Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יולי 20, 2008 5:06 pm

קרעמער, וואויל, מיללער אויך גוט.

וואס איז געשעהן אז ער איז געווארן אויס דבוק?

Advertisement

זונטאג יולי 20, 2008 5:13 pm

ווייסטעך, יעדע סקאטש-טעיפ קלעבט זיך אויף מיט די צייט.

זונטאג יולי 20, 2008 5:47 pm

איינער בעסער פונעם צווייטן!

דאנערשטאג ינואר 08, 2009 10:56 am

scy4851 האט געשריבן:רב קרעמער
איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז זאלסט מאכען דעם אשכול דבוק אז עס זאל בלייבען כסדר אויווען און מזרח.
דער פאוינט וואס די האסט ארויסגעברענגט איז זייער א וויכטיגער!


אין איך וויל נאר מחזק זיין דיינע ווערטער.

רבותי, איך האב ליידער פלענטי געזעהן וואס דער ענין קען גורם זיין
הזהרו, און נאכאמאל הזהרו און נאכאמאל הזהרו.
איך קען נישט גענוג מאל זאגען הזהרו

דאנערשטאג ינואר 08, 2009 11:08 am

חני וואס האסטוך הותטערט דערמאנט?

דאנערשטאג ינואר 08, 2009 11:58 am

איינער פון די צווי האב איך געוואלט מען זאל דבוק'ן,

איצטע זעה איך אז מען האטעס שוין געדבוק'ט, ש'כוח מנהלים

זונטאג מאי 03, 2009 9:13 pm

כל הנ"ל אמת ויציב

דאנערשטאג יוני 24, 2010 8:21 pm

ממש לעצטענס האט מיר איינער פראבירט משכנע זיין אויף גוגל טולק כ'זאל עם זאגן מיין ניק!
כ'האב עם געענטפערט פשוט און גראד, איך האב שוין געשריבן זאכן וואס איך וויל נישט דו זאלסט וויסן! און איך פלאן מערצעשעם ווייטער צו שרייבן ארויסצוהעלפן זיך און אנדערע אידן. קלאר?
איך האף אז ער האט געכאפט דעם רמז...

דאנערשטאג יוני 24, 2010 8:56 pm

דיין ניק אדער דיין נאמען?

אויב ער ווייסט דיין נאמען און האט נאר געוואלט וויסן דיין ניק, האסטו אים דאס יעצט דערציילט...

דאנערשטאג יוני 24, 2010 9:00 pm

זאל ער כאטש זען וואס עס געשעט ווען מען איז עובר אויף איסורי גילוי...

מיטוואך מאי 16, 2012 1:44 pm

ארויף, אלץ א דערמאנונג

שלא תשתכח תורה...

מיטוואך מאי 16, 2012 1:59 pm

און א דערמאנונג 'נישט' צו פארציילן ווער יענער ניק 'איז' געווען ווען ער האט נאך געשריבן דא.

מיטוואך מאי 16, 2012 2:22 pm

ג"א מצטרף
שלומי

דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:11 pm

א פשוט'ע עצה געוואויר צו ווערן ווער קרעמער איז, שטעלט ארויף אז איר האט צוויי באקסעס פסח'דיגע טשאקאלאד קוכן אוועקצוגעבן...

פרייטאג מאי 18, 2012 5:09 am

איך בין אויף דייעט....

פרייטאג מאי 18, 2012 6:26 am

הא ...הא.. נעכטען האבעך געהאט א פאני תאוה.
אפאר חבירים מיינע האבען מער אזוי מאסיעך לעפי טימוי געגעבען א געזינטע לאך פון איינע פון מיינע תגובות נישט וויסענדיג אז איך בין עס גאר.....
נעעע כאב זיי נישט געזאגט אז איך בינעס.... אודאי נישט !! סי דאך גילו באשעפער!!!!

באט סי געווען א גיטע פילינג.... :wink:

מאנטאג מאי 21, 2012 12:07 pm

און היינט וועלן זיי לייענען די תגובה, און מער פעלט דיר נישט אויס.

מאנטאג מאי 21, 2012 12:39 pm

סאכדעס האט געשריבן:און היינט וועלן זיי לייענען די תגובה, און מער פעלט דיר נישט אויס.

מינאסטאם רעדט ער פון זיין אנדערע שלייער...

מאנטאג מאי 21, 2012 5:36 pm

נעעע זיי קומען נישט אפט,
(און בכלל ליינען זיי נישט די "עכט וויכטיגע" אשכולות, א שטייגער טאקע פון די אשכול....
שרייב א תגובה

Advertisement