איז מיין בחור'ל צו פרום?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:49 pm

דאס איז אן אפט געפרעגטע שאלה. מיין בחור'ל נעמט אידישקייט זייער ערנסט. אפשר טרייבט ער איבער דאס שטריקל? פון וואו ווייס איך ווען עס הייבט אן צו ווערן אומגעזונט? למעשה אלע גרויסע מענטשן האבן געארבעט אויף זיך. און געריסן פון זיך שטיקער. פון די אנדערע זייט ווייסט מען נעבעך גענוג פון בחורים וואס האבן רואינירט זייער נפש מיט אן אומגעזונטע אנגעשטרענגטע סדר היום. איז ווי אזוי ווייס איך ווען עס דארף מיך אנצינדן א רויט לעמפל? און ווען איך דארף זיך גאר פרייען צו וואס פאר א חשוב'ע בחור איך האב זוכה געווען?

קלער איך צו מיר אזוי. די עיקר חילוק כאפט, צי דער בחור טוט וואס ער טוט ווייל ער "וויל" עס טוען, אדער ווייל ער פילט אז ער "מוז" עס טוען. אויב טוט ער עס ווייל ער "וויל", דעמאלטס איז דאס געזונט און גוט. אבער טאמער טוט ער עס נאר ווייל ער פילט אז ער "מוז" דאן טויג נישט. ס'איז דא א בחור וואס איז גאר פרום, ער לערנט און דאווענט געוואלדיג, ווייל ער "וויל" דאס. און ווילן קען זיין אסאך דרגות. ער קען "ווילן" זיין א רעספעקטירטער מענטש ווען ער ווערט עלטער. אפשר "וויל" ער יעצט באקומען אטענשאן*. און אפשר "וויל" ער טאקע דינען דעם אויבערשטן, און ער פארשטייט אז דאס איז זיין עבודת ה'. אדער קען זיין אז ער טוט עס ווייל ער פילט אז ער "מוז" זיין א רעספעקטירטער מענטש ווען ער ווערט עלטער. ער "מוז" יעצט באקומען אטענשאן. ער "מוז" יעצט דינען דעם אייבירשטן אויף דעם וועג, ווייל אויב נישט וועט נישט טויגן, צוליב סיי וועלכע סיבה.

און לאמיר זיך אפשטעלן אויפן לעצטן זאץ. ישאול השואל. אוודאי "מוז" ער דינען דעם אייבירשטן. וואס דען? איז דען דא א פרי קאנטרי? ער איז דאך כשר גערעכט?

איז אזוי. קודם פשוט געענטפערט. אמת. ער "מוז" טאקע. אבער לאמיר קודם צונעמען. פארוואס פילט ער אז ער מוז? איז דאס טאקע וועגן זיין אידישע געפיל צו תורה ומצוות? אדער אפשר איז דאס בלויז ווייל ער מוז פשוט באפרידיגן זיין צוקלאפט נפש מיט עפעס ספעציעל. און ווען ער וואלט ווען געווען א גוי רח"ל, וואלט אים זיין צוקלאפט נפש אויך געשטופט צו אויספירן דוקא שווערע אונטערנעמונגן. כגון, ער וואלט געטוען פארשידענע געפארפולע אוונטואריסטישע זאכן. אדער סתם אזוי זיך איבערגעלערנט אין קאלעדזש?

און לאמיר שוין זאגן אז ער טוט עס יא באמת ווייל ער פילט אז ער "מוז" עס טוען אלץ זיין אידישקייט. לאמיר אבער אריינקלערן. יעדער מענטש האט געברויכן וואס ער "מוז" טוען. ער מוז עסן און טרינקען, ער מוז שלאפן, ער מוז פארברענגען מיט אנדערע מענטשן, און יא, ער מוז אויך ארבעטן שווער צו ברענגען פרנסה. וואס פאר א טעם וואלט אבער דאס לעבן געהאט ווען א מענטש זאל ווען פילן אז ער טוט די אלע זאכן ווייל ער "מוז"? ער גייט יעצט עסן ווייל ער "מוז", ער גייט יעצט רעדן מיט א חבר ווייל ער "מוז", ער גייט יעדן טאג אריין אין דזשאב ווייל "יוי! איך מוז.."? דאס לעבן וואלט קיין טעם נישט געהאט. נאר וואס? דער מציאות איז אז דער מענטש האט אין פאקט למעשה הנאה פונעם עסן און פונעם שלאפן, און אפילו אינעם דזשאב האט ער א געשמאק אין וואס ער טוט, ממילא אפילו ער "ווייסט" גראדע אז ער "מוז" עס טוען, אבער טוען טוט ער עס ווייל ער "וויל".

אוודאי מוז מען זיין א איד. נישטא קיין צוויי ברירות. אבער אויב דער עיקר "טרייב-קראפט" איז דאס אז ער "מוז" עס טוען, דאן האט דאס לעבן נישט קיין טעם. און ס'ענדיגט זיך אפט מאל נישט גוט. מ'מוז טוען תורה ומצוות ווייל מ'פילט אז "מ'וויל" דאס טוען. מ'פארשטייט די חשיבות פון וואס מ'טוט, און דערפאר "וויל" מען עס טוען.

און דא קומט אריין נאך א וויכטיגע נקודה. אין די תורה שטייט "ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת המות וכו' ובחרת בחיים". דער עיקר וואס דער באשעפער האט געוואלט אז דער מענטש זאל טוען, איז אז ער זאל "אויסוועלן" צו טוען וואס ער טוט. אויב א מענטש פילט אז ער איז געצווינגן צו טוען וואס ער טוט, דאן וואס איז דער עבודת ה' דא? ווי פאסט זיך שכר ועונש אויף דעם? נאר וואס דען, דער מענטש דארף צוגיין צו תורה ומצוות אויף א וועג אז ער זאל פילן "איך בין בחור בטוב". "איך טוה דאס מרצוני הטוב ווייל איך פארשטיי דאס חשיבות דערפון". הרב בלאך שליט"א איז זיין ספר "ובחרת בחיים" איז מאריך דערין, און ברענגט א שלל פון ראיות אויף דעם. דער גאנצער ספר איז אויף דעם געבויעט. כדי אריינצוקוקן דארט.

ס'איז נאר וויכטיג צו צולייגן א פונקט. אוודאי איז דא פאלן וואס דער מענטש דארף ארויסנעמען פון קעשענע דעם געפיל אז ער "מוז" טוען תורה ומצוות, און ער "טאר" נישט טוען פארקערט. אבער דאס איז נאר בעת נסיון. ווען עס מאכט זיך אז א מענטש האט א נסיון, און ס'איז אים שווער זיך צו מתגבר זיין, דאן "יזכיר לו יום המיתה". זאל ער גוט וויסן אז ס'איז נישטא קיין צוויי ברירות. ודע שעל כל אלה יביאך אלוקים במשפט. דאס איז אבער נאר בעת נסיון. אבער ווען עס קומט צום טאג טעגליכן עבודת ה', דארט דארף עס דירעקט יא צוגיין מיטן "בחירה בטוב". מיטן טוען אזוי ווייל איך "וויל" אזוי.

יעצט קומט די שאלה, ווי אזוי קען איך טאקע וויסן, וואס ס'איז די סיבה פארוואס מיין בחור'ל ( אדער איך אליין) טוט וואס ער טוט? ווי אזוי ווייס איך צו ער טוט אזוי ווייל ער פילט אז ער "מוז" עס טוען (ווי אזוי עס איז דער מציאות לכאורה ביי רוב בחורים, זינט קיין גרויסע הבנה אין אידישקייט איז ליידער נישט פארהאן), אדער איז ער יא פון די ריכטיגע עובדי ה' וואס טוען אזוי ווייל זיי "ווילן שטרעבן און גארן" צו טוען דעם רצון ה'?

קלער איך. אז דער פשוט'ער וועג דאס צו זעהן, איז צו קוקן אויף זיין מנוחת הנפש. איז ער א רואיגער פרייליכער בחור? אדער א אנגעצויגענער פארמאכטער בחור? איז זיין וועג פון זיך מעורר זיין צו עבודת ה' מיטן זאגן א גאנצן צייט "יענקל יענקל, וואס וועט זיין מיט דיר?!!.." און דערנאך קומט א פינף שעה רצופות אן קיין הפסקה? אדער איז ער סאליד און מיט געשמאק לערנט ער פינף שעה רצופות.

יעצט וואס טוה איך אויב איך האלט אז מיין בחור'ל איז פונעם ערשטן סארט, און ער טוט טאקע אלעס נאר ווייל ער פילט אז ער "מוז"? איז אזוי. קודם דארף מען האלטן אן אויג זיכער צו מאכן אז ער שטערנגט זיך נישט איבער. דהיינו ער טוט נישט קיין זאכן וואס זיין נפש ווערט צוזעצט דערפון. און אויב טוט ער יא, דארף מען פרובירן אים צו משכנע זיין אז ער זאל זיך אביסל בארואיגן. אדער אליין, אדער דורך די מחנכים. יעצט אפילו נאכדעם וואס ער טוט נישט קיין צעדרייטע זאכן, איז נאך אלץ נישט געזונט אז דאס וואס ער טוט יא, זאל ער ווייטער נאר טוען ווייל ער פילט אז ער "מוז". איז דארף מען לכאורה טוען צוויי זאכן. איינס, פרובירן צו היילן דעם נפש. ס'מוז נישט זיין אז מ'דארף האבן עפעס א גרויסע מומחה צו דעם. מיט א אפענע שמועס מיטן בחור קען מען מעגליך ארויסבאקומען וואס זענען זיינע זאכן וואס קוועטשן אים, פארוואס פילט ער אז ער "מוז" אזוי שטארק טוען דאס און יענץ. אפאר מאל קען זיין אז עס איז קליינע מינדערוויכטיגע זאכן. ווי למשל ער האט אן עלטערע ברודער, גאר א חשוב'ער, און ער האט מורא אז אויב וועט ער נישט זיין פונקט ווי יענעם וועלן אים זיינע עלטערן/מחנכים אראפקוקן, וכדומה.

די צווייטע זאך איז: אריינשיינען אור. אויב מ'קען נישט אליין, קען מען פרובירן אנצו'שדכ'נען עמיצן וואס קען יא. לערן מיט אים (זיך אליין) אידישקייט. די באדייט פון עם ישראל, פון תורה ומצוות. פון דביקות. פון נשמת ישראל. וכו' וכו'. ווי מער אור עס וועט זיין, וועט ער אויטאמאטיש אנפאנגען צו טוען זאכן מער ווייל ער פארשטייט דאס, און ער "וויל" דאס טוען. ווי איידער ווייל ער "מוז" דאס טוען.

_______

* נאר געווענליך אויב איז דאס נאר א "ווילן" וועט ער זיך נישט אזוי איבעררייסן פארדעם. אויב רייסט ער זיך אזוי איבער, דאן איז דאס ווארשיינלעך ווייל ער פילט אז ער איז געצווינגען צו דעם. אנדערש איז ביי 'אידישקייט ווילן', וואס דער גליק איז אזוי גרויס אז עס פארלאנגט טאקע דער אנשטרעגונג. משא"כ נארמאלע שטייגערליכע לעבן, האט דער באשעפער אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך נישט דארפן צורייסן צו קענען לעבן א צופרידן לעבן.

--
געשריבן איז דאס בנוגע דעם איד וואס איז נאכנישט פארהייראט המכונה 'בחור', אבער קוקט מיר אויס אז עס איז אסאך נוגע פאר אונז אליין.

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:56 pm

הלוואי נאר אזעלכע פראבלעמען

אוועטאר
tesla
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך tesla » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:06 pm

הערליך שיין געשריבען. זייער א וויכטיגע פוינט. אין זייער קלאר צענומען.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט

אוועטאר
tesla
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך tesla » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:08 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:הלוואי נאר אזעלכע פראבלעמען

די באשעפער זאל אפהיטען צי וואס אזאלכע פראבלעמען קענען ברעינגען. :cry:
לעצט פאראכטן דורך tesla אום דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:08 pm

דער זאגט גוט!!

יעדעס ווארט ריכטיג!!
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

נאך איינער
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:18 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:הלוואי נאר אזעלכע פראבלעמען

איי געס איך זענט נישט באקאנט וויפיל גיטן אין ציבראכנע שטיבער דאס האט גורם געווען די לעצטע פאר יאר,
לעצט פאראכטן דורך נאך איינער אום דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:20 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:הלוואי נאר אזעלכע פראבלעמען

הלוואי אביסל קוגל מיט פיקל אין נישט אזעלכע פראבלעמען ח"ו

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך אזוי גוט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:23 pm

Haklal האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:הלוואי נאר אזעלכע פראבלעמען

הלוואי אביסל קוגל מיט פיקל אין נישט אזעלכע פראבלעמען ח"ו

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:27 pm

האסט זייער א גיטע פוינט, אבער די וועג ווי אזוי די לייגסט עס אראפ און די ציטיילסט עס צו ער וויל צו ער מיז, איז נישט אינגאנצען ריכטיג, א בחור וואס לערנט פלייסיג ווייל ער מיז, איז גארנישט שלעכט און עס ווייזט נישט אויף גארנישט ראנג, עס געשעיט גארישט פאר איינעם אויב ער לערענט פלייסיג אדער ער דאווענט ערליך.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסע מחנך וואס איז מסביר די זאך אז מען קען אמאל זען אז בחורים קענען האבן פראבלעמען ווייל מען לערנט צו פלייסיג, האט ער געזאגט אז קיינער ווערט נישט משוגע פון לערנען פלייסיג, אבער אסאך מאל צוליב מען איז משוגע וועגן דעם לערנט די בחור פלייסיג, על פי רוב ווען די זעסט א בחור לערנעט פלייסיג מער ווי א נערמאלע מענטש קען פארנעמען איז די סיבה ווייל ער איז נישט קיין נערמאלע מענטש, די פראבלעמען וואס ער האט דאס האט עם געמאכט לערנען פלייסיג, און נישט די לערנען פלייסיג האט עם געמאכט די פראבלעמען.

עס קיקט מיר אויס ווי דאס ווילט איר ארויסברענגען, אבער דאס וואס די האסט אנגעכאפט אז אויב ער לערענט ווייל ער מיז ווייזט עס אויף א פראבלעם איז נישט אזוי, עס איז נישט קיין שים פראבלעם אז א בחור לערענט פלייסיג און דאווענט ערליך ווייל ער מיז, ווילאנג ער לערענט ווי א נערמאלע מענטש און דאווענט ווי א נערמאלע מענטש.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

ווינדאוי
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:06 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך ווינדאוי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:40 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:הלוואי נאר אזעלכע פראבלעמען

די פראבלעם האט שוין ציגרינט געלייגט אסאך בחורים פאר ווער ס'ווייסט

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:40 pm

זיסע פיש האט געשריבן:האסט זייער א גיטע פוינט, אבער די וועג ווי אזוי די לייגסט עס אראפ און די ציטיילסט עס צו ער וויל צו ער מיז, איז נישט אינגאנצען ריכטיג, א בחור וואס לערנט פלייסיג ווייל ער מיז, איז גארנישט שלעכט און עס ווייזט נישט אויף גארנישט ראנג, עס געשעיט גארישט פאר איינעם אויב ער לערענט פלייסיג אדער ער דאווענט ערליך.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסע מחנך וואס איז מסביר די זאך אז מען קען אמאל זען אז בחורים קענען האבן פראבלעמען ווייל מען לערנט צו פלייסיג, האט ער געזאגט אז קיינער ווערט נישט משוגע פון לערנען פלייסיג, אבער אסאך מאל צוליב מען איז משוגע וועגן דעם לערנט די בחור פלייסיג, על פי רוב ווען די זעסט א בחור לערנעט פלייסיג מער ווי א נערמאלע מענטש קען פארנעמען איז די סיבה ווייל ער איז נישט קיין נערמאלע מענטש, די פראבלעמען וואס ער האט דאס האט עם געמאכט לערנען פלייסיג, און נישט די לערנען פלייסיג האט עם געמאכט די פראבלעמען.

עס קיקט מיר אויס ווי דאס ווילט איר ארויסברענגען, אבער דאס וואס די האסט אנגעכאפט אז אויב ער לערענט ווייל ער מיז ווייזט עס אויף א פראבלעם איז נישט אזוי, עס איז נישט קיין שים פראבלעם אז א בחור לערענט פלייסיג און דאווענט ערליך ווייל ער מיז, ווילאנג ער לערענט ווי א נערמאלע מענטש און דאווענט ווי א נערמאלע מענטש.

קודם כל, איך רעד דאך בעיקר פון א בחור וועם מ'קען חושד זיין אין "צופיל" פרומקייט. דאס הייסט אז אויב טוט ער עס ווייל ער "מוז" דעמאלטס שטרענגט ער זיך איבער.

אבער ווי איך באריר שפעטער, איז נישט ריכטיג אז עס געשעהט גארנישט ווען איינער טוט אלעס נאר ווייל ער "מוז" אפילו ער טוט נישט עפעס אויסטערלישע זאכן. סיי ווייל דער לעבן פארלירט דעם טעם. מ'קען נישט טוען אגאנצן טאג זאכן ווייל "מ'מוז". כ'רעד שוין נישט פון דעם אז איין טאג קען אידישקייט ספעציעל ווערן פאר'מיאוס'ט רח"ל. ווייל דאס איז גורם אזויפיל סטרעס. אבער אויך ווייל נישט דאס איז וואס דער אייבירשטער וויל פון אונז. ער וויל מיר זאלן אים דינען ווייל מיר זענען "בוחר", נישט ווייל מיר פילן געצווינגען. כמוזכר בפנים...
--
א דאנק פאר דיין תגובה. איך האב הנאה פון טשאלענדזעס. כ'לאדן יעדעם איין זיך צו דינגען, אדער אויפקומען מיט בעסערע טעאריעס. אזוי ווערן זאכן אויסגעשלייפט.

ווינדאוי
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:06 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך ווינדאוי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:51 pm

איך כאפ נישט פונקלעך די הגדרה , ווען א בחור לערנט זיך איבער ווייל ער דמין'ט אז ער גייט אויסוואקסן א גדול לערנט ער אויך ווייל ער "וויל"?
אגב איך האב דורך געליינט א ביכל הייסט עפעס BURNOUT ער צולייגט שיין די גאנצע סוגיא

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:05 pm

זייער גוט געשריבן.
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שבעה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות

האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מח בקדקדו » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:12 pm

זייער א גוטע נקודה @מחשב, שכח!

דער פראבלעם פון 'מוזן', איז נאר ווען עס איז א 'נפשיות'דיגע' מוז. ווען דער בחור שפירט אז ער מוז זיין א מתמיד, ווייל אויב נישט גייט ער זיך פילן עקלדיג, שלעכט און ליידיג. דאס איז א קראנקע מוזן, און דאס ברענגט סטרעס, וויבאלד דאס גאנצע התמדה איז לכתחילה געבויעט אים צו ראטעווען פון שפירן שפירן שלעכט מיט זיך אליין. ממילא האט ער א פחד פון שפירן שלעכט, ממילא יעדע רגע וואס ער לערנט נישט פאלט ער צוריק צו זיין פחד אז "אויב גיי איך נישט יעצט לערנען גיי איך זיך פילן שרעקליך".

דאס ברענגט אים צו זיך צו שטופן צו דערגרייכן צו א שלימות, נאר ווען ער טוט זאכן בשלימות שפירט ער זיך זאט, וויבאלד אויב איז דא א לאך אין די התמדת התורה, קומט אים צוריק דער שלעכטער געפיל.

משא"כ ווען א מענטש איז מצד זיין נפש פריי בוחר צו זיין בטוב או ברע, וויבאלד ער האט נישט קיין אינערליכע פחדים אדער שלעכטע געפילן וואס לויפן אים נאך. נאר מחמת וואס דער אויבערשטער האט געהייסן לערנען, ווייסט ער אז ער 'מוז' לערנען. אזא איינער האט הרחבת הדעת און האט נישט דעם אינערליכן געפילישן דראנג צו דערגרייכן צו שלימות עס פעלט אים נישט אויס מצד זיין נפש. ווייל אפילו ווען ער פאלט דורך און שמועסט אפ אזא שעה צוויי, קען ער גרינג אננעמען דעם "וואס איז געווען איז געווען", צוליב וואס ער האט נישט דעם דאגי וואס זאגט אים "שעמסט זיך נישט? דו ליידיג גייער דו!".
הנשמה שבמוחי

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:28 pm

איינס פון די בחורישע דמיונות איז אז ער גייט זיין די קומענדיגע פוסק הדור, מ’הייבט אן בויען בנינים פון לופט, און מ’חלומט שוין ווי ביי די נעקסטע סיום הש’’ס זיצט ער אויבן אן אינדערמיט.

עה... נישט ממש די נעקסטע אבער אין פופציג יאר ארום גייט ער זיין די אנערקענטע גדול ביי ’’אלע’’ קרייזן, אזש אז ס’לאזט אים נישט איינשלאפן ביינאכט פון עקסייטמענט, און צוועלפע כאפט ער זיך אז ער איז אויף צרות ווייל זיין זייגער קלונגט שוין 3:45, וואס הייסט? טענה’ט ער, הרב וואזנער איז שוין אויפגעשטאנען 2:30, מ’איז עפעס געקומען צו שלאפן דא??

דאס איז א זאך וואס רוב בחורים פון געזונטע נארמאלע שטובער גייען דורך, כ’געדענק אז כ’האב אמאל געטראפן א אינגע בחור, קוים שיעור א’ ישיבה קטנה, און כ’האב אים געפרעגט, אז איך געב דיר צוויי קנעפלעך צו דרוקן, איינס אז דו דרוקסט ווערסטו א ר’ חיים קניבסקי, און די צווייטע אז דו דרוקסט ווערסטו א ביל געיטס, ער האט גענטפערט ביל געיטס, איך געב אים אלס משל ווייל ער איז נעבעך געקומען פון א צובראכענע שטוב, אבער א נארמאלע געזונטע נפש באלאנגט פאר אים צו האבן דמיונות אויף שרויפן.

עס איז דא וואס טשוכענען זיך אויס פון די חלום ערגעץ אינמיטן ישיבה קטנה, און וויבאלד זיין חלום איז אויס ווערט ער צופראסקעט, און דאן איז א פראבלעם.

עס איז דא וואס כאפן די וואונק אנהייב ישיבה גדולה, און זיי זענען גענוג ערוואקסן צו פארשטיין אז אפילו ער גייט נישט זיין די נעקסטע צעהן בענדערדיגע שו’’ת ספר, ברויך ער אבער זיין א ערליכע אפגעהיטענע איד, מיט שיעורי תורה, און ער איז באפרידיגט.

דעי וואס כאפן נאך די חתונה דעם אמת, אוי... דאמאלטס איז ביטער ווי א זית, א מענטש איבער די צוואנציג זעהט שווער און אז ער האט געמאכט א טעות, אז ער האט זיך געפאפט, און ווען ער כאפט שוין יא, צוברעכט אים עס אינגאנצן.

דאס איז אלעס פאר די בעלי דמיון, וואס רובא געזונטע בחורישע נפשות גייען דאס דורך, אויף איינע פון די דריי אויבערדערמאנטע אופנים, כאטש נישט אייביג רעאגירן זיי אזויווי כ’האב געשריבן, ס’מאכט זיך אסאך אז בחור אין ישיבה קטנה וואס געבט אויף זיין חלום, און ער בלייבט נארמאל, און ווערט נישט צואווילדעוועט.

און ס’איז אויך דא בחורים, ווייניג אבער ס’איז דא, וואס זיי זענען לאו קי בטבע, און ביי די דרייצן חלומען זיי נישט פון תשובה ספרים מיט גרויסע ישיבות, זיי זעהן פאר זיך טאיאטע סיענע מיט לעדערנע זיצן און שוין, אזעלכע קענען לערנען פלייסיג, און דאך סאם האו זענען זיי נישט געווארן אריינגעשלעפט אין דעי צויבער ראד.
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שבעה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות

האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

אוועטאר
Chr
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 12:55 am

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך Chr » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:29 pm

יש לו מנה האט געשריבן:איינס פון די בחורישע דמיונות איז אז ער גייט זיין די קומענדיגע פוסק הדור, מ’הייבט אן בויען בנינים פון לופט, און מ’חלומט שוין ווי ביי די נעקסטע סיום הש’’ס זיצט ער אויבן אן אינדערמיט.

GOOD POINT
Trump supporter

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:36 pm

Chr האט געשריבן:

דיין ערשטע טריט אויפן וועלטעל איז זיכער געווען א גוטע.
:lol: :lol: :lol:
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שבעה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות

האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:11 pm

זייער שטארק און קלאר @מחשב!! ;l;p-
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:12 pm

הערליך @מחשב און @יש לו מנה.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:19 pm

מחשב האט געשריבן:און לאמיר זיך אפשטעלן אויפן לעצטן זאץ. ישאול השואל. אוודאי "מוז" ער דינען דעם אייבירשטן. וואס דען? איז דען דא א פרי קאנטרי? ער איז דאך כשר גערעכט?

די אמת איז - אז ווען א מענטש טרעפט זיך מיט א פראבלעם אין עבודת השם, און בכדי צו פאררעכטן דעם פראבלעם איז ער אוטומאטיש מזניח אביסל פון עבודת השם - בכדי צו קענען שפעטער צוריקקומען צו עבודת השם אויף א געזונטן און ריכטיגן אופן, דאן איז דאס גופא אויך א חלק פון זיין עבודת השם הפרטי. אדרבה ואדרבה - אפילו ער לאזט נאך פאר א שטיק צייט אין די חיצוניות'דיגע חלקים פון עבודת השם - אויב טוט ער דאס בכדי זיך אינערליך זיך אויפצובויען זיין נפש און זיין פנימית'דיגע השגה אין עבודת השם - דאן איז דאס אליין א חלק פון זיין עבודה, דאס איז איינע פון די טרעפ אינעם תהליך העבודה.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג אפריל 09, 2021 12:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:28 pm

ווינדאוי האט געשריבן:איך כאפ נישט פונקלעך די הגדרה , ווען א בחור לערנט זיך איבער ווייל ער דמין'ט אז ער גייט אויסוואקסן א גדול לערנט ער אויך ווייל ער "וויל"?
אגב איך האב דורך געליינט א ביכל הייסט עפעס BURNOUT ער צולייגט שיין די גאנצע סוגיא

וואס הייסט ער לערנט זיך "איבער"? אויב ס'איז אים געפאלן די איידיע פון זיין א גדול בישראל, נישט ווייל ער פילט אז אן דעם וועט נישט טויגן, נאר בלויז ווייל ער גלייכט זייער די איידיע, דעמאלטס הייסט עס נישט איבערגעלערנט. איי ער ארבעט זייער שווער? איי געס אז ער האלט אז ס'לוינט זיך. סא ס'איז נישט קיין גרויסע פראבלעם.

און אזוי ווי איך האב געשריבן אין די הערה אונטן, נארמאלערהייט וועט א מענטש זיך נישט איבעררייסן אויף א וועג וואס זאל שעדיגן זיין גייסט, סתם ווייל ס'געפעלט אים. אויב יא, איז דאס געווענליך א סימן אז ער פילט אז ער "מוז" עס טוען.

איך וויל פרובירן אביסל קלארער צו מסביר זיין. א מענטש האט געוואלדיגע כוחות. איבערמענטשליכע כוחות. ווען ער נוצט עס אויס אויף א וועג אז דער נפש איז צופרידן דערמיט, איז דאס פיין. דער פראבלעם ווערט ווען דער נפש אינערליך איז נישט צופרידן. ס'ווערט צוריסן. דעמאלטס געשעהט די חורבן. אויף דעם זאג איך. אז טאמער לערנט ער זיך איבער ממש אויף אזא אופן אז ס'שאדט אים, דאן איז עס זיכער ווייל ער פילט אז ער מוז עס טוען. אויב וואלט ער עס נאר געטון "ווייל ס'געפעלט אים דער געדאנק", וואלט ער איז נישט איבערגעריסן פאר דעם.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:30 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:זייער א גוטע נקודה @מחשב, שכח!

דער פראבלעם פון 'מוזן', איז נאר ווען עס איז א 'נפשיות'דיגע' מוז. ווען דער בחור שפירט אז ער מוז זיין א מתמיד, ווייל אויב נישט גייט ער זיך פילן עקלדיג, שלעכט און ליידיג. דאס איז א קראנקע מוזן, און דאס ברענגט סטרעס, וויבאלד דאס גאנצע התמדה איז לכתחילה געבויעט אים צו ראטעווען פון שפירן שפירן שלעכט מיט זיך אליין. ממילא האט ער א פחד פון שפירן שלעכט, ממילא יעדע רגע וואס ער לערנט נישט פאלט ער צוריק צו זיין פחד אז "אויב גיי איך נישט יעצט לערנען גיי איך זיך פילן שרעקליך".

דאס ברענגט אים צו זיך צו שטופן צו דערגרייכן צו א שלימות, נאר ווען ער טוט זאכן בשלימות שפירט ער זיך זאט, וויבאלד אויב איז דא א לאך אין די התמדת התורה, קומט אים צוריק דער שלעכטער געפיל.

משא"כ ווען א מענטש איז מצד זיין נפש פריי בוחר צו זיין בטוב או ברע, וויבאלד ער האט נישט קיין אינערליכע פחדים אדער שלעכטע געפילן וואס לויפן אים נאך. נאר מחמת וואס דער אויבערשטער האט געהייסן לערנען, ווייסט ער אז ער 'מוז' לערנען. אזא איינער האט הרחבת הדעת און האט נישט דעם אינערליכן געפילישן דראנג צו דערגרייכן צו שלימות עס פעלט אים נישט אויס מצד זיין נפש. ווייל אפילו ווען ער פאלט דורך און שמועסט אפ אזא שעה צוויי, קען ער גרינג אננעמען דעם "וואס איז געווען איז געווען", צוליב וואס ער האט נישט דעם דאגי וואס זאגט אים "שעמסט זיך נישט? דו ליידיג גייער דו!".

אינעם ארטיקל האב איך פרובירט צו מוכיח זיין אז אפילו אזא סארט "מוז" איז נישט געראטן. בינעך נייגעריג וואס דו זאגסט אויף די פונקטן וואס איך ברענג ארויס.
--

א דאנק פארן דאנק!

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:38 pm

יש לו מנה האט געשריבן:איינס פון די בחורישע דמיונות איז אז ער גייט זיין די קומענדיגע פוסק הדור, מ’הייבט אן בויען בנינים פון לופט, און מ’חלומט שוין ווי ביי די נעקסטע סיום הש’’ס זיצט ער אויבן אן אינדערמיט.

עה... נישט ממש די נעקסטע אבער אין פופציג יאר ארום גייט ער זיין די אנערקענטע גדול ביי ’’אלע’’ קרייזן, אזש אז ס’לאזט אים נישט איינשלאפן ביינאכט פון עקסייטמענט, און צוועלפע כאפט ער זיך אז ער איז אויף צרות ווייל זיין זייגער קלונגט שוין 3:45, וואס הייסט? טענה’ט ער, הרב וואזנער איז שוין אויפגעשטאנען 2:30, מ’איז עפעס געקומען צו שלאפן דא??

דאס איז א זאך וואס רוב בחורים פון געזונטע נארמאלע שטובער גייען דורך, כ’געדענק אז כ’האב אמאל געטראפן א אינגע בחור, קוים שיעור א’ ישיבה קטנה, און כ’האב אים געפרעגט, אז איך געב דיר צוויי קנעפלעך צו דרוקן, איינס אז דו דרוקסט ווערסטו א ר’ חיים קניבסקי, און די צווייטע אז דו דרוקסט ווערסטו א ביל געיטס, ער האט גענטפערט ביל געיטס, איך געב אים אלס משל ווייל ער איז נעבעך געקומען פון א צובראכענע שטוב, אבער א נארמאלע געזונטע נפש באלאנגט פאר אים צו האבן דמיונות אויף שרויפן.

עס איז דא וואס טשוכענען זיך אויס פון די חלום ערגעץ אינמיטן ישיבה קטנה, און וויבאלד זיין חלום איז אויס ווערט ער צופראסקעט, און דאן איז א פראבלעם.

עס איז דא וואס כאפן די וואונק אנהייב ישיבה גדולה, און זיי זענען גענוג ערוואקסן צו פארשטיין אז אפילו ער גייט נישט זיין די נעקסטע צעהן בענדערדיגע שו’’ת ספר, ברויך ער אבער זיין א ערליכע אפגעהיטענע איד, מיט שיעורי תורה, און ער איז באפרידיגט.

דעי וואס כאפן נאך די חתונה דעם אמת, אוי... דאמאלטס איז ביטער ווי א זית, א מענטש איבער די צוואנציג זעהט שווער און אז ער האט געמאכט א טעות, אז ער האט זיך געפאפט, און ווען ער כאפט שוין יא, צוברעכט אים עס אינגאנצן.

דאס איז אלעס פאר די בעלי דמיון, וואס רובא געזונטע בחורישע נפשות גייען דאס דורך, אויף איינע פון די דריי אויבערדערמאנטע אופנים, כאטש נישט אייביג רעאגירן זיי אזויווי כ’האב געשריבן, ס’מאכט זיך אסאך אז בחור אין ישיבה קטנה וואס געבט אויף זיין חלום, און ער בלייבט נארמאל, און ווערט נישט צואווילדעוועט.

און ס’איז אויך דא בחורים, ווייניג אבער ס’איז דא, וואס זיי זענען לאו קי בטבע, און ביי די דרייצן חלומען זיי נישט פון תשובה ספרים מיט גרויסע ישיבות, זיי זעהן פאר זיך טאיאטע סיענע מיט לעדערנע זיצן און שוין, אזעלכע קענען לערנען פלייסיג, און דאך סאם האו זענען זיי נישט געווארן אריינגעשלעפט אין דעי צויבער ראד.

דו רעדסט דא בעצם פון א אנדערע פראבלעם. נעמליך, דאס ווערן צופראסקעט פון דורכגעפאלענע עקספעקטעישאנס. היי עקספעקטעישנס. דאס איז עפעס וואס קען גורם זיין א התרשלות אין עבודת השם. אמת.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:42 pm

מחשב האט געשריבן:

די היי עקספעטעישאנס ברענגט אבער אז ער זאל אנהייבן טוהן איבערגעטריבענע זאכן.
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שבעה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות

האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז מיין בחור'ל צו פרום?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:54 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איינס פון די בחורישע דמיונות איז אז ער גייט זיין די קומענדיגע פוסק הדור, מ’הייבט אן בויען בנינים פון לופט, און מ’חלומט שוין ווי ביי די נעקסטע סיום הש’’ס זיצט ער אויבן אן אינדערמיט.

עה... נישט ממש די נעקסטע אבער אין פופציג יאר ארום גייט ער זיין די אנערקענטע גדול ביי ’’אלע’’ קרייזן, אזש אז ס’לאזט אים נישט איינשלאפן ביינאכט פון עקסייטמענט, און צוועלפע כאפט ער זיך אז ער איז אויף צרות ווייל זיין זייגער קלונגט שוין 3:45, וואס הייסט? טענה’ט ער, הרב וואזנער איז שוין אויפגעשטאנען 2:30, מ’איז עפעס געקומען צו שלאפן דא??

דאס איז א זאך וואס רוב בחורים פון געזונטע נארמאלע שטובער גייען דורך, כ’געדענק אז כ’האב אמאל געטראפן א אינגע בחור, קוים שיעור א’ ישיבה קטנה, און כ’האב אים געפרעגט, אז איך געב דיר צוויי קנעפלעך צו דרוקן, איינס אז דו דרוקסט ווערסטו א ר’ חיים קניבסקי, און די צווייטע אז דו דרוקסט ווערסטו א ביל געיטס, ער האט גענטפערט ביל געיטס, איך געב אים אלס משל ווייל ער איז נעבעך געקומען פון א צובראכענע שטוב, אבער א נארמאלע געזונטע נפש באלאנגט פאר אים צו האבן דמיונות אויף שרויפן.

עס איז דא וואס טשוכענען זיך אויס פון די חלום ערגעץ אינמיטן ישיבה קטנה, און וויבאלד זיין חלום איז אויס ווערט ער צופראסקעט, און דאן איז א פראבלעם.

עס איז דא וואס כאפן די וואונק אנהייב ישיבה גדולה, און זיי זענען גענוג ערוואקסן צו פארשטיין אז אפילו ער גייט נישט זיין די נעקסטע צעהן בענדערדיגע שו’’ת ספר, ברויך ער אבער זיין א ערליכע אפגעהיטענע איד, מיט שיעורי תורה, און ער איז באפרידיגט.

דעי וואס כאפן נאך די חתונה דעם אמת, אוי... דאמאלטס איז ביטער ווי א זית, א מענטש איבער די צוואנציג זעהט שווער און אז ער האט געמאכט א טעות, אז ער האט זיך געפאפט, און ווען ער כאפט שוין יא, צוברעכט אים עס אינגאנצן.

דאס איז אלעס פאר די בעלי דמיון, וואס רובא געזונטע בחורישע נפשות גייען דאס דורך, אויף איינע פון די דריי אויבערדערמאנטע אופנים, כאטש נישט אייביג רעאגירן זיי אזויווי כ’האב געשריבן, ס’מאכט זיך אסאך אז בחור אין ישיבה קטנה וואס געבט אויף זיין חלום, און ער בלייבט נארמאל, און ווערט נישט צואווילדעוועט.

און ס’איז אויך דא בחורים, ווייניג אבער ס’איז דא, וואס זיי זענען לאו קי בטבע, און ביי די דרייצן חלומען זיי נישט פון תשובה ספרים מיט גרויסע ישיבות, זיי זעהן פאר זיך טאיאטע סיענע מיט לעדערנע זיצן און שוין, אזעלכע קענען לערנען פלייסיג, און דאך סאם האו זענען זיי נישט געווארן אריינגעשלעפט אין דעי צויבער ראד.

דו רעדסט דא בעצם פון א אנדערע פראבלעם. נעמליך, דאס ווערן צופראסקעט פון דורכגעפאלענע עקספעקטעישאנס. היי עקספעקטעישנס. דאס איז עפעס וואס קען גורם זיין א התרשלות אין עבודת השם. אמת.

די היי עקספעטעישאנס ברענגט אבער אז ער זאל אנהייבן טוהן איבערגעטריבענע זאכן.

ס'ווענדט זיך צו ס'איז "עקספעקטעישאנס" אדער "רצונות". לאמיר געדענקן אז "איבערגעטריבן" מיינט עפעס וואס ס'איז זייער שווער פארן מענטש. ס'איז שווער פארן נפש. פאר איינעם קען 2 שעה זיין איבערגעשטרענגט, און פאר איינעם קען 5 שעה אויך זיין לייכט.

יעצט, ווען א מענטש האט היי "רצונות", שאיפות, איז דאס נישט קיין פראבלעם. ווייל העכסנס ווען ער וועט זעהן אז ס'איז אים צו שווער, וועט ער אויטאמאטיש מחליט זיין אז ס'לוינט זיך נישט. ער וועט ריקאנסידערן. דאס איז מעשים בכל יום. א מענטש וויל זייער שטארק א זאך, אבער ער זעט אז ס'איז צו שווער, געט ער עס אויף.

ווען עס ווערט אבער אן "עקספעקטעישן". דהיינו ער האט אן "ערווארטונג" אז אזוי וועט טאקע זיין מיט אים. דאן גייט דאס שוין אריין אין די "מוז" קאטאגאריע. ווייל ער הייבט אן פילן אז ער ""מוז" נאכקומען זיינע ערווארטונגען. ווייל אויב נישט איז ער א דורכפאל. דאס איז דער חילוק צווישן Wישעס, און עקספעקטעישאנס.
--
א דאנק פאר דיין קאמפלימענט תגובה אויבן.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], PetalBot און 7 געסט