א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:כלל ישראל האט א אלטע רייכע היסטאריע. ביז צוויי הינדרעט יאהר צוריק איז נישט געווען א מציאות אז יעדע יוד איז געווען א בן ישיבה. איז געקימען רב חיים וואלאזינער זי"ע און נאך גדולים אין איבערגדרייט א וועלט אז לפי המצב מיז יעדער איד דורך גיין א ישיבה סיסטעם יעצט גייט כלל ישראל דורך אזא טרענזישען. וואס עס גייט זיין למעשה ווייסט נאר גאט ב"ה. קען זיין אז בערי וועבער אדער יואלי ראטא וועלען געדענקט ווערען לעולם ועד לשבח. עליונים למטה ותחתנים למעלה...

מען האט נישט געמאכט א ישיבה פאר בחורים וואס וואלטן עניוועי געזיצן אין בית המדרש
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זיי אמתדיג האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@זיי אמתדיג: ביטע זיי אמת'דיג, זוכסטו דא צו דערגיין דעם אמת, אדער בלויז צו טארגעטן אפאר ניקס? אויב די ערשטע, האסטו שוין געליינט דעם קונטרס וואס ליגט אין דעם לינק וואס איך האב דיר צוגעוויזן?

געלליינט דעם קונטרס, דאס וואס שטייט דארט שריי איך שוין יארן.
חובות הלבבות שער הבחינה, עבודת א׳, בטחון, יחוד המעשה, איז פשוט ליפט צו אטעמען.
און די ישובות ווי איך האב געלערנט איז געווען אסאך שמועסן איבער דעם ״פאר די בחור וואס האט געוואלט הערן״.
איך בין חלילה קיינעם דן, יעדער האט זיין תחינת הנפש, אבער פליז בלעים נישט די ישובות

ס'איז אמת אז די אלע זאכן זענען לעבנס וויכטיג. אבער נאך אלעם מיין איך אז מ'דארף לייגן אסאך פאוקוס אויף די נגלה לימודים. די מעין סדרים. סיי אז די תוכן הלימודים זאל זיין צוגעשטעלט פארן בינוני בחור. דהיינו, לערן זאכן צו וואס ער קען אפיעלן אין טאג טעגליכן לעבן. סיי הלכות יום יום, סיי הלכות שבת בשבתו, וחג בחג. נישט אז ער זאל - ווי רוב אנדערע בחורים - אריינקומען צו א יו"ט, שבת, און א פשוטע שאלה אין הלכות ברכת הפירות, ווי אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן. אן קיין מינימאלע ידיעות אין די בעיסק מושגים. און אפילו די גמרא וואס מ'לערנט זאל מען לערנען א מועד מסכת, אדער חולין, וכדומה. ער זאל קענען רילעיטן צו דעם אין א פראקטישן אופן. אויף א וועג אז ער זאל פילן אז ער בענעפעטירט למעשה פון דאס וואס ער לערנט.

ביז אהער וועגן די תוכן. אבער ס'איז אויך זייער וויכטיג צו לייגן א דגוש אויף די "אופן" הלימודים. מ'זאל עס איבערגעבן אויף א וועג אז דער בינוני בחור זאל זיין צוגעשמידט צו זיין פלאץ מיט נייגער, נישט ער זאל זיך דארפן ציפן צו בלייבן אויף. און יא, מ'מעג האבן א באורד אין ישיבה אויך.. ששש... אלע גרויסע יוניווערסיטיס לערנט מען מיט באורדס. מיט וויזשועלייזט די קאנצעפטן. היינט איז שוין דא א גאנצער פעלד וויאזוי צוצוגיין צו לימודים. שוין דא אסאך קורסעס אויף דעם. אלע מחנכים פרטיים ווייסן שוין אלע אופנים וויאזוי מ'דארף צונעמען קאנמפעצירטע טעקסט. צוטיילן די מעשה, די טעם, די חידוש, וכדומה וכדומה. שוין צייט דאס צו אימפלעמענטירן אין די מעינסטירעם.

ותן לחכם ויחכם עוד.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זיי אמתדיג האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@זיי אמתדיג: ביטע זיי אמת'דיג, זוכסטו דא צו דערגיין דעם אמת, אדער בלויז צו טארגעטן אפאר ניקס? אויב די ערשטע, האסטו שוין געליינט דעם קונטרס וואס ליגט אין דעם לינק וואס איך האב דיר צוגעוויזן?

געלליינט דעם קונטרס, דאס וואס שטייט דארט שריי איך שוין יארן.
חובות הלבבות שער הבחינה, בטחון, יחוד המעשה, איז פשוט ליפט צו אטעמען.
און די ישובות ווי איך האב געלערנט איז געווען אסאך שמועסן איבער דעם ״פאר די בחור וואס האט געוואלט הערן״.
איך בין חלילה קיינעם דן, יעדער האט זיין תחינת הנפש, אבער פליז בלעים נישט די ישובות

האסטו געזען אז ער שרייעט אז מען דארף מסביר זיין דעם "פארוואס" אין אידישקייט?
האסטו געזען אז ער שרייעט אז מען דארף אויפהערן זאגן אז "מען דארף" און אנהויבן אריינגעבן א געפיל און ליבשאפט צו טון רצון ה'?
האסטו געזען אז שרייעט אז מען דארף לערנען אזעלכע ספרים ווי דרך ה' און דעת תבונות?
האסטו געזען אז ער שרייעט אז מען דארף געבן פלאץ פאר די קינדער צו פרעגן קשיות און ארויסצוגעבן זייערע געפילן איבער אידישקייט?
האסטו געזען אז ער שרייעט אז מען דארף "עקספאוזען" אונזערע קינדער צו די ליכטיגקייט און פרייליכקייט פון אידישקייט?

יעצט זאג דו מיר, וויפיל ישיבות ארבעטן אין דעם ריכטונג? האסט געטראפן א ישיבה וואס האט עפעס א משפיע וואס רעדט די זאכן. צו רעדט ער טאקע די זאכן וואס דער הרב לייטנער דערמאנט? און אויב יא, איז די צורה פון די ישיבה געבויעט אויף דעם, אדער איז יענער עפעס א משפיע'לע וואס זיצט אין עפעס א קארנער און האט זיבן בחורים ביי זיין שמועס יעדן דאנערשטאג?

צו ווייסטו אז דער הרב לייטנער קען רעדן פאר קינדער, בחורים פאר דריי שעה און א צי, און דער זאל איז שטיל. דער עולם זיצט צוגענאגלט און שלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער?

ביי וויפיל דרשות אין ישיבות נאך קענסטו אזאנס זען?

צו ווייסטו אז נישט יעדער בחור איז געאייגנט צו זיין מר בר רב אשי? וואס איז דער מהלך אין ישיבות צו אזעלכע בחורים. האבן בכלל ישיבות א צוגאנג צו יעדן בחור באזונדער, אדער איז זייער צוגאנג א 'כלליות'דיגע'?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

@פעיק
פון וועלכע קונטרס רעדט איר?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

8452091314 איז די נאמבער זיך איינצושרייבן צו הרב לייטנערס שעורים, געגעבן פאר מרביצי תורה
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שאבעלע קומט אריין זייער קלאר

די חידוש איז אז מען קען האבן וואולע נארמאלע בחורים אין זיי ווייסן נישט וואס מען וויל פין זיי אין ישיבה
ער ווייסט נאר אז ער דארף מורא האבן פין דעם אין יענעם משגיח
דער משגיח/מנהל געט גארנישט צי צו זיין וואולזיין
איך רעד שוין נישט אז עפ"ר איז ער נישט קיין ראל מאדעל אויף נאכציטוען, דער געלונגענער משגיח/מנהל איז ס"ה א גיטע סעקיוריטי man וואס מאכט זיכער אז ער איז אויפגעשטאנען אין צייט אין זיך פארהערט וואס ער האט געדארפט אין נישט געבראכן איינע פין די "תקנות" הישיבה אזוי האט מען די בעסטע ישיבה

האקט
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

מחשב האט געשריבן:ביז אהער וועגן די תוכן. אבער ס'איז אויך זייער וויכטיג צו לייגן א דגוש אויף די "אופן" הלימודים. מ'זאל עס איבערגעבן אויף א וועג אז דער בינוני בחור זאל זיין צוגעשמידט צו זיין פלאץ מיט נייגער, נישט ער זאל זיך דארפן ציפן צו בלייבן אויף. און יא, מ'מעג האבן א באורד אין ישיבה אויך.. ששש... אלע גרויסע יוניווערסיטיס לערנט מען מיט באורדס. מיט וויזשועלייזט די קאנצעפטן. היינט איז שוין דא א גאנצער פעלד וויאזוי צוצוגיין צו לימודים. שוין דא אסאך קורסעס אויף דעם. אלע מחנכים פרטיים ווייסן שוין אלע אופנים וויאזוי מ'דארף צונעמען קאנמפעצירטע טעקסט. צוטיילן די מעשה, די טעם, די חידוש, וכדומה וכדומה. שוין צייט דאס צו אימפלעמענטירן אין די מעינסטירעם.

ותן לחכם ויחכם עוד.

לענ"ד האסטו דא געמאכט א לעפט טירן. יעדע זאך וואס מען וויל אימפאטירן פון 'זיי', דארף אן אויסשליסליכע דעת תורה מיט א געוואלדיגע פקחות צו קענען דעסיידן. די זאכן זענען נישט פשוט. דא האסטו א שטיקעל דוגמא, טאקע לגבי דעם ענין.

PBS, א עדיוקעישענעל טעלעוויזשן סטעישן פאר קינדער, האט געמאכט א סטאדי. זיי האבן פארהערט קינדער וואס קוקן זייער סטעישן, קעגן קינדער וואס קוקן נישט, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די קינדער וואס קוקן PBS האבן טאקע אסאך מער ידיעות! געהעריג אויפגעוויזן אז עס לוינט זיך צו געבן פאר קינדער צו קוקן PBS!

איז געגאנגן א חכם, און געמאכט די זעלבע סטאדי, אבער מיט א קנייטש. ער האט ארויסגעפרינט א צעטל וואס באשרייבט א שטיקל היסטאריע און עס געגעבן צו ליינען פאר די זעלבע גרופעס פון קינדער. נאך דעם האט ער זיי געגעבן א טעסט אויף דעם. עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די קינדער וואס וואטשן PBS, האבן געהאט אן ערענסטן 'הארד טיים' צו ארויסנעמען אינפארמעישן פון א פאפיר וואס זאכן שטייען שווארץ אויף ווייס. קיין שום קאלער און קיין שום 'וויזשיועלייזן'. משא"כ די קינדער וואס קוקן ווייניג טעלעוויזשן, האבן עס געקענט אסאך בעסער. אין אנדערע ווערטער, די קינדער וואס מען האט זיי אלעס געוויזשיועלייזד, האט מען אינגאנצן געדעמעדזשד. זיי האבן טאקע אביסעל מער ידיעות, אבער יעדע ידיעה וואס איז נישט אויף זייער סקרין, וועלן זיי זיך קיינמאל נישט לערנען.

ובא ללמד על הכלל כלו יצא. אונזער חינוך היינט צוטאגס שטייט נאך אלס מיילען ווייטער ווי יעדע סארט חינוך אין די גוי'שע גאס. אויב איך וויל פארבעסערן, איז עס נאר פון היימישע מקורות, מער מוסר, מער געשמאק אין יודישקייט, וכדו'. אבער קוקן אויף די אלגעמיינע פעלד פון חינוך ווי אזוי צו צוגיין צו לימודים? קיינמאל! וויי וועט זיין ווען אונזערע תלמידים וועלן ענדלען אין זייערע ר"ל.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

משם ראי׳...
נאכדעם וואס די קינדער זענען (ליידער) אנגעליינט מיט קאמיקס און אנגעזען מיט פלעי׳ס איז זייער שווער פאר די מלמדים/ראשי ישיבה צו לערנען שווארץ אויף ווייס.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

מען הערט כסדר די שפראך "האסט א עצה?" "וואס זאל מען טון?" וכו'
אבער ביז ווילאנג עס איז נישטא א כינוס כלל ישראל אויף דעם, ביז ווילאנג מען זעצט זיך נישט צוזאם מיט פראפעשענעלס און דעת תורה כאטש פראבירען אויפצוקומען מיט א מהלך. איז ידינו שפכו את הדם הזה פון אונזערע קומענדיגע דורות.

קודם אנערקען די חורבן און נאכדעם זעה אויב עס איז דא א מהלך.

איז די סיבה פארוואס מען טוט נישט ווייל עס איז נישטא וואס צו טון, אדער ווייל מען האט מורא צו טוישן סטאטוס קווא?

און יא, עס איז דא א מהלך. ווי פעיק און מחשב האבען צוגעברענגט. און נאך.
לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום דינסטאג פעברואר 16, 2021 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שאבעלע האט געשריבן:אויש איז דאס א ווייטאגליכע נושא.

ישיבות איז אויס געשטעלט היינט אזוי, אז פאר אן ערך פון 30 פראצענט בחורים איז נישט מעגליך זיך צוצישטלען, אין זיי פאלען טאקע ארויס. די איבריגע קענען זיך מאנעווירען זיך נישט אנצושטויסען אין צופיל פראבלעמען, אין אפשר 1 פראצענט איז מצליח.
99 פראצענט בוחרים האבען נישט קיין אהנונג וואס מען וויל פון זיי מיט 4 שעהיגע סדרים, מען רעדט נישט זייער שפראך בכלל מען איז זיך נישט מסייחת צו זייער נפש קיין כי הוא זה.
אין א וועלט וואס שטורעמט מיט גשם מאכט מען אין ישיבות זעכער ארויסצורייסן איעדע טעם פון רוחניות.

עס איז א חורבן הדת אויף א פארנעם וואס איז שרעקליך. ביפאר אלע מערכות דארף מען פארעכטן אונזער חינוך!
ערווארטסט פון אים נישט צו האבען א סמארט פאון, אבער אידישקייט האסטו אים פארסמט!
מען דארף זיך אויפוועקען באצייטענס ווייל עס ברענט א פייער!
די חורבן איז אזוי טיף אין ביטער אז מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט וואס קומט פאר ארום די נושא

זייער קלאר!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מאנסי'ייט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ביז אהער וועגן די תוכן. אבער ס'איז אויך זייער וויכטיג צו לייגן א דגוש אויף די "אופן" הלימודים. מ'זאל עס איבערגעבן אויף א וועג אז דער בינוני בחור זאל זיין צוגעשמידט צו זיין פלאץ מיט נייגער, נישט ער זאל זיך דארפן ציפן צו בלייבן אויף. און יא, מ'מעג האבן א באורד אין ישיבה אויך.. ששש... אלע גרויסע יוניווערסיטיס לערנט מען מיט באורדס. מיט וויזשועלייזט די קאנצעפטן. היינט איז שוין דא א גאנצער פעלד וויאזוי צוצוגיין צו לימודים. שוין דא אסאך קורסעס אויף דעם. אלע מחנכים פרטיים ווייסן שוין אלע אופנים וויאזוי מ'דארף צונעמען קאנמפעצירטע טעקסט. צוטיילן די מעשה, די טעם, די חידוש, וכדומה וכדומה. שוין צייט דאס צו אימפלעמענטירן אין די מעינסטירעם.

ותן לחכם ויחכם עוד.

לענ"ד האסטו דא געמאכט א לעפט טירן. יעדע זאך וואס מען וויל אימפאטירן פון 'זיי', דארף אן אויסשליסליכע דעת תורה מיט א געוואלדיגע פקחות צו קענען דעסיידן. די זאכן זענען נישט פשוט. דא האסטו א שטיקעל דוגמא, טאקע לגבי דעם ענין.

PBS, א עדיוקעישענעל טעלעוויזשן סטעישן פאר קינדער, האט געמאכט א סטאדי. זיי האבן פארהערט קינדער וואס קוקן זייער סטעישן, קעגן קינדער וואס קוקן נישט, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די קינדער וואס קוקן PBS האבן טאקע אסאך מער ידיעות! געהעריג אויפגעוויזן אז עס לוינט זיך צו געבן פאר קינדער צו קוקן PBS!

איז געגאנגן א חכם, און געמאכט די זעלבע סטאדי, אבער מיט א קנייטש. ער האט ארויסגעפרינט א צעטל וואס באשרייבט א שטיקל היסטאריע און עס געגעבן צו ליינען פאר די זעלבע גרופעס פון קינדער. נאך דעם האט ער זיי געגעבן א טעסט אויף דעם. עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די קינדער וואס וואטשן PBS, האבן געהאט אן ערענסטן 'הארד טיים' צו ארויסנעמען אינפארמעישן פון א פאפיר וואס זאכן שטייען שווארץ אויף ווייס. קיין שום קאלער און קיין שום 'וויזשיועלייזן'. משא"כ די קינדער וואס קוקן ווייניג טעלעוויזשן, האבן עס געקענט אסאך בעסער. אין אנדערע ווערטער, די קינדער וואס מען האט זיי אלעס געוויזשיועלייזד, האט מען אינגאנצן געדעמעדזשד. זיי האבן טאקע אביסעל מער ידיעות, אבער יעדע ידיעה וואס איז נישט אויף זייער סקרין, וועלן זיי זיך קיינמאל נישט לערנען.

ובא ללמד על הכלל כלו יצא. אונזער חינוך היינט צוטאגס שטייט נאך אלס מיילען ווייטער ווי יעדע סארט חינוך אין די גוי'שע גאס. אויב איך וויל פארבעסערן, איז עס נאר פון היימישע מקורות, מער מוסר, מער געשמאק אין יודישקייט, וכדו'. אבער קוקן אויף די אלגעמיינע פעלד פון חינוך ווי אזוי צו צוגיין צו לימודים? קיינמאל! וויי וועט זיין ווען אונזערע תלמידים וועלן ענדלען אין זייערע ר"ל.

איך ווייס נישט וואס PBS איז, און אויב ס'איז בכלל די זעלבע ווי דאס וואס איך רעד. איך פארשטיי אז נישט. איך וויל עס נישט נעמען פון די גוים. איך וויל עס נעמען פון די שיין שרייבן קלאסן מיט די קינדער. ביי די קינדער טוט מען דאס. איך האב סך הכל געזאגט אז דער מהלך גייט אויך אן ביי ערוואקסענע ביי די גוים. און דו רעדסט דא פון די כחמה בגוים תאמין. איך גלייב נישט אז דיין משל פאסט אהער דא. קיינער רעדט נישט פון וואטשען ווידאיואס א גאנצן טאג. מ'לערנט אינעווייניג, און מ'נוצט א באורד ארויסצוהעלפן מאכן סדר.

און איך האב נישט געמיינט דער באורד דוקא. ס'איז דער דרך הלימוד אין אלגעמיין.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

און אוודאי אלעס מיט דעת תורה. קיין פראגע.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שאבעלע האט געשריבן:א ראש ישיבה איז נישט גענוג אז ער מיינט נישט שלעכטס!!

ער דארף ווילן גוטס נישט פאר א ישיבה אדער נאמען וכו', ער איז דא פאר איין סיבה פאר די גוטס און מחנך זיין דעם בחור על פי דרכו. אין אויב קען ער דאס נישט איז ער א פושע פארן פירען א ישיבה!

הצלחה פון די ישיבה וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט ביי מאנכע כעת, האט נישט גארנישט מיט די הצלחה פונעם בחורים.

און איבערמאכן א סיסטעים איז יא מעגליך! ווייל עס גייט ווערן איבער געמאכט במילא, עס איז נאר צום האפן אז עס וועט נישט געשען נאכען זיך טרעפן אז בערי וועבער האט מער בחורים ווי קווינס.

גענאגעלט צום צווייטן מאל!

די סיסטעם מאכט זיך איבער פון זיך אליינ'ס.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

נשמת השכל האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:א ראש ישיבה איז נישט גענוג אז ער מיינט נישט שלעכטס!!

ער דארף ווילן גוטס נישט פאר א ישיבה אדער נאמען וכו', ער איז דא פאר איין סיבה פאר די גוטס און מחנך זיין דעם בחור על פי דרכו. אין אויב קען ער דאס נישט איז ער א פושע פארן פירען א ישיבה!

הצלחה פון די ישיבה וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט ביי מאנכע כעת, האט נישט גארנישט מיט די הצלחה פונעם בחורים.

און איבערמאכן א סיסטעים איז יא מעגליך! ווייל עס גייט ווערן איבער געמאכט במילא, עס איז נאר צום האפן אז עס וועט נישט געשען נאכען זיך טרעפן אז בערי וועבער האט מער בחורים ווי קווינס.

גענאגעלט צום צווייטן מאל!

די סיסטעם מאכט זיך איבער פון זיך אליינ'ס.

יאפ. אונז האלט מיר עס מיט לעבעדיג. עס האט זיך געטוישט אסאך די לעצטע 5-10 יאר.
בנוגע ישיבות; די לעצטע פאר יאר האבן זיך געפענט אהן א שיעור ישיבות וואס איז זייער ווייט פון מעין סטרעים. אבער די אלע ישיבות זענען על פי רוב אויסגעשטעלט אלץ א רפואה נאכן מכה.
אוועטאר
התבודדות
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2021 5:38 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

שאבעלע האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:צק
קיין איין ראש ישיבה מיינט ח"ו נישט קיין שלעכטס. ראשי ישיבות זענען חשוב'ע אידן מרביצי תורה און ווילן טון דאס בעסטע וואס זיי קענען. אודאי מיינט יעדער בלויז זיין אייגענע כבוד, וואס איז אבער זיין כבוד אויב נישט די הצלחה פון די ישיבה.

אויב קען מען אנכאפן די שפיץ פאדעם פון אלע פראבלעמען איז עס די מיספארשטענדעניש וואס הערשט צווישן חברי הנהלת הישיבות און די תלמידים אויף א געפערליכע פארנעם. דער משגיח פארשטייט נישט [און קען נישט פארשטיין] דעם בחור, און דער בחור האט נישט קיין באגריף וואס דער משגיח וויל פון אים.

מ'קען זיין א קאר מעקעניק מיט פערציג יאר עקספיריענס און ארויסהאבן יעדע דיטעיל פון א קאר-ענדזשן, ווען ס'קומט אבער ארויס א נייע סארט קאר וואס פארט אויף וואסער אנשטאטס אויף געז וועט נישט העלפן די גאנצע ערפארונג. די וועג וויאזוי א קאר ארבעט האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה, און די איינציגסטע מהלך צו קענען בלייבן אין די ליין איז צו שטודירן די נייע מאדל און טוישן די וועג וויאזוי מ'געבט זיך אפ דערמיט לויט די נייע פארשריפטן.

די היינטיגע ישיבה סיסטעם האט מען דיזיינט און די ת"ר יארן, פאר [צוואנציג פארצענט...] בחורים פון ת"ר.
היינטיגע בחורים זענען נישט די זעלבע ווי בחורים פון ת"ר, און ניטאמאל די זעלבע ווי בחורים פון תש"ס. און בחורים פון תשפ"ה וועלן ווייטער נישט זיין די זעלבע ווי די בחורים פון היינט.
דא קומט מען מיט א סדר היום פון ישיבת חכמי לובלין, מ'שטעלט אריין טווענטי-טווענטי-וואן בחורים און מ'וואונדערט זיך פארוואס 90% קאפערירן נישט און ווערן פארביטערט אויף א בלאט גמרא אויף אייביג - אין בעסטן פאל.

מאכט דאס סענס?!

איבערמאכן א סיסטעם איז כמעט נישט מעגליך, און זיכער נישט אויף איין פוס, אבער קודם דארף זיין קאמיוניקעישן. בחורים און הנהלה דארפן זיך צונויפרעדן.

טייערע ראשי ישיבות, קיינער דארף נישט קיין מגיד שיעור וואס איז זיך ממית אויף תורה מתוך הדחק, און קיינער דארף נישט קיין משגיח וואס קען ראשית חכמה אויפן לשון. ברענג אריין אין די הנהלה אינגערלייט וואס האבן א שפראך צו בחורים, ברענג אריין אפאר געשמאקע ערנסטע אידן אויף וועם דער בחור וועט ארויפקוקן און פון וועם ער וועט מקבל זיין. רעד א שפראך וואס בחורים ווילן הערן, פארקויף זיי תורה ועבודה אויף א געשמאקע פארנעם און אויף זייער לעוול.

און איינמאל ס'וועט זיין א גוטע קאמיוניקאציע וועט מען קענען גיין צום קומענדיגן סטעפ.

א דאנק פאר אייערע שווערע ארבייט!
ברכה והצלחה וסייעתא דשמיא.

א ראש ישיבה איז נישט גענוג אז ער מיינט נישט שלעכטס!!
ער דארף ווילן גוטס נישט פאר א ישובה אדער נאמען וכו' ער איז דא פאר איין סיבה פאר די גוטס און מחנך זיין דעם בחור על פי דרכו. אין אויב קען ער דאס נישט איז ער א פושע פארן פירען א ישיבה!

הצלחה פון די ישיבה וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט ביי מאנכע כעת, האט נישט גארנישט מיט די הצלחה פונעם בחורים.

און איבערמאכן א סיסטעים איז יא מעגליך! ווייל עס גייט ווערן איבער געמאכט במילא, עס איז נאר צום האפן אז עס וועט נישט געשען נאכען זיך טרעפן אז בערי וועבער האט מער בוחרים ווי קווינס.

-----------

יאך בין מסכים מיטן צוויטען חלק פון דיין תגובה, אלץ 'איינע' פון די שריט

RT
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

ווי האט זיך מיר א חבר אויסגעדרוקט
די מגיד שיעור וואס ער געדענקט די מערסטע לטובה איז די מגי"ש וואס עהאט אים געשיקט אין אפיס מאכן קאפיס און נישט אנגעשריגן פארן נישט האבן קיין נערוון צום לערנען
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:ווי האט זיך מיר א חבר אויסגעדרוקט
די מגיד שיעור וואס ער געדענקט די מערסטע לטובה איז די מגי"ש וואס עהאט אים געשיקט אין אפיס מאכן קאפיס און נישט אנגעשריגן פארן נישט האבן קיין נערוון צום לערנען

די פראבלעם איז מגידי שיעור שרייען אן אז מ'לערנט נישט? אויב דאס אויך נישט, וואס יא? נאר מחוורתא כמחשב. והשם הטוב יעזור
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

נשמה האט געשריבן:נאר מחוורתא כמחשב. ובצירוף פעיק ניוז.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאלשע נייעס האט געשריבן:צו ווייסטו אז דער הרב לייטנער קען רעדן פאר קינדער, בחורים פאר דריי שעה און א צי, און דער זאל איז שטיל. דער עולם זיצט צוגענאגלט און שלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער?

ס'דא א חילוק צווישן "איך וויל פארשטיין פארוואס איך דארף זיין א יוד, און ערשט ווען איך פארשטיי, בין איך א עכטע יוד בכל לב" און צווישן "איך וויל זיין א יוד, און דאס ציהט מיך אז איך זאל עס וועלן פארשטיין". מיר זענען נישט דא צו קלויבן רעליגיע. די משיכה דערצו דארף זיין ווייל איך וויל זיין א יוד. עס איז די רצון השם אז מ'זאל עס פארשטיין. נישט אז ס'איז מיין רצון, איך וויל עס פארשטיין.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נשמה'לע האט געשריבן:

ערשטנס: וואס האט דאס מיט מיין פאראגראף וואס דו האסט ציטירט?

צווייטנס: איינער זאגט דען אנדערש?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
נשמה'לע האט געשריבן:
פאלשע נייעס האט געשריבן:צו ווייסטו אז דער הרב לייטנער קען רעדן פאר קינדער, בחורים פאר דריי שעה און א צי, און דער זאל איז שטיל. דער עולם זיצט צוגענאגלט און שלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער?

ס'דא א חילוק צווישן "איך וויל פארשטיין פארוואס איך דארף זיין א יוד, און ערשט ווען איך פארשטיי, בין איך א עכטע יוד בכל לב" און צווישן "איך וויל זיין א יוד, און דאס ציהט מיך אז איך זאל עס וועלן פארשטיין". מיר זענען נישט דא צו קלויבן רעליגיע. די משיכה דערצו דארף זיין ווייל איך וויל זיין א יוד. עס איז די רצון השם אז מ'זאל עס פארשטיין. נישט אז ס'איז מיין רצון, איך וויל עס פארשטיין.

ערשטנס: וואס האט דאס מיט מיין פאראגראף וואס דו האסט ציטירט?

צווייטנס: איינער זאגט דען אנדערש?

איך האב געהאט עפעס צו זאגן א הארה צו בוחן זיין צווישן צוויי מהלכים פון טרעפן דעם אמת. די יודן האבן געזאגט 'נעשה' און נאכדעם 'נשמע'. ס'האט נישט מיט דיין פאראגראף. איך אליין האב געזוכט וואו איך קען זאגן מיין הארה האב איך געטראפן אז דו רעדסט פון דעם, האב איך עס געזאגט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אה. ס'איז זיכער אמת וואס דו זאגסט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שאבעלע האט געשריבן:בנוגע ישיבות; די לעצטע פאר יאר האבן זיך געפענט אהן א שיעור ישיבות וואס איז זייער ווייט פון מעין סטרעים. אבער די אלע ישיבות זענען על פי רוב אויסגעשטעלט אלץ א רפואה נאכן מכה.

;l;p- :smile:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נשמת השכל האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:בנוגע ישיבות; די לעצטע פאר יאר האבן זיך געפענט אהן א שיעור ישיבות וואס איז זייער ווייט פון מעין סטרעים. אבער די אלע ישיבות זענען על פי רוב אויסגעשטעלט אלץ א רפואה נאכן מכה.

;l;p- :smile:

קיין שום געלעכטער ליידער

די פראבלעם איז זייער א טיפע. איך האב אפגעשריבן א לענגערע אישי פאר איינעם א צייט צוריק אבער ס'איז נישט גענוג אויסגעארבעט צו גיין אין פאבליק (איינס, דא איז נישט פארברענגען. און צווייטענס, דא דרייען זיך אזעלכע וואס קענען ארויסנעמען וואס ס'פעלט נישט אויך)

בקיצור נמרץ. די התגשמיות פון די היימישע גאס + די גאות און עגאיזם פון געוויסע טאטעס וואס זיי איז פשוט נארמאל נישט גענוג לייגט צוגרינד אונזערע דורות ברוח ובגשם

דאס ווערט געטריבן דורך טאקע די בעלי גאווה און געוויסע אין די ישיבה וועלט וואס נעמען עדווענטעדזש דערפון

ווען די ערשטע ישיבה למצוינים האט זיך געעפנט האט מען אויסגעשמועסט די חורבנות וואס ס'וועט ברענגען און דא שטיי מיר היינט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

גרשון האט געשריבן:שיינער ארטיקל.

ס'איז כדאי צו באמערקן אז "מוסר" איז שלעכט אויסגעטייטשט ביי רוב מענטשן. ווען מ'דערמאנט דאס ווארט, שפירט זיך אן אלול'דיגע אנגעצויגענקייט אין די ביינער. ס'קומט ארויף דעם מלמד'ס פארקנייטשטן שטערן און פארמעלן טאן, און דער גאנצער וועזן טרעפט זיך אין א דיקער כמארע פון וואו מ'וויל זיך זען ארויס.

מוסר מיינט נישט ארחות צדיקים אדער מסילת ישרים. דער געדאנק איז אויפצובויען דאס רוחניות'דיגע נפש ס'זאל נישט זיין אזוי אויבערפלעכליך, די תורה זאל זיין אן עכטע זאך, דאס קינד/בחור זאל זיך פירן אידיש און מענטשליך ווייל ער איז א איד און א מענטש, נישט זיין א פראגראמירטער ראבאט וואס טוט דאס וואס אלע טויזנטער ראבאטן ארום טוען.

דער משל מיט'ן רמב"ם מדע איז א גוטער. ס'ליגט געווענליך נישט אויף דער פאליצע פון די מוסר ספרים, אבער פאר טייל קען עס טוישן דאס גאנצע לעבן מער ווי פלא יועץ. דאס זעלבע איז מיט אנדערע מחשבה ספרים, פון ראשונים אדער אחרונים. נאר לעצטנס האט מיר עמיצער געזאגט אז ער האט באקומען א גענצליך נייעם בליק אויפ'ן לעבן נאכ'ן לערנען "חובת התלמידים", פונעם פיאסעצנער.

אונטערשטע שורה: ס'מוז נישט דווקא זיין א לימוד מוסר ווי דער שרייבער פון די שורות האט עס אראפגעגעבן, אבער דער עצם געדאנק איז הונדערט פראצענט א גערעכטער.

מוסר מיינט דוקא יא מוסר. אלול'דיג, אנגעצויגן, פארקנייטש דאס איז איבריג. ספרי מחשבה איז זייער וויכטיג, אבער פארט איז עס נישט מוסר.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”