בלאט 1 פון 1

דין וחשבון פון די קאנטרי

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 10:30 pm
דורך זיידעניו
דעם פשט פון "דין וחשבון" ערקלערט דער גאון ר' וועלוועלע בריסקער ז"ל, אז אויסערדעם וואס א מענטש וועט דארפן געבן אן ענטפער אויף דעם וואס ער האט געטאן אן עוולה, וועט ער אויך דארפן געבן ' אן ענטפער פארוואס ער האט נישט פאראויס אויסגערעכענט אז די עוולה זאל נישט פאסירן.

א מענטש דארף לעבן מיט א "חשבון" אז עס זאל אים אפילו נישט אונטערקומען א נסיון אין אידישקייט. דאס איז דער באדייט פון דין "וחשבון", אז מ'וועט דארפן געבן אן ערקלערונג פארוואס ער האט נישט אלעס פונקטליך אויסגע'חשבונ'ט פון פריער, ער האט דערצו דערציילט א אינטערסאנטע פאסירונג.

אמאל איז געווען א בעל עגלה וואס האט יארן לאנג געהאט שיין פרנסה פון זיין פאך אלס בעל עגלה, זייענדיג דער איינציגער בעל עגלה אין שטעטל, מיט וועמען יעדער האט זיך באנוצט.

א שיינעם טאג איז פלוצלינג אנגעקומען נאך א בעל עגלה אין שטעטל און עס האט זייער געשטערט דעם עלטערן בעל עגלה, אז ער וועט אים צונעמען פון זיין שיינעם פארדינסט, האט ער זיך געוואנדן צום נייעם בעל עגלה, ערקלערנדיג ווי פאלגענד: הער מיך גוט צו. על פי הלכה דארפסטו אוועקגיין פון שטאט, ווייל דו נעמסט צו מיין פרנסה, אבער אזוי ווי איך בין אן ערליכער, וועל איך גיין מיט דיר לפנים משורת הדין, איך וועל דיך לאזן ארבעטן דא אין שטעטל מיט איין באדינג, אז איך וועל דיך ערשט פארהערן הלכות בעל עגלה. וועסטו מצליח זיין אין דער פארהער, קענסטו בלייבן אין שטאט, אויב נישט, מוזטו אוועקגיין פון שטאט. דער נייער בעל עגלה האט צוגעשטימט דערצו, און דער פארהער האט זיך אנגעהויבן.

אלטער בעל עגלה: "וואס טוט מען אין א פאל ווען מ'פירט א וואגן פול מיט מענטשן און פעקלעך און דער וואגן איז אריינגעפארן אין א טיפע בלאטע, און די פערד קענען זיך
נישט רירן פון ארט?

נייער : בעל עגלה: "מ'פארלאנגט פון די רייזענדע גיך אראפצונעמען די פעקלעך פון וואגן, כדי צו פארלייכטערן די לאסט פאר'ן פערד און ערמעגליכן ארויסצוקריכן.

אלטער: "און וואס'זשע טוט מען אויב דאס העלפט אויך נישטו נייער: "דאן בעט מען די רייזענדע זיי זאלן אויך פארלאזן דעם וואגן, כדי צו פארגרינגען פאר'ן פערד.

אלטער: "און אויב דאס וועט אויך נישט העלפן, וואס וועט זיין די לייזונג ?

נייער: "איך וועל מיך אנטשולדיגן פאר די רייזענדע און בעטן אז זיי זאלן מיר העלפן שטופן דעם וואגן, און אזוי וועלן מיר דאס ארויסשלעפן פון די בלאטע.

אלטער: "און אויב וועט מען דאס אויך נישט קענען באווויזן, ווייל די בלאטע וועט זיין גאר א טיפע און שטארקע, וואס וועסטו דעמאלס טאן?

נייער: "דאן וועל איך טאקע נישט וויסן וואס צו טאן. דא איז דער אלטער בעל עגלה אויפגעשפרינגען, זאגענדיג, זעסטו אז דו קענסט קיין בעל עגלה נישט זיין, דו ווייסט נישט די הלכות. איצט מוזטו אויפגעבן דיין בעל עגלה'שאפט און מיך לאזן אליין זיין דער בעל עגלה פון שטעטל.

גוט, איך בין מסכים, זאגט דער נייער בעל עגלה, אבער דאך, ערקלער מיר, וואס טוט מען טאקע אין אזא פאל אז דער וואגן איז אין אזא טיפע בלאטע?

מיין טייערער פריינד, האט דער בעל עגלה ערקלערט. אין אזא שלעכטן מצב קען איך טאקע נישט העלפן, אבער דער ערפארענער בעל עגלה גיט אכטונג אז עס זאל 'נישט צוקומען' צו " אזא מצב! אט דאס הייסט דער ריכטיגער בעל עגלה, דאס האט דער בריסקער גאון דערציילט, ארויסברענגענדיג אז אויף יענע וועלט וועט מען דארפן געבן דין "וחשבון" פארוואס מ'האט פון פריער נישט אכטונג געגעבן.

די גמרא זאגט אין מסכת בבא בתרא (ע"ח), על כן יאמרו המושלים, דאס מיינט מען די ערליכע אידן וועלכע געוועלטיגן אויף זייער יצר הרע, און נישט דער יצר הרע געוועלטיגט אויף זיי. ווי אזוי קומט מען צו די מדריגה? גיט דער פסוק ווייטער צו פארשטיין, בואו חשבון, דאס מיינט בואו ונעשה חשבונו של עולם, לאמיר מאכן א חשבון פון די וועלט.

פירט די גמרא אויס, אם אתה עושה כן, אויב דו טוסט אזוי, דאן תבנה בעולם הזה ותכונן לעולם הבא, וועסטו בויען אויף די וועלט, און באקומען שכר אויף יענע וועלט. זענען די ספרי מוסר מסביר די אויבנדערמאנטע גמרא, אז די גמרא דריקט "חשבונו של עולם", א חשבון פון די וועלט, מיט דעם מיינט די גמרא ארויסצוברענגען אז א מענטש דארף לעבן אויף די וועלט מיט א חשבון, און וויסן אז די וועלט איז נאר א דורכגאנג, א בריק אנצוקומען אויף יענע וועלט, און "דארט" איז דער עיקר.

ווען א מענטש לעבט מיט דעם חשבון, דאן איז ער א געוועלטיגער אויפ'ן יצר הרע, און דער יצר הרע קען אים נישט איבעררעדן, ווייל שטענדיג זעט ער פאר זיך אז מיט דעם וואס ער גייט יעצט טאן אן עבירה ר"ל, פארדארבט ער אויף יענע וועלט, וואס דארט איז דער עיקר. מיר געפינען אין פסוק אז א מענטש איז צוגעגליכן געווארן צו א בוים, ווי ס'שטייט אין פסוק, כי "האדם עץ" השדה.

ביי א בוים געפינען מיר גאר אן אינטערעסאנטן פונקט. מ'פלאנצט אריין אין דער ערד "איין" קליינעם קערל פון א פרוכט, און פון דעם וואקסט ארויס א הערליכער בוים, וואס גיט ארויס שיינע זאפטיגע פרוכט. דאס קליינע קערל וואס ליגט טיף אין רער ערד, איז שוין לאנג פארפוילט, און דער בוים קען ארויסגעבן פירות הונדערטער יארן. קומט אויס אז דורך דעם איינעם קערל, וואקסן ארויס פירות אויף הונדערטער יארן.

דאס זעלבע איז ביי א מענטש, וועלכער לעבט דא אויף דער וועלט זיינע באשערטע יארן, און דאן זייעט ער אן מצוות ומעשים טובים, וואס דער שכר דערפון ווערט אפגעהיטן אויף יענע וועלט, וועלכע איז א נצחיות, אן אייביגקייט, און לויט וויפיל ער האט אין די פאר יאר אנגעפלאנצט דא אונטן אויף דער וועלט, קען ער שפעטער געניסן אויף די אייביגע וועלט, און דער וואס לעבט מיט דעם געדאנק, זייעט טאקע אן ווי מער און מער, בכדי ער זאל שפעטער קענען ווי מער הנאה האבן פון זיין הארעוואניע אויף דער וועלט.

גאר אן אינטערעסאנטע אונטערשייד, ווייזן אן די ספרי מוסר, געפינט מען צווישן א מענטש און א בהמה. דער מענטש, ווען ער ווערט געבוירן, קען ער נישט רעדן. ווען ער נויטיגט זיך אין עפעס דארף ער וויינען דאס צו באקומען. שפעטער, ווען ער ווערט שוין גרעסער, שטויסט ער זיך אן אין פארשידענע שוועריקייטן, ווי פרנסה און צער גידול בנים, שטענדיג זארגן וועגן די פלעגונג פון זיינע קינדער. ווען מ'ווערט שוין אביסל עלטער, און מ'וויל שוין שניידן פירות פון די פלאג וואס מ'האט אנגעארבעט, פאנגען זיך אן די עלטערע יארן. ס'קוועטשט שוין דא און דארט, "אפאינטמענטס" ביים דאקטאר א.א.וו. בקיצור, מיט איין ווארט, מ'לעקט נישט קיין האניג אויף דער וועלט.
דאקעגן ביי א בהמה געפינען מיר אין די גמרא, אז פון דעם טאג וואס אן אקס ווערט געבוירן ווערט ער שוין אנגערופן אן אקס, ווייל ער קען שוין דעמאלט אלעס טאן. ער קען שוין אליין עסן, לויפן, ער ליידט נישט קיין צער און קיין ווייטאגן, און לעבט א גוטן טאג. וואס איז די סיבה דערצו?

דעם ענטפער אויף דעם פארשטייט מען מיט דעם פריערדיגן שמועס. א מענטש איז נישט דא אויף דער וועלט ווייל דאס איז דער ציל. א מענטש לעבט אויף דער וועלט כדי ער זאל "שפעטער" קענען לעבן, דעריבער ווייזט מען אים אז אויף דער וועלט גייט גארנישט א!וי גוט, ווייל דא איז נאר דער טפל. דאקעגן ביי א בהמה, וואס קומט נישט אן אויף יענער וועלט, און ביי אים איז דער עיקר אויף דער וועלט. דעריבער "לעבט" ער טאקע אויף דער וועלט און ס'פעלט אים גארנישט, אבער ביי א איד איז דער תכלית יענער וועלט, און דא איז נאר א דורכגאנג, ווי דער מסילת ישרים שרייבט, אויב דער תכלית פון א מענטש וואלט געווען צו לעבן אויף דער וועלט, וואלט מען קיינמאל נישט אריינגעגעבן אזא "הויכע" נשמה, וואס האט מער קדושה ווי די מלאכים. דעריבער, אז השי"ת האט געגעבן אזא הייליגע נשמה, זעען מיר פון דעם אז דער עיקר איז יענער וועלט, און מיר דארפן אכטונג געבן אויף די הייליגע נשמה אנצוקומען דערמיט לעולם הנצחי.

א גרויסער מוסר השכל קענען מיר זיך אראפלערנען פון די "קאנטרי" (וואו א סאך היימישע אידן געפינען זיך אין די וואכן). דער סדר איז, אז אין קאנטרי, אפילו אויב אלעס קלאפט נישט אזוי הונדערט פראצענט פארנעמט מען עס, וויסנדיג אז ס'איז נאר א דורכגאנג, און באלד פארט מען שוין אהיים. די בענקלעך מוזן נישט זיין אויניגע, מ'קלאפט אריין א נאגל אין די וואנט וואס "אינדערהיים" וואלט מען עס קיינמאל נישט געטאן. די סיבה איז, ווער ס'געפינט זיך אין קאנטרי האט מיטגעהאלטן דאס "אנקומען" אין קאנטרי, און וועט אי"ה מיטהאלטן דאס "אהיימפארן". דעריבער פארשטייט ער אז ס'איז נאר א דורכגאנג, ווייל ער זעט דאס צו מיט זיינע אייגענע אויגן. דאקעגן אונזער גאנץ לעבן, וואס איז אביסל א "לענגערער" דורכגאנג, כאפט מען זיך נישט אן ס'איז נאר א דורכגאנג, ווייל א מענטש האלט נישט מיט זיין "קומען" אויף די וועלט, און ער האלט נישט מיט זיין אוועקגיין. ער זעט נאר ווי "יענער" גייט. אז מ'איז אבער פון די וואס לעבן מיט א חשבון, ווייסט מען אז די וועלט איז גארנישט, און מ'לייגט נישט געוויכט אויף די וועלט, כדי נושט אויסצוטוישן אן עולם עובר מיט אן עולם העומד.

מיר וועלן שליסן די ווערטער פונעם חפץ חיים ז"ל , וואס האט זיך אמאהל אויסגעדריקט, ווען א איד לעבט מיט א חשבון, וואו ער שטייט אין רוחניות, דאן דארף ער נישט מאכן קיין חשבונות וואו ער האלט אין גשמיות, ווייל השי"ת שיקט אים צו כל טוב סלה אמן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 10:33 pm
דורך קרעמער
הערליך שיין (באלאנגט אפשר אין בית המדרש).

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 11:55 pm
דורך ברוך
אפשר וועסטו לאכן פון מיר, אבער איך האב געוויינט, יא עס איז פשוט געקומען טרערן פון אזעלכע אויפריכטיגע דיבורים,
זייער גוט און זייער צו די פוינט. און פינטעל אריין, ווי מען רופט דאס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 12:05 am
דורך שוועמל
דער שיינער משל פון כי האדם עץ השדה איז מיר זייער געפעלן!

שיינער באשרייבונג, שרייב נאך

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 8:15 am
דורך יאנאש
זיידעניו; הערליכער ארטיקל, הערליך ארויסגעברענגט הערליכע פונקטן מיט הערליכע ווערטער און הערליכע משלים.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 8:24 am
דורך וואס
זיידעניו, יעדעס ווארט דיינע דא איז טייערער ווי בריליאנטן, א גרויסן ישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 9:32 am
דורך יצמח
א גרויסען דאנק זיידי פאר די ווארימע דיבורים.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 11:57 am
דורך שאץ מאץ
אמת'ע דיבורים.... העולם הזה איז נאר א פרוזדור, מ'דארף נישט קיים באקוועמליכקייטן....
זאל אביך ויגדך "זקנך" ויאמרו לך....
ס'איז גוט צו הערן מוסר פונעם זיידן....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 12:03 pm
דורך איך_הער
זיידעניו, הערליכע און ערליכע דיבורים, יישר כחכם.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 12:05 pm
דורך קאר אינשורענס
ישר כח
שוין געלערנט אביסל מוסר אויך היינט

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 12:31 pm
דורך מאשקע
זייער גוט, זיידעניו. אמת'ע רייד.

די משל פונעם קאנטרי דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אז אן עושר איז אמאל געקומען צום חפץ חיים (דאכט זיך), און זעענדיג די גרויסע ארימקייט ביי אים אין שטוב, האט ער זיך געטרויט צו פרעגן: רבי, ווי קען מען לעבן אין אזא ארימקייט? וואו זענען די נארמאלע בענקלעך, א לייטישע טיש?

האט אים דער חפץ חיים געפרעגט וואו ער שטייט איין וויילנדיג דא אויף ביזנעס, האט ער אנגעוויזן אויף א געוויסן האטעל. פרעגט אים דער ח"ח צי ער האט מיטגעברענגט זיינע טייערע טשילארס און פאטעלן, האט ער געזאגט אז ניין; ער איז דאך דא בלויז אויף א קורצע צייט, אבער אינדערהיים האט ער זיין גאנצע עשירות.

האט אים דער ח"ח געענטפערט: איך בין אויך נאר דא צייטווייליג, אינעם פרוזדור. מיין ריכטיגע עשירות ליגט אוועקגעלייגט בעולם הבא.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 6:22 pm
דורך דארפסמאן
זיידי עס איז גיט אויסציהערן א זיידע אבערהויפט אזעלכע דברים של טעם "ישר כח"

יעצט דעמאנן איך מיך א מעשה פון הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן אז פאר ער איז נפטר געווארען האט ער געפרעגט איינער פון די צדיקים וואס איז געקימען אים באזיכען האט ער געפרעגט דעם צדיק וואס ער האלט אויב ר' מאיר'ל (אזוי האט ער גערעדט) דארף זיך שוין אריבען ציען אין א שענערע דירה און די צדיק האט געענטפערט זיכער דארף ער זיך אריבען ציען אין א שענערע דירה האט ר' מאיר געזאגט פיין אי"ה גאר בקרוב און די צדיק האט זיך געכאפט אז ער מיינט לחיי העולם הבא האט ער שנעל ציריק געצויגען און געזאגט ניין איך מיין נישט יעצט נאר אפאר יאר ארום, האט ר' מאיר אים געזאגט עס איז צי שפעט און ער איז טאקע נפטר געווארן א פאר טעג שפעטער זי"ע ועכי"א

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2008 1:37 pm
דורך לעווי
זייער א שיינע שמועס זיידעניו מיט א ריכטיגע טעם זקנים. וואס האב איך צו מוסיף זיין? הלוא וואלטן מיר טאקע געלעבט אזוי?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 9:44 am
דורך 3x0
נעכטן געליינט, און זייער הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:05 pm
דורך למעלה משבעים
הערליך שיין, ארויף דערמיט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:36 pm
דורך אַבּערוואַס
אין די "מעלות" די חודש איז גראדע געווען אן ארטיקעל בסגנון זה.

#השקפה נכונה

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 9:38 pm
דורך נשמה
גרויסע שכח


"מ'קלאפט אריין א נאגל אין די וואנט"
די צייטונג.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 5:14 pm
דורך כראפעץ
בא'טעמ'ט