פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:למעשה סתם ערב שבת איז דען אסור זיך צו וואשן נאך חצות פאר מנחה קטנה?

או"ח סי' רמ"ט ס"ב.
אָסוּר לִקְבֹּעַ בְּעֶרֶב שַׁבָּת סְעֻדָּה וּמִשְׁתֶּה שֶׁאֵינוֹ רָגִיל בִּימֵי הַחֹל, וַאֲפִלּוּ הִיא סְעֻדַּת אֵרוּסִין, מִפְּנֵי כְּבוֹד הַשַּׁבָּת, שֶׁיִּכָּנֵס לְשַׁבָּת כְּשֶׁהוּא תָּאֵב לֶאֱכֹל; וְכָל הַיּוֹם בִּכְלַל הָאִסוּר. הגה: וּסְעֻדָּה שֶׁזְּמַנָּהּ עֶרֶב שַׁבָּת, כְּגוֹן בְּרִית מִילָה אוֹ פִּדְיוֹן הַבֵּן, מֻתָּר, כֵּן נ''ל וְכֵן הַמִּנְהָג פָּשׁוּט. וְלֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת בְּלִי קְבִיעוּת סְעֻדָּה, אֲפִלּוּ סְעֻדָּה שֶׁרָגִיל בָּהּ בַּחֹל, כָּל הַיּוֹם מֻתָּר לְהַתְחִיל מִן הַדִּין, אֲבָל מִצְוָה לְהִמָּנַע מִלִּקְבֹּעַ סְעֻדָּה שֶׁנָּהוּג בָּהּ בַּחֹל, מִט' שָׁעוֹת וּלְמַעְלָה.

און סעודת פורים איז א סעודה גדולה.

(מיר זענען טאקע ברודער, און אפילו פון די זעלבע טאטע, אבער נישט פון יענע טאטע וואס וואשט זיך נאך חצות...)

איז דאך דער רמ"א מתיר ביי א סעדה שזמנה ערב שבת.

(ווי זאגט נאר דער רבי (מהר"א)? מיר האבן טאקע איין פאטער, אבער מיט האבן נישט איין מותר (מוטער)...)


פאיע'ר רב שליט"א האט געזאגט ביים שיעור אז מען זאל זיך וואשן פאר חצות, אזוי די רמ"א.

אויך האט ער גאר שטארק מפקפק געווען אויף די עצה פון פורס מפה ומקדש,זאגענדיג אז אונז זענען נישט קיין גרים,אונז האבן עס נישט געזעהן ביי אונזערע עלטערן, אין אויך איז עס א ערנסטע שאלה אויף די המוציא, אין עפ"י האר"י דארף מען דאווענען מעריב פאר די סעודה, אין ס'איז א שאלה צו מען דארף זאגן על הניסים ביים בענטשען.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שפע רב האט געשריבן:פאיע'ר רב שליט"א האט געזאגט ביים שיעור אז מען זאל זיך וואשן פאר חצות, אזוי די רמ"א.

אויך האט ער גאר שטארק מפקפק געווען אויף די עצה פון פורס מפה ומקדש,זאגענדיג אז אונז זענען נישט קיין גרים,אונז האבן עס נישט געזעהן ביי אונזערע עלטערן, אין אויך איז עס א ערנסטע שאלה אויף די המוציא, אין עפ"י האר"י דארף מען דאווענען מעריב פאר די סעודה, אין ס'איז א שאלה צו מען דארף זאגן על הניסים ביים בענטשען.

עמעץ האט דא דערמאנט וועגן עפעס א קפידה און א רמא אז מ'זאל נישט דאווענען מנחה פרי, דער רב האטעס דערמאנט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אנעים זמירות האט געשריבן:מיין פלאן בעזה"י איז מנחה אום 3.15, חלה, סושי, יוהך מיט קרעפלעך, פלייש, הדלקת הנרות, קבלת שבת, קידוש, חלה (לחם משנה), סעמאן, דעלי ראול (פשטידא) מיט פערפל און מייערען, צושפייז, ברכת המזון על הנסים און רצה, מעריב.

ביי ברכת המזון זאגסטע ביידע? רצה און על הנסים? דו האלטסט נאך פאר מעריב. ממה נפשך, ניין?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:מיין פלאן בעזה"י איז מנחה אום 3.15, חלה, סושי, יוהך מיט קרעפלעך, פלייש, הדלקת הנרות, קבלת שבת, קידוש, חלה (לחם משנה), סעמאן, דעלי ראול (פשטידא) מיט פערפל און מייערען, צושפייז, ברכת המזון על הנסים און רצה, מעריב.

ביי ברכת המזון זאגסטע ביידע? רצה און על הנסים? דו האלטסט נאך פאר מעריב. ממה נפשך, ניין?

מ'קען מצרף זיין די שיטות אז שושן פורים מעג מען זאגן ועל הניסים. וכן נהגו כמה צדיקים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער מג"א האלט מ'קען זאגען ביידע.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מ'קען מצרף זיין די שיטות אז שושן פורים מעג מען זאגן ועל הניסים. וכן נהגו כמה צדיקים.

מיט דעם איז היי יאר גרינגער די 'פורס מפה' ווי די ירושלימ'ער פורס מפה.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פאפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

תנא-קמא האט געשריבן:פורים בעש"ק
קד) בשנת תשי"ד חל פורים בעש"ק. רבינו [הויחי יוסף מפאפא] זצ"ל התפלל מנחה של עש"ק בשעה 2 בערך ואח"כ נכנס לסעודת פורים. וכשהגיע זמן הדלקת נרות של שבת עלה לביתו והוריק כל חפצי מוקצה מכיסו ואח"כ בא חזרה. לאחר ביהמ"ז המשיכו והאריכו בריקודין תוך ליל שבת קודש. (מפי הרה"ח ר' אליעזר דוד אויש הי"ו [ע"ה], המשב"ק אז)

קה) סיפר רבינו, פעם כשחל פורים בעש"ק א) הי' אאמו"ר [הויגד יעקב]ז צוק"ל מבושם, ונכנס לחדרו לנוח קצת "און ער איז פארשלאפען ביז קבלת שבת" (כי שום איש לא ההין לעוררו) וסיים רבינו אבל הקבלת שבת אחר כך היה לעילא ולעילא בהתלהבות גדול בלתי משוער. (הנ"ל)
א) לפי הנראה בשנת תרפ"ג ב'צעהלים.

אגב:
להיות עושים את שני הימים האלה
קו) פעם בשושן פורים ראה רבינו אצל שלחן הטהור את אחד המשב"ק שהי' חבוש בכובע של חול על ראשו (בשנים קדמוניות לא הורגלו כ"כ בלבישת בגדי שבת בשושן פורים) רמז לו רבינו בתמיהה למה אינו חובש שטריימל ביום זה, והלך הביתה וחזר בלבישת בגדי שבת. (מפי הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו)

נדפס ב"אור חדש" תשע"ד


לפי"ז האט מען געדאווענט מנחה אין פאפא פארן סעודה.
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

א גאר אינטערעסאנטע שטיקל אויפן הייליגן ריבניצער פונעם ספר במחיצתי פון ר' אברהם הכהן ז''ל.

דא שרייבט ער אז די רביניצער האט געדאווענט מנחה פארן סעודה און געטון דעם פורס מפה ומקדש.
אבער פארשטייט זיך אז פונעם ריבניצער קען מען זיך נישט לערנען איבער זמנים...

"פעם הייתי אצלו בחג הפורים בפלארידע ובאותו שנה חל פורים ביום שישי. זוכרני שהבאתי לרבינו בקבוק יי''ש טוב במיוחד, והגבאי לא הסכים בשום אופן שרבינו ישתה מזה... למעשה הצלחתי להעביר הבקבוק לידי רבינו והוא הטמינו מחתח לבגד עליון שלו...

היתה זו סעודה יפה מאד ומיוחדת במינה. תפלת מנחה התפלל רבינו לפני הסעודה ואח''כ נטל ידיו לסעודת פורים.

באמצע הסעודה כאשר כבר היה סמוך לשקיעה, קם רבינו ממקומו והדליק את הנרות לכבוד שבת, כעבור זמן אמר רבינו 'פורס מפה ומקדש', וקידש, והמשיך בסעודה לתוך ליל שבת קודש וברכו ברהמ''ז לפני חצות. או אז ניגש רבינו לקבלת שבת והתחיל בהתלהבות לכו נרננה בכזו התרעננות ובכוחות מחודשים".
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וואס איז דער פראבלעם זיך צו וואשן מבעוד יום, גיין אין שול צו מנחה און קבלת שבת און מעריב ווי יעדע וואך, און אהיים קומען קידוש מאכן און ממשיך זיין מיט די סעודה?

אויך קען מען מאכן עירלי שבת און אנהייבן די סעודה מיט קידוש על כוס יין מלא און ממשיך זיין מיטן סעודת משתה היין די זעלבע צייט אין טאג ווי אלע יארן. (מען זאל נאר מאכן א סעודה צופרי אויך, אזוי ווי אלע יארן, אין קעיס די קבלת שבת און מעריב איז א סתירה מיטן חובת משתה ושמחה מבעוד יום)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

שאגת ארי האט געשריבן:א גאר אינטערעסאנטע שטיקל אויפן הייליגן ריבניצער פונעם ספר במחיצתי פון ר' אברהם הכהן ז''ל.

דא שרייבט ער אז די רביניצער האט געדאווענט מנחה פארן סעודה און געטון דעם פורס מפה ומקדש.
אבער פארשטייט זיך אז פונעם ריבניצער קען מען זיך נישט לערנען איבער זמנים...

"פעם הייתי אצלו בחג הפורים בפלארידע ובאותו שנה חל פורים ביום שישי. זוכרני שהבאתי לרבינו בקבוק יי''ש טוב במיוחד, והגבאי לא הסכים בשום אופן שרבינו ישתה מזה... למעשה הצלחתי להעביר הבקבוק לידי רבינו והוא הטמינו מחתח לבגד עליון שלו...

היתה זו סעודה יפה מאד ומיוחדת במינה. תפלת מנחה התפלל רבינו לפני הסעודה ואח''כ נטל ידיו לסעודת פורים.

באמצע הסעודה כאשר כבר היה סמוך לשקיעה, קם רבינו ממקומו והדליק את הנרות לכבוד שבת, כעבור זמן אמר רבינו 'פורס מפה ומקדש', וקידש, והמשיך בסעודה לתוך ליל שבת קודש וברכו ברהמ''ז לפני חצות. או אז ניגש רבינו לקבלת שבת והתחיל בהתלהבות לכו נרננה בכזו התרעננות ובכוחות מחודשים".

און וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט די ברוינפן??
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

Programming האט געשריבן:וואס איז דער פראבלעם זיך צו וואשן מבעוד יום, גיין אין שול צו מנחה און קבלת שבת און מעריב ווי יעדע וואך, און אהיים קומען קידוש מאכן און ממשיך זיין מיט די סעודה?

סאיז א הפסק ממה נפשך

אויך קען מען מאכן עירלי שבת און אנהייבן די סעודה מיט קידוש על כוס יין מלא און ממשיך זיין מיטן סעודת משתה היין די זעלבע צייט אין טאג ווי אלע יארן. (מען זאל נאר מאכן א סעודה צופרי אויך, אזוי ווי אלע יארן, אין קעיס די קבלת שבת און מעריב איז א סתירה מיטן חובת משתה ושמחה מבעוד יום)


מאיז נישט מקיים סעודת פורים
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

0
Programming האט געשריבן:וואס איז דער פראבלעם זיך צו וואשן מבעוד יום, גיין אין שול צו מנחה און קבלת שבת און מעריב ווי יעדע וואך, און אהיים קומען קידוש מאכן און ממשיך זיין מיט די סעודה?

אויך קען מען מאכן עירלי שבת און אנהייבן די סעודה מיט קידוש על כוס יין מלא און ממשיך זיין מיטן סעודת משתה היין די זעלבע צייט אין טאג ווי אלע יארן. (מען זאל נאר מאכן א סעודה צופרי אויך, אזוי ווי אלע יארן, אין קעיס די קבלת שבת און מעריב איז א סתירה מיטן חובת משתה ושמחה מבעוד יום)

דאווענען איז א הפסק לגבי ברהמ''ז, לכתחילה זיכער נישט, מקבל זיין שבת פרי איז מבואר אז מ'איז נישט יוצא סעודת פורים (איך פארשטיי אז מ'רעדט נישט פון די איינציגסטע סעודה, דאך) איז פארבלייבט נאר פורס מפה אויב מוויל אריינציען.
אוועטאר
שנייאיגע ווינטער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:40 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנייאיגע ווינטער »

מיינען צוויי צענט פונעם פארלאפענעם פורים'דיגע ער"ש..

כ'גלייב כ'גיי מיך מער קיינמאל אנטרינקען ער"ש שחל בו פורים.. (נעקסטע מאל עס פאלט אויס איז אין פיר יאר ארום, תשפ"ה)

היי יאר האבעך מיר געהעריג אנגעטרינקען מיטן כוונה צו מקיים זיין דעם עד שלא ידע, אבער למעשה האט די ניכטער'קייט געוואונען.. כ'בין געווען אביסל לעבעדיג, אבער מיין מוח איז געווען פולי אין קאנטראל..
דאס איז אבער געווען אן השגחה פרטית, ווייל וואס כ'האב שפעטער צוגעזען אין מקווה און שפעטער אין ביהמ"ד, האט מיר אביסל שאקירט, און כ'וויל בשו"א נישט זיין אין די מצב און סיטואציע (דאפלטע לשון? כ'ווייס).. כ'בין נישט קיינעם'ס משגיח, אבער פאר מיר איז דאס שוין נעקסט לעוועל.

אסאך קען זיך נאך טוישן אין פיר יאר, אבער כ'גלייב נישט כ'גיי מיך נאכאמאל אנטרינקען אין אז א מין יאר.

____________


יעצט קען מען זיך אריבערציען צום נעקסטן סטאפ, שבת קודש שחל בו ערב פסח!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ביינונז און בית המדרש איז אויך געווען שיכורים,נישט געפערליך.. נישט דאס וועט זיין אן אפהאלט נעקסטע מאל,!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

שנייאיגע ווינטער האט געשריבן:מיינען צוויי צענט פונעם פארלאפענעם פורים'דיגע ער"ש..

כ'גלייב כ'גיי מיך מער קיינמאל אנטרינקען ער"ש שחל בו פורים.. (נעקסטע מאל עס פאלט אויס איז אין פיר יאר ארום, תשפ"ה)

היי יאר האבעך מיר געהעריג אנגעטרינקען מיטן כוונה צו מקיים זיין דעם עד שלא ידע, אבער למעשה האט די ניכטער'קייט געוואונען.. כ'בין געווען אביסל לעבעדיג, אבער מיין מוח איז געווען פולי אין קאנטראל..
דאס איז אבער געווען אן השגחה פרטית, ווייל וואס כ'האב שפעטער צוגעזען אין מקווה און שפעטער אין ביהמ"ד, האט מיר אביסל שאקירט, און כ'וויל בשו"א נישט זיין אין די מצב און סיטואציע (דאפלטע לשון? כ'ווייס).. כ'בין נישט קיינעם'ס משגיח, אבער פאר מיר איז דאס שוין נעקסט לעוועל.

אסאך קען זיך נאך טוישן אין פיר יאר, אבער כ'גלייב נישט כ'גיי מיך נאכאמאל אנטרינקען אין אז א מין יאר.

____________


יעצט קען מען זיך אריבערציען צום נעקסטן סטאפ, שבת קודש שחל בו ערב פסח!

קענסט שוין אנזאמלען אביסל עקסטער שלאף. ערב שבת פסח שחרית איז אין אלע שוהלן. צווישן זעקס דרייסיג אין זיבען דרייסיג
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אבער נאכדעם קומט א לאנגע שינה בשבת תענוג נאכמיטאג
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ווער עס דארף נאך א ברכה קען קומען אויף יאוואזשנא. דא איז נאך טאג מטאנצט נאך אויף די טישן און דער רב איז בגילופין און טיילט ברכות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ערשט צוריק צו די הלכה אין סי' תרצ"ה אויפן רמ"א "וכשחל פורים ביום ששי יעשו הסעודה בשחרית משום כבוד שבת" צייכענט צו דער "יד אפרים" הגה סעיף ב׳ בשחרית משום כבוד שבת וכו' כתוב בתשובת מהרי״ל סי׳ (מ׳) [נ״ו] להיינו קודם שעה עשירית דא איז דער מהרי"ל
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (165.21 KiB) געזען 427 מאל
Capture1.jpg
Capture1.jpg (102.05 KiB) געזען 427 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געווען ביי א גוטער איד דעם פורים, האט ער בקול בוכים געבעטן: הייליגע באשעפער זיי שוין פורס מפה אויף אונז און זיי אונז מקדש

אויש ווי ס'האט מעורר געווען כיסופין לגאולה, זאל שוין טאקע זיין ומלאה הארץ דעה את השם , ונאכל שם מן הפסחים נאך היי יאר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

איז דא א חצר אין ווילאמסבורג/בארא פארק ווי מען פירט היינט טיש?
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

shalsheles האט געשריבן:איז דא א חצר אין ווילאמסבורג/בארא פארק ווי מען פירט היינט טיש?

מהרי"י אין ראדני
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מאנסי?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

shalsheles האט געשריבן:איז דא א חצר אין ווילאמסבורג/בארא פארק ווי מען פירט היינט טיש?

סטיטשין עס לוינט זיך צו גיין מען שיכורט אין גרויסן
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:איז דא א חצר אין ווילאמסבורג/בארא פארק ווי מען פירט היינט טיש?

סטיטשין עס לוינט זיך צו גיין מען שיכורט אין גרויסן

און וומס"ב אדער אין ב"פ?
רבי! פליז פאקעס...
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:ס׳טוט זיך לעצטענס א גרויסע מהפיכה ביי די עולם המקנקנקים גענוי ביי וועלכע סעודה מען זאל - היי יאר, ווען פורים פאלט אום פרייטאג - סערווירן די ״סטאפט קעבעדזש״.

ווי עס פארשטייט זיך אליינס זענען דא סברות לכאן ולכאן, און ווי כסדר זענען דא די מדקדקים וואס ווילען זיך ניט אריינלאזען און קיין אומזיסטע חששות, און אויכעט וועגן גזירת פון שבת שחל להיות אחר יו״ט, האבן איינגעפירט זיי צו פארזיכען ביי יעדע איינציגע סעודה, וגם לרבות ביי אלע שלוש סעודות פונם נאכפאלגענדע הייליגען שבת...

מ׳בעט דערוילעם דא זאל ביטע אריינווארפען זייערע צוויי צענטן, ווי אזוי וואלט איהר אפגעפאסקענט אזא הארבע און קאמפליצירטע שאלה...???


ס'ערשטע, פוי! :oops: הייליגע האלעפצעס רופט מען נישט מיט א לשון העכו"ם. מעגסט שוין גיין קריעה רייסן אויף א געפילט שטיקל קרויט.

ולגופו של עניין, צעווענצעך! איזעס געלונגען, ברויך מען ביי יעדע סעודה זיין קרע ושנה כתנור וככריים. איזעס נישט גוט, פארגלייזט מען די אויגן און מ'שרייט וואסער!!! באלד באנסערשטע מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”