בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 5:03 pm
דורך לעווי
איך האב שוין דער שמועס אסאך מאל נאכגעזאגט. יישר כח נאכאמאל שאצי.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 7:40 pm
דורך יאנאש
לעטלי שפיר איך אז איינער גייט ארום אין יעדן גוטן ארטיקל דא אין קרעטשמע און מעקט אויס מיין תגובה, גיי ווייס וואס ער האט קעגן מיר.
שאצי, עס איז א ריזיגער ארטיקל, איך האב עס געליינט בשעתו און הנאה געהאט, און איצטערט איבערגעליינט און פריש הנאה געהאט, יישר כח.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 8:18 pm
דורך זארעכפעפער
ויחד זארעך, זאגן זיי צוויי פשטים אינעם 'ויחד'. איינס, עס האט אים געשטאכן. דבר אחר, ער האט זיך געפרייט. האב איך געזען אין די אונטערשטע (משום קפידת בעלז) מפרשים, זענען זיי דאס מסביר אזוי:
ליינענדיג דעם ארטיקל, האט דער זארעך געטראכט צו זיך כזה: אויב איז דער שאץ מאץ אן אפגעמאלעטער אין דעם ענין און ער איז נאך קראנק פונעם שניט, נו, א"כ איז דער ארטיקל נישט אזא חידוש. ווייל כידוע אז בשעת ווען א מענטש איז אין א מצב פון צר און ענגשאפט, וועלן אים איינפאלן חידושים נפלאים איבער דעם ענין און מצב און וואס ער געפונט זיך, כך היא טבע בני אדם. אבער, עם כל זה, כאטש דער חידוש איז נישט אזוי נפלא דעסטוועגן דאך 'ויחד זארעך', עס האט אים געשטאכן ביזן טיפן הארצן מיט ליינענדיג דעם גרויסן שחיטה ומילה וואס אונזער שאצל איז פאראיבער נעבעך אויף זיין אייגענעם בארד. דאס איז דער ערשטער פשט אינעם 'ויחד'.
דערויף קומט צו גיין דער צווייטער פשט, וועלכער איז לכאורה מער מסתבר און בעסער מיושב, און לערנט אז ניין. אינ'אמתן אריין איז דער גאנצער ארטיקל נישט מער ווי נאך א רינגעלע אינעם גרויסן קייט פון די וועלט בארימטע שאץ ארטיקלען, וועלכער זענען שוין ברייט באקאנט אז זיי זענען ארטיקלען וועלכע ענטהאלטן הומאריסטישע רעיונות אמתיים, געצילט ארויסצוברענגען א רעאליטעט און א לימוד פאר די ליינער. און דאס איז פשט 'ויחד זארעך', זארעך האט זיך געפרייט, ער האט מיטגעלאכט און מיטגעלעבט מיטן רעיון נפלא.
יא, איך האב מיטגעדרייט מיט'ן פינגער ביים אויספיר, ווי עס הייבט זיך אן דער תי'. איך האב מיטגעשפרינגען און מיטגעזינגען מיט'ן חידוש, א שטייגער ווי די בנעי טעירע ביים רב'ס שבת תשובה פלפול, בעת ווען א שמייכל פון שמחת השאץ מאץ האט באגלייט מיין געשטאלט. ס'האט ממש געשטימט כנתינתן בשכם.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 8:47 pm
דורך זיידעניו
[מיטן ואני ניגון]
ואני אין איך זיידל,
נתתי לך גיב פאר דיר,
שכם אחד איין קלאפ אויף דיין איקסל,
וואלט טעך ווען געוואלט מיינען אז עס איז געווען א טריקענע זאך, ניין, אשר לחחתי וואס איך האב מיר אונטער געלאכט,
מיד האמורי, פון יעדע ווארט
בשאצי ובקשתי, פון מיין בעסטע שרייבער שאצ'ל וואס מאכט מיר קאטשענען פאר געלעכער פון איידיעס...
וואלט איך ווען געוואלט מיינען אז עס איז געווען א פשוט'ע שיינע ארטיקל, ניין, בעוד קברת ארץ מען דרייט זיך נאך אויף דער ערד פון געלעכטער,
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 9:36 pm
דורך אלף בית
זיידל, פאר די ואני האט זיך געלוינט שאצ'נס גאנצע פלאג און טירחה צוזאצושטעלן דעם ארטיקל.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 9:53 pm
דורך אלחנן
זיידו גוט!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 3:35 pm
דורך קעכער
שאץ כ'האב מיך נאכנישט באדאנקט, כ'האב אבער זייער האנאה געהאט, און א שכוח פאר וויכי פארן ארויפגרענגען דעם אשכול, און דורך דעם אריינגעברענגט זארעך.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2009 3:09 pm
דורך גרונם
אכטונג: די מוהלים גייען לעצטענס ווידער ארום צום עולם, און איך בעט ענק לאזטס ענק נישט אפמל'ן, זיי רעדן איין אז מען קען זיך שפארן לעקטער פוןן עפעס א נארישע קאמפאני וואס רופט זיך AMBIT וואס האט שוין אפגעמאלעט הונדערטער טפשים וואס האבן זיך געלאזט איבעררעדן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 3:41 pm
דורך אונגארישער
שאץ יישר כח פארן אהער ברענגן נאך אמאל
אזוי ווי איך בין דאך א אונגארישער האב איך מיר געראלט פאר געלעכטער צים צענטן מאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 3:44 pm
דורך סתם_אזוי
אגב: הרב מייזליש האט געזאגט אז ביז 6 חדשים רעדט ער נישט דערפון. איז שוין 6 חדשים?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 11:57 am
דורך אויפריכטיג
אוי געוואלדיג!!!
שאץ וואו ביזטו מיר ווארטן אויף נאך.
(געליינט א דאנק שמערי'ס לינק...)
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:41 pm
דורך guar
יוא איז דאס געוואלדיג איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער עס איז אזוי אמת, ליידער קען איך עטליכע מענטשען וואס זענען אזוי אפגעמאלעט געווארן מיט ריליסטעיט און בראקערידזש, לייף אינשורענס און נאך, כאאף אז דער עולם זאל שוין איינזעהן איינמאל פאראלעמאל אז מען טאר נישט ווערן פארבלענד פון די אזוי גערופענע מוהלים מומחים , און ווען עס קומט איינער מיט א מכלומרשטע גוטע דיל ווייז עם די טיר.... ווייל ווען די וועסטוך כאפען אז ער האט דיר באשווינדעלט וועט איר דיר אויך ווייזן די טיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:46 pm
דורך אויפריכטיג
לעצטענס איז דא א פרישע כוואליע פון מוהלים, דאס זענען די טעלע-קאנפרענצן און טעלע-סעמינארען וואס מאלעווען אפ דעם עולם און פארקויפן זיי לאקשן....
(ביטע נישט אריינגיין דא אין א דיבאטע איבער ווער עס טוט יא אויף און ווער נישט. עס איז נאר גוט צו וויסן אז די חברה זענען דא צו מאכן געלט, והבוחר יבחר בדעתו.)
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:59 pm
דורך והוא פלאי
איך האב געמיינט אז דאס איז גראדער'ס קעפעל אויף די וואכידיגע סדרה
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:10 pm
דורך פאקטיש
הרב אויפריכטיג, דיין גראסערי מאן איז אויך דא צו מאכן געלט!
איז וואס אז ער וויל מאכן געלט (קנאה ארויס), עס ווענדט זיך אויב מגיט איבער גוטע אינפארמאציע ביי די קאנפרענצן.
פונקט ווי סאיז דא ביכער מיט אינפארמאציע מעג עס זיין אין פארם פון א טעלע-קאנפרענץ.
די מוהלות איז געווענדליך ביי אזעלכע וואס גיבן דיר איבער א 'סוד' פון א ביזנעס צו מאכן געלט, די סוד פארבלייבט א סוד....