בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 1:16 pm
דורך דארפסמאן
איך האב זייער הנאה פון די נייע תקנה, איך אלץ דזשעי נעט קאסטימער פלעגט ווערן נייגעריג נאך די אלע קאמפלימענט'ס פארן ארויף לייגען א קליפ פון יאו טוב, איך האב שוין איין מאל געוואלט גיין צי מיין חבר קוקן וואס איז געווען די אזוי אינטערסאנטע קליפ אבער איך האב מיך איינגעהאלטן וועגען די אויבנדערמאנטע טעם
חזק ואמץ
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 10:04 pm
דורך קרעמער
יישר כח פארן חשוב'ן מנהל טריאו וואס האט היינט מקיים געווען הלכה למעשה, און אראפגענומען די ערשטע יו-טוב לינק וואס עימיצער האט ארויפגעשטעלט זינט די תקנה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 12:12 am
דורך ברוך
זייער א גרויסע זאך. חזקו ואמצו
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 7:37 am
דורך אלד וויליאמסבורג
ווינדערליך כמעט יעדער האט דא דשעי נעט סאו ווער דארף אפילו די לינק צו יוא טאאב סי דאך נישט טא פארוועם
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 3:56 pm
דורך דארפסמאן
אלטער ווילי ביסט אויך גערעכט
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 6:14 pm
דורך למדן
כיהודא ועוד לקרא, "איט גאוס וויאטאוט סעיאינג" אז די פרישע תקנה איז א געוואלדיגע זאך!
אני כשלעצמי, נוץ דשעי נעט, און 'ליידער' באדערט עס מיר זייער ווען עמיצער שיקט מיר א לינק צו יו-טוב וואס איך קען נישט עפענען, און דערפאר ווען איך האב נאר צוטריט צו א קאמפיוטער אן דשעי-נעט, פיר איך זיך געווענליך 'נאכצוקוקן' די אלע אומגעפענטע לינקס, אזוי אז די נייע תקנה וועט מיך זיכער צוריקהאלטן פון אומגעוואונטשענע נסיונות סתם צוליב מיין נייגעריגקייט.
מנהלים, שכרכם הרבה מאוד!
כו"ח היום יום ג' בלק, יום "שנכפל בו כי טוב"
[און ווי "קאפ-שטיק" האט שוין אנגעוויזן אז עס איז נישט 'יו-טוב' - נאר 'לא טוב'... סאו, איז אוודאי אז די געוואלדיגע תקנה און די אלע פאזיטיווע רעאקציעס דערצו, זענען נישט בלויז "יא-טוב" - נאר "צוויי מאל טוב"!!!]
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 10:05 pm
דורך KCSP
ווי גייט מען אפלוידען די ווידיא'ס פון היינט און ווייטער ??
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2008 8:00 am
דורך פויער
KCSP האט געשריבן:ווי גייט מען אפלוידען די ווידיא'ס פון היינט און ווייטער ??
איך מיין אז די קרעטשמע זאל עפענען א ווידיאו סייט ווי מען קען ארויפלייגן כשרע ווידעאוס
אגב: עס איז דא כסדר שיינע אינטערסאנטע ווידעאס אויף די אידישע וועלט
אפשר זאלן זיי עס מאכן מער צוגעשטעלט פאר ווידעאוס אז יעדער זאל קענען ארויפלייגן
עכ"פ די תקנה איז זייער חשוב און פאסיג
יישר כחכם מיר אלע האבן הנאה אז עס איז דא גדרים וסייגים
מיר זעהן אלץ מער אין מער אז די קרעטשמע איז א כשר'ע פאסיגע פלאץ צו פארברענגן
מען זאל נישט דארפן גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 7:34 pm
דורך שמערי בערי
א גאר שטארקע און וויכטיגע תקנה איז דא געמאכט געווארן.
עס איז באמת וויכטיג, פאר מיר זעה איך אויך איין די וויכטיגקייט....
יישר כחכם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 8:42 pm
דורך שוועמל
פויער,
מען קען ארויפלאדענען ווידיאוס אויף
www.cjewish.com
קרעמער,
יישר חח פאר די [סאט]מאחרע מקום
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 2:52 pm
דורך געשמאקער
איך וויל מיך אויך מצרף זיין צום ציבור, און איך האב נישט וואס צוצילייגען ווייל דער ציבור האט זייער גיט ארויסגעברענגט וואס פאר א מכשול דאס איז, און מ'קען קלאר זעהן אז יודען זענען אן הייליג פאלק, די קדושת לוי איז זיכער מלמד זכות אויף אינז אידען
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 8:45 am
דורך elmonsey
איך ברענג ארויף די אלטע אשכול.
איך וויל מיך אנטשולדיגן נעכטן האב איך געלייגט א ק לינק צי יו טוב איך האב נישט געוויסט פין די תקנה.
אבער איך האב אן עיצה.
אויב איינער זעהט א קליפ פין יוטוב אין וויל עס אהער לייגן קען מיך שיקען א לינק אין איך וועל אראפ נעמען די ווידיאו פין דארט אין עס לייגן אויף yousendit אזוי וועט יעדער הנאה האבן.
שכויעך פאר די מנהל 3X0 פאר מיר זאגן די תקנה
חזק ואמץ
ידידכם
elmonsey
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 7:46 pm
דורך געלעגער
איך ברענג ארויף די אשכול פאר די נייעס געסט וואס דרייען זיך דא. צומאל וואונדערט זיי פארוואס מ'האט פארמעקט זייערס א תגובה. נאט אייך די תקנות המקום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:48 pm
דורך תרנגול
אינטרעסאנט, כ'האב נישט געוויסט אז אמאל האט מען יא געמעגט...
שכוח געלעגער פאר'ן ארויפברענגען דעם טייערן אשכול. מנהלים, אשריכם!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 9:24 pm
דורך שמן למאור
יישר כח פארן ארויפברענגן, איך האב קיינמאהל נישט געוואוסט דערפון, פארוואס נישט צושרייבן צום תקנות אשכול ?
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:53 am
דורך שארפער21
קרעמער עס איז א זכות וואס ניטאמאל א מיליאנסטעל שכר פאר דעם קען מען זיך נישט פארשטעלן, איך בין דיר באמת באמת מקנא, מה דאך אויב מען מאכט זיך צו די אויגן פאר א מינוט קומט מען אן אויף א פלאץ וואס קיין שרף האט נאך נישט געזעהן קען מען זיך שוין פארשטעלן שמירת עינים פון אויזפיהל מיטגלידער דא