געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
פרייטאג יולי 01, 2011 4:33 pm
דער בעה"ב קלינגט פון בני ברק אלע צוויי שעה, היינט וויל ער וויסען אויב עס קומען טשעק'ס אין די פאסט, נעכטען פרעגט ער וועלכע קאמפאני'ס שיקען געלט און אויב איך מאך יעדען טאג די דעפאזיט'ס, איין טאג האב איך אים געטשעפעט אז כ'האב אוועק געשיקט אפאר גוים. א צווייט מאל צימבעל איך אים צו ער וואלט מיר געוואלט שיקען א אתרוג פון ישראל, ער נעמט אלעס אן בתמימות.
ער זאגט ער האט אריין געווארפען מיין קוויטעל ביים אר"י הקדוש און ביי נאך צדיקים. און ער האט מיך אפילו מזכיר געווען ביי זיין רבי'ן לכבוד ניי יאר. איך זאג אים אז דאס ווארימקייט וואס איך האב געשפירט שבת ביי נשמת איז זיכער דעם רבי'ן צו פארדאנקען. זאגט ער, אז ער האט מיך מזכיר געווען ערשט מוצאי שבת.
פרייטאג זאג איך אים:
אדוני המלך, עס האט זיך געמאכט א געלעגענהייט, איך פאר מוצש"ק אויף אומאן !!!
וואס זאגסטע? לאזט אלעס איבער און פארסט? ווי קענסטו אזוינס טוען? די ביסט אפילו נישט א אומאן גלייבער?
פארוואס דען נישט? איך האב א נדבן פאר'ן טיקעט, א ברעסלאווער פעטער צאהלט עס. סארי, באט איך וויל זייער פארען.
אבער די לייגסט דאך מיר צוגרינד די ביזנעס, איך בעט דיר יאנקעל האב רחמנות.
וואס זאל איך טוען? איך דארף א עצה פון ר' נחמן צו איך זאל קויפען א דירה? אפשר וועט ער אפילו געבען צו שטייער.
יאנקעל לאז דיך ארויס, ר' נחמן וועט נישט אויפשטיין פון קבר גיבען עצות.
אוי וואס טו איך דא? איך קרעכצע שווער, איך אטעם הויעך, אקעעעי א ברירה האב איך? פאר'ן בעה"ב וועל איך צוליב טוען, אבער איך וויל דער בעה"ב זאל עס גיט געדענקען, אזא געלעגענהייט מאכט זיך נישט יעדען טאג. איך געב אויף ר"ה אין אומאן.
אוודאי יאנקעל, ביזט א צדיק, כ'וועל דיר שטארק מכיר טובה זיין, יאנקעל קויף די דירה איך וועל דיר העלפען אבער זעה צו האלטען דאס געשעפט אין די ראמען. איך וועל דיך באלוינען.
ער גרויסט זיך יעצט זיכער ביי זיינע פריינד אין ביהמ"ד אז ער האט מיך ארלעדיגט.
איך דארף איינקויפען אויף ראש השנה, מילגרוים, נייע מעסער, טיקעט'ס פאר די פלעי חול המועד, פייגען פאר שהחיינו, די העמדער פון קלינער'ס. רויטע עפעל. די ליסטע וואקסט און די קעשענע ווערט מאגער, די געברויכען זענען קע"ה גרויס, און דאס גרינס לאזט זיך אויס. די קינדער דארפען שיך, דער בוטשער וויל געלט.
די רעבעצין האט שוין ארויף געלייגט דאס ראש השנה פרוכת, די לייבען אויפ'ן ווייסען ארון קודש קוקען אויס מער שרעקעדיגער ווי די בלויע פון א גאנץ יאר. זי זאגט באפעלעריש דעם שווארצען קוימען קערער, "קליען אפ גוד, ביג האלעדעי טאמארוי", זי לייגט אריין געניצטע אויגען גלעזער אין קעסטעל פאר די אלטע וואס פארגעסען די בריללען אינדערהיים, אפאר איבעריגע מחזורים. דאס איז דאך די איינציגעגע אויפגאבע פון א רעבעצין וואס גייט אין א קרוין טיכעל, צוגיין צום ברעטעל קען זי דאך נישט.
דערנאך גייט זי קוקען צו אלעס קלאפט אין יענעם עק ווייבער שוהל. זי זעהט דעם אלטען ר' פייבוש ניצט די פרויען באד-רום זי שרייט אים אן גייט אייך ארויס פון דא. ביי די מענער איז פיהל, זייט נישט אזוי בייז רעבעצין שרייט ער צוריק און ער לויפט ארויס מורמלענדיג אי אפשר להתקיים.
ביי סליחות ערב ראש השנה הערשט שוין נישט די אנגעצויגענקייט ווי יענע וואך, די פענצטער זענען מער נישט פארהויכט, אידען גריסען זיך היינט איינער דעם צווייטען. און ווען נישט די לאנגע פזמונים וואלטען אפאר באקאנטע אנגעקומען שוין צום סיום.
היינט זאגט שוין מעכיל די סליחות, ער איז מער געלאסען און מאכט נישט א וועזען פון שמע קולינו ווי דער רב. יעדעס יאר קראצט ער אפיר א נייעם נוסח אויף די כי רבו עונינו'ס, איך פיהל זיך גאנץ גיט אז צוליב מיר זינדיגע דארף ער מאכען אזוינע שיינע מעלאדיעס.
א האלבע שעה איידער מען ענדיגט, הייבען שוין די זריזין מקדימין אן מיט די התרת נדרים, מיין שכן האט עס ליעב צו זאגען שטייטערהייט ווי ער ציילט א בינטעל טויזענטער'ס, אלע יאר פרוביר איך זיך ארויס צו דרייען פון אים, היי יאר איז אים געלונגען מיך אריין צו כאפען אין זיין נעץ, בין איך מיר אנטרינען בעפאר ער האט אנגעהויבען. האט ער צוגעריפען א קליין בחור'ל און אים געצוויגנען ער זאל מיט אים מאכען די התרה, דער בחור האט זיך געבעטען אז ער איז שוין א געמתערטער עס האט גארנישט געהאלפען. ווען נישט איך זאג אים אז ער איז זיך טועה מיט מיין ברידער וואלט ער מיך נאכען דאווענען אזוי באשייגעצט.
אלע גיטע פריינד ווינטשען זיך שוין 4 וואכען א כתיבה וחתימה טובה, בענטשען זיך אן אז מען זאל זיך אויסבעטען א גיט יאר. איין חבר וואס איז פון די שאקעלדיגע זאג איך, עך וועל מער מערצעשעם אויסבעטען א גיט יאר אן אזויפיל שאקלען לולב מיט מיין האנד.
אין די זעלבע צייט הייבט זיך אן א געקאלעכטץ, אלע גיטע פריינד וואס מיין סעל נוממער איז אויף זייער סעלעפון אדרעסס ביך קאלען מיך צו ווינטשען א גיט יאר, דער שכן פון קאנטרי וואס האט מיר שוין געזאגט ביים געזעגענען אז איך זאל האבען א כתיבה וחתימה טובה, קאלט ווידער און איז מוסיף אז איך זאל מיר אויסבעטען א גיט יאר, ארלעדיגט. דערנאך קאלט מיין שוואגער און די מומע.
א זיס יאר פאר אלע אידישע קינדער
תם ונשלם
Advertisement
שבת יולי 02, 2011 10:03 pm
נאטירליך.. אפשר דאך קען מען רעדן פון א התחדשות? אפשר דאך לאזן די פעדער נאך איינמאל זיך צוגיסן אויף אזא זיסן פארנעם? דו זעהסט דאך ווי דער עולם לעכצט דערנאך..
מאנטאג יולי 04, 2011 11:31 am
נאטירליך אין לי מילים
איך זיך דיך שוין ארום א פאר יאר, זייט איך האב געליינט דיינע ארטיקלען די ערשטע מאל און קאנטרי, איך האב זיך אלץ געוואלט באדאנקן
איך האלט באמת די ביסט דו ביסט די קינג אויף די אידישע הומער שרייבערס
(איך ווייס נישט אויב הומאר איז די ריכטיגע ווארט אבער די נאטורליכקייט איז געוואלדיג)
איך געדענקט ווי איך בין ארום געגאנגן מיט די ארטיקל און טאש און ווען איך האב געהאט א ליידיגע מינוט האב איך אריינגעקוקט דערון
איין טענה האב איך אז די דרייסט דיך דא ארום ביי אונז און קרעטשמע און די גיבסט אונז נישט דיין פענע צום ליינען מיר ווארטן צי הערן
און נאכאמאל א גרויסן דאנק
דינסטאג יולי 05, 2011 10:02 am
קען איינער אפשר מאכן דערפון א פי.די.עף.
מאנטאג יוני 25, 2012 11:58 am
ים רויבער האט געשריבן:קען איינער אפשר מאכן דערפון א פי.די.עף.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:21 pm
געלעגער האט געשריבן:נאטירליך.. אפשר דאך קען מען רעדן פון א התחדשות? אפשר דאך לאזן די פעדער נאך איינמאל זיך צוגיסן אויף אזא זיסן פארנעם? דו זעהסט דאך ווי דער עולם לעכצט דערנאך..
עכ"פ לכבוד דעם התמנות.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:35 pm
ישלהוסיף האט געשריבן:ים רויבער האט געשריבן:קען איינער אפשר מאכן דערפון א פי.די.עף.
ניסיתי לעשות פי די עף
אבל מילים אלו עלו לי באדום
ע"כ האב איך אויפגעגעבן
די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB.
אבל מענין לענין צירפתי דבר נחמד וליידער אמיתי
- עטעטשמענטס
-
- נטעי ההרים.pdf
- (61.81 KiB) געדאון לאודעד 52 מאל
פרייטאג יוני 29, 2012 8:04 am
לייג עס ארויף מיט DropBox אדער WeTransfer
פרייטאג יוני 29, 2012 9:55 am
פרייטאג יוני 29, 2012 10:05 am
יישר כח צולייגער
זונטאג יולי 01, 2012 12:03 pm
איך וויל מיט אייך מיטיילען מיינע גיטע פריינד פון מיין ערשטן פרייטאג דא אין די הרי הקעסטקיל'ס. בעת מיר זענען אנגעקומען דאנערשטאג דא אין קאנטרי. כנהוג בכל תפוצות ישראל איז שוין אלעס אויסגעפאקט פון זינטאג ווען די אידענע מיט להבדיל א גויטע האבן אויסגערייניגט די צימערן.
היי יאר צום ערשטן מאל האבן מיר א שכן מיט נאר ערוואקסענע קינדער איידימער און שנורען. ער האט שוין צוויי מאל געגעבן שלום עליכם. היינט צופרי האט ער זיך נאך ערלויבט צו עסן א גרויסע רויטע פאקסי פאפ אויפ'ן פארטש מיט די בלויזע הויזן טראגער און די פיס האלב ארויף, זייענדיג מעיין אין זיין טעלעפון מיט א דביקות. נאכמיטאג ווי נאר דער איידעם איז אנגעקומען האט ער אנגעטון די שמונה בגדים און זיצט שוין מיט א ספר'ל איינגעבויגן און די אויגן האלב פארקנייטש.
דאס בני בית זיינע, אונזער שכנ'טע פאר די קומענדיגע ניין וואכן, חוץ אירע אויסערליכע מערקוועדיגע מעלות איז זי אויך באשאנקען מיט א שטימע ווי א תרנגולת איידערן האבן. מיט א קוועטשע'דיגע ניגון רופט זי דעם מאן מיט אלע זיינע דריי נעמען ווי עס וואלט א פייער געשעהן, לאמיר האפן מיר וועלן זיך דערצו צוגעוואונען און עס וועט הערשן פרידן במחנינו. דערווייל האט זי שוין אויסגעפרעגט פון ווי מיר שטאמען פונדערהיים און אויב איך קום ארויס אינמיטן די וואך זאל איך רופן איר מאן וואס וואלט גערן אויך מיט געקומען אבער מען וועט אים מיזן אויפפיקן פון די סיטי.
שרייבענדיג די שורות זיץ איך מיר אין וואלד אינטער א ברייט ביינערדיג בוים מיט ווארצלען וואס גרייכט טיף און ווייט, דער בוים איז שטארק פארבענקט נאך מיין שמייכל און א גיט ווארט, א קאלעכדיג יאר איז פארביי זינט מיר האבן זיך לעצט געזען, און גלייב מיר ביימעלע, דו דארפסט נישט רעדן, עס איז כמים פנים אל פנים, איך האב שוין חנוכה א דעפאזיט געגעבן פאר'ן קאנטרי אלס כדי מיר זאלן זיך נאכאמאל טרעפן. און פרישע כוחות פון דיר שעפן. אריין צו אטעמען פון דיינע פרישע לופט. איך ווארט שוין אויפן וואלד זייט איך בין פון דא אוועקגעפארן פאר א יאר. היי יאר האט פון דיר ארויס געשפראצט אזוינע זאפטיגע צווייגעלעך במלוא הודו והדרו מער ווי אלע יארן, זיכער שפירסטו ווי סאך איך טראכט פון דיר דורכ'ן יאר. מה רבו מעשיך ה' עס שרייט ארויס פון יעדען אטעם. די גרויסע טונקעל און ליכטיג גרינע בלעטער וואס שאלקן זיך פון דיר מעלה ומטה און מאכט אן א קליין ווינטעל איז בעסער פון די בעסטע עיר קאנדישען.
איך האב זיך אהערגעשלעפט אין טיפן וואלד א טיש און הילצערנע בענקלע וואס האט צוויי ארעמע'ס מיט א שנים מקרא. עס לאזט זיך נישט באשרייבן ווי באטעמ'ט עס איז. די טראָפן פון מהפך פשטא זינגט זיך דא גאר אנדערש ווי אין די שטאט. עס ווערט פארמישט מיט די טשיפשען און געזאנגן פון אפאר קליינע פייגעלעך וואס זענען נארוואס ארויס פון די מוטער'ס שויס און קוקן מיר אן מיט די לאנגע רויטליכע נעזער וואס איך האב זיך אריין ג'גנבט אין זייער טערעטארי. זיי פליען ארויס פון די נעסט און צוריק אריין. רייצט זיך נישט מיט מיר פייגעלעך ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט איר אלע פארברענט געווארן פון מיין תורה לערנען. ועכשיו שלא זכיתי לויפט ארום וויפיל איר קענט און גיבט ארויס א שירה חדשה איך זאל דערפון קוועלן.
א קליינע ווערימל קריכט דא אויפ'ן טיש מיט גרויס אייפער, איך ווארף אים צו פיצעלע ברעקלעך פון די פיינע קאקאש קעיק וואס מיין ווייבעלע האט אנגעבאקן לכבוד שבת זאל זי הנאה האבן אז מיר זענען דא צוריק. איך וואלט איר אויך פונעם גלעזעל וואסער געגעבן ווען איך ווייס וויאזוי.
די סעלעפון ליגט אין באנגעלוי. עס איז שא שטיל קיינער באדערט מיך נישט דא, פון צווישען די צווייגן אין שפיץ בוים שיינט אריין גענוג זון צו זעהן די קליינע ווערטער פון תרגום. ממש א גן עדן התחתון.
היינט בין איך ארויף געקומען אז מיין באבע ע"ה פלעגט אויך מעביר סדרה זיין. והראי' אויף "אוי לך מואב" זעה איך זאגט דער תרגום "ווי", מהסתמא פון דאנען האט די די באבע גענומען ביי יעדע שעת הכושר א שריי צו טוען "אוי וויי"
עס פליט אריבער א שטרענגע בין עלנד און הינגעריג, איך קוק אים אן מיט שרעק און ריר זיך נישט פון ארט. ער זאל זיך אין מיין בשר ודגים נישט פארטשעפן. ער דזשומעט אין לויפט שנעל ווי ער דארף א כאפן א באס. אלע שרצים ורמשים פליען דא פראנק און פריי און דער נותן לחם לכל בשר שיקט יעדן צו זיין שפייז.
די לופט אין געדיכטן וואלד און לויטערן הימל נעמט איבער אלע מיינע חושים און אט חלום איך זיך אז א זיידע הערש איז פארביי און זיך אראפגענידערט די אקסלן איך זאל מיך אויף אים ארויף זעצן, און מיך צוגעפירט צום גרויסן הייל ווי עס האלטן זיך אויף די שלענג און די בערן און זיי האבן מיך אלע העפליך באגריסט. אוי דא וויל איך שוין לאנג א בליק טוען. דער דרימל רייסט זיך שנעל איבער ווען שפרה'לע קומט מיר פרעגן ווען איך טראג איר שוין אין פיצא סטאר. א פרייטאג מיט א גרויסע סאָפט אייז קריעם איז פון די מצוות עשה'ס שהזמן גרמא און די קינדער זענען מיר מחייב דערמיט יעדע וואך אן אויסנאם. וועל איך גיין איר גליקליך מאכן, האט'ס מיר אלע א געזינטן זימער.
זונטאג יולי 01, 2012 12:20 pm
נאטורליך!!!!
עס לאזט זיך נישט גלייבן!!!
די פליישיגע אויגן זעען א געשרייבאכטס פון נאטורליך!!!
אטא דאס הייסט א געלונגענע זונטאג!
זונטאג יולי 01, 2012 12:42 pm
זייער
נאטירליך, אז ווען מ'ליינט א
נאטירליכע ארטיקל, פון
נאטירליך, ווערט מען
נאטירליך אויפגעלייגט
ייש"כ
זונטאג יולי 01, 2012 1:01 pm
העי נאטירליך, ווען כ'האב געליינט דאס ארטיקל העבעך שטארק הנאה געהאט, ביז די בין! האסט עס אזוי קאלערפול אראפ געלייגט, אז כ'הזעך אזוי ספאנטאן (אזוי שרייבט מען עס?) געגעבן אזא ריק אוועק, אזוי אז דער גערעגטער בין, זאל נאר מיר נישט געבן א ביס!
עניוועי, גוד הירינג פראם יו, קאל עגען!
זונטאג יולי 01, 2012 1:56 pm
נאטור'ליך!!!
יו ביזטו גוט, די רייצט מיר אן צו גיין אין קאנטרי.
זונטאג יולי 01, 2012 2:01 pm
חחחח, דער איז דאך עפעס אזאנס זיס! יא יא, האסט מיר געמאכט לאכן בעצם יום הזונטאג!
זונטאג יולי 01, 2012 2:51 pm
ישר כח נאטורליך פאר די קאנטרי אפדעיט, מיר האבן שוין אזוי לאנג געווארט דערויף. לאמיר האפן אז די קומענדיגע אכט וואכן וועל איך מיך קען קענען באדאנקען פאר נאטורליך.
זונטאג יולי 01, 2012 9:54 pm
דער חלום מיט'ן זיידע הערש.... יוי ווי נעמט מען אזוינע דמיונות!
זונטאג יולי 01, 2012 10:26 pm
א גרויסען יש"כ נאטורליך הערליך שיין,
מיר ווארטען אויף נאך, ביטע.
מאנטאג יולי 02, 2012 8:43 am
אההה אהההה דאס אידעך אומבאשרייבלעך, נאטורליך, איי נאו איטס נאט איזי, אסאך כוח און מוח, ווער רעדט נאך אין די יארן.... יישר כוח פאר דיין ארטיקל, און פאר די זיסע געשמאקע פילינג וואס דו האסט מיר געברענגט.
מאנטאג יולי 02, 2012 9:34 am
איך וואלט געוואלט בעטן א כלליות'דיגע טובה פון די אלע וואס מאכן פי די עף'ס פון ארטיקלען. ביטע לייגט צו ביי יעדע בלעטל פון וואו די ארטיקל קומט. אזויפיל קומט זיך נאך פארן שרייבער אז מענטשען וואס ליינען און גלייכן עס זאלן זיך קומען באדאנקען. און אין איינוועגס באזוכן נאך ארטיקלען און פארום'ס.
מאנטאג יולי 02, 2012 9:41 am
א גרויסן דאנק נאטורליך פארן ארויסנעמען אייער פענע און ווידער אויפרייצן אונזערע געפילן פארן קאנטרי און אזוי אויך אריינלייגן אונזערע געדאנקען אין נעסטלאגיע פון די אלטע גוטע יארן ווען נאטורליך האט יעדן שני וחמישי געגאסן טינט. הייי יאר איז דאס ווי זאלץ אויף אן אפענע וואונד ווען דיזע יארע זענען מיר נישט געאגנגען אין קאנטרי ווי אין די פארגאנגענע יארן.
מאנטאג יולי 02, 2012 9:45 am
נאטורליך איז נאטורליך, דאס קען מען נישט ריפלעיסן, מיר זענען ממש געזיצן דארט אונטערן שאטן פונעם ברייטן בוים און פראבירט צו געבן וואסער פארן ווערימעל.
יישר כח מיר ווארטן מיט די שפייעכץ אין מויל!
מאנטאג יולי 02, 2012 1:06 pm
איי איי איי נאטורליך, זעלטן וואס מען טרעפט אז א געשריבענע ווארט זאל אזוי קלאר אראפשפיגלן א נאטורליכע סצענע.
מאנטאג יולי 02, 2012 4:34 pm
ישר כח מיינע טייערע ליבע ידידים, איך כ'האב באמת נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן. די קינדער זענען אינטערגעוואקסען און דאס איבעריגע פארשטייט איר אליין. קוקט דעם בלאג אפשר וועל איך דורכ'ן זיממער מוסיף זיין מהנעשה במחנינו
http://natirlich.blogspot.com/