אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דו גייסט שוין אריין אין די חקירה אויב די חיוב צו זיין שיכור איז חל אגאנצן טאג מן הבוקר ועד הערב.
דאס הייסט אז מ'דארף אפדאווענען ותיקין, מקיים זיין משלוח מנות און מתנות לאביונים, דאן זי נעמען טרונקען עד דלא ידע,
און אויב די וויין וועפט אויס, ברויך מען ווידער טרונקען וויבאלד די חיוב איז כסדר צו זיין עד דלא ידע...


רביה"ק מ'סאטמער זי"ע האט א שיינע דרוש אויף דעם, היות די גמרא איז נישט געפינטעלט קען מען זאגן עד דלא ידע מיט א קמץ אינטער די יו"ד וואס איז א לשון עבר, דהיינו אויב מ'איז שוין צוגעקומען צום עד דלא ידע איז מען שוין מער נישט מחוייב, אדער אדער מיט א צירי עד דלא ידע א לשון להבא, דארף מען אייביג שטרעבן אנצוקומען צום עד דלא ידע, לפי זה אפילו מ'איז געווארן ניכטער דארף מען ווייטער טרינקן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אדער ניין.
די חיוב איז נישט זיין אין א מצב פון לא ידע, נאר צו 'טרונקען' עד דלא ידע. איז איינמאל מ'האט שוין געטרונקען דעם שיעור האט מען שוין יוצא געווען דעם חיוב...

דערמאנסט מיר, בשעת'ן טרינקען האט מיר איינער געוואלט מוכיח זיין אז ס'מיינט נישט עד דלא ידע פשוט פשט, ווייל א שיכור איז דאך פטור מכל המצוות, ממילא פארוואס שטייט נישט מיחייב איניש במשלוח מנות עד דלא ידע וכדו'.

האב מיר מיניה וביה געענטפערט, איז א ראיה אז אויך נאך דלא ידע ברויך מען אויך טרינקען.. און די עד יינט ועד בכלל.

און פארשטייט זיך גלייך געטרונקען נאך א כוסה'לע לכבוד דעם חידוש...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אוראייניקל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אדער ניין.
די חיוב איז נישט זיין אין א מצב פון לא ידע, נאר צו 'טרונקען' עד דלא ידע. איז איינמאל מ'האט שוין געטרונקען דעם שיעור האט מען שוין יוצא געווען דעם חיוב...

דערמאנסט מיר, בשעת'ן טרינקען האט מיר איינער געוואלט מוכיח זיין אז ס'מיינט נישט עד דלא ידע פשוט פשט, ווייל א שיכור איז דאך פטור מכל המצוות, ממילא פארוואס שטייט נישט מיחייב איניש במשלוח מנות עד דלא ידע וכדו'.

האב מיר מיניה וביה געענטפערט, איז א ראיה אז אויך נאך דלא ידע ברויך מען אויך טרינקען.. און די עד יינט ועד בכלל.

און פארשטייט זיך גלייך געטרונקען נאך א כוסה'לע לכבוד דעם חידוש...

דער חידוש איז זייער גוט! אבער דאס אז ר' אורי זאגט הערליכע חידושים איז בכלל קיין חידוש נישט...

אגב, אויב פאר יעדן חידוש האסטו אריינגעגאסן א פרישן כוס, האסטו געדארפט האבן געטרינקען גאר אסאך כוסות!...
---
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נעוודאי אזוי!! דער רמ"א זאגטעך יותר מלימודו!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

עמיצער מיטן פורים המשולש עקספיריענס?

איך האב זיך נאך נישט גענוג אויסגערוהט צו אפשרייבן גאנצע 3 טעג פורים אין ירושלים

אפגעזעהן די חלק פון די אלע וואס האבן שעות לאנג געקלעטערט אויף בערג און טאלן, דורך וועגן/נישט וועגן קיין ירושלים, צו זוכה זיין אריינכאפן נאך א טאג פורים אינעם הייליגן שטאט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיין טאגבוך פונעם פורים תשפ"א, האט קונה שביתה געווען אין מיין נסיעה טאגבוך אשכול, זעט דא:
viewtopic.php?p=2654001#p2654001
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

געזעהן.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איז אזוי,
פורים אויפדערנאכט גראג נאכן מגילה ליינען אריין צום שווער זז"ג, שיינע סעודה געווען בנים ובני בנים, מ'האמיר געטאנצן דארט פאר בערך א שעה צוויי,
געגאנגען שלאפן ארום 1:00,

אויפגעשטאנען 5:00 צו דאווענען ותיקין, געלערנט אביסל צווישן די שטילע שמו"ע און די הויעכע (בין מגילה למגילה)

פון 9:00 ביז 10:00 געטראגן משלוח מנות, נאכדעם איז ב"ב געגאנגען אין שול הערן די מגילה,
בשעת מעשה האב איך צוגעגרייט די לעכט
פון 11:00 ביז 12:30 המשך משלוח מנות, 1:00 א דרימל פאר א שעה,
2:00 זיך געוואשן ביים שווער,
3:00 אריבער צו מיר אהיים - קבלת קהל,

איך האב מיר אריינגעגאסן איין פלעשל וויין אונען וויין פלאש צו קענען האלטן חשבון אויף וויפיל איך טרינק אן זיך אויסמישן די באטלעך מיטן עולם, ווי אויך ווייס איך אז איין באטל קען איך זיכער דערהייבן, למעשה האב איך נישט געהאט קיין שטארקייט צו טרינקן נאך, איך האב געהאט פרעשור וועגן שבת,

איך האב פארגעסן צו אויסלעשן די מוזיק פאר די שקיעה, האט עס מיין אינגל אויסגעלאשן א האלבע שעה שפעטער...

נאכדעם בין איך ארויס אויפן וועג צום ביה"מ עס איז שוין געווען כמעט נאכט האט מיר א שכן אריינגעפאנגן פאר א מנחה, איך בין אים זייער דאנקבאר ווען נישט ווייס איך נישט אויב איך וואלט געדאווענט מנחה,

אזוי ווי איך האב שוין געמנחה'ט האב איך מיר אוועקגעדרייט פון צו גיין אין ביה"מ נאר ענדערש געגאנגן צו א פארברענג פון מיינע חברים, איך האב משער געווען אז זיי האלטן נאך אינמיטן, וכך הוה, ס'האט זיך געטון א פורס מפה אויף אלע באקן... ס'אלעס געווען דארט חוץ א טושטוך....

בערך א פערטל פאר אכט בין איך אריבער צום שווער, איך האב געדאווענט פארן עמוד (קאונטער) קבלת שבת,
אלע פרויען האבן זיך צוגעהערט,

ביי די סעודה איז שוין געווען האלב אויסגעוועפט,

אויף צו מארגנס איז געווען א בחינה פון לא נודע כי באו, נישט געשפירט קיין זכר פון נאכווייען,
צוליב איך האב נישט געטרינקן אזוי אסאך,

עס איז נאר געווען עד ולא עד בכלל,

ב"ה איך בין נישט שולדיג געבליבן, אום זינטאג שושן פורים האמיר אויסגעטרינקן צווישן צוויי און דריי פלעשער, עד כלות הנפש
מ'האמיר געדרש'נט אין הויעכע ענינים.......
איין קליינע חידוש בתוך די גרויסע שיכרות,

אז פורים און שושן פורים איז א בחינה פון שחרית און מוסף,
ווייל פורים איז געווען דורך מרדכי וואס איז יסוד און שחרים איז אויך יסוד, אבער שושן פורים איז א זאך וואס האט מיט ירושלים/בית המקדש וואס דאס איז כללות ישראל די סוד פון מלכות די זעלבע סוד פון מוסף בחינת כתר מלכות

צוריק צום ענין, עפעס געדענק איך בין איך ארויף שפעטער צו איינעם איך האב געלערנט זוהר פאר א האלבע שעה,

נאכדעם וועק איך מיך אויף איינס אזייגער אינמיטן די נאכט, מיין מויל איז מיר שטייף פון דיהיידרעישן,
איך האב געכאפט א באטל וואס ענטהאלט 1.5 ליטער, ביז 7 צופרי איז באטל שוין געווען ליידיג, ב"ה גארנישט געבראכן,
און מ'האמיר געהאט אלע אורות,

דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל מקיום ווערן אלעס וואס מ'האמיר געוויטשן, און ס'זאל שוין נתגלה ווערן משיח בן דוד במהרה בימינו
The Divided States Of America
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

זייער שיין. איין שאלה נאר, וואס האט שושן מיט ירושלים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

ביידע זענען מוקף חומה, און סאם האו איז ירושלים די איינציגסטע שטאט וואס איז מוקף חומה און האלט שושן פורים מעיקר הדין
The Divided States Of America
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יש בו האט געשריבן:ביידע זענען מוקף חומה, און סאם האו איז ירושלים די איינציגסטע שטאט וואס איז מוקף חומה און האלט שושן פורים מעיקר הדין

מימות יהושע בין נון
די היינטיגע ירושלים איז אלס סמוך ונראה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה האט געשריבן:מיין טאגבוך פונעם פורים תשפ"א, האט קונה שביתה געווען אין מיין נסיעה טאגבוך אשכול, זעט דא:
viewtopic.php?p=2654001#p2654001

מורא'דיג! נורא'דיג!! ש'טא קיין ווערטער.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”