טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:כוירע, מיר לעהזן מיט שפאנונג יעדעס ווארט. גיי אן.

און מיר פלאצן פאר קנאה...
אוועטאר
פאיכלה
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 4:21 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאיכלה »

@לכאורה כ'בין נאנישט אנגעקומען אדורך צו ליינען. אי"ה בקרוב
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מיר ווארטן...
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך הייב שוין אן ווילן האבן מיטגעפארן...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:מיר ווארטן...

דו ביסט גוט דו!

וועלן מיר טאקע פרובירן שרייבן אביסל לכבוד די וואקאציע וואס ארחיקה האט מיר געהאלפן באקומען

סטעי/סיט טונד
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:מיר ווארטן...

דו ביסט גוט דו!

וועלן מיר טאקע פרובירן שרייבן אביסל לכבוד די וואקאציע וואס ארחיקה האט מיר געהאלפן באקומען

סטעי/סיט טונד

:oops:
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:מיר ווארטן...

דו ביסט גוט דו!

וועלן מיר טאקע פרובירן שרייבן אביסל לכבוד די וואקאציע וואס ארחיקה האט מיר געהאלפן באקומען

סטעי/סיט טונד

:oops:

דער רויטער וואקאציאנירט, פיטא רויטעלט, און יאך האב נישט קיינאנונג וואס די חברה ווילן דא.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם הרב, האלט עס אן, מיר לעזן מיט דורשט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך בס"ד

השגחה עליונה האט אזוי צוגעפירט אז טייפנדיג די שורות זיץ איך מיט א מאסקע אויפ'ן פנים, פירט עס מיך צוריק צו די געהויבענע נסיעה מיט קנאפע צוויי און א האלב מאנאטן צוריק, ווען מיר זענען געזיצן שעות ארוכות אויף פליגערס זייענדיג אנגעפעלצט מיט א מאסקע אויפ'ן פרצוף דורכאויס די גאנצע צייט. איז זייענדיג אונטער'ן איינפלוס - מיט די פארהויכטע ברילן... רבש"ע, וויאזוי דרייען זיך די ערלים מיט מאסקעס שוין א יאר צייט?... - וועט מען אויסלאזן שטיקער פון די הכנות לנסיעה, און זיך נעמען צום נסיעה גופא.

אונזער נסיעה איז באשטאנען פון אידן פון רוב היימישע געגנטער, און אויף די הענגאוט גרופע האט מען אפגעשמועסט מי ומי ההולכים, ס'טייטש ווער עס פארט מיט וועמען'ס קאר, ווייל עס איז דאך א שאד אז מען זאל באצאלן פארקינג און גאזאלין פאר איבעריגע קארס. איין גאר אינטערעסאנטע אנעקדאט איז געווען, ווען איינער פון אונזער גרופע וואס ארבעט אין נוארק ניו דזשערזי, האט זיך אפגעזעגנט פון די ארבעט אינמיטן טאג מיט'ן חשבון צו כאפן אן 'אובער' צום לופטפעלד. ארויסקומענדיג פון פאבריק זעט ער ווי נאך א היימישער יונגערמאן שטייט אזוי פארסאפעט ווי איינער רישט זיך צו פארן אויף א רייזע... שטעלט זיך ארויס אז יענער פארט אט יעצט צום זעלבן לופטפעלד! כ'מיין זיי האבן למעשה גע'שעיר'ט 'אובער', אדער האט יענער געפירט אונזער מיטרייזנדער מיט זיין אויטא. (אויב מיין זכרון דינט מיר שוין נישט, צוליב די לענגערע צייט אפשניט זינט די נסיעה, בעט איך אז דער באטרעפנדער זאל זיך פארשטענדיגן מיט מיר אין אישי און אויסקלארן דעם ענין, כ'געדענק אז עס איז געווען א פלא און ער האט עס איבערדערציילט פאר'ן ציבור מיט עקסטאז ווי קליין די וועלט איז און ווי גרויס די השגחה פרטית איז).

פון מיין געגנט זענען געפארן עטליכע קארס, אבער ידידינו הראש הקהל ר' שמערי בערי האט דער ערשטער אויסגעדרוקט גרייטקייט צו זיין דער שאופער. לכתחילה האט געהייסן אז ער וועט אויך פירן אונזער'ס א געמיינזאמער חבר, וועלכער איז דאן געפארן קיין קערעסטיר מיט א גרויסע נסיעה, אבער למעשה האט זיך יענער געטראפן אן אנדערע וועג אדער געפארן אליינס, בין איך געפארן מיט שמערי, און אויך רינדעכיגער וועמען מען האט אפגענומען ביי זיין שטוב.

עס איז געווען אפגעשמועסט אז שמערי קומט מיך אפנעמען ארום דריי אזייגער, למעשה האט זיך עס עטוואס פארשפעטיגט. צו די באשטימטע צייט בין איך שוין געשטאנען מיט די צוויי רענצלעך אויפ'ן גאס, און דער קושעלע אויפ'ן גענאק כאילו דער קאר רעכנט עקסטערע פאר'ן דאס האלטן אויפ'ן זיץ... (מיין ברודער האט מיר דאס אויסגעלערנט, אז כדי די קושעלע זאל נישט גערעכנט ווערן ווי נאך א פעקעלע, און אויך נישט פארלוירן גיין אונטערוועגנס, ווי עס האט נעבעך פאסירט מיט איינער פון אונזערע מיטפארער, איז די בעסטע פלאץ דאס צו האלטן - טאקע דארט וואו עס באלאנגט... אויפ'ן האלז). דער שיינער ראש הקהל'ישער קאר איז אנגעקומען (ווער געדענקט נאך ווען שמערי האט געדרייווט אן אלטע דזשעלאפי?... דאן האב איך אויך געהאט אמאל דעם פאדערשטן זיץ ביי אים, אבער יעצט איז עס געווען פיין באקוועם), מיין בחור וואס איז פונקט אהיימגעקומען פון ישיבה זיך צו געזעגענען - האט געהאלפן אריינשטעלן די רענצלעך אין אויטא, און איך זעלבסט האב מיך פלאצירט אויף מיין מקום קבוע פון פארנט (נאך בקשת רשות, שטייצעך), ויסעו!

מ'איז צוגעפארן צו די שטוב פון רינדעכיגער, וועלכער פלעגט אמאל וואוינען ממש ארום די בלאק פון מיר, און ביי קאראנע פלעגן מיר זיך צומאל טרעפן אינעם זעלבן מנין (איך האב נאך דאן נישט געוואוסט זיין ניק... און אויך נישט די ניק פון מיין נאך נענטערער שכן, מיט וועמען איך פלעג דאן פארברענגען אזויפיל און איבערשמועסן אסאך תגובות, אבער נישט גע'חלומ'ט אז ער שרייבט דאהי, און אז ביי די פארברענג וועלן מיר זיך באגעגענען - א פאקט וואס האט מיך כמעט געמאכט זיך אויסציען אויף דער ערד, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט!), אבער יעצט וואוינט ער שוין אין אנדערן עק שטאט, וואו ער האפט אז פון אזויפיל אריינקומען אין שטאט אריין וועט זיין ניקנאמען בלייבן בלויז א ניקנאמען, און די רינדעכיגקייט זיינע וועט ווערן אויסגעגראדעט...

אויב איך מאך נישט קיין טעות, און מען קען אננעמען אזוי לכתחילה אלס דיפאולט, איז רינדעכיגער געשטאנען פארנט פון זיין היים און מעלה עשן געווען... קיין רענצלעך האט ער נישט מיטגענומען, אפילו די שבת'דיגע מלבושים האט ער שוין אנגעטון ווי איידער דאס איינפאקן, נו, א לייכטער רייזנדער (אזוי לייכט, אז אט פליט ער שוין ווידער אין די לופטן, דאסמאל קיין קערעסטיר - זאל ער טאקע אויס'פועל'ן אלעס גוטס!)

מען פארט קיין נוארק, ווען אונטערוועגנס שמועסט מען אביסל איבער די ערהאבענע נסיעה וואס גייט זיך אט אט אנהייבן, וואו מערערע אנאנימע אידעלעך גייען זיך אויפאיינמאל באקענען און זאגאר ווערן צימער-חברים פאר עטליכע מעת לעת. אנקומענדיג צו די עי. בי. סי. פארקינג לאט, האבן מיר די ערשטע זאך ארויסגענומען די מאסקעס און אנגעטון. ר' רינדעכיג האט זיך דערזען אן א מאסקע, און איך האב אים געשאנקן איינס פון די דריי וואס איך האב מיר איינגעהאנדלט אנליין (ער האט מיר פונקט דעם שבת באצאלט דערפאר... באצאלנדיג טבין ותקילין פאר מיינ'ס אן עלי'...), און עס איז געווען אפגעשמועסט אז אויב איך וועל געברויכן די מאסקע פאר די אנדערע אידן וואס האבן דאס ביי מיר באשטעלט, וועט ער דאס גערן איבערגעבן פאר א צווייטן, און ביים לופטפעלד וועט ער שוין אפקויפן א מאסקע פון איינער פון אונזערע חברים וואס האט איינגעקויפט עטליכע שטיק אין א גראסעריי אין וויליאמסבורג 'עס זאל זיין'...

מיר האבן ארויסגענומען אונזערע פעק און זעק פון שמערי'ס אויטא (פארזעענדיג דעם עווערגרין שאכטל פון 'אלעקסיי'... איך האב דאך נישט געדארפט חלומ'ן אז דאס ברויך מיטקומען מיט אונז...), און דאס אריבערגעפירט צו א גרויסע טראנספארט אויטא וואס וועט אונז צופירן צום לופטפעלד. כמובן האט רינדעכיגער צווישן איין אויטא און די צווייטע ווידעראמאל געכאפט א ציגארעטל... גיי פארשטיי די רויכערער. (ביי די נסיעה האב איך איינגעזען אז איך לעב ממש אן אנדערע סארט לעבן ווי רוב וועלט... איך בין נישט קיין אלקאהאלישער טרינקער, נישט קיין רויכערער, און ניטאמאל קיין שוויץ אפזיצער... א זאך וואס במשך די נסיעה האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב עולם 'גייט' פאר איינע פון די זאכן אדער פאר אלע דריי [אינאיינעם?]).

עטליכע מינוט דערויף איז אנגעקומען נאך א פריוואטע קאר, א פאמיליע פון גוים, צום זעלבן פארקינג פירמע, האבן מיר זיך מער צונויפגערוקט צו די פאדערשטע זיצן פונעם קאראוואן, לאזנדיג די הונטערשטע חלקים פאר די נכריים. עס האט נישט געדויערט לאנג, און מען האט זיך גענומען פארן דעם קורצן שטרעקע צום לופטפעלד.

אנקומענדיג צום טערמינאל, האב איך גענומען מיינע צוויי רענצלעך און זיך גענומען אריינגיין אינעם געביידע (זאל איך שרייבן אז רינדעכיגער האט גענומען נאך א ציגאר? עס איז מסתמא אזוי געווען דער פאקט, אבער פונקט ווי איך שרייב נישט יעדע פון מיינע שלינגעס און אטעמעס, דארף איך נישט באריכטן יעדע פון זיינע רייכערן ברעיקס...). דער ווארטזאל איז ליידיג, פוסט ווי אינמיטן קאוויד. מיר שפרייזן דורך די לאנגע קארידארן, און שטעלן זיך אראפ פארנט פון די "לופטהאנזא" טישלעך צו איינטשעקן די באגאזש. די אלטע יאכנע דארט באגריסט העפליך, אבער ביים זען מיין קלענערן רענצל וואס איך האב געקלערט צו מיטנעמען אויפ'ן פליגער, האט זי מיר שיינערהייט איינגעמאלדן אז דאס גייט נישט פאסירן. זי האט צוגעוויזן צו אזא סדום-בעטל-אייזן אין די זייט, וואס אויב דער רענצל פאסט נישט דארט אריין, איז נישט דא וואס צו מאכן. נו שוין... מיין גאנצע נאכטמאל, אלע מיינע ספרים, מיין טלית ותפילין, אלעס ליגט אין דעם רענצל... וואס טו איך דא?

איך בין באמת געווארן מבוהל (און ווען מען האט אן א מאסקע און די ברילן זענען פארהויכט, שטייגט די בהלה שטאפל פי כמה, כידוע), און זיך אראפגעשטעלט מסדר זיין די רענצלעך... קלערנדיג צוערשט אז אויב איך וועל עטוואס מאגערער מאכן דעם קלענערן רענצל, וועט עס מעגליך יא אריינגיין אין דעם סדום-בעטל. כ'האב אריבערגעלייגט עטליכע זאכן אינעם גרויסן רענצל, און אנדערע זאכן אין א פלאסטישע זעקל וואס איך האב געהאט צו דער האנט, אבער ניין... דער רענצל קען נישט ארויפגיין אויפ'ן פליגער. די באאמטע האט מיט גרויס העפליכקייט געמאלדן אז די לופטליניע וועט מיר נישט רעכענען קיין געלט פאר'ן איינטשעקן מער ווי איין רענצל אונטער'ן פליגער, און אויך דער קלענערער רענצל דארף ווערן אפגעוואויגן און געשיקט מיט די פעקלעך טרעגער צום לאסט אויטא וואס פירט עס צום פליגער.

צו מזל האב איך געהאט שמערי בערי צו די האנט (סיי ביים ארויספארן, און סיי ביים צוריקקומען - ווען מיר ביידע זענען געווען אינאיינעם געשטראנדעט אין קיעווער לופטפעלד, כאשר יתבאר לפנינו אי"ה), און זיין שכל הישר האט מיר געהאלפן האלטן דעם באלאנס, און מיר דערמאנט אז די טלית ותפילין מוז איך האבן צו די האנט, זינט מיר וועלן אי"ה דאווענען אין פראנקפורט (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער מיר האט זיך געדאכט - אלס ערשטמאליגער פליער מיט אן אפשטעל אינדערמיט - אז ביים אפשטעל סטאנציע באקומט מען די פעקלעך, און מען געבט עס פון פריש אריין ביים אויפשטייגן אויפ'ן קאנעקטינג פלייט... אבער שמערי האט מיר קלארגעשטעלט אז דאס איז נישט דער מציאות, און אויב איך וויל מארגן דאווענען מיט די אייגענע טלית און תפילין - זאל איך דאס שנעל ארויסנעמען פון רענצל. אויך האב איך מיטגענומען די פיינע נאכטמאל וואס די אידענע האט מיר איינגעפאקט אויפ'ן וועג (כ'מיין מיר האבן שוין געשמועסט דערוועגן, אז מיטוואך-מילכיג קען מען נישט איגנארירן, און כאטש מ'האט אויפ'ן פליגער געגעבן א פיינע פליישיגע מאלצייט, האב איך בעפארצוגט די היימישע פיש און פאסטא סאלאט פון שטוב). אין אן אנדערן זעקל האב איך געהאלטן א פעקל בלינצעס וואס איך האב מיטגענומען פון שטוב מיט'ן חשבון צו עסן אין לופטפעלד, און נאכ'ן צייגן אלע דאקומענטן און פאפירן, האט מען אונז פריי געלאזט צו גיין צו די סעקיוריטי אונטערזוכונגען.

המשך יבא אי"ה - אפשר נאך היינט... ווענדט זיך ווילאנג איך זיץ דא מיט'ן מאסקע
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך!!

קוקט אויס אז ווען מען האט אן א מאסקע און די ברילן זענען פארהויכט, שטייגט די שרייבערישע שפראך שטאפל פי כמה,
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דעלישעס!!
זיצדשע ביטע נאך אביסל מיטן מאסקע...
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דעלישעס וואו ארחיקה שרייבט און הערליך וואו אוראיינקל שרייבט, דארף מען נאר וויסן איבער די עווערגרין וואס איז איבערגעבליבן אין קאר.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

לכאורה האט געשריבן: די אלטע יאכנע דארט באגריסט העפליך, אבער ביים זען מיין קלענערן רענצל וואס איך האב געקלערט צו מיטנעמען אויפ'ן פליגער, האט זי מיר שיינערהייט איינגעמאלדן אז דאס גייט נישט פאסירן. זי האט צוגעוויזן צו אזא סדום-בעטל-אייזן אין די זייט, וואס אויב דער רענצל פאסט נישט דארט אריין, איז נישט דא וואס צו מאכן. נו שוין... מיין גאנצע נאכטמאל, אלע מיינע ספרים, מיין טלית ותפילין, אלעס ליגט אין דעם רענצל... וואס טו איך דא?

איך בין באמת געווארן מבוהל (און ווען מען האט אן א מאסקע און די ברילן זענען פארהויכט, שטייגט די בהלה שטאפל פי כמה, כידוע), און זיך אראפגעשטעלט מסדר זיין די רענצלעך... קלערנדיג צוערשט אז אויב איך וועל עטוואס מאגערער מאכן דעם קלענערן רענצל, וועט עס מעגליך יא אריינגיין אין דעם סדום-בעטל. כ'האב אריבערגעלייגט עטליכע זאכן אינעם גרויסן רענצל, און אנדערע זאכן אין א פלאסטישע זעקל וואס איך האב געהאט צו דער האנט, אבער ניין... דער רענצל קען נישט ארויפגיין אויפ'ן פליגער. די באאמטע האט מיט גרויס העפליכקייט געמאלדן אז די לופטליניע וועט מיר נישט רעכענען קיין געלט פאר'ן איינטשעקן מער ווי איין רענצל אונטער'ן פליגער, און אויך דער קלענערער רענצל דארף ווערן אפגעוואויגן און געשיקט מיט די פעקלעך טרעגער צום לאסט אויטא וואס פירט עס צום פליגער.

צו מזל האב איך געהאט שמערי בערי צו די האנט (סיי ביים ארויספארן, און סיי ביים צוריקקומען - ווען מיר ביידע זענען געווען אינאיינעם געשטראנדעט אין קיעווער לופטפעלד, כאשר יתבאר לפנינו אי"ה), און מיין זיין שכל הישר האט מיר געהאלפן האלטן דעם באלאנס, און מיר דערמאנט אז די טלית ותפילין מוז איך האבן צו די האנט, זינט מיר וועלן אי"ה דאווענען אין פראנקפורט (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער מיר האט זיך געדאכט - אלס ערשטמאליגער פליער מיט אן אפשטעל אינדערמיט - אז ביים אפשטעל סטאנציע באקומט מען די פעקלעך, און מען געבט עס פון פריש אריין ביים אויפשטייגן אויפ'ן קאנעקטינג פלייט... אבער שמערי האט מיר קלארגעשטעלט אז דאס איז נישט דער מציאות, און אויב איך וויל מארגן דאווענען מיט די אייגענע טלית און תפילין - זאל איך דאס שנעל ארויסנעמען פון רענצל. אויך האב איך מיטגענומען די פיינע נאכטמאל וואס די אידענע האט מיר איינגעפאקט אויפ'ן וועג (כ'מיין מיר האבן שוין געשמועסט דערוועגן, אז מיטוואך-מילכיג קען מען נישט איגנארירן, און כאטש מ'האט אויפ'ן פליגער געגעבן א פיינע פליישיגע מאלצייט, האב איך בעפארצוגט די היימישע פיש און פאסטא סאלאט פון שטוב). אין אן אנדערן זעקל האב איך געהאלטן א פעקל בלינצעס וואס איך האב מיטגענומען פון שטוב מיט'ן חשבון צו עסן אין לופטפעלד,

ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער שיין!
מיר ליינען מיט אינטערעסע!

(...)
---
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער שיין!
מיר ליינען מיט אינטערעסע!

(...)

נאר א חלק פונעם בילד מיטגעקומען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לכאורה האט געשריבן:המשך בס"ד

השגחה עליונה האט אזוי צוגעפירט אז טייפנדיג די שורות זיץ איך מיט א מאסקע אויפ'ן פנים, פירט עס מיך צוריק צו די געהויבענע נסיעה מיט קנאפע צוויי און א האלב מאנאטן צוריק, ווען מיר זענען געזיצן שעות ארוכות אויף פליגערס זייענדיג אנגעפעלצט מיט א מאסקע אויפ'ן פרצוף דורכאויס די גאנצע צייט. איז זייענדיג אונטער'ן איינפלוס - מיט די פארהויכטע ברילן... רבש"ע, וויאזוי דרייען זיך די ערלים מיט מאסקעס שוין א יאר צייט?... - וועט מען אויסלאזן שטיקער פון די הכנות לנסיעה, און זיך נעמען צום נסיעה גופא.



קודם א גרויסע יישר כח פארן שיינע המשך, אין מיר ווארטן אויף ווייטער

כ'וויל נאר זאגן אז מיר זענען עכט נישט מסכים אז מען זאל אויס לאזן שטיקער פין די הכנות לנסיעה.. ווייל פון די הכנות האבן מיר אויך א געוואלד הנאה געהאט... אין עס איז א גרויסע שאד דאס אויסצולאזן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

נו שוין

אויב דאס איז די תוצאה פון א מאסקע, דאן בין איך מוחל דר. פאוטשי'ן

ס'לוינט זיך יא

דאנקע שעהן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי, קיינער האט נישט באמערקט די טעות... מיר זענען געפארן מיט לופטהאנזא, נישט סוויס עיר... שוין פארראכטן

מומחה יחוס, האב נישט מורא, מ'וועט אי"ה צוריקקומען צו יעדע קרישקעלע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוקעי זעהר גוט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:דעלישעס וואו ארחיקה שרייבט און הערליך וואו אוראיינקל שרייבט, דארף מען נאר וויסן איבער די עווערגרין וואס איז איבערגעבליבן אין קאר.

האט מען נאכנישט גערעדט דערוועגן אין די פריערדיגע קאפיטלען? כמעט זיכער אז יא
אויב נישט, שרייבט מיר דא, און איך וועל עס פארצייכענען אי"ה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

רעים האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: די אלטע יאכנע דארט באגריסט העפליך, אבער ביים זען מיין קלענערן רענצל וואס איך האב געקלערט צו מיטנעמען אויפ'ן פליגער, האט זי מיר שיינערהייט איינגעמאלדן אז דאס גייט נישט פאסירן. זי האט צוגעוויזן צו אזא סדום-בעטל-אייזן אין די זייט, וואס אויב דער רענצל פאסט נישט דארט אריין, איז נישט דא וואס צו מאכן. נו שוין... מיין גאנצע נאכטמאל, אלע מיינע ספרים, מיין טלית ותפילין, אלעס ליגט אין דעם רענצל... וואס טו איך דא?

איך בין באמת געווארן מבוהל (און ווען מען האט אן א מאסקע און די ברילן זענען פארהויכט, שטייגט די בהלה שטאפל פי כמה, כידוע), און זיך אראפגעשטעלט מסדר זיין די רענצלעך... קלערנדיג צוערשט אז אויב איך וועל עטוואס מאגערער מאכן דעם קלענערן רענצל, וועט עס מעגליך יא אריינגיין אין דעם סדום-בעטל. כ'האב אריבערגעלייגט עטליכע זאכן אינעם גרויסן רענצל, און אנדערע זאכן אין א פלאסטישע זעקל וואס איך האב געהאט צו דער האנט, אבער ניין... דער רענצל קען נישט ארויפגיין אויפ'ן פליגער. די באאמטע האט מיט גרויס העפליכקייט געמאלדן אז די לופטליניע וועט מיר נישט רעכענען קיין געלט פאר'ן איינטשעקן מער ווי איין רענצל אונטער'ן פליגער, און אויך דער קלענערער רענצל דארף ווערן אפגעוואויגן און געשיקט מיט די פעקלעך טרעגער צום לאסט אויטא וואס פירט עס צום פליגער.

צו מזל האב איך געהאט שמערי בערי צו די האנט (סיי ביים ארויספארן, און סיי ביים צוריקקומען - ווען מיר ביידע זענען געווען אינאיינעם געשטראנדעט אין קיעווער לופטפעלד, כאשר יתבאר לפנינו אי"ה), און מיין זיין שכל הישר האט מיר געהאלפן האלטן דעם באלאנס, און מיר דערמאנט אז די טלית ותפילין מוז איך האבן צו די האנט, זינט מיר וועלן אי"ה דאווענען אין פראנקפורט (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער מיר האט זיך געדאכט - אלס ערשטמאליגער פליער מיט אן אפשטעל אינדערמיט - אז ביים אפשטעל סטאנציע באקומט מען די פעקלעך, און מען געבט עס פון פריש אריין ביים אויפשטייגן אויפ'ן קאנעקטינג פלייט... אבער שמערי האט מיר קלארגעשטעלט אז דאס איז נישט דער מציאות, און אויב איך וויל מארגן דאווענען מיט די אייגענע טלית און תפילין - זאל איך דאס שנעל ארויסנעמען פון רענצל. אויך האב איך מיטגענומען די פיינע נאכטמאל וואס די אידענע האט מיר איינגעפאקט אויפ'ן וועג (כ'מיין מיר האבן שוין געשמועסט דערוועגן, אז מיטוואך-מילכיג קען מען נישט איגנארירן, און כאטש מ'האט אויפ'ן פליגער געגעבן א פיינע פליישיגע מאלצייט, האב איך בעפארצוגט די היימישע פיש און פאסטא סאלאט פון שטוב). אין אן אנדערן זעקל האב איך געהאלטן א פעקל בלינצעס וואס איך האב מיטגענומען פון שטוב מיט'ן חשבון צו עסן אין לופטפעלד,

ביי אינז פלעגט מען געבען פאר איינען די רענצעל וואס מ'נעמט ארויף אויפ'ן פליגער און ווייזען ביי טשעק אין אן אנדערע קליינע בעק (ווי די טלית און תפילין) און נאך דעם אראפ גענומען די סטיקער פון דעם און ארויף געלייגט אויפ'ן רענצעל.(געווענטליך נאך טשעק אין קוק שוין קיינער נישט אויפ'ן סייז און וואג פון די רענצל נאך דערצו אויב ס'האט די אפציעלע סטיקער פון די טשעק אין)

מ'זעט אז דו קענסט מיך נישט... איך בין א גראדער-מיכל, אז מען לאזט נישט ארויף, איז נישט. נאו גימיקס.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גיימיר דאווענען מנחה ביים כותל, איינער ווייסט וואו מזרח איז דא?

און יישר כח "חסד דשיכון סקווירא" פאר די פיינע מילכיגע בלינצע לכבוד ר"ח, און די פיינע פליישיגע נאכטמאל וואס וועט מעגליך נאכפאלגן (ווענדט זיך ווען מען באפרייט מיך פון דאנעט...)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדזשענע!!! נעקסט טיים שיק אריבער א בלינצע.

#נישט יעדער פארשטייט צו דעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לכאורה האט געשריבן:גיימיר דאווענען מנחה ביים כותל, איינער ווייסט וואו מזרח איז דא?

און יישר כח "חסד דשיכון סקווירא" פאר די פיינע מילכיגע בלינצע לכבוד ר"ח, און די פיינע פליישיגע נאכטמאל וואס וועט מעגליך נאכפאלגן (ווענדט זיך ווען מען באפרייט מיך פון דאנעט...)


וואס איז מיט אייך
פילט איהר גוט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לכאורה האט געשריבן:גיימיר דאווענען מנחה ביים כותל, איינער ווייסט וואו מזרח איז דא?

און יישר כח "חסד דשיכון סקווירא" פאר די פיינע מילכיגע בלינצע לכבוד ר"ח, און די פיינע פליישיגע נאכטמאל וואס וועט מעגליך נאכפאלגן (ווענדט זיך ווען מען באפרייט מיך פון דאנעט...)

הערליך שיין!!

נאך יעדע קאפיטאל דאנק איך דעם בוכ"ע אז איך בין נישט מיטגעקומען.

אז מ'רעדט שוין, און דו האסט שוין א מאסקע, אן עצה טובה פאר די ברילן. צו ארויף די מאסקע גאר הויעך, ביז די אויבערשטע שפיץ נאז, אזוי וועט די גאנצע לופט פון די נאז גיין אויף אראפ נישט ארויף. און די גלעזער גייט זיך מער נישט פארהויכן בעז"ה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”