Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויאזוי מַל'עט מען אפ א שטאט?.....

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 1:52 pm

אן קיין הקדמות.....

ס'איז מיר אלץ קשה געוועהן, דער אנגעפאשעטע אפגעריסענע פאר'תאוה'טע גוי, דער וועלטס שוטה דער שכם בן חמור, האט זיך אריין גענומען א משוגעת אין קאפ אריין, און זיך פארגלוסט צו באקומען די סאמע הייליגסטע אויף די וועלט, די בת יחידה פונעם מובחר שבאבות יעקב אבינו, און די גאנצע שטאט שכם עולם גולם טאנצט מיט?, יעדער לאזט זיך שניידן שטיקער פלייש, ווייל, שכם וויל חתונה האבן..., ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס,

האט זיך טאקע די גאנצע שטאט געלאזט ווי נערנים?
איז יעדער געשטאנען אין רייע צו ווערן פארשניטן?
יעדער לאזט זיך שניידן אן אייגענע בענעפיטן?

איך זעה אבער וויאזוי די וועלט ארבעט, ווערט מיר צוביסלעך קלארער דעם בילד, ס'איז געוועהן דשולוועי, עמוועי, מאלעלוקע, שעקלי, און איצטערט מיט גאטשי....

לויט אזא מהלך האט פרשת שכם געארבעט אזוי, מ'האט יעדן איינוואוינער פון שכם געגעבן א עקסטערע זמן, ווען ער זאל ארויף קומען אין שטאטישן אפיס צו מאכן גאר גוטע ביזנעס....

דער ערשטער קומט ארויף, נא? לאמיר זעהן די ביזנעס?, פאר וואס ווען ווי, כאפן אים אן אפאר איינגעשטעלטע און.... מ'מל'ט אים אפ....

ער קומט ארויס, ער לויפט אראפ די סטעפס, ער טרעפט אן דעם צווייטן וואס איז יעצט אויף וועג ארויף צום שטאטישן אפיס צו זיין צייט מאכן ביזנעס, דער צווייטער פרעגט דעם ערשטן, זאג נאר ס'איז טאקע גוטע ביזנעס?, ס'לוינט זיך?....

דער ערשטער טראכט ביי זיך, זאל איך אים זאגן אז מ'האט מיר סתם אפגע'מל'ט, ניין, כ'וועל דאך אויסזעהן סתם ווי א לאוזער, זאגט ער פארן צווייטן, יא!!!!, ס'איז א גוטע ביזנעס, כ'זאג דיר גיין אריין ס'לוינט זיך, איינס און א גוטס....

דער צווייטער קומט אריין, נא?, כ'הער ס'איז א גוטע ביזנעס, לאמיר הערן תכלית, די אפיס איינגעשטעלטע לאזן זיך צו מיט א אימפעט, וצונו על המילה, א מל'ע אפ און ארויס....

דער צווייטער גייט ארויס אינגאנצן צומישט, ס'מוז זיין אז נאר מיר האט מען אפגע'מל'ט, איך בין דאס אייציגסטע, ווייל ווען נישט וואלט מיר דער ערשטער געווארנט נישט ארייין צו גיין אהין ווייל מ'מל'ט אפ דעם עולם...,

דער צווייטער טרעפט אויפן סטעפס דעם דריטן, דער דריטער פרעגט דעם צווייטן, זאג נאר, ס'איז טאקע אזאנע גוטע ביזנעס?, דער צווייטער ענפערט מיט א זיכערקייט, שאאאר זיכער, גיי נאר אריין אהין כ'מיין אז ס'לוינט זיך, און טראכט ביי זיך אויב שוין יא אפגע'מל'ט, זאל כאטש קיינער נישט וויסן,

דער דריטער קומט אריין עודך, ווי איז ביזנעס, נאדיר א ביזנעס, א מל'ע אפ, א שטופ ארויס, דער דריטע זאגט פאר פערדן אז ס'איז גוט, דער פערדער זאגט פארן פיפטן ס'לוינט זיך די ביזנעס, און זוי ווייטער.

סך הכל האט מען אפגע'מל'ט די גאנצע שטאט שכם, און יעדער האלט עס ביי זיך פאר א סוד, און מיינט אז ער איז די אייציגסטע אפגע'מל'עטער....,

ראי' לזה, די גאנצע שטאט שכם ווערט קראנק אויפאמאל, וואלט דאך געדארפט ווערן א שטורעם, אפשר דרייט זיך ארום א מחלה, מ'דארף דאך דאס אויספארשטן, פארוואס זיצן די שטאט באמטע מיט ליידיגע הענט?, די קראנקע מענטש האבן דאך משפחות, זיי וואלטן געדארפט מאכן א שטורעם אז עפעס א עפעדעמיע דרייט זיך אין שכם,
אלא מאי, יעדע אפגעמל'טע האט גאנץ גוט געוויסט די סיבה פון זיין קרענק, ווייל אז מ'מל'ט זיך אפ ווערט מען שוואך, נאר, יעדער האט נעבאך געמיינט אז ער איז דאס איינציגסטע אפגע'מל'טע...., האט ער דאס געהאלטן פאר א סוד, איי דער שכן איז אויך קראנק, דער שכן האט דאך אויך נישט פארציילט פאר קיינעם אז עפעס איז מיט אים, בקיצור יעדער איז אפגע'מל'ט און מ'מיינט אז מ'איז די איינציגסטע אפגע'מל'טע.....

יעצט וואס, מ'ווייס מיר שוין וויאזוי מ'מל'ט אפ א שטאט,
פונקט אזוי געשעהט טאג טעגליך, מ'רופט צוזאמען א אסיפה פון 20 אינגעלייט, מ'לייגט פאָר די געוואלדיגע ביזנעס, ווער ס'לייגט איין נאר 1500$, קען ווערן א מעמבער, און איין מעמבער ברענגט דאס צווייטע ווי א בוים, און אזוי נאך 3 חדשים ווערט ער א עושר איבערנאכט, עולם גולם לייגט איין געלט, מ'לאזט זיך אפ'מל'ען און מ'גייט ארויס....

מ'גייט ארויס אין די גאס מ'וויל דאך נישט פארציילן אז מ'איז געווארן אפגע'מל'עט, דרייט מען זיך ארום פון מעכל צו רעכל, וואס רעדסטע כ'זאג דיר ס'לוינט זיך, מ'מאכט שיין, מ'פארדינט גוט, גיי אריין דערון וועסטו זעהן ס'האט זיך געלוינט,

דער צווייטער נער לייגט איין 1500$, מ'זאגט הויעך וצונו על המילה, אפגע'מל'עט און ארויס, דער צווייטער טראכט איך זעה דאך מיין חבר שיינט פון גליק, מסתמא מאכט ער טאקע געלט, נאר איך בין די איינציגסטע נער וואס מ'האט סתם אפגע'מלט'עט, זאל איך מיין נערנות פארקויפן אין די גאס, אָהנאָה, דרייט ער זיך ארום מיט א שמייכל און זאגט די זעלבע ווי זיין חבר, הע ס'איז איינס און א גוט'ס נו כ'ווייס וואס איך רעד, ס'לוינט זיך אריין צו גיין, מ'מאכט ממש עפרות תבל אזוי כלאחר יד, און אזוי קומט אריין דער דריטער, דער פערדער, דער פיפיטער, און זוי ווייטער,

סך הכל, יעדער ווערט אפגע'מל'ט, נאר מ'האלט דאם סוד ביי זיך, און מ'פארציילט נישט פאר קיינעם אז מ'איז געווארן אפגע'מל'עט,

אט אזוי מל'ט מן אפ א שטאט......

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:25 pm

הערליך אראפגעלייגט, אט אזוי האט מען טאקע אפגעסמאליעט א גאנץ שטאט!

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:54 pm

WOW WOW WOW, מעכטיג, ריזיג, און הערליך אראפ געלייגט, יישר כח.

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:27 pm

פטשי הא

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:41 pm

ריזיג אראפגעשטעלט
ווי אזוי איינעם געפעלט
נארט ער אפ א וועלט
נעמט פון זיי געלט
און יעדער ביי זיך אין געצעלט
טראכט נישט אז יענעם אויך פעלט.

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 6:08 pm

יוי ביזטו גוט, האסט אפגע'מל'עט די גאנצע מל"מ ביזנעס מיט איין שאץ...

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 6:48 pm

שכויח שאצל פאר דעם געלונגענעם זאצל..

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 9:34 pm

איך האב שוין היבש אסאך ארטיקלן פון דעם שאץ מאץ געליינט, אבער הפעם אודה - איך האב ממש מיט טרערן פון געלעכטער געוויינט!

דאס איז מעכטיג, ריזיג, און אזא שטארקע דערהער, וואלט געפאסט דאס פארצוליינען ביי א פורים טיש - איך קלער.

מיטוואך אוגוסט 20, 2008 10:05 pm

נא..נא...
זייער גיט....
איך ווארט שוין אויפען נעקסטען ארטיקעל..

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 4:59 am

שכוח שאץ זייער גוט אראפגעלייגט

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 8:51 am

שאצי ;l;p- ;l;p-

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 9:03 am

שאצל, איינס אין די וועלט!!! א ריכטיגע שאצישע ארטיקל!

איך זוך נאך די פאסיגע ווערטער אויסצודרוקן ווי אזוי איך פול יעצט, באגייסטערט, פרייליך, אינטרעסירט, אויף געקלערט, אנגעזעטיגט, פארוואונדערט, וכו'....

יישר כח פארן מהנה זיין.

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 11:50 am

שאצל געוואלדיג!

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 11:54 am

זאג נאר שאצמאץ האסטי געקויפט גאטשי?
ביסט געווארען אפגעמלעט יא צי ניין?
אויב זאגסט נישט אויס שאג איך אויך נישט

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 12:21 pm

ביסטו טאקע דער איינציגסטער מענטש וואס האט די דרייסט ארויסצוקומען און מודה זיין אז יא! מ'האט מיך אפגע'מל'ט?...

שאצל, מעכטיג גוט אראפגעלייגט. עז יוזשעל, די ביסט בעסער ווי גוט!

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 1:13 pm

שששששששששששששששששאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאצצצצצצצצצצצצצצצצצצצצי פאצי, דו ביסט דאך וואן אוו א קיינד, כאזעך אזוי געווארפן, אזש דאס בענקל אינטער מיר האט זיך שיער צובראכן, נאכאמאזעל ס'שטייט אויף פיר פיס.

יישר כוח.

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 1:19 pm

גויאישע קעפ. ביי יודען וואלט אזא זאך קיינמאל נישט געשעהן.

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 1:56 pm

שאצמאץ געוואלדיג גוט ארויסגעברענגט, זייער גוט אראפ געלייגט די מעשה פון שכם, און פארשטייט זיך אז מיר האבן הנאה געהאט.

גיי אן מיט דיין געוואלדיגער ארבעט.

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 3:31 pm

זעליג האט געשריבן:גויאישע קעפ. ביי יודען וואלט אזא זאך קיינמאל נישט געשעהן.



ליידער ליידער זעהט מען אז יא! :-(

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 10:02 pm

וועלכע סדרה גייט די וואך? וישלח?

כ'מיין אזוי זיך אריין גערוקט דא ?וואלטס עס ווען געדארפט מאכן פאר א דרעפט.
נאר וואס דען עס איז א גוטע ארטיקל האסטו עס געמוזט שרייבן,
אויב אזוי האב איך עס געמוזט ליינען,
האב איך דאך הנאה געהאט,
אויב אזוי מוז איך זאגן שכוח.
קיפ איט אפ.

מאנטאג אוגוסט 25, 2008 1:53 pm

שאצי עגעין? יו דיד איט.
עס איז ריעל שאצ סטיל.
בד"וו אזוי בין איך אנגקומען אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט.

דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:21 pm

זייער שיין שאצ'ל, א גרויסן שכוח.

מאנטאג דצמבר 08, 2008 4:36 pm

צי די וואכעדיגע סדרה ברענג איך ארויף דעים אשכול.

(שאצל, כאמעך נאכנישט באדאנקט פאר דעים, דא האסטע, שכוח)

מאנטאג דצמבר 08, 2008 4:42 pm

יישר כח וויכי פארן ארויפברענגען...

נישטא קיין ווערטער אין מויל פאר שאצי, גאר גוט צולייגט די זאך, חזק ואמץ...

מאנטאג דצמבר 08, 2008 4:56 pm

שאצי די האסט מיר דערמאנט, ר' לייבעלע בערקאוויטש פורים שנת תשמ"ו ביים ברך משה'ס טיש ;l;p-
שרייב א תגובה

Advertisement