נאטורליך'ס קאנטרי:
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2008 10:08 am
אזוי וואו אין די אלטע קרעטשמע איז דא א סך אוצרות פון גאלד, איך האב לעצטענס אביסעל ארומגעבלאנדזשעט, אין איך האב געטראפען די נאטורלעך'ס טאג ביך פין קאנטרי, האב איך געטראכט אז עס איז שוין צייט ארויפצוברענגען צוריק אביסעל אלטע חומר, פאר אינזערע אינגערע דורות, וואס געדענקען עס נישט.
און די זעלבע צייט וויל איך אויך בעטען אנטשולדיגאנג פין די מנהלים, אז איך האב נשיט געפרעגט קיים רשות פאר דעם, ואתכם הסליחה.
נאטורליך'ס טאגבוך פון די קאנטרי
שוין זעקס יאר חתונה געהאט צום גיטען, דריי קליינע שעפעלעך, גאנץ א כמעשה דירה'לע דא אין וויליאמסבורג, קוים אדורך דעם פסח בשעטו"צ, איך זיץ אין דער ארבייט איבער א געהויפען פאפירען און די רבנית הצדיקת איז ווידער אויפען טעלעפון איך זאל היינט אהיים קומען ווי פריער זי וויל עפעס אדורך-שמועסען. עס ווערט מיר טונקעל אין די אויגען, נישט מער און נישט ווייניגער איך האב איר צוגעזאגט אוועק צוטראגען די פסח געשיר א טאג נאך פסח זיכער ווארט מיר אפ א שבע ברכות אינדערהיים, איך קום אהיים אביסעל פריער גרייט צו מקבל פסק זיין, אבערוואז די טעמע זעהט אויס צו זיין גאר געשפאנט, עפעס איז זי אנגעצויגען, זי מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות נאר זאגט מיר ברחל בתך דאס יאר זאל איך נישט קרימען מיט די נאז ווייל היי יאר גייט מען אין קאנטרי און טאקע אויף א גאנץ זימער, די זעהסט דאך מיר פעהלט דאס אין אמת'ן אריין נישט אזוי אויס אבער די קינדער, ווי קען מען זיי לאזען דא אין די היצען אליין אין די שטאט?
וויפיל איך האב פרובירט צו טעהנ'ן און איינבעטען, כ'האב שווער צו צאהלען דעם רענט צייטליך, ס'איז מיר נישט אנגענעם צו פארען און קומען, ס'איז מיר נישט באטעמ'ט צו זיין אפוועזענד פון דער פאמיליע 5 טאג א וואך, איך האב נישט ליעב צו דרייווען, פשוט איך האב נישט דערפון קיין פארגענוגען, עס העלפט נישט קיין געוויין און געבעט. דער טעלעפון צוקלינגט זיך און מיינע אויערען כאפען נאר אויף "נו גיט סיז געבליבען מיר וועלען נעמען דריי באנגעלויס די אין איך און גיטל... און שוין....מיט יאנקעל איז אלעס ארלעדיגט.
זייט יענעם טאג דארף איך מער נישט אוועק פאקען די פסח'יגע געשיר, מען רעדט שוין אויך נישט אין שטיב פון גיין מאכען בילדער מיט די קינדער אלעס דרייט זיך ארום די קאנטרי,הימעל און ערד און די קאנטרי. גענוי ווי אלץ קינד אין דע צייט זענען מיר געווען פארנומען וואכען און חדשים איינצוטייילען בעטען מען האט זיך געקריגט און געגאנגען צום רבי'ן ער זאל מאכען שלום, ווער שלאפט ביים ווינדוי ווער שלאפט לעבען טיהר, מען האט זיך געקאלט ביינאכט איינער דעם צווייטען טרי וועי די האלבע חדר, אזא אטמאספער הערשט יעצט ביי אונז אין שטוב, סוי איך וועל זיין באנגעלוי 9 און די קענסט נעמען 10, נייו נישט גיט באנגעלוי 10 האט נישט א בוים. אזוי זענען אנגעאנגען די שמועסען א יעדע נאכט דעם טשעק פון צוויי מיט א האלב טויזענט דאללאר דעפאזיט האט שוין דער קאנטרי אייגענטומער לאנג געקעשט און מיר האבען נאך אפילו נישט געזעהן די באנגעלוי איך ווייס ניטאמאל אויף וועלכען עקזיט אויפען 17 אזויפיל ווייס איך אז די קומענדיגע וואך זינטאג גיי איך נישט אריין אין ארבייט ווייל עס גייט זיין א באשוי צווישען אונז מיט די באנגעלוי/'יס דערנאך וועלען מיר זעהן צו מיר האבען געמאכט א גיטען אויסוואל מיט'ן נעמען באנגעלוי 18 וואס איז טאקע קליין אבער עס איז ממש לעבען מיסיס יענטא בויבעריק וואס איז א גיטע אינעטרטעינערע'ן מיט איר קען מען לאכען ביזען האלבען נאכט אריין, אויך איז עס אראונד דעי קארנער פון די גראסערי.
מיר פארען ארויס זונטאג דריי וואכען נאך פסח צו באקיקען דעם קאנטרי, איך האב עפעס געפילט א שטייגער ווי מיין שוואגער דער משגיח וואס פארט קיין טשיקאגוי אין די פרעצעל פעקטארי. אויף מיר און די רבנית האבען א האלב מנין פרויען ארויף געלייגט די שווערע אויפגאבען צו זיין א מבין אויף די באנגעלוי, און נישט סתם א מבין נאר איעדע'ס פארפאלק וואס וויל קומען אין דער קאנטרי האט געקאלט און געגעבען א גאנצער טוץ מיט פארלאנגען וואס מען זאל באקוקען ביי זיי באנגעלוי. איין בת של קדושים האט געשיקט צו מיר אהיים סם פאר מייז, מיר זאלען עס אויסלייגען אין איר צוקונטפדיגע באנגעלוי אז טאמער עס וועט זיך מערצעשעם אויסארבייטען די באנגעלוי וויל זי וויסען אז עס איז ריין פון מייז. אזא אחריות. א צווייטע האט נאר געוואלט וויסען אויב עס איז דא א טעלעפון דזשעק אין נומער 13. א דריטע האט געקאלט מוצאי שבת אים 1:00 אזייגער, האלוי מיסטער... אנטשולדיגט פאר'ן באדערען אזוי שפעט, איך האף איך האב קיינעם נישט אויפגעוועקט. טוען זע מיר א גרויסע טובה און שמעקט באנגעלוי 11 איך בין זייער עמפינדלעך צו א שלעכטע גערוך וואס טייל באנגעלויס האבען, נו גיט איר עט נישט פארגעסען. איך האב זיך דערמאנט די ווערטער וואב מען האט געשריגען פאר א חודש פריער צו פעטער מנחם מאניש אין קבר פארגעס דער נישט דיין נאמען.
א גאנצען וועג דעבאטירט מען אויפען טעלעפון אז אויב ח"ו עס וועט זיך ארויס שטעלען אז נומער 18 איז גאר א קליינע באנגעלוי דעמאלס מיז מען יא צוריק טוישען צו נומער 9 העכסטענ'ס וועלען מיר זיין דערנעבען די יאנטשי מרס פישערהויפער.
אהיים קומענדיג פון דעם ערשטען באזיך זענען מיר געווען מער צומישט ווי קומענדיג. איך האב געוואלט מאכען א סטאפ ביים דיין אפשר וועט ער קענען ארויס העלפען אינעם ענין וואס זאל איך טוען עס איז שוין געווען האלב נאך 12 אזייגער אויף דערנאכט. אזויפיל האב איך געוויסט אז ערגעץ צווישען די גרויסע אומגעשניטענע גראז דריי מיט א האלב מייל אריין פונעם 17 האב איך אנגעזייעט 2,500 טויזענט דוללאר אויפען חשבון אז די קינדער גייען דארט האבען אזא לעבען אז א גאנץ יאר וועט מען זיין אויגערוהט דערפון.
ביז א טאג צוויי האב איך געהערט די גיטע בשורה אז אלעס איז ב"ה אויסגעגליכען, מיר האבען ב"ה באקומען די בעסטע באנגעלוי דערפאר וואס מיר זענען ארויס געגאנגען ווי די מרגלים צו זעהן וויפיל ביימער עס זענענן פארהאן ביי איעדער באנגעלוי און ווי ווייט איז אפגעריקט איינע פון די אנדערע אא"ו.
דיע וועס האט געשיקט סם פאר די מייז האט שוין 4 מאל געקאלט און נאר געוואלט וויסען אויב מיר האבען געגאסען אויך אונטער די פריזשדער.
געמיינט האב איך אז איך קען פריי אפאטעמען כאטש ביז נאך שבועות, א בוידעם. קוים וואס איך בין אהיים געקומען עש"ק האט זיך עס אנגעהויבען, הרבנית תליט"א געט מיר א ליסט פון דאהי ביז קאנארסי וואס מען דארף אלץ האבען (איינקויפען) פאר די קאנטרי, וואס א שורה אראפצוה ווער איך מער בלייך, איך וועל אייך נאר פארלייענען שורה נומער 12 איז נייע פידזאמעס פאר אלע קינדער, וואס איז שלעכט מיט די איצטיגע? עםם עס איז נישט ארויסצוגיין דערמיט, אבער ווער זעהט דאס דען? עעעם די קינדער גייען דאך ארויס אויפען פארטש א שכן קען נאך זעהן, נו וואס פארשטייט א מאן צו די זאכען? שורה נומער 23 איז א 4 ראלל'ס קאנטעק פעפער, א שערל מיט טאם טעקס, 55 איז א נייע קעמארע אין אזוי ווייטער מען האט געקויפט שמעקערס פאר די באנגעלוי, פליגען כאפערס, אייז שטעקעלעך, 2 נייע בייקס, כל ערליי שווים זאכען. שרייבענדיג די שורות קויפט מען נאך אלץ.
וואס א וואך נענטער צו דעם יום הגדול וואס רופט זיך "מע פארט שוין" איז געווארען מער אנגעצויגען דער מצב אין שטוב, מען האט אנגעהויבען קויפען סאפערס זייער אפט, די קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס האבען געהאט אלע נעמען פון די באקאנטע היימישע סטאר'ס אויף ליע עוועניא, איעדער נאכט האט מען זיך געדינגען וויפיל גויטע'ס זאלען גיין קלינען די באנגעלוי, א טייל גיטע פריינט האבען געזאגט אז לכה"פ צוויי גויטע'ס אזוי וועט מען קענען אין אין טאג אויפרוימען די גרויסע באנגעלוי און אנגקומען צו א פרישע שמעקעדיגע באנגעלוי. לאנג זאל לעבען איין גיטע פריינד, זי האט ענדגילטיג געפסקנ'ט אז איין גויטע איז גענוג בשעת הדחק און אזוי איז געבליבען, זונטאג שלח האב איך צום צווייטען מאל גענומען א טאג אףף פון דער ארבייט איין געפאקט אלע כלי קודש וואס מען ניצט ערב פסח, אויגעפיקט די גויטע פון איר הויז אין גרין-פוינט, קאלאמוטנע אויפען הארץ זענען מיר ווידער אויפען וועג ארויס ווען דער גאנצער קאר איבעלט פון די גערויך וואס הייסט קלינינג לעדי, יא איידער איך פארגעס, מען מיז איר געבען פרישטאג, לאנטש און סאפער, א שעה לאנטש. דאס איז א שפיל פון הינדערט און פיפציג דאללאר און מזומנים.
אויפגעקלינט, אויסגעשטויבט, ארויסגעווארפען די חפצים, די פאריעריגע האבען איבער געלאזט א הויפען שמאטעס, געגעסען געטרינקען, זיך ארום געקוקט אויף דעם קליינעם נעבאכדיגע כאטקע וואס מיין סוכה אין שטאט איז גרעסער פון אים אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער.
א גאנצער וועג אהיים האט מען פלאנירט, געטראכט הויעך, געשריבען נאטיצען. קודם דארף מען צוריק טראגען די שאויער קוירטענ'ס עס מעטשט נישט מיט'ן ביה"כ, אויך דארף מען א נייעם לאמפ אין שלאף צימער, א בעסערען מאטראץ וכו', א קליינעם פירהאנג פאר די שויבען. לכה"פ נאך פינעף שמעקער'ס. און נאך אפאר שאר ירקות. נאכען דזשארש וואשינגטען ברידזש האט שוין די ליסטע געהאט קנאפע 16 נייע "קלייניקייטען" , ווי למשל עס לוינט זיך צו אינוועסטירען אין א גיטען וואש מאשין אויך א דרייער מען קויפט עס איינמאל און מען האט עס ביז משיח קומט און דאס איז אלעס אויסער די עכטע קלייניקייטען ווי למשל נייע ביליגע טעפ נאר פאר זימער נאר פאר פליישיג נאר פאר שלוש סעודות. אויך מיז מען האבען זימערדיגע טישטיכער "ענד די ליסט גויעס אן ענד אן".
עס טוט זיך עס לעבט זיך, די קינדער שפירען די מאמע איז אויפגעלייגט. מען גייט איעדע נאכט שלאפען אין צוואנציג אזייגער. דאס הויז איז פיל מיט באקסעס קליינע מיט גרויסע. אלעס פארט אויף רעדער, מיט א גרויסען שהחיינו קלייבט מען זיך צו גיין אין קאנטרי פון היינט איבער אכט טאג. איי עס איז נאך דא א גאנצער וואך? ווי קען מען שוין איינפאקען די געשיר, די שלאף זאכען? די שב"ק זאכען? נו סעט שוין גיט זיין אזוי די קומענדיגע טעג אבי מען זאל גארנישט פארגעסען דא.
דאס הארץ צאפעלט. עס ווערט נענטער צום יום הגדול, איך דערמאן זיך אין די האני-מאאן ווען מיר זענען געפארען קיין לאנדאן צום זיידען עס איז געווען דאס ערשטע מאל אויף א פליגער. מען האט געפלאנט ענדלאזע נעכט. גענוי אזוי פיהלען מיר אין די טעג. הייטער און האפענדיג אויף די מינוט ווען מיר וועלען זוכה זיין צו זיצען אינטערען באנגעלוי ביים עק וואלד אינטער דעם גערויש פון די קריקעט'ס אויף דעם גרויסען בענקעל וואס נאר אין די קאנטרי איז מותר אויף איר צו זיצען איש ואשתו אין רשות הרבים. א טייל זענען אפילו מקיל צו עסען אייז קריעם אזוי בפני כל עם ועדה. מיר האבען געקויפט איין גרויסע נאגיאד וואס מען קען אויסצוען אלל דע וועי און איינס א געהעריג צוזאם-לייג בענקעל. זי זאגט אז שבת וועל איך קענען נעמען דאס גרויסע. א שיינעם דאנק פון פאראויס.
א רחמנות אויף אונזער ווען דרייווער מען האט אים שוין באשטעלט פאר דריי וואכען צוריק אבער מען קאלט אים יעדע צוויי טאג צו מאכען זיכער אז ער האט נישט פארגעסען אונזער אדרעסס און קיינער כאפט אים חלילה נישט צו, און אז ער זאל זיין פאר'ן הויז אים דאנערשטאג קרח דריי אזייגער נאכמיטאג פונקטליך. וואס עפעס אזוי פרי? פארוואס נישט? ווען דען זאל מען פארען? זעקס אזייגער אין טראפיק? אנקומען מיעד? עסט אהיים קומען איינמאל אביסעלע פריער אין זאל זיך עס אנהייבען מיטען רעכטען פיס.
אלע פעקלעך זענען שוין גרייט 9 אזייגער צופרי די קינדער גייען היינט לעבעדיג אין חדר ווייל מע פארט היינט אין קאנטרי, משה'לע קומט אהיים פארציילענדיג אז נאר 15 אינגלעך פון די גאנצע חדר בלייבען אין שטאט, נעבעך, די איבעריג 10 גייען יא ב"ה אין קאנטרי זענען מיר נישט לאקי?
דער דרייווער ווערט נערוועז האלב פון די פעקלעך זענען נישט פארמאכט ווייל טאמער מען האט עפעס פארגעסען אין די לעצטע מוניט, ער ווינדערט זיך פארוואס מען דארף מיטשלעפען אלע 3 עיר קאנדישע'ן האט איר דען דריי צימערען אין דע קאנטרי? דער ווען דרייווער שטעלט אלע פראגעס וואס ליגט מיר אויפען צינג, זעהנדיג מיט וועם ער האט צוטוען איז ער געגאנגען אנפילען מיט געז און געפרעגט מיט א ציניש שמייכעל, קען איך צוריקומען אין א שעה? גיט רופט מעך ווען איר זענט איינגעפאקט כעל צוריק קומען.
מיט א רחמנות'דיגע בליק אויף די אינטער געבליבענע אין שטאט זעצען מיר זיך אריין אין די קאר בשעה טובה ומוצלחת, איין מינוט, וואס איז? מען כאפט נאך אריין צו קאלען נאך אפאר גיטע פארבליבענע פריינד, זיך צו געזעגענען פאר מע פארט אוועק אויף אזוי ווייט, אלע געפעק איז אין דער ווען, נאך איין מוניט, איעדער זאל שוין ארויס גיין אין ביה"כ, אקעי יעצט קען מען פארען. מיר פארען ארויס אין דער זעלבע צייט ווי די פעקלעך, די קינדער אנגעטון חתונה'דיג איינגעפאקט סענדוויטש מיט דרינק'ס, געימ'ס און מוזיק טעיפס וואס מען האט ספעציעל געקויפט פאר די רייזע. עס איז נאך זיבען אין אווענט ווען איך דערזעה מיך אויפען 17 מיט נאך אנדערע לאקי קאנטרי רייזענדע. אהה זעהסט דאס איז דאך די גרינפעלד'ס פון דיין מאמע'ס בלאק ער איז א כולל אינגערמאן און זיי האבען נאר צוויי קינדער און גייען אויך אין קאנטרי, וואס האב איך דיר געזאגט מען קען נישט אנדערש.
די קליינע זינגען אין וויינען, נודזשען און טאנצען, שוין אויפגעגעסען אלע נאש מיט דרינק'ס. שלאפט דאס גאנצער געזינדעל ווי ביי די נסיעה קיין קאנאדא פאראיאר. שוין אפגעשטלעט צו כאפען א מנחה, גענומען געז און כזקן ורגיל געקויפט דארט עפעס ניסלעך מיט א קאפי. מיר זענען שוין אין קאנטרי.
נאכע'ן זיך אויס פאקען, איך האב אליין נישט געגלייבט וואסארא גרויס פארמעגען עס פיט אריין אין א 16 פעסענדזשער ווען, עס איז געווען פיל מיט באקסעס, עיר קאנדישען'ס, אלע שפיעלצייג און וואס נישט. דער ווען דרייוער האט מיט א זויער פנים אריין געטראגן די פאר בעג'ס דאכענעס און מיך מכבד געווען אריין צו שלעפען אלע באקסעס זאגענדיג ער גייט כאפען א ציגרעטעל, א שעה דערויף קומט ער צוריק פארציילענדיג אז ער איז געגאנגען כאפען א שווים מיט נאך אפאר זריזין מקדימין אינגעלייט. נישט וויסענדיג אז מען מיז אנצייכענען איעדען באקס וואס עס ליגט אינעווייניג, האט זיך ערשט אנגעהויבען א געזיכעניש די ערשטע האט מען פארשטייט זיך
געדארפט די פידזשאמעס זאלען די קינדער גיין שלאפען, איי עס איז נאך נישט אזוי שפעט? זיי ווילען זיך אומקוקען. אבער וואס טיט מען נישט פאר די קינדער? די גאנצער קאנטרי איז נאר פאר זיי.
פון עש"ק 8:00 אינדערפרי, ביז 15 מינוט פאר'ן זמן ש"ק בין איך געווען 3 ביי וואל מארט, 1 מאל אין געז סטעשיאן, 2 מאל אין דער שכינות'דיגער קעמפ אין מקוה. דארט זאגען די מבינים איז די שויער'ס גאר געשמאק, צו דער זעלבע צייט האב איך זיך אנגעהערט אזויפיל לשון הרע'ס די והותר פאר א גאנץ זימער. פארשטייט איר אליין איך בין גארנישט מקבל. נאך אזאך בין איך געוואור געווארען דארט אין מקוה אז מיין שוואגער האט די לענגסטע בארד אין גאנץ וויליאמסבורג. אויך איז ער מיר מסביר זיינעדיג אין בור אז דער גאנצער טעם פארוואס ער שיקט די העמדער צום דריי קלינער'ס איז כדי ער זאל האבען א פאפען-דעקעל אויף ווי צו לייגען זיינע נאסע פיס אין מקוה.
6 מאל בין איך פרייטאג געגאנגען אין גראסערי, 1 מאל אין פיצא סטאר, 1 מאל אין פארמאסי,1 מאל אין בעקערי (30 מינוט געשטאנען אין דער לייען צו קויפען חלות) ווען נישט עס קומט דער שבת ביז אייניגע סעקונדעס בין איך נאכאמאל ביי וואל מארט קויפען א קראק-פאט וואס מען האט אויך פארגעסען אין שטאט. ליכט האט מען געבארגט פונעם שכן. די געז רענטש וועט האפענטליך ארבייטען קומענדיגע וואך, האט מען געטראגען דעם טשאלענט צי די שוועסטער וואס האט נאר פלאץ ביים עק פינעם בלעך ווייל די געז רענטש איז גאר קליין. אהה די קאנטרי איז א מחי'ה.
די שאוער דויערט פאר די רבנית הצדיקת א דריי פערטעל שעה צוליב די שוואכע פלוס פון וואסער און אויך ווערט עס קאלט איעדע 15 סעקונעדעס און גלייך דערנאך בריעדיג הייס און צוריק קאלט אן קיין שום ווארענונג. וואס וועט שוין זיין די קומענדיגע וואך ווען אלע קאנטרי איינוואוינער וועלען שוין זיין דא און דער באנוץ וועט זיין גרעסער? די וואך רעגענט אזוי, מיט אזעלכע רעגענעס מיין איך לוינט זיך ליבערשט צו וואשען אין די גאס.
מען דארף גיין אין שוהל די קינדער זענען נאך נישט צוריק אין באנגעלוי, עס רעגענט ווי קענען זיי יעצט זיין? עס איז האמיד, עס איז הייס, ס'גיסט אלעס איז מאראסטיג אלעס קלעבט, די קינדער גייען אין ווינטער שטיוועל עס איז אבער אלעס כדאי, מען קומט דאך נאר פאר זיי, איך קען אפילו נישט עסען דעם טועמי' אין פארטש ווייל עס רעגענט אריין פון אלע זייטען אין איך האב עס מורא צו זאגען הויעך אבער עס דוכט זיך מיר אז די בינען האבען אויך אזוי ליעב דייקא מיין באנגעלוי, פונקט ווי די עקרת הבית. והשלישית האב איך מורא אז די קיגעל וועט זיך צו קלעבען צו איינע פון די 7 פליגען כאפער'ס.
א אויפגעלייגטער שכן האט זיך מיט מיר געווערטעלט אז ווען איך וויל איינעם אנצייגען וועלכע באנגעלוי איז מיין זאל איך נאר זאגען "די פארטש מיט די מערסטע פליגען כאפער'ס".
איך קום אריין און שוהל, א יעדער אן אויסנאם גיט מיר א האסטיגען שלום עליכם איך דערמאן זיך פון מיין שבת באווארפען אלעס ברימט זיך אינטער ווער איס דעס? מיט וועם איז ער געקומען? און ווער ווייסט וואס נאך זיי רעדע. איך ענטפער יעדען רואיג און געלאסען איך האב איבער גענומען ניסענצווייג'ס באנגעלוי. אזוי? וואס האט פאסירט אז זיי קומען שוין נישט? איך ווייס נישט! אקעי וועלקאם, וועסט הנאה האבען, שכויעך, הודו לד' כי טוב....וידבר איך זעץ מיך אראף, איך דרימעל, איך חלום אז איך בין געבליבען אין שטאט אויף מיין באקוועמע בענקעל, עס איז פיין קיהל, איך בלעטער מיינע ספרים. כ'האב מורא זי חלומ'ט דאס זעלבע...
אינמיטען לכה דודי רוקט אן א קליינער פעשליכער און פרייליכער אינגערמאן, רויטע בעקעלעך, קוקט אויס שטארק אויסגעשלאפען און גוטמוטיג. די נשמה יתירה ליגט אים ערגעץ צווישען די ירושלים קיגעל און די פיינע דרימעל וואס ער האט קוים פארענדיגט. ער געט מיר א ברייטען שלום עליכם זיינע קליינע הענטאלעך פארען אריין טיף אין מיין בעקיטשע. הע? האסט דיך באזעצט אויף מיין פלאץ? שאקעלט נאך אלץ מיט די הענט און לאזט נישט נאך.
אהה אנטשולדיגט איך האב נישט...
ניין סי גיט כעל מיר גיין זיצען ערגעץ אנדערש, נאא בלאב זיצען איך וועל שוין טרעפען.
איך גיי צום נעקסען טיש און ער לאכט ווי א זיבעלע, מורמעלט אינטער, אינגערמאן! קום צוריק...... אךךך פעלט נישט אויס. נאכען דאווענען זאגט ער מיר כאף דע האסטעך נישט באליידיגט, ווייסטאך יעדער האט ליעב זיין מקום קבוע. איך פרעג אים צו אויפען טרעין איעדען אינדערפרי האט ער אויך א מקום קבוע? ער זאגט מיר, ביזט א אויבער חכם הא? וועמעס באנגעלוי האסטו דא איבערגענומען? ביזטע געווען אין מקוה דא? ניין אין שכינות, אך א שאד, מיין ווייב מאכט די קוגעל דארט קום נעקסטע וואך וועסט קענען קויפען אויווער-נייט קיגעל, 4 דאללאר א סלייס. גיט שאבעס.
פארזעצונג קומט אי"ה (פונעם לעפ טאפ אין קאנטרי אויב אלעס וועט גיין כשורה)
2) עס איז שוין דאס צווייטע וואך וואס איך פאר ארויס דאנערשטיג נאכט, איך שלעפ זיך ארויס מיט באקסעס און שאפינג בעג'ס, שעפשענדיג דערביי מיין שטילע ג-ט פון אברהם געבעט צו השי"ת, אז די וואך זאל נישט רעגענען, די וואך זאל די סווימינג זיין אביסעלע מער זויבער, די מקוה פלאר זאל זיין ווייניגער מאראסטיג, די וואך זאלען די מאסקיטויס רחמנות האבען אויף מיר, די עיר קאנדישען אין שוהל זאל ארבעטען צו מיין ריכטונג, דער גבאי זאל מיך אויפהערען פרעגען כהן? לוי? די שכינים זאלען אויפהערען פרעגען וועמעס באנגעלוי איך האב און אזוי ווייטער.
מה נאמר ומה נדבר. עס רעגענט עס מבול'ט אן אויפהער און פונקט ווען איך וויל זיצען אויפען צאם-לייג-בענקעל אדער נאגיאד. מסתמא זענען מיר זינדיג און מיר זענען נישט זוכה צו דעם גשמיכם בעיתם. די מאסקיטויס האבען זעהט אויס געהאט א דרינגענדע גענעראל פארזאמלונג און באשלאסען פה אחד מיר צו צאפען דעם דם התמצית.
פרייטאג פארמיטאג, איך גיי אין חדר צום מלמד איך וויל הערען וואס מיין משה'לע טוט, דער מלמד וואס האט קוים שני שערות פרעגט מיך צו ער קען די חומש, איך זאג אים שטילרעהייט, בלא. זאגט דער מלמד. איר דארפט פארשטיין, ער איז זייער פארשפילט, איר ווייסט דאך אין קאנטרי די קינדער זיצען נישט איין, איר ווייסטאך, איר ווייסטאך... כ'האב אים נישט געוואלט זאגען, ביזט נעבעך נישט שולדיג. שולדיג זענען די מנהלים וואס האבען דיך גענומען פאר מלמד, און די קינדער זענען די קרבנות. איך פרעג משה'לע וואס טוט מען אין חדר א גאנצען טאג? מען האט אזויפיל פאן. דער רבי רעדט מיט אלע רבי'ס, מיין רבי האט מיך נעכטכן געשיקט צו זיין באנגעלוי אהיים טראגען טאמעטע זיפ מיט לאקשען. אונז מאך מיר א לעבען...
דער גאנצער לאנגער פרייטיג, שבת, און זינטאג וואלט מן הסתמא אדורך כמעשה ווען נישט די נייעס קומט פרייטאג פאר'ן זמן אז די שווער און שוויגער האבען באשלאסען מיך צו קומען באזיכען. עס קען דורך גיין א גאנץ קאלעכדיג יאר און מיר זעהן זיך ערב יום כיפור און חול המועד פסח. היי יאר האבען מיר די זכי' אז זיי קומען אפשטאטען א באזוך אין מיינע מוסדות זונטאג גאנץ פרי, איך מיז אייך אוודאי נישט פארציילען אז לכבוד דעם האב איך שיעור נישט געמיזט פארבען די באנגעלוי ווען נישט איך נעם אפיהר דעם קאנטראקט און צייג די רבנית אז דאס איז בפירש קעגען די תקנת הבאנגעלוי, וואלט איך געמיזט קאלעכען דעם פארטש. געזאגט האבען זיי צו ערשיינען אום 12 נאכמיטאג, זעהט אויס אז זיי האבען געוויסט אז איך האב אנדערע זאכען אויך צו ארלעדיגען זענען זיי אנגעקומען ערשט 2 אזייגער, מיט ברענגענדיג מתנות פאר די קליינע כאילו מיר וואוינען אין בראזיל און מען זעהט זיך יעצט צום ערשטען מאל נאך א שמיטה. איבעריג צו זאגען מיר האבען זיי סארווירט פון יעדען געשמאקען מאכל וואס מען האט נאר געקענט אפקאכען אין די פאר שעה פון צופרי, ווארימע און קאלטע קאווע, איינגעמאכטץ מיט געבראטענ'ס, קאלטע לעמאנעיד און ווארימע טיי. די גאנצער קאלאני ווייסט שוין צו זאגען פונעם גערויך אז מיר האבען היינט געסט. כ'האב אליין נישט געדענקט פון שנה ראשונה אז די שוויגער האט ב"ה אזא צוויי פאכיגען אפעטיט. מיר האבען געמיזט שיקען א קינד ברענגען פון גראסערי נאך ראלל'ס און אייז קרעים, פלעסטיק קאפס און נעפקינ'ס. דער שווער איז גוטמוטיג, ער גייט אריין אין אלע צימערען, באטאפט אלעס כאלו מיר האבען אים געדינגען צו זאגען זיין מבינות, ער מאכט בילדער פון אלע קינדער און קאמאנדעוועט זיי זאלען זאגען טשיז און לאכען. ער מאכט א הלצה אין דאס גאנצע ב"ב שמייכעלט מיט חנופה. וואס ווי ווען, עס איז שוין מנחה טיים, דער שווער קומט מיט מיר דאווענען מנחה, ער באגריסט איעדען פארביי-גייער כאילו ער איז ביי זיך אין פאבריק. אינמיטען וועג צום שוהל גייט ער צו די קאר נעמען א טוט-פיק. ער זאגט מיר צו שטיל, דער אינגערמאן דארט קוקט אויס ווי פעטער אשר'ס זוהן? הא? און ער לויפט צו, שלום עליכם מענדל! אה אנטשולדיגט, סע האט אויסגעקוקט. סארי..
פון שווימען היינט איז מאן דכר שמיה דער איינציגער טרייסט האב איך אז היינט פארט מען נישט צו וואל-מארט. פארען אוועק גיין פרעגט ער זיין טאכטער נו האט ער ליעב די קאנטרי? זעהסט כא דיר געזאגט "הי איז גאנע לאוו איט", ביייי
די ששת ימי המעשה אין שטאט איז א מחי'. (ששא פארציילט נישט אין קאנטרי) קודם די סאפער'ס יעדע נאכט, עס איך ענדליך גענוי וואס איך האב ליעב און ווען עס שמעקט מיר. איך קען נעמען דעם צייטונג עס צועפענען אויפען גאנצען טיש און לייענען בשעת'ן עסען, קיינער שטופט נישט, קיינער שרייט נישט. אלע בריוו און פאסט ליגען אויפען טיש אומ-געעפענט. די שטויב זאמעלט זיך אויך אן, איין שיכט נאכען צווייטען וואס א טאג עס גייט פארביי. די מיסט ארויס טראגען? נישט דא קיין מיסט. איך הייב אן טראכטען אז דער אלטער בחור וואס וואוינט אויבען העכער אונז איז נישט אזא נעבעך ווי זיין מאמע מאכט אים.
א גרויסע מצוה האב איך אויף מיר מקבל געווען לע"נ מיין עלטער מומע וואס איז אוועק פארגאנגענעם שבועות. יעדען טאג ווען איך רעד פון שטאט צו די קאנטרי זאג איך אייביג אז אין שטאט איז דער היץ אומדערטרעגליך. ווי די אלטע לייט אין פלארידא האבען ליעב צו הערען ווינטער אז אין נוא יארק איז ביטער קאלט אין עס שנייט אן אויפהער, אזוי האט זי ליעב צו הערען ווען איך זאג אז אין דער שטאט דא איז 107 די גראד, עס שטינקט די גאסען, מען קען א הינט נישט ארויס לאזען, די עיר קאנדישען קען נישט גענוג אפקילען די דירה. זי פריידט זיך זייער און איך האב א מצוה רבה.
3) די דריטע וואך, איך פאר ארויס דאנערשטיג נאכמיטאג גאר פרי, צו אריין כאפען נאך איידער די ראש-אוייער הייבט זיך אן, ווי טייל גיטע פריינד האבען מיך ג'עצה'ט. צו מיין מזל האט א מאטאר ביציקעל זיך איבערגעדרייט אפאר מינוט פאר'ן דשוירדש וואשינגטאן ברידזש, אלע אויטא'ס זענען געקומען צו א שטיל-שטאנד. ווי עס איז דער דרך ביי אונז זענען אפאר נייגעריקע אידען ארויס געקומען אויף די נאקעטע הייוועי, זיך געמאכט וויכטיג. איינער איז מיך געקומען פרעגען צו איך דארף נישט אביסעל טרויבען. פון א צווייטע ווען זענען ארויסגעקומען 3 אינגעלייט אנגעטון אין גארטלעך און געפרעגט צו כאב שוין געדאווענט מנחה.
יא, מנחה האב איך געדאווענט היינט געדאווענט בידידות, מעריב ביים מעריב פלאץ איך קום אן אין די קאנטרי האלב שיכור גאנץ הונגעריג איך פאל אנידער א ג'הרג'טער אין די דינע מצה מאטראצען וואס מיין עלטער זיידע איז נאך געשלאפען דערין ווען ער איז געווען אין שפיטאל אהיים קומענדיג פון מונקעטאבער.
פרייטיג צו נאכט'ס גיט אויסגעריט און אויסגעשלאפען. איך שפאנציר אריין מיט די 2 קליינע, די פיאות פריש געמאכט מיט דיפערידא. אין קאנטרי זענען זיך רוב חסידים מקיל מיט צו ברענגען די גרויסע מיידלאך אין ביהמ"ד אריין, איין אזא איד ברענגט מיט אלע זיבען קינדער אין שוהל מיט די פעדזשאמעס, מיט די באטיס אלעס וויינט אדער שפרינגט אויף די טישען, דער טאטע וועלענדיג זיין א עכט גיטע בעבי-סיטטער האט געהייסען דאס קליין מיידאלע צו גיין צונויף קלויבען אלע פעפער'ס אין שוהל, זי איז געגאנגען צונעמען פון יעדען די עלים לתרופה'ס און די אנדערע פלוג בלעטלעך יעדער האט געברומט, א אלטער האט זי אנגעשריגען ארויס פון שוהל!. עס האט זיך שיעור נישט איבער געדרייט די שוהל ווען נישט דער טאטע האט געהייסען זיין גרויס אינגעל איר אהיים טראגען צו דער מאמע פעמפערען דאס קינד.
איך בין די וואך אנגעקומען אין שוהל נאך איידער הודו. די זעלבע גיטע פריינד הייבען אן דער וועכענטליכער קאנטרי פזמון, אודך, ווען ביזטו געקומען יאנקעל? טאקע נעכטען? הע? ווילאנג האט געדויערט דער וועג? אזוי? טראפיק פאר'ן ברידזש? ווער הייסט דיר נעמען דעם דזשי דאבעליו? נעקסט-טיים נעם דעם האלענד טאנעל? שוין ב"ה אדורך דאס ערשטע קרייץ פארהער. יעצט קומט דער שכן פון די צווייטע זייט טיש, גיט שבת יאנקעל ווען ביזטו געקומען? האסטע געקויפט מיין ווייב'ס קוגעל? כאדיר געזאגט עס איז ווערט 4 ראניש. ווילאנג האט געדויערט די וועג? אזוי? געווען אין טראפיק? איך זאג דיר די בעסטע איז ארויס צו פארען זייער שפעט ביינאכט, שוין עניוועי נעקסטע וואך מערצעשעם קאל מיך, מען קען זיך נישט פארלאזען אויף סי-בי-עס. לכו נרננה... דער קליינער שכן איז היינט מלא טענות, ווייטער צוגעשיקט דעם זעלבען בהמה חזן ווער שיקט אים צו? יעדעד וואך זיכט מען אויף דעם גרעסטען פעניאק?! אךךך מע דארף מאכען דא א אייגענע אינגעלייט מנין... אלץ פראטעסט האט ער נישט מיט געזינגען נישט לכה דודי און אויך נישט לא תבושו. מעריב האט ער איבערגעהיפט מיט איין געניץ, אויפגעשטאנען צו עלינו לשבח, ביים זאגען גיטשאבעס איז שוין דער סימן פון שטערען געווען אינגאנצען אויסגעמעקט.
איין מינוט, דער זעלבסט געקרוינטער גבאי האט עפעס אויסצורופען, היינט נאכט וועט פארקומען א באטטע לכבוד די יארצייט פון חאצ.. רבי זי"ע, איך פרעג מיין שוואגער א אלץ-ווייסער אויב עס איז דא אין קאנטרי איין חסיד פונעם חאצ.. רבי'ן? ער מיינט אז ניין, אבער מע שמיעסט אין קאנטרי אז ווען דער גבאי האט נישט אויסצורופען א זכור אדער א הודעה איבער'ן עירוב פארופט ער א באטע. נישט קשה. אויפען וועג ארויס כאפ איך א פריינטליכען זעץ אין רוקען פון מיין נייעם ידיד אום יענער עק קאנטרי, יאנקעל! מארגען נאכט וויל איך דיך זעהן ביים וואלי באלל. הערסט. דריי דיך נישט ארויס. העסטע קומען?
איך טרעף דעם מענעדזער און פרעג אים פארוואס מיין פריזער ארבעט נישט כדבעי, און ווען גייסטו פאריכטען די סקרין אויפ'ן פארטש. ער זאגט מיר לאמיר נישט רעדען דערפון שבת, פאריגע וואך האט ער נישט געוואלט רעדען דערפון ווייל די ערשטע צוויי וואכען האט ער וויכטיגער'ס צו מסדר זיין, צוויי וואכען צוריק האב איך אים אויך געוואלט זאגען אבער צו פוהל קונים זענען געשטאנען ארום אים מיט בקשות, לויט ווי עס קוקט אויס האט ער א גאנצער זאק מיט תירוצים, גיט כ'עלל צו ווארטען א וואך. ער שרייט מיר נאך קיינעמ'ס פריזער ארבייט נישט גיט.
שבת בייטאג זאגט מיר מיין נייער ידיד דער קליינער ראולי-פאולי. גיי זעץ דיך אוועק אויף יענער טיש, נישט דא לעבען מיר. וואס איז שוין ווייטער? ער מאכט א גאנצער הקדמה, מיין צווייטער קאזין אין אנטווערפען האט געהאט א צווילינג, צוויי אינגלאך, נאך 6 יאר, איך האב לכבוד די שמחה נעכטען נאכט געגעסען צוויי שאכטלעך זכור באנדלעך. איך האב אים באדאנקט און זיך געגאנגען זיכען א ניי פלאץ. מיין נייער שכן האט נאר געוואלט וויסען אויב איך בין באבע יוטל'ס א אייניקעל, ער האט א חשד מיר זענען קרובים.
שלוש סעודות די וואך האט דער מענעדזשער פון קאנטרי געגעבען הערינג נאך די מאמע'ס יארצייט, איך בין אים געגאנגען זאגען לחיים, זאגט ער מיר מיט א דריק אין די האנד, לחיים לחיים, די נשמה זאל האבען א "תיקון". קוקט אויס עס איז די ערשטע יארצייט. איך מורמעל אים אריין אין אויערען דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט קענען פיקסען די פריזער די וואך אז נישט... אקעי! בלי-נעדער, זאג דיין ווייב זאל מיך דערמאנען מיטוואך נאך 3 אזייגער!
מוצאי שבת אונזער גאנצע באנגעלוי איז איבער געדרייט פון אויבען אראפ, אלע יחנה'ס האבען באשלאסען זיך אפקילען שלוש סעודות אין מיין קאלטע באנגעלוי אנשטאט זיצען אין די היץ אינטערען בוים, ליידיגע פלעסטיק קאפ'ס, א טאן מיט פאפיטע שאלאכטץ, צוויי דריי געניצטע פעמפער'ס און וואס נישט איז באלאגערט און אלע צימערען, די באנגעלוי פליט ווי נאך א ערד ציטערניש. א שעה נאכען זמן איך מאך הבדלה, זי זאגט מען מיז גיין אין פיצא סטאר שוין, איך בין זייער הינגעריג איך וועל מן הסתם זיין אויף ביז פארטאגס צו קלינען דעם שמיץ. קענסט גיין שפילען וואלי באלל?
זינטאג אינדערפרי איך וויל זיך אביסעלע וואויל גיין און בלייבען שלאפען שפעט, ניין! נישט דא אין קאנטרי, נישט היינט. וואס איז? דיין מאמע קומט נאכאמאל? ניין עס איז וויזיטינג דעי! מ'דארף גיין באזיכען די שוועגערען און הוידעפלאץ קאנטרי, אבער עס איז נאך קוים 11 אזייגער אינערפארי? נו מען דארף גיין קויפען א גרילל, פלייש, צוגרייטען, איינווייקען, אפאר קלייניקייטען אין וואל-מארט. איך קום אהיים פון שוהל און מען פארט קיין וואל-מארט, דער וועג קען איך שוין שלאפעדיג, די מיידלאך ביים טשעק-אויט שמייכלען זיך אינטער זיי ווייסען אוודאי אז העלפט זאכען ברענגען מיר צוריק קומענדיגע וואך, אדער אפשר ווייסען זיי נישט? אויפען גנב ברענט דאס היטעל.
די וואך האבען מיר געטראפען געוואלדיגע מציאות, איך וויל נישט שרייבען כדאי קיינער זאל עס נישט אויסכאפען.
אין וואל-מארט זעה איך, מער ווייניגער גייען אלע נשים צדקניות אנגעטון יונטעף'דיג, אלע מענער מיט די אראפגעלאזטע נאז. פארוואס? אחוץ די שנה ראשונה'ס וואס זיצען נאך אויף קעסט.
איך טרעף א חבר פון ישיבה ער פארט ארום און א שאפינג-וואגאן, אלע 3 קינדער אינעווייניג, די שיך אויסגעטון. ער זאגט דא איז פיין לופטיג, איך טרעף מיך דא אייביג מיט אלטע גיטע פריינט, איך שטיי נישט די פרוי אונטער די פיס. איך זאג אים ער איז נישט דער ערשטער וואס האט ערפינדען די המצאה.
עס דויערט 20 מינוט אויסצוגעפינען אז באנגעלוי 24 געפינט זיך גאר לעבען די אנדערע אריינגאנג צום קאנטרי, יעדער שיקט אונז אין א אנדערע ריכטונג. מיר קומען אן, קלאפען שוין אין די באנגעלוי מיט א אויפגעהייטערטע שטימונג, 5 גרויסע שאפינג בעגס, גרייט זיך צו וואשען אין מאכען שלחן עורך. זי איז ניטאמאל אין קאנטרי, די שכנ'טע זאגט אז זיי זענען (אויך) געפארען קיין וואל-מארט קויפען א גרילל. מיר ווארטען א שעה און יעצט קענען מיר עסען דאפעלט. דער שוואגער פרובירט זיך אליינס נישט צו נער לייגען, ער זאגט, דער עיקר איז נאר די פאן, נישט דאס עסען אמת? ווען נישט די קינדער האבען שוין נישט קיין געדולד און לויפען אריין אין אלע ארומיגע באנגעלוי'ס, עס איז הייס, זיי האבען נישט ליעב קיין געבראטענ'ס, גיט מען זיי ברויט מיט אבעקאדוי. דער גאנצער קאלאני איז שוין פארויכערט, מיר ווייסען נישט צו עס איז צופיל ברען-שטאף אדער צו ווייניג שטיינדלאך, ווי דער שטייגער אין אזא פאל ווי ביים פייער ערב פסח יאווען זיך תיכף אפאר מומחים אין מלאכת הגרילל יעדער לייגט צו פעך און שוועבעל, אלע גיבען מיר שלום עליכם מיט די פעטע הענט און פרעגען צו איך קום פון שטאט אדער פון א אנדערע קאנטרי. די צוויי נייע גרילל'ס פלאקערען, נישט דא מער ווער עס זאל עסען די סטעיק. זיי שטייען פארשעמט, ווען זיי קענען ווען רעדען שרייען זיי הויעך "אלעס טוט מען פאר די קינדער".
פאר מיר פארען אהיים פרעגען זיי אונז אויב מיר ווילען צו פארען דא נישט ווייט, מען קען פארען מיט פערד עס קאסט 10 מוניט פאר 5 דאללאר אפילו די קליינע וועלען עס ענדזשויען, איך זאג איר מען קען פארען מיט פערד פאר אסאך ביליגער ווי 5 דאללאר. איך מיין זי האט זיך באליידיגט.
די וואך האב איך באשלאסען איבער צו שלאפען זונטאג נאכט און אריין פארען ערשט מאנטאג פארטאגס, איך שטעל אן דעם וועקער אויף 4 אזייגער עס פילט זיך ווי סליחות פארטאגס. די גרינע בלעטער זענען נאס פון טוי, די וואלקענעס קומען אראפ אזש ביז צי די שפיץ נאז, דער שמעק פונעם סקאנק איז נאך פריש, די הערשען שפרינגען ארום אויף די וועגען ארויף און אראפ. דער סעווענטין איז ליידיג פון פאציענטען און פיל מיט פאליציאנטען. דער אראבער ביים געז סטעשאן לאכט אויך פון מיר, קוקט אויס איינער האט אים פארציילט אז דאס איז דאס ערשטע מאל איך זעה דעם ראוד 5:00 אינדערפרי. איך קום אן קיין וויליאמסבורג אין מיין שוהל אריין האלב זיבען מיעד און ערשעפט, איך בין שיעור נישט איינגעשלאפען אין מקוה. אפילו דער שמש פרעגט מיך וואס אזוי פרי היינט? און מיין בעה"ב פרעגט מיך א גאנצען טאג צו איך בין אקעי. אבער די קינדער האבען דארט א גוד טיים.
4)איעדע וואך ביז דאנערשטאג נאכמיטג האב איך שוין א גאנצע ליסט גענוי פארצייכענט מיט א געפירקעלטע שריפט וואס צו ברענגען פון שטאט, אנגעהויבען האט זיך עס - ווי געשמועסט, מיט די פארגעסענע חלה דעקעל און קראק-פאט, איך קויף איין פלייש עס איז ביליגער אין שטאט. איך ברענג מתנה'לעך פאר די קינדער (נאר צו דע וואס זענען געווען וואויל). פארסאפעט שלעפ איך ארויס באקסעס מיט אייסעס, קעסטלעך סאדא און עפעל דזשוס, פעמפער'ס, צייטונגען און אלעס וואס איז מיט א קוואדער ביליגער אין שטאט. איך פיק אויף זאכען פון קלינער'ס, פון שוסטער, פון פארמאסי. און צומאל טראג איך אפ וויכטיגע פאפירען פאר די שוויגער. שכינים פון שטאט שיקען מיט מיר שאפינג בעג'ס מיט חפצים צו שכינים אין קאנטרי, אונזער נייגעריגע "נעקסט דאר" שכנ'טע מיט'ן רויטען טורבאן ביז אריבער די אויערען קוקט שוין ארויס פון הינטער די שפארע'ס מיט גרויס נייגער וואס האט מיסטער שיסטער היינטיגע וואך געברענגט. די וואך האב איך געברענגט א גרויסע באק'ס די אנדערע צופרי האט זי שוין געפרעגט הינטערוויילעכץ "איי דאונט מיען טא בי נאוזי באט וואט דיד יאר האזבענד שלעפ אוט לעסט נייט"? איט וואז סאטש עי ביג באקס, וואז איט העווי?
די וואך האב איך געברענגט פאר די קליינע, שיינע בענטשער'ס. איך בין געווען מאנטאג ביי א בר מצוה, פאר'ן בענטשען קומט אריין דער טאטע פון בר מצוה בחור מיט א באק'ס בענטשער'ס. עס האט זיך אפגעטון אזא געכאפעניש, אלע האבען זיך א לאז געטון אויף אים, גרויס און קליין אפילו די אויבען אן אידען. ווי די קליינע קינדער כאפען פעקלעך ביי א באווארפען. איך האב זיך נישט געקענט אפווינדערען וואזוי מען רייסט זיך נאך קליינע בענטשערלעך וואס אלע ווארפען גלייך אין שמות נאך איידער מען קען עס ניצען. ביים ארויסגיין האט איינער פון די כאפערס אראפ געווארפען אלע בענטשער'ס און ביי מיר אין באנגעלוי וועט דאס אי"ה באקומען א תיקון, משה'לע האט זיך געפרייט דערצו כמוצא שלל רב.
נאך די שיינע אויפנאמע וואס מען שטעלט מיר אהער וועכענטלעך, דאס ערשטע באצאהל איך צוריק אלע חובות וואס זי האט זיך אנגעבארגט במשך די וואך, וויפיל הינדערט דאללאר איך זאל נישט איבער לאזען מאכט זיך אייביג עפעס אנדערש, מאנטאג קומט א פאנדזשעלוי טראק, ער רופט אויס מיט א הויעך-הילכער אז ער האט אזעלכע מציאות אז פאר אים אליין לוינט זיך צו קומען אין קאנטרי, ער האט געסטראשעט אויב ווערט די טראק נישט ליידיג וועט ער מיזען קומען די אנדערע וואך נאכאמאל. א צווייטע פרוי אין א שווארץ טיכעל מיט מענערישע גלעזער פארקויפט געניצטע ביכער אמייסטענס פון שלום בית טעמע'ס און אנדערע ביכער פון שמות. מיין רעבעצין פרעגט איר אויב זי האט נישט עפעס "די ווי די'ס"?
א דריטער פעדלער פרובירט יעדע וואך אריינצושמוגלען צו מיר אין באנגעלוי א נייער טעיפ רעקארדער. וויפיל מען זאגט אים אז מיר האבען גענוג טעיפ רעקארדער'ס, דעמאלס וויל ער זעהן צו מען דארף נישט באטאריעס. אז דאס אויך נישט, לאזט ער זיך מכבד זיין מיט א גלאז ווארימע מילך און א קאקי דערנאך ווינטש ער אן אז מען זאל זעהן אסאך נחת.
דערנאך גייען איעדע נאכט אנדערע צוויי גיטע פריינד נאך געלט, זיי דארפען גארנישט זאגען א צוועק, די פרויען פארשטייען שוין אליין בלויז פון די שבת'דיגע בגדים און די גרויסע פאקעט-בוק אז מען רעדט דא פון א גאר וויכטיגע הכנסת כלה און ווארפען אריין אויפ'ן פעטער'ס חשבון ווי מער. אטייל שרייבען אפילו אויס א טשעק. מאנכע זאגען מען טאר זיי נישט אריין לאזען אפילו אויפ'ן פארטש ווייל זיי גייען אריין אין אלע באנגעלוי'ס און קוקען זיך אומדערעקט אום, שפעט ביינאכט ביים זיצונג פארציילען זיי גענוי וועלכע איז א קלינע און ביי וועלכע עס הערשט כאאס. וועלכע האט אנגעטראגען א גלעזעל קאלט וואסער און וועלכע האט נאך 10:30 געהאלטען אינמיטען באדען די קינדער.
מיין פרוי האט זיך שעמעוודיק פארענטפערט פאר איין אזא געלט גייערקע. אז זי האט פשוט נישט פארוועם אויך צו גיין נאך צדקה. יעדער גייט דא. זאגט יענע איך וואלט נישט געגאנגען אבער איך האב זיך שוין נישט אנגעטון "געהעריג" דריי וואכען "איי זשאסט העד טא געט דרעססד ענד געט אייט אוף מאיי באנגעלוי" (איך האף זי לייגט כאטש אריין דעס בינטעל קעש אין א פישקע אריין.)
איין נאכט פארען אלע פרויען אריין צום טאון קויפען סאפט -אייז קריעם און שפאצירען אויף די ראוד'ס ביז אינדערנאכט אריין, עס קאסט א בעבי-סיטטער. די צווייטע נאכט איז דא א פלעי ביי די שכינות'דיגע מיידעל קעמפ די הכנסה גייט פאר צדקה (איין ברטונרה האט גע'פסק'נט אז מען קען אפילו די קאר סערוויס צאלען פון מעשר געלט), די דריטע נאכט זעהט מען סלייד'ס פון לשון הרע, דאונעשען איז נאר 10 דאללאר. מיטוואך נאכט וועט זיין א דרשה פאר פרויען און גרויסע מיידלאך איבער דאס ענין פון ווערים אין פרוכט. ביי ענדע וואך איז א וואונדער זי איז א בעל חוב? יענע וואך איז געקומען א טראק וואס פארקויפט דזשולערי זי האט מיר געקויפט א מתנה א פאר אויער-רינגלעך אויב איך וויל אמאל איר געבען א מתנה זאל איך האבען גרייט. מעשה גאבעליר.
איך וויל נאר וויסען פארוואס קומען זיי דייקא ווען די מענער זענען אוועק?
קוים עס האט זיך אנגעהויבען די דריי וואכען, איך קען שוין גאנץ כמעשה אלע שכינים ווי זיי ארבעטען און ווען זיי פארען ארויס צו די קאנטרי, וויפיל זיי האבען געגעבען דעפאזיט פאר'ן 7'טען שטאק אויף קלעסען קאר. דעקאלב וואס גייט זיין פארטיג אי"ה אויף חמשה עשר בשבט שנת תשע"א אדער אויף שבועות דערנאך. גיטע ידידים האבען מיר שוין אויך פרובירט צו פארקויפען לייף אינשארענ'ס פאליסי, מען הערט דאך אזעלכע שרעקליכע זאכן. א צווייטער כולל אינגערמאן לויפט מיך נאך יעדען זונטאג צו איך ווייס נישט איינער וואס דארף אפיס פורניטשער. א דריטער וויל איך זאל ווערען מיט אים א שותף אין א 7 פעמילי וואס מען טראגט אים אן און וויסקאנסין, ער זאגט עס איז אכט מאל די רענט ראול. גיי פארשטיי.
5)איין נאכט קאלט מיך אויפען סעל-פאון א נייער ידיד פין קאנטרי אט איז דער שמועס מער ווייניגער:
האלוי יאנקעל !
יא, ווער איז?
דאס איז שמעון
ווער?
שמעון, שמעון קאלמאנאוויטש פון באנגעלוי 3, דערקענסט נישט מיין קול? וואס-אי-מיט-דיר???
אההה וואס הערט זיך עפעס? וואס ברענגט אייך צו מיר?
סתם אזוי, וואס איז נייעס?
נייעס? גארנישט וואס-אי? וואס קען איך אייך העלפען ?
עם עם עעעם ווייסט דאך, יעדען שבת ברענגט א צווייטער שלוש סעודות און און.. עם עםם אפשר...
אזוי? ניין כאב נישט געוויסט וואס איז די שמחה? איך זעה יעדער עסט דאך אין באנגעלוי און מען קומט צוריק צום זינגען.
נאא סתם, מע מיז דאך עפעס טיילען, דער גבאי וויל וויסען, סוי אויב די ווילסט ברענגען די וואך!?
גיט כעל איבער קלערען!
האסט א נעקסטעל? וואס איז דיין נומער? כעל דיך קליקען צו דערמאנען.
ניין כאב נישט, כעל איבערטראכטען אקעי?.
ארלעדיגט? גיט כעל זאגען מעכיל, זיין חבר ארבייט ביי יוני'ס דעלי. ער קען צושטעלען אלעס, עסט עם געבען א פיפציגער אין קאנטרי! זאל דיר זיין צו מצוה.
איך קאל אהיים אין קאנטרי עלעף אזייגער ביינאכט אלעס איז נאך וואך, ווי מאמי? אינדרויסען (נאטורליך) טאטי.... די געסט קידוש די וואך? ניין אפשר שלוש סעודות, ווער האט דיר שוין געזאגט? מאמי האט געזאגט פאר באבי. אבער טאטי! קאנטרי איז אזוי גיט, מאמי איז ביי די לעדיס, אונז טאנץ מיר אויפען בעט, רחי האט זיך צוקלאפט, און משה שלאפט אין דיין בעט. מארגען גייט מען אויף א טריפ. מושי'ס בייק איז צובראכען, אונז האמער געהאט א באלל אין דעי קעמפ. טאטי, טאטי אין מומע חוה'ס באנגעלוי איז געווען א סקאנק... ביייייי
6) דער שבת האט מיין שוואגער זיך פארגליסט צו עסען צוזאמען ביידע משפחות אינטער איין שלאק, איך בין דאך א גרינער אין הלכות קאנטרי, מסתמא איז עס א מנהג הקדמונים אז שבת מברכים עסט מען אין די קאנטרי צונאזאם, צונויפגעקוועשט. און טאקע ביי אונז אין באנגעלוי, מיט א רעכטע טענה, "זימער דארף מען האבען ווי מער פאן", לויט ווי איך ווייס שלאפט ער הויעך אויפ'ן קול שוין תיכף נאך די זיפ, אין א פארוואלקענטער טאג איז ער שוין נישט צווישען די לעבעדיגע תיכף נאך די פיש. או