טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בערל קראקאווער האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)


געטוהן אזוי, אבער נישט פייגעבאלן צו לייגן די סטיקער.
וגם ביי רוב לופט-ליניעס האבן זיי די סדום׳ער בעטל ממש פארן ארויפגיין אויפן פליגער, און דעמאלטס קענען זיי צונעמען דעם קליינעם באגאזש, אבער מען פארדינט אז מען באקומט עס צוריק ביים סטאפ.

ביי מיר האבן זיי אריין געטשעקט מיין קליינעם באגאזש ביים געיט אבער צוריק האב איך עס באקומען ביים צווייטן סטאפ הערשט. סאיז גוט צו וויסן און נישט איבער לאזן חפצים וואס מען דארף ביים סטאפ ווי די טלית ותפילין וואס איז בכלל נישט קיין גוטע איידיע צו לייגן אין די טשעק-אין באגאזש.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:כוירע,

כ׳מיין ס׳וואלט פאסיג געוועהן צו מאכן אן עקסטערע באשרייבונג אויף רינדעכיג(ער?)
זאל כלל ישראל הנאה האבן.

איך נעם מיך נישט אונטער אזעלכע ריזיקאלישע מיסיעס

איי עגרי,

וואסע פשט פון אים רופן רינדעכיגער?

דו מיינסט אז צווישן נאנט צו צוואנציג טויזנט ניק נעמען קען איך געדענקן פונקטליך די אויסלייג פון יעדע ניק?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכאורה, סיז מיר אינטערעסאנט וואס די שרייבסט אז א צווייטער האט דיר געדארפט העלפן טראכטן אז מגייט דארפן ניצן די טלית און תפילין דעריבער איז נישט גוט עס אריינצוטשעקן, איך האב אלעמאל געוואוסט אז אויב קומט מען צו אזא מצב קודם נעמט מען ארויס צו טלית און תפילין אפילו מגייט עס נישט ניצן ביז די לעצטע דעסטאנאציע, מטשעקט קיינמאל נישט אריין די טו"ת,

אה פארגעסן צו שרייבן, די ווייסטעך יא אז סרינט מיר די שפייעכץ פון לייענען דעם טאג בוך, שרייב ווייטער
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:לכאורה, סיז מיר אינטערעסאנט וואס די שרייבסט אז א צווייטער האט דיר געדארפט העלפן טראכטן אז מגייט דארפן ניצן די טלית און תפילין דעריבער איז נישט גוט עס אריינצוטשעקן, איך האב אלעמאל געוואוסט אז אויב קומט מען צו אזא מצב קודם נעמט מען ארויס צו טלית און תפילין אפילו מגייט עס נישט ניצן ביז די לעצטע דעסטאנאציע, מטשעקט קיינמאל נישט אריין די טו"ת,

אה פארגעסן צו שרייבן, די ווייסטעך יא אז סרינט מיר די שפייעכץ פון לייענען דעם טאג בוך, שרייב ווייטער

ער זאגטאך אז ער איז געוועזן מבוהל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין געווען שטארק מבוהל, באמת פארלוירן אויפ'ן מאמענט, אויסערדעם האב איך נישט געדארפט טראכטן אז מ'באקומט נישט די פעקלעך ביים איבערשטייגן.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מנהל, ווען קענען מיר ערווארטן פרישע ווארע?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:מנהל, ווען קענען מיר ערווארטן פרישע ווארע?

שטעל אים צו א מאסקע וועט דער פעדער אנהייבן פליסן, ס'זעהט אויס ווי ס'איז תלוי הא בהא...
---
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ייש"כ לכאורה! מחי' גדולה.

אנטשולדיג מיר נאר אויף מיין אומוויסנהייט. וואס איז דאס אזוינס 'פאסטא סאלאט'?

(און דאס איז איין פון די בענעפיטן פון מנהלות, אז מ'קען פארריכטן אן צופאטשקענען די פאזעל, איין נוצבארע פיטשער)

PASTA SALAD, מאך א זוכעניש דערנאך
עס איז געקאכטע לאקשן מיט רויע פאפריקע אויסגעמישט מיט מאיאנעיז און אביסל מאסטערד וכו'

ביטע פרעג זיך נאך די רעסעפי, מיט דאנק פון פראנהויז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט זיץ איך ווידעראמאל מיט'ן מאסקע ביים קינד'ס וויגעלע (ב"ה, נישט מיין אייגנס, אבער א היימיש קינד, משלנו), וועט מען אי"ה ממשיך זיין מיט'ן טאגבוך
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

קענט וועיט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך בס"ד

[סתם אינטערעסאנט, קומענדיג צום שפיטאל, האב איך פארגעסן צו מיטנעמען א פרישע מאסקע פון שטוב, און געדארפט ארויסנעמען די אור אלטע וואס ליגט מיר שוין אין טאש זינט פאראיאר, אבער טאקע אט די דאזיגע מאסקע האט א גרויסע יחוס, נעמליך דאס איז מיטגעווען מיט מיר אויף די נסיעה הרוממה, און האט זאגאר באדעקט מיין מויל און נאז און אריינגענומען מיינע אטעמעס במשך רוב צייט פון די וועג אהין און צוריק... אלזא, וועט דאס מיר עראינערן אלטע זכרונות פון יענע זיסע צייטן]

האלטן מיר אינעם נוארק לופטפעלד אויפ'ן וועג צום פליגער, מיר האבן שוין אריינגעגעבן די רענצלעך און יעצט דארף מען אדורכגיין די זיכערהייט אונטערזוכונג פונקט. זינט סעפ. עלף און אביסל דערויף, דארף מען זיך כמעט אויסטון ביז'ן ביין כדי אדורכצוגיין, אבער מענטשן זענען רואיג דערמיט און עס איז געווארן טייל פונעם לעבן פונעם רייזנדער. וויבאלד עס איז קאוויד צייטן אויף דער וועלט, האבן מיר ממש נישט געדארפט ווארטן אין די רייע אדורכצוגיין, נאר מען האט תיכף אראפגענומען דעם מאנטל, צוזאמגעדרייט אין א טאבע און אריינגעשטעלט אין א פלאסטישע האלטער, דאן דער רעקל אין א צווייטע, די שיך און די אינהאלט פון די טאשן, ווי אויך דער פאסיק מיט'ן הוט אין א דריטע, און מען שטעלט דאס אויפ'ן מאשינקע וואס פירט דאס אונטער א וואכזאם אויג פון אן אויפזעער.

דער מענטש אליין, באקליידעט מיט די בלויזע ד' בגדים, שטעלט זיך אריין אין א גרויסע עקסרעי מאשין, שטעלנדיג די פיס דארט וואו עס איז אנגעצייכנט אויף דער ערד בילדער פון פיס, און די הענט לייגט מען צוזאם העכער'ן קאפ, און אזוי שטייט מען דארט אפאר סעקונדעס, ביז דער אפיציר געבט דעם גרינעם ליכט צו גיין ווייטער. וויבאלד די היינטיגע מאשינען זענען היבש קלוג און פארגעשריטן, האט זיך עס נישט צעפיפן דורך די מעטאלענע שרויפן וואס געפונען זיך אין מיין לינקע פיס זינט מיין אפעראציע צו פארריכטן דעם צעבראכענעם ביין בשנת תשע"ה (שנת ת'רפא ש'בירת ע'צם ה'רגל - שנת 'ש'ומ'ע' 'ת'פל'ה'), ווייל דער קלוגער מאשין באגרייפט אליינס אז דאס איז נישט קיין געפאר, און דער אפיציר קען זען פונקטליך וואס דארט גייט פאר. מען האט מיך גלייך געלאזט פאראויסגיין. איך האב אנגעטון דעם רעקל, מאנטל, הוט, קושעלע אויפ'ן פלייצע, שיך, און דעם פאסיק האב איך ממשיך געווען אנצוטון שוין אויפ'ן וועג צום 'געיט' [א פריוועליגיע וואס בלויז דיקליכע מענטשן קענען זיך ערלויבן... כ'געדענק נאך די צייטן ווען אן דעם פאסיק האב איך נישט געקענט שטעלן קיין טריט אן אנכאפן די הויזן...]

דער געיט איז נישט געווען צו ווייט אדער שווער צו געפונען, א גרויסע ריזיגע שטח מיט הונדערטער בענקלעך, וואס איז דערווייל געווען האלב אדער דריי-פערטל ליידיג. די ביסל מענטשן וואס זענען יא דארט געווען, זענען פאר אן אומבאקאנטע סיבה געווען היימישע אידעלעך... די וועלט איז פארשפארט, די טרעוול אינדוסטריע האלט ביים אונטערגיין, אבער די חסידים'לעך קענען נישט איינזיצן אינדערהיים... יעדן שני וחמישי פליהט מען... אויף אונזער פליגער אליינס זענען געפארן עטליכע קבוצות, איינע קיין קערעסטיר אויף שבת, איינע קיין בארדיטשוב, און אונזער חבורה קיין מעזיבוז.

עס איז געווען קאמיש צו באגריסן אבער נישט באגריסן די אלע אידן וואס מען האט באגעגנט אין פלוגהאפן, נישט קענענדיג די מיטרייזנדע און נישט וויסנדיג אויב דער יעניגער איז א 'היימישער' אדער סתם א איד... משום לא פלוג האט מען פרובירט צו געבן יעדן איינעם אזא פארעווען 'א גוטן' שאקל מיט'ן קאפ, און צומאל האט מען געקענט אויפכאפן דורכ'ן פינקל אין די אויג אז יא... מיר האבן עפעס א שייכות... [בלויז א קליינער טייל פון די חבורה האב איך געקענט אויפ'ן פנים, פון די פאר מאל וואס מיר האבן געהאט א ווידיאו קאנפערענץ, אבער רוב מיטרייזנדע זענען נישט ארויפגעקומען אויף יענע קאנפערענצן, און אפילו די וואס יא, האב איך בלויז געקענט אויפ'ן פנים, און נישט אויפ'ן מאסקע(!). עס האט געדויערט מער ווי עטליכע בליקן אויף א מענטש צו כאפן ווער דאס איז].

איך האב אראפגעשטעלט מיינע זעקלעך (וואו עס איז געליגן דער טלית ותפילין בייטל, דאס עסן פאר יעצט און פאר'ן וועג) אויף איינע פון די באקוועמע בענקלעך אינעם גרויסן ווארטזאל, און געבעטן איינעם פון די אנוועזנדע חרדים צו היטן דערויף ביז איך כאפ אן אשר יצר דערנעבן. נאך די הכנה איז געקומען די צייט צו עסן מיטאג, און מען האט ארויסגענומען די פעקל בלינצעס (געקויפטע) און זיך מחי' געווען דערמיט. וויבאלד דאס מאכט עטוואס דורשטיג, און קיין פליסיגקייטן האט מען נישט געמעגט מיטברענגען נאך דעם זיכערהייטס פונקט, האב איך געוואנדן מיינע טריט צום דערבייאיגן רעסטוראן, וואו פאר גאנצע פיר דאלער האבן זיי מיר פארגינען א פלעשעלע וואסער. באצאלן האט מען בלויז געקענט מיט'ן קרעדיט קארטל (צוליב קאוויד... ווי ווייניגער קאנטאקט מאכן מיט מענטשן), און אזוי ארום האב איך הערשט א וואך-צוויי דערויף באמערקט ווי טייער יעדע שלונג וואסער איז געווען...

[דעם פלעשל וואסער האב איך ארויפגענומען אויפ'ן פליגער, און געזיפט דערפון עטליכע מאל, למעשה איז דאס אבער נישט גענצליך לער געווארן און איך האב עס מיטגענומען ביים אפשטייגן אין פראנקפורט. איך האב מיך איינגערעדט אז מען דארף נישט אדורכגיין נאך א זיכערהייט טשעקפוינט און איך וועל קענען האלטן דעם פלעשל ביז עס נוצט זיך אויס, אבער צו מיין אנטוישונג איז מען קורצליך נאכ'ן אנקומען יא אריבער אזא אונטערזוכונג ארט וואו איך האב געזען צענדליגער פלעשלעך וואסער ארומפליען כדומן על פני השדה, און באשלאסן אז יעבור עלי מה, מיין טייער פלעשל וואסער פון אמעריקע וועט איר מיר נישט אוועקנעמען, נאציס! איך האב מיך אראפגעשטעלט איידער'ן פארבייגיין די באאמטע, געמאכט א שהכל מיט כוונה, און אויסגעטרינקען וויפיל עס איז נאך פארבליבן אינעם פלעשל, קלערנדיג "יהי רצון שיהא במקום קאווע"... דאן האט מען געמאכט א בורא נפשות און אריינגעשליידערט דעם ליידיגן פלאש מיט א זיגרייכן שמייכל אינעם מיסט קאנע (די דייטשע פונקטליכקייטן דארט... יעדע מיסט קאנע איז איינגעטיילט אין פיר, איינס פאר גלאז, איינס פאר פאפיר, איינס פאר אלע אנדערע מיסט, און די לעצטע געדענק איך נישט, מסתמא פאר שמות)]

דערווייל האב איך געהיטן די פעק און זעק פון אנדערע מיטרייזנדע וועלכע האבן אויך געמאכט די נויטיגע הכנות, זיי האבן דאס געטון אלס חלק פון די צוגרייטונג צו תפלת מנחה, דען ווי געשריבן האבן זיך געשטעלט דארט עטליכע מנינים מנחה איינע נאך די אנדערע. און פונקט ווען דו האסט געמיינט אז אלע האבן שוין געדאוונט, איז אנגעקומען דער דאיען שליט"א און זיך געשטעלט מיט א פרישקייט, צוגייענדיג צום 'עמוד' מיט'ן גאנצן ערנסטקייט. דער דאיען האט גראדע נישט מאריך געווען בתפלה, ווי דער באקאנטער כלל אז צומאל איז דא וואס מען ברויך זיך על פי הלכה יאגן ביים דאווענען, און פונקט דאן מישט זיך אריין דער שטן און פרובירט איינרעדן מען זאל דאווענען במתינות (דאס איז א בעלזער ווארט, געזאגט געווארן אויף ערב פסח און יוה"ק ביי מנחה - אויב איך געדענק גוט). עכ"פ, וויבאלד מיר האבן שוין אט געדארפט אויפשטייגן, האט זיך דער דאיען אונטערגעיאגט אביסל. האבנדיג דעם דאיען צו דער האנט, האב איך מיך אנגעהויבן שפירן היימישער, דען מיר קענען זיך שוין כמעט לענגער ווי מיר קענען אונזערע קינדער...

(דער אמת איז אבער, אז כאטש איך האב זיך שוין געטראפן מיט'ן דאיען במשך די 16-17 יאר א שיינע פאר מאל, און זאגאר איבערגעשלאפן ביי אים א לינת לילה, איז דער נסיעה געווען די ערשטע מאל איך האב געהאט א געלעגנהייט צו פארוויילן אין זיין געגנווארט א לענגערע וויילע, און איך מוז אייך זאגן אז דער איד האט מיך שטארק אנטוישט... און דוקא צום גוטן. מיר דא האבן נישט קיין אנונג וואס עס פארקערפערט זיך אלץ אין דעם 'סאכדעס', א טייערער איד וואס איז מלא וגדוש בתורה ויראת שמים, מדות טובות און ידיעות בכל הענינים, אבער דאס אלעס ווערט ווי איינגעשלינגען פון זיין גרויסע הארץ... דער איד איז א שטיק הארץ און נשמה, אויף אן אופן וואס מען טרעפט זעלטן [שוין גענוג גע'חנפ'ט? איר קלערט אז ער וועט מיר לאזן בלייבן מנהל אויף כאטש נאך איין יאר?]. אין די קומענדיגע קאפיטלען וועט זיך זיכער אפטמאל ארויסשיילן זיין נאבעלע כאראקטער, זייט גרייט זיך צו באקענען מיט אונזער/אייער דאיען)

צוזאמען מיט אונז אידעלעך אין דעם גרויסן ווארטזאל, זענען אויך געווען א קליינע מינדערהייט פון גוים, וועלכע האבן נישט אויפגעהערט גלאצן אויף די באבערדעלטע חברה וואס האבן זיך געדרייט דארט ווי ביים באבען אין וויינגארטן. גיי ערקלער זיי, אז מיר זענען דא אויף א מיסיע... מיר קומען נישט קוקן אויף וואלף בליצער'ן וואס פלאפעלט פון די ווענט, מיר דארפן זיך באקענען און בא'גילוי'ן מיט מערערע חברה דא, נישט דא קיין צייט צו זיצן און קלאצן אויף די כלים.

איין חסיד האט זיך דארט ארומגעדרייט מיט א קליינער צדיק'ל, מיר האבן נישט געדארפט שווער ארבעטן צוצוטרעפן דער ציל פון זיין נסיעה... און טאקע זונטאג פארטאגס האבן מיר אים געטראפן אין אומאן (אן דעם צדיק'ל, ביים ותיקין מנין), און שפעטער איז ער מיטגעווען מיט אונז אויפ'ן וועג צוריק אויך. דאס קינד האט געמאכט א לעבן... מאסקע מאן דכר שמי'... אויסגעטון מער ווי אנגעטון, און פארפירט האט ער אזש עס איז געגאנגען א רויך... אבער ב"ה, ער איז געווען ביים רבי'ן בעפאר די זיבעטע געבורטסטאג. (געהערט אז ער איז א צוגעקומענער אייניקל פון מהרא"ש, נו, ער האט נישט געברויכט צו שווער ארבעטן צו מעגן נעמען דעם אינגעל צום רבי'ן).

און אט רופט מען אויס אז מען קען שוין אנהייבן ארויפגיין אויפ'ן פליגער... די דייטשן זענען גאנץ פונקטליך... אז מען האט אפגעשמועסט זיך צו הייבן 6:10, לאזט מען שוין ארויף אויפ'ן פליגער ארום א האלבע שעה בעפארדעם. צעשטייטלעך און צעביסלעך האבן זיך די חסידים ארויפגעשלענגעלט אויפ'ן פליגער, נישט בעפאר'ן צייגן דעם פאספארט און די באורדינג פאס. [די עלטערע יאכנע וואס האט אונז איינגע'טשעק'ט ביים אנקומען, איז באיזה אופן אנגעקומען צום 'געיט', און איז ארום צווישן עולם און מעורר געווען יעדן צו אנהאבן א גוטע סארט מאסקע. זי האט געצייגט וועלכע סארט עס איז ערלויבט, און אנגעזאגט אז מ'קען צוקויפן א גוטע איידער'ן אויפשטייגן. איך האב אנגעהויבן דעם רייזע מיט די 'ספעציעלע' טייערע מאסקע וואס איך האב געקויפט אנליין, אבער ווען ידידינו פון וומ"ס איז אנגעקומען מיט א שטויס מאסקעס פון א לאקאלע גראסעריי וואס ער האט געקויפט פאר בלויז דריי דאלער א שטיקל, האב איך אפגעקויפט איינס, און זיך באקוועם געמאכט מיט יענע. ארום א שעה-צוויי אריין אין די פלי רייזע, האב איך דאס אויך אויפגעטוישט צו דעם ביליגן איינפאכן בלויען סארט וואס ווערט פארקויפט אין יעדע געשעפט און פארטיילט אין יעדע דאקטער'ס אפיס, און מיט דעם בין איך שוין געבליבן... צומאל איז דאס ביליגסטע און איינפאכסטע - איינפאך דאס בעסטע].

המשך יבא אי"ה
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

לכאורה קען איך דיר אויך מזכה זיין צו זיין מיט א קינד אין שפיטאל ?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטעל דיך אין די רייע, אויף מארגן בין איך שוין לכאורה פארנומען

(אגב, עצה טובה, דארפסט נישט אריינשטעלן א קינד אין שפיטאל כדי צו מאכן קאנטאקט מיט מיר..)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יוש איז דאס געשמאק צו לעזן ...
יישר כח מנהל !!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח מנהל שליט"א
יה"ר אז די זאלסט קענען שנעל ענדיגן די ארטיקלען אויף גוטע פלעצער אין דער צדקיל זאל האבן א רפואה שלמה מהרה בתוך שאר חולי ישראל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יוש איז דאס געשמאק צו לעזן ...
יישר כח מנהל !!

גא"מ, און עקסטער דארף באגריסט ווערן דאס אז דע רב האט גוט קענען געלערנט כבוד הדאיען און ער גייט אונז באקענען מיט אים..

בד"וו די ווייטאג אויפן 4 דאללארדיגע וואסער איז שוין געווען באשריבן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Kollel האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:יוש איז דאס געשמאק צו לעזן ...
יישר כח מנהל !!

גא"מ, און עקסטער דארף באגריסט ווערן דאס אז דע רב האט גוט קענען געלערנט כבוד הדאיען און ער גייט אונז באקענען מיט אים..

בד"וו די ווייטאג אויפן 4 דאללארדיגע וואסער איז שוין געווען באשריבן.

ווייזט אויס אז ס’האט וויי געטון מער ווי איינמאל שרייבן...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיין שיין יישר כח זיי ממשיך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

לכאורה, געליינט. זייער דיטעיל'ד און שפאנענד און ציהענד. ייש"כ גיי אן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח לכאורה,

הנאה געהאט (ווען קומט שוין אן צו רעדן פון סטאווי?)
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא ביודעי ומכירי קאמינא, וויפיל איך האב נישט געוואוסט אפילו נאך די נסיעה, בינעך געוואויר געווארן ביין לייענען דעם פארזעצונג, מלא וגדוש בתורה וביראת שמים, אה ווי נעמט מען אזא דאיען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חחח, דייענטע, לאז צוריק דעם דאיען צום פאנקיוטער
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

סאכדעס האט געשריבן:יא ביודעי ומכירי קאמינא, וויפיל איך האב נישט געוואוסט אפילו נאך די נסיעה, בינעך געוואויר געווארן ביין לייענען דעם פארזעצונג, מלא וגדוש בתורה וביראת שמים, אה ווי נעמט מען אזא דאיען.

:P ;l;p-
לכאורה האט געשריבן:חחח, דייענטע, לאז צוריק דעם דאיען צום פאנקיוטער

:lol:
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און לענין הפארזעצונג, כוירע, שלעפסט מיך געהעריג צוריק צו די אטעמען אונטערן מאסק. גוט פארציילט, ווייטאגלעך געווען צו זען די וואסערן זיך וואלגערן כדומן על פני השדה, און מ'רעדט דאך פון וואסער וואס קומט נאר נאכ'ן זיך אויסטשעקן ערגעצוואו פארדעם.
דיינע דעטאלן זענען געוואלדיג.
האסט מיטגעהאלטן די מעשה פון: אהה דו ביסט פון די רויטע שווארצלעך?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:חחח, דייענטע, לאז צוריק דעם דאיען צום פאנקיוטער

יא זי האט גלייך צוריקגעגעבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”