רעדן צו א קרובה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וויאזוי רעדט איר צו א קרובה?

'
21
42%
'
6
12%
'
9
18%
6
12%
8
16%
 
סך הכול שטימען: 50

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מוצ"ש ינואר 04, 2020 6:50 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א שרייבט קלאר אז ס'דא א חילוק צווישן פרעמדע פרויען, און שוועגערנס און מומעס מיט וועם מ'איז אויפגעוואקסן פון אלס קליין קינד,
ער פסק'ט אין ישראל קדושים אז די זעלבע כלל וואס ס'דא ביי א מאמע / שוועסטער, אז "דדמי כקאקי חיוורי" ד.ה. אז מחמת הרגילות ברענגען זיי נישט קיין תאוות, איז די זעלבע מיט שוועגערנס מיט וועם מ'איז אויפגעוואקסן,
משא"כ למשל די ווייבס געשוויסטער, אדער דיין יונגערע ברודערס ווייב, אדער אפי' אביסל עלטער - וואס מ'איז נישט אויפגעוואקסן מיט זיי אין שטוב - איז פינקט אזוי הארב (אדער נאך הארבער) פון א פרעמדע פרוי!
נאר, פינקט ווי ביי א פרעמדע פרוי מעג מען רעדן ווען מ'דארף, למשל א גראסערי קאשעיר, אדער אין ביזנעס, וכדו', אויף א גאר איידעלע אויפן, איז ביי א שוועגערין קען עס מער אויסקומען אז ס'זאל זיין נוגיע כמובן,

כ'האב נאך עפעס צו שרייבן איבער די נושא, כ'מיז לויפן, כ'האף אז די אשכול וועט נאך זיין בנמצא ווען כ'וועל צוריק קומען דערצו...


איך וואלט נישט געברענגט סורפרייזט אז די דמיונ'סט אדער חלומ'סט. אפשר ברענגסטו אראפ די גאנצע לשון פון ר' ישראל דוד און לאמיר זעהן צו ער זאגט דאס טאקע.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש ינואר 04, 2020 7:43 pm

שוועסטער, מאמע, אייגענע באבע / אייניקעל, איז נישט דא קיין יוחד

אין שלחן ערוך סימן כ"א,
קוקט אויס אז עס איז דא איין מין זאך עכ"פ וואס איז אין לבו נוקף וואס יחוד איז יא דא, איז אחות אביו,
איך מיין אז אחות אביו איז די איינציגסטע מומע וואס איז גרינגער ווי סתם א פרוי (אחות אמו ווייס איך נישט)

א צוגעקומענע קרוב, מומע, שוויגער, ניס, ברודער'ס ווייב, און אפילו אייניקעל/באבע, פון די ווייב'ס זייט, האבן א הלכה ווי א פרעמדע פרוי, לכל דבר.

יעצט לגבי רופן דו, איז בפשטות אסור נאר עס איז אסאך מאל מותר מפני הנימוס,
דא קומט אריין די 5טע שלחן ערוך, ווען איז מפני הנימוס

א שניר פסקנ'ט די ערוך השלחן איז נישט דא קיין איסור שאילת שלום, ווייל עס איז א חוב אויפן מענטש צו גריסן די שניר ווען זי קומט אריין (לכאורה מיינט ער מפני הנימוס)

די ריטב"א שרייבט ועקרי העניינים האלה תלוי הכל לפי דעת ויראת שמים
ואם יצרו נכנע וכפוף לו ואין מעלה טינא בלבו כלל אין חשש בשאילת שלום
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום מוצ"ש ינואר 04, 2020 8:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מוצ"ש ינואר 04, 2020 8:16 pm

קיינמאל נישט געהערט פון א 'איסור' צו רופן 'דו' (חוץ פון מיין רבי אין חדר וואס איז זייער באשטאנען דערויף..)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש ינואר 04, 2020 8:19 pm

ריכטיג איך האב מיר נישט גוט אויסגעדריקט, איך האב געמיינט צו זאגן די איסור פון שאילת שלום,
וואס דו איז א מידת חסידות אין די איסור פון שאילת שלום
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

לאמיר פארשטיין
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

תגובהדורך לאמיר פארשטיין » זונטאג ינואר 05, 2020 12:20 am

היימישער הייקער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ביי יעדע זאך אין יודישקייט קוקט מען צוריק "וויאזוי האבן אונזערע עלטערן זיך געפירט"
ביי מיינע עלטערן האב איך געזעהן א התנהגות פון דרך ארץ מיט איידלקייט!
דהיינו, גריסן, וואונטשן, און אפי' זיך נאכפרעגן איז געווען א נארמאלע זאך ביי א קרובה, אפי' ביי צוגעקומענע, סך מער ווי ס'איז איינגעפירט היינט ביי פרומע משפחות ווי מ'רעדט נישט.



זייער הנאה געהאט. שיין איידעל אראפגעלייגט. נאדיר א גרינער.

;l;p-



דרך אגב, מיין זיידע זז"ג איז אויך געווען כמעט ב"מ ביים קריג, וכן ראינו ביי אים, אז די קרובים רעדן קורצליך ציווישען זיך אויף גאר אן איידעלער אבער רעלעטיוו פריינטליכער שטייגער שטייגער.


און אזוי האבּ איך אויך געזעהן בּיי מיין זיידע און בּאבּע(over the90) און אויך בּיי מיין טאטע מאמע( 60 age) ווען זיי טרעפן א קרוב אפילו נישׁט א ערשׁטע קרוב אפילו אין גראסערי בּאגריסט מען זיך מען פרעגט זיך נאך וואס מאכט דיין טאטע ווי אזוי פיעלט דיין מאמע , מזל טוב פאר די לעצטע פאר שׁמחות און גיבּ איבּער א גריס
פארוואס איז דאס היינט נישׁט אזוי ? קוים וואס איך קוק אויף אלע מיינע קאזינס מענער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג ינואר 05, 2020 6:17 pm

די גאנצע ווארימקייט צו משפחה איז אמאל געווען אויף סאך א העכערע שטאפל

אדם א מענטש
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

תגובהדורך אדם א מענטש » מאנטאג ינואר 06, 2020 3:00 am

איינס האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פינקט פארקערט!
ביי יוחד איז נאך הארבער אין אזא פאל,
דאס טייטשט דאך "לבו גס בה"

וועט מען גיין נאכקוקן די מקור הדברים
איך קען נישט טרעפן יעצט די תוס

תוס איז אין קידושין
פארוואס שרייבט איר אזעלעכע הארבע זאכן פון זיכרון?

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:31 am

אדם א מענטש האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פינקט פארקערט!
ביי יוחד איז נאך הארבער אין אזא פאל,
דאס טייטשט דאך "לבו גס בה"

וועט מען גיין נאכקוקן די מקור הדברים
איך קען נישט טרעפן יעצט די תוס

תוס איז אין קידושין
פארוואס שרייבט איר אזעלעכע הארבע זאכן פון זיכרון?

מראה מקום פליז

איך האב נישט געשריבן צו פסקנן נאר צו שמועסן און יעדער פארשטייט אז מפסקנט נישט קיין הלכות ווייל א ניק אויף אייוועלט האט געשריבן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:40 am

איינס האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פינקט פארקערט!
ביי יוחד איז נאך הארבער אין אזא פאל,
דאס טייטשט דאך "לבו גס בה"

וועט מען גיין נאכקוקן די מקור הדברים
איך קען נישט טרעפן יעצט די תוס

תוס איז אין קידושין
פארוואס שרייבט איר אזעלעכע הארבע זאכן פון זיכרון?

מראה מקום פליז

איך האב נישט געשריבן צו פסקנן נאר צו שמועסן און יעדער פארשטייט אז מפסקנט נישט קיין הלכות ווייל א ניק אויף אייוועלט האט געשריבן

לענין דעם היתר פון בעלה בעיר, איז לבה גס בה הארבער
מקור: שו"ע אבהע"ז סי' כ"ב סעי' ח'
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:10 am

לענין דעם היתר פון בעלה בעיר, איז לבה גס בה הארבער
מקור: שו"ע אבהע"ז סי' כ"ב סעי' ח'

נישט פרשטאנען אויב דו באציסט זיך אויף מיינע ווערטער

עכ״פ מצד שני כבר דשו בה רבים וכבר נהגו איז אויך א מושג אין הלכה
און אזוי אויך וואס איך האב געברענגט די מושג פון היום בנות ישראל גדורים
מעין זה תוס׳ אין שבת שרייבט וועגן משמיע זיין קול אז היינט איז נישטא די גזירה פון מתקן זיין כלי שיר (און ווערט אפילו גענוצט להלכה)
מצד שני אין געוויסע פלעצער ווערט קלאר ארויס געבערענגט אז אפילו די סיבת הגזירה איז נישט שייך איז נאך הגזירה במקומה עומדת.

איך שרייב עס נישט אלטס מקיל זיין אדער ארויס נעמען א פסק פון מיינע ווערטער
נאר אז ווען איינער וויל ארויף קומען שרייבן הלכות זאל ער קודם דורכטון די נושא און ארויף ברענגען די גאנצע מעשה
אדער ברענג א פסק פון א רב וואס ער האט דורכגעטון די נושא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג ינואר 06, 2020 11:25 am

איינס האט געשריבן:
לענין דעם היתר פון בעלה בעיר, איז לבה גס בה הארבער
מקור: שו"ע אבהע"ז סי' כ"ב סעי' ח'

נישט פרשטאנען אויב דו באציסט זיך אויף מיינע ווערטער

עכ״פ מצד שני כבר דשו בה רבים וכבר נהגו איז אויך א מושג אין הלכה
און אזוי אויך וואס איך האב געברענגט די מושג פון היום בנות ישראל גדורים
מעין זה תוס׳ אין שבת שרייבט וועגן משמיע זיין קול אז היינט איז נישטא די גזירה פון מתקן זיין כלי שיר (און ווערט אפילו גענוצט להלכה)
מצד שני אין געוויסע פלעצער ווערט קלאר ארויס געבערענגט אז אפילו די סיבת הגזירה איז נישט שייך איז נאך הגזירה במקומה עומדת.

איך שרייב עס נישט אלטס מקיל זיין אדער ארויס נעמען א פסק פון מיינע ווערטער
נאר אז ווען איינער וויל ארויף קומען שרייבן הלכות זאל ער קודם דורכטון די נושא און ארויף ברענגען די גאנצע מעשה
אדער ברענג א פסק פון א רב וואס ער האט דורכגעטון די נושא

רב איינס, איך בין שרעקליך צימישט פון דיינע ווערטער,
מיינסטו צו שרייבן אז ביי געוויסע צוגעקומענע קרובות איז נישטא קיין איסור יוחד וועגן כבר נהגו און בנות ישראל גדורות?!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 06, 2020 11:27 am

איך זעה מיינע ווערטער זענען גענומען ווארן נישט ריכטיג
לאמיר מאכן אביסל סדר

כאניש וואס צו טוען האט געברענגט א פסק פון רב הארפענעס
האב איך געשריבן אז יתכן ער בויעט עס אויף א תוס׳ וואס שרייבט אויף א זאך וואס מפירט זיך שוין אז אנן נוהגין און מאיז נישט חייש צו דברי הג׳ ווייל בנות ישראל גדורים

איך בין נישט קיין רב און נישט קיין פוסק איך האב סתם ארויף געלייגט די נקודה
זהו ולא יותר

איך נאר שפעטער צוגעלייגט אז ווען איינער ברענגט א ציטאט פון שו״ע אדער עני פוסק וועגן איין הלכה און איז מדמה צו א צווייטע הלכה, איז עס נישט אזוי פשוט מדארף קענען די הלכות גרינטליך צו מדמה יין מילתא למילתא

נ.ב. איך קען נישט הלכות יחוד דורך און דורך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט