרעטשמער
נאכן מאכן ריסערטש ביי ברעסלב'ע חסידים, טוען מיר צוריקשטעלן דאס אשכול, און מיר שטעלן צו א קונטרס אפצופרעגן די אלע דברי בלע וואס דער דאזיגער האט זיך צעלאזט אויפ'ן הייליגן רבי נחמן.
מיר די הנהלה טוען נישט חס ושלום טאלערירן קיין רעדן אויף צדיקים קדושי עליון, נאר היות עס איז דא אלס א נייעס, און יעדער קען סייווי אנקומען דערצו, און ווי אויך האבן מיר געפונען די ענפער וואס די ברעסלב'ע חסידים האבן אויף דעם גענפערט, וועלן מיר דאס לאזן אינעם פארום.
בתקוה להבנה.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 11:39 am
דורך יז בתמוז
ביליגע טיקעט אויף ראש השנה, לאנגע סטאפ
קוקט דא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 10:16 am
דורך חלפתא