גרויסע בחורים גייען 'קעמפ שאפינג'

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

גרויסע בחורים גייען 'קעמפ שאפינג'

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יוני 24, 2008 12:00 pm

ב"ה\


יענקל און מוישי, צוויי נארוואס בר מצוה'געהאטע בחורים, מיט זייערע שיינע רעקלעך און פרישע הוטן, הערליכע דזשעלי פיאות. זיי גייען א גאנצע טאג ארום מיט זייערע תפילין בייטלעך וואס אנטהאלט אין זיך מער זאכן פון וואס איך האב אין מיין טראנק פון מיין קאר. אויסער די תפילין איז דא דארט אין די בייטל, א סידור המפורש, א מנחה מעריב'ל מיט ברכת המזון, א געהעריגע תהילים יסוד מלכות, א תהילים החיד"א, א צעטל קטן, א אגרת הרמבן, א מיני רזיאל המלאך קארטל, א דיקע גארטל פאר שחרית און א דינע פאר מנחה מעריב, די בחנה אויף די לעצטע וואכעדיגע שיעור, א שפיגל (ליגט באהאלטען טיף אין די וועלוויט בייטל אז קיינער זאל עס נישט זעהן), א מטבע פון די קאקאשער רבי, אן אויסגעריבענע קאפל פון די צימרינגע רבי ז"ל וואס ער טראגט נאר צו שחרית, א קעמל, א קליינע באטל העד ענד שאולדערס, א קליינע באקסל מיט לעווער 2000 זייף, א רעגן פלעסטיק פאר די הוט, א רעפער פון זיי נעכטיגע טונא סענדוויטש, און וואס נישט? אלעס אריין געפאקט אין דעם איין קליינע תפילין בייטל.


אבער יעצט צעהן אזייגער ביינאכט שפאצירן זיי, עקטשועלי זיי לויפן מיט עפעס א ספעציעלע אימפעט, מיט עפעס אן אויסער געווענדליכע שמחה. וואו אהין גייען זיי יעצט? זיי גייען 'קעמפ שאפינג'! יא! יעצט צעהן אזייגער ביינאכט האט די קעמפ שאפינג סטאר ספעציעלע שעות פאר בחורים וואס פארן אין קעמפ. א סאך סטארס מאכן ספעציעלע שעות פאר פרויען און ספעציעלע שעות פאר מענער, אבער אלע מאכן עקסטרע שעות פאר דער מין ברי' בפני עצמה וואס רופט זיך בחור, עפעס א מין ספק חי' ספק בהמה, זיי קענען נישט שאפלען צוזאמען מיט די יומען ביאינגס, צוזאמען מיט די מענטשען, זיי דארפן עקסטרע שעות.


איז לאמיר יעצט מיט האלטען א שאפינג ספלרי מיט יאנקל און מוישי, ווי זיי גייען איינקויפן וואס זיי דארפן מיט נעמען אין קעמפ אריין.


יאנקל: לאמיר אנהייבען מיט די וויכטיגע זאכן ערשט, אקעי? קודם דארף מען קויפן שאמפו, וויפול באטלעך מיינסטו אז מען דארף? איך מיין אז אויב מען נעמט פון די גרויסע וועט 4 באטלעך זיין גענוג, איך מיין אז איין באטל איז גענוג פאר צוויי וואכן, אקעי איך נעם 4 פון די ריזיגע, נעם דו אויך 4.

מוישי: מ'דארף קודם מאכן זיכער אז די סטיקער קומט גרינג אראפ פון די באטל, די משגיח לאזט נישט קיין העד ענד שאולדערס ווייל עס שמעקט צו שטארק. אקעי, יעצט דארף מען אכט בארס פון זייף, איך האב ליב די געלע דייעל זייף, די ווייסע שמעקט נישט גוט.

יאנקל: דו האסט גענומען אכט? פאר מיר איז נאר געבליבן זעקס, וואס גיי איך טון די לעצטע צוויי וואכן פון קעמפ? איך קען נישט נוצען די ווייסע פארשטינקענע זייף!

מוישי: איך וועל שוין הייסען מיין שוואגער מיך ברענגען נאך צוויי אין מיטן די זוממער, מיין שוואגער איז פעסט, ער האט פענסי גלעזער, אויך האט ער טינטעד שפיגלעך אויף זיין קאר, הערסט? נישט נאר טינטעד ווינדאוס, ער דרייווט די נייע קאדילאק סיענע, די ניסאן סיענע איז נישט גוט, די קאדילאק סיענע איז רייסעריש, ער וועט מיך זיכער ברענגען נאך זייף אויב איך זאג אים אז איך דארף.

יאנקל: אקעי, יעצט וויפול טוט פעיסטס דארף מען?

מוישי: המממ לאמיך זעהן, לאמיך מעסטען די טוט פעיסט קוועטשער, המממ פיצען אינדערפרי און ביינאכט ממממ, מ'דארף זיכער צוויי, אפשר אפילו דריי, אה! לאמיר קויפן 5 צוזאמען אזוי וועלן מיר ביידע האבן 2 מיט א האלב. אויך דארף מען צוויי בערשטלעך, דזשאסט אין קעיס איינס פארלירט זיך, און אויך א שטארקע פלעסטיק קאפ אויסצושווענקען די מויל. זאג נאר יענקל, דו פיצט אלעמאל די ציין?

יאנקל: אודאי! דו?

מוישי: זיכער! אויך דארף מען קויפן די ציין בערשטל האלטערס, קויף נישט די בלויע עס איז נישט שיין, קויף די שווארצע מיט די שיינעדיגע פלעסטיק, זיי האבן אויך א מעטשינג וואן פאר די זייף האלטער.

יאנקיל: אקעי, יעצט דארף מען א פלעש לייט, איך גיי נעמען דער וואס האט פיר אנדערע לייטס פון אלע זייטן, אויך מאכט עס א הויכע סיירין! עס וועט גוט אפשרעקן די שלאף רבי אויב איך צינד עס אן ביינאכט אינטער מיין דעקל! מיין ברודערס פעטער האט מיר געזאגט אז ער קען איינער וואס האט אים פארציילט אז זיין קאזין איז געווען אין א ישיבה ווי פאר 10 יאר פריער איז געווען א בחור וואס האט געהאט א חבר וואס האט אים פארציילט אז אין זיין אלטער ישיבה האט אמאל א בחור אנגעצינדען די סיירין פאר א סעקונדע צו דעשרעקן די נאכט רבי און די גאנצע קעמפ איז געווען אויף רעדער.

מוישי: דו פלאנסט עס עכט צו טון? האסט נישט מורא אז פאר אזא זאך וועט מען דיר ארויס ווארפן פון קעמפ?

יאנקל: כ'ווייס נאך נישט זיכער אויב איך גיי עס טון, איך קויף נאר דער פלעש לייט דזשאסט אין קעיס. עס נעמט 6 די די בעטעריס, סאו מען דארף עט ליסט אכצען ווייל עס ברענט זיך אויס זייער זייער שנעל.

מוישי: וואס נאך דארף מען האבן? לאמיר טראכטן, מקוה, שלאפן, שווימען! אה שווימען! מען דארף אלעס פאר שווימן, א נאוז קליפ, גאגעלס, א גרויסע טוב, אויך טובס פאר די האנט.

יאנקל: מוישי, דו קענסט שווימען?

מוישי: אודאי! ווען איך האב מיינע טובס, נאוז קליפ און גאגעלס, קען איך שווימען גראד פון איין זייט צו די אנדערע מיט נאר איין מאל זיך אפשטעלן אין מיטן.

יאנקל: כ'ווייס, איך אויך! ס'אזוי פול פאן!

מוישי: שווים הויזן?

יאנקל: ס'פעלט נישט אויס, מ'קען שווימן מיט די גאטשעס.

מוישי: מען דארף א וואלקמאן א קליינע טעיפ רעקארדער.

יאנקל: מען טאר דאך נישט מיט ברענגן קיין טעיפס אין קעמפ.

מוישי: איך פלאן אבער צו לערנען אויף דער זייט מסכת בבא בתרא און עס ענדיגן איבער די זוממער, סאו איך דארף עס פאר תורה טעיפס.

יאנקל: מען דארף א שירעם, איך קויף די ריזיגע וועלעכע צוועלעף מענטשען קענען גיין אונטער עס.

מוישי: צוועלעף מענטשען? אזוי גרויס איז עס?

יאנקל: יא! איך האב אליין געזעהן אמאל ווען עס האט גערעגנט און צוועלף מענטשען האבן געוואקט אונטער דער שירעם. מען דארף אויך קאלאשען און באצעס אויב עס רעגנט שטארק ווייל עס קען זיין גרויסע פאדעלס.

מוישי: געדענקסט נאך פאריאר וויפול צרות אונז האבן געמאכט ווען עס האט גערעגנט? מ'האט געפלאטשקעט אין די פאדעלס און אדורך געוויקט אלע קליידער? אוי איז עס געווען גוטע צייטן, מ'וועט עס מוזן טון נאך אמאל היי יאר.

יאנקל: אודאי! אודאי! דעיס אידאך מיין גאנצע פלאן! שששששש זאג נישט פאר קיינעם. לאמיר קויפן אפאר קרעיזי גלו, עס קען אמאל צוניץ קומען נייין? אה מען האט שיערו פארגעסן 'סאן טען לאושען'!

מוישי: פארוואס דארף מען סאן טען לאושען?

יאנקל: איך האב געהערט ווי א פעסטע יונגערמאן מיט באקסעדיגע שיך און א לייט גרעי דריי פערטל רעקל, פארציילט אין שול עפעס וועגען 'גאמאנע ווארעמונג' עפעס אזוי, ער זאגט אז עס גייט זיין א הייסע זוממער, ער ווייסט וואס ער רעדט, ער שטייט אלעמאל אין דערויסן און שמועסט מיט די פאליס, יו"ט.

מוישי: וואס האט 'סאן טען לאושען' מיט דעם?

יאנקל: דו ווייסט נישט? 'סאן טען לאושען' שמירט מען אויף זיך פארן שווימן אז מען זאל נישט זיין צו הייס.

מוישי: אה! כאניש געוואוסט. וויפול דארף מען? א צוויי דריי באטלעך? אויך דארף מען 'דיפערי דו'!

יאנקל: איך מאך מיין פיאות מיט צוקער וואסער, ס'אסאך שענער אזוי. יא! מען דארף נעמען א פעקל פון 500 פעיפערס און 10 פענס ווי אויך א באקס ענוועלאופס צו שרייבן בריוו.

מוישי: דו שרייבסט בריוו?

יאנקל: פאריאר האב איך נישט געשריבן, אבער בחורים שרייבן אלעמאל בריוו, מיין ברודער עליע חיים שרייבט אלעמאל בריוו אהיים. איך טרעף נישט קיין סטעמפס, פרעג די איד ביי די קאונטער ווי די סטעמפס ליגן.

מוישי: אקעי, דערווייל דו זיך אויף ווי די הוקס ליגן, איך דארף הוקס צו הענגען מיין הוט און רעקל אין בעסמעדרעש, ביי מיין בעט, אין די שיעור צוממער, און אויך אין די סווימינג פול. איך דארף אויך אפשר נאך הוקס צו הענגען אויף א בוים, היי יאר פלאן איך צו לערנען ביי די פרייע צייט אונטער א בוים, ס'אסאך פאן אזוי. אבער דארט איז שוין בעסער צו הענגען אויף די צווייג פון די בוים, ס'אסאך בעסער.

יאנקל: איך מיין אז איך האב שוין נישט קיין געלט צו קויפן מער זאכן.

מוישי: וואס וועט זיין מיט אינטערוועש?

יאנקיל: איך האב צוויי פאר, עס וועט זיין גענוג, און איך האב אויך צוויי העמדער, מיינסט מען קען זיך נישט אן עצה געבן מיט דעם? סיניש אזוי וויכטיג צו האבן מער וועש, כ'וויל נישט סתם ארויסווארפן מיין טאטעס שווערע אויסגעהארעוויטע געלט אזוי ווי אנדערע בחורים דא טוען.

מוישי: וואס איז מיט א שמאטע כאלאט?

יאנקל: איך וועל גיין מיט מיין סוט!


און זיי זענען געגאנגען באצאלן, נישט פאר זיי זענען זיבן מאל צוריק געלאפן אויף צו טוישען האלב פון זייערע זאכן פאר אנדערע קאלירן, ווי אויך האבן זיי זיך דערמאנט אז זיי האבן פארגעסען צו קויפן אנסענטעד דיאודערענט.

אויפן וועג ארויס האבן זיי זיך דערמאנט אויך אז זיי האבן פארגעסען צו טשעקען אויב די סטאר פארקויפט נישט תשעה באב בענקלעך, אבער נישט געפערליך.


יאנקל:, מוישי, איך בין איבערגעבליבן מיט 37 צענט טשעינדזש, איך וויל אריין גיין אין דער סטאר און זעהן וואס פארע נאש מען קען קויפן. אנטשולדיגט, וואס קען איך קויפן פאר 37 צענט?

סטאר מענטש: כ'ווייס? א טשוטשוס מיט א, מיט א קענדי!

מושי: קויף ענדערש עפעס קלענער ווי טשוטשוס, קויף דער סאוער סטיקס ענדערש.

יאנקל: וויפול וועט אויסקומען אויב איך קויף צוויי סאוער סטיקס, מיט דער לאלי פאפ?

סטאר מענטש: 35 צענט.

יאנקל: נישט גוטף איך בלייב דאך איבער מיט צוויי צענט! און אויב איך קויף איין סאוער סטיק מיט 3 לאליס?
.
.
.
.
בקיצור איר קענט אליינס צו ענדיגן די מעשה.
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום דינסטאג נובעמבער 11, 2008 11:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » דינסטאג יוני 24, 2008 12:19 pm

געוואלדיג....!

אין ווען גייען זיי בויען די גרויסע היימיש געמאכטע לאקערס? אין וואס טוט זיך מיט די קליינע פרידזש?
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 24, 2008 12:45 pm

סמעטענע!

ווען דער נאר וואלט נישט געווען מיינס (איך בין אויך פארנומען יעצט מיט קאנטרי-שאפינג) וואלט איך שטארקער געלאכט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג יוני 24, 2008 2:48 pm

מעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעככטיגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אוי איז דאס א שיינער ארטיקל, עס איז ממש.... אםםםםםםםםם וויאזוי זאל איך זאגן??? קעמפיש? ישיבי'ש? בחור'יש?,

ס'א חילוק, דער עיקר סיז מוירעדיג.

מען קען נאר צולייגן אויך 2 רעגן קאוטס, איינס אויב סרעגנט, און איינס אויב סרעגנט נישט....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » דינסטאג יוני 24, 2008 3:04 pm

לעווי, געוואלדיג, כ'האב נישט די ווערטער.

איין זאך קען איך דיר זאגן אויף זיכער ס'דערקענט זיך אז די ביסט געווען אמאל א בחור.

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » דינסטאג יוני 24, 2008 3:50 pm

גוט געווען!

הוי ווי עס דערמאנט מיך גוטע צייטען

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יוני 24, 2008 4:08 pm

וואט ען ארטיקל, איך האב מיך ליטערלי געראגלט אויף דער ערד ליינענדיג.

יישר כח.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג יוני 24, 2008 4:41 pm

העררררליך, זייער שיין און פיין אראגעלייגט. א גרויסן יישר כח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 24, 2008 6:19 pm

לעווי, קודם שלום עליכם, כאנאך קיינמאל נישט גערעדט מיט דיר, ס'ערשטע מאל איך לייען אן ארטיקל פון דיר.

וואס זאלעך דיר זאגן, איך בין געווארן דיסעפוינטעט! איך האב קיינמאל נישט געוויסט ווי גוט די קענסט. קוקסט אויס צו זיין א פיינער פאנטעזירער און אן אייזערנער שרייבער.

כה לחי! האלט עס אן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 24, 2008 6:48 pm

אוי לעווי לעווי, ווי אזוי הייסטו אויפן ערשטן נאמען? ס'איז נישט דערעכעירעצדיג, צו רופן איינעם ביים לעצטן נאמען.

הערליך אראפ געלייגט, כ'האב היפש גע'שמייכל'ט. איין זאך, איך גיי שוין נישט שיקן מיינע בחורים אליינס קויפן קיין קעמפ זאכן.

א גרויסן יישר כח, נהניתי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

Re: גרויסע בחורים גייען 'קעמפ שאפלינג'

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג יוני 24, 2008 7:30 pm

לעווי האט געשריבן:יענקל און מוישי, צוויי נארוואס בר מצוה'געהאטע בחורים, מיט זייערע שיינע רעקלעך און פרישע הוטן, הערליכע דזשעלי פיאות. זיי גייען א גאנצע טאג ארום מיט זייערע תפילין בייטלעך וואס אנטהאלט אין זיך מער זאכן פון וואס איך האב אין מיין טראנק פון מיין קאר. אויסער די תפילין איז דא דארט אין די בייטל, א סידור המפורש, א מנחה מעריב'ל מיט ברכת המזון, א געהעריגע תהילים יסוד מלכות, א תהילים החיד"א, א צעטל קטן, א אגרת הרמבן, א מיני רזיאל המלאך קארטל, א דיקע גארטל פאר שחרית און א דינע פאר מנחה מעריב, די בחנה אויף די לעצטע וואכעדיגע שיעור, א שפיגל (ליגט באהאלטען טיף אין די וועלוויט בייטל אז קיינער זאל עס נישט זעהן), א מטבע פון די קאקאשער רבי, אן אויסגעריבענע קאפל פון די צימרינגע רבי ז"ל וואס ער טראגט נאר צו שחרית, א קעמל, א קליינע באטל העד ענד שאולדערס, א קליינע באקסל מיט לעווער 2000 זייף, א רעגן פלעסטיק פאר די הוט, א רעפער פון זיי נעכטיגע טונא סענדוויטש, און וואס נישט? אלעס אריין געפאקט אין דעם איין קליינע תפילין בייטל.
א מיני נועם אלימלך קארטל, מקוה קארטל.
ועמך כולם צדיקים

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יוני 24, 2008 8:01 pm

איך_הער האט געשריבן:אוי לעווי לעווי, ווי אזוי הייסטו אויפן ערשטן נאמען? ס'איז נישט דערעכעירעצדיג, צו רופן איינעם ביים לעצטן נאמען.

.


איך הייס דוד לעווי,

איר קענט מיר רופען דוד! ניין! נישט ר' דוד, נאר סתם דוד.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 24, 2008 8:19 pm

אה, אסאך רואיגער, א גוטן ער' דוד, כ'האב אייך שוין איינמאל געזאגט, אבער יעצט מיטן ערשטן נאמען זאגטצעכעס בעסער, כ'האב זייער הנאה געהאט ר' דוד, איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער שאפינג, כ'מיין מיט אייער ארבעט, און מיר וועלן אי"ה הנאה האבן, און זיך באדאנקען.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג יוני 24, 2008 8:35 pm

Rabbi David, I don't have Yiddish here, But I can't leave this Eshkoil without saying you how much I enjoy it, you're MAJOR, I hope this is only the 1st of that kind, & more is on the way to come
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 24, 2008 10:53 pm

שכויח דויד פארן מיך מאכן א זוי לאכן....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך יוני 25, 2008 10:12 am

איך וויל בעטן דעם חשובען עולם, ווייטער צו רופן דעם שרייבער פון דעם הערליכען ארטיקל אויף זיין לעצטע נאמען, לעווי, ווייל מיר האבן שוין איין דוד.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יוני 25, 2008 2:39 pm

מיסטער לעווי : יא מעד מיי דעי

אזאנץ הנאה געהאט געוואלדיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 25, 2008 10:45 pm

דוד הלוי, זייער א גוטע אנפאנג. דו גייסט אויפ'ן גוטן דרך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג יוני 26, 2008 12:11 pm

לעזזזזזזזי! גוט דו.

אטפפס, סארי מיינע באטטנעס זענען 'לעזי' זיי האבן קוים דערגרייכט אהער אין קענען אפגעבן ס'תגובהלע אין צייט.

נעעע דא רעדט מען פון "לעווי", כאפסט ס'ער טוט דא? ער געט א שפאציר אריין מיט אן ארטיקל אזש צום באלעקן, עני אינפא? לעווי!
האסט געהערט ס'איז דא א קנאקעדיגער ארטיקל, ווער האט דאס געמאכט? 'לעווי איינער' פרעג נישט קיין קשיות, גיי אריין אין טשעק איט אייט.

נכתב בפיצי: זייער א גוטער אנהייב, דזשאטסט קיפ אטן טראחסקענינג ארטיקלן. נייס דזשאחב סויר.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג יוני 30, 2008 8:51 pm

נו שרייב נאך, איך האב ליב צו ליינען געשמאקע באשרייבונגען,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יולי 01, 2008 3:29 pm

א יישר כח פאר אלע יישר כח'ס, עס גיבט חיזוק אויף אנצוגיין אויף ווייטער..............וכו'...... (איכער וועט שוין ממשיך זיין...........- מיר ווארטען נאך אויף יענער ארטיקל -...)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג יולי 05, 2009 8:26 pm

יעלה ויבוא

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » זונטאג יולי 05, 2009 9:49 pm

יגיע וירצה
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » זונטאג יולי 05, 2009 10:20 pm

לעווי איך האב ערשט יעצט געליינט דיין ארטיקל. איך מוז איך זאגן. איר קענט זיך נאך פארמעסטן מיט אסאך שרייבערס פון די היימישע צייטונגען

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג יולי 05, 2009 11:03 pm

יישר כח ווער בין איך פארן ארויף שלעפן די ארטיקל פון די טיפע זימפן, זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן דערפון.

איי ווי עס בענקט זיך צו די גוטע צייטן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט