סאכדעס האט געשריבן:און לענין הפארזעצונג, כוירע, שלעפסט מיך געהעריג צוריק צו די אטעמען אונטערן מאסק. גוט פארציילט, ווייטאגלעך געווען צו זען די וואסערן זיך וואלגערן כדומן על פני השדה, און מ'רעדט דאך פון וואסער וואס קומט נאר נאכ'ן זיך אויסטשעקן ערגעצוואו פארדעם. דיינע דעטאלן זענען געוואלדיג. האסט מיטגעהאלטן די מעשה פון: אהה דו ביסט פון די רויטע שווארצלעך?
ניין איין מעשה האב איך יא מיטגעהאלטן און עס באגלייט מיך טעגליך... "רבי, פאוקעס!"
סאכדעס האט געשריבן:און לענין הפארזעצונג, כוירע, שלעפסט מיך געהעריג צוריק צו די אטעמען אונטערן מאסק. גוט פארציילט, ווייטאגלעך געווען צו זען די וואסערן זיך וואלגערן כדומן על פני השדה, און מ'רעדט דאך פון וואסער וואס קומט נאר נאכ'ן זיך אויסטשעקן ערגעצוואו פארדעם. דיינע דעטאלן זענען געוואלדיג. האסט מיטגעהאלטן די מעשה פון: אהה דו ביסט פון די רויטע שווארצלעך?
ניין איין מעשה האב איך יא מיטגעהאלטן און עס באגלייט מיך טעגליך... "רבי, פאוקעס!"
דאס אז איך חזר מיך איבער, צייגט בלויז אז די אנעקדאטן זענען אמת... נישט אזוי זאגט מען? אויב דער מעשה פארציילער זאגט כסדר איבער די מעשה מיט די זעלבע קנייטשן, איז דאס א סימן אויף די קראנטקייט זיינע.
סאכדעס האט געשריבן:און לענין הפארזעצונג, כוירע, שלעפסט מיך געהעריג צוריק צו די אטעמען אונטערן מאסק. גוט פארציילט, ווייטאגלעך געווען צו זען די וואסערן זיך וואלגערן כדומן על פני השדה, און מ'רעדט דאך פון וואסער וואס קומט נאר נאכ'ן זיך אויסטשעקן ערגעצוואו פארדעם. דיינע דעטאלן זענען געוואלדיג. האסט מיטגעהאלטן די מעשה פון: אהה דו ביסט פון די רויטע שווארצלעך?
ניין איין מעשה האב איך יא מיטגעהאלטן און עס באגלייט מיך טעגליך... "רבי, פאוקעס!"
חחח,
די רויטע מעשה העליך דיר מוזן פארציילן פא"פ.
האפעך אז סהעט קומען אן אויספירליכע באריכט איבער דעם "רבי פאוקעס.."
המשך בס"ד - דריטע קאפיטל געשריבן צו ווערן פונעם PICU צימערל אין שפיטאל, וואו איך בעיביזיץ א צדיק'ל לרפו"ש, דאס קינד פון א קרוב/חבר/קאלעגע
דער פליגער וואס האט אונז געפירט פון נוארק קיין פראנקפורט, איז געווען א גרויסער "333" סארט, וואס אין די עקאנאמיע קלאס וואו רוב פון אונז זענען געזיצן (מיט'ן אויסנאם פון געציילטע עשירים - אין פוינטס - בינינו וואס זענען געפארן ביזנעס) האט עס פארמאגט 6 זיצן פער רייע, איינגעטיילט 2-4-2. מיר האט מען צוגעטיילט צו זיצן ביי די מיטלסטע זיצן, דער צווייטער פון לינקס. צו מזל איז מיין לינקער שכן געווען נישט קיין אנדערער ווי "אן א נאמען" (יא די ניק), מיט וועמען איך האב מיך עטוואס באקאנט געמאכט אין די פאר מינוטקעלעך וואס מיר האבן געשמועסט אנהייב פון די נסיעה. צו מיין גרעסער מזל איז דער זיץ אויף מיין רעכטע זייט געבליבן ליידיג במשך די גאנצע נסיעה, געבנדיג מיר אן ארט אנידערצושטעלן מיין הוט [פרעג נישט פארוואס איך האב עס נישט געשטעלט אין די קאבינע העכער'ן זיץ, כ'האב נישט קיין צופרידנשטעלנדע ענטפער... אויך נישט אויף די פראגע פארוואס איך בין די גאנצע לאנגע וועג געזיצן מיט מיין רעקל אנגעטון], אדער די קושעלע און בלענקעט וואס מען האט אויסגעטיילט און איך האב עס נישט באדארפט וויבאלד איך האב אנגעהאט דעם קושעלע פון מיין ברודער און דעם רעקל וואס האט מיר גענוג געווארעמט.
אבער די גרעסטע ריווח וואס איך האב געהאט פון דעם ליידיגן זיץ צו מיין רעכטע זייט, איז געווען דער הפסק וואס דאס האט געמאכט צווישן מיר און די גוי'אישע פרוי וואס איז געזיצן אויפ'ן 'אייל-זיץ' צו מיין רעכטע זייט. איך האב מיך אזוי שטארק געפריידט נישט צו דארפן זיצן נעבן א פרוי, ווייל סיי ווי אזוי מען באהאנדלט דאס, איז עס אומבא'טעמ'ט. אויב הייבט מען אן זוכן א נייע פלאץ, טוישן מיט א צווייטן, קען מען מיט איין ווארט אנווירטשאפן א חילול השם וכדו', און אויב פירט מען זיך ווי מאנכע - צו זיצן נעבן די פרוי איינגעקורטשעט אין זיך מיט פארמאכטע אויגן און חזר'ן די שש זכירות במשך די גאנצע וועג (מעשה שהי'! שמעתי מאיש חסיד אחד) - איז דאס אויך העט ווייט פון געשמאק. איז אלזא גאר גרויס געווען מיין פרייד צו זען נאך עטליכע לענגערע מינוטן אז אט דער זיץ נעבן מיר בלייבט פריי ב"ה.
ווי נאר דער עולם האט זיך מסדר געווען אויף די זיצן, איז שוין געווען דער זמן מעריב פון רבינו תם, און מען האט באשלאסן אז עס איז דאס פראקטישסטע צו דאווענען תיכף ומיד, נאך איידער מען פליהט ארויס. סאכדעס האט גע'פסק'נט אז דער עולם זאל דאווענען אויף די זיץ פלעצער און זיך נישט אויפשטעלן אפילו, ער פאר זיך איז יא געשטאנען, דינענדיג אלס בעל תפלה [ניין, ער איז נישט אין יאר, אבער יא, ער האט פארגעדאוונט סיי מנחה און סיי מעריב... דאכט זיך אז אויך ביי שחרית אין פראנקפורט האט ער אנגעפירט איינע פון די עטליכע מנינים וואס האבן זיך געשטעלט דארט].
איין ערנסטע פראבלעם האב איך געהאט אויף דעם גאנצן ליבן וועג קיין פראנקפורט... און דאס איז אז דער סקרין פארנט פון מיר האט נישט געארבעט! איך האב פרובירט דאס אנצוצינדן און אויסצולעשן מערערע מאל, קוועטשן אלע סארט קנעפלעך, אבער עס איז געווען ווי פארפרוירן און בלויז געצייגט איין געוויסע סקרין די גאנצע צייט. איך האב מקנא געווען מיינע שכנים וואס האבן זיך מחי' געווען מיט פארשידענע פארוויילונגען בדרך היתר (אויפ'ן וועג צוריק האב איך נקמה גענומען... שפילנדיג א 'טריוויע' שפיל מיט 2 שכנים, וואס איך מוז מודה זיין אז איך האב נישט געווינען טראץ מיינע ידיעות אין מילי דעלמא...)
דער פליגער איז געווען געפלאנט צו אפרייזן אום 6:10, אבער מען האט זיך שוין אוועקגעצויגן פונעם טערמינאל א וויילע פריער. איך האב געשריבן א טעקסט צו מיין אידענע אום אכט מינוט צו זעקס אז איך דארף שוין פארלעשן דעם טעלעפאן ווייל דער פליגער האט אנגעהויבן 'טעקסי'ען' - דאס מיינט פארן צום ראנוועי. למעשה האט מען זיך אפילו געהויבן עטליכע מינוט פריער ווי דער סקעדזשועל, און היות די ווינטן האבן מיטגעשפילט, האט מען אויך געלאנדעט א שיינע וויילע פריער ווי דער געפלאנטער 7:45 אינדערפרי - פראנקפורטער זייגער. [כ'געדענק פון מיין נסיעה קיין אנטווערפען בשנת תשס"ט אז דער עולם איז געווען ערשטוינט אז דער פליגער איז אנגעקומען אהין מיט א גוטע האלבע שטונדע פאראויס פונעם פלאן, איין אלטער איד האט זיך געאייסערט אז עס איז גאר געפארן אויף א 'מיליטערישע וועג'...]
מיין ווייטע שכנה פון די רעכטע זייט, האט זיך געהאלטן אקופירט די גאנצע וועג מיט א 'קינדל' כלי אויף וואס זי האט גע'מישט' בלעטער במשך די גאנצע צייט. הלואי וואלט איך געהאט אזא התמדה צו ספרים הקדושים ווי זי האט געהאט צו דעם נארישן בוך. פארנט פון מיר איז געזיצן א טערקישער גוי, און אויך דער זיץ צו זיין רעכטע זייט איז געווען ליידיג, ווען ביי די 'אייל' זיץ זיצט א היימישער יונגערמאן וואס רעדט צו אים הויך א מייל א מינוט איבער אלעס און אלעמען, א זאך וואס האט געגרידזשעט מיינע נערוון... דער אלץ-ווייסער, אדער עכ"פ אזוי האלט ער, האט בכלל נישט געווארט דער טערק זאל אים פרעגן פארוואס מען טראגט א קאפל און ציצית און פארוואס נאך א מיליאן זאכן, ער האט פון זיך אליינס אנגעהויבן פארלערנען פאר יענעם א שיעור אין אידישקייט, אומגעבעטן און מסתמא אומגעשעצט... מיינע אויערן האבן געקראצט פאר דעם טערק וואס באקומט דא אן אומזיסטע און איבעריגע לעקציע אין זאכן וואס קימערן אים נישט, איך האב אזוי געהאפט אז דער יונגערמאן איז נישט טייל פון אונזער סוויטע... און אזוי איז טאקע געווען [ווען יא, וואלט איך מיך צוריקגעהאלטן פון באשרייבן ווי שטארק עס האט מיר געעגבערט מיטצוהאלטן דעם געשפרעך...]
מיין לינקער שכן, "אן א נאמען", האט געהאט א קלער זיך צו מאכן באקוועם אין א ליידיגע ביזנעס קלאס זיץ, און האט שוין אפילו אריבערגעפירט זיין וואלוזע אהין. אבער עס האט זיך אים עפעס נישט אויסגעארבעט דער וואזשנער פלאן, און ער איז למעשה צוריקגעקומען מיט ליידיגע הענט, מסתמא האט דער וואלוזע יא געפונען דארט א גוטע מקום מנוחה. ווען איך האב אים געזען ארויסנעמען א משניות פון זיין טעשל און לערנען פלייסיג, האב איך מיך דערמאנט אז ליידער ליידער האב איך נאכנישט קובע געווען יענעם טאג עתים לתורה... איך האב אים געפרעגט אויב ער האט סיי וועלכע ספר וואס ער קען מיר פארבארגן, און - ווי שוין געשריבן אין די פריערדיגע קאפיטלען - ער האט פונקט געהאט אן "אוצר הלכות" חלק א', וואס איך האב שוין אמאל דורכגעלערנט, אבער חזרה איז זייער וויכטיג. יעדע מאל מען לערנט אזא סארט ספר, איבערצייגט מען זיך פון פריש וויפיל נויטיגע הלכות מען האלט אין איין פארגעסן, ודברי תורה צריכין חיזוק.
איך האב אנגעהויבן דעם ספר פון אנפאנג, לערנענדיג די ענינים פון תיקון חצות, השכמת הבוקר, לבישת בגדים און בית הכסא. איין אינטערעסאנטע רמז איז מיר דעמאלטס בייגעפאלן און איך וועל עס דא מיטטיילן. ער ברענגט ביי דיני לבישת בגדים (אין די הערות) בשם דער הייליגער זידיטשובער זי"ע, אז ווען מען טוט זיך אן די וועש, זאל עס זיין אויף דעם סדר: יארמולקע, העמד, ציצית און הויזן. האב איך געטראכט אז דאס איז מרומז אין די פיר אותיות פונעם הייליגן שם הוי"ה, וואס איז נוטריקון י'ארמולקע ה'עמד ו'ואלענע-ציצית ה'ויזן... [און, זינט דאן איז מיר גרינגער צו געדענקן דעם סדר ביים אנטון זיך... ווי דער חתם סופר שרייבט אויף אן ארט, אז דער ענין פון חידושי תורה איז, אז דורכדעם געדענקט מען בעסער דאס לערנען, אמער 'איך האב דא מחדש געווען דאס און דאס'].
ווי אינטערעסאנט איז מיר געווען צו זען די תחבולות פונעם יצר הרע... דער זייגער האט געקלאפט קוים אכט אזייגער, וואס אין פרידנסצייטן האלט איך יעצט ביי נאכטמאל און בעפאר דעם נאכט שיעור, אבער אזוי זיצנדיג איבער'ן אוצר הלכות, האב איך מיך געטראפן אויפוועקן פון א דרימל יעדע פאר מינוט, ווי גלייך עס וואלט געווען 3 אזייגער פארטאגס... אזוי גייט עס, צו שטופן די צייט האט מען אייביג כח און מח, און ווען מען זעצט זיך ענדליך לערנען - קומט דער יצר הרע און מאכט מען זאל איינדרימלען. איך האב פרובירט צו לערנען כאטש איין שעה, כאטש אזויפיל מעג א אידיש קינד לערנען אפילו ער איז טרוד מיט א נסיעה, און דאן האב איך פארמאכט דעם ספר, דאס אפגעבן דעם בעל הבית, און זיך צוגעמאכט די אויגעלעך.
ווען די באדינער זענען ארומגעגאנגען טיילן משקה, האב איך באמערקט עפעס וואס האט מיך געבאדערט, און איך האב שוין געשריבן דערוועגן אין פובליקום: היימישע אידן בעטן פארשידענע משקאות, קאוקע קאולע וכדומה, און זיי כאפן נישט אז ווען זיי בעטן אויך אייז, טוט דער סארווירער איינטינקען אין זייער געטראנק דעם זעלבן צווענגעלע וואס ער האט נארוואס גענוצט אריינצושטעלן אייז אין דעם גוי'ס וויין! מיר האבן דעם שאלה אויפגעברענגט פאר'ן דאיען, וועלכער האט עס אוועקגעמאכט אלס א ווייטע חשש. שפעטער האבן מיר געהערט פון הרה"ג ר' ... שליט"א דומ"ץ התאחדות הרבנים - וועמען מיר האבן שפעטער געטראפן אין מעזיבוז און ער איז אביסל מיטגעזיצן מיט אונזער חבריא ביי די סעודות - אז אויב מען האט קלאר געזען ווי דער לעפל גייט פון דעם גוי'ס יין נסך צום איד'ס געטראנק, איז יא דא א מקום חושש צו זיין דערוועגן. {פראגראמינג נאטיץ: יעצט איז 9:00, און מיין נאכט חברותא מעלדט מיר אז ער וועט נישט קענען היינט לערנען... אייער ריווח...}
סתם פאר אייער אינפארמאציע, אויב איר באקומט אמאל אן 'אייל' זיץ אויפ'ן פליגער, וואונטש איך אייך צו האבן אזא גאטונג שכן ווי מיר... איך האב מיר אזוי אויסגעשטעלט מיינע נסיעות אז עס עקזיסטירט נישט אזא באגריף ווי זיך אויפשטעלן פון זיץ, פון ווען מען זעצט זיך אראפ ביז מען שטייגט אפ, זאל דער נסיעה געדויערן ווילאנג עס געדויערט... [דערווייל איז די לענגסטע נסיעה געווען ארום 8 שעה, כ'גלייב אז ביים פארן קיין אוסטראליע וועל איך נישט קענען אזוי שפילן דעם 'פרעה' טייל]. איך האב דאס די ערשטע מאל פראקטיצירט ביי מיין פריערדיגע נסיעה, תשע"ו קיין לאנדאן, ווען איך האב מיך נישט אויפגעהויבן פון זיץ ארט במשך די גאנצע נסיעה, טראצדעם וואס עס איז דאן אויסגעקומען צו דאווענען שחרית אויפ'ן פליגער אויב מען וויל כאפן סוף זמן תפילה אדער זאגאר חצות. איך האב דאן געהאלטן די טלית און תפילין אינעם קאבינע, און נישט וועלנדיג אויפוועקן מיין גוי'אישן שכן האב איך געפאסט א באשלוס צו דאווענען שחרית אן די טלית ותפילין, אבי צו כאפן דעם זמן תפילה. שפעטער נאכמיטאג אין די אכסניא האב איך אנגעטון טלית און תפילין און געזאגט די פרשיות דערמיט.
* העתקה פון יענע טאגבוך [וואס איך האב געטראפן יעצט אין מיין אימעיל, נאך א מזל איך האב עס אמאל געשיקט צו איינעם, ווייל איך זיץ דא מיט א ליידיגע כלי וואס פארמאגט נישט אלע מיינע פיילס אויף זיך] *
"איך ווייס נישט אויב איך האב ריכטיג געטוהן, אבער וויבאלד איך בין געווען אומבאקוועם זיך צו הייבן פון ארט און אדורכגיין דעם שלאפנדן שכן, האב איך אנגעטוהן מיין טאשן-גארטל, און געלייגט דעם ברילן-פיצער סחורה אונטערן קאפל אנשטאט א הוט, און אנגעהויבן זאגען פון פארנט (גראדע פיר איך מיך צו זאגען טעגליך קרבנות אן טלית ותפילין, בשעת איך ווארט אויף מיין חברותא אדער אויף די מקשיבי השיעור). ווען איך האב איינגעזען אז עס ווערט שפעט און איך האב נישט קיין אנדערע ברירה, האב איך זיצנדיגערהייט אן די טלית ותפילין אפגעדאווענט פון הודו ביז נאך עלינו (מיין טאטע האט אויך געדאווענט זיצנדיג, ער איז בלויז אויפגעשטאנען אנצוטוהן טלית ותפילין). הערשט שפעטער נאכמיטאג אנקומענדיג צו די אכסניא אין לאנדאן האב איך אנגעטוהן טלית ותפילין פון רש"י און רבינו תם און געזאגט מיט זיי די פיר פרשיות, תהלים און געלערנט חומש רש"י." * עד כאן העתקה * [-אויסער די שינויים אין ווערטערליכע אויסלייג, א זאך וואס האלט זיך אין איין טוישן ביי מיר... האבן זיך נאך זאכן געביטן אין די לעצטע פינף יאר, און איינס דערפון אז איך זאג טעגליך פון פארנט מיט די טלית און תפילין דוקא, נאכ'ן לערנען אין ספר אוצר הלכות אז דאס איז מער לויט אונזער מסורה און מנהג]
און טאקע אויך ביי די דאזיגע נסיעה האב איך באוויזן דעם קונץ, אנטוענדיג דעם זיץ גארטל ווי נאר איך האב בארירט דעם זיץ ארט, און זיך נישט אויפגעשטעלט ביז ערלויבעניש איז געגעבן געווארן אפצושטייגן אין פראנקפורט. נאך א קונץ האב איך באוויזן, אז קיין איינער פון די מאנשאפט האט מיר נישט געדארפט במשך די גאנצע רייזע בעטן/ווארענען צו פארריכטן אדער אנטון די מאסקע, א זאך וואס נישט קיין סאך פון אחינו בני ישראל קענען באווייזן... איך בין אבער נישט אויסגעמיטן געווארן פון ווערן אויפגעוועקט אינמיטן דרימלען צוליב דעם מאסקע אנזאג, דען מיינע שכנים (איך זאג נישט ווער..., אבער נישט נאר אידעלעך, להבדיל דער טערק האט אויך באקומען א ווארענונג צו אנהאבן די מאסקע ווען ער רעדט מיט די מאנשאפט) האבן כסדר באקומען דערמאנונגען און זאגאר סטראשונקעס, טייל מאל ווערנדיג אויפגעוועקט דערוועגן מיט א געשריי (ימח שמם!)
ווען מען האט געטיילט דאס עסן, האב איך באקומען ווארעמע [ליין: אויסגעקילטע] פליישיגע עסן מיט א פיינעם הכשר, אבער ווי געשריבן האב איך אויסגעקליבן צו עסן די היימישע פארעווע עסן, די סלייס סעלמאן פיש מיט די לאקשן סאלאט אנשטאט. איך האב למעשה בלויז גענומען פון די מאנשאפט א פלעשל וואסער, וואס איך האב בלויז גענוצט פאר נעגל וואסער... זינט צום טרינקען האב איך שוין געקויפט אינעם נוארקער טערמינאל, און צופיל טרינקען האב איך אויך נישט געוואלט, נישט צו ברעכן דעם 'פרעה' שפיל... ווען עס איז ליכטיג געווארן אינדרויסן, האב איך עטוואס באנעצט די שפיץ פינגער פונעם וואסער פלאש וואס זיי האבן געטיילט, און די רעשטע האב איך געלאזט אינעם טאש פארנט פונעם זיץ, צוזאמען מיט די פארשידענע אנווייזונג צעטלעך וואס געפונען זיך דארט שטענדיג.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סאכדעס האט געשריבן:און לענין הפארזעצונג, כוירע, שלעפסט מיך געהעריג צוריק צו די אטעמען אונטערן מאסק. גוט פארציילט, ווייטאגלעך געווען צו זען די וואסערן זיך וואלגערן כדומן על פני השדה, און מ'רעדט דאך פון וואסער וואס קומט נאר נאכ'ן זיך אויסטשעקן ערגעצוואו פארדעם. דיינע דעטאלן זענען געוואלדיג. האסט מיטגעהאלטן די מעשה פון: אהה דו ביסט פון די רויטע שווארצלעך?
ניין איין מעשה האב איך יא מיטגעהאלטן און עס באגלייט מיך טעגליך... "רבי, פאוקעס!"
חחח,
די רויטע מעשה העליך דיר מוזן פארציילן פא"פ.
ר' דאעין איר קענט פארצילען פארן רב וואס איר ווילט פא"פ . אבער מאכט אונז נישט ניעגערג...
אז די האסט מיך שוין דערמאנט וויל איך נאר צולייגען אז ביז היינט בין איך נאך נבהל ונשתומם פון דעם גבורת הנפש פון הרב @לכאורה זיך נישט אויפשטעלן קיין איין מאל אינמיטען דעם לאנגען נסיעה (סדא אסאך צו שרייבן אויף אים בין איך נישט קיין גרויסע שרייבער) אבער און מיי אפיניאן עס זאגט אסאך אויף דעם איד, נאר געזעצן על התורה ועל העבודה (פארשטייט זיך שיין פארברענגט אויך) און געשטאנען ווייט פון יעדע צל ספק חילול השם