Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג יולי 03, 2012 3:28 pm

נאטורליך האט געשריבן:ישר כח מיינע טייערע ליבע ידידים, איך כ'האב באמת נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן. די קינדער זענען אינטערגעוואקסען און דאס איבעריגע פארשטייט איר אליין. קוקט דעם בלאג אפשר וועל איך דורכ'ן זיממער מוסיף זיין מהנעשה במחנינו
http://natirlich.blogspot.com/


דאס דארפסטו אונז נישט זאגן. אין ס"ו האט מען נאך גערעדט פון 'הערי פאטטער' און היינט איז מ'שוין מעביר סדרה און מ'טרעפט טוירע'ס אין טארגעם. (איך טוה אויך אלע דריי... :wink: )

ביי די וועי, איז שוין דיין משה'לע א חתן?

Advertisement

מיטוואך יולי 04, 2012 8:28 pm

אלטע סחורה לפ' השבוע
http://natirlich.blogspot.com/2007/06/b ... html#links

דאנערשטאג יולי 05, 2012 7:36 am

יאפ, שוין געלעזט און שוין געשיקט ווייטער אויך, ס'איז געוואלדיג. צום שמייכלען און צום לאכן.
אונז ווארט מיר שוין אויף נאך.

דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:49 am

יש"כ, מיר האבן גליינט און הנאה געהאט.

זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:54 pm

איך האב אלץ געוואוסט אז נאטורליך האט עפעס א געוואלדיגע ארטיקל, וואו ער צעלייגט דעם קאנטרי איבערלעבעניש, אבער איך בין קיינמאל נישט אנגעקומען עס אדורכצולייענען. דאס יאר אין קאנטרי האב איך מיר אראפגעזעצט מיט ישוב הדעת און אנגעהויבן מעיין זיין דערין, ווי פארשטענדליך האב איך תיכף זיך גענומען ווארפן פאר געלעכטער ווי ער לייגט מיט נאטורליכקייט אראפ יעדן שריט און טראכט, וואס מיר פשוטע 'בשר ודגים' גייען דורך טאג טעגליך דערויף אן לייגן געוויכט דערויף, און דער דאזיגער צעלייגט עס מיט אזא געשמאק. עס איז איבעריג צו זאגן אז כ'האב ארויסגעדרוקט אפאר קאפיעס דערפון, א קנאפע 23 בלעטער אויף פאנט נומער 9, צעטיילט און צוויי חלקים, צוזאמגעסטעפלט, און אויסגעטיילט לכבוד שבת פאר פריינט און באקאנטע, איך דארף אייך נישט זאגן דער שבת האט געהאט אן אנדער טעם, איינער האט גאר גענומען די בלעטלעך, זיך אוועקגעזעצט מיט א קופקע אינגעלייט פון די צוואנציג ביז די פופציג (נאט קידינג) מיט נאך א טוץ נייגעריגע קינדער, און עס פארגעלייענט מילה במילה ווי א מגילת אסתר, דער ציבור האט געוויינט פאר שמחה.
א דאנק נאטורליך, אזא ארטיקל קומט טאקע אראפ נאר איינמאל א שמיטה פון א שרייבער - געבוירן איינמאל אין א יובל. געוואלדיג!!!

זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:21 pm

פאר די צווייטע חלק פון נאטורליך'ס טאג בוך קליקט דא

(כ'מיין אז מ'האט עס נאכנישט אהערגעברענט)
שרייב א תגובה

Advertisement