מיין מאמע מיט מיין דייעט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

זיץ איך נעכטן נאכט אין מיין קאר אויפ'ן וועג אהיים פון שול מיט א חבר מיינע ווען מיין טעלעפאון קליגט, מיין מאמע זז''ג איז אויף די אנדערע ליין, ס'מאכט זיך נישט אפט אז מיין מאמע קאלט מיר סתם אזוי 10:00 ביינאכט אבער זעט אויס אז ביי איר אינדערהיים איז רואיג אן זי זוכט מיט וועם צו רעדן.
נאך א מינוט צוויי רעדן איבער אלץ און אלעמען הייבט זי אן צוגיין צו די נקודה פארוואס זי האט גערופן.

"זלמי, דו מוזט אנהייבן א דייעט!" לאזט זי פאלן די באמבע.

'אוי וויי,' טראכט איך צו מיר. 'א דייעט? נאו וועי... ס'הייבט זיך מיר אן איבערשפילן אין געדאנק אלע דייעטס וואס איך האב שוין אלץ אויספראבירט... אנגעהויבן אלס בחור'ל ווען מ'איז אראפגעפארן קיין מאנסי צו עפעס א פרוי וואס איז א ''נוטערעסיטעטיסט'', א וואס? כ'קען נאך אלץ נישט ארויסזאגן די ווארט אבער וואס זי האט געטון מיט מיר קען איך שוין גוט ארויסזאגן... א גאנצע פלאן האט זי מיר אויסגעשטעלט ווען צו עסן און וואס, פאר פרישטאג האט זי מיר פארגינט א קען טונא מיט איין קליינע לעפעל לייט מייאנעיז, פאר לאנטש פיר רייס קעיק מיט צוויי אמעריקען טשיז, און פאר סאפער טשיקן מיט א האלבע פאטעיטא.

אבער דא האט זיך ארויסגעוויזן איר גוטהארציקייט ווען זי האט מיט פאטאס אויסגערופן אז זי לאזט מיר עסן א א זאמד טראק פון גרינע וועדזשטעבלס... כ'ווייס אפילו נישט וואס האט געטראכט ווען זי האט מיר געזאגט אז מיינע באליבטע טאמעיטאס אפילו ס'איז וועדזשטעבלס איז עס נישט אזוי גוט פאר דייעט... און נאך אלעם האב איך דערצו געדארפט יעדען טאג אויפשרייבן אויף א קאלענדער וואס איך האב אלץ געגעסן.
די ענדע פון דעם דייעט איז געווען ווען איך האב נאך צוויי וואכן זיך אפמוטשען מיט די הונגעריי אויפגעשריבן אויף דעם קאלענדער וואס איך האב געגעסן ביי סנעק מיט גרויסע אותיות:

"זיבן טשונגאמס"

די נעקסטע דייעט איז געווען אפאר יאר שפעטער דעמאלטס ווען די דייעט ספרעי האט איבערגענומען די מארקעט, עכ"פ קול מבשר האבן זיי זיכער איבערגענומען... און מיר האבן באשלאסן דאס אויסצופראבירן. מ'האט אנגעהויבן מיט א מורא'דיגע התחדשות און אריינגעשפרונגען אין דעם דייעט מיט א שטארקע ערנסטקייט אריינשפריצנדיג דעם וואונדער ספרעי אין מיין גוף ווארטנדיג זי זאל זיך צוזאמציען... פארשטייט זיך אז דאס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, די הונגער און גלוסטעניש נאך ריעל פוד האט איבערגעשטיגן די איינרעדעניש אז די וואסער מיט די מאדנע גערוך באווייזט מיר צו האלטן אין די ראמען, און נאך צוואנציג טעג אריין אין די דרייסיג האב איך מיך אויפגעפליקט אויף א קריספי באגעט וואס האט נאכגעפאלגט א צונאמי סטייל פרישטאג און מיך זאט געמאכט פאר א וואך.

אבער די שבע יפול צדיק וקם האט מיך ווייטער באגלייט ווען די בארימטע תניא דייעט האט אויסגעשפרייט אירע פליגלען און מיך מיטגענימען אויף זייער רייד. דער אמת איז אז דא בין איך שוין געווען עלטער, און זאכן זענען געווען גרינגער. איך האב טאקע אראפגערוקט א שיינע סכום פונטן, אבער פון די אנדערע זייט האט די מלאך האכילה פארלייגט כוחות אז איך זאל צוריקקומען צו זיין זייט, און פארשטייט זיך נאך עטליכע חדשים מעסטן עסן און צומאלן סמאאדי'ס בין איך צוריקגעגאנגען צום אמאל ווען פרישטאג באשטייט פון א געשמאקע סעסעמי סטיק מיט א הויפן טונא באגלייט מיט א זעכצן אונסיגע קאלטע קאפי, נישט די שוגער פרי פארשטייט זיך...

דזשאסט פאר די רעקארד, נאך עטליכע חדשים עסן ווי א ראקעט האב איך ווידער באשלאסן צו גיין אויף תניא אבער האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, און דא שטיי מיר היינט. מיין מאמע בעט זיך אז איך זאל נאכאמאל אנהייבן א דייעט.

"מאמי, פליז..." זאג איך איר גוטמוטיג. "ס'איז נישט פאר מיר דעי דייעטעראציע." האפנדיג אז זי מיינט עס נישט ערנסט...
"נישטא אזא זאך," זאגט זי. "דו מוזט לאזן אפאר פונט, עס איז א סכנה צו זיין איבערוואגיג," פראבירט זי צו ניצן דעם מער שרעקעדיגע מהלך.
''קוק אהער," פראביר איך מסביר צו זיין. "איך האב שוין געטרייט אפאר מאל און דערווייל איז עס נישט געלונגען, זעט אויס ס'איז באשערט פאר די קלאודינג סטארס צו מאכן פרנסה אויף מיר..."
"אקעי סטאפ מיט די זשאוקס, איך האב נישט קיין פראבלעם אז דו ביסט איבערוואגיג," פראבירט זי מיר אויפמערקזאם מאכן. "איך אויך נישט," האק איך אריין מיט א שמייכל...
"אקעי, איך האב געטרייט," זאגט זי. "כ'האף איין טאג וועסטו מיר נאך פאלגן. עניוועי א גוטע נאכט, העמער רעדן."

איך לייג אראפ דעם טעלעפאן און איך רוף מיר אן צו מיין חבר וואס זיצט נעבן מיר, "וואס וויל זי פון מיר?"

"שאאאקס!!" איך האב געכאפט א טרייסל, פאר א סעקונדע בין איך פארפרוירן געווארן. איך האב מיך געשעמט אים צו קוקן אין פנים...
ער קוקט מיר אן, איך קוק צוריק, זיין בליק איז פארווייטאגט און ער רופט זיך אן, "דאנק דעם באשעפער אז דו האסט א מאמע."

מיין חבר וואס האט פארלוירן זיין מאמע אפאר יאר צוריק וואלט זיך געפריידט אז זיין מאמע רופט אים אן און צווינגט עם צו גיין אויף א דייעט אפילו ער האלט אז ס'איז נישט פאר אים, ער וואלט געגארט צו קענען טון א טובה פאר זיין מאמע מיטן אויפפיקן עפעס א קלייד פון די מומע וואס ער גייט אויך דארפן צוריקטראגן א טאג שפעטער ווייל ס'מעטשט נישט אפילו ער איז אינמיטן די ארבעט, ער וואלט געוואלט קענען ארויפלויפן צו זיין מאמע ערב שבת אפטראגן א קוגל און באקומען א פסק פארן שמוציג מאכן די פלאר, ער וואלט ווען באצאלט אלעס וואס ער האט צו קענען ארויפגיין מיט זיינע קינדערלעך ערב ראש השנה זאגן לשנה טובה, אבער ער האט ליידער נישט קיין מאמע...

די נקודה איז בכלל נישט קיין חידוש, אבער ווען מען שפירט עס אליינס האט עס א אנדערע באדייט.

טייערע אידן, אז איר האט נאך א טאטע מיט א מאמע מכבד צו זיין, אויסצוהערן, ארויסצוהעלפן, טוט דאס מיט א גליקליך הארץ אפילו ווען עס איז שווער און אומבאקוועם, אפילו ווען מען דארף אוועקפארן אויף יו''ט, אוועקגיין פון א קופקע, ארויפקריכן אסאך סטעפס... ווייל נישט יעדער האט דאס!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יענע חבר הייסט עפעס אזא מין ווארט ווי באטאמטקייטן?....


צום עצם הענין - ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5255
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די פראבלעם דיינע הייבט זיך אן ביי דיין ניק...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

גאר א אמת׳ע פוינט! און אויך כיבוד אם אויב דו פאלגסט איר..

און בד״וו, געווען א געשמאק צו ליינען
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער א שיינע ארטיקל.

א דאנק.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

ווען די פאנטשליין איז עפעס גאר אנדערש ווי ערווארטעט... פיין געשריבן!
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

שטארקע נקודה
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

א 5 סטאר רעיטינג!!

קום נאר אריין מער אפט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

עמעזינג! דעיס איז געווען א פעסטע סלייס פרישע קוגל פאר ליל שישי.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יש לו מנה האט געשריבן:א 5 סטאר רעיטינג!!

קום נאר אריין מער אפט.

אז יש לו געט 5 סטארס, דארפעך שוין גארנישט צולייגן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ארויפגעברענגט א שמייכל, א דאנק.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווייל א מאמע בלייבט א מאמע, און קוגל בלייבט פריש...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדיג פיין געזאגט!! נהניתי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4668
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

יש לו מנה האט געשריבן:א 5 סטאר רעיטינג!!

קום נאר אריין מער אפט.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

;l;p- ;l;p-
יישר כח. קיפ איט קאמינג!!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

הר גריזים האט געשריבן:גאר א אמת׳ע פוינט! און אויך כיבוד אם אויב דו פאלגסט איר..

און בד״וו, געווען א געשמאק צו ליינען
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

געשמאקע ארטיקל פרישע, נהנתי מאוד.

דו האסט גאטס זיך צו וואגן צו רעדן אפילו פון דייעט בעצם יום האכילה ג׳ אייר...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שלמה מולכו האט געשריבן:געשמאקע ארטיקל פרישע, נהנתי מאוד.

דו האסט גאטס זיך צו וואגן צו רעדן אפילו פון דייעט בעצם יום האכילה ג׳ אייר...

גוטע פריינט קומען אייביג אן שפעט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שיינע ארבעט זלמי... (איך האך דו הייסט נישט עכט אזוי ווייל איך קען איינעם זאלמי וואס דארף א דייעט).

סיי זאפטיג און גוט געשריבן, און סיי א אייזענע נקודה.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

הארזים האט געשריבן:די פראבלעם דיינע הייבט זיך אן ביי דיין ניק...

;l;p- זשאסט זאלסט וויסן, איך בין בכלל נישט קיין גרויסע קוגל ליבהאבער, כ'האב דווקה גענומען די ניק צילוב וואס איך האב געוואלט קיינער זאל מיר נישט מגלה זיין אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אלץ א וויסטע דורעכפאל... עניוועי'ס ברויך א עקסטערע שמעוס.

עכט היימיש האט געשריבן:שיינע ארבעט זלמי... (איך האך דו הייסט נישט עכט אזוי ווייל איך קען איינעם זאלמי וואס דארף א דייעט).

סיי זאפטיג און גוט געשריבן, און סיי א אייזענע נקודה.

ווען איך שרייב ווען יואלי וואלסטו אויך געמיינט אז די קענסט מיר ווייל דו קענסט איינעם יואלי וואס ברויך א דייעט?
שכח פאר די קאמפלימענטן!

שלמה מולכו האט געשריבן:געשמאקע ארטיקל פרישע, נהנתי מאוד.

דו האסט גאטס זיך צו וואגן צו רעדן אפילו פון דייעט בעצם יום האכילה ג׳ אייר...

שכח שלומה, כ'ווייס נישט פארוואס אבער איך בין העפי צו זען א קאמפלימענט פון דיר... קען זיין ווייל די קענסט מיין מאמע...
----
האב נישט מורא, איך האב מיך געוואשן פאר א ברייטע פרישטאג דעם ג' אייר...

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווייל א מאמע בלייבט א מאמע, און קוגל בלייבט פריש...

;l;p-

יש לו מנה האט געשריבן:א 5 סטאר רעיטינג!!

קום נאר אריין מער אפט.

שכח פאר די רעטינג, כנעם עס גערן, לגבי אריינקומען מער אפט העסטע מיזן רעדן צו מיין בעל הבית, אבער רוף מיר פארדעם ווייל איך אפאר זאכן וואס איך וויל ער זאל וויסן

מקווה איד האט געשריבן:ארויפגעברענגט א שמייכל, א דאנק.

א דאנק פאר דיין דאנק.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

איצל פיצל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
יישר כח. קיפ איט קאמינג!!

שכח פאר דיר... העמער פרובירן צו קיפן איט קאמינג... אויב וועט זיין צייט.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איך הער דעיס כסדר פון מיין טאטן וואס האט פארלוירן זיין מאמע אין זיין יוגענט, ער זאגט עס כסדר ווען מענטשען קרעכצן וועגן זייער מאמע

זינגטס אלע צוזאמען: אוי מאמע מייייייייייין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הערליך פרישע .......
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מיין מאמע מיט מיין דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א יודישע מאמע דאס איז די שענסטע אויף דער וועלט דער וואס האט פארלירן דער ווייסט וואס איך מיין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”