ערב יום הכיפורים בכפר-חב"ד

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

ערב יום הכיפורים בכפר-חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יונג און אלט לאזן זיך שלאגן מלקות.

בילד

http://www.col.org.il/show_news.asp?23724
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פארציילט מיין שכן אין ביהמ"ד דעם יו"כ, ער קומט אריין דאווענען מנחה, קומט צו צינעם אן עלטערער אידל מיט א פאסיק אין די האנט און בעט אים ער זאל אים בא'מלקות', ער האט נישט געוואוסט פונקליך וואס מען טוט, האט ער גענומען אריינרייסן שטיקער אז עס איז געגאנגן א רויעך, דער אידל נעבעך האט נישט געהאט קיין ברירה, נאר אים שיינערהייט זאגן האט אביסעלע רחמנות דאס רוקן קומט מיר אראפ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עטליכע נקודות:

1. כמדומה לי אז זיי באנוצן זיך מיט א ספעציעלן פאסיק, אויף עטליכע בילדער זעט מען דארט אז עס איז צוזאמגענייט פון עטליכע חלקים (עס דערמאנט די משנה אין מס' מכות פון רצועה של עגל עולה ויורדת בו).

2. איך פארשטיי נישט פארוואס זיי קניען אויף דער ערד בשעת'ן באקומען די מלקות, אין מיין משנה שטייט אז מען איז איבערגעבויגן אויף אן עמוד, נישט אז מען קניהט אויף דער ערד.

3. זאגט מיר איינער אז ער האט קיינמאל נישט געהערט פון די מלקות געשלאגעכץ ערב יום כיפור, און א איד האט אים געבעטן צו שלאגן, האט ער אים געגעבן אויפן רוקן (לייכטע קלעפ, דאס האט ער נאך - זעט אויס - געוואוסט..), שפעטער האט דער איד אים אויפגעמערקט אז ער וואלט געברויכט שלאגן צווישן די אקסלן.

4. א קורצע עפיזאד: איך געדענק, עס איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק, בין איך געווען אין עפעס א פארווארפענע שוהל אויף ערב יום כיפור, איז דארט אנגעקומען א בעל תשובה און נאך מנחה האט ער געבעטן אז מען זאל אים שלאגן מלקות, איינער האט זיך מרחם געווען אויף אים, ארויסגענומען א פאסיק און געבעטן דער איד זאל זיך אויסציען אויף דער ערד. דער איד האט זיך אראפגעלייגט און אנגעהויבן זאגן אשמנו, ביים ערשטן שמיצל האט ער אויסגעבראכן אין אזא הילכיגן געוויין, וואס וועט מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון. ער איז אפגעליגן דארטן א לענגערע וויילע, וויינענדיג און כליפצענדיג הויך אויפן קול, אז מען האט געקענט מעיד זיין אויף אים אז ער טוט ווירקליך תשובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוי וויי פארגעסן צו שרייבן איבער די מלקות אין קראקא, אוי האט דער דאיען געשמיסן שטיקער.
איך האב זוכה געווען אריינצוהאקן אין דעם דאיען זעלבסט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

בס"ד

כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואס מלקות האט מיט פורים

יעצט לאמיר זען וואס פארא תגובות די עולם וועט שרייבען אויף דעם
לאמיר זיך פארשטעלען
אקעי

קרעמער וואלט געשריבען : ווער ס'פארשטייט פארשטייט

יאנאש : לאקי יוא- בעסער מען פארשטייט נישט

סאכדעס: מען ספעלט עס מיט א -ו- (ואו)

מאשקע: אז ס'גיט אז ס'גיט

שוין איך האב נישט קיין געדולד זיך צי פארצישטעלען ווייטער

אויב איך האב איינעם פארגעסען זאל ער דאנקען דעם אייבערשטען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו פארשטייסט נישט פונקטליך וואס מלקות האט מיט פורים.

הער איך

אבער אומפונקטליך פארשטייסטו יא, איא?

אלזא, זאג אונז וויאזוי דו פארשטייסט דאס אומפונקטליכערהייט, און מיר וועלן פרובירן דאס אויסצופונקטליכן.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

ירא שמים האט געשריבן:בס"ד

כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואס מלקות האט מיט פורים

גאר פשוט - בעל התניא אין תורה אור ד"ה 'ומרדכי יצא מלפני המלך' שרייבט אז "פורים הוא בחי' יוה"כ כי יוה"כ פירושו כמו פורים".
נאר אין פורים איז מען יוצא ידי חובת המלקות מיטן קלאפן המן'ען. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ליין אזוי איבער מיין תגובה אין דעם אשכול http://www.ivelt.com/forum/viewtop ... =8508#8508 אין איך שמייכל זיך אונטער, הא דיעזער פארוואס שמייכל איך????
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ירא, גערעכט, אבער עטליכע מאל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

חחחחחחח, יאנאש, גוט גוט. איך האב נארוואס דערמאנט אונזער יום כפורים ביינאזאם. יעצט דערמאנסטו מיך נאך זיסע זכרונות.

האסט אבער אויסגעלאזט דעטאלן פון דער מעשה. דער איד גיט מיך א דיקן פאסיג און זאגט מיר "פאנג אן שמייסן און זאג דריי מאל והוא רחום, ביי יעדע ווארט געב נאך א שמייס." איך קוק אים אן ווי פון די לבנה אראפ, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געטאן, און קיינמאל נישט געזען אנדערע טאן, חוץ ביי די מאסט פאפולער פיקטשערס אויף יאהו נאך יום כיפור, אבער דער איד שטעלט אן אויף מיר אזעלכע טרויעריגע אויגן אז כ'האב נישט קיין ברירה, אבער אז מען בעט דיזער צו שמייסן שמייסט ער. כ'נעם דעם פאסיג און כ'פאנג אים אן צו געבן מכות מיט'ן גאנצן קראפט, וואס ווייס איך? איך בין געווען אזוי אריינגעטאן אין מיין פעטש געבן, אז ערשט ווען איך האב געהאלטן ביי "ומעביר יום ומביא לילה" האב איך געהערט זיינע היסטערישע קולות אז איך זאל שוין סטאפן...

גלייבט מיך אז ווען ער שטעלט מיך נישט אפ וואלט איך אריינגעהאקט אין אים ביז נאך ה' אחד ושמו אחד. (אינקלודינג די "שהם משתחווים להבל ולריק").
לעצט פארראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום מיטוואך מארטש 07, 2007 3:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחח

ביטע, האט רחמנות אויף מיר, דאס בייכעלע טוהט נאך וויי ביים לאכן, שיריים פון פורים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”