ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

בילד
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום מאנטאג יולי 19, 2021 11:35 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טא וואון טרי
די עוילעם איז אין קאנטרי
ציווישן די פעלדער און ביימער
זיך צאמנעמען גיימיר

עס בודזשעוועט א ווינטל
און ברענגט מיט זיך א בינטל
געדאנקען און מחשבות
פון עולמות נשגבות..

די געשמאקעלע ווינטל
ברענגט אונז צום פינטל
פיין לאמיר רעדן נארמאל
אויב ס'שייך אזא פאל...

פיין, אקעי...

- - -

מורי ורבותי! לא איש פרשת דברים אנוכי, נאר אזוי איך האמיך צוגעגרייט וועל איך רעדן...

ברוכים הבאים טייערע חברים, קודם כל וויל איך מיך באדאנקן פאר אלע חברים וואס זענען דא מיט אונז, איך ווייס אז סיז נישט אזוי גרינג, בפרט אין אזא הייסן טאג און נאכדערצו נאך א פאסט-טאג, ספעציעל פאר די אלע "אהבת קדומים" ניקס בלא בלא בלא...

די לעצטע חודש גרייט זיך שוין דער גאנצער עולם צום דערהויבענע אנקעטע, יעדער ווארט צו הערן פון וואס מ'רעדט דא, וואס איז אזוי וויכטיג אז מ'זאל פארדעם ממש איבערדרייען וועלטן די לעצטע תקופה...

נאר ווי יעדער ווייסט פארמאגט אונזער וועלטל א היבש צאל וועלט טאלאנטניק'ס, וואס זיצן אין א קליין געסעלע, אין עפעס א פארשטויבט'ן פארום, פאעזיע און גראמען רופט מענעס... און שיסן און גיסן ארויס פון זיך טאלאנט אז דאס וועלט'ל וואלט זיך געדארפט איבערקערן... אבער למעשה, כמעט אין פוצה פצצה ומצפצפצפצף. ס'עפעס צו שטיל דארט.

דערפאר האבן מיר באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל, מחדש-ימינו זיין כפארמעסט הקדם, דעם אלטן פאעזיע פארמעסט וואס אייוועלט האט צוגעשטעלט מיט גרויס פאמפע און הצלחה, און איבערשפילן דעם הערליכן שפיל, אזש די אייוועלט לייבן זאלן זיך שלאגן ביי די אייזערנע קעפ און גאלדענע הענט... ביזן געפינען דעם עדגליטיגן געווינער, וואס דאס איז שטייצעך יעדער וואס שיקט אריין זיין טאלאנט שטיקל...

אצינד העמער האבן דעם כבוד איבערצוגיבן דאס ווארט פאר אונזער געערטער פריינד ערעב @היכי תימצא ער וועט אביסל ארומרעדן איבער די ענינים העומדים על הפרק...

ר' היכ'ל...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דינסטאג יולי 20, 2021 9:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וואס איז פאעזיע? וואס איז גראמען? אלע פרעגן, אסאך ענטפערן. געוויסע זאגן גראמען איז 'מוח', און פאעזיע איז 'הארץ'. אנדערע זאגן, פאעזיע איז אבסטראקט, און גראמען איז א פארציילונג. עס זענען דא וואס זאגן פאעזיע ברויך קיין גראמען, מאנכע זאגן אהן גראמען איז גארנישט ווערד.

אבער דא, דא גייט מען דאס נישט פרעגן און נישט ענטפערן. דיזע פארמעסט וועט זיין א פארמעסט פון טאלאנט אנטקעגן טאלאנט. די זעלנער וועלן ארויסנעמען זייער גאלדענע פעדער, זייער זילבערנע טינט, זייער פארמעט געמאכט פון א בריה וואס האט קיינמאל עקזיסטירט. בלויז טאלאנט. דאס איז די איינציגסטע פארלאנג. צוזאמען וועלן מיר פארבן די ווענט פון אונזער וועלטל מיט אלע סארט קאלירן. קאלעך פון הארץ און מוח געמישט, מיט גלאנציגע אותיות דורך געווייקט מיט מחשבה און געפיל, א בערשטל פונעם גוף, א טעצל צוגעשטעלט פון נפש, און די קונסטווערק פון נשמה.

אלזא, קומטס אריין אין קרעטשמע, אבער דאס מאל קומטס מיטן זעקל טאלאנט, אנטשטאט די זעקל רענדלעך. כאפט אן דעם זעקל פון אונטן, דרייט עס איבער און גיסט אויס אייער טאלאנט, און אויסטויש וועט מען אייך סערווירן עטליכע באטלעך קאמפלימענטן, עטליכע גלעזל הכרות הטוב, און שאמפאניע צום ענדע!

איך וויל אלע נאר דערמאנען אז אויב איר האלט אז איר קענט נישט שרייבן, איר האט עס נישט אין זיך, איר זענט נישט אזוי גוט ווי די אנדערע, זאג איך אייך אז דאס זענען בלויז אייערע איינזייטיגע מיינונגען, און עס איז גאר ווייט פונעם אמת. ווי אזוי וואגט איר אייך צו צונעמען די הנאה וואס דער עולם וועט האבן נאכ'ן ליינען אייער שטאפע?

קופערנע טאלאנט איז דא פונקט אזוי חשוב ווי גאלדענע טאלאנט. אין פאקט עס איז אייניג. מיר נעמען אן אלע וואלוטעס פון טאלאנט (חוץ געפעלטשטע). לויט די היינטיגע מנהג העולם דיסקרימינירט מען נישט (איקוואלעטי בלע"ז). די איינציגסטע וועג צו וויסן ווי אזוי אייער טאלאנט קוקט אויס, איז דורך נוצן די טאלאנט. אז איר נוצט נישט אייער טאלאנט, אפשר זענט איר גערעכט אז איר האט נישט… אבער אויב יא, אויב נעמט איר דעם קערנדל און איר שפילט זיך דערמיט, דאן וועט עס שפראצן. איר וועט עס פארוואנדלען אין א זאך וואס איר וועט נישט דערקענען, איר וועט אויסגיין פון התפעלות וואס עס פאסירט ווען מען פראבירט.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אקעי, ווייסן מיר שוין אז ס'דא א פארמעסט, אבער, טאמער מעג איך, אפשר קומט איינער אריין אביסל קלארער און ברור'ער...

אויף וועלכע סארט ארטיקלען איז די פארמעסט?

ווי לאנג דארפן די ארטיקלען זיין?

פון ווען קען מען אריינשיקן?

צו וועם זאל מען שיקן?

ביז ווען קען מען שיקן?

ווען גייט מען אנפאנגען צו ארויסלייגן די ארטיקלען?

וויאזוי גייט מען רעיטן?

אדער גייט מען גאר שטימען?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

[align=center]אויף וועלכע סארט ארטיקלען איז די פארמעסט?

"פאעזיע" ארטיקלען, און "גראמען" ארטיקלען. די פארמעסט איז א צווייפאכיגע פארמעסט, ווי עס וועלן זיין צוויי געווינער. איין געווינער אין "גראמען", און איין געווינער פאר "פאעזיע".

מ'וועט רעיטן יעדע ארטיקל סיי אויף די גראמען און סיי אויף די פאעזיע. א פאעזיע ארטיקל דארף "נישט" האבן קיין גראמען. און א גראמען ארטיקל קען זיין נאר גראמען, ס'דארף נישט זיין פאעטיש. אבער ס'נישט קיין עבירה אז ס'דא פון ביידע, אדרבה...

הערה: א 'גראמען' ארטיקל מיינט נישט אז בלויז די גראמען שטימען גוט. ס'דארף זיין א גוטער תוכן און גוט אראפגעלייגט. ס'מוז בלויז נישט זיין פאעטיש, און א שטארקע דגוש ווערט געלייגט אויף די גראמען, אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן און גוט. ווי מער קונצליך איז א פלוס ווען ס'קומט צו א 'גראמען' ארטיקל. גראמערישע פעאיגקייטן.
. . .

ווי לאנג דארפן די ארטיקלען זיין?

ס'איז שווער צו שטעלן א פונקטליכע הגדרה, אבער מיר בעטן אז מ'זאל פרובירן צו שיקן א חתיכה הראויה להתכבד. נישט צו קורץ, און נישט צו לאנג, ס'זאל נישט זיין צו אויסמוטשענד.
. . .

פון ווען קען מען אריינשיקן?

די טויערן עפענען זיך אויף בעז"ה דינסטאג פרשת ואתחנן כחצות היום.
. . .

צו וועם זאל מען שיקן?

מ'קען אריינשיקן די ארטיקלען צו ידידינו @שטומפיג אין אישי. אדער אין אימעיל צו: [email protected] . בלויז @שטומפיג וועט האבן צוטריט צו די נעמען, פון דארט און ווייטער וועלן די נעמען זיין קאנפידענשאל, ביז נאכן אויסקלויבן דעם געווינער.
. . .

ביז ווען קען מען שיקן?

מיטוואך פרשת עקב, שפארן זיך די טויערן אי"ה.
. . .

ווען גייט מען אנפאנגען צו ארויסלייגן די ארטיקלען?

זונטאג ראה וועט מען אי"ה אנפאנגען צו ארויסלייגן די ארטיקלען. מ'וועט [לכאו'] ארויסלייגן די ארטיקלען צוביסלעך. אפאר שטיק א וואך.
. . .

און וואס איז מיט רעיטן?

אויף די ארטיקלן וועט מען קענען רעיטן די גראמען, פאעזיע, און תוכן.
. . .

און יעצט, וויאזוי און ווען גייט מען שטימען פארן געווינער?

נאכדעם וואס אלע ארטיקלען וועלן זיין אינדרויסן, וועט מען אי"ה ארויסגיין מיט מעכטיגע וואהלן, ווי דארט וועלן ארויסקומען צוויי געווינער'ס, א פאעזיע געווינער און א גראמען געווינער. און שטייצעך אז אויב וועט איין ארטיקל געווינען סיי די גראמען און סיי די פאעזיע, וועט זיין נאר איין געווינער.

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן בעז"ה.
[/align]
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום מאנטאג יולי 19, 2021 8:33 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בקיצור המעשה, אן קיין לאנגע מעשיות... נעמטס ענקער קאפ און הענט, און הייבט אן שרייבן אזאנטס און אזעלעכטס וואס זאל אויפרייסן דאס וועלטל...

מקולות מים רבים אדירים משברי ים, אוי גייט'צעך דא גיסן טייכן טאלאנט!!!

נו, ווער גייט זיין דער געווינער??... ימים ידברו, די טעג וועלן זינגען.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואף!! דער נמ"ש כ'זאג דיר.. אזוי ווי ער האט זיך צוגעגרייט וועט ער רעדן. הוי ווי ער רעדט...

די לאגא, כזאג דיר.. וואט עי קריעיטיוו וואן....

מעכטיג!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

אאאה האאא!!!… קען איך קוים ווארטן צו ליינען די פאנטאזיעס צווישן די שורות פון די פאזיע שרייבערס….

אגב, א שיינעם לאגא, איך גיי פאר דעם טאנצעדיגען אל״ף׳ל…
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פעיק ניוז האט געשריבן:די לאגא, כזאג דיר.. וואט עי קריעיטיוו וואן....

מעכטיג!

בד"וו, האסט אנאנונג ווער האט אהערגעשטעלט דעם מעכטיגן לאגא?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעגסט מיר? דו פירסט אן דעם פארמעסט, נישט איך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5036
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מ’דארף פינען די אשכול.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פעיק ניוז האט געשריבן:פרעגסט מיר? דו פירסט אן דעם פארמעסט, נישט איך.

כ'בין סה"כ א פיצי שרויפ'ל פון א ריזיגע סיסטעם..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

עקסטאז אין די לופטן
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

די לאגא פאר די וואס די פילטער בלאקט עס

פארמעסט לאגא.gif
פארמעסט לאגא.gif (747.04 KiB) געזען 7688 מאל
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך זוך נישט סתם אנצודרייען א מצב (דעיס איז א @נמש'ס דזשאב :wink: ), אבער די ארטיקלען הייבן אן אריינפליסן און דערוילעם קען זיך אין ווילדסטן חלום נישט פארשטעלן וואספארא סחורה מ'ערווארט דא...
כאפ דיך מיט אויפן וואגן
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום דינסטאג יולי 20, 2021 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מיין חבר קאלט מיר כ'קום דיר נאר מיט א דערמאנונג
פרעג איך איך אים מיט שפאנונג.
פון וואס רעדסטו, כ'האב נישט קיין איינונג..
זאגט ער מיר דו ווייזט נישט וואס איז אין פלאנונג
גיי ארויף אייוועלט ס'טוט זיך א געדראנונג
און שפאן שוין איין דיין אינק.

גיי איך ארויף אויף די 'אידישע וועלט
צו זעהן פון וואס יענער שרייט און שעלט
און יאפ כ'זעה וואס מ'האט אהערגעשטעלט
די עולם זיצט ליידיג אין געצעלט
ס'פליסט אריין אנעפלאוימענט און קינדער געלט
האט מען זיך ארויפגעצויגען די פארמעסט בעלט

אבער פארוואס פונקט היינט
פרעג איך אייך מיין פריינט
איז עס געווארן געפלאנט
מיין וועקאציע טאג האט נאכנישט אויפגעשיינט
פאר מיין בעל הבית איז עס בכלל נישט אינטערסאנט
אז כ'זאל אויסטון די ארבעט הענטשוך פון האנט

טא ווייס איך נישט צו כ'בין גרייט צום פארמעסט
די נעקסטע פאר טעג וועל כ'זעהן, כ'געסט
אבער מיין ברכה פאר יעדעם די גרעסט
גיבטס ארויס די טאלאנטס די בעסט
און לאמיר זעהן ווער ס'גייט געווינען די טעסט
און ארויסקומען די גרעסטע צום לעצט!
לעצט פארראכטן דורך eller אום דינסטאג יולי 20, 2021 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

וואף! אזוי נישמיר נישט דיר ארויס מיטן פארמעסט...

יעצט קען מען ארויסנעמען דעם פעדער... עמיצער מיט אן איידיע פון וואס צו שרייבן?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

eller האט געשריבן:מיין חבר פרעגט מיר מיט שפאנונג.
כ'קום דיר נאר מיט א דערמאנונג
פרעג איך איך אים מיט שפאנונג.
פון וואס רעדסטו, כ'האב נישט קיין איינונג..
זאגט ער מיר דו ווייזט נישט וואס איז אין פלאנונג
גיי ארויף אייוועלט ס'טוט זיך א געדראנונג.

גיי איך ארויף אויף די 'אידישע וועלט
זעהט זעהן פון וואס יענער שרייט און שעלט
און יאפ כ'זעה וואס מ'האט אהערגעשטעלט
די עולם זיצט ליידיג אין געצעלט
ס'פליסט אריין אנעפלאוימענט און קינדער געלט
האט מען זיך ארויפגעצויגען די פארמעסט בעלט

אבער פארוואס פונקט היינט
פרעג איך אייך מיין פריינט
איז עס געווארן געפלאנט
מיין וועקאציע טאג האט נאכנישט אויפגעשיינט
פאר מיין בעל הבית איז עס בכלל נישט אינטערסאנט
אז כ'זאל אויסטון די ארבעט הענטשוך פון האנט

טא ווייס איך נישט צו כ'בין גרייט צום פארמעסט
די נעקסטע פאר טעג וועל כ'זעהן, כ'געסט
אבער מיין ברכה פאר יעדעם די גרעסט
גיבטס ארויס די טאלאנטס די בעסט
און לאמיר זעהן ווער ס'גייט געווינען די טעסט
און ארויסקומען די גרעסטע צום לעצט!

און איך מוטשע זיך נאך מיטן שאפן גראמען...

מאסיוו!...

אויב דאס האסטו אזוי ארויס געטראסקעט מיט א פרישקייט אויפ'ן מאמענט, קען איך מיך קוים פארשטעלן וואס דו גייסט שרייבן פאר'ן פארמעסט. מיר ווארטן....
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צענדליגע בארומטע ניקס האבן זיך שוין געמאלדן אז זיי שארפן אויס דאס קעפל לכבוד'ן פארמעסט!!

מי ראה אלו יוצאים ואינה רוצה עימהם?...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דער עולם פארט אויף די בערג און מדבריות, ס׳ ווערט ליידיג, עס גייט זיין רואיג דא ב״ה...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נעוואדא, אז מ'ארבעט אויף די גראמען און פאעזיע שטיקלעך האט מען דאך נישט צייט דא זיך צו דרייען. דאך פשוט...
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ענדע צדיק! האט געשריבן:דער עולם פארט אויף די בערג און מדבריות, ס׳ ווערט ליידיג, עס גייט זיין רואיג דא ב״ה...

בערג און מדבריות זענען פון די ערשטע באשטאנדטיילן פאר א גוטע פאעזיע.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

קען איינער מסביר זיין וואס מיינט פאעזיא?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: ברוכים הבאים צום גרויזאמע 'פאעזיע און גראמען' אייוועלט פארמעסט - זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

היכי תמצא האט געשריבן:
eller האט געשריבן:מיין חבר קאלט מיר כ'קום דיר נאר מיט א דערמאנונג
פרעג איך איך אים מיט שפאנונג.
פון וואס רעדסטו, כ'האב נישט קיין איינונג..
זאגט ער מיר דו ווייזט נישט וואס איז אין פלאנונג
גיי ארויף אייוועלט ס'טוט זיך א געדראנונג
און שפאן שוין איין דיין אינק.

גיי איך ארויף אויף די 'אידישע וועלט
צו זעהן פון וואס יענער שרייט און שעלט
און יאפ כ'זעה וואס מ'האט אהערגעשטעלט
די עולם זיצט ליידיג אין געצעלט
ס'פליסט אריין אנעפלאוימענט און קינדער געלט
האט מען זיך ארויפגעצויגען די פארמעסט בעלט

אבער פארוואס פונקט היינט
פרעג איך אייך מיין פריינט
איז עס געווארן געפלאנט
מיין וועקאציע טאג האט נאכנישט אויפגעשיינט
פאר מיין בעל הבית איז עס בכלל נישט אינטערסאנט
אז כ'זאל אויסטון די ארבעט הענטשוך פון האנט

טא ווייס איך נישט צו כ'בין גרייט צום פארמעסט
די נעקסטע פאר טעג וועל כ'זעהן, כ'געסט
אבער מיין ברכה פאר יעדעם די גרעסט
גיבטס ארויס די טאלאנטס די בעסט
און לאמיר זעהן ווער ס'גייט געווינען די טעסט
און ארויסקומען די גרעסטע צום לעצט!

אויב דאס האסטו אזוי ארויס געטראסקעט מיט א פרישקייט אויפ'ן מאמענט, קען איך מיך קוים פארשטעלן וואס דו גייסט שרייבן פאר'ן פארמעסט. מיר ווארטן....

זעה וואס כ'האבגעשריבן פאר אייינעם אין אישי..
נאכדעם וואס יענער האט מיר געשריבן אז ער האט נישט געוויסט אז כ'קען גראמען..

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת
ביטע מיט א גרינג הארץ אן נעם עס
טאקע די אויבערשטער האט מיר די חוש געגעבן
אבער ווען דו זעהסט ווען די גרויסע ארבעט פייל ביי מיר דערנעבן
קען איך נישט אין די גראמען וועלט אריינלעבן
הגם אמאליגע צייטן
שוין א צייט א ווייטן
פלעגט מען אין די גראמען אשכול רייטן
און די עולם האט זי מיט גראמען געטון בייטן

אבער די צייט איז שוין א פארגאנגענהייט
ווען מ'האט שוין נישט קיין סאך ליידיג צייט
און קוק ווי שטייט
און אונזער שטומפיג דער זיסקייט
ווייסט אפילו נישט אז צו גראמען ער פארשטייט
אזוי אויך אין די דריי ווערטער אשכול
זענען מיר געווען מיט א פילע מויל
ארויסברענגענדיג גראמען בכח אל הפועל
איי איי געווען צייטן לעכטיג און וואויל..

עניוועי צו גיין אין א פארמעסט
דארך איך אנטון א לייוו וועסט
צו ארויסברענגען מיין בעסט
און געווינען די טעסט
דאס נעמט צופיל מחשבות א גייסט
סא.......

עניועוי כ'וועל זעהן וואס ס'וועט זיין
אבער צו דיין פלאן
מיין ברכה איך שיק אריין
ס'זאל זיין מיט אסאך הצלחה מכאן
ס'זאל ארויסקומען מיטן ריכטיגע שיין
אפילו אויב כ'גיי נישט מיט מיטן שפאן...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”