געלעכערט אדר תשפ"א - נו וואדע... וואסטע געמיינט? / אינטערוויו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעכערט - אדר תשפ״א
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:41 am

געלעכערט אדר תשפ"א - נו וואדע... וואסטע געמיינט? / אינטערוויו

תגובהדורך געלעכערט - אדר תשפ״א » מאנטאג פאברואר 22, 2021 9:19 am

יעדער וואס דרייט זיך אין די קעלערן פון די מילתא דבדיחותא אשכול ווייסט פון “נו וואדע” צו זאגן, זייענדיג די קעניג פון דעם אשכול, און איז מהנה אלע ליינער!
מיר פרובירן דא צו כאפן א שמועס מיט @נו וואדע, ס’איז אים שווער אוועק צו געבן פון זיין טייערע צייט, אבער ער האט מסכים געווען צו ענטפערן עטליכע שאלות פאר די חשוב’ע ליינער.


א גוט יאר כבוד הרב! ס’איז שווער געווען דיר צו כאפן, מיר וועלן דיר נישט לאנג אויפהאלטן, נאר אפאר קורצע שאלות.
הארצן גערן!
איך בין זייער פארנומען, אבער לכבוד די חשוב'ע ליינער וועל איך ענטפערן, און אמת'ן וואלט איך ווען געוואלט אנגיין מיטן אשכול ווייטער, און מהנה זיין אידישע קינדער, אבער ליידער (אפשר באכעשעם) בינעך זייער ביזי מיט מייןביזנעס קעניך נישט אוועק געבן אזויפיל צייט, ועוד חזון למועד, אי”ה.

צו ערשט לאמיר דיר פרעגן, פון וואו קומסטו אויף מיט די ווערטלעך?‎
איז אזוי השי”ת ברוב רחמיו וחסדיו האט מיר געגעבן א סענס אף הומאר , אין ישיבה האמיר עס שוין גענוצט אסאך ,למעשה זייער אסאך ווערטלעך קום איך אויף מיט, נאכדעם וואס כ'באמערק גאר שנעל קאמישע זאכן און מ'קען דאס מאכן פאר א ווערטל, ס'דא אסאך וואס כ'לעז דא און דארט און כ'לייג צו מיינע צוויי צענט (נו וואדע ספייס בלע”ז), און אסאך זענען באמת אלטע ווערטלעך נאר מיט א אינטערעסאנטע טוויסט

וויאזוי שפירסטו זיך אז אזוי פיל אידן האבן הנאה‎ פון דיינע ווערטלעך?
די הנאה דערפון איז באמת אין לשער, ווען מ'זעהט פון די קאממענטס אווי יענער האלט זיך נאך אינמיטן שטיקן, ס'געט א מורא'דיגע גוטע געפיל און ס'איז מיר א זכות ארויפצוברענגן שמייכלען ביי אידישע קינדער (די וואס קענען מיר, קומען מיר צוריק זאגן אויף ווי ווייט מענטשן האבן הנאה דערפון) און אונז ווייס מיר און וואסערא צובראכענע וועלט אונז לעב מיר, אריינצוברענגן אביסל חיות של שמחה אין א צווייטן אידן איז נישט קיין קלייניגקייט.

דו האסט עפעס א אינטרעסאנטע געשיכטע וואס דו האסט אמאל געהאט מיט עפעס א ווערטל?
יא, ביי מיר אין שוהל איז געווען א צובראכענער איד , האט ער ניש עקסעס צו די אלע זאכן
איינמאל שבת צופריה פארן דאווענען האבעך אים געזאגט איינע פון די ווערטלעך וואס כ'האב געשריבן (דענק איך ניש וועכע) ער האט פיין געלאכט און שוין , ביי שטילע שמו”ע זעה איך ווי דער איד פלאצט אויס אין א געלעכטער ער קען זיך ממש ניש בארואיגן , די גאנצע סעמעדרעש דרייט זיך אויס קוקן , סיז געווען א שטיקל סענזאציע אווי א איד מיט א גרייז גרויע בארד שאקעלט זיך פאר געלעכטער אינמיטן שמו”ע
נאכן דאווענען קומט ער צו צו מיר מיט א שמייכל און זאגט , דו ביזט אזא רשע אינמיטן שמו”ע האבעך מיר פארגעשטעלט ווי אזא סצענע וואלט זיך עכט אויפגעשפילט און ממש כאב מיר ניש געקענט בארואיגן.

צו האסטו עפעס א פאלעסי גדרים וכדו’ וועלכע ווערטל דו וועסט נישט פארציילן‎?
ניבול פה חס מלהזכיר , חוזק מאכן פון פריוואטע מענטשן טרעט ניש איבער מיינע מח קעמערליך

וואס איז דיינע פלענער אויפן צוקונפט?
וואס הייסט וואס?!
זיין א תורה טרייער איד נאמן לה' ולתורתו על דרך ישראל סבא און שטייטצעך אינדערזייט ארויפברענגן מוסקלען עקסערסייז אויף אידישע לעפצן

דו ביסט א בדחן א ריעל לייף?
אבסעלוטלי נישט, הגם כאב אין די משפחה בדחנים

האט דיר שוין איינער אמאל אידענטיפיצירט איבער א תגובה וואס דו האסט געלייגט?
ניש וואס כ'ווייס ( כאב געהאט אמאל א שטיקל פלאטפארמע אווי כ'פלעג לייגן אלע מיינע ווערטלעך , זענען געווען מענטשן וואס האבן עס צוזאםגעשטעלט וועגן מיין סגנון פון שרייבן)

און צום שלוס, וואס איז דיין מעסעדש פאר כלל ישראל‎?
(צושמייכלט זיך…) איך טראג נישט און ברענג נישט מעסעדזשעס פאר כלל ישראל דאס העליך לאזן פאר די קטני הדעת צעלעברעטי'ס...
איך קלער נאר מיטצוטיילן וואס איך פיל ווען איך שרייב ווערטלעך.
עס זענען דא אזויפיל צובראכענע אידן אויף דער וועלט זה בכה וזה בכה אסאך מאל קען עס זיין דיין נאנסטער ידיד , א משפחה מיטגעליד וכדומה ער קען האבן די גרעסטע שמייכל און אנשטעלן א פנים אווי ער איז די פריילעכסטע מענטש אויף דער וועלט , קענסט קיינמאל ניש וויסן וואס טוט זיך אונטער זיין מאסקע ממילא זייטס אזוי גוט זאגטס א גוט ווארט ווען איר טרעפט א באקאנטן ווארף אריין א ווערטל קענסט ניש וויסן און זיך ניטאמאל פארשטעלן וואס אזאנס קען אויפטוהן מ'קען ממש ראטעווען מענטשן במלוא מובן המילה מיט א פשוט'ע גוטע ווארט, ס'איז נישט אזא קלייניגקייט, און מ'איז זוכה דורך דעם צו עולם הבא. ובזה יצאתי

א גרויסן יישר כח, הצלחה.
כל טוב!
לאמיר אלע גיין אויף א לאכעריי!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9296
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - נו וואדע... וואסטע געמיינט? / אינטערוויו

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:16 am

קראתי ונהנתי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט