געלעכערט אדר תשפ"א - אור אייניקל דערציילט / אינטערוויו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעכערט - אדר תשפ״א
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:41 am

געלעכערט אדר תשפ"א - אור אייניקל דערציילט / אינטערוויו

תגובהדורך געלעכערט - אדר תשפ״א » מאנטאג פאברואר 22, 2021 9:15 am

אור אייניקל, א באוויסטע ניק אין קרעטשמע און אין פארברענגען וואס ציילט זיך אויך צווישן די טייערע קליפ ברענגערס, איז פארבינדן מיר זיך מיט ר' אור אייניקל וואס גייט ארפגעבן פון זיין טייערע צייט און ענפערן אינזערע פראגן.

גוט יאר ר' אור אייניקל, וואס מאכט איר?
הגם כ'בין נישט ביזי, וממילא האט מיין אראפנעמען צייט נישט אזויפיהל ווערד, ווי די אלע אינטערוויוא'ס וואס מ'מאכט בדר"כ נאר מיט ביזי מענטשן וואס דארפן אראפגנב'נען פון זייער צייט (ממש א רשעות...)... אבער אנשטאטס ענק זאגן שרייבטס וואס איר טראכט איך וואלט געענטפערט, ווי די ריכטיגע פארנומענע מענטשן טוען, וועל איך ענטפערן בכבודי ובעצמי…

אהא, זעמער גרייט, איז אזוי:
פון וואו נעמט איר די קליפס?

נישט קיין כלל, ס'זענען דא וואס איך באקום פון חברים וידידים, און מאנכע וואס כ'טרעף אויף אנדערע פארומ'ס.

וויאזוי איז עס צו שפירן אז אזוי פיל אידן האבן הנאה‎?
ס'איז א געוואלדיגע הנאה מהנה צו זיין היימישע אידן, וואס דאס איז מיין נומער צוויי ציהל אויף אייוועלט... (נעמליך די ערשטע איך אויך אין די זעלבע כלל... אבער נישט מהנה צו זיין די רבים, נאר א יחיד... וד"ל).

עפעס א אינטרעסאנטע געשיכטע וואס די האסט געהאט מיט עפעס א קליפ וכדומה‎?
בדרך כלל זענען די קליפ'ס אליין אינטרעסאנטע געשיכטעס... אבער למעשה, נישט ממש...
חוץ אויב דו ביסט פון דיע וואס עס איז זיי אינטרעסאנט מחאות...

די האט עפעס א פאלעסי גדרים וכדו' וועכע קליפ די לייגסט?
פארשטייט זיך אז ס'דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די כללי האידישקייט וההיימישקייט פון אונזער וועלטל..
חוץ מזה, דארף עס האבן די מעגליכקייט אויסצוציען די לעפצן פון אידישע קינדער...

גוגל דרייוו אדער דראפבאקס?
גוגל דרייו.

וואס זענען דיינע פלענער פארן צוקונפט?
איך מאך דען פלענער? וואס הקב"ה שיקט אונטער דאס טוה איך.

דו האסט א חשבון וויפל קליפס די האסט שוין געלייגט?
נישט ממש, אבער עפעס אין די געגנט פון 200

א מעסעדש פאר כלל ישראל‎...
כ'שפיר מיר נישט אין די דרגא פון די היינטיגע מעסעדזש זאגער'ס פאר כלל ישראל... כ'טראג נאך א גאנצע, פולע בארד...
אבער לגבי די נושא וואס מ'רעדט, וויל איך שיקן א מעסעדזש פאר די אלע וואס שטורעמען מפעם לפעם.. שרייבטס קלאר, וועלכע חסידות איר געהערט, און פונקטליך וואס דרוקט אייך פון די קליפ.. ווייל דער עולם פארשטייט נישט אייערע רמזים...
און אויב שעמט איר זיך דאס צו שרייבן, ווישט אייך אפ די נאז, און גייט ווייטער..
כ'האב נאך אסאך מעסעדזשעס..
אבער..
כ'יאג מיר זייער.. ביי.

זאל זיין מיט הצלחה אלעס וואס איר טוט און שיק א גריס פאר אייער עלטער זיידע
לאמיר אלע גיין אויף א לאכעריי!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Pinchus, סעלפאן און 7 געסט