געלעכערט אדר תשפ"א - שטומפיגע ענטפערס / אינטערוויו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעכערט - אדר תשפ״א
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:41 am

געלעכערט אדר תשפ"א - שטומפיגע ענטפערס / אינטערוויו

תגובהדורך געלעכערט - אדר תשפ״א » מאנטאג פאברואר 22, 2021 9:17 am

נעקסט אין די רייע האבן מיר אונזער באקאנטן שטומפיג וואס פלעגט אונז מהנה זיין אין די שווערסטע מצבים ווי תעניתים וכדומה מיט גאר גאר אסאך סחורה, איז לאמיר זיך פארבינדן צו עם און הערן וואס ער האט צו זאגן. א גוט יאר ר' שטומפיג איך גיי אייך נישט פרעגן פארוואס איר האט געפיקט די נאמען ''שטומפיג'' אפילו עס שפיגלט ווייט נישט אפ אייער פערסאנעלעטי סוי ווי געזאגט פרעג איך אייך נישט די שאלה, איז לאמיר אנהייבן אזוי:


פון וואו פלעגט איר נעמען די קליפס?
פון וואו נישט? נייעס סטאנציעס, אינטערעסאנטע וועבסייטס, סאושעל מידיע און anywhere אויף די וו.וו.וו. וואו די סקרין רוקט זיך און איך האב געקענט צוקומען.

וויאזוי איז עס צו שפירן אז אזוי פיל אידן האבן הנאה‎ געהאט?
דעיס איז עקטשועלי די זאך וואס האט מיך געשטופט אנצוגיין מיט דעם. ס'איז זייער א גוטע פילינג.
די אמת איז אז ס'ערשטע פלאץ וואו איך פלעג קוקן אויף אייוועלט (נאך פארן האבן עני פון מיינע אלע ניקס) איז געווען ביי די אינטערעסאנטע קליפס אשכול - אומאריינגעסיינט. ס'איז געקומען מיט אסאך שוועריקייטן, ערשטנס, ס'איז געווען שווער צו האלטן חשבון וואו איך האלט ווייל איך האב נישט געהאט קיין ניק, צווייטנס די אלטע Jumbomail לינקס זענען שוין אלע געווען עקספייערד און רוב דראפבאקס לינקס האבן שוין אויך געהאט די איבערגעדרייעטע מענטשעלע דארט, ועל כולם, ס'נישט געווען פאר Free ווייל דעמאלטס האט מיך יעדע מינוט געקאסט געלט אין די קיאסק :)... אבער ס'איז געווען זייער געשמאק (ליין: אדיקטיוו) און איך בין אלעס איבערגעקומען, איך האב אנגעהויבן ביי דף 1 און צוביסלעך צוביסלעך האט מען ווייס געמאכט דעם אשכול!
ביים דורכגיין די אלע בלעטער האט מען געקענט זעהן אז יעדע שטיק צייט זענען געווען אנדערע חברה וואס זענען געווען די “מלך” אויף יענע תקופה, איך געדענק נישט יעצט אלע נעמען, אבער @לבלב האט אין איין תקופה אנגעפילט אסאך בלעטער מיט אינטערעסאנטע סחורה.
סאו עווענטועל, ווען איך בין שוין געווען א לעגאלע ניק האב איך געקענט באשטיין מהנה צו זיין אידן מיט די זעלבע הנאה וואס איך האב געהאט פון אייוועלט. אין פאקט, ווען מ'סוירטשט אויף גוגל פאר Ivelt איז די אינטערעסאנטע קליפס אשכול פון די ערשטע אויף די ליסטע, ס'מיינט אז א גרויסע עולם זוכט עס, איז עס געווען א שטארקע הנאה פאר מיך צו קענען לייגן זאכן וואס איך ווייס אז מענטשן ענדזשויען עס.
ווען איך פלעג נאך נוצן דראפבאקס האב איך געקענט זעהן לייוו וויפיל מענטשן ס'קוקן די קליפס, ס'האט מיך געגעבן א שטארקע satisfaction צו זעהן ווי ממש אין די סעקונדעס נאכן ארויפלייגן קוקן עס שוין 10-15 מענטשן.
איז צוריק צו די שאלה. יא, ס'איז זייער א שטארקע הנאה און ס'צאלט זיך אויס די צייט און כח וואס מ'לייגט אריין.

וואס איז אייער שטעלונג: דראפבאקס אדער גוגל דרייוו?
ביידע האבן צדדים לכאן ולכאן. דרייוו איז קלארער און שנעלער אבער אסאך פילטערס לאזן עס נישט זעהן אן דאונלאודן, דראפבאקס האט א קלענערע לימיט פון אומזינסטע סטארעדזש אבער דרייוו האט א לימיט אויף וויפיל מענטשן קענען עס זעהן און דאונלאודן פער טאג.
איך פלעג נוצן דראפבאקס ווייל איך ווייס אז רובא דרובא עולם קוקט עס ב”ה פון געפילטערטע קאמפיוטערס, אבער ווען מיין סטארעדזש האט זיך אויסגענוצט האב איך געסוויטשט צו דרייוו (איך האב נישט געהאט קיין נערוון זיך ארומצושפילן מיט עפענען נאך אקאונטס. ס'איז נישט Rakutan, איך מאך נישט קיין געלט אלס א Signup באנוס).

איר האסט א חשבון פון וויפיל קליפס דו האסט געלייגט ביז היינט?
יא! 321!
אלעס וואס איך האב שוין געלייגט איז געסעיווד אויף מיין קאמפיוטער אין פאלדערס, סאו איך קען האלטן חשבון.
די מערסטע וואס איך האב געלייגט אויף איין מאל איז געווען 69 קליפס (איך מיין אז ס'איז געווען אין א תענית)

עפעס א אינטרעסאנטע געשיכטע וואס איר האסט געהאט מיט עפעס א קליפ וכדומה‎?
נאר איינס? איך האב צוויי!
די ערשטע איז געווען ווען מיין ווייב איז מיך געקומען זאגן אז איר שוועסטער האט איר געשיקט “משוגע א סקערי קליפ” און איך מוז עס זעהן (שטייצעך פון מיינע סחורה). אונז האבן געלאכט א גוטס.
די צווייטע איז געווען ווען איינער האט מיך מעורר געווען אויף עפעס א קליפ אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו זיין אויף אייוועלט, האב איך געבלאקט פאבליק עקסעס אויף דרייוו און ס'זענען אריינגעקומען צענדליגע עקסעס ריקוועסטס און איך האב געקענט זעהן די אימעיל אדרעסן פון אסאך מענטשן וואס דרייען זיך דא. לאז מיר עס לאזן ביי דעם.

איר האט עפעס א פאלעסי גדרים וכדו׳ וועלכע קליפ איר לייגט?
פארשטייט זיך אז ס'זאל נישט זיין קיין פרויען, אבער איז נישט אזוי שווער געווען ווייל איך האב לכתחילה נישט געקוקט אזעלכע קליפס איז עס נישט אויסגעקומען צו ארויפלייגן אפילו בטעות, אבער אסאך מאל דארף מען וואטשן אויף די אודיאו אויך, למשל ווען מ'לייגט א קליפ פון א קאר וואס גליטשט אדער א פאליס טשעיס דארף מען וואטשן אז די גוי דארט אין די בעקגראונד זאל נישט ארויסזידן אפאר מיאוסע ווערטער.
לענגערע קליפס וואס איך האב נישט געהאט קיין צייט איבערצוקוקן בעיון האב איך געבעטן פון אנדערע זאלן א טובה טוהן און עס איבערקוקן.

פארוואס האס איר אויפגעהערט לייגן?
ווייל איך האב שוין נישט קיין עקסעס. איך האב שוין שטיק צייט צוריק מער מגדיר געווען מיין קאמפיוטער, געבלאקט אפאר סאושעל מידיע פלאטפארמעס און נאך אפאר פון די וועבסייטס פון וואו איך פלעג נעמען אסאך פון די קליפס.

א מעסעדש פאר כלל ישראל‎...
איך קען שוין זאגן די מעסעדזש אדער איך דארף ווארטן ביז נאך די Beep?
יעצט? אקעי.
יא, כלל ישראל... ווען דו הערסט מיין מעסעדזש קאל מיך צוריק.

זייט געבענטשט. א גרויסן שכח פאר אייער געשמאקע ענפערס
לאמיר אלע גיין אויף א לאכעריי!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 12 געסט