מיין דינסט אלס דזשוראר (פערטע חלק אריינגעלייגט)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער אינטערעסאנט. כ'קען שוין קוים ווארטן אויפן המשך.


(געליינט אין דען "שרייבער")
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גאם אני מצטרף לכל הבקשות שתמשיך.
קראתי ב׳שרייבער ונהנתי.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

העכסט אינטערסאנט!!

(שוין אמאל געגאנגען צו א טרייעל-דזשורי אויסוויילונג אבער איך בין נישט געוועלט געווארן ווייל עס געווען גענוג אן מיר. אבער געווען היבש אן אינטערסאנטער עקספיריענס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינטרעסאנט, פליז קאנטיניו.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. כ'קען שוין קוים ווארטן אויפן המשך.


(געליינט אין דען "שרייבער")
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
זוסיא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 12:32 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוסיא »

המשך....

ויהי ממחרת. איך ווארט אפ דעם אנדערן איד זאל מיר קומען אויפפיקן, און מיר וועלן צוזאמען אהין פארן צום קאונטי בילדינג. אויפן באשטימטן צייט איז ער אנגעקומען און מיר לאזן זיך ארויס א קליינע וועג פון בערך צען פופצען מינוט, מען פארקט דעם קאר אינ'ם פארקינג לאט, מען נעמט ארויס די פרישטאג און לאנטש בעג, מיט אביסל ליין מאטריאל -אויב עס וועט זיין לאנגווייליג זאל מען האבן וואס צו טון- אין איין האנט, און א גרויסע מאג מיט הייסע טיי אין דער אנדערער האנט, און מיר לאזן זיך אהין צום בילדונג.
דער ערשטער זאך ווען מען קומט אריין אינ'ם בילדונג, דארף מען דארך גיין א סעקיוריטי טשעק. מען דארף ארויסלייגן אלעס פון די טאשן מיט אלע צוגעהער וואס מען האט מיטגעברענגט אויפן טישל, וואס פירט עס דארך א סקרין וואס צייגט אלעס וואס ליגט דארט אינעווייניג. (איך האב מיך איינמאל ארויפגעכאפט אויף א שטאק העכער וואס האט געהאט א פענסטער אהין צו יענעם אונטערשטן שטאק ווי מען קוקט די סקרין'ס, האב איך געקענט מיטהאלטן וואס מען זעהט אויפן סקרין. עס איז מיר געווען גאנץ אן אינטערעסאנטע איבערלעבעניש צו זען איינמאל, ווי מען פירט אדורך א טאשקע, און די גאנצע אינהאלט צייגט זיך אויף דעם סקרין. א געמיש פון באנאנעס און סענדוויטשעס. געטראנקען און פאפירן). און עס קומט אלעס ארויס פון די אנדערע זייט, ווי מען וועט עס שפעטער אפנעמען. דערנאך דארף מען אליינס דארך גיין א מעטעל דעטעקטער, און אויב עס פייפט, דארף מען צוריק גיין און בודק זיין צו מען האט נישט עפעס איבערגעלאזט, צו א שליסל אדער א סעלפאן. און אויב טרעפט מען טאקע עפעס, דארף מען דאס אריינפירן צו די סקרין, און נאכאמאל אריבערגיין. אויב אלעס איז אדורך בשלום, קען מען צוריק נעמען די זאכן, און מען ווענדט זיך צו די עלעוועטערס.

דארט אינ'ם עלעוועטער טרעפט מען זיך אן מיט אלע מיני מענטשן. אדוואקאטן און ריכטער, פראסעקיוטערס און פאליציאנטען, דזשעניטערס און ווער נישט? מען באגריסט יעדעם העפליך מיט א גוט מארגען, און ביי יעדע שטאק טוישט זיך אביסל די פנים'ער, ביז איך קום אן צו די באשטימטע שטאק ווי איך דארף גיין.

איך קום ארויס פונ'ם עלעוועטער, גיי איך צו צום סעקרעטאר, און איך ווייז מיט שטאלץ מיין אויבנדערמאנטע אידענטיפיקאציע קארטל, ווי עס שטייט אין גרויס "דזשוראר", יעצט בין איך פארטרעטער פון אמעריקא, און דער טיר שפארט זיך אויף. איך גיי דארט אריין אין אזא האל, זעה איך שוין אין א זייטיגע שטוב עטליכע פאליציאנטן שמועסן, און ווי איך וועל שפעטער געוואהר ווערן, זענען זיי גערופן געווארן פאר יענעם צופרי, צו דארפן עדות זאגן אין פארנט פון אונז, די גרענד דזשורי, איבער זייער איבערלעבעניש מיט א געוויסע קעיס וואס זיי זענען געווען אינוואלווד. איך גיי מיר ווייטער ביז די גרענד דזשורי צימער, ווי אונז זעמיר נעכטן געווארן אויפגענומען, איך האב אראפגעלייגט מיינע חפצים און מיין מאנטל אויף א זייטיגע בענקעל, און איך האב מיר באזעצט אויף דעם האלצערנעם פאטעל, די זעלבע פלאץ ווי איך בין געזעצן נעכטן ביים אויפנאמע, און איך מאך מיר באקוועם.

איך האב אביסל געשמועס מיט מיין שכן, גראדע א איד בנפשו, אבער נישט מיטן אויסקוק, סתם על דא ועל הא, ווארטענדיג אז דער סעסיע זאל זיך אנהויבן.

אביסל שפעטער עפנט זיך דער טיר און דער ADA קומט אריין און באגריסט אונז אלע, לייגט אראפ א פאלדער מיט פאפירן ביי די קלערק, גייט צו צום טישל אינ'ם צענטער, און זאגט אז ער גייט יעצט אראפגעלייגן מער ווייניגער ווי אזוי עס גייט צוגיין די סעסיע'ס. האט ער געזאגט אזוי: קודם גייט דער פראסעקיוטאר פארלייגן די קעיס איבער וואס עס רעדט זיך, דערנאך גייט ער אריינרופן זיינע עדות דערויף, און אזוי אויך וועט ער פארשטעלן די עווידענס, און אין די ליגעל שפראך רופט זיך עס עקזיביטס, ווי יעדע שטיקל עווידענס נאכן פארשטעלן און באשטעטיגן, באקומט עס א נומער, ווי למשל עקזיביט A, עקזיביט B און אזוי ווייטער. ווען ער ענדיגט פארשטעלן די קלאגע וועט ער פארליינען די געזעץ פונ'ם געזעץ בוך צו צייגן אז דאס איז א פארברעך לויטן געזעץ פונ'ם סטעיט.
ער האט צוגעלייגט אז אויב דזשורארס האבן פראגעס דורכאויס די גאנצע פרעזענטאציע קענען זיי אריינפרעגן. און מען האט געגעבן פאר אלע דזשוראר'ס נומער'ן וואס מיט דעם וועט מען ווערן גערופן פאר די רעקארד, ווי למשל ווען א דזשוראר וויל אריינפרעגן, דארף ער זיך צוערשט פארשטעלן מיט זיין נומער, און די נומערן האט מען באקומען לויט די סדר וואס מען איז געווארן אויסגעוועלט אינ'ם קאורט רום דורכ'ן קלערק, למשל אויב איינער איז ארויסגעקומען דער פיפטער, האט ער זיך גערופן די גאנצע צייט: "דזשוראר נומער 5", און אזוי ווייטער, און אזוי גייט עס שטיין אין די רעקארד, אז דשוראר נומער 5 האט געפרעגט די און די פראגע.
אויך גייט מען קענען נעמען פאפירן צו אראפשרייבן נאויטס וואס מען הערט דורכאויס די עדות'שאפט, אז מען זאל זיך קענען דערמאנען בשעת מען דעליבערעיט איבער די קלאגע, און די נאויטס מוזן בלייבן אינ'ם שטוב און קען נישט ווערן מיטגענומען, נאר וועט ווערן אוועק גענומען דארך די דיסטריקט אטורני'ס אפיס, וואס וועט עס דערנאך שרעדן.
נאך וואס דער פראסעקיוטאר ענדיגט פארשטעלן די גאנצע קלאגע, וועט ער/זי און די רעקארדס סטענאגרעפער -וואס טייפט אלעס אפ פאר די רעקארד- און סיי ווער עס איז אנוועזנד אינ'ם שטוב און איז נישט פון די דזשורארס, וועלן אלע ארויסגיין פונ'ם שטוב, אזוי אז נאר די דזשורארס בלייבן אינ'ם שטוב, (אויסער אויב איינער פון די דזשורארס זענען טויב, קען בלייבן א סיין לענגווידזש איבערזעצער), און די דזשורארס קענען דעמאלס איבערשמועסן די גאנצע קלאגע, אריינקוקן אין די עווידענס צו אפמאכן אויב עס איז דא probable cause יענעם אנצוקלאגן. עס איז נישט די ארבעט פון די דזשורי צו אפמאכן אויב יענער איז שולדיג אדער נישט, דאס גייט זיין די ארבעט פון די טרייעל דזשורי, די ארבייט פון די גרענד דזשורי איז אויסדריקליך צו באטראכטן די עווידענס וואס מען האט פארגעלייגט צו זען אויב עס זעט אויס קרעדיבעל. אויב האבן די דזשורארס סיי וועלכע פראגע דורכאויס דעליבערעיטן וואס זיי ווילן מער פארשטיין אדער אויסקלארן, קענען זיי פארלאנגען אז זיי ווילן אז דער סטענאגרעפער זאלן זיי איבער לייענען וואס דער אדער יענער האט געזאגט. אדער קענען זיי בעטן דעם פראסעקיוטאר זאל עפעס איבערזאגן, אויב זיי האבן עפעס נישט פארשטאנען. און ווען מען קומט צו אן החלטה, זאגט יעדער זיין מיינונג פאר די קלערק, און יענער שרייבט אריין אין די בוך וואס יעדער האט געשטימט, און אויב א מערהייט שטימט אויף יא (עס מוז נישט זיין אלע, אזוי ווי ביי טרייעל דזשורי), דאן ווערט דאס אן אינדייטמענט, און דער יעניגער ווערט אפיציעל אנגעקלאגט. און דערנאך גייט איינער פון אונז ארויסגיין פונ'ם דזשורי שטוב, געווענליך דער וואס זיצט דער נענטסטער צום טיר, און גייט אריינרופען די פראסעקיוטאר, מודיע צו זיין אז מען האט שוין געפאסט אן החלטה. און דאס וועט עס בעסיקלי זיין ביי יעדע קעיס.
אזוי אויך האט יענער געזאגט אויפן אנפראגע פון איינעם, איבער די אלע דזשורארס וואס האבן א געהעריגע דזשאב, וואס געשעט מיט זייער באצאלונג, אז מען זיצט אין דזשורי קען מען דאך נישט ארבייטן. האט יענער געזאגט אז די געזעץ לויטעט אז אויב ארבעט מען פאר איינעם וואס האט מער ווי צען ארבייטערס, דארף די עמפלויער באצאלן 40$ דאלער א טאג פאר די ערשטע דריי טעג, ער מעג מער טעג אויך, אבער דאס דארף ער צושטעלן, און אויב ער טוט דאס נישט, קען מען זיך ווענדן צו די דזשורי קאמישענער פונ'ם געגענט מיט א קאמפלעינט. און אויב האט ער ווייניגער ווי צען ארבייטער און אזוי אויך פאר אלע איבעריגע טעג וואס מען דינט אלס דזשוראר און מען ווערט נישט באצאלט דורך די עמפלויער, וועט די סטעיט באצאלן 40$ פאר יעדען טאג וואס מען דינט. און אפילו אויב איז דא נאר איין קעיס, און מען גייט אהיים נאך א האלבע שעה, וועט מען נאכאלס באקומען פאר יענע טאג 40$, און פארדעם האט מען אריינגעגעבן די סאשעל סעקיוריטי נומערן, אז עס זאל קענען ווערן געהעריג באצאלט. און אזוי אויך גייט מען באקומען א 1099 אויף די געלט וואס מען האט באקומען פון די סטעיט.
אויפן אנפראגע וואס וועט זיין אויב איינער האט אן עמערדזשענסי, אדער סיי וועלכע אנדערע סיבה און וועט נישט קענען אנטייל נעמען אין א סעסיע? האט דער ADA געזאגט אז אויב עס געשעט אזוינס, דארף מען פארדעם אריינרופן די קאמישענער פון די דזשורארס דערוועגן, און יענער קען באפרייען פאר יענעם טאג.
דערמיט איז דער ADA פארטיג געווארן מיטן פארשטעלונג, און האט זיך אפגעזעגנט פון אונז און ארויסגעגאנגען.

אינדערצווישן איז אריינגעקומען דער סטענאגרעפער וואס ווי דערמאנט אויבן ווערט אלעס וואס מען זאגט אין דעם שטוב רעקארדירט, און זיך באקוועם געמאכט נעבן דעם פראסעקיוטאר'ס האלצערנעם שטענדער.

יעצט איז אריינגעקומען דער פראסעקיוטאר און זיך געשטעלט ביים האלצערנעם שטענדער און זיך גענומען צו דער ארבעט. ער האט אנגעהויבן: מיין נאמען איז דער און דער, די אסיסטענט דיסטריקט אטורני פאר די אפטיילונג פון אויספארשען גניבות. היינט גיי איך פארשטעלן א קלאגע קעגן דעם און דעם וואס האט געגנב'ט פון די און די געשעפט אין די סכום פון אזוי סאך און אזוי סאך. און איך וויל אים אנקלאגן אויף די און די קאונטס פון פעלאני אפענסעס, און איך גיי יעצט אריינרופן די ערשטע עדות, וואס דאס איז דער פאליציי אפיציר וואס איז גערופען געווארן צו סצענע און האט איינגעזעצט דעם גנב.

ער גייט ארויס פונ'ם שטוב, און א פאליציאנט אנגעטון מיט אלע בעדזשעס קומט אריין. דער פראסעקיוטאר ווייזט אים צוצוגיין אין פארנט פון די foreperson און זאל אויפהייבן זיין רעכטע האנט, ווייל מען גייט אים באשווערן. ער הייבט אויף זיין האנט און דער foreperson זאגט אים פאהר די פאלגענדע נוסח בשעת זיין האנט איז אין דער הייעך (און אזוי איז געווען ביי אלע ווייטערדיגע אויכעט):
I swear that the evidence that I shall give shall be the truth, the whole truth, and nothing but the truth, so help me God,
ער שאקעלט צו מיטן קאפ און זאגט יא. דער פראסעקיוטאר ווייזט אים זיך צו זעצן ביים טיש וואס ליגט אין צענטער פונ'ם שטוב, און זאגט אים: ביטע שטעל דיך פאר מיט דיין נאמען, פאזיציע און בעטש נומער.
דער אפיציר הייבט אן צו זאגן: איך בין דער און דער, א פאליציי אפיציר אין די און די פאליציי דעפארטמענט, מיין בעטש נומער איז 00000.
סטענאגרעפער: איר קענט איבער זאגן אייער בעטש נומער? איך האב נישט געהערט. ביטע רעד אביסל העכער.
פאליציי אפיציר: נומער 00000. איר הערט מיר יעצט בעסער?
סטענאגרעפער: יא, זייער גוט.
פראסעקיוטאר: ביטע פארצייל וואס איז געווען דעמאלס און דעמאלס ארום יענע און יענע צייט, אויב עפעס.
פאליציי אפיציר: איך בין געזיצן אין מיין פעטראל קאר, און איך בין געווארן געדיספעטשט צו יענע און יענע סטאר, איבער א שאפליפטינג. (גניבה).
פראסעקיוטאר: ביזטו געווען אליינס אין די קאר?
פאליציי אפיציר: ניין. איך האב געהאט מיט מיר דעם און דעם.
פראסעקיוטאר: אקעי, אונז וועלן באלד הערן פון אים. גיי ווייטער.
דזשוראר נומער 0000 איז נייגעריג. און רופט זיך אן: דאס איז דזשוראר נומער 0000.
סטענאגרעפער: איר קענט רעדן העכער? וועלכע נומער?
דזשוראר 0000: 0000. אפיציר. זיצט איר אייביג מיט נאכאיינעם אין אייער פעטראל קאר?
פאליציי אפיציר: געווענליך יא.
דזשוראר 0000: אקעי.
פראסעקיוטאר: וואס האט איר דאן געטון?
פאליציי אפיציר: איך בין אריבער געפארן צו די סטאר אויף יענע און יענע אדרעסס.
פראסעקיוטאר: איז דער געשעפט אין די און די קאונטי אין די און דיע סטעיט?
פאליציי אפיציר: יא.
פראסעקיוטאר: איז דאס אין דיין יוריסדיקציע?
פאליציי אפיציר: יא.
איך גיב א פרעג דעם אפיציר: האסטו געדרייווט די פעטראל קאר? אויף וואס ער האט געענפערט אז יא. איך האב געקענט באשטיין אז די לויער פון יענעם באשולדיגטן –וואס באקומט די טרענסקריפטס פון די גרענד דזשורי- זאל האבן אויף וואס צו טשעקען. אויב למשל ער קען אויפווייזן אז נישט דער פאליציאנט האט געדרייווט די קאר, ווייל דער פאליציאנטן האט דאך הונדערטע אינצידענטן, און קען זיך טועה זיין אויב ער האט געדרייווט די קאר אדער נישט, האב איך געטראכט אז קען זיין אז מען קען אפווארפן זיין עדות, ווייל ער האט נישט געזאגט אמת. איך בין נישט קיין לעגאלע עקספערט, און איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט דערמיט, אבער עכ"פ אזוי האב איך שפעקולירט, האב איך כסדר געפרעגט אזעלכע שאלות וואס קענען געבן שטאף פאר די לויערס, אויב האלטן זיי ביים ארבעטן.

צוריק צום פראסעקיוטאר: פארצייל וואס האסטו באגעגענט ווען דו ביזט אנגעקומען אין יענע סטאר.
פאליציי אפיציר: איך בין אריין אינ'ם סטאר צוזאמען מיט מיין קאלעגע, און איך האב געטראפן דארט די סטאר'ס סעקיוריטי מענעדזשער אנהאלטענדיג איינעם וואס אפיערט צו זיין דער און דער (פון וועם אונז רעדן מיר) און ער האט געהאלטן א טאשקע אנגעפילט מיט סחורה.
פראסעקיוטאר: וויפיל ווערד איז געווען די סחורה?
פאליציי אפיציר: לויט ווי דער מענעדזשער האט מיר איבערגעגעבן, איז עס געווען די און די סכום.
פראסעקיוטאר: אקעי, מיר וועלן באלד הערן פונ'ם מענידזשער. וואס האסטו דעמאלס געטון?
פאליציי אפיציר: איך האב אפיר געהאלטן דעם גנב, און געבעטן זיין אידענטיפיקאציע, און ער האט מיר דאס געגעבן.
פראסעקיוטאר: און ווער איז דאס געווען?
פאליציי אפיציר: דער און דער (פון וועם מיר רעדן יעצט).
[איר דארפט פארשטיין אז איך אלס דזשוראר מעג נישט ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע דעטאלן פון קלאגעס, פארדעם מוז איך אלעס שרייבן אזוי פארווע, אן קיין פערזענליכע דעטאלן. איך קען נישט זאגן וועלכע סטאר, וועלכע פאליציי דעפארטמענט, נאמען פון די גנב, סכום פון גניבה און אזוי ווייטער].
פראסעקיוטאר: און וואס האסטו געטון נאכדעם?
פאליציי אפיציר: אונז האבן אים געמאלדן אז אונז גייען אים ארעסטירן.
פראסעקיוטאר: האט ער געשטעלט א ווידערשטאנד?
פאליציי אפיציר: ניין. ער האט גלייך געלייגט די האנט פון אונטען און זיך געלאזט קייטלען, און אונז האבן אים אריינגעזעצט אין די פעטראל קאר, און אים גענומען אין קאסטאדי.
פראסעקיוטאר: א גרויסע דאנק פאר דיין סערוויס.

יעצט האט דער פראסעקיוטאר געפרעגט אויב איינער האט עפעס צו פרעגן, און עטליכע האבן געפרעגט געוויסע פראגעס און באקומען ענטפערס. דערנאך איז דער פאליציאנט געווארן באפרייט און ארויסגעגאנגען.

דערנאך איז אריינגעקומען די אנדערע פאליציאנט, און אזוי ווי דער פריערדיגער, האט ער זיך אויך געשטעלט צו ווערן באשוואוירען, און דערנאך זיך אידענטיפיצירט אלס א סארדזשענט. און בעסיקלי געפרעגט און געזאגט די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין געהערט פריער, און געווארן באפרייט.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

WOW געליינט די ערשטע חלק אונעם שרייבער פרשת תבוא

דאס פענע איז עפעס מורא'דיג די כאפסט אויף א יעדע ריר

איך שטעל מיר פאר אז ווען די שרייבסט אראפ דעם רבי'ןס הנהגות וואלטן מיר געהאט 10 בענדער

תודה
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

ישר כח זייער באלערנד
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

געוואלדיג!!! קיפ איט אפ!!!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינטעסאנט און אינפארמאטיוו.

א דאנק.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זייער אינטעסאנט, דע דיטעלס איז מורא'דיג.

קיפ איט אפ! מיר ווארטן אויפן המשך
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

די לייגסט עס אראפ אזוי גיט אז איך טראכט שוין צי גיין נעקס טיים וואס זיי ריפן. עפשער וועל איך ווערן אויס געקליבן
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו

טענקס
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

זוסיא האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:געוואלדיג!! און מזל טוב צו אייער ערשטע תגובה (לכה"פ מיט דעם ניק)
ריכטיג. צוליב חשש גילוי, האב איך נישט גענוצט מיין געווענליכע ניק.
איין זאך וואונדערט מיר, אויב לויטן געזעץ דארף א מענטש ערשיינען אלס דזשורי, ווערט מען פאר דעם באצאלט? און אויב נישט, פון ווי דארף א מענטש וואס ארבעט, לעבן דעמאלטס?
לויט די געזעץ דארף די עמפלויער באצאלן פאר דריי טעג. און פאר די איבריגע טעג, באקומט מען $40 דאלער א טאג, אפילו אויב עס איז נאר געווען איין קעיס פון א האלבע שעה.

ווען איך בין געווען האבן זיי געצאלט פאר טראנספארטאציע ביז א געוויסע סכום אדער פאר קאר פארקינג

נאך א זאך, מ'דארף לאזן די טעלעפאן ביים פראנט דעסק
וקול התור נשמע בארצנו
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

נישטאמת האט געשריבן:זייער אינטעסאנט, דע דיטעלס איז מורא'דיג.

קיפ איט אפ! מיר ווארטן אויפן המשך

גא"מ
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

הר גריזים האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:זייער אינטעסאנט, דע דיטעלס איז מורא'דיג.

קיפ איט אפ! מיר ווארטן אויפן המשך

גא"מ

גא"מ
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16964
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

את פתח לו האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
לעב ריליסטיש האט געשריבן:2:20 גייט וויטער זיין די משפט פון נחמן הלברנס מקען מיטהאלטען live אויף 8773361839 #ext 1231334

ווען האט מען אנגעפאנגען? ביזדערווייל הערט מען גארנישט

יעצט אנגעפאנגן

זייער אינטערסאנט צו מיט האלטן וויאזוי א קארט געיט צו
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אינטערסאנטע טאפיק, קיפ אן גאינג, מאך נאך זיכער די לויערס זאלן זיין אויף דיין זייט....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
זוסיא
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 07, 2021 12:32 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוסיא »

המשך...
דער פראסעקיוטאר האט יעצט אריינגערופען איינעם, און יענער האט זיך פארגעשטעלט אלס דער סעקיוריטי מענעדזשער פון די אנגעגעבענע סטאר וואס איז געווארן באגנב'ט.
פראסעקיוטאר: ביטע שטעל דיך פאר מיט דיין נאמען, געבורטסטאג און פאזיציע.
סטאר: מיין נאמען איז אזוי און אזוי, מיין געבורטסטאג איז דעמאלס און דעמאלס, און איך בין די סעקיוריטי מענעדזשער פון די און די סטאר.
פראסעקיוטאר: וואס איז דיין פליכט אלס די סעקיוריטי מענעדזשער?
סטאר: איך זיץ אין אפיס ביי די סורוועילענס סקרינס, און איך האלט אן אויג אויף אלע אקטיוויטעטן אינ'ם סטאר.
פראסעקיוטאר: פארצייל וואס האסטו מיטגעהאלטן יענע און יענע טאג ארום דיע צייט, אויב עפעס.
סטאר: איך האב געקוקט אויף מיין סורוועילענס סקרין, און איך זעה ווי איינער נעמט אראפ פון די שעלפס די און די סחורה און לייגט עס אריין אין זיין טאשקע, און וואקט ארויס פונ'ם סטאר.
פראסעקיוטאר: וואס האסטו געטון דעמאלס?
סטאר: איך האב געדיספעטשט די סעקיוריטי גארד ער זאל גיין יענעם אראפהאלטן. און גערופן פאליציי.
פראסעקיוטאר לייגט אראפ עפעס אין פארנט פון אים און פרעגט: קוק אן דעם פאפיר און זאג מיר וואס דאס איז.
סטאר: דאס איז א מאק רעסיט, וואס אונז מאכן געווענליך נאך וואס איינער גנב'ט. מען סקענט אלע זאכן וואס מען האט געטראפן ביי יענעם אומבאצאלט, און מען רעכנט עס צאם, צו זען וויפיל עס באטרעפט.
פראסעקיוטאר: האסטו געמאכט דעם רעסיט?
סטאר: יא.
פראסעקיוטאר: און דער טאטעל פון די געגנב'טע סחורה איז?
סטאר: כך וכך.
פראסעקיוטאר: די געזעץ זאגט אז אויב גנב'ט מען איבער די און די סכום ווערט עס א פעלאני פארברעכן. איז דער טאטעל מער ווי די און די סכום?
סטאר: יא.
פראסעקיוטאר: איך לייג יעצט אריין דעם רעסיט אלס עווידענס עקזיביט כך וכך. און איז צוגעגאנגען צום קלערק מיט דעם רעסיט, אז דער קלערק זאל חתמ'נען אז דאס איז עקזיביט כך וכך.

פראסעקיוטאר: איך גיי דא יעצט אויפשפילן א קליפ פון א סורוועילענס, ביטע קוק עס אן.
ער צינדט אן אויפן וואנט א קליפ.
פראסעקיוטאר: סעקיוריטי מענעדזשער, אפשר קענסטו זאגן פאר די דזשורארס וואס מען זעט דא?
סטאר: דא אויבן ביי דיע דעפארטמענט, קומט יענער און יענער און שארט אראפ סחורה פון די שעלף אריין אין זיין טאשקע, און גייט ארויס פון די סטאר.
פראסעקיוטאר: איז דער מענטש אין די ווידיאו אן קיין שום ספק דער זעלבער וואס די פאליציי האט איינגעזעצט?
סטאר: יא.
פראסעקיוטאר: איך לייג יעצט אריין דעם ווידיאו אלס עווידענס עקזיביט כך וכך, און אזוי ווי פריער, צוגעגאנגען צום קלערק מיט די סי די, און דער קלערק האט דאס באצייכענט אלס יענע עקזיביט און געחתמ'ט.

דערנאך איז דער סטאר מענעדזשער געווארן באפרייט פונ'ם עדות בענקעל. ער האט זיך באגריסט פאר אונז אלע און פארלאזט דעם צימער.

דזשוראר נומער 0000 רופט זיך אן: דאס איז דזשוראר נומער 0000.
דזשוראר 0000: מיסטער DA, מיר האבן געזען אינ'ם סורוועילענס צוויי מענטשן מאכן די גניבה, פארוואס רעדט איר נאר פון איינעם?
פראסעקיוטאר: מיר באהאנדלען יעצט נאר דעם און דעם. (און ער האט שפעטער מסביר געווען -אף די רעקארד- אז דער אנדערער האט שוין מודה געווען און געפליט גילטי, פארדעם רעדט מען נישט פון יענעם.

פראסעקיוטאר: איז דא נאך איינער וואס האט א פראגע?
קיינער האט זיך נישט אנגערופען.

וועל איך יעצט פארלייענען די געזעץ וועגן גנב'נען. און דערנאך וועלן אונז ארויסגיין און עטץ וועטס דעליבערעיטן איבער די קלאגעס.

ער נעמט ארויס א דיקע געזעץ בוך פון אונטען אינעם שטענדער, און מישט אויף צו די פון פריער צוגעצייכענטע בלאט, און הייבט אן פארצוליינען די געזעץ: ניו יארק סטעיט פינאל לאו סעקשען 155.30.1 שטייט אזוי: א מענטש איז גילטי אויף גרענד לארסעני (גניבה) אין די פערדע גראד ווען ער גנב'ט עפעס, און די ווערט פון די סחורה איז מער ווי טויזענט דאללער. גרענד לארסעני אין די פערדע גראד איז א קלעס E פעלאני.

ער לייגט אוועק דעם בוך, און ווייזט פאר די סטענאגרעפער אז מען גייט ארויס פון צימער. און ווייזט אן אז די עווידענס ליגט אויף די עדות טישל, און זאגט אז מען זאל עס אריבער פירן צו אלע דזשורארס אז יעדער זאל זיך קענען אליינס איבער צייגן אין די עווידענס. און דערנאך בעט ער פון דער וואס זיצט נעבן די טיר, אז ווען מען ענדיגט דעליבערעיטן זאל ער זיי קומען אריינרופן. און זיי גייען ארויס.

דער עולם שטעלט זיך אויף, און ציהט זיך אויס די ביינער. און די וואס זיצן די אונטערשטע שורה גייען צו צום טישל, און נעמען די רעסיט קוקן עס דארך, אייטעם ביי אייטעם, און מאכן געוויסע קאמענטארן: הא דער האט געוואוסט וואס צו גנב'נען. איך האב נישט געוואוסט אז דעס קאסט אזוי סאך געלט וכדומה. און נאך וואס זיי זענען פארטיג דאס איבערקוקן, גיבן זיי עס פאר זייער שכנים, און דערנאך צו די נעקסטע שורה ביז יעדער האט עס שוין געזען. מען שיקט עס צוריק צו די טישל. און דער קלערק פרעגט: נו? וואס האלט איר, זעט אייך אויס די עווידענס פארלעסליך? דזשוראר 1? און יענער ענטפערט וואס יענער טראכט, און דער קלערק מאכט א טשעק ביי יענעם'ס נאמען ביי איינע פון די שורות, וואס איין שורה איז פאר יא, און איין שורה איז פאר ניין. דערנאך צו די נעקסטע דזשוראר, ביז אלע 23 זענען שוין אויסגעפילט.

יעצט וועקט מען אויף דער וואס זיצט נעבן די טיר, און מען זאגט אים אז ער קען אריינרופן דעם עולם. ער רייבט זיך די אויגן, און לאזט ארויס א געניץ, און גייט ארויס אין די האל און זאגט זיי אז מען האט שוין גע'ענדיגט.

זיי קומען אריין אינ'ם דזשורי צימער. דער סטענאגרעפער גייט צו די באשטימטע פלאץ, און דער פראסעקיוטאר גייט צו נערוועזעהייט בייסנדיג די נעגל צו די קלערק, צו קוקן אין די בוך וואס דער עולם האט אפגעמאכט, צו זיין שווערע ארבעט פון שעות אדער טעג, צאמצושטעלן אלע באווייזן און אראפשרייבן די באשולדיגונג האט געברענגט די ערווארטעטע רעזולטאטן. ער זעט אז יא, יעדער האט געשטימט אז די עווידענס איז קרעדיבעל. ער אטעמט אפ, און זאגט אז יעצט ווערט דאס אן אפיציעלע אינדייטמענט קעגן יענעם און יענעם, ווי יענער וועט זיך דארפן שטעלן פאר א ריכטער צו פסק'נען דערויף.

שוין! מיט דעם האט זיך געענדיגט די ערשטע קעיס. און דער פראסעקיוטאר האט באגריסט יעדעם איינעם און פארלאזט דעם צימער.

דער טיר עפנט זיך, עס קומט אריין אן אנדערע פראסעקיוטער, מיט א בינטעל פאלדערס אינטערן ארעם, (ווי עס זעט אויס, איז אויף יעדע סארט קלאגע, דא אנדערע וואס גיבן זיך אפ דערמיט, פארדעם האט זיך כסדר געטוישט די פראסעקיוטערס, לויט וואס די קלאגעס זענען געווען). גייט צו צום האלצערנעם שטענדער, לייגט אראפ זיינע פאפירן און שטעלט זיך פאר:
פראסעקיוטאר: מיין נאמען איז דער און דער, איך בין די אסיסטענט דיסטריקט אטורני פאר די קאונטי אין די סטעיט פאר די אפטיילונג פון אויספארשען דראגס און נארקאטיקס. היינט גיי איך פארשטעלן א קלאגע פון די מענטשן פון די און די סטעיט אנטקעגן "סיעלד", און ווייזן פראבעבל קאוז און עווידענס פון קרימינאלע האנדלונג מיט דראגס, וואס איז א פעלאני פארברעכן אויף די און די קאונטס.

[סיעלד מיינט אז זיי פארשן אויס איינעם פאר אנגעבליכע מיסברויכן, און יענער ווייסט נישט אז ער איז אונטער אויספארשונג, און זיי זאגן נישט אויס די נאמען פון די באשולדיגטער, ווייל יענער איז נאך אויף דער פריי, און איינער קען יענעם אינפארמירן אז ער איז אונטער אויספארשונג, און יענער וועט נעמען שריט צו שטערן די אויספארשונג, צו דעסטרויען עווידענס אדער אנטלויפן. און דאס רופט זיך א 'סיעלד אינדייטמענט', און ביי אזעלכע קלאגעס קומען געווענליך עדות זאגן נאר גאווערמענט ארבייטער אדער אינפארמאנטען וואס זענען באאויפטראגט צו אויספארשען דיע סארט מיסברויכן, און ווען זיי טרעטן אויף שטעלן זיי זיך נישט פאר מיט קיין נאמען, ווייל זייער אינדענטיטעט דארף אויך בלייבן סיקרעט, נאר זיי זאגן זייער סי איי (אקראנים פאר קאנפידענשעל אינפארמאנט) איי די נומער].

פראסעקיוטאר: איך גיי יעצט אריינרופן די עדות, א סי איי, וואס איז געווען אונטערגעשטעלט צו ברענגען עווידענס פון א דראג פארקויף.

ער גייט ארויס פונ'ם שטוב, און א מאן קומט אריין. דער פראסעקיוטאר אזוי ווי די פריערדיגע מאל ווייזט אים צוצוגיין אין פארנט פון די foreperson און זאל אויפהייבן זיין רעכטע האנט, ווייל מען גייט אים באשווערן. ער הייבט אויף זיין האנט און דער foreperson זאגט אים פאהר די נוסח בשעת זיין האנט איז אין דער הייעך און ער שאקעלט צו מיטן קאפ און זאגט יא. דער פראסעקיוטאר ווייזט אים זיך צו זעצן ביים טיש וואס ליגט אין צענטער פונ'ם שטוב, און זאגט אים: ביטע שטעל דיך פאר מיט דיין סי איי נומער, און זאג נישט דיין נאמען.

סי איי: מיין סי איי איי די איז 00000.
פראסעקיוטאר: פארצייל וואס האסטו מיטגעהאלטן יענע און יענע טאג ארום דיע צייט, אויב עפעס.
סי איי: איך בין געגאנגען צו א באשטימטע פלאץ ווי איך האב מיך געדארפט טרעפן מיט איינעם איבערצונעמען געוויסע פעקלעך.
פראסעקיוטאר: איז יענע פלאץ אין די און די סטעיט די און די קאונטי?
סי איי: יא.
פראסעקיוטאר: וואס האט דיך יענער געגעבן?
סי איי: יענער האט מיך געגעבן ענוועלאפס מיט געוויסע דראגס.
פראסעקיוטאר: האסטו אים באצאלט פאר דעם?
סי איי: יא.
פרסעקיוטאר: וויפיל געלט האסטו אים געגעבן?
סי איי: כך וכך.
פראסעקיוטאר: און וואס האסטו געטון נאכדעם?
סי איי: יענער האט מיך איבערגעגעבן די פעקל, און איך האב עס געברענגט צו מיין הענדלער.
פראסעקיוטאר: און וואס האט דער הענדלער געטון?
סי איי: ער האט עס איבערגענומען, און מיר דערנאך געגעבן כך וכך אין קעש באצאלט פאר די ארבעט.
פראסעקיוטאר: באצאלן זיי דיר אייביג דיע סכום?
סי איי: יא.
פראסעקיוטאר: דא אויפן טיש ליגט עטליכע פעקלעך, איז דאס די זעלבע וואס דו האסט איבערגענומען פון יענעם?
סי איי נעמט עס און באטראכט עס: יא דאס איז די זעלבע.
פראסעקיוטאר: און וואס איז דאס?
סי איי: כך וכך פון די סארט דראג, און כך וכך פון די סארט דראג.
פראסעקיוטאר: איך לייג יעצט אריין דיע פעקלעך אלס עקזיביט כך וכך.
און איז צוגעגאנגען צום קלערק זאל עס סיינען.
פראסעקיוטאר: איז דא איינער וואס האט א פראגע?
קיינער האט זיך נישט אנגערופען.

פראסעקיוטאר: א דאנק פאר דיין סערוויס, דו ביזט יעצט באפרייט.

פראסעקיוטאר: איך גיי יעצט אריינרופן מיין קומענדיגע עדות, וואס דער איז דער הענדלער פונ'ם סי איי.

ער גייט ארויס ער רופט אריין איינעם און עס קומט אריין א מאן, און אזוי ווי די אנדערע ווערט ער באשוואוירען און זעצט זיך ביים טיש.

פראסעקיוטאר: ביטע שטעל דיך פאר מיט דיין נאמען, געבורטסטאג און פאזיציע.
הענדלער: מיין נאמען איז אזוי און אזוי, געבורטסטאג דעמאלס און דעמאלס, איך בין א דעטעקטיוו אין די און די דעפארטמענט, און איך דין אלס הענדלער פאר עטליכע סי איי'ס.
פראסעקיוטאר: איז סי איי מיט דעם איי די נומער דיין ארבייטער?
הענדלער: יא.
פראסעקיוטאר: ווילאנג ארבעטסטו שוין מיט אים?
הענדלער: פאר ארום כך וכך יאר.
פראסעקיוטאר: וויאזוי איז דיין אימפרעשן מיט די סחורה וואס ער דעליווערט דיר?
הענדלער: ער מאכט זייער א גוטע דזשאב, ער האט אונז שוין געהאלפן ברענגען צו גערעכטיגקייט אסאך קרימינאלן.
פראסעקיוטאר: האט ער דיך עפעס דעליווערט יענע און יענע טאג?
הענדלער: יא, ער האט מיך געברענגט פעקלעך דראגס.
פראסעקיוטאר: האסטו אים באצאלט פאר זיין ארבעט?
הענדלער: יא. איך האב אים געגעבן כך וכך.
פראסעקיוטאר: וואס האסטו געטון מיט די סובסטאנצען נאך וואס דו האסט דאס איבערגענומען פון אים?
הענדלער: איך האב עס געלייגט אין א סעיף און געשיקט צו די לעברעטארי פונ'ם דעפארטמענט אויסצוטשעקן אויב עס איז טאקע אומלעגאלע דראגס.
פראסעקיוטאר: איז דאס דער פראצעדור וואס דו טוסט אייביג מיט דראגס?
הענדלער: יא, איך דארף אייביג זיכער מאכן די אוטענטישקייט פון די סובסטאנץ.
פראסעקיוטאר: האסטו צוריק באקומען די רעזולטאטן פון די לעברעטארי?
הענדלער: יא.
פראסעקיוטאר נעמט א פאפיר פון זיין פאלדער און טראגט עס צו צום הענדלער.
פראסעקיוטאר: וואס איז דער בלאט?
הענדלער: דאס איז די לעב רעזולטאטן וואס איך האב צוריק באקומען.
פראסעקיוטאר: און וואס שטייט דארטן?
הענדלער קוקט אריין און זאגט: דא שטייט אז עס איז דא כך וכך פון די סארט געווירצען אזוי סאך אונצעס, און כך וכך פון די סארט געווירצען און כך וכך אונצעס.
פראסעקיוטאר: איז דער בלאט געחתמ'ט?
הענדלער: יא, עס האט די חתימה פון דער וואס איז אין טשארדזש פון'ם לעברעטארי, ווי ער באשטעטיגט אז וואס עס שטייט דארט איז ריכטיג, און ווי אויך האט עס מיין חתימה אז איך האב עס איבערגעגעבן.
פראסעקיוטאר: איז דער חתימה אויפן רעכטן זייט דיין חתימה?
הענדלער: יא.
פראסעקיוטאר: איך לייג יעצט אריין דעם בלאט אלס עקזיביט כך וכך וואס באשטעטיגט אז די פעקלעך וואס ליגן דא איז טאקע אומלעגאלע דראגס.
און איז צוגעגאנגען צום קלערק זאל עס סיינען.

דזשוראר נומער 0000 רופט זיך אן: דאס איז דזשוראר נומער 0000.
דזשוראר 0000: מיסטער הענדלער, וויאזוי ווייסטו אז דער סי איי נעמט נישט אראפ פאר זיך עטליכע פון די טאבלעטן פאר זיך, עס איז דאך טייערע סחורה?
הענדלער: בעפאר מיר שיקן ארויס א סי איי, טוען מיר אים אן א באהאלטענע ווידיאו רעקארדער וואס ער דארף אנהאבן די גאנצע צייט, און נאר טאמער ער פירט עס אויס אזוי, באקומט ער באצאלט און קען ווייטער ארבעטן. און ער ווייסט אז אויב וועט ער ווערן געכאפט נישט אויסצופירן זיין פליכט בשלימות, וועט ער מער נישט קענען ארבעטן פאר אונז.

פראסעקיוטאר: האט נאך איינער עפעס א פראגע?
קיינער רופט זיך נישט אן, זאגט ער פאר די הענדלער אז ער איז באפרייט, און דער הענדלער גייט ארויס.

וועל איך יעצט פארלייענען די געזעץ וועגן דראג'ס און נארקאטיקס. און דערנאך וועלן אונז ארויסגיין און עטץ וועטס דעליבערעיטן איבער די קלאגעס.

ער נעמט ארויס א דיקע געזעץ בוך פון אונטען אינעם שטענדער, און מישט אויף צו די פון פריער צוגעצייכענטע בלאט, און הייבט אן פארצוליינען די געזעץ: ניו יארק סטעיט פינאל לאו סעקשען 220.31 שטייט אזוי: א מענטש איז גילטי אויף קרימינאלע פארקויף פון א קאנטראלד סובסטאנץ אין די פיפטע גראד ווען ער ווייסט און אומגעזעצליך פארקויפט ער א קאנטראלד סובסטאנץ. קרימינאלע פארקויף פון א קאנטראלד סובסטאנץ אין די פופטע גראד איז א קלאס D פעלאני.

ער לייגט אוועק דעם בוך, און אזוי ווי פריער ווייזט ער פאר די סטענאגרעפער אז מען גייט ארויס פון צימער. און ווייזט אן אז די עווידענס ליגט אויף די עדות טישל, און זאגט אז מען זאל עס אריבער פירן צו אלע דזשורארס אז יעדער זאל זיך קענען אליינס איבערצייגן אין די עווידענס. און דערנאך בעט ער פון דער וואס זיצט נעבן די טיר, אז ווען מען ענדיגט דעליבערעיטן זאל ער זיי קומען אריינרופן. און זיי גייען ארויס.

אזוי ווי פריער, די וואס זיצן די אונטערשטע שורה גייען צו צום טישל, און נעמען די סובסטאנץ און קוקן עס דארך, און נאך וואס זיי זענען פארטיג דאס איבערקוקן, גיבן זיי עס פאר זייער שכנים, און דערנאך צו די נעקסטע שורה ביז יעדער האט עס שוין געזען. מען שיקט עס צוריק צו די טישל. און דער קלערק פרעגט: נו? וואס האלט איר, זעט אייך אויס די עווידענס פארלעסליך? דזשוראר 1? און יענער ענטפערט וואס יענער טראכט, און דער קלערק מאכט א טשעק ביי יענעם'ס נאמען ביי איינע פון די שורות, וואס איין שורה איז פאר יא, און איין שורה איז פאר ניין. דערנאך צו די נעקסטע דזשוראר, ביז אלע 23 זענען שוין אויסגעפילט.

דער וואס זיצט נעבן די טיר גייט ארויס אין די האל און זאגט זיי אז מען האט שוין גע'ענדיגט.

זיי קומען אריין אינ'ם דזשורי צימער. דער סטענאגרעפער גייט צו די באשטימטע פלאץ, און דער פראסעקיוטאר גייט צו צו די קלערק, צו קוקן אין די בוך וואס דער עולם האט אפגעמאכט, און איז צופרידן פון די אויסגאנג.

דערנאך לאזט ער וויסן אז מיט דעם איז מען פארטיג פארן היינטיגן טאג, און מען זאל אריינרופן מארגען אויף די אנגעגעבענעם נומער צו הערן אויב מען דארף מארגען קומען פאר א סעסיע.

די קלערק נעמט צוזאם אלע נאטיצן וואס דער עולם האט זיך אנגעצייכענט, ווייל דאס טאר נישט ארויסגיין פון דעם צימער, און גייט ווערן געשטרעדעט.

און אלע נעמען זייערע מאנטלען און אנדערע צוגעהער וואס מען האט אלץ מיטגעברענגט און מען גייט ארויס צופרידן אז מען האט נישט געדארפט פארברענגען צו סאך צייט, און עס איז נאך סאך פאר לאנטש צייט.

דער אנדערע איד האט מיך אהיים געפירט, און אפגעמאכט זיך צו טרעפן קומענדיגע מאל צופרי ווען עס וועט זיין א סעסיע.

המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך זוסיא אום זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow wow זייער אינטערסאנט קיפ איט אפ!!!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נישט געגלייבט ס'העט נאך קומען אן המשך..

ש'כח! זייער אינטערעסאנט
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער געשמאק אראפגעלייגט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (דריטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:זייער געשמאק אראפגעלייגט.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מיין דינסט אלס דזשוראר (צווייטע חלק אריינגעלייגט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אזוי זאג איך האט געשריבן:Wow wow זייער אינטערסאנט קיפ איט אפ!!!

גא״מ
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”