בלאט 1 פון 2

ר"ח תמוז תשס"ח: תקנה גדולה שנו כאן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 10:26 pm
דורך קרעטשמער
אור ליום א' דר"ח תמוז, ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, תשס"ח לפ"ק

א גוטן חודש טייערע חברים, דא רעדט צו אייך דער קרעטשמער.

פאלגענד איז א בריוועלע וואס איז געשריבן געווארן דורך איינער פון די חשוב'ע חברים, עס איז אונז מנהלים אזוי שטארק געפאלן זיין פארשלאג, און זיינע רייד, אז מיר שטעלן דאס אריין ווי עס שטייט און גייט, דברים כהווייתן:

א יעדער ווייסט אז דזשעינעט האט מיט רעכט אפגעשפארט יוטוב, ווען איינער פאלט אריין אין יוטוב קען נעמען א לאנגע צייט ביז ווען ער זעט זיך ארויס פון דארט. און ווען מ'זעט נאר כשר'ע זאכן וואלט גוט געווען, אבער דער יצר הרע ווייסט אויך פון יוטוב, און ער זעט ארויסצושטעלן אויפן פעידזש וואס מ'קוקט, אפאר זאכן וואס דער יצר טוב וואלט נישט געוואלט זען, און אזוי פאנגט זיך אן א מלחמה'לע אין הארצן, און אמאל געווינט די יצר הרע, און אמאל פארלירט די יצר טוב...

קומט אויס אז דער קוקער האט צוויי מאל שאדן, איין מאל ווייל די שלעכטע יצר האט געווינען, און די צווייטע מאל איז די טייערע צייט וואס מ'האט פארלוירן.

איך בין פון די וואס האבן געווענדליך נישט די פראבלעם, ווייל איך האב דזשעינעט. אבער גענוג מאל האב איך צוטריט צו אינטערנעט אן דזשעינעט, און דעמאלס טריי איך אפיר צו זוכן אלע יוטוב לינקס וואס מ'האט געלייגט אין קרעטשמע, וואס דעמאלס בין איך נייגעריג געווארן וואס עס איז, ווער רעדט נאך אויב ס'קומט נאך נאך אפאר שכוח'ס און חחח'ס, דעמאלס ווערט די נייגער גאר גרויס, און ווען ס'דא א געלעגענהייט גייט מען עס אפיר זוכן, און נאכדעם פאל איך אריין צווישן די וואס קוקן זיך צוזאם (כמעט) אלעס וואס עס קומט ארויף.

און ווען איך זאל וויסן אז נאר איך בין אזוי, וואלט איך (אפשר) גארנישט געשריבן, אבער אזויווי א חשוב'ער חבר מיינער האט מיך לעצטענס געזאגט די זעלבע זאך. טראכט איך אז ס'צייט צו טון עפעס דערקעגן.

איך וואלט געזאגט אז מ'זאל מאכן א תקנה, אז מ'טאר נישט לייגן לינקס צו יוטוב.

אין אמת'ן טראכט איך יעצט אז גוגעל ווידיאוס איז אפשר די זעלבע זאך, אבער איך ווייס נישט זיכער, איך בין שוין לאאאנג נישט דארט געווען.


לאור פון די אמת'דיגע רייד וואס קומען פון די טיפענישן פון א אידישע הארץ, האבן די מנהלים געמיינזאם באשלאסן איינצושטעלן א פרישע תקנה:

מהיום והלאה איז נישט ערלויבט ארויפצושטעלן קיין לינק צו YOUTUBE אדער GOOGLE-VIDEO בלי שום יוצא מן הכלל!
ובזה באתי על החתום בשם כל המנהלים החשובים שיחיו
הק' קרעטשמער

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 10:32 pm
דורך איך_הער
באתי גם אני לחזק דבר הקרעטשמער, איך האלט זייער שטארק פון די תקנה, און דאס נאך א ערליכע צווייגעלע, צו די הערליכע קרעטשמע, כאטש איך האב אויך זשעי נעט, אבער דאס זעלבע ווי דעם כותב הבריוועלע, קען זיך אויך מאכן, אז כ'וויל נישט ווייטער זאגן וואס, יעדער פארשטייט אליין.

סאו תחזקנה ידיכם, און איך האף אז דער עולם וועט האבן איינזעעניש. יישר כחכם פאר די שטארקע תקנה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 10:43 pm
דורך קרעמער
עס איז צום האפן אז די נייע תקנה וועט ארויסהעלפן אויך די אידעלעך וואס פארמאגן נישט דזשעי-נעט, ווייל זיי וועלן נישט האבן מיט וועמען מיטצוטיילן זייערע געפינסן אויף יו-טוב, און דער רמב"ם שרייבט דאך אז אפילו אויב זאל א מענטש אנקומען צו די לבנה וועט עס אים נישט אינטערסאנט זיין ווילאנג ער האט נישט פאר וועמען דאס איבערצוגעבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 10:48 pm
דורך קאפ-שטיק
נישט טוב אנשטאט יא טוב

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 11:24 pm
דורך סאכדעס
קאפטשיק, א גוט ווארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 1:17 am
דורך שוועמל
קרעמער,
וואו דער רמבם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 1:43 am
דורך לאקשען ברעט
כ'וויל אויסדריקען מיין טיפע שעצונג פאר די חשובע מנהלים פאר'ן מאכען אזא תקנה
אה תקנה וואס כ'קען זאגען אז עס איז א הייליגע תקנה, א תקנה וואס ווייזט ווידעראמאל אז דאס איז א הייליג ווינקעלע אינעם
אין דעם אינטערנעט וואס ליידער האט עס אזוי פיהל שמוץ אין טומאה ,
אני כשלעצמי האב ב"ה נישט קיין ציטריט נישט צי יוא טוב אין נישט צי גוגעל ווידיאו , אין נישט ווייל איינער האט מיר אויסגעשפארט
נאר איך האב זיך אליין אויסגעשפארט דערפין (דורך די קעי 9 סאפטוועיר אין די קאוד האט א חבר מיינע אין איך האב נישט קיין צוטריט צי דעם)
כדי זיך צי מגדיר זיין פין עבירה
אין רבותי עס איז נישט קיין מידת חסידות עס איז מעיקרא דדינא מען טאר זיך נישט ברענגען לידי נסיון אפילו מען האלט אז מען וועט נישט אריינפאלען , אין חז"ל האבען שוין געזאגט אין אפוטרפות לעריות ,
אין יעדער וואס האט זיך שוין געדרייט אויף יו-טוב ווייסט אז עס איז נישט שייך נישט צי נכשל ווערען מיט א ראי' אסורה
וואס אפילו א ראי' אליין איז א גרויסע פגם אין די הייליגע נשמה ,
אין חז"ל זאגען אי איכא דרכא אחרינא רשע הוא,
רבותי , מען רעדט דא פין קדושת ישראל , יעצט ווען די מנהלי הקרעטשמע האבען געמאכט אזא הייליגע תקנה , וואס באמת שטייט עס שוין אין די עשרת הדברות, איז א צייט אז יעדער זאל זיך אפלערנען אין זיך מאכען א חשבון הנפש צי זיין אינטערנעט איז געהעריג געפילטערט
צי זיין הייליגע נשמה איז אפגעהיטען פין די פאסטקע וואס די יצה"ר לייגט אינטער כדי ער זאל קענען יונק זיין פין קדושת ישראל
אין אריינשטעקען זיינע שמוציגע נעגעל אין נשמות קדושות טייערע יודען היט אייך היט אייערע נשמות , איר וועט נישט קיין חרטה האבען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 8:51 am
דורך איזאק
זייער גוט, א געוואלדיגע תקנה, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אויף יוטוב ב"ה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:05 am
דורך John McCain
איך האב נישט וואס צוצוגעבן נאר

א ריזיגען ישר כח חפץ ה' בידכם יצליח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:10 am
דורך יגרסהדותא
גם אני בין המברכים.


מיר פערסענאל וועט דער נייער תקנה זייער שלעכט אפעקטן, מיר פארמאגן דא J-NET, אין ווען איך זעה א לינק צו די אלע מקומות און איך קען נישט אריינגיין, געב איך מיך א קליינעם שאקל און א קלאפ און רוקן: איך בין א איד און איך מעג/קען דאס נישט זעהן! יעצט אז ס'וועט אפי' נישט זיין דער נסיון וועל איך ווייניגער מאל טראכטן אינמיטן טאג אז איך בין א איד :cry:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:14 am
דורך פראפעסער
את חטותי אני מזכיר היום וויפל מאל איך בין נאר וועגן דעם שטעקן געבליבן ערגעץ ווי אויף יא טוב. ב"ה אז די מנהלים האבן איינגעזען אז מען דארף עס אפשטעלן אזוי וועט די נסיון נישט זיין אזוי גרויס.באמת א הארציגן יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:20 am
דורך מיללער
איך בין נישט פון די יו-טוב באזוכער סיי וועגן אינטערנאלע בלאקירונגען און סיי וועגן ווייניג צייט, אבער משום אין אפטורופוס והרחק מן הכעור, האבן די חשוב'ע מנהלים זיכער געטאן א שריט וואס איז ווערט א באגריסונג ומהם ילמדו וכן יעשו לדורות, דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון עוסקים בצ"צ באמונה, יעדער ווייסט אז זיי טוען דאס שלא ע"מ לקבל פרס מיט א זעלטענע ערליכקייט און ערנסטקייט, חזקו ואמצו!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:32 am
דורך פאטאקי08
איך האלט אז סאיז פשוט א מענטשהייט פון די מנהלים אז זיי האבן זיך גערעכענט מיט די געפילן פון די וואס ניצן א פילטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:36 am
דורך יגרסהדותא
מיללער; חחחא, דיין'ס א תגובה קען נישט דורכגיין אן קיין חידוש. [ליין עס איבער זאג מיר פון וואס איך האב געשמייכלט?










איך האב קיינמאל נישט געכאפט אז "צ"צ" קען זיין א ראשי תיבות אויף צ'רכי צ'יבור!

מיללער, דיין עסקנות אין "אוצר הספרים" מאכט דיר פאר אזא [עוסק ב]צ"צ ...


-
צוריק צום נושא; יש"כ מנהלים פאר די תקנה אפצוהיטן אידישע קינדער פון אלעם בייזן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 10:10 am
דורך צייטליך
יישר כח מנהלים.

איר האט געטון די ריכטיגע שריט, איך האב טאקע JNET, אבער דער בריוו שרייבער האט שוין געשריבן וואס איך האב געוואלט אנשטאט מיר.

האלט אן מיט אייער געטרייע ארבייט.

כה לחי!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 11:15 am
דורך מאשקע
זייער גוט! יו-טוב איז שרעקליך ציענד (אדיקטיוו בלע"ז) און א קורצשלוס איז געווענליך די איינציגסטע זאך וואס קען אפשטעלן דעם רייץ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 11:30 am
דורך אלטעבחורל
זייער א גוטער תקנה, מנהלים... איך WAVE מיין אלטע ציצית פאר ענק!

העי פארוואס זאל נאר אלטער-באחכער זיצן אין נישט קענען קוקן 'יו-טוב'? האט מען געמאכט א נאטן-דיסקרימענשאטן ריפלעקט. קיינער קען נישט אריינקומען מיט 'יו-טוב' טאחביק. האסט געענדיגט אויסשמעקן 'יו-טוב', איצט קאטנט אריין קומען אין קרעטשמע.

שכח! אין ב"ה איך באזוך נישט קיינמאל דארט, אזוי ווייס איך אפילו נישט ווי שעדליך דאס איז.

*

מאשקע האט געשריבן:זייער גוט! יו-טוב איז שרעקליך ציענד (אדיקטיוו בלע"ז) און א קורצשלוס איז געווענליך די איינציגסטע זאך וואס קען אפשטעלן דעם רייץ.


מאשקע, וועסטאטך נישט האבן וואס צו טאן פאר די קומענדיגע זעקס חדשים :wink: וועסטו מיר קאטנווערטן 'יו-טוב' צו WMV פיילס... אין דאס וועט ווערן אריינגעשמערט אין קרעטשמע. האיי אבאייט דעט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 11:35 am
דורך מיללער
יגר,

משום והיתם נקיים, איך האב ניטאמאל געכאפט אז דאס איז א חידוש ('כמיין נאך אלס אז נישט) אבער איך עפרישיעט די אטענשאן.

אוי ווי בינעך, מרעדט דאך פון יו-טוב ערליך, שוין צוריק קיין דותן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 12:02 pm
דורך איך_הער
נע, יו-טוב, קען נישט זיין ערליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 12:06 pm
דורך מיללער
איכער'ל,
כ'האב געמיינט ווערן 'ערליך' וועגן 'יו-טוב'....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 4:04 pm
דורך אלעקסיי
איי עגרי! נאך א רינגעלע אינעם הערליכען קרעטשמע קייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 6:50 pm
דורך זיידעניו
כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה,
יישר כחכם וחילכם לקרעטשמע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 7:40 pm
דורך לחיים ולברכה
איך בין איבעראשט ביז גאר!!!!!!!!!

און נישט אזוי ווייט פון די הייליגע גדר, וואס שכרו פון די מנהלים און אודאי פונעם מעורר איז עד אין שיעור.

אבער דער רעספאנד פונעם עולם האט מיר ארויסגענומען פון די כלים! אנשטאט צו זעהן תגובות ווי; "כ'וועל מוזן שלום מאכן מיט'ן מצב", "ס'וועט זיין שווער, אבער איר זענט גערעט", האט אזא גרויס חלק פון אונזערע חברים זיך אויסגעדרוקט זייער דאנקבארקייט פאר אזא איידיע, דאס מיינט אז זיי ווייסן וואס איז גוט פאר זיי, און זענען מבקשי אמת וצדק.

א גרויסן יישר כח מנהלים, מ'זאל גיין מחיל אל חיל צו ראטעווען הייליגע אידישע נשמות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 8:29 pm
דורך דאס בין איך
אה.................. דאס איז שוין א אנדערע מעשה..........
גרויסע שכח פארן בעל המכתב און פארן בעל הקרעיטשמע און מנהלים פארן אהערשטעלן אזא גוטע תקנה
חילכם לאוריתא
Keep up the gr8 work!!

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2008 2:29 pm
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:קרעמער,
וואו דער רמבם?


איך האב עס נישט געזען אינעווייניג נאר נאכגעהערט מפי השמועה (איינמאל האב איך עס געהערט פונעם בעל ברך משה זצ"ל, ביי א באזוך אין די סאטמארע מיידל קעמפ, ווען מען האט אים געבעטן גיין באטראכטן די הערליכע זאכן וואס די מיידלעך האבן אויפגעשטעלט, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז אויב מען וועט דאס נישט קוקן וועט זייער גאנצע ארבעט זיין גענצליך אומאינטערסאנט, ווי דער רמב"ם זאגט אז אפילו אויב א מענטש קומט אן צו די לבנה איז אים גארנישט אינטערסאנט אויב ער קען עס נישט מיטטיילן מיט אנדערע).