מלמדים מלמדים מלמדים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

בס"ד
אסאך טינט און אסאך ווערטער זענען שוין געזאגט געווארן איבער דעם נושא אבער נאכן גרינטליך דורך טוהן די נושא איז מיר אויסגעקומען די ס"ה וואס איז געווען די לעצטע 70 יאר און וואס עס איז די מציאות היינט און אל פי דרך הטבע אויב גייט נישט גענומען ווערן גאר דראסטישע שריט וועט די זאך נישט בעסער ווערן נאר פארקערט

וזה החלי:
נאכן קריג זענען געווען מלמדים וואס האבן געוואלט איין זאך משפיע זיין און איבערגעבן אהבת התורה און יראת שמים אויפן שטערקסטן אופן וואס נאר שייך זיי זענען געווען דורכגעווייקטע אידן תלמידי חכמים מיט הויפענעס יראת שמים וואס זיי האבן איבערגעגאסן אין די קינדער מידי יום ביומו ביי איינעם האט מען מער קונה געווען תורה ביי א צווייטן מער יראת שמים און ביי אסאך ביידע
היינט איז די מציאות אז א גרויסע חלק וואס געבן זיך אפ מיט מחנך זיין קינדער אוודאי זענען זיי אלע חשובע אידן יראים ושלמים אבער די מציאות איז היינט אז זייער ווייניג זענען גרייט צו זיין מסתפקים במיעוט אמאל איז א מלמד געווען גרייט צו באקומען די מאגערע געהאלט ער האט געוויסט איין זאך אויפציען ערליכע אידן אריינבאקן אין זיי וואס מען מידות טובות יר"ש זיי האבן צוגעלערנט לימודים וואס מען האט אפילו נישט פארלאנגט פון זיי נאר דאס האבן זיי געוואלט און זיי זענען באמת געווען אן אנדערע מציאות ווי א בע"ב מען דארף נאר רעדן צו די היינטיגע 60 יעריגע אידן און אפילו 40 יעריגע וועט מען שוין הערן מיט וואס פאר א נאסטלאגיע זיי רעדן פון זייערע מלמדים (אפילו פון מלחמה געליטענע) די יראת שמים און די ליבשאפט וואס מען האט דעמאלט אריינגעגעבן איז היינט א יקר המציאות.

אלזא:
בין איך געקומען צו אן אויספיר איך האב שוין גארדע געהערט פון נאך אז די זאך דארף זיך טוישן אויף אינגאנצן אן אנדערע מהלך, דהיינו: א מוסד דארף ווערן א ביזנעס פונקט ווי אן אנדערע ביזנעס ס'איז נישט קיין עמעזאן ביזנעס ס'איז א ביזנעס ווי מען האדעוועט אידישע קינדער לה' ולתורתו אבער פארט א ביזנעס, איז פונקט ווי ביי א ביזנעס דארף מען האבן טרעיניג פאר מען נעמט אן דזשאב און פאנשטן א קארד וכו' די זעלבע דארף געטוהן ווערן אין א מוסד דהיינו ווען איינער גיט זיך אן פאר א מלומדת פאסטן דארף ער קומען מיט א רעזעמעי ווי ער האט זיך געטרעינט פארדעם דהיינו ער דארף האבן געווען א געוויסע סכום פון שעות ביי שיעורים פארשטייט זיך אויסגעהאלטענע בנוגע די נושא נישט פשט אז ווען איינער איז געווען א סאבסיטוט עטליכע וואכן מיינט שוין אז ער איז געאייגענט פון די ארבעט פארשטייט זיך איז דאס איז אויך א חלק וואס ער דארף האבן אזוי ווי ביי אלע אנדערע ארבעט, און ער זאל באקומען באצאלט ווי א געהעריגע ארבעטער וואס מאכט א שיינע געהאלט אן דארפן זיכן א סייד זשאב און אזוי וועט ער קענען טוהן זיין ארבעט בשלימות זיך אינגאנצן אריינלייגן אין די תכלית פון די קינדער, און ווי פארשטייט זיך אז דאס מיינט ארבעטן אזוי ווי יעדע ביזנעס פון 9-5 אדער 9-4 אן זיך ארויסכאפן ביי פויזע דאווענען וכו' וכו' און אזוי ווי ביי יעדע ארבעט דארף מען אויספילן א רעזעמעי צו זען צו ער איז געאייגענט פאר דעם דארף א מלמד אויך אויספילן מיט אלע פרטים ווי ער דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין א שיעור וכו' אלעס וואס פארלאנגט זיך אז א קינד זאל קענען קונה זיין פון אים תורה און מידות טובות ויראת שמים
און כדאי צו קענען דעקן די קאסטן (דאס גייט מען נישט וועלן הערן) זאל מען העכערן די שכר לימוד אזוי וויי ביי די ליטווישע פלעצער אז מען זאל קענען געהעריג באצאלן דיין ארבעטער

ס"ה:
די מוסדות זאלן ווערן פונקט ווי א צווייטע ביזנעס
די מלמד זאל קומען געהעריג גרייט צו זיין עבודת הקודש מיט שיעורים טרענינג וכו'
די מלמד זאל געהעריג פאנטשן א קארד פונקט אזוי אנדערע ארבעטערס (און טיטשערס וואס לערנען אויך לימודי קודש מיט אונזערע קינדער)
די ארבעט זאל קומען מיט בענעפיטן אזוי ווי אנדערע ארבעטס פלעצער, פריי שכ"ל, באנוס ביי א שמחה, פענטשן וכדו'

פארשטייט זיך אז אזא סיסטעם גייט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן מען דארף האבן געהעריגע פלעצער ווי ס'איז דא א גאנץ יאר שיעורים פאר דעם מיט שימוש וכו' אבער די תוצאה איז ווערד די הארעוואניע און אויטאמאטיש וועט עס אויף הייבן די הערצה צו די חשובע און איבערגעגעבענע מלמדים און נישט טראכטן אז ער האט נישט געקענט מער בלייבן אין כולל איז ער געקומען אין חדר
ובשם ה' נעשה ונצליח
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מאראליש האט געשריבן:מען דארף נאר רעדן צו די היינטיגע 60 יעריגע אידן און אפילו 40 יעריגע וועט מען שוין הערן מיט וואס פאר א נאסטלאגיע זיי רעדן פון זייערע מלמדים (אפילו פון מלחמה געליטענע) די יראת שמים און די ליבשאפט וואס מען האט דעמאלט אריינגעגעבן איז היינט א יקר המציאות.

נאך איידער איך ענטפער, אויב איז די איבריגע חלק פון דיין תגובה אזוי אמת ווי די שטיקל הנ"ל, דעמאלס קען מען זאפארט שפארן דעם אשכול.
אויך דארף מען אויסשמועסן מהיכן ירק זה חי, די מלמדים קענען טאקע נישט לעבן אזוי, אבער רוב טאטעס קענען נישט עפפארדן צו צאלן 10 אלפים א חודש שכר לימוד, אלזא מוזטו אויפקומען מיט א זאכליכע סאלושען, אז נישט וועט מען טאקע בעטן אויף די בוכער אסאך געלט, אבער רוב דערפון וועלן זיין אוטסטענדינג חובות וואס גייט נישט ווערן באצאלט.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איין זאך האסטו אויסגעלאזט
א יעדער ביזנעס האט איין טאג וואס מ'ארבעט נישט און די "ביזנעס מוסד" גייט מען דארפ'ן ארבעטן פינף א האלב טעג און נישט אזויווי א רעגולע ביזנעס וואס מ'ארבעט פיהר און האלב טעג און דאס איז אן די אלע פאון קאלס און באמפעראציעס און עלטערן און בית מדרש אדער ביי שמחות
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סשוין דא דאס וואס איר זוכט, עס רופט זיך פאבליק סקול. ממש אלע שטריכן.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מאראליש האט געשריבן:בס"ד
אסאך טינט און אסאך ווערטער זענען שוין געזאגט געווארן איבער דעם נושא אבער נאכן גרינטליך דורך טוהן די נושא איז מיר אויסגעקומען די ס"ה וואס איז געווען די לעצטע 70 יאר און וואס עס איז די מציאות היינט און אל פי דרך הטבע אויב גייט נישט גענומען ווערן גאר דראסטישע שריט וועט די זאך נישט בעסער ווערן נאר פארקערט

וזה החלי:
נאכן קריג זענען געווען מלמדים וואס האבן געוואלט איין זאך משפיע זיין און איבערגעבן אהבת התורה און יראת שמים אויפן שטערקסטן אופן וואס נאר שייך זיי זענען געווען דורכגעווייקטע אידן תלמידי חכמים מיט הויפענעס יראת שמים וואס זיי האבן איבערגעגאסן אין די קינדער מידי יום ביומו ביי איינעם האט מען מער קונה געווען תורה ביי א צווייטן מער יראת שמים און ביי אסאך ביידע
היינט איז די מציאות אז א גרויסע חלק וואס געבן זיך אפ מיט מחנך זיין קינדער אוודאי זענען זיי אלע חשובע אידן יראים ושלמים אבער די מציאות איז היינט אז זייער ווייניג זענען גרייט צו זיין מסתפקים במיעוט אמאל איז א מלמד געווען גרייט צו באקומען די מאגערע געהאלט ער האט געוויסט איין זאך אויפציען ערליכע אידן אריינבאקן אין זיי וואס מען מידות טובות יר"ש זיי האבן צוגעלערנט לימודים וואס מען האט אפילו נישט פארלאנגט פון זיי נאר דאס האבן זיי געוואלט און זיי זענען באמת געווען אן אנדערע מציאות ווי א בע"ב מען דארף נאר רעדן צו די היינטיגע 60 יעריגע אידן און אפילו 40 יעריגע וועט מען שוין הערן מיט וואס פאר א נאסטלאגיע זיי רעדן פון זייערע מלמדים (אפילו פון מלחמה געליטענע) די יראת שמים און די ליבשאפט וואס מען האט דעמאלט אריינגעגעבן איז היינט א יקר המציאות.

אלזא:
בין איך געקומען צו אן אויספיר איך האב שוין גארדע געהערט פון נאך אז די זאך דארף זיך טוישן אויף אינגאנצן אן אנדערע מהלך, דהיינו: א מוסד דארף ווערן א ביזנעס פונקט ווי אן אנדערע ביזנעס ס'איז נישט קיין עמעזאן ביזנעס ס'איז א ביזנעס ווי מען האדעוועט אידישע קינדער לה' ולתורתו אבער פארט א ביזנעס, איז פונקט ווי ביי א ביזנעס דארף מען האבן טרעיניג פאר מען נעמט אן דזשאב און פאנשטן א קארד וכו' די זעלבע דארף געטוהן ווערן אין א מוסד דהיינו ווען איינער גיט זיך אן פאר א מלומדת פאסטן דארף ער קומען מיט א רעזעמעי ווי ער האט זיך געטרעינט פארדעם דהיינו ער דארף האבן געווען א געוויסע סכום פון שעות ביי שיעורים פארשטייט זיך אויסגעהאלטענע בנוגע די נושא נישט פשט אז ווען איינער איז געווען א סאבסיטוט עטליכע וואכן מיינט שוין אז ער איז געאייגענט פון די ארבעט פארשטייט זיך איז דאס איז אויך א חלק וואס ער דארף האבן אזוי ווי ביי אלע אנדערע ארבעט, און ער זאל באקומען באצאלט ווי א געהעריגע ארבעטער וואס מאכט א שיינע געהאלט אן דארפן זיכן א סייד זשאב און אזוי וועט ער קענען טוהן זיין ארבעט בשלימות זיך אינגאנצן אריינלייגן אין די תכלית פון די קינדער, און ווי פארשטייט זיך אז דאס מיינט ארבעטן אזוי ווי יעדע ביזנעס פון 9-5 אדער 9-4 אן זיך ארויסכאפן ביי פויזע דאווענען וכו' וכו' און אזוי ווי ביי יעדע ארבעט דארף מען אויספילן א רעזעמעי צו זען צו ער איז געאייגענט פאר דעם דארף א מלמד אויך אויספילן מיט אלע פרטים ווי ער דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין א שיעור וכו' אלעס וואס פארלאנגט זיך אז א קינד זאל קענען קונה זיין פון אים תורה און מידות טובות ויראת שמים
און כדאי צו קענען דעקן די קאסטן (דאס גייט מען נישט וועלן הערן) זאל מען העכערן די שכר לימוד אזוי וויי ביי די ליטווישע פלעצער אז מען זאל קענען געהעריג באצאלן דיין ארבעטער

ס"ה:
די מוסדות זאלן ווערן פונקט ווי א צווייטע ביזנעס
די מלמד זאל קומען געהעריג גרייט צו זיין עבודת הקודש מיט שיעורים טרענינג וכו'
די מלמד זאל געהעריג פאנטשן א קארד פונקט אזוי אנדערע ארבעטערס (און טיטשערס וואס לערנען אויך לימודי קודש מיט אונזערע קינדער)
די ארבעט זאל קומען מיט בענעפיטן אזוי ווי אנדערע ארבעטס פלעצער, פריי שכ"ל, באנוס ביי א שמחה, פענטשן וכדו'

פארשטייט זיך אז אזא סיסטעם גייט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן מען דארף האבן געהעריגע פלעצער ווי ס'איז דא א גאנץ יאר שיעורים פאר דעם מיט שימוש וכו' אבער די תוצאה איז ווערד די הארעוואניע און אויטאמאטיש וועט עס אויף הייבן די הערצה צו די חשובע און איבערגעגעבענע מלמדים און נישט טראכטן אז ער האט נישט געקענט מער בלייבן אין כולל איז ער געקומען אין חדר
ובשם ה' נעשה ונצליח

די מיינסט אז יענעמס גראז איז גרינער רוב ארבייטער ארבעטן זייער שווער פאר פרנסה
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
מאראליש האט געשריבן:מען דארף נאר רעדן צו די היינטיגע 60 יעריגע אידן און אפילו 40 יעריגע וועט מען שוין הערן מיט וואס פאר א נאסטלאגיע זיי רעדן פון זייערע מלמדים (אפילו פון מלחמה געליטענע) די יראת שמים און די ליבשאפט וואס מען האט דעמאלט אריינגעגעבן איז היינט א יקר המציאות.

נאך איידער איך ענטפער, אויב איז די איבריגע חלק פון דיין תגובה אזוי אמת ווי די שטיקל הנ"ל, דעמאלס קען מען זאפארט שפארן דעם אשכול.

גוט געזאגט
ס'איז אלץ געווען גוטע און נישט גוטע מלמדים. לגבי יראת שמים קענסטי גיבן טויזענטע שיעורים מיט קארסעס, ס'עט גארנישט העלפן
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

shimon7323 האט געשריבן:סשוין דא דאס וואס איר זוכט, עס רופט זיך פאבליק סקול. ממש אלע שטריכן.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
קורץ און צום פינטל, והמבין יבין.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
מאראליש האט געשריבן:מען דארף נאר רעדן צו די היינטיגע 60 יעריגע אידן און אפילו 40 יעריגע וועט מען שוין הערן מיט וואס פאר א נאסטלאגיע זיי רעדן פון זייערע מלמדים (אפילו פון מלחמה געליטענע) די יראת שמים און די ליבשאפט וואס מען האט דעמאלט אריינגעגעבן איז היינט א יקר המציאות.

נאך איידער איך ענטפער, אויב איז די איבריגע חלק פון דיין תגובה אזוי אמת ווי די שטיקל הנ"ל, דעמאלס קען מען זאפארט שפארן דעם אשכול.
אויך דארף מען אויסשמועסן מהיכן ירק זה חי, די מלמדים קענען טאקע נישט לעבן אזוי, אבער רוב טאטעס קענען נישט עפפארדן צו צאלן 10 אלפים א חודש שכר לימוד, אלזא מוזטו אויפקומען מיט א זאכליכע סאלושען, אז נישט וועט מען טאקע בעטן אויף די בוכער אסאך געלט, אבער רוב דערפון וועלן זיין אוטסטענדינג חובות וואס גייט נישט ווערן באצאלט.

מיין טאטע שעלט נאך יעצט זיינע מלמדים און ער איז נישט קיין יחיד
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

מאראליש האט געשריבן:בין איך געקומען צו אן אויספיר איך האב שוין גארדע געהערט פון נאך אז די זאך דארף זיך טוישן אויף אינגאנצן אן אנדערע מהלך, דהיינו: א מוסד דארף ווערן א ביזנעס פונקט ווי אן אנדערע ביזנעס ס'איז נישט קיין עמעזאן ביזנעס ס'איז א ביזנעס ווי מען האדעוועט אידישע קינדער לה' ולתורתו אבער פארט א ביזנעס

ווער וואלט געווען בעה''ב פון די ביזנעס?

וואס וואלט געווען מיט די עלטערן וואס צאלן נישט שכ''ל ווייל זיי קענען באמת נישט?
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דא ביי אונז האבן זיי געטרייט אזוי פיהל מאהל אז די מוסד זאל ווען ווערן א ביזנעס אבער ביזדערווייל נאדא גארנישט אבער איין זאל יא דער שכר לימוד "דער שכר לימוד" האבן זיי שוין געהויבן 3 מאהל מיט צוגעזאגטעריי אז מען גייט העכערן די מלמדים'ס פעי יא יא אונז ווארטן נאך
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

ס’איז הימל און ערד מיט מלמדים....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

ר' דן האט געשריבן:1 ווער וואלט געווען בעה''ב פון די ביזנעס?

2 וואס וואלט געווען מיט די עלטערן וואס צאלן נישט שכ''ל ווייל זיי קענען באמת נישט?

1 ווער ס’וויל, למשל איך וויל עפענען א ביזנעס און איך עפען א מוסד, איך צאל זייער שיין פאר די מלמדים קען איך האבן די פון בעסטע מלמדים, און האלטן א גוטע מוסד, און בעטן טייער סכ”ל וואס וועט קאווערן די מלמדים און נאך בלייבן מיט א שיינע פראפיט אין טאש.

2 זיי וועלן ווייטער שיקן אין די ביז יעצטיגע מוסדות...

----

ווען איינער האט יעצט א שאלה אדער אפי’ א קשיא אויף א טעכנישע פרט פרעגט עס נאכנישט אפ די געדאנק...
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: ס’איז הימל און ערד מיט מלמדים....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:1 ווער וואלט געווען בעה''ב פון די ביזנעס?

2 וואס וואלט געווען מיט די עלטערן וואס צאלן נישט שכ''ל ווייל זיי קענען באמת נישט?

1 ווער ס’וויל, למשל איך וויל עפענען א ביזנעס און איך עפען א מוסד, איך צאל זייער שיין פאר די מלמדים קען איך האבן די פון בעסטע מלמדים, און האלטן א גוטע מוסד, און בעטן טייער סכ”ל וואס וועט קאווערן די מלמדים און נאך בלייבן מיט א שיינע פראפיט אין טאש.

2 זיי וועלן ווייטער שיקן אין די ביז יעצטיגע מוסדות...

----

ווען איינער האט יעצט א שאלה אדער אפי’ א קשיא אויף א טעכנישע פרט פרעגט עס נאכנישט אפ די געדאנק...

ש'כח
האסט עס זייער גוט ארויס
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארי, אבער איך דיסעגרי טאטעלי מיט די גאנצע הנחה אינעם הקדמה, און דערמיט צופאלט קאמפליטלי דיין געביידע מיינעך....

איך קען ברוך השם צענדליגע היינטיגע מלמדים און מגידי שיעור וואס זייער איינציגסטע רצון איז צו מרביץ תורה ויראת שמים זיין, און זיי זענען פיינע מסתפקים במועט וועלכע קומען זיך אויס מיט נאנט צו גארנישט נאר אטעמען דעם זכות הרבים.

די אלע אזויגערופענע ’געלערנטע’ און ’געטרעינטע’ פראפעשענעיל קאריער עדשוקעיטערס זענען דיעזע פון וועלכע מ’ליידט זיך אפ.

אודאי ברויך מען רעדן מיט די עלטערן איבערן פליכט פון מאכן זיכער אז אונזערע קינדערס מחנכים שטארבן נישט פאר הונגער, און אז מיר מוזן ארויסווייזן סיי אונזער אינטערעסע און סיי אונזער הכרת הטוב און סיי אונזער חלק השותפות מיטן געבן און געבן און געבן טיפס ווען אימער שייך.

אבער פון דא ביז ’טוישן’ די סיסטעם איז פאלג מיר א גאנג. ומצדיקי הרבים ככוכבים איז ווייט פון בטל, אדרבה עס לעבט אויף אלע באקן ברוך השם.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

מאראליש האט געשריבן:בס"ד
אסאך ווייניגער ווי עס פארלאנגט זיךטינט און אסאך ווייניגער ווי עס פארלאנגט זיךווערטער זענען שוין געזאגט געווארן איבער דעם נושא אבער נאכן גרינטליך דורך טוהן די נושא איז מיר אויסגעקומען די ס"ה וואס איז געווען די לעצטע 70 יאר און וואס עס איז די מציאות היינט און אל עלפי דרך הטבע אויב גייט נישט גענומען ווערן גאר דראסטישע שריט וועט די זאך נישט בעסער ווערן נאר פארקערט

וזה החלי:
נאכן קריג היינט אויךזענען געווען מלמדים וואס האבן געוואלט איין זאך משפיע זיין און איבערגעבן אהבת התורה און יראת שמים אויפן שטערקסטן אופן וואס נאר שייך זיי זענען געווען און זיי זענעןדורכגעווייקטע אידן תלמידי חכמים מיט הויפענעס יראת שמים וואס זיי האבן איבערגעגאסן אין די קינדער מידי יום ביומו ביי איינעם האט מען מער קונה געווען תורה ביי א צווייטן מער יראת שמים און ביי אסאך ביידע היינט אויך
היינט איז די מציאות אז א גרויסע חלק טוטערס בלעזוואס געבן זיך אפ מיט מחנך זיין קינדערוואס זענען נישט מצליח מחמת כמה סיבות, ועל פי רוב ווייל די עלטערן זענען נישט מחשיב א מלמד און ממילא לאזן זיי נישט דעם מלמד מחנך זיין און די קינדער זענען מבעט ברבם אוודאי זענען זיי אלע חשובע אידן יראים ושלמים אבער די מציאות איז היינט אז זייער ווייניג בעסער געזאגט קיינער פון זייזענען גרייט צו זיין מסתפקים במיעוט די בעסטע פון זיי זאגן אליין מיר זענען נאר דא פאר די געלט, אבער דאס איז נאר ביי די טוטערס אבער ביי מלמדים נישט כנ"לאמאל און היינט אויךאיז א מלמד געווען און איז מעשים בכל יום נאך אלץגרייט צו באקומען די מאגערע געהאלט ער האט געוויסט איין זאך אויפציען ערליכע אידן אריינבאקן אין זיי וואס מען מידות טובות יר"ש זיי האבן צוגעלערנט לימודים וואס מען האט אפילו נישט פארלאנגט פון זיי נאר דאס האבן זיי געוואלטאון ווילן נאך אלץ און זיי זענען באמת געווען און זענען נאך אלץאן אנדערע מציאות ווי א בע"ב מען דארף נאר רעדן צו די היינטיגע 60 יעריגע אידן און אפילו 40 יעריגעוואס האבן גוטע מידות און פארגינען א גוט ווארט פאר זייעררע ערציער די געטרייע ערליכע מלמדים וועט מען שוין הערן מיט וואס פאר א נאסטלאגיע זיי רעדן פון זייערע מלמדים (אפילו פון מלחמה געליטענע) די יראת שמים און די ליבשאפט וואס מען האט דעמאלט אריינגעגעבןאבער די היינטיגע אינגעלייט, זעלטן וואס פארגינען א גוט ווארט פאר זייערע געטרייע ערציער און איז היינט א יקר המציאות.

אלזא: יעצט הייבט זיך אהן די שטותים פון קינדערגארטען אבער בעזרת השם וועט מען מגיה זיין
בין איך געקומען צו אן אויספיר איך האב שוין גארדע געהערט פון נאך אז די זאך דארף זיך טוישן אויף אינגאנצן אן אנדערע מהלך, דהיינו: א מוסד דארף ווערן א ביזנעס פונקט ווי אן אנדערע ביזנעס וואס צאהלט אין צייט און לויט די ווערט פון די ארבייט.ס'איז נישט קיין עמעזאן ביזנעס ס'איז א ביזנעס ווי מען האדעוועט אידישע קינדער לה' ולתורתו אבער פארט א ביזנעס, איז פונקט ווי ביי א ביזנעס דארף מען האבן טרעיניג פאר מען נעמט אן דזשאב אזוי אויך מלמדים זאלן זיין נישט טוטערס מיט א קאלידש דעגרי, נאר אויסגעהארעוועטע תלמידי חכמים און קלוגע לייטאון פאנשטן א קארד וכו'פעלט אוודאי נישט אויס ווייל זיי זענען בעלי אחריות און דערהויבענע לייט די זעלבע דארף געטוהן ווערן אין א מוסד דהיינו ווען איינער גיט זיך אן פאר א טוטער פאסטן צו פארטרעטן די קינדער וואס זענען נישט מצליח על פי רוב ווייל זייערע עלטערן זענען נישט מחשיב מלומדת דארף ער קומען מיט א רעזעמעי ווי ער האט געלערנט אין ישיבה און נישט ווי ער האטזיך געטרעינט פארדעם אין קאלעדש רחמנא ליצלן דהיינו ער דארף האבן געווען א געוויסע סכום פון שעות טעגליך ביי שיעורים פון תורה אין ישיבה און כולל פארשטייט זיך אויסגעהאלטענענישט צייט פארברענגער בנוגע די נושא אזויי ווי מאנכע פארשטייעןנישט פשטוועל איך מסביר זיין אז ווען איינער איז געווען א סאבסיטוט עטליכע וואכן מיינט שוין אז ער איז געאייגענט פון די ארבעטצו זיין א מלמד? קען זיין פארשטייט זיך איז דאס איז אויך א חלק וואס ער דארף האבן אזוי ווי ביי אלע אנדערע ארבעט,אבער אז איינער האט א דעגרי? מיינט עס אז ער קען מחנך זיין קינדער ? און ער זאל באקומען באצאלט טאפעלט און טריפעלט ווי א געהעריגע מלמד? א נעכטיגער טאג, ער איז א פלעינעארבעטער וואס מאכט א שיינע געהאלט אן דארפן זיכן א סייד זשאב אוןעס איז א חידוש אז מען ערלויבט איהם זיך צו דרייען צווישן קינדער, מאנכע מיט געשוירענע בערד, מאנכע מיט גרויסע קלוגע טעלעפוינען רח"ל אזוי זעהט עס נעבעך אויסוועט דער מלמד קענען טוהן זיין ארבעט בשלימות זיך אינגאנצן אריינלייגן אין די תכלית פון די קינדער, העט מען נישט געדארפט רוב פון די טוטערס וואס הרגענען אוועק די צורה פון א קלאס. זיי זאלן גיין צו בי ענד עידשאון ווי פארשטייט זיך אז דאס מיינט ארבעטן אזוי ווי יעדע ביזנעס פון 9-5 אדער 9-4 אן זיך ארויסכאפן ביי פויזע דאווענען וכו' וכו' און אזוי ווי ביי יעדע ארבעט דארף מען אויספילן א רעזעמעי צו זען צו ער איז געאייגענט פאר דעם דארף א מלמד טוטעראויך אויספילן מיט אלע פרטים ווי ער דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין א שיעור וכו' אלעס וואס פארלאנגט זיך אז א קינד זאל קענען קונה זיין פון אים תורה און מידות טובות ויראת שמים
און כדאי צו קענען דעקן די קאסטן פון די מלמדים וואס זייער וועידש פון 40,000 אלפים א יאהר שיין גערעדט וועט ארויפגיין צו מינימום 120,000 א יאהר(דאס גייט מען נישט וועלן הערן) זאל מען זיכער נישט העכערן די שכר לימוד אזוי וויי ביי די ליטווישע פלעצער אז מען זאל קענען געהעריג באצאלן דיין ארבעטערנאר עס זאל געפאנדעט ווערן דורך נדיבים בעם, אזוי ווי מען טרעפט נדבנים פאר קלאסן בנינים און אלעס ארום.

ס"ה:
די מוסדות זאלן ווערן פונקט ווי א צווייטע ביזנעס
דימוסד באצאהלן דעםמלמדזיין ווערד אזוי וועט ער האבן יישוב הדעת צו דינען השם אחד א גאנצן טאג און ער זאל קומען געהעריג גרייט צו זיין עבודת הקודש מיט שיעורים טרענינג וכו'
צו דעם מלמד זאל מען האבן די פולסטן ררעספעקט און נישט מבזה זיין און פארלאנגעןדי מלמד זאל געהעריג פאנטשן א קארד פונקט אזוי אנדערע ארבעטערס (און טיטשערס וואס לערנען אויך לימודי קודש מיט אונזערע קינדער)
די ארבעט זאל קומען מיט בענעפיטן אזוי ווי אנדערע ארבעטס פלעצער, פריי שכ"ל, באנוס ביי א שמחה, פענטשן וכדו'

פארשטייט זיך אז אזא סיסטעם גייט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן מען דארף האבן געהעריגע פלעצער ווי ס'איז דא א גאנץ יאר שיעורים פאר דעם מיט שימוש וכו' אבער די תוצאה איז ווערד די הארעוואניע און אויטאמאטיש וועט עס אויף הייבן די הערצה צו די חשובע און איבערגעגעבענע מלמדים און נישט טראכטן אז ער האט נישט געקענט מער בלייבן אין כולל איז ער געקומען אין חדר
ובשם ה' נעשה ונצליח

א שאד צו אפפרעגן ערשטע גראד שטותים מהחל ועד כלה. ועם כל זאת האב איך גענטפערט.
המשך יבוא
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום זונטאג מאי 22, 2022 11:23 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

איבערלעבער האט געשריבן:א שאד צו אפפרעגן ערשטע גראד שטותים מהחל ועד כלה.

דאס איז לכאו’ דיין מיינונג, ווילסט זיך ביטע מסביר זיין?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:א שאד צו אפפרעגן ערשטע גראד שטותים מהחל ועד כלה.

דאס איז לכאו’ דיין מיינונג, ווילסט זיך ביטע מסביר זיין?

ער איז גראדע זייער קלאר מסביר און יאנאש האט עס אויך זייער שיין צענומען, און אז דו ווילסט וועל איך דיר מסביר טאן אז פון א טעכנישע זין האט עס זילטש טשאנס, היימישע מוסדות זענען נישט קיין פובליק סקולס וזהו.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

יאנאש האט געשריבן:סארי, אבער איך דיסעגרי טאטעלי מיט די גאנצע הנחה אינעם הקדמה, און דערמיט צופאלט קאמפליטלי דיין געביידע מיינעך....
איך קען ברוך השם צענדליגע היינטיגע מלמדים און מגידי שיעור וואס זייער איינציגסטע רצון איז צו מרביץ תורה ויראת שמים זיין, און זיי זענען פיינע מסתפקים במועט וועלכע קומען זיך אויס מיט נאנט צו גארנישט נאר אטעמען דעם זכות הרבים.
די אלע אזויגערופענע ’געלערנטע’ און ’געטרעינטע’ פראפעשענעיל קאריער עדשוקעיטערס זענען דיעזע פון וועלכע מ’ליידט זיך אפ.
אודאי ברויך מען רעדן מיט די עלטערן איבערן פליכט פון מאכן זיכער אז אונזערע קינדערס מחנכים שטארבן נישט פאר הונגער, און אז מיר מוזן ארויסווייזן סיי אונזער אינטערעסע און סיי אונזער הכרת הטוב און סיי אונזער חלק השותפות מיטן געבן און געבן און געבן טיפס ווען אימער שייך.
אבער פון דא ביז ’טוישן’ די סיסטעם איז פאלג מיר א גאנג. ומצדיקי הרבים ככוכבים איז ווייט פון בטל, אדרבה עס לעבט אויף אלע באקן ברוך השם.

ס’דא אסאך זאכן וואס וועלן בעסער ווערן מיט אזא סיסטעם,
למשל אז די עקספיריענס מלמדים וועלן בלייבן, אדער אז ס’וועט זיין קאמפאטישן יעדע מוסד וועט זיכן אז זיינע קינדער זאלן קענען די בעסטע אדער זאלן זיין די מערסטע מחונך, אז ווען אלע מוסדות’ן פונעם שטאט קומען זיך צאם אויף אן עצרת זאלן זיין מוסד ארויסשטיין מיט די דרך ארץ און מסודר’דיגקייט. און אז זיינע קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין חדר, וכו’ וכו’ וכו’
”פארוואס זאל די אדמינעסטרעיטאר עס ווילן???” ווייל ס’מיינט ביזנעס, ווייל אזוי וועלן מער מענטשן איינשרייבן זייער קינדער ביי אים וועט ער מאכן מער געלט, אזוי ווי ’יעדע ביזנעס אויפן וועלט ארבעט’
און אזוי ווייטער,
די מהלך האט אסאך מעלות, און אז דו ביסט מחולק מיט די הויפט מעלה וואס ער ברענט ארויס, צעווארפט עס נאכנישט די בנין ווייל ס’נאך דא אנדערע מעלות.

אזא סיסטעם מיז נישט מיינען האבן מער געלערענטע פראפעסארן זיך דרייען אין חדר בכלל נישט, אפשר יא, אונז וועלן לאזן די בעלי בתים פונעם ביזנעס עס געוואר ווערן צו ס’העלפט אדער נישט, און ווען זיי ווייסן אז ס’האט מיט זייער טאש וועלן זיי עס זייער שנעל געוואר ווערן....
וואס ס’מיינט פאר זיכער איז אז ס’וועט זיין מער מלמדים מיט עקספיריענס און וואס זיכן די קינדער זאלן שטייגן אין -לערנען -דאווענען -יראת שמים -דרך ארץ -בין אדם לחברו וכו’

ווארעווער, מ’זאגט שוין כמעט ברכו דא סאו... וויזויהייסטעסנאר לאמיר עס איבער טראכטן.

דרייטצעך האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:סשוין דא דאס וואס איר זוכט, עס רופט זיך פאבליק סקול. ממש אלע שטריכן.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
קורץ און צום פינטל, והמבין יבין.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

וואס האקסטו אין קאפ מיט א מוסד אלס א ביזנעס?
א מלמד אלס א פראפעסיאנאל?

א אידישע מוסד איז א אנשטאלט אויף צו איינפרעגן אידישקייט אין די תשב"ר
א מלמד איז איינער וואס איז א ירא שמים וואס טוהט די ארבעט פאר דעם מוסד!

עקספיריענס קומט נישט פון א קורס! א מלמד דארף זיין פאסיג, פעהיג און וויליג פאר די ארבעט, אפגעזעהן צו מען צאלט דארט גרויסע געהאלטן!
די הסתפקות במועט פון דעם מלמד איז נישט אונזער פליכט אויסצופירען אז ס'אל טאקע אזוי זיין...!

נאר וואזשע דען? שכר לימוד און געהאלט, דארף זיין אויף א שטאפל וואס זאל זיין אז מען טרעפציך ערגעץ ביי א מיטל פונקט.

פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל אויב ווערט דער מלמד (די זעלבע איז מיט אסאך אנדערע שטעלעס) א הויכבאצאלטער ארבעטער, דאן איז די דזשאב משפה ולחוץ. אינגעלייטלעך שלא קרוי ולא שנוי וועלן איבערנאכט ווערן דעה זאגערס איבער חינוך וואס האט מער מיט די פראפעסיאנאלע וועלט איינגעלייגט. די געביגעלטע רעקלעך און געפיצטע צוגעהערן, שיינע ברילן און נאך, וועלן ווערן א נויטווענדיגקייט, ווייל א פראפעסיאנאל דארף אויך אזוי אויסקוקען.

דאס אלעס אויפן שפיץ פאנגוס פון מיין באאבאכטונג ווינקל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

לאמיר פארשטיין, וואס ווילסטו א מנהל זאל טון ווען ער טרעפט זיך אימיטן יאר אדער אפילו אנפאנג יאר אן א מלמד? קען זיין אין די גרויסע מוסדות געשענט עס נישט אבער מנהלים פון קלענערע מוסדות פייגערן פאר מלמדים, סא יעצט ווילסטו זיי זאלן נאך דארפן זיין געטרעינט אויך?

אגב, איך פארשטיי נישט פשט פון דעים ליניע צווישן טרעיניג אין קאלידזש...
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

דרייטצעך האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:א שאד צו אפפרעגן ערשטע גראד שטותים מהחל ועד כלה.

דאס איז לכאו’ דיין מיינונג, ווילסט זיך ביטע מסביר זיין?

1 ער איז גראדע זייער קלאר מסביר און יאנאש האט עס אויך זייער שיין צענומען, 2 און אז דו ווילסט וועל איך דיר מסביר טאן אז פון א טעכנישע זין האט עס זילטש טשאנס, היימישע מוסדות זענען נישט קיין פובליק סקולס וזהו.

1 איך האב יעצט באמערקט זיינע הגהות, פריער האב איך נאר געזען זיין אויספיר, סאו אונז האמער שפעטער צוריק קומען צו דעם בעז”ה

2 אזא סיסטעם איז די ווייטסטע פון די פאבליק סקול סיסטעם!! ביי א פאבליק סקול זיי וועלן ווייטער באקומען די זעלבע סאך פאנדינג אפגעזען די סוקסעס ראטע אינעם סקול
אויב עפעס פארקערט, אויב טויגט נישט וועט מען אריין גיסן נאך געלט צו עס פארבעסערן...
דא וועט ער ניצן א יעדע וועג אויפן כדיר אז זיין מוסד זאל פארן און זיין טאפ,
איך מיין אז ס’איז זונלאז צו עס צאם שטעלן מיט פאבליק סקולס,
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:א שאד צו אפפרעגן ערשטע גראד שטותים מהחל ועד כלה.

דאס איז לכאו’ דיין מיינונג, ווילסט זיך ביטע מסביר זיין?

1 ער איז גראדע זייער קלאר מסביר און יאנאש האט עס אויך זייער שיין צענומען, 2 און אז דו ווילסט וועל איך דיר מסביר טאן אז פון א טעכנישע זין האט עס זילטש טשאנס, היימישע מוסדות זענען נישט קיין פובליק סקולס וזהו.

1 איך האב יעצט באמערקט זיינע הגהות, פריער האב איך נאר געזען זיין אויספיר, סאו אונז האמער שפעטער צוריק קומען צו דעם בעז”ה

2 אזא סיסטעם איז די ווייטסטע פון די פאבליק סקול סיסטעם!! ביי א פאבליק סקול זיי וועלן ווייטער באקומען די זעלבע סאך פאנדינג אפגעזען די סוקסעס ראטע אינעם סקול
אויב עפעס פארקערט, אויב טויגט נישט וועט מען אריין גיסן נאך געלט צו עס פארבעסערן...
דא וועט ער ניצן א יעדע וועג אויפן כדיר אז זיין מוסד זאל פארן און זיין טאפ,
איך מיין אז ס’איז זונלאז צו עס צאם שטעלן מיט פאבליק סקולס,

עי' ערך גוי'אישע פרייוועט סקולס.
נאכאמאל אין אונזער אידישע וועלט וואס ישראל ערבים זה לזה איז עס נישט שייך.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

אולי וועט דאס אביסל אויסקלארן:

אמאל זענען די קינדער געקומען און געהאט א שטיקל אויב נישט אסאך פחד פונעם רבין, פארן רבין איז געבליבן בלויז משפיע צו זיין יר״ש וחסידות.
כהיום וואס די קינדער (ווייל די עלטערן) האבן א קלארן מיינונג אויף זייער אייגענע חינוך און דער רבי האט מורא פון זיין אייגענע שאטן אין זיין אייגן קלאס, בלייבט איבער גאר אסאך וואס מען דארף טון פארן קענען צוקומען צום לערנען בכלל. די ארבעט פון א מלמד היינט באשטייט פון 75 פראצענט שטעלן דער טאן אין קלאס און אולי והלואי 25 פראצענט לערנען די לימודים…
ועיין באשכול זיו התורה חדר… וואס לפענ״ד איז דאס די הצלחה פון יענע מוסד, דאס אז די טאן איז געשטעלט איידער מען קומט אריין און רובו ככלו פון די צייט קען גיין אויף לערנען.
הנלענ״ד כתבתי.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

צו געזונט האט געשריבן:אויב ווערט דער מלמד (די זעלבע איז מיט אסאך אנדערע שטעלעס) א הויכבאצאלטער ארבעטער, דאן איז די דזשאב משפה ולחוץ. אינגעלייטלעך שלא קרוי ולא שנוי וועלן איבערנאכט ווערן דעה זאגערס איבער חינוך וואס האט מער מיט די פראפעסיאנאלע וועלט איינגעלייגט. די געביגעלטע רעקלעך און געפיצטע צוגעהערן, שיינע ברילן און נאך, וועלן ווערן א נויטווענדיגקייט, ווייל א פראפעסיאנאל דארף אויך אזוי אויסקוקען.

דאס אלעס אויפן שפיץ פאנגוס פון מיין באאבאכטונג ווינקל

אויב איז דאס א שטער פאר אונזער חינוך וועט די אדמינעסטרעיטאר טון וואס ער קען צו דאס פארמיידן, כדי זיין חדר זאל בלייבן אויף א הויעכע לעוועל
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מלמדים מלמדים מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

דרייטצעך האט געשריבן: אין אונזער אידישע וועלט וואס ישראל ערבים זה לזה איז עס נישט שייך.

זיי מיך מסביר פארוואס ביטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”