פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

דרייט זיך דער קליינע מאסקיטאו ארום מיט א תאוה פון בייסן. וואס פארשטייען מיר קליינע מח צו די תאוה. נו ער פארשטייט ניש צו די תאוה פון געלט. יעדע בעל חי האט זיך זיין תאוה.

צוריק צו אונזער מאסקיטאו. דרייט ער זיך אזוי ארום. מיטן בייס אין מויל ניש האבענדיג ווי עס אויס צו געבן. אזוי פליט ער ארום פון איין פלאנעט צו צווייטען. אבער קיין ערגעץ פילט ער ניש אז אט דא וויל איך בייסן.

ווען איין טאג טרעפט ער זיך אין א וועלטל וואס דארט איז דא אסאך לענדער וואס ביי אונז הייסן די לענדער מענטשן.
אזוי הייבט ער זיך באקוועם צו מאכן די וועלטל צווישן מוישי לאנד און זאבי לאנד אביסל ארויפציר איז געווען פנחס לאנד. בקיצור נאך אסאך לענדער מיט אזעכע מאדנע נעמען פאר אים.

און נאך אזוי ארום פליענדיג עטליכע וואך. און שפאנירן ווי די בעסטע לאנד אריינצו בייסן איז. האט ער אפגעמאכט. קוק אהער פנחס לאנד האט ניש צופיל מיט די אנדערע לענדער. מילא היכסנס העט ער זיך נאר מוזען קריגן מיט איין לאנד. און אזוי א וואך פאר די צייט פון צוגיין גיבן די בייס. האט ער שוין יעדן טאג געקומען אביסל נענטער און נענטער. א טאג פארדעם האט ער גענומען די קוראזש און געגעבן א טאטש פאר פנחס און אפגעצויגן. זענדיג גארניש פאסירט ניש האט ער אפגעמאכט מחר יהי האות הזה.

מארגען צום באשטומטן צייט. גייט ער צו צום פנחס לאנד. און רוקטסעך צוביסלעך אריין און די הויפט שטאט הענט. אבער אינמיטן באמערקט די מאסקיטאו ווי א ריזיגע דורכזיכטיגע וואפן (פלעסטיק קאפ בלעז) כמעט אזוי גרויס ווי א שטאט אדער אפילו גרעסער ווער ארויפגעפירט העכער אים. ער גרייטסעך אויף די לעצטע מינוטן. אבער און די לעצטע רגע האט ער זיך ארויס געווישט. אזוי איז ער אוועק געפלויגן צוזאמען מיטן ביס. אפמאכענדיג ביי זיך מער ניש. כ'בין משוגע וואס איז געווען מיין פלאן אריינצובייסן אין אזא גרויסע לאנד.

אבער נאך א וואך האטסעך דער תאוה נאכאמאל געשטארקט. און די מאסקיטאו איז צוריק אויפן יאכט. די מאל האט ער אפגעמאכט אז זאבי לאנד איז זיין אדרעס. ער האט אסאך חברים אנדערע לענדער. זעט אויס איינער וואס האט ניש קיין חברים האט מער צייט און כאפט אויף שנעלער. זוי הייבט ער אן נאך צוגיין זאבי צו אויפכאפן ווען ס'איז א גוטע צייט. נאכן ארויסהייבן זאבי לאנד'ס גאנצע סטארטעגיע הייבט ער אן זיין מלאכה. די ערשטע זאך הייבט אן ער זיך ארום צוקוקן צו ס'איז דא ערגעץ די ריזיגע שוידערליכע וואפן וואס איז דורכזיכטיג. און ווי נאר ער זעט אז קיין ערגעץ אין די זייט וועלטל פארמאגט מען ניש אזעכע וואפן גרייט ער זיך צום בייס.

ער הייבט אן קומען נענטער צו לאנד נאך נענטער. ווען מיטן הערט א גרובע קול ארויסקומען פון א ריזיגע הייל (מויל בלעז) מער אויבן פונעם לאנד . ער הייבט אן פאכעצן. ווען אינמיטן זעט ער אז א אנדערע לאנד איז געקומען צו הילף. און באאאם די גאנצע חלק וועלט ארום די לאנד האט באנומען א טינקל. די מאסקיטאו הייבט פליען אהער און אהין. ניש וויסענדיג וואס נעקסט איז. ווען אינמיטן זעט ער פון ערגעץ א שטיקל לעכטיגקייט ער קוקט ארויס זעט א פרייע וועלטל.

און דא איז ער געקומען צום באשלוס. כ'גיי מיר צוריק לחיים ולשלום פון ווי איך קום. און אזוי דרייט ער זיך ארום א חודש צייט. נאכן עטליכע מאל ארויפקומען אויפן מחשבה נאכאמאל צו טרייען צו בייסן. און זיך אליין צו באשרייען וואס איז מיט דיר.

אבער נאך א חודש איז אים נאכאמאל ארויפגעקומען די תאוה. ער טראכט יא ניין ער מאכט אפ ביי זיך די מאל גייט מען גיין מיט מער שכל. אזוי פליט ער צוריק צום מענטשן וועלטל. ווענדנדיג זיינע טריט צום לאנד טובי'. ער הייבט אן שפאקלירן ער ווייסט שוין מער וואס צו קוקן. ערשטענס די דורכזיכטגע וואפן טאר זיך אין געגענט ניש געפינען. צווייטענס ס'מוז זיין אינמיטן טאג. דריטנס א עווירזש לאנד ניש אסאך חברים און ניש ווייניג. און ער קומט צו טובי. אפמאכענדיג ביי זיך ווען די תאוה ברענט אים ווי קיינמאל ביפאר. אז דא גייט מען גיין א צוויי.

אבער דא האטסעך געמאכט א שטיקל פראבלעם. ווילנדיג אריינבייסן אינעם שטאט פוס באגעגענט ער זיך מיט שטארקע שווארצע ריזיגע מויערן. (שיך בלעז) אן קיין וועג אריין. ער הייבט אן ארום פליען די מויערן אלע זייטן טרייט צו דורך לעכערן אבער דער רירטסעך ניש.

ווען אינמיטן באמערקט ער די שטאט הענט. אבער נע. ווי ס'קוקט אויס איז דעיס די הויפט שטאט. די גאסן זענען א גאנצן טאג ביזי.

ווען אינמיטן באמערקט ער א קליינע שטעטלע מיטן נאמען אויער. ער קריכט אהין און יא מיט איין נצחון געט ער א בייס ארויס די בייס פון וואס ער טראכט און תאוה'ט אזוי לאנג. געבנדיג אויס זיין תאוה אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם.

ער פליט אוועק אביסל אבער גענוג נאנט מיטצוהאלטן וואס דא גייט פאסירן.

און אט דאס וואס ער באמערקט ווי די ריזיגע שווארצע מויער(פוס בלעז) גיבט זיך א טרייסעל. די גאנצע הויפט שטאט הענט קומט צו הילף. צו אפרייניגן די אטאקע פונעם אירע דערנעבנדיגע שטעטל. די ריזיגע הייל (מויל בלעז) וואס האט פריער ארויס געגעבן א קול האט שוין יעצט ארויס געגעבן שוידערליכע קולות. בקיצור די גאנצע לאנד איז איבער געדרייט. און פון שרעק איז די מאסקיטאו געשטארבן.

אבער זיין תאוה האט ער אויסגעפירט!!!

דאס מיינט א חיה!!!!!
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

:lol: :lol: :lol:

ל''ע... ס'מאכצעך איבעראל. אין נאכדערצו אום מוצאי.

אבער ס'ערגסטע איז ווען די יעניגע פארמירן זעך אין א ריזיגע גרופע פונקט אין פארנט די אויגן. דאן ווער מיינע עוונות, כפרות...!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

:lol: פיין געלאכט! האסט מיר אריינגעגעבן מיטגעפיל מיטן מאסקיטו, נעקסט טיים וועל איך מיר ווארעמער געזעגענען מיט איהם בעפאר איך צוקוועטש אים...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נחוטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 9:22 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוטשע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שכח @ממש האסט מיר געגעבן א פרישן באדייט אין די ווערטער
טוב השם לכל ורחמיו על כל מעשיו,
דאס איז מיין אינטערשריפט!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מאמיש עי 1
קומסט אריין מיט תוכנפולע סחורה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p- :lol:
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p- :lol:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- :lol: ;l;p-

יתוש קדמך..
טאקע א חיה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ארטס ענד קרעפטס
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:18 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטס ענד קרעפטס »

דער צדיק איז "ממש יעצט" ארויף געקומען דא אויפן וועלטל און ער נעמט איר שוין איין מיט א שטארקייט!!!
גיי אן! כלל ישראל האט געווארט אויף דיר!!!!
ווירטיאלע_בליי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:40 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווירטיאלע_בליי »

האמיר שוין מרבה בשמחה געווען לכבוד חודש אדר..!! :grin:
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גאר גוט!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער שטארק
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

הנאה געהאט.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פון דער אינזעקטס פערספעקטיוו.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ממש'ל אידאך אין פאריגען גלגול געווען א יתוש קדמך, אבער יעצט זעהסטו כאטשיג די אנדערע זייט פונעם מטבע, ביסט נישט אסא רחמנות ווי דו האסט געמיינט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”