יסורי הנפש

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גם אני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 1:10 am

יסורי הנפש

תגובהדורך גם אני » דינסטאג מארטש 23, 2021 2:01 am

משה א באקאנטע טעטיגער עסקן באקאנט איבערן שטאט מיט זיינע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן, געשעצט און באליבט ביי אלעמען, א געשמאק צו שטיין און זיין ד' אמות. קובע עתים לתורה מיט א פעסטקייט, דאווענט געשמאק, מחנך די קינדער לשם ולתפארת. שטארק מצליח אין זיינע געשעפטן. צו גאט און צו לייט.
איין טאג כאפט אים אן א שטארקע חולשה ער קען ממש נישט ארויס פון בעט. נא ס'וועט דורך גיין. ס'גייט אריבער נאך אפאר טעג ער גייט שוין צום דאקטער. צו מאכן די מעשה קורץ... די דאקטער לאזט אים וויסן אז ער ליידט אויף א שווערע מחלה ל"ע, און ער וועט דארפן דורך גיין שווערע באהאנדלונגען צו זיין געזונט בעז"ה.
אפאר וואכן שפעטער ער ליגט נעבעך זייער אפגעשוואכט ער האט קוים כח צו רעדן שוין אפגערעדט פון לערנען. אלע זיינע ידידים און משפחה געבן זיך אפ מיט אים. מקומט אים באזוכן, מ'איז אים מחזק אז ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן... אלע ארגענעזאציעס לייגן צו א האנט ארויסצוהעלפן מיט וואס מ'קען, פארשטייט זיך אז די דאגת הפרנסה ליגט בכלל נישט אויף אים יעצט.
משה אליין איז קלאר ביים דעת ער רעדט זיך אויס פאר זיינע חברים זיינע זארגן, ער איז מחזק זיינע קינדערלעך, און מיטן אויבערשטענס הילף וועט ער עס נאך פארציילן אין פריידן.

יעצט לאמיר זעהן וואס טוט זיך ביי יחזקאל... א טייערע איידעלע אינגערמאן קלוג און פארשטענדליך, נאך פינעף יאר אין כולל געווארן א שטיקל כלי קודש מאכט פרנסה צום לעבן. א געטרייע אשת חיל וואס שטייט אים צום האנט. פינעף לעכטיגע קינדער אא"וו. קלארע שאיפות אויף ווייטער.
פון איין טאג אויפן צווייטן לאזט זיך אראפ א שווארצע וואלקן אויף (אין) זיין קאפ, ער שפירט ווי די גאנצע וועלט האט זיך אים אויסגעלאשן, ער האט נישט קיין חיות און געדולד צו גארנישט, ער פילט אנגעצויגן און אנגעשטרענגט ווי א מענטש וואס דארף אויפקומען מיט א מיליאן דאלאר פון איין מינוט אויפן צווייטן... ער פילט נישט, הערט נישט, ער איז אינגאנצן אריינגעטוהן אין זיין צער.
ער וויל זיך ארויסזעהן פונעם מצב אבער ס'גייט נישט. ער פראבירט קודם צו גיין צום דאקטער, נאכן פעסטשטעלן אז אלעס איז ב"ה אין ארדענונג. הייבט ער אן מיט נאטורליכע זאכן טראפן שמיראכצער וכו' אבער גארנישט רוקט זיך נישט.
עס גייט דורך וואכן, חדשים און יאאארן וואס גארנישט רוקט זיך נישט ס'הייבט זיך אן א מסכת (פון די שווערסטע מסכתות...) פון מעדעצינען טעראפיסטן ארויף אראפ... ס'קומט זמנים ווי ימים טובים שמחות אלע מענטשן ארום זענען פרייליך אויפגעלייגט, אבער ער איז צוזעצט, צוקלאפט, צובראכן אויף שברי שברים פילט זיך עלנד אליינס מיט שווערע בערג אויפן קאפ, ער קען זיך נישט צוזאמנעמען צו גארנישט. ער קומט אהיים נאך א ביטערע שווערע טאג פון אינערליכע יסורים זיין קאפ איז נישט דא ער וויל אריינפאלן און זיך באגראבן אין בעט כאטש פאר די קומענדיגע 24 שעה... ער מוז אבער שמייכלען צו זיינע קינדער און בני בית. אפילו ער איז בכלל נישט דאהי... ער גייט אין בית המדרש ער דארף אנגיין געהעריג כאילו לא היה, ווייל ס'איז נישט מעגליך אז איינער זאל אים פארשטיין. אפילו זיין בעסטער חבר וואס ער האט אים שוין אלעס פארציילט איז אויך נישט אינטערסירט אים צו הערן קרעכצן יעדן טאג.

טייערע אידן! גלייבטס אפילו איר פארשטייט ב"ה נישט. אז די יסורים וואס דער יחזקאל גייט דורך איז טויזנטער מאל ערגער ווי דעם משה מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, מ'זאגט נאך פון צדיקים אז ריכטיגע יסורים של אהבה מיינט יסורי הנפש וואס איינער וואס גייט דאס נישט אדורך איז נישט מעגליך עס צו פארשטיין. מקען שרייבן גאנצע ביכער איבער וואס די מענטשן גייען נעבעך אדורך, ליידער איז דא אסאך צווישן אונז וואס גייען דאס דורך און דארפן אנגיין מיטן געהעריגן לעבן, קיינער אין די וועלט פארשטייט זיי נישט.

וואס מ'דארף ארויסנעמען פון דעם איז. קודם אז מקען קיינמאל נישט דן זיין א מענטש. און אויך נישט מקנא זיין יענעם ווייל דו האסט נישט קיין השגה וואס גייט פאר ביי יענעם.
און די וואס ווייסן נישט דערפון זאלן דאנקן דעם אויבערשטן און בעטן אויף זיך און אויף די קינדער א מ'זאלן ניצל ווערן פון יסורי הנפש, קיינער איז נישט פארזיכערט.
און די וואס גייען דאס דורך זאלן וויסן די גרויסע שכר פון קבלת יסורים באהבה. און אז דער כל יכול האט פאר יעדן א וועג ארויס ישועת השם כהרף עין.
און מיר זאלן אוודאי אפגעהיטן ווערן פון אלע ערליי יסורים לא הן ולא שכרן.
ווער עס האט צוצולייגן זאל עס ביטע נישט צוריקהאלטן פון די אידן וואס קוקן ארויס אויף יעדע ביסל האפענונג.

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך דייקן » דינסטאג מארטש 23, 2021 5:06 am

אוייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי

איך האב זיך היפש איבערגעקלערט אויב צו שרייבען דא אדער אין אישי, אבער למעשה האב איך באשלאסען צו שרייבען דאהי, ווייל אזוי וועט עס האפענטליך מחזק זיין מער אידען, און דערפאר שרייב איך אויך מיט מיין מער באקאנטער ניק.

ערשטענס זאגסטו ליידער אזוי גוט, אז ס'איז נישט פארהאן אזעלכע יסורים ווי יסורי הנפש רח"ל, ווי מ'שפירט אז מען איז נישט זיך, און כאילו א דיבוק האט זיך אריינגעזעצט אין מח און האט איבערגענומען די אייגענער מח, און פון אינדרויסען דארף מען נאך שפילען די געים און זיך אנטאן א מאסקע אויפן פנים, ווער רעדט נאך אז מען פראבירט עס צו באהאלטען אפילו פון די נאנטע משפחה און חבירים (אין מיין פאל האב איך עס באהאלטען אפילו פון מיין ווייב, אבער דאס רעקאמענדיר איך נישט פאר קיינעם), איך געדענק נאך די טעג וואס איך האב געוויינט און געדאווענט צום באשעפער אז ער זאל שוין נעמען מיין נשמה ח"ו, ווייל איך האלט עס ממש נישט אויס, יעדער סעקונדע שפירט זיך ווי לאנגע יארען, און די איינציגער וועג וואס איך האב פראבירט זיך צו מחזק זיין איז געווען דורכן טראכטען כאילו ביז די קומענדיגער נאכט וועט משיח קומען אדער ח"ו ..., ווייל אזוי קוק איך עס אן כאילו ס'וועט זיך נאר ציען פאר נאך איין טאג.
איי פארוואס שרייב איך דאס אלעס, ווייל איך געדענק אז פאר מיר איז געווען א שטיקל חיזוק ווען איך האב געליינט דא אויף אייוועלט אין עפעס א אלטער ארטיקל אז יסורי הנפש איז די שטערקסטע יסורים, און אזוי האב איך געשפירט כאילו איינער געבט מיר אנערקענונג אויף מיינע יסורים, און דאס איז מיר געווען אביסל חיזוק, איז ממילא האף איך אז ס'וועלען זיין אזעלכע וואס וועלען אויך באקומען חיזוק דורך מיין פריערדיגע פאר שורות.

צווייטנס איז גאר וויכטיג פאר יעדער איינער וואס האט [ערענסטע] יסורי הנפש רח"ל צו גיין ווי שנעלער צו א פסיכיאטער [און מען זאל, פארשטייט זיך, זיך נאכפרעגען פאר דעם ביי א דעת תורה וואס קען זיך אויס אין דעם פעלד ווער איז א גוטער אויסגעהאלטענער פסיכיאטער] פאר מעדיצינען, און פאר טערעפי, און מען זאל נישט שפירען ח"ו כאילו מען איז עפעס א "משוגענער", ווייל ס'איז א נארמאלער קרענק אזויווי אנדערע קרענק, און אזויווי מען קען זיין קראנק ח"ו אויף די הארץ אזוי קען מען זיין קראנק ח"ו אויף די קאפ, און ס'זענען געווען כמה גדו"י מפורסמים וואס האבען זיך אויך געראנגעלט מיט די פראבלעמען, און דאס איז למעשה געווען מיין גרעסטער פראבלעם, אז איך האב אפגעשטופט דאס גיין צו א פסיכיאטער עטליכע יאר, און איך האב זיך אומזינסט געמוטשעט עטליכע יאר.

דריטנס איז גאר וויכטיג צו וויסען אז בעזהשי"ת איז דא א וועג ארויס, און נאכן צוריקקומען צו זיך וועט מען שוין כמעט נישט קענען רילעיטען צו די אמאליגע יסורים, און מען וועט זיך שפירען בעז"ה ממש ווי תחיית המתים, און רובא דרובא דרובא מענטשען מיט יסורי הנפש קריכען ארויס פון דעם מיט די הילף פון די ריכטיגע מעדיצינען און די ריכטיגע טערעפי.

יעצט וועל איך שרייבען גאר בקיצור די טערעפי וואס האט מיר פערזענליך געהאלפען בעז"ה, און אפשר וועט עס העלפען פאר אנדערע, והיה זה שכרי.
א מענטש דארף וויסען אז ער האט די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע פעולות, און ס'איז נישט מעגליך פאר די מחשבות אדער הרגשים פון א מענטש אים צו צווינגען צו טאן, אדער נישט צו טאן, געוויסע פעולות [און דאס וואס א מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווען ער האט יסורי הנפש איז עס נאר ווייל ס'איז עם שווער זיך אויפצופירען ווי געווענטליך, און נישט ווייל ס'איז אוממעגליך, און ווי אויך ווייל ער איז איינגערעדט אז ס'איז אים אוממעגליך זיך אויפצופירען ווי געווענטליך], און ווי אויך דארף מען וויסען אז די מענטש האט אויך די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע מחשבות, ד. ה. אז ס'איז דא די ערשטער מחשבה אדער הרגש וואס קומט אריין אין די מענטשענס קאפ, וואס אויף דעם האט ער טאקע נישט די דירעקטער בעלות (נאר דורכן טאן די קומענדיגע פעולות וועלען די מחשבות פון זיך אליין אויפהערען אריינצוקומען אין קאפ אזוי פיל), אבער דאס האלט נאר אן ווייניגער פון א סעקונדע, און פון נאך די ערשטער סעקונדע האט די מענטש די בעלות צו איגנארירען די ערשטער מחשבה/הרגש אדער צו טראכטען פון דעם, איז וואס די מענטש דארף טאן, איז איגנארירען דער מחשבה, ווייל נאכען וויסען אז מחשבות אדער הרגשים קענען נישט צווינגען די מענטשנ'ס פעולות, איז שוין נישט וויכטיג צו טראכטען פון די מחשבות/הרגשים, און פארשטייט זיך אז די ערשטע פאר מינוט וועט די מחשבה/הרגש האלטען אין איין צוריקקומען צום מענטשנ'ס קאפ (ד. ה. די מחשבה הראשונה וואס ציט זיך א סעקונדע), אבער דורכן אנגיין מיטן לעבען ווי כאילו גארנישט, און נישט פאוקעסען אויף די מחשבה/הרגש [און נישט דוקא פאוקעסען אויף אנדערע זאכען, נאר זיך אויפפירען כאילו דער מחשבה איז קיינמאל נישט אריינגעקומען אין קאפ, און ווייטער אקיופייען די קאפ מיט די געווענטליכע מחשבות וואס ער וואלט געהאט אויב נישט פאר דער דראענדיגער מחשבה/הרגש], וועט עס ביז געציילטע מינוטען אוועקגיין בעז"ה, אבער ס'איז וויכטיג צו וויסען אז אויך טאמער וועלען די "בליץ מחשבות/הרגשים" וואס קומען פאר א סעקונדע, זיך נישט אויפהערען ביז אפאר מינוט, נאר זיי וועלען האלטען אין איין קומען, איז עס אויך נישט א פראבלעם, ווייל די עיקר יסורי הנפש קומט דורכן אריינטראכטען אין די מחשבות/הרגשים און אינגעיזשע"ן אין זיי (איך האב נישט א ווארט אין אידיש פאר דעם), און נישט פון די עצם מחשבה/הרגש [און די מעדיצינען וואס מען נעמט איז נאר אויף אפצושוואכן די מחשבות/הרגשים אז ס'זאל זיין גרינגער זיי צו איגנארירען, אבער בעצם איז מעגליך זיי צו איגנארירען אויך אן דעם, ווייל ווי געשריבען האט די מענטש די פולע בעלות אויף זיינע פעולות און מחשבות (פון נאך די ערשטער "בליץ מחשבה")].


נ. ב. אלץ וואס איך האב געשריבען איז נאר לויט מיין פערזענליכער עקספעריענס, אבער פארשטייט זיך אז יעדער איינער'ס אומשטענדען איז אנדערש, און מען קען נישט מקיש זיין איין מציאות צו א צווייטער, און פארשטייט זיך אז ס'דינט נישט אויף מעדיצינישער עדווייס אד"ג, נאר אויף למעשה דארף יעדער איינער זיך דורכרעדען מיט א דעת תורה וואס קען זיך אויס אין די ענינים און/אדער א באקאנטער לייסענסד דאקטער.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך נפש׳ל » דינסטאג מארטש 23, 2021 7:22 am

זייער קלאר ארויסגעברענגט,

עס איז מיר נאר אינטערעסאנט, איך האב געמיינט אז דו גייסט גראד אנקומען צום פוינט,
אז די צוויי מענטשן רעדט מען פון די זעלבע מענטש...

און ז׳איז זייער קלאר, דער וואס האט די יסורי הגוף האט פארשטאנען די נקודה אז יסורי הנפש איז ערגער, וועגן דעם האט זיין מוח אויף געטוישט און ממשיך געווען יסורי הגוף אנשטאט יסורי הנפש,

משא״כ די יסורי הנפש ליידענדער, לייד בגלוי גלייך פון דעם שורש
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

גם אני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 1:10 am

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך גם אני » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 6:14 pm

דייקן האט געשריבן:אוייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי

איך האב זיך היפש איבערגעקלערט אויב צו שרייבען דא אדער אין אישי, אבער למעשה האב איך באשלאסען צו שרייבען דאהי, ווייל אזוי וועט עס האפענטליך מחזק זיין מער אידען, און דערפאר שרייב איך אויך מיט מיין מער באקאנטער ניק.

ערשטענס זאגסטו ליידער אזוי גוט, אז ס'איז נישט פארהאן אזעלכע יסורים ווי יסורי הנפש רח"ל, ווי מ'שפירט אז מען איז נישט זיך, און כאילו א דיבוק האט זיך אריינגעזעצט אין מח און האט איבערגענומען די אייגענער מח, און פון אינדרויסען דארף מען נאך שפילען די געים און זיך אנטאן א מאסקע אויפן פנים, ווער רעדט נאך אז מען פראבירט עס צו באהאלטען אפילו פון די נאנטע משפחה און חבירים (אין מיין פאל האב איך עס באהאלטען אפילו פון מיין ווייב, אבער דאס רעקאמענדיר איך נישט פאר קיינעם), איך געדענק נאך די טעג וואס איך האב געוויינט און געדאווענט צום באשעפער אז ער זאל שוין נעמען מיין נשמה ח"ו, ווייל איך האלט עס ממש נישט אויס, יעדער סעקונדע שפירט זיך ווי לאנגע יארען, און די איינציגער וועג וואס איך האב פראבירט זיך צו מחזק זיין איז געווען דורכן טראכטען כאילו ביז די קומענדיגער נאכט וועט משיח קומען אדער ח"ו ..., ווייל אזוי קוק איך עס אן כאילו ס'וועט זיך נאר ציען פאר נאך איין טאג.
איי פארוואס שרייב איך דאס אלעס, ווייל איך געדענק אז פאר מיר איז געווען א שטיקל חיזוק ווען איך האב געליינט דא אויף אייוועלט אין עפעס א אלטער ארטיקל אז יסורי הנפש איז די שטערקסטע יסורים, און אזוי האב איך געשפירט כאילו איינער געבט מיר אנערקענונג אויף מיינע יסורים, און דאס איז מיר געווען אביסל חיזוק, איז ממילא האף איך אז ס'וועלען זיין אזעלכע וואס וועלען אויך באקומען חיזוק דורך מיין פריערדיגע פאר שורות.

צווייטנס איז גאר וויכטיג פאר יעדער איינער וואס האט [ערענסטע] יסורי הנפש רח"ל צו גיין ווי שנעלער צו א פסיכיאטער [און מען זאל, פארשטייט זיך, זיך נאכפרעגען פאר דעם ביי א דעת תורה וואס קען זיך אויס אין דעם פעלד ווער איז א גוטער אויסגעהאלטענער פסיכיאטער] פאר מעדיצינען, און פאר טערעפי, און מען זאל נישט שפירען ח"ו כאילו מען איז עפעס א "משוגענער", ווייל ס'איז א נארמאלער קרענק אזויווי אנדערע קרענק, און אזויווי מען קען זיין קראנק ח"ו אויף די הארץ אזוי קען מען זיין קראנק ח"ו אויף די קאפ, און ס'זענען געווען כמה גדו"י מפורסמים וואס האבען זיך אויך געראנגעלט מיט די פראבלעמען, און דאס איז למעשה געווען מיין גרעסטער פראבלעם, אז איך האב אפגעשטופט דאס גיין צו א פסיכיאטער עטליכע יאר, און איך האב זיך אומזינסט געמוטשעט עטליכע יאר.

דריטנס איז גאר וויכטיג צו וויסען אז בעזהשי"ת איז דא א וועג ארויס, און נאכן צוריקקומען צו זיך וועט מען שוין כמעט נישט קענען רילעיטען צו די אמאליגע יסורים, און מען וועט זיך שפירען בעז"ה ממש ווי תחיית המתים, און רובא דרובא דרובא מענטשען מיט יסורי הנפש קריכען ארויס פון דעם מיט די הילף פון די ריכטיגע מעדיצינען און די ריכטיגע טערעפי.

יעצט וועל איך שרייבען גאר בקיצור די טערעפי וואס האט מיר פערזענליך געהאלפען בעז"ה, און אפשר וועט עס העלפען פאר אנדערע, והיה זה שכרי.
א מענטש דארף וויסען אז ער האט די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע פעולות, און ס'איז נישט מעגליך פאר די מחשבות אדער הרגשים פון א מענטש אים צו צווינגען צו טאן, אדער נישט צו טאן, געוויסע פעולות [און דאס וואס א מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווען ער האט יסורי הנפש איז עס נאר ווייל ס'איז עם שווער זיך אויפצופירען ווי געווענטליך, און נישט ווייל ס'איז אוממעגליך, און ווי אויך ווייל ער איז איינגערעדט אז ס'איז אים אוממעגליך זיך אויפצופירען ווי געווענטליך], און ווי אויך דארף מען וויסען אז די מענטש האט אויך די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע מחשבות, ד. ה. אז ס'איז דא די ערשטער מחשבה אדער הרגש וואס קומט אריין אין די מענטשענס קאפ, וואס אויף דעם האט ער טאקע נישט די דירעקטער בעלות (נאר דורכן טאן די קומענדיגע פעולות וועלען די מחשבות פון זיך אליין אויפהערען אריינצוקומען אין קאפ אזוי פיל), אבער דאס האלט נאר אן ווייניגער פון א סעקונדע, און פון נאך די ערשטער סעקונדע האט די מענטש די בעלות צו איגנארירען די ערשטער מחשבה/הרגש אדער צו טראכטען פון דעם, איז וואס די מענטש דארף טאן, איז איגנארירען דער מחשבה, ווייל נאכען וויסען אז מחשבות אדער הרגשים קענען נישט צווינגען די מענטשנ'ס פעולות, איז שוין נישט וויכטיג צו טראכטען פון די מחשבות/הרגשים, און פארשטייט זיך אז די ערשטע פאר מינוט וועט די מחשבה/הרגש האלטען אין איין צוריקקומען צום מענטשנ'ס קאפ (ד. ה. די מחשבה הראשונה וואס ציט זיך א סעקונדע), אבער דורכן אנגיין מיטן לעבען ווי כאילו גארנישט, און נישט פאוקעסען אויף די מחשבה/הרגש [און נישט דוקא פאוקעסען אויף אנדערע זאכען, נאר זיך אויפפירען כאילו דער מחשבה איז קיינמאל נישט אריינגעקומען אין קאפ, און ווייטער אקיופייען די קאפ מיט די געווענטליכע מחשבות וואס ער וואלט געהאט אויב נישט פאר דער דראענדיגער מחשבה/הרגש], וועט עס ביז געציילטע מינוטען אוועקגיין בעז"ה, אבער ס'איז וויכטיג צו וויסען אז אויך טאמער וועלען די "בליץ מחשבות/הרגשים" וואס קומען פאר א סעקונדע, זיך נישט אויפהערען ביז אפאר מינוט, נאר זיי וועלען האלטען אין איין קומען, איז עס אויך נישט א פראבלעם, ווייל די עיקר יסורי הנפש קומט דורכן אריינטראכטען אין די מחשבות/הרגשים און אינגעיזשע"ן אין זיי (איך האב נישט א ווארט אין אידיש פאר דעם), און נישט פון די עצם מחשבה/הרגש [און די מעדיצינען וואס מען נעמט איז נאר אויף אפצושוואכן די מחשבות/הרגשים אז ס'זאל זיין גרינגער זיי צו איגנארירען, אבער בעצם איז מעגליך זיי צו איגנארירען אויך אן דעם, ווייל ווי געשריבען האט די מענטש די פולע בעלות אויף זיינע פעולות און מחשבות (פון נאך די ערשטער "בליץ מחשבה")].


נ. ב. אלץ וואס איך האב געשריבען איז נאר לויט מיין פערזענליכער עקספעריענס, אבער פארשטייט זיך אז יעדער איינער'ס אומשטענדען איז אנדערש, און מען קען נישט מקיש זיין איין מציאות צו א צווייטער, און פארשטייט זיך אז ס'דינט נישט אויף מעדיצינישער עדווייס אד"ג, נאר אויף למעשה דארף יעדער איינער זיך דורכרעדען מיט א דעת תורה וואס קען זיך אויס אין די ענינים און/אדער א באקאנטער לייסענסד דאקטער.

א גרויסן יישר כח הרב דייקן פארן ארויסקומען אזוי שטארק און קלאר ס'איז גאר שטארקע חיזוק פאר אסאך
די פראבלעם איז נאר אז אנצוקומען צו די ריכטיגע טעראפי איז גאר א לאנגע אויסגעמאטערטע וועג. און מען דארף גאר אסאך חיזוק נישט אויפצוגעבן.

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » פרייטאג מארטש 26, 2021 9:41 am

אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אינעם ״להתחזק״ נישט לאנג צוריק

בס״ד
עס ווערט יעצט דריי און אהאלב יאר פון ווען איך האב גענימען די פעדער אין האנט צי שרייבן איבער מיין עקספיריענס פאר די חשוב׳ע אויסגאבע ״להתחזק״ די ערשטע מאל,
דעמאלטס האב איך געשריבן נאכן ארויסקריכן פון א גאר שווערן מצב פון ענקזייעטי און פאניק אטאקעס בלויז מיטן עס פייטן און נישט זיך לאזן, דהיינו דורך עקסעפטן אלע סארטן פילינגס און נישט זיך דערשרעקן פון קיין פאניק אדער ענקזייעטי אטאקעס אדער אלע אומ׳באטעמ׳טע סימפטעמס וואס ענקזייעטי ברענגט מיט זיך, און זיך נישט צוריקהאלטן פון גארנישט וואס פלעגט מיר זיין ממש ווי א גהינום, צי איז דאס ביים גיין אין פארמאכטע פלעצער צי איז דאס ביים זיין אין א פלאץ מיט אסאך מענטשן ווי אין בית מדרש וכדו׳
איך האב דעמאלדס געשריבן איבער מיין עקספיריענס אז יעדעס מאל נאכדעם וואס איך בין דורך געגאנגען א שטארק אנגעצויגענע מצב גייסטיש פלעג איך א צייט נאכדעם ליידן פון שטארקע ענקזייעטי און פאניק אטאקעס עס פלעגט זיין בערך יעדע דריי יאר

והנה עס איז דורך פינקט דריי יאר און איך האב אנגעהויבן פילן אז דער אימבא׳טעמ׳טער בחור איז צוריק דא

פאר איך גיי ווייטער וויל איך מקדים זיין עטליכע הקדמות
איך בין בטבע זייער א ווייעכע און געטרייט מענטש עס איז מיר שווער צי זאגן ניין פאר א מענטש אפילו ווען ער בעט מיר אזאך וואס איז מיר זייער שווער, און אויך בין איך אזא איינער וואס ווען איך זעה אז מען דארף עפעס ארלעדיגן אין כלל אדער פרט ענינים וועל איך אריינשפרינגן דעראין מיטן גאנצן לייב און לעבן און ווערן אן אימבאצאלטער עסקן

אבער ווי דער סדר איז אז עס קומט נישט אן לייכט און אן עסקן כאפט ציזאם אסאך קריטיק וכדו׳ און טאקע פון מיין עקספיריענס האב איך געוויסט אז נאך אזא שווערע עסקנות מיט קריטיק קימט דער תקופת ענקזייטי אן צי מיר

נאך איין הקדמה, דאס מציאות איז אז רוב פון די מענטשן וואס ליידן אויף ענקזייטי האבן די אדער ענליכע נאטורן צי דאס וואס איך האב פריער דערמאנט

יעצט וועל מיר צוריקגיין ווי איך האב פריער געהאלטן,
נאכן ארויסקריכן דאס פאריגע מאל פון מיין מצב האב איך זיך טאקע פארגענימען צי שטיין ווייט פון סיי וואסערע עסקנות אדער מצבים וואס קענען גורם שווערע געפילן כדי איך זאל חלילה נישט אריינפאלן נאכאמאל אין שווערע מצב מיט ענקזייטי

אבער... א מענטש איז א מענטש, און דאס קעצעלע ציעט צי מילך... איך וועל נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן אבער זיך פילענדיג גוט פיל מיט ענערגיע בין איך נאכאמאל אריינגעשלעפט געווארן אין גרויסע עסקנות ווי איך האב געברויכט דילן מיט אסאך מענטשן אין נאך א שיין שטיקל צייט ווען מען האט שוין געשניטן פירות פון די ארבעט האט דאס ערווארטעטע נאכגעפאלגט עס איז געקימען שטארקע היץ פון ממש יחידים און איך האב געשלינגן און געשלינגן און געטאהן ווייטער וואס מען ברויך
און אין דער זעלבער צייט בין איך אויך דורך א שווערע צייט אין מיין פרנסה, איך בין דורך גאר אסאך עגמת נפש איך פלעג מיר ממש ארום דרייען אן א קאפ דערוועגן
צי מאכן א לאנגע מעשה קורץ, נאך אביסל מער ווי דריי יאר וואס איך האב נישט געוויסט פון קיין ענקזייעטי און פאניק אטאקעס צי זאגן האב איך איין שיינעם אויף דערנאכט געהאט א שטארקע פאניק אטאקע און ציביסלעך ציביסלעך איז די ענקזייטי געווארן ערגער און ערגער
איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז עס איז צייט צי גיין צי א טערעפיס
נאך א פאון קאל צי רעליעף האבן זיי מיר אנגעטראגן א היימישער טערעפיסט
מיין ערשטע פראגע צום טערעפיסט איז געווען זאל איך אנהייבן נעמען מעדיקעישן אדער זאל איך ווייטער פייטן מיט אכזריות
נאכן אויסהערן מיין גאנצע היסטארי האט דער טערעפיסט א גרויסע חסיד פון דאקטאר סארנא מיר אנגעהויבן אויסלערנען סארנא׳ס מעטאד
ער האט מיר פארציילט זיין עקספיריענס ווי דאקטאר סארנא האט אים ממש געראטעוועט און צוריק געברענגט צי א נארמאלן לעבן
די מהלך לגבי ענקזייטי ארבעט ענליך צי דאס וואס איך האב געלערענט אין די פארגאנגענהייט נאר גייט מיט א טריט פאראויס
איך וועל שרייבן דאקטאר סארנאס מעטאד אויפ׳ן שפיץ גופל לויט ווי איך האב עס פארשטאנען און דערנאך וועל איך עס אביסל פארברייטערן לגבי ענקזייעטי

א מענטש האט בערך 60,000 מחשבות א טאג א גרויסע רוב דערפון זענען אנקאנטשעס מחשבות דהיינו אז ער ווייסט ניטאמאל אז ער האט דאס געטראכט עס איז אין בעק פון די מיינד

עס זענען פארהאן פינעף סארטן שווערע פילינגס מיט וואס א מענטש קען זיך מיטשענען און דאס קען גורם זיין אסאך פראבלעמען פאר א מענטש אויב ער נעמט דאס נישט אויף ריכטיג

Fair
Anger
Sadness
Gilt and shame
Discussing

א מענטש און נאכדערצי אזאלעכע מענטשן ווי אונז מיט אזאלעכע האקעלע געפילן און ווייעכע הערצער קען האבן איינע פון די פילינגס אדער עטליכע נאך פון די גאר אינגע יארן אבער עס ליגט אינטערן באוויסטזיין און משך די יארן קימען צי נאך און נאך פון די עמאושענס און דער מח האלט און איין טראכטן דערפון אבער בלויז אינטערן באוויסטזיין דער מח וויל אבער נישט דארפן דיעלן דערמיט אויפ׳ן באוויסטזיין דערפאר שטיפט ער כסדר אוועק די שווערע געפילן אינטערן באוויסטזיין
ביז עס קימט א צייט וואס די מעסטל איז אזוי איבערגעפילט און די מחשבות האלטן שוין ביים ארויס קימען אויפ׳ן אויבערפלאך דאן קימט דער מח און הייבט אן מיט נייע מעטאדן צי פארשטיקן די שווערע געפילן און הייבט אן מיט פיזישע ווייטאגן געווענליך אויף א פלאץ ווי מען האט זיך ציקלאפט אדער מען שטרענג זיך איבער הייבט דארט אן שטארק וויי צי טוהן
אדער אלע אנדערע מיני סארט פיזישע באדי סימפטעמס ווי למשל מייגערעין העדעיקס, שוואכקייט, שוואכע אפעטיט, אנגעשטרענגטע מאסעלס, די הענט און פיס דריזלען אזוי ווי ווען מען זיצט לאנג אויף איין פלאץ וכדו׳ וכדו׳ אזוי אז דער מענטש זאל זיין פארנימען מיט די פיזישע ווייטאגן ווי איידער מיט די שווערע געפילן
זאגט דאקטאר סארנא אז מען ברויך רעדן צום מח און אים זאגן קלאר אזוי ווי מען רעדט צי זיך אליינס אז איך דערשרעק מיר נישט פון דיינע מעשיות איך ווייס דיינע שפיצלעך און עס מעג מיר וויי טוהן אדער באדערן דאס אדער יענס אבער איך ווייס קלאר אז איך בין געזינט אין שטארק עס פעלט מיר גארנישט!

און לגבי די שווערע פילינגס דארף מען דאס דווקא יא ארויסברענגן צום אויבערפלאך און עס דווקא יא פילן און וויסן ביי זיך אז מען מעג דאס פילן און עס שאטד נישט גארנישט
דאס איז עס אין קורצן ממש

און ווי ווינדערליך האט שוין די מעטאד אויסגעהיילט טויזענטער מענטשען בלי גוזמה פון אלע סארטן מיני מצבים

יעצט צוריק צי מיין פערזענליכע איבערלעבעניש
באמת האב איך שוין לאנג געוויסט אז מען ברויך עקסעפטן די ענקזייעטי און פאניק פילינגס און נאר אזוי גייט עס מיט די צייט אוועק
אבער דא בין איך געווארן געווארן אז אנשטאטס אנטלויפן פון די שווערע געפילן דארף מען דאס דווקא אקעגן גיין און אנשטאטס עס באגראבן טיף אין די קישקעס דארף מען עס יא פילן און זיך אויסלערנען צי פילן די סארט פילינגס און עס ארויסברענגען די מערסטע שייך פון די טיפעניש פון די מענטש

איבריג צי זאגן אז בחסדי ה׳ האבן זאכן אנגעהויבן גיין אויף א גיטע ריכטונג די פאניק אטאקעס האבן זיך אויפגעהערט זאכן האבן אנגעהויבן ווערן גרינגער,
פון צייט צי צייט האב איך נאך פארשידענע פיזישע סימפטעמס אבער נאכן חזרן פאר זיך עטליכע מאל אז איך ווייס אז עס איז גארנישט און איך בין געזינט אין שטארק גייען סימפטעמס אוועק נאך א שטיקל צייט

אוודאי מעג מען זיך און מען דארף זיך אויסטשעקן ביי א דאקטאר אויב אלעס איז אין דער ארדענונג אבער אויב דער דאקטאר זאגט אז מען איז אקעי דארף מען זיך נישט שרעקן און אנגיין מיט א שטארקייט און זיך נישט צוריק האלטן פון גארנישט פון סיי וואסערע פילינגס
נאך איין וויכטיגע טיפ, יעדעס מאל מען גייט דורך א געוויסע גייסטישע אדער פיזישע פילינג איז כדי מען זאל זיך דאס פארצייכענען אזוי אז ווען דאס פאסירט נאכאמאל זאל מען זיך נישט אזוי דערשרעקן דערפון און וויסן אז אזוי ווי פאריגע מאל איז אדורך ב״ה וועט עס יעצט אי״ה אויך דורכגיין

א גיטע עצה וואס קען העלפן ארויסברענגן די באהאלטענע סטרעס פון אינטערן באוויסטזיין און אזוי ארום פטור ווערן פון די סימפטעמס, איז מאכן א ליסט פון אלעס וואס באדערט דיר סיי זאכן פון די איגענט וואס די מיינסט אז די האסט שוין פארגעסן דערפון אבער באמת טוט דיר עס נאך וויי און סיי זאכן פון די שפעטערע יארן און אוודאי פון די איצטיגע תקופה אין וואס די שטייסט
נאכן מאכן די ליסט מאך זיכער פון צייט צי צייט דאס דורכציליינען

איך האף זייער אז מיינע שורות וועלן מחזק זיין אנדערע אידן

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:19 am

א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:39 pm

דייקן האט געשריבן:א מענטש דארף וויסען אז ער האט די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע פעולות, און ס'איז נישט מעגליך פאר די מחשבות אדער הרגשים פון א מענטש אים צו צווינגען צו טאן, אדער נישט צו טאן, געוויסע פעולות [און דאס וואס א מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווען ער האט יסורי הנפש איז עס נאר ווייל ס'איז עם שווער זיך אויפצופירען ווי געווענטליך, און נישט ווייל ס'איז אוממעגליך, און ווי אויך ווייל ער איז איינגערעדט אז ס'איז אים אוממעגליך זיך אויפצופירען ווי געווענטליך].

שווער צו פארשטיין. צום ביישפיל: ווען א מענטש האט א פחד פון שטיין נעבן א פארצוקענדע לייב, קענסטו טאקע טעארעטיש זאגן אז נאר זיינע הרגשים לאזן אים נישט שטיין דארט. אבער דאס מציאות איז אז ער קען נישט שטיין דארט.

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:16 pm

הגות תבונות האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:א מענטש דארף וויסען אז ער האט די פולשטענדיגער בעלות איבער זיינע פעולות, און ס'איז נישט מעגליך פאר די מחשבות אדער הרגשים פון א מענטש אים צו צווינגען צו טאן, אדער נישט צו טאן, געוויסע פעולות [און דאס וואס א מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווען ער האט יסורי הנפש איז עס נאר ווייל ס'איז עם שווער זיך אויפצופירען ווי געווענטליך, און נישט ווייל ס'איז אוממעגליך, און ווי אויך ווייל ער איז איינגערעדט אז ס'איז אים אוממעגליך זיך אויפצופירען ווי געווענטליך].

שווער צו פארשטיין. צום ביישפיל: ווען א מענטש האט א פחד פון שטיין נעבן א פארצוקענדע לייב, קענסטו טאקע טעארעטיש זאגן אז נאר זיינע הרגשים לאזן אים נישט שטיין דארט. אבער דאס מציאות איז אז ער קען נישט שטיין דארט.

ממש דער שאלה האב איך געפרעגט פון די טעראפיסט, און ער האט מיר געענטפערט אז אויך דארט איז בעצם מעגליך פאר די מענטש צו בלייבען אויף זיין פלאץ, נאר ווייל ער ווייסט דאך אין זיין מח אז די ריכטיגע זאך איז אוועק צו לויפען, און ס'איז נישט דא קיין סתירה צווישן זיין מח און זיין הרגש, ממילא וועט ער פארשטייט זיך אוועקלויפען, אבער ס'איז נישט אז ס'איז באמת אוממעגליך [נאר די ערשטער שפרינג וואס ער געבט גלייך ווען זעהט די לייב, איז טאקע אוממעגליך אפצוהאלטען, ווייל דאס קומט אין אינסטינקט, און איז גלייך צו וואס איך שרייב אויבען וועגען די ערשטע מחשבה וואס איז אוממעגליך צו האבען א דירעקטע השפעה אויף דעם, אבער פון גלייך נאכדעם איז בעצם מעגליך צו בלייבען אויף זיין פלאץ, ווייל די מח קען נישט באצווינגען די מענטשענ'ס הענט און פיס וואס זיי זאלען טאן], איז ממילא ביי פעלער ווען די מענטשענ'ס מח ווייסט אז ער דארף נישט טאן דער פעולה, און ס'איז נאר זיין הרגש וואס זאגט אים עס צו טאן, קען ער זיך אפהאלטען פון טאהן די פעולות, ודוק.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:34 pm

זייער פארשטענליך.

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: יסורי הנפש

תגובהדורך IMBZ » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:24 pm

יואל מייראוויטש : א אפהאנדלונג איבער סטרעס.
פאניק אטאקעס.
https://www.yiddish24.com/health/104/37102


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט