געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג מאי 26, 2008 5:05 pm
איך האב געוואלט אויפברענגען די נושא צי געבען פעטש פאר קינדער איז נאך אלס עפעקטיוו און וואס פאר אן השפעה עס האט שפעטער און לעבען. ווייל עס האט א גרויסע השפאה אויף מיך ביז נאך היינט און איך וויל וויסען וויאזוי אנדערער שפירען איבער דעם.
edit: איך מיין נישט דווקא נאר אז עס האט א שלעכע השפעה. איך מיין אויך סתם א השפעה אין כל מיני וועגען.
davidwb611@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך
בחורחרדי1 אום דינסטאג מאי 27, 2008 10:46 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
Advertisement
מאנטאג מאי 26, 2008 5:24 pm
שלום עליכם ערשטער חרדישער בחור ! וועלקאם טו דע קלאב!
ווען איך האב באקומען פעטש איז עס אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע.
מאנטאג מאי 26, 2008 5:38 pm
איך מיין אז נישט די פאטש איז די זאך וואס האט די שלעכטע השפעה עס איז די פארשעמען וואס כ'מיין אז עס איז נאר געווארן ערגער ווייל די מלמדים'ס הענט זענען געבינדען פין שלאגען ניצען זיי מער די מויל אלס א קנס וואס דאס קען אסאך מער ציברעכן די זעלע ווי א פיזישע פאטש,
עס איז אבער היינט בעסער ווי אמאל ווייל היינט לעבט מען אין א פסיכילאגישע וועלט אין מען פראבירט צי פארשטיין פארוואס א קינד פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, אמאל פירסטו זיך אויף גוט הרי טוב אזס נישט א פראסק
- עטעטשמענטס
-

- 050302_014609_142_percentf1percente8percente9percentf8percentfapercent20percentecpercente7percente9_827.jpg (37.98 KiB) געזעהן געווארן 1095 מאל
מאנטאג מאי 26, 2008 5:39 pm
בחור'ל, שלום עליכם, דו מיינסט אז דו וועסט רעדן פון פעטש וועלעך מיך דערשרעקן? נאופס, נישט וויכי.
מאנטאג מאי 26, 2008 5:53 pm
איך מיין נישט דווקא אז עס האט א שלעכע השפעה. איך מיין סתם א השפעה אין כל מיני וועגען.
מאנטאג מאי 26, 2008 5:57 pm
אטא דער בילד דערמאנט עס מיך
מאנטאג מאי 26, 2008 5:59 pm
שוועמי, געוואלדיג, פון וואו איז דאס בילד?
דינסטאג מאי 27, 2008 6:41 am
דער סטאסטיטיק אין מיינע אויגן איז, רבי'ס וואס האבן גארנישט געטיילט, האבן געהאט תלמידים חיות רעות, אין אלע הינזיכטן פון לעבן. רבי'ס וואס האבן צופיל געטיילט, זענען די קינדער משוגע געווארן. רבי'ס וואס האבן געגעבן ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, - און נישט זיך צוריק געהאלטן, ווייל ער האט געוואוסט די סיבה פארוואס דאס קינד האט עס געטוהן - האט שיין מצליח געווען מיט די כתה. אגב, היינט איז נאך אויך אזוי.
דאס זעלבע איז מיט'ן קינד, ווער עס האט נישט געכאפט גענוג, איז אויסגעוואקסן א חי' רעה. ווער עס האט געכאפט צופיל, איז (אפשר, כ'בין גראדע אפילו נישט זיכער אין דעם, איך האב עס כמעט נישט געזעהן) אביסל משוגע געווארן. און ווער עס האט געכאפט נארמאל, - און צומאל אביסל מער - איז אויסגעוואקסן נארמאל.
איי וועט איר פרעגן, פארוואס טייל איך אפ צווישן די כתה און דאס קינד? די סיבה איז א פשוט'ע, דער חרדי'שער בחור וויל וויסן די השפעה, האב איך עס צוטיילט אין צווייען: ס'ערשטע די השפעה אויפן פלאץ, ד"ה אין כתה. און דערויף די השפעה אין די שפטערדיגע יארן. ועוד חזון למועד.
דינסטאג מאי 27, 2008 8:31 am
סאכדעס האט געשריבן:דאס זעלבע איז מיט'ן קינד, ווער עס האט נישט געכאפט גענוג, איז אויסגעוואקסן א חי' רעה. ווער עס האט געכאפט צופיל, איז (אפשר, כ'בין גראדע אפילו נישט זיכער אין דעם, איך האב עס כמעט נישט געזעהן) אביסל משוגע געווארן. און ווער עס האט געכאפט נארמאל, - און צומאל אביסל מער - איז אויסגעוואקסן נארמאל.
דאס האב איך ליידער מיטגעהאלטן אין צוויי ביטערע אופנים
איינס, א ינגל וואס פון גאר קליינווייז אויס האט ער באקומען דעם נאמען אלס די שלעכסטע יונגל אין קלאס! ער האט אלעמאל געכאפט פעטש, אלעמאל געווען שלעכט, פארשטייצעך אז ממילא האט ער שוין געבואדעוועט, וכו' וכו', און היינט איז ער נעבעך ביטער צודרייט, נישט קיין מחלל שבת, נישט קיין שייגאץ , אבער נעבעך דער מח איז אים געהעריג גערירט.
די צווייטע וויל איך נישט ארויס שרייבן צוליב געוויסע פרטים, אבער עס איז בערך אויפן זעלבן אופן, און עס האט נאך ערגער אויסגעקלאפט, וד"ל...
דאגעגן רוב קינדער איז געזנט א פאטש אויב עס פעלט זיך אויס....
דינסטאג מאי 27, 2008 9:10 am
איך קען אויף פערזענליך דריי תלמידים (וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט) פון די זעלבע רבי וועלעכע האט א יעדעס יאר זיך פארלייגט מיט אכזריות אויף 2-3 קינדער און מיט דעם געווארפן א פחד אויף זיין קלאס, סיי מיט פעטש און סיי מיט סתם רדיפות און בישות.
1)איז נעבעך גערירט געווארן ביז ער האט זיך גענומען דאס לעבן אפאר יאר שפעטער.
2)איז נאך היינט מאדנע נעבעך.
3)איז געווען די בעסטע יונגעל אין זיין כתה ביז יענער יאר, און פון אין מיטען יענע יאר און ווייטער האט ער אנגעהויבען אראפ צו גיין מטה מטה, ב,ה לעצטענס איז ער סטאבעלאזירט.
אלץ תלמידים פון די זעלבע רבי.
דינסטאג מאי 27, 2008 9:32 am
אנדי, גענומען זיך דאס לעבן אלץ א רעזאלט ? אומגלויבלעך !
געהאט האב איך א מלמד וואס האט אויך געהאט א צוויי קרבנות, געטיילט זיי פעטש און רדיפות יעדן איינציגען טאג, אויטאמאטיש זענען זיי געווען שולדיג אין יעדע פראבלעם אין חדר. כמעט יעדן טאג האט ער זיי ארויסגערופן און אויסגעפארשט.
איינמאל האט ער געהאט אזא פלאפ דער אקס, ווען איך דערמאן מיך דערפון קומט מיר צו שמייכלן.
אונז קינדער האב מיר אפגעטון עפעס א שטיקל ביי פרישטיג אין לאנטשרום, איך געדענק שוין נישט וואס, האמיר געוואוסט אז די ערשטע זאך ווען די רבי וועט אריינקומען אין חדר וועט זיין א אויספארשונג.
הקיצור, ער קומט אריין דער מלמד, ניטאמאל האט ער זיך אומגעקוקט אויף די קינדער, נאר דער חוזק זאגט אויפגעלייגטערהייט ..... (קרבן) קום ארויף צום טיש און זאג מיר קלאר וואס סיז פארגעגאנגן ביי פרישטיג.
די גאנצע חדר האט אומווילענדיג אויסגעשאסן אין א הילעכיגן געלעכטער, דער מלמד קוקט זיך אום... זיין קרבן איז בכלל נישט געקומען יענעם טאג אין חדר...
יענער איז געווארן אויס קרבן !
דינסטאג מאי 27, 2008 9:44 am
אויף דעם זאגן דאך שוין די הייליגע חזל:
שמאל דוחה וימין מקרבת!
דינסטאג מאי 27, 2008 12:25 pm
איך דערמאן מיך ווי א יונגעל וואס איז געקימען פון א פיינע שטוב און נעבעך איין ברידער האט זיך אראפ געגליטש פון יודישע וועג און זיך גע'גט און די רבי און חדר האט זיך אמאל אונגעריפען פארן יונגעל "די ווילסט אויסזען ווי דיין ברידער" נעבעך די יונגעל איז געווארען אזוי רויט איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א מענטש אזוי פארשעמט און טאקע ער איז געווארען א פראבלאמאטישע קינד (פארדעם איז ער געווען פון די בעסטע יונגעלעך) און ווען ער איז געווארען א בחור האט זיין טאטע באצאלט שווערע טויזענטע דאללארען ער זאל ציריק ווערן א נארמאלע מענטש און ב"ה היינט האט ער שוין חתנה געהאט ביי די 25 אבער ער איז א פיינע יונגער מאן
דינסטאג מאי 27, 2008 10:34 pm
דארפסמאן האט געשריבן:איך דערמאן מיך ווי א יונגעל וואס איז געקימען פון א פיינע שטוב און נעבעך איין ברידער האט זיך אראפ געגליטש פון יודישע וועג און זיך גע'גט און די רבי און חדר האט זיך אמאל אונגעריפען פארן יונגעל "די ווילסט אויסזען ווי דיין ברידער" נעבעך די יונגעל איז געווארען אזוי רויט איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א מענטש אזוי פארשעמט און טאקע ער איז געווארען א פראבלאמאטישע קינד (פארדעם איז ער געווען פון די בעסטע יונגעלעך) און ווען ער איז געווארען א בחור האט זיין טאטע באצאלט שווערע טויזענטע דאללארען ער זאל ציריק ווערן א נארמאלע מענטש און ב"ה היינט האט ער שוין חתנה געהאט ביי די 25 אבער ער איז א פיינע יונגער מאן
טאקע שרעקליך כ'בין נישט מקנא יענעם מלמד'ס גו עדן
ווי נעמט מען א הארץ אזוי צי רעדען
כ'קען עס נישט פארשטיין
דאנערשטאג מאי 29, 2008 8:02 pm
א דאנק פאר אלע תגובות
זונטאג יוני 01, 2008 1:19 pm
שוידערליכע מעשיות!
איך גלויב אז היינט ווען די חינוך איז שוין אריין אין העכערע פאזעס, קומט שוין נישט פאר אזעלכיגעס.
ווי זאגט פרידריך:
א קינד איז נישט קיין פיטער ברויט
זונטאג יוני 01, 2008 1:32 pm
יענעמס נשמה איז נישט קיין ראזשינקע.
זונטאג יוני 01, 2008 1:43 pm
יענער איז שוין נישט קיין מלמד, ער איז א שיינע איד אין א בהמ"ד
זונטאג יוני 01, 2008 1:59 pm
עפעס דערמאנט מיך דער אשכול אין א רש"י פרשת משפטים.
שטייט אין הייליגן פסוק, וכי יזיד פרעגט דער הייליגער רש"י, למה נאמר, פארוואס זאגט די תורה וכי יזיד? לפי שנאמר מכה איש, ווייל ווען עס וואלט נאר געשטאנען מכה איש, שומע אני וואלט איך פארשטאנען, אפילו רופא שהמית זאגאר א דאקטאר זאל הרג'נען א פאציענט. ושליח בית דין און א געשיקטער פון בית דין, שהמית וואס האט געהרג'עט א מענטש, במלקות ארבעים, ווען ער האט געשלאגן מלקות. והאב און אויב א טאטע האט גע'הרג'עט זיין זוהן, המכה את בנו ווען ער האט איהם געשלאגן. והרב און א רבי, נאכאמאל אלע צוזאמען, והרב און א רבי, דאס מיינט א מלמד, הרודה וואס שלאגט, הרודה וואס שלאגט, את תלמידו זיין אינגל פון חדר, און ער האט איהם דער'הרג'עט. והשוגג און עמיציר וואס הרג'עט א צווייטן איד נישט וועלנדיג, וואלט איך געוואלט מיינען אז זיי זענען מחויב במיתה, תלמוד לומר, קומט מיר דער פסוקט לאזן הערן: וכי יזיד דוקא ווען דער וואס האט גע'הרג'עט איז געווען א מזיד, דאס הייסט אז ער האט געוואלט יענעם הרג'ענען, ולא שוגג אויב האט יענער נישט געוואלט הרג'נען, נאר למשל ער איז א דאקטאר וואס האט בשוגג געהרג'עט א פאציענט וועלנדיג איהם היילן, אדער א שליח פון בית דין וואס האט געשלאגן מלקות - ווי די תורה פארלאנגט - און מ'האט נישט גוט אויסגערעכנט, און דער געשלאגענער איז געשטארבן פון די שלעק. אדער אויב רעדט מען פון א טאטן וואס האט געוואלט מחנך זיין א קינד זיינעם, און ער האט איהם געשלאגן, (מסתמא רעדט מען נישט פון קיין פעטשל) און ליידער איז דאס קינד געשטארבן. און די זעלביגע הלכה איז, אויב א מלמד אין חדר, וואס דארף לערנען אידישע קינדער גאט'ס תורה, און ער האט געטוהן וואס גאט האט באפוילן, און ער האט ארייגעשמיסן אחת ושתים, און דאס קינד האט נישט געקענט אויסהאלטן די קלעפ, און ער האט זיך אויסגעשטרעקט אן א צייכן פון לעבן. זאגט די תורה, די אלע, זענען נישט חייב.
כ'האב נישט קיין אנונג, פארוואס איך האב זיך דערמאנט אין די רש"י. קען זיין ווייל אפשר וואלטן חז"ל געווען אזוי קלוג ווי די היינטיגע טיפשים וואלט זיי דאך אויך געקאנט אויסטרעפן פסיכילאגיע, אז אנשטאט שלאגן, זאל מען פרובירן צו פארשטיין פארוואס דאס קינד איז שלעכט, וואלט מסתמא א מלמד מיט טאטע געווען געהעריג נידון אלס רוצח. און שלמה המלך דער קלוגסטער אויף דער וועלט, וואלט נישט געדארט שרייבן אזא עקסטרעמע פראז: חושך שבטו שונא בנו, אמער, מ'דארף דאך דערגיין פון וואס דאס קינד ליידט...
זונטאג יוני 01, 2008 2:08 pm
ניין, מיר האבן אויסדרוקליך נישט געמיינט צו אראפ רייסן ח"ו דעם אלטן ווירקזאמען פאטש, עס איז נאר דא א מאס, ווען א מלמד פארשעמט א אינגל אדער לייגט זיך אן אויף א יונגל על לא דבר, און געט אים אריין מער וויפיל עס קומט זיך, סתם ווייל דער מלמד איז אין כעס אדער ווייל ער האט א חשבון מיט דעם יונגל וכרומה, וואס מען זעהט בחוש ווי עס שאדט.
איך האב ב"ה געכאפט אסאך פעטש, און איך בין נישט ברוגז אויף קיין איינס דערפון.
אבער אויפן זעלבו מלמד בין איך ברוגז פארוואס איין געוויסע יונגל האט ער פארשעמט אין יעדע געלעגנההיט, און נאכדערצו אז יענער איז געווען דער יונגסטער אין חדר און ער האט אים אנגערופן בעבי וכדו', און אויסגענוצט פאר אלע שלאק שמשות, און היינט איז יענער ל"ע גערירט ווייל ער האט באקומען א נאמען פון א שלעכט יונגל און מען האט אים לכבוד דעם געפייניגט, אויף דעם בין איך יא ברוגז!.
איין קליינע עובדא, דער יונגל איז געקומען אין כתה ח' אמאל מיט א קאלירטע הויזן (אזוי ווי פילע יונגלעך גייען אנגעטון אין קלענערע כתות9 און דער מלמד האט געלאכט אויפן קול: קוק אים אן דעם קליינעם יונגעלע.
נאך איין עובדא, דער מלמד האט פארהערט אין א שוואכע וואך (דאכצעך א יו"ט וואך) און קיינער האט נישט געקענט, ידער האט באקומען א פיצעלע פעטשעלע פאר א ווערטל, ביי די רייע פון דעם יונגל איז עס געווארן ערנסט... דער יונגל האט נעבעל געהאט פארשוויצטע הענט, און דער מלמד רופט אים, שמעקט זיין הענט, שרייט אים אן פארוואס ער האט עס געלעקט... און געט אים אריין מנה אחת אפים.
דאס האט שלמה המלך געמיינט מיטן פסוק חושך שבטו?
דאס האבן חז"ל פארלאנגט פון אונז?
זונטאג יוני 01, 2008 2:22 pm
שמערי, גיי נישט ארויס פון די גלייזן, יאך האב אויך געשריבן דא א פריערדיגע תגובה, און דארט בינעך גארנישט מחולק מיט דיר, און דא בינעך אויך נישט מחולק.
איי פארוואס האב איך זיך דערמאנט? נאר לפי ראות עיני, איז דער אשכול און עטליכע תגובות דערפון געבויעט געווארן, אפצופרעגן און אפצולאכן אונזער תורה'דיגע וועג פון חינוך. האב איך געוואלט דערמאנען א רש"י וואס איז נישט בייגעפאלן אזעלכע געוואלדיגע בייפאלן.
זונטאג יוני 01, 2008 2:26 pm
איך גיי שוין ארויס פון די גלייזען, נישט שמערי... וואס גייט דא פאר סאכדעס?
זונטאג יוני 01, 2008 2:33 pm
אלעקסיי האט געשריבן:איך גיי שוין ארויס פון די גלייזען, נישט שמערי... וואס גייט דא פאר סאכדעס?
איך האף אז דו ביסט שוין צוריק אין די גלייזן.
פאר די וואס ווייסן נישט, מיין תגובה איז אריינגעקומען א פינף מאל. מחמת דעם אלטגעזעסענעם פראבלעם פון PHP , סארי פאר די אנקעויניענס.
זונטאג יוני 01, 2008 5:55 pm
סאכדעס: רש"י רעדט פון הרג'נען מעולם הזה, און דא רעדט מען פון הרג'נען (מעולם הזה ו)מעולם הבא. ס'איז א ריזיגע חילוק.
זונטאג יוני 01, 2008 9:49 pm
סאכדעס, קוק מיין תגובה ארויפציהר.
חזל האבן געזאגט שמאל דוחה וימין מקרבת, דאס ברויך צו זיין פונקטליך אזוי. ימין דוחה ושמאל מקרבת וועט שוין נישט טויגן! און ווער איז דער ראציגער יונגערמאן וואס באטיטלט זיך 'מלמד' וואס זאל דאס קענען מגדיר זיין און שוקל זיין בכף מאזנים?