מיין קאנטרי?..... דאס בעסטע....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

מיין קאנטרי?..... דאס בעסטע....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מיין קאנטרי?..... דאס בעסטע....

א גרויסע קאנטרי ביהמ"ד וואס איז סטאנצירט אין א צענטער, ווערט אטאמאטיש א צענטער פאר כל מיני מענטשן פון כל מיני קאלירן שיכטן און קרייזן, וואס טרעפן זיך צוזאמען ביי איין גלאז קאווע און מ'שמיסט....

וואס שמיסט מען?, וועגן די באנגעלאו קאלאני, יעדער פראבירט מסביר זיין די חסרון פון זיין קאנטרי פאר א מעלה,

שטייען 10 – 12 מענטשן אין א קופקע און מ'שמיסט געמיטלעך, און פלאי פלאים, יעדע חסרון ווערט אויסגעשמיסט און נתברר פאר א מעלה, לייגט'ס צו דעם אויער און הערט'ס אויס דעם שמיס.

ראובן: ביי אונז איז מורא'דיג גוט, ס'איז אויסגעשטעלט אלע באנגעלאו'ס ווי א ח', סאו ווען איך קום ארויס פון מיין באנגעלאו זעה איך גלייך יעדן ווער ס'איז אינדערויסן און ווער נישט, כ'האב אפילו נישט קיין ביימער וואס בלאקט מיר, די ביימער זענען אין די בעק פון די באנגעלאוי'ס אזוי אז איך דארף א שאטן גיי איך אין די בעק.

שמעון: ביי אונז זענען די באנגעלאוי'ס אזוי צוזאמען צוויי שורות, סאו מיין באנגעלאו איז נישט ווייט פון מיין שכן קעגן איבער, מיין ווייב האט עס ליב, ווייל ווען איך פאר אריין אגאנצע וואך איז זי נישט לאנלי.

לוי: איז די גאנצע קאלאני אויף א בארג, סאו ווען ס'רעגנט ווערט גלייך טריקן, די וואסער רינט אראפ, ס'איז קיינמאל נישט מאראסטיג,

יהודה: איך האב מורא'דיג הנאה אז איך בין נישט אין פלוני'ס קאלאני, מיין קאלאני איז אביסל ווייט פון די סטאר'ס, איך האב ליב צו וויסן ווען איך בין אין קאנטרי בין איך דא, נישט איך בין יעדע מינוט אין די סטאר'ס, און ווען מ'פארט פארט מען, איך האב נישט ליב צו מיקסן די צוויי זאכן.

יששכר: מיין קאלאני איז זייער גוט, ס'איז לעבן אלע סטאר'ס ממש מ'קען גיין צופיס, אזוי אז מיין ווייב וויל עפעס איינקויפן, איז אלעס דא אויפן פלאץ, זי קען גיין אליין איך דארף נישט דרייוון, איך זיץ מיך רואיג אין קאנטרי און פארטיג.

זבולין: ביי אונז איז דא זייער א גרויסע קראוד, בערך 150 באנגעלאויס, ס'איז מורא'דיג גוט, ס'איז אייביג דא מיט וועמען צו רעדן, ס'לעבט זיך אייביג, און מ'טרעפט אייביג א קופקע אין סיי וועלכע טעמע, און ס'איז אפילו פרייוועט, ווייל אין א גרויסע קאנטרי האלט מען נישט קאפ אויף יעדן איינעם, ביי מיין חבר'ס קאנטרי איז אזא קליינע קאנטרי יעדער קען זיך ס'איז אזא טשאלענט מ'ווייסט פונקטליך וואס טיט זיך ביי יעדן.

דן: ביי אונז איז קוים דא 30 באנגעלאויס, ממש א מחי', כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט קיינעם, קוים דרייסיג מענטשן, ס'איז שטיל ס'איז רואיג, קיינער מוטשעט נישט, איך קום ארויס סוף וואך, כ'וויל נישט טרעפן קיינעם, ביי מיין חבר טוט זיך אלץ אויף טיש און אויף בענק, משוגע צודרייט 150 מענטשן אין קאנטרי?, ס'איז דאך פונקט ווי אין שטאט.

נפתלי: אונזער קאנטרי איז ממש אויפן מעין ראוד, ס'איז זייער באקוועם, מ'קומט ארויס ביינאכט, כ'דארף נישט דרייוון אין די טונקעלע שמאלע גאסן, אויף די מעין ראוד איז אייביג ליכטיג, סאו איך האב נישט מורא ביינאכט צו דריוון ווען איך בין מיד.

גד: אונזער קאנטרי איז אויף אזא שטילע געסל, ס'איז ממש א מחי', כ'דארף נישט מורא האבן אויב מיין אינגל גייט ארויס, ס'פארט דארט דורך א קאר קוים איינמאל א יובל, ביי מיין חבר ציטערעט מען יעדע מינוט צו א קינד איז נישט ארויס געלאפן אויפן מעין ראוד, די געיט מוז זיין פארשפארט 24 שעה ווי א תפיסה.

אשר: די מענידשער ביי אונז איז א גוי, א אלטע באטשי, כ'געב אים א צענער ער טוט מיר וואס איך דארף, ווען איך האב נאר עפעס צובראכן אין באנגעלאו, פיקסט ער מיר דאס אין נאו טיים.

יוסף: ביי אונז איז דא א מענדישער א היימישע אינגערמאן, א נחת צו דילן מיט אים, ער פארשטייט וואס מיינט א משפחה מיט קינדער, ער האט דאך אליין א משפחה, אז מ'דארף צולייגן נאך א סינק, ווער נאך ווי א היימישע אינגערמאן פארשטייט, כ'האב א חבר וואס דער מענידשער דארט איז א גוי, ער מאכט אזעלכע צרות, אז מ'לאזט אן דעם געז רענטש גאנץ שבת ווערט ער משוגע, אז מ'גיסט צופיל נעגל וואסער רעגט ער זיך.

בנימין: כ'האמיך א פריוואט הייזל לעבן קעמפ שישו ושמחו....., ס'איז א נחת, ממש דעי וועלט אין יענע וועלט, כ'האב דעם קעמפ לעבן מיר ווען איך דארף מנין - מקוה גיי איך אהין, און איך זיץ מיך אינדרויסן פון קעמפ ס'איז ווערט אלע געלטער,

מנשה: איך פאר נישט גאנץ זומער, איך פאר נאר עטליכע וואכן אין קעמפ שישו ושמחו, מ'געט צועסן דריי מאל א טאג, מיין ווייב דארף נישט קאכן, ס'איז דא אסאך קאמפעני ס'איז זייער גוט, כ'האב א חבר, ער האט א הויז לעבן דעם קעמפ, ער מוטשעט זיך געפערליך אפ, ער דארף נעבאך אליין קאכן, קאנפעני האט ער נישט ווייל ער איז אינדרויסן פון קעמפ, סאו זיין ווייב קומט קיינמאל נישט צו די סורקיל.

אפרים: מיין קאנטרי איז דאס בעסטע, איך בלייב אין שטאט...., די גאסן ליידיגן זיך אויס, אין ביהמ"ד איז רואיג, שא שטיל די גאסן, פרייטאג איז די מקוה נארמאל, איין זאך פעלט מיר טאקע, די מאסקיטאס..., כ'האב שוין געבעטן א חבר זאל מיר ברענגען אפאר שטיק אין א באטל, אזוי זאל איך האבן עכט קאנטרי...., מיינע קינדער האבן פאן אין חדר, און נאך חדר אויך, שבת, איז נאך אסאך בעסער, ביי אונז אין שול שטעלט מען זיך דאווענען שפעטער, נאכמיטאג שפאציר איך אין די גאסן, ס'איז א מחי',

נו? וועלכעס איז די בעסטע?......

וואס הייסט וועלכע.....
מיין קאנטרי......................
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

וועכע פון די 12 גלייך איך ס'בעסטע? העעעי איך גלייך אלע!

סאו דיפלי טראָ! עס איז דא צויי זאכן

1. אלס מיינט מען - אז יענעמ'ס גראז איז גרינער, אין יענעמ'ס הוט איז מער פלעקיג.
2. אלס האלט מען, אז די דעסיזשען וואס ער האט געמאכט איז ס'בעסטע.

סאו בעסיקלי שאץ; ברענגסטו דאס ארויס אין זייער א שיינער אנאליז וואס מיר גראדע איז זייער געפאלן.

אבער אייסטעך יעדער איז א אנדערער נאטור, סאו איטס אימפאַסיבעל, אז יעדער זאל זיין צופרידן מיט די זעלבע, העייי ווען יעדער קען ווען זיין צופרידן מיט די זעלבע זאך, וואלט דאך יעדע קאנטרי געבויעט געווארן אויפן זעלבן סטייל, נישט אזוי? אלא מאי יאנקל? מוז זיין אז איינער האט ליב א פריוואט הויז, אין יענער האוט ליב א האָטעל מיט כל'ערליי מענטשהייט.

זייער שיין! שכח. - איך ברויך שויניש קיין טשאָלענט פאר היינט, איך בין זאַט.

~~~~
ביידי וועי, איך וויל דיר נאר זאגן דא; דו הערסט? דו זאלסט בעסער שרייבן אָפטער ווייל איך גיי פאר דיינע סטייל ארטקילן. איים סימפלי גאווינג פאָר איט.
טענק יו- מעען,
דאונט מעק ביט-ווין די ארטיקלען עי ספעען,
דזשאסט בלאו ארטיקלען לייק עי פעען,
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך האב נישט געוואוסט אז איך בין אין די זעלבע קאנטרי פון שאץ מאץ.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

שאץ מאצ גענדיגט! איך גיי מיר מער נישט מוטשען און אויסרייסן מיינע קישקעס יעדן טאג צו טרעפן די ריכטיגע דיבורים זיך צו באדאנקן פאר דייענ זאפטיגע ארטיקלן, פערטיג! פון היינט און ווייטער יעדע מאל איך ליין דיינס ארטיקל און כאב הנאה גייט זיין אזוי,

שאצל יש"כ האסט מיר מהנה געווען, היינט ווי נעכטן.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שאץ, א שיין זאפטיג און אמת'דיג ארטיקל א גארדזשעס דאנק.
באמת, א יעדער איד צו וואו זיין שורש טוט געהערן
אהין טוט ער געפירט ווערן
און פון אויבן טוט מען באשערן
דאס איז די בעסטע זאל ער קלערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיין שאצ'ל?... די בעסטע...!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאכט זיך אז דער קעפל דארף געליינט ווערן מיט ר' ברוך אייזנבערג ע"ה'ס שטומע פון "מיין סחורה" הידוע אויף די "לכל זמן" טעיפ ודו"ק.

איבריג צו זאגן אז שאץ-מאץ האט ארויס דעם ענין פון די קאנטרע, אלע מעלות און אלע מעלות (וואס?), עס איז דאך נישט מער ווי נאטורליך אז א מענטש צאלט פינף אלפים פאר א כאטקע וואס שטייט אויף צוויי הינערנע פיס אינמיטן א מדבר שממה, זאל ער כאטש זיין צופרידן פון זיין באשלוס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

והארטיקלעך פרו וי'שאצי וירבו ויעצמו במאד מאד!

איך האב געבעטן מיין חבר זאל אריינלייגן אפאר שאצער ארטיקלעך אין א באטל, למען יעמדו ימים רבים למשמרת.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שאצער, יו נעווער סיעם טו אמעיז מי, יישר כח.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מיין קרעטשמע איז די בעסט, ס'איז דא דארט ארטיקלען פון סיי וועם, איך קענעס ליינען ווען איך וויל, און יא, ס'איז אויך דא דארט ארטיקלען פון איינעם ש"ץ, און ער לאזט נישט נאך, ער ווארפט אריין וויפיל ס'לאזטצעך, און איך האב הנאה.

יישר כח.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שאצי, יו אר אלוועיס גוד. דיין ארטיקל איז ווערד אסאך געלט. כ'זאג דיר נאר.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מיינסט אז ווען דו לייגסט ווען צו אברהם, יצחק, יעקב, משה וכו' וואלטן זיי ברוגז געווען?...

קוק שוין מ'געט אים די צוויי הענט פלאס צוויי פינגערס פון די פיס און ער איז נאך אלץ נישט צופרידן...

איך האב זייייייער הנאה געהאט, יישר כח.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך קען נישט גלייבן אז איך האב פארזעהן א שאצירישע ארטיקל. יישר כח טריאו פארן ארויף ברענגן.

איך האב נישט קיין ווערטער, אזוי ווי אלעמאל האלט איך אז ס'בלאנגט אין סמעטענע זעכרוינע ליווראכע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

האמת אגיד, שוין געהערט דערפון א צייט צוריק, אבער האב איך עס געליינט,
און הנאה געהאט, יא איך האב מיך געטראפן אונעם ארטיקל, איך געדענק נישט פונקליך וועלכע נאמען, לכאורה ברוך, נישט אזוי?
און נישט מאר מיך, נאר א סך פון מיינע חבירים אויך.
שכוח
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

שאץ בעסער ווי גוט.
איין זאך זעהט מען ליכא מילי דלא רמיזי באורייתא, די שבטים זענען שוין געגאנגען אין דותן (קאנטרי).
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'קומט שוין באריכטן אז די קאנטרי'ס זענען שטארק מאראסטיג היי יאר,
נו אז מ'זיכט א מעלה פאר דעי חסרון, ווער האט?
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

דאס איז א שאץ-מייסטער ארטיקל, כאב געלייענט, געשמייכלט, און הנאה געהאט פארן אזוי גוט ארויסברענגען דעם שעבוד וואס יעדער האט צו זיינע געפילן אין צו זיין געלט. יאפס, מיר אלע קוקן אזוי אויס..
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וואס הייסט א מעלה פאר דעם חסרון? כ'בין נעכטן געווען אין די קאנטרי און כ'האב מיר געשפירט ווי אינמיטן ווינטער... מ'האט געדארפט ארויס שטופן דעם קאר פון שניי... אופס... פון מאראסט...
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

ther is a malla: when its windy its not flying send in the eyes
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מאצעל, דאס אז די שרייבסט פיין ווייסטו דאך, סאך גרעסערע פין מיר האבען עס שוין מעיד געוועהן,
אבער א שכוך דאס יא!

כאב זייער הנאה געהאט..
מיר קענען ניצען נאך
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

את חטאי אני שאץ'קוק! (א בליק פון שץ מאץ...)

איך האב דעים אשכול באגעגענט, און מיט א דורכלויפענדע מחשבה אפגעמאכט אז גענוג מיט די אלטע ארטיקלען, מיר דארפן טשענטש.. נייע!! איז אזוי א בונד אפגעמאכט געווארן צווישן מיין אויגן און מוח, אז "אים בחדש נולד הישן.. אויש!! וואס רעד איך דא??.. הערסטו? אויב איז דאס א נייער ארטיקל? איז יאלא.. גיימיר ליינען אין הנאה האבן, אבער אויב ווי געווענדליך(לייען: אלטע) וועט זיך באווייזן, איז דער בעק קנעפל רעדי פאר מיין באנוץ.. אין ס'מיינט עטץ?! אן אלטער בחור האט מען זיך באגעגנענט,

איך טראכט אזוי יא ליינען.. נאא.. מ'האט דאך עפעס אפגעמאכט, אבער שטייציך די נייגער האט געזיגט, און מיט א שנעלע מיטונג איז געבליבן מ'גייט ליינען צוויי שירות, אויב איז עס גוט מילא, אבער אויב פארקערט וכו'

איך זאג ענק!.. איך דארף שוין נישט זאגן, מיין איך! יא? די ווייסט שוין אליין.. איך האב אויסגעליינט פון דעקל צו דעקל, און ס'געווען מער ווי אינטערסאנט!
שקויעך ר' שאץ.. 
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יא פארפאלען מיין קאנטרי איז די בעסט נאר א דאנק שאצי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

סימיר גוט!!!!
דער עולם שיקט עס מיר ארום אויף אי מעיל.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

מיין קרעטשמע איז די בעסטע קאנטרי, מיר האבן א שאץ מאץ וואס איז אונז שטענדיג מהנה...
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

דאס איז מעכטיג אראפגעלייגט, שכוח שאץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”